בלאט 13 פון 20

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 5:50 pm
דורך למעלה משבעים
אב?? :roll: ביטע שרייב ווייטער איך ווארט שוין דערויף בכליון עינים.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 5:55 pm
דורך זאל ער קומען
זקן איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער למעלה משבעים איז שוין קיין אינגערמאן נישט כאטש אין זיין זכות גיב ווייטער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 5:56 pm
דורך פארדינט
אלטע טאטע, דו ביזט ריזיג!!! קיפ איט אפ!

14'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 6:25 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.

דזשעק איז פארכאפט און ארבעט צוריק פאר ראבערט. אבער נישט ווי ביז יעצט וואס ער האט געזוכט א וועג ארויס און פראבירט מיט אלע כוחות זיך ארויסצוזעהן פון דאס פלאץ. דאסמאל האט ער געפאלגט אלעס וואס ראבערט האט אים געהייסן זיין מוט איז געווען צושאסן זיין גייסט איז געווען צוקלאפט. ער האט געטון אלעס וואס ראבערט האט אים נאר געבעטן.

--

וויקטאר האט אריין גערוקט א טראפעלע פאר וויקי פון זיין קליינע באטל, ס'האט נישט לאנג גענומען און וויקי איז אהיים קראנקערהייט.. וויקטאר האט געווארט אויף דעם, ער האט זיכער געמאכט מיט ראבערט אז דזשעק גייט ארום ארבעטן אויף וויקי'ס קאמפיוטער און איבער לאזן גראבע פינגער אפדרוקן וואס זאל אים פרעימען אלס די ליעק.

--

אלען האט זיך אריין געכאפט אין וויקי'ס אפיס און געטראפן אויפן פרינטער דאס צעטל וואס האט אים פארעענטפערט אלעס. 'וויקי די סי.איי.עי. דירעקטאר איז א פאררעטער...'

--

דול האט אויסגעליידיגט די בילדינג און זיך אריין געכאפט אין די אפיס...

*

יעצט ליינט ווייטער


אלען איז געזעצן מאכטלאז אויפן בענקל. ס'האט זיך אים נישט געוואלט גלייבן אז ער האלט יעצט און זיין הענט אזאנע הארטע באווייזן אז די לאך איז נישט קיין צווייטער נאר זיין דירעקטאר. ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס איינער מיט אזא קאריער, איינער מיט אזויפיל רעספעקט, איינער וואס איז זיין גאנץ לעבן געווען א פייערדיגע פאטריאט פארן לאנד זאל אזאנס קענען טון און זיך פארקויפן פאר אזא ביליגע ארגענעזאציע, און פאר אפאר טאלער זיין גרייט צו פאררעטן זיין געבורטס-לאנד.

אלען האט אפגעמאכט ביי זיך אז בעפאר ער גייט ווייטער מיט די קעיס גייט ער גיין און האבן אן אפענע שמועס מיט וויקי 'זאל ער מיר קוקן אין פנים און מסביר זיין פארוואס ער האט דאס געטון'. אלען איז ארויס פון אפיס און אראפגעגאנגען צו זיין קאר.....

די פארקינג לאט איז געווען שטיל... די קלאפעס פון זיין שיך איז געווען די איינציגסטע ווידער קול וואס האט אפגעהילכט. אלען האט נישט חושד געווען גארנישט. עמטליך האט קיינער נישט געדארפט וויסן אפילו אז ער דרייט זיך יעצט אין וואשינגטאן... ער קליקט זיין באזזער צו עפענען די שלאס... ער זעצט זיך אריין אין זיין סיט... אינמיטן שפירט ער א קאלטע אייזן אויף זיין גענאק... און ער הערט א קול פון אונטער אים. "דרייוו וואו איך הייס דיר!!!..!!! זיי נישט קיין חכם... מאך נישט קיין קונצען ווייל איך וויל נישט דארפן ניצן די קויל וואס ליגט אין מיין גאן. מיר גייען אויף א שפאציר! נעם דיך פארן!!"

*

דול איז פארטיג געווארן מיט זיין ארבעט אין די אפיס ער האט זיך שנעל צוזאם געפאקט זיינע חפצים און פארלאזט דאס פלאץ. זייענדיג אינדערויסן האט ער געזען די פייער לעשער בלאקירן די אריין גאנג און אפאר מענטשען שטייען ארום און ווארטן צו קענען צוריק אריין גיין אין די בילדינג. 'סארי פארן שטערן א שעה פון אייער ארבעט, אבער נאך אלעם איז יעצט שוין ביינאכט און איר דארפט יעצט זיין אינדערהיים..' האט דול געטראכט צו זיך.
דול נעמט ארויס זייו טעלעפאון און רופט אן אלען דערציילן אז אלעס איז געפארן וואו געפלאנט. דול הערט די פאון קלינגן אבער אלען הייבט נישט אויף...
ער פראבירט איינמאל, נאכאמאל, אבער אלען הייבט נישט אויף.

*

אלען האט געדרייווט וואו מ'האט אים געהייסן, ער האט געשפירט זיין טעלעפאון קלינגן אבער ער האט זיך נישט געוואגט אויפצוהייבן. "געב מיר דיין טעלעפאון" האט דער אנאנימער פארשוין פון די בעק געהייסן. לאז מיך רעדן צו דעם וואס זוכט דיך אזוי וויכטיג!!"
אלען איז אריין אין א פארלעגענהייט.. ווער ווייסט צו דול וועט זיך נישט פאררעדן...אבער קיין צוויי ברירות האט ער סייווי נישט געהאט די קאלטע אייזן האט אים דערמאנט אז מיט א נארישקייט קען ער ענדיגן זיין לעבן אין א סקונדע. אלען האט ארויסגעשלעפט זיין טעלעפאון און איבערגעגעבן פאר דעם פארשוין.

"העלאו אלען, וואס הייבסטו נישט אויף?"
"העלאו, וועם זוכסטו אלען? ער איז נישט עוועילעבל אויף די מינוט.ער וועט באלד זיין, קען איך איבער געבן עני מעסעדזש פאר אים?"

דול האט תיקף באמערקט אז דאס איז נישט אלען'ס קול, ער האט אויפגעפאסט אז יענער רעדט פון אונטער א מאסקע... דול האט זיך אבער נישט פארלוירן "יא, זאג אים אז איך זיץ דא אין די רעסטוראנט און ווארט אויף אים. די עסן ווערט קאלט!"

"פיין, איך וועל אים איבערגעבן די מעסעדזש"

אלען האט פארשטאנען פון די שמועס אז דול האט זיך געהיטן. "וואס פארא מעסעדזש פאר מיר?" האט אלען פראבירט איבערצורייסן די שטילקייט אין די קאר. "אז דיין עסן ווערט קאלט.. יענער ווייסט נישט אז ס'איז א גאנצע שאלה צו דו וועסט נאך אמאל עסן אין דיין לעבן...." א סקרוך איז דורך געלאפן אלען'ס ביינער.

*

דול האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פארשוויצט... ערגעץ דרייט זיך אלען. ערגעץ איז ער פארפלאנטערט... דול האט נישט געוואוסט צו ער זאל אלאמירן די אויטאריטעטן אדער ענדערש לאזן שטיל און ווארטן אז אלען זאל זיך טרעפן א וועג ארויס וואס געווענליך איז ער גוט אין די זאכן.
וואס טוה איך דא ווייטער? האט דול געקלערט פארלוירן...
דול האט ארויסגעשלעפט די ביזנעס קארטל פון די פרעזידענט וואס ער האט באקומען אנפאנג וואך. ער האט געקלערט צו דערציילן פארן פרעזידענט וואס דא גייט פאר און ער זאל זאגן וואס צו טון ווייטער.
ווען די פרעזידענט האט געהערט וואס דול האט אים דערציילט איז אים שלעכט געווארן.. איינער דרייט דא זאכן אונטער מיין נאז.. איינער ווייסט יעדע ריר וואס איך געב און יעדע ריר וואס מיר טוען. "איך ווייס באמת נישט צו וועם איך מעג רעדן און צו וועם נישט" האט די פרעזידענט זיך אנגערופן פארלוירן. "דול, איך דארף דיך האבן דא לעבן מיר. קום אריבער קיין וואשינגטאן מיט א העליקאפטער שוין"
"געערטע פרעזידענט, איך קען נישט יעצט אוועק גיין פון דא, איך בין אבער גרייט צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך פון וואו איך בין"

"קודם די ערשטע זאך דארף איך וויסן וואו איז זיין באדי גארד געווען? איך האב אים צוגעשטעלט שיץ ווי איז ער?"
"אקעי, די ערשטע זאך זאל די פרעזידענט פראבירן צו ער קען אים טרעפן, אפשר ווייסט ער עפעס מער, אפשר האט ער עפעס געזען?"

"פיין, איך רוף דיך צוריק ביז אפאר מינוט אויב הער איך עפעס"

דול איז געבליבן זיצן אין זיין קאר.

*

וויקטאר האט אנגערופן ראבערט "ראבערט, די סובסטענץ ארבעט ווינדערליך. וויקי ליגט אינדערהיים און רייסט זיך פאר יסורים, זאג פאר דיין דיעלער אז דו דארפסט א גרויסע שיפמענט פון אט די סחורה און איך וועל דיך שפעטער רופן מיט דעטאלן איבער די אקציע"
"זייער פיין, און וואס טוט זיך מיט אלען?"
"ער איז אין גוטע הענט...."

*

אלען איז געפארן וואו מ'האט אים געהייסן, נאכן זיך דרייען איבער די גאסן האט אים זיין פארכאפער געהייסן אריין פארן אין א שטילע געסל. ער האט געהייסן אלען אפשטעלן די קאר און ארויסקומען פון די קאר מיט די הענט אויפן קאפ. אלען האט געפאלגט און ארויס פון די קאר. דערווייל האט זיין מח פיבערהאפטיג געארבעט אויף א רעטונגס פלאן. ער האט געוואוסט אז דול ווייסט אז ער איז פארכאפט און ער האט געקענט דול אז ער זיצט נישט מיט צוזאמגעלייגטע הענט. אבער דערווייל זעהט אלען נישט עפעס א רעטונג טיר אויף וואס ער זאל קענען טאנצן.

די מאסקירטע פארשוין האט אויך ארויסגעטרעטן פון די קאר און געהייסן אלען אראפ ווארפן זיין גאן אויפן פלאר. דערנאך האט ער געהייסן פאר אלען אויסטון זיין רעקל און אים עס איבערגעבן. ער האט אים געהייסן לייגן די הענט פון אונטן און אים געבינדן די הענט. נאכן איבער קוקן די רעקל האט ער געטראפן וואס ער האט געזוכט " אט די פאפיר האב איך געדארפט פון דיר!" אלען זעהט וואו ער נעמט די פאפיר וואס ער האט געטראפן אויף וויקי'ס פרינטער און ער צורייסט עס אויף גאר קליינע שטיקלעך אוו ער צוווארפט עס מיט די ווינט, די פאפיר איז זיך צופלויגן אויף אלע זייטן. "מיין באס האט מיך געשיקט צוריק צו נעמען די צעטל וואס דו האסט געגעב'ט פון זיין פרינטער. און איך וויל דיר איבערגעבן א מעסעדזש פון אים 'טרעט אפ פון די קעיס אויב ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר' "
און מיט די ווערטער האט ער זיך אריין געזעצט אין די קאר וואס איז געווען געפארקט דערנעבן "זאג פאר דיין בעל הבית אז איך וועל אים כאפן און ברענגן צו גערעכטיגקייט!! איך שווער!!!" האט אלען זיך צושריגען.

"שפאר דיין שפייאכץ שוויין...! דו זעהסט דאך וויפיל דו ביסט ווערט. זעה איין אז דאס איז א פארלוירענע קאמף. גיב אויף און לאז די זאך לויפן אז נישט וועסטו נישט דערלעבן דיין זון'ס געבורטסטאג..." און מיט א קוויטש איז די קאר אוועק געפלויגן פון דארט. אלען איז געשטאנען געפרוירן... ער האט זיך אראפגעווארפן אויפן פלאר און זייטיגערהייט האט ער ארויסגעשטופט זיין טעלעפאון פון די האלטער.

*

דול האט אויפגעהויבן די קאלל פונעם פרעזידענט "איך האב גערעדט צום סיקרעט סערוויס אגענט, ער זאגט אז אלען האט אים געהייסן אהיים גיין ווייל ער וויל ארלעדיגן אפאר זאכן... די אגענט זאגט אז ער האט אים געזען אריין גיין צו די אפיסעס אבער גארנישט מער... איך האב אים אנגעשריגן אז ער זאל פון היינט און ווייטער נישט אפטרעטן פון אלען אפילו פאר א סקונדע. אבער אויף יעצט האב איך געהייסן איבער קוקן די סערוועליענס קעמרעס זעהן וואו אלען איז געגאנגען"
"און, האלט ער שוין ערגעץ?"
"איך ווארט נאך אויף זיין ריספאנד"

אזוי רעדענדיג האט דול באקומען א ביפ. אויף די איידי איז ארויף געקומען אלען'ס נאמען "פרעזידענט, איך האב א ביפ פון אלען לאז מיך עס נעמען" "זיכער"

"דול, דאס בין איך. איך מוז רעדן צו דיר!!"
"קודם וואו ביסטו? איז אלעס אקעי מיט דיר?"
"איך בין דא מיט פארבינדענע הענט איך ליג אויפן פלאר און אזוי רעד איך צו דיר. מיין פארכאפער האט מיך איבערגעלאזט דא. אבער נישט פארן אוועק נעמען א וויכטיגע צעטל פון מיר וואס די צעטל האט געהאט אויף זיך הארטע באווייזן ווער דער פאררעטער איז. איך קען עס נישט גלייבן, ס'גייט מיר נאך נישט אריין אין קאפ אז ער איז.."
"פאר דו רעדסט ווייטער, אפשר זאגסטו מיר וואו דו ביסט אז איך זאל קענען שיקן איינעם דיך אפנעמען און אויפבינדן"
"איך ווייס נישט וואו איך בין, טרעס מיין קאל און טרעף מיין לאקאציע, איך בין ערגעץ דא אראפגעווארפן אין א פארשטיפטע גאס.."
"אקעי, בלייב אויף די ליין איך קאנעקט דיך צו מיין מאשינקע און איך וועל איבער געבן פארן פרעזידענט דיין לאקאציע ער זאל שיקן איינעם דיך אפנעמען.."

דול האט גלייך געטראפן די לאקאציע און אריין גערופן די פרעזידענט אויף די צווייטע ליין זאגענדיג אז אלען איז אקעי ער דארף נאר איינער זאל אים קומען אפנעמען פון די גאס וואו ער ליגט..
די פרעזידענט האט גלייך ארויסגעשיקט זיין סיקרעט סערוויס אגענט זאל גיין אהיים ברענגן אלען. "וואו לאנג דער אגענט קומט קענען מיר רעדן האט אלען געזאגט פאר דול.
לאמיך דיר זאגן וואס איך האב געטון און וואו איך האלט יעצט. איך האב מיך גענומען ארבעטן און איך האב דורך גענישטערט אלע דריי פיילס זוכענדיג פאר עפעס פארדעכטיג. אנקומענדיג צו וויקי'ס פייל האבן אפאר אקטיוויטעטן געקלינגען גלעקליך.. איך האב נישט געוואלט בויען דעראויף גארנישט אבער איך האב געקלערט פון אריבער גיין צו אים אין אפיס ווען ער איז נישט דארט און זעהן צו איך קען עפעס טרעפן. אנרופענדיג זיין סערעטאר האט איך געהערט אז ער איז אהיים פרי היינט... נישט וואו זיין שטייגער...
אבער דאס האט מיך ווייטער נישט קיין סאך געהאלפן, נאכדערצו נאכן הערן פון די סעקרעטאר אז ער האט זיך נישט גוט געשפירט.. נו, יעדער קען אמאל האבן עפעס.
אבער ביינאכט אנקומענדיג אין אפיס האב איך געטראפן אויף זיין פרינטער א פאפיר וואס האט אלעס געהאט אין זיך. ס'איז געווען א בריוו פון 'טריפל איי' צו אלע אגענטן אז די פלענער גייען ווייטער. איך האב גענימען די פאפיר און געוואלט אהיים גיין דיך רופן הערן וואס דו זאגסט דערצו און זען וויאזוי מיר גייען ווייטער דערמיט אבער אנקומענדיג אין די פארקינג לאט האט איינער זיך אריין געכאפט אין מיין קאר און נאכן מיך פארפירן אויף זייטיגע געסלעך האט ער מיך ארויסגעצווינגען פון די קאר און מיך געמאכט אים איבערגעבן די צעטל. וואו ס'שיינט האט וויקי זיך געכאפט אז ער האט מעגליך איבער געלאזט באווייזן פארן אהיים לויפן און ער האט אראפגעשקיט איינעם אויפווישן."

דול האט אלעס אויסגעהערט מיט אן אפענע מויל... וויקי איז דער וואס שטייט און פיטערט די טעראריסטן מיט אינפארמאציע? ער האט אנגעפירט מיט די קאנפרענס קאל ווען טריפל איי האט כמעט צוזאם געקראכט צוויי פליגערס. ער איז דאן געזעצן גלייך גילטיג.. ער איז שולדיג און אלעמען דא!!!
פארוואס טוט ער דאס???

"איך הער וואס דו זאגסט, מיר דרוקט נאר איין זאך. 'פארוואס זאל ער דאס טון'?"
"איך האב די זעלבע פראגע. איך קען נישט פארשטיין פארוואס ער זאל דאס וועלן טון, איך קען אים שוין יארן, ווילסט מיר זאגן אז די אלכ יארן איז ער געווען א פרעכע שקרן וואס האט אנגעשטעלט א פנים אבער איז געווען פארפוילט דורכאויס? ס'לאזט זיך עפעס נישט גלייבן. וועגן דעם האב איך געוואלט רעדן צו דיר פאר איך גיי ווייטער"


*

"נו מייקל, וויאזוי איז די מעשה דורך?" האט וויקטאר געוואלט הערן. "חחח.. נישט געקענט זיין בעסער, דער האט אוועק געציטערט, ער איז יעצט אזוי זיכער אז ס'איז וויקי, גארנישט אין די וועלט וועט אים נישט טוישן..."

"שטעל דיך נעבן וויקי'ס הויז וועסטו זעהן אז אלען גייט אריבער קומען צו אים.. איך קען אלען ער קען דאס נישט שלונגען ער גייט קאנפראנטן וויקי 'פעיס טו פעיס'... ווארט דארט וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט..."


*

"אויב פאלסגטו מיך, גיי אריבער צו אים אונדערהיים, זאג אים אין פנים אריין וואס דו ווייסט און זעה וויאזוי זיין רעאקציע איז, זאל ער דיר ענטפערן אויף דיינע פראגען" האט דול געזאגט פאר אלען.
"גוט, איך האב אויך געקלערט אזוי, איך גיי יעצט אריבער צו אים. אבער איך וואלט אזוי געוואלט דיך האבן דא נעבן מיר.."
"איך ווייס, אבער דו פארשטייסט אז איך קען נישט יעצט איבערלאזן ניו יארק."
"יא, זיכער אזוי. פיין, איך גיין דו רוף דעם פרעזידענט און זאג אים אונזערע פלענער"

*

"וויקטאר, דו ביסט גערעכט, אלען איז נארוואס אנגיקומען צו וויקי'ס הויז... ער האט שוין א באגלייטער מיט זיך... איך זעה אז די פרעזידענט האט אים צוגעשטעלט שיץ"
"וואס האב איך דיר געזאגט? קען איך דען נישט די סיסטעם... אבער מייקל דו קענסט נישט צו לאנג דארט זיצן. כאף די נעקסטע פליגער צוריק קיין ניו יארק מיר האבן א פארנומענע סקעדזשול נאך"

"פיין, איך קום צוריק"

אלען האט ארויף געוואקט דע שטיגענס צו וויקי'ס הויז, ער האט נישט געזען אז אפאר אויגן וואס קוקן ארויס פון א געפארקטע קאר קעגן איבער, באגלייטן יעדע טריט זיינע.

*

וויקטאר'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען, "אקעי וויקטאר, איך קען האבן א פאר גאלן פון ריינע דיטרילייז סחורה, דאס וואס דו האסט אריין געלייגט פאר וויקי איז געווען געמישט פון 10 פארצענט דיטרילייז און די איבריגע איז געווען וואסער. און אזוי ווי די זאך האט אזוי פיין געארבעט האב איך באשטעלט אפאר גאלן פון ריינע סחורה. איינמאל מייקל איז דא צוריק גייט ער אויספירן די פלאן פון עס אריין גיסן אין די 'פאלענד ספרינג וואסער' פלענט. ביז אפאר טאג וועט יעדער וואס טרינקט פון די וואסער זיין א קאליקער פאר אייביג. און איינער וואס וועט טרינקען מער פון איין גלאז וועט לכאורה שטארבן נאך אפאר שעה, זיינע קישקעס וועלן אויסגעברענט ווערן.."
"זייער גוט! מיר דארפן ארבעטן שנעל, איך ווייס נישט ווי לאנג ס'וועט נעמען פאר אלען צו כאפן אז וויקי איז נישט די אמת'ע פאררעטער. איך דארף אז די פרעזידענט זאל שוין דאן האבן געטרינקען פון די שיפמענט... אויב געלונגט עס אונז וועל איך בקרוב זיין פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן... זאג פאר דיינע חברה מיר דארפן יעצט ארבעטן געשווינד ווייל די זייגער רוקט זיך...."

"גוט! מארגען דארף די שיפמענט אנקומען איך וועל ערלעדיגן מיט מייקל די דעטאלן. איך האב געגעבן ארבעט פאר דזשעק אויך ער דארף מיר געוואויר ווערן ווי די מעין טאנק פון פאלענד איז און ער דארף מיר טרעפן א וועג אריין דארט
און אז מ'רעדט שוין, דו דארפסט זעהן ווי שיין דזשעק פאלגט וואס מ'הייסט אים. איך מיין אז די גאנצע אנטלויפן און צוריק קומען האט זיך געלוינט פאר אונז. דאס האט אים אזאנס צוקלאפט אז ער טוט אלעס וואס מ'בעט אים אן א קרעכץ. מיר דאפן דאנקען אלען פאר זיין טיפשות" "חחח... נישט געקאנט זיין בעסער.."

*

א טעקסט אויף ביל'ס פאון האט זיך געליינט: 'מארגן קומט אן די איבריגע סחורה, אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועל איך זיין די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ביז אפאר טאג'
א שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויף ביל'ס פרצוף..

......

ראבערט האט נישט געקלערט אין וויסטן חלום וואספארא נעץ מ'האט אויסגעשפרייט אויף אים.
פארזעצונג אי"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 6:47 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט נישט אין וויסטן חלום געקלערט צו בלייבן אזוי געשפאנט נאך א פארזעצונג פון אב-זקן...

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 7:41 pm
דורך למעלה משבעים
אאאאבבבב!!!!!, מיין מוסקלען זענען אנגעשטרענקט פון געשפאנטקייט. די שפינסט דאס עפעס אויסערגעווענליך, ביזט באמת איינס אין די וועלט. האלט אן.
א עקסטערע דאנק פארן זיך אזוי שנעל אנרופן צו מיין געבעט. אויב פריער האב איך געווארט בכליון עינים, קענסט זיך שוין אליין פארשטעלן ווי איך ווארט יעצט.....

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 8:02 pm
דורך זאל ער קומען
געוואלדיג OMG שנעל שרייב ווייטער איך האב שוין באלד חרטה פארן בעטן צו שרייבן ווייטער כ'ציטער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 8:43 pm
דורך נאר נייעס
איך הייב אן צי טראכטן אז די מעשה איז פאלטשע מעשה קען נישט זיין אז
אין אינזער אמעריקע זאל אזא זאך פאסירן

אב זאג אינז אויס ווי האט די מעשה פאסירט
אז נישט איך שיק טריפל איי צי דיר

אה שיר פארגען אז די האסט דארט קנעקטשנס

ני..... ני..... איך העל מיך ווענדן צי די פרעזעדענט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 8:48 pm
דורך שנאפס
אאאאבבבבבבבבב

דו ביסט אנבעליוועבעל!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 9:21 pm
דורך אלס פארשטייער
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 9:39 pm
דורך צולייגער
אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאבבבבבבבבבבבבבבב
בבבבזזזזזזזזזבבבבבבבבבבבבזזזזזזזזזז
כצצצצצצצצצציטטטטער
יו קענט דא דעט מען, סינישט נארמאל, כ'מיין ווי קענסטו פארלאזן די מענטשהייט אויף אזוי לאנג?, מאכן דעם גאנצנוילעם אנגעצויגן?
עניוועי טעינקס א טריפליאן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 11:03 am
דורך ווינקל
ווינקל האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:רחמנא ליצלן וואו דער טראגט אונז, מיין הארץ פאמט מיט אן אבנארמאלע ספיד, מיינע פינגער ווארפן זיך פאר שרעק. קיפ איט אפ ענד פעסט.

יישר כח טאטע'לע, מ'האמער געווארט און געווארט, און זיך דערווארט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 2:34 pm
דורך דארפסמאן
טייערע אלטער טאטע, איך האף אז די האסט געניג צייט, ווייל די מיזסט שרייבען יעדן טאג, איך קען עס נישט אויסהאלטן צוו ווארטן אזוי לאנג

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 3:40 pm
דורך איך_הער
פארפאלן, מעכטיג בלייבט מעכטיג, און אב בלייבט אב.
און צוזאמען איזעס א הערליכע ציענדע פארזעצונג.

יישר כחץ

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 4:52 pm
דורך שמיי_דריי
מוראדיג.

זייער געשפאנט מיר האבן געליינט מיט פארגעניגן

די יש"כ קומט זיך דיר ערליך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 8:03 pm
דורך גלגלשלג
wwwwwwwwwwwwwwwwwwooooooooooooooooooowwwwwwwwwwwwwwwwww
איצטערט געליינט די 12 13 14 פארזעצונג "אב די ביסט אנבעליוועבעל ;l;p- "

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 8:36 pm
דורך וואדקע
אנריעל!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 8:47 pm
דורך זכר באנדל
שמיי_דריי האט געשריבן:מוראדיג.

זייער געשפאנט מיר האבן געליינט מיט פארגעניגן

די יש"כ קומט זיך דיר ערליך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 11:10 pm
דורך אזוי נארמאל
WOW כאדורכגעליינט יעצט ביז דא כאבאקומען פיבער, כשפיר די קעלט פון אלענס עסן אויף מיין פלייצע.

יישר כח מיט א ביטע אויף ווייטער

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 12:29 pm
דורך איני יודע
ווי די זעהסט האב איך פון מיין זייט געטוהן וואס די האסט געבעטן און געמאכט א ס"ה פון פריער.
יעצט ווילן איך דיר בעטן אב, די זאלסט שרייבן אפטער..אדער כאטשיג אפמאכן א טאג און וואך (איך האף אז מער ווי איימאל א וואך) ווען די שרייבסט
איך ווארט מיט שפאנונג צו הערן פון דיר

15'צענטע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 9:10 pm
דורך אב זקן
אלען האט אריין געוואקט צו וויקי אין שטוב און אן קיין פארזוימינג האט ער גלייך צוגעטרעטן צום ענין. "וואס גייט פאר מיט דיר וויקי? דו שפירסט באמת נישט גוט אדער דאס איז אויך א חלק פון דיין שפיל?"

וויקי איז געלעגען אויפן קאוטש איינגעדרייט פאר יסורים. ער האט קוים באמערקט ווער דאס איז וואס רעדט צו אים אזוי פרעך. נאכן אויפהייבן די אויגן און זעהן אז דאס איז זיין אלען האט ער אים אנגעקוקט מיט א קרומע מינע "קודם זאגט מען העלאו, און צווייטענס וואס זוכסטו דא אין וואשינגטאן? דריטענס וואס באפאלסטו מיך?"

"אלעס האט איין תירוץ, איך ווארט דו זאלסט אלעס ענטפערן! וואס האסטו געמיינט, ווי לאנג וועסטו קענען שפילן די שפיל אן דעם וואס מ'זאל דיר כאפן הא? וואס האסטו געקלערט אז מיר זענען אזאנע דום קעפ און מיר וועלן נישט סוף כל סוף דערגיין ווער דו ביסט באמת?"

"אלען, איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט פון מיר.. דו זעהסט נישט אז איך ליג דא אין בעט און ווארף מיך פאר יסורים? אפשר קומסטו צוריק מארגן און דו זאגסט מיר פון וואס די רעדע איז, מיין קאפ איז נישטא יעצט און איך מיין אז דו האסט עפעס א טעות דא. דו זעהסט אויס זייער כעסיג אבער איך ווייס נאך נישט וואס דאס האט מיט מיר. קום צוריק מארגן איך האף צו שפירן בעסער און מיר וועלן אלעס דורך גיין"
"וויקי, איך זאג דיר אז דו ווילסט נישט איך זאל יעצט גיין פון דא, ווען איך גיי ארויס פון דא איז מיין דעסטענאציע גלייך צום פרעזידענט. פאר דיין כבוד גיב איך דיר די געלעגענהייט זיך אנצוגרייטן וואס ס'ווארט דיר. אלזא, אויב האסטו עפעס צו זאגן זאג עס יעצט! איינמאל דאס גייט ארויס פון מיינע הענט וועט יעדעס ווארט וואס דו רעדסט פארגעהאלטן ווערן קעגן דיר אין געריכט"

וויקי האט זיך צוקרעכצט. "אקעי, איך נעם ארייו אפאר פעין קיללערס איך גיי מיך איבער טון און איך קום ארויס צו דיר מיר וועלן רעדן אויף די פרישע לופט"

*

ווען די פרעזידענט האט געהערט פון דול אויף וועם די חשד איז האט ער געמיינט ער לייגט זיך צוזאם. די צער איז געווען דאפעלט סיי אז ס'איז די סי.איי.עי. דירעקטאר און נאך מער, די פרעזידענט איז געווען דער וואס האט געשריגן פאר אלען אז ס'איז נישט אמת און די לאך איז נישט ביי זיינע מענטשען און דא אזא פראסק. ווען ער פאלגט ווען אלען די ערשטע מינוט וואלט דזשעק שוין לאנג געווען אינדערויסן און 'טריפל איי' וואלט שוין לאנג געווען א פארגאנגעהייט. יעצט ליגט ער נאר טיפער אונעם גרוב... "איך וויל אז מ'זאל שוין ארעסטירן וויקי!! איך גיי זיכער מאכן אז די פרעסע ווערט געוואויר דערפון, אזוי זאל מארגן אינדערפרי זיין בילדער פון אים אויף די פאדערשטע זייט פון אלע צייטונגען דא אין אמעריקע. זאל יעדער זעהן אז א פאררעטער ווערט נישט פארשוינט און מ'שטראפט אים מיט דאס הארבסטע"
"מר. פרעזידענט, אלען איז יעצט מיט וויקי לאמיר הערן וואס ער זאגט. איינמאל אלען פארטיגט מיט אים וועלן מיר דעמאלטס זעהן וויאזוי מיר האנדלן ווייטער לאמיר נישט באגיין נאך טעותים מיטן טאנצן ווילדערהייט"
"פיין, איך ווארט ביים טעלעפאון אויף די קאלל אדער פון דיר אדער פון אלען. איינער זאל מיך לאזן וויסן"

*

וויקי איז ארויס געקומען אויף די פרישע לופט אבער א קענטיגע שוואכקייט האט זיך נאך אנגעזען אויף אים. "אלען, זאג מיר וואס גייט פאר, זאג מיר וואס דו קאכסט אזוי, פון ווען איך קען דיך האב איך דיך נאכנישט געזען אין אזא מצב. זאג מיר וואס גייט פאר?"

"וויקי, פארוואס שפילסטו דיך ארום מיט מיר? איך ווייס אלעס, און דו ווייסט אז איך ווייס ווייל דו האסט אפילו געשיקט איינעם אפנעמען די פאפיר וואס דו האסט היינט איבערגעלאזט אין די פרינטער! די פרעזידענט ווייסט אלעס און ער ווארט צו הערן פון מיר די אקעי אז ער קען אראפשיקן א סקוואד און דיך ארעסטירן. איך האלט אים נאר אפ ווייל איך שפיר אז ס'קומט זיך דיר אזויפיל אז איך זאל דיר מעלדן דערפון בעפאר, אלזא, פארוואס פארשוועמסטו מיין צייט? פארוואס פארענטפערסטו מיר נישט די איין שאלה וואס דרוקט מיר די גאנצע צייט און איך וועל דיר עס אראפלייגן אין איין ווארט: 'פארוואס??!!'. 'פארוואס' טוסטו דאס צו דיין לאנד? 'פארוואס' טוסטו דאס צו מיר? פארוואס!!??!!"

וויקי האט זיך געגעבן א שטעל אפ און אויסגעגראדט זיין רוקן "איך שווער אז איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר!!! איך זעה אז עפעס קאכסטו אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה פון וואס די רעדע. אפשר הערסטו אויף צו רעדן האלבעטע ווערטער און דו זאגסט מיר וואס עס גייט פאר?"

אלען האט אנגעפאנגען צו שפירן אז וויקי מיינט עס ערענסט.. ער איז געווארן צומישט.. ער האט שוין נישט געוואוסט וואס צו טראכטן.. "פיין, איך גיי דיר זאגן וואס די רעדע איז. אבער קוק מיר אריין אין פנים ווען איך רעד. דו ווייסט אז אלס א סי איי עי אגענט בין איך געלערענט צו ליינען שטריכן און פארשטיין רעאקציעס. לאמיר זיך אראפזעצן אויף די באנק דארט און איך וועל דיר אלעס זאגן אבער דו דארפסט מיר אריין קוקן אין די אויגען"

אלען מיט וויקי האבן אראפשפאצירט די גאס. מיט די באגלייטונג פון די סיקרעט סערוויס אגענט פון אונטן. פלוצים האט זיך אלען געגעבן א שטעל אפ און געהייסן וויקי זאל זיך אויך אפשטעלן....
"דו ביסט א פאלנער שקרן!!!!" האט זיך אלען צושריגען!!
"די מענטש וואס דו האסט געשיקט נאך מיר זיצט דא...
איך דערקען די קאר... "

"אלען, וואס ווילסטו פוון מיר? דו זעהסט קארס דו ווייסט אז איך שיק.. איך זאג דיר נאכאמאל; איך ווייס נישט וואס דו רעדסט!!!!"

"פיין, בלייב שטיין, באדעק מיין לענדן איך גיי ארויסציען מיין גאן. בלייב וואו דו ביסט די קאר איז אויף דיין רעכטע זייט בערך צען נאך..."

*

מייקל האט באמערקט אז די שמועס צווישן וויקי מיט אלען האט זיך אפגעשטעלט, די וועג וויאזוי וויקי האט זיך געשטעלט איז אים נישט געפאלן... ער האט געגעבן א צינד אן זיין קאר און מיט א קוויטש זיך גענומען געבן געז אויף ריווערס... ער האט געדרייווט ווילדערהייט ביז די קארנער. ער האט נישט עספיעט צו מאכן די דריי בעפאר ער האט געהערט אז זעץ... זיין פענדער האט געכאפט א קויל.. אבער ער איז געפלויגן ווייטער....

*

"שפרינג אריין אין די קאר און פלי אים נאך"... האט אלען געקוויטשעט צו די סיקרעט סערוויס אגענט.
" איך קען נישט. די פרעזידענט האט מיך פארבאטן פון זיך אוועק רירן פון דיר.. אנטשולדיג"

אלען האט אנגעכאפט וויקי און אריין צוריק מיט אים אונדערהיים. וויקי איז געווען אפגעשוואכט און אויסגעזען ווי ער לייגט זיך צוזאם. "די מצב איז נישט גוט.. איך וועל מארגן צופרי צוריק קומען מיר וועלן גיין אויף נאך א וואק און דאן וועלן מיר רעדן.. איך וויל נישט רעדן דא אין די הויז.." אלען האט אריין באגלייט וויקי אין בעט. וויקי איז אריין געפאלן שוואך אן א כח. ווען אלען האט געזען אז וויקי גייט איינשלאפן האט ער אויסגעלאשן די לעקטער און פארלאזט די צימער אבער נישט פארן איבער לאזן א קליינע אפאראט אונעם צימער.


ארויסגייענדיג פון וויקי'ס הויז האט אלען אנגערופן דול און דערציילט וויאזוי די שמועס איז געגאנגען.. וואו אויך די מעשה מיט די קאר... דול איז אויך געווארן גוט צומישט נישט וואוסענדיג צו מ'קען אים גלייבן אדער נישט. ביידע האבן אבער אפגעמאכט אז אויף מארגן וועט מען זיכער וויסן מער. "נאכדערצו ווען מיר וועלן הערן צו וועם ראבערט רעדט.."
אלען האט אנגערופן די פרעזידענט און דערציילט וואו מ'האלט. די פרעזידענט איז געזעצן אויף שפילקעס אים האט נישט געשמעקט אז מ'ווארט נאך א טאג מיט די ארעסט. אבער ער האט געוואוסט אז מער רעדט ער נישט אריין אין אלען'ס אנגעלעגענהייטן נאכדעם וואס ער איז שוין איינמאל אזוי שלעכט דורך געפאלן.

*

די נאכט איז געווען א נאכט צום געדענקען. די פרעזידענט, אלען און דול האבן כמעט נישט פארמאכט קיין אויג. די אנגעצויגענקייט איז געווען ביזן מאקס. ראבערט און וויקטאר זענען אויך נישט געשלאפן א רואיגע שלאף וויסענדיג אז מארגן קומט אן שיפמענט און זאכן גייען זיך נעמען גיין מיט א שנעלע טעמפא.

--

אינדערפרי איז ראבערט אויפגעשטאנען גאר פרי. דול איז אויך אויפגעשטאנען גאר פרי... ביידע האבן געריכטעט זייערע טריט אין די זעלבע דירעקציע, צו די זעלבע דעסטענאציע.
"איך בין אויפן וועג צו ראבערט'ס אפיס" האט דול געלאזט וויסן פאר אלען "איך וועל דיר לאזן וויסן ווען ער קומט אריין און פארשטייט זיך אויב רעדט ער אויפן פאון וועל איך אלעס מיטהאלטן. דערווייל גיי רעד מיט וויקי און זעה מיט וואס דו קומסט אויף"

ראבערט איז אנגעקומען צו זיין אפיס און געפארקט די קאר אויפן גאס אנדערש ווי יעדן טאג וואס ער פארקט אריין אין די פארקינג לאט. ראבערט האט געוואוסט אז ער גייט נישט זיצן לאנג אין אפיס ווייל ער דארף אראפפארן אפווארטן די סחורה וואס קומט אן. דול איז געזעצן און געווארט צו הערן ווען די אונטערהער אפאראט גייט זיך צושפילן דאן וועט ער וויסן אז ראבערט איז אין אפיס.

ראבערט האט אריין געוואקט און אפיס און גראד צוגעגאנגען צום קאמפיוטער "גוט מארגן דזשעק, דו האסט אנגעגרייט פאר מיר די מאפעס און די אידענטיפעקאציע קארטליך?"
"יא, איך האב דיר געשיקט אן אימעיל מיט אן עטטעשמענט אלעס וואס דו האסט געבעטן..."
"אקעי, ביי!"

דול איז געזעצן אין די קאר און געהערט יעדעס ווארט... ראבערט פלאנט עפעס שוין ווידער... עפעס מאפעס און אידענטיפעקאציע קארטליך.. אךךך... שוין ווייטער..??

דול האט שנעל געעפענט זיין קאמפיוטער און געכאפט א בליק אויף דעם ראבערט וואס ער וויל שוין אזוי לאנג קענען. די באהאלטענע קעמרע אין ראבערטס אפיס וואס דול האט נעכטען אינסטאלירט ביי די פאלס אלארעם האט נישט אנטוישט דול. ער האט געצייגט א הערליכע בילד פון דעם ראבערט. ווען ער האט געזען ראבערט פארלאזן די אפיס האט ער שנעל פארקלאפט די קאמפיוטער און געווארט צו זעהן ווען ראבערט קומט ארויס פון די בילדינג ער האט געוואלט זעהן אין וועלכע קאר ראבערט זעצט זיך אריין ווייל ער האט אים געוואלט נאכפארן...

ראבערט האט זיך ווילדערהייט אריין געזעצט אין זיין קאר און זיך גענימען פארן. דול אויף יענע סקונדע אנגעצינדן זיין קאר און זיך גענומען נאכפארן ראבערט. דול האט געוואוסט אז ראבערט איז נישט קיין מאפל קינד און מ'דארף זיך זייער אכטונג געבן מיט אים. דול איז אבער אויך נישט געווען אבי ווער, זיין ערפארונג אלס א סי איי עי אגענט איז אים יעצט פיין צוניץ געקומען און ער איז נאכגעפארן ראבערט מיט א דיסטענס אבער נישט אראפגענומען קיין אויג פון זיין קאר. די געלעגענהייט איז געקומען שנעלער וואו געראכטן. ראבערט האט זיך אפגעשטעלט קויפן א קאווע אין א גאז סטאנציע.. ווען ראבערט איז געווען אין די געשעפט האט דול זיך צוגעשארט צו די קאר און ארויף געקלעבט א מאגנעטישע טרעקער אונטער די בעק רעדל. פון דארט האט דול אויפגעהערט נאכצופארן ראבערט. ס'האט שוין מער נישט אויסגעפעלט, ער האט געהאט יעדע ריר זיינע אויף זיין סקרין.

"אלען וואס הערט זיך?" האט דול אנגערופן אלען "גארנישט ספעציעל, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט דעם וויקי. פון איין זייט האט ער נעכטן אויסגעזען אזוי אומשולדיג און ס'האט באמת אויסגעזען ווי ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים. פון די צווייטע זענען די באווייזן אזוי גראב און גרויס אז ס'איז נישט מעגליך קיין צווייטער."
"אלען, לאז עס נאך א טאג לויפן, איך האב ראבערט ארום גענימען פון אלע זייטן, זיין אפיס זיין טעלעפאון און זיין קאר זענען אונטער מיין קאנטראל. לאמיר זעהן ווי ער וועט אונז טראגן.."
"איך קען נישט. די פרעזידענט איז ווילד. ער שרייט אז מיר דערלייגן יעדע מינוט וואס מיר ברעכן נישט די ארעסט..איך קען נישט צו לאנג נאך דרייען מיט אים"
"אלען, איך וויל דיר זאגן, דער ראבערט האלט יעצט אינמיטן א געפערליכע אקציע, ער איז היינט געווען אין אפיס אפאר מינוט און ער האט גערעדט צו דזשעק וועגן מאפעס און אינדענטעפיקאציע קארטליך. איך זאג דיר עפעס גאר ערענסט קאכט זיך! אויב זאלן מיר יעצט ארעסטירן פארלירן מיר ווידער אלעס. זאג פאר די פרעזידענט זאל נישט באגיין די טעות וואס איך בין באגאנגען ביי די פאריגע אקציע. מיר קענען נישט שפרינגען צו שנעל!!"
"פיין מיטן פרעזידענט וועל איך מיך שוין אן עצה געבן. אבער דו האסט מיך געפערליך דערשראקן מיט די נייעס וואס דו האסט פארציילט. וואס טראכסטו וואס פלאנען זיין?"

"איך ווייס באמת נישט, אבער איך בלייב דא און איך וועל עס דערגיין. דו בלייב אין וואשינגטאן און זעה וואס דו קענסט דארט אויפטון."
"פיין, האלט מיך אינפארמירט מיט יעדע ריר"
"זיכער".

*

ראבערט איז אראפגעפארן צו די מיטינג פלאץ זיך צו טרעפן מיט די פארקויפער פון די סחורה. די טראנזאקציע איז דורך געשמירט. נאך אפאר מינוט איז ראבערט געווען אינדערויסן פון דארט מיט אפאר גאלן סחורה אין זיין טראנק.
פון דארט איז ער געפארן זיך טרעפן מיט מייקל און אים איבערגעבן די פלענער. אין א פארשטיפטע פארקינג לאט און די בעק פון א מאלל האט ראבערט זיך געטראפן מיט מייקל. "דו גייסט דיך פארשטעלן ווי א העלטה אינספעקטאר" האט ראבערט גלייך צוגעטרעטן צום ענין. "דא האסטו דיין אידענטעפיקאציע קארטל וואס דו וועסט דארפן דארט האבן. זאג זיי אז דו קומסט מאכן א טעסט אויף די ריינקייט פון די וואסער. דא האסטו די מאפעס פון די טענק." ראבערט האט אנגעוויזן פאר מייקל וועלכע רער ער דארף טרעפן וואס דארט לויפט דורך די גאנצע פארדוקציע. "זאג זיי אז דו טראגסט ארויס אביסל וואסער פאר לעב טעסט'ס. שפעטער וועסטו צוריק גיין זאגן אז דו דארפסט נאך וואסער אויסצומישן. פארשטייט זיך אז דו וועסט צוריק ברענגען אנדערע זאכן אנשטאט וואסער...."

מייקל האט איבער גענומען די פלענס און זיך ארויסגעלאזט אין וועג.

*

אלען און די פרעזידענט זענען געזעצן אויף שפילקעס.. אלען האט דערציילט פארן פרעזידענט וואס דול זאגט וועגן די נייע אקציע וואס איז אין פלאן. די פרעזידענט האט נאר געוואלט אז מ'זאל ארעסטירן וויקי און אפשטעלן די פלענער. ביטער שווער איז געווען פאר אלען אים איבערצוצייגן אז אפילו ער איז יא דער פאררעטער וועט מען נאר דערלייגן מיטן דורך פירן א ווילדע ארעסט. "איך האב אריין געלייגט ביי זיין בעט א אינטערהער אפאראט נעכטן ביי מיין באזוך, אויב גייט עפעס פארקומען גייט מען אים רופן און דאן וועל איך הערן, דול האט אויך קאנטראל אויף די צווייטע זייט. לאמיר עס לאזן גיין פאראויס אביסל און זען וואס קאכט זיך אויס. אפשר איז די לאך אסאך גרעסער? אפשר איז דא מער וואו איין פאררעטער? פארוואס דארפן מיר שפרינגען און דערלייגן אלעס?"

מיט שוועריגקייטן האט די פרעזידענט מסכים געווען צו אלען.

*

אויפן וועג צוריק צו די אפיס איז בייגעפאלן פאר ראבערט צו טוישן פון די ארגינעלע פלאן. פארוואס ווארטן ביז מארגן מיט די אקציע? אויב האב איך די מאטריאל און מייקל איז שוין דארט דאן קען מען היינט ענדיגן די זאך... מייקל זאל נאך היינט צוריק פארן און ענדיגען די גאנצע זאך....
ראבערט האט געוואוסט אז אזא באשלוס קען נישט געטון ווערן אן די איינשטימונג פון די באסס. וואו נאר ער איז אנגעקומען צוריק אין אפיס האט ער אנגערופן וויקטאר זאגן וואס ער וויל "העי באסס, וואס זאגסטו צו מיין פלאן?" האט ראבערט געפרעגט. "איך האלט זייער דערפון, די מצב אין וואשינגטאן זעהט נישט אויס זייער גוט, דערווייל האט מען נאכנישט ארעסטירט וויקי. לויט מיינע פלענער וואלט ער שוין געדארפט זיין אויף די פאדערשטע דעקלעך פון אלע צייטונגען. עפעס זעהט נישט אויס גוט דארט. מיט יעדע שעה וואס דו קענסט פארשנעלערן די אקציע איז בעסער.." "פיין, איך רוף דיך ווען איך בין פארטיג.."

דול האט געהערט די שמועס און ס'איז אים קאלט געווארן.... עפעס געפערליך גייט באלד געשען.. דול האט אנגערופן אלען צו ער האט אויך געהערט די שמועס... אלען האט נישט געהאט קיין אנונג פון וואס דול רעדט.. "וואס הייסט, האסטו נישט יעצט געהערט וואו וויקי גיט די אקעי אז די אקציע זאל היינט פארקומען..?"
"ניין, וויקי איז נישט יעצט געווען אויפן טעלעפאון.. איך הער אים שנארכעצן..!!!"


"דאן איז וויקי נישט ראבערטס באס!!!!"

.....


*

וויקטאר האט אנגערופן ביל דערציילן אז די אקציע איז נארוואס אריין אין מאשען. "ביז אפאר טאג בין איך די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.."
"וויקטאר, הער מיך אויף צו רופן יעדע פאר טאג דערציילן וואס גייט אט אט געשען. דו האסט שוין פארלוירן דיין קרעדעבילעטי ביי מיר! ווען איך וועל הערן אין די נייעס אז דו ביסט איינגעשוואוירן געווארן פאר פרעזידענט וועל איך דיך רופן. דו רוף מיך נישט נאכאמאל!!!
און געדענק, אויב גייט עס נישט דאס מאל איז נישטא קיין צווייטע שאנס!! און דאס איז מיין לעצטע ווארענונג צו דיר!!! איך ווארף יעצט אוועק די טעלעפאון אז אויב געלונגט עס דיר נישט זאלסטו מיך נישט קענען פאררעטן. אויב ארבעט זיך עס יא אויס וועל איך דיר קאנטאקטען."

א קנאק אראפ מיטן טעלעפאון איז געווען די נעקסטע זאך וואס וויקטאר האט געהערט. ער איז געזעצן אן אפגעפאטשטער..

*

ראבערטס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען.. "העלאו אגענט A, שוין נישט געהערט פון דיר א וויילע..."
"איך האב פאר דיר הייסע נייעס... ווען קענען מיר רעדן?"


פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 9:24 pm
דורך מי יודע
דו קענסט שוין רעדן ווייטער
וואס האסט זיך אפגעשטעלט????????????

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 10:13 pm
דורך למעלה משבעים
איך קען זיך נישט מצמצם זיין די מח, אב, די ביסט מעכטיג!!!! איז גאר א בלאסע משל, מיין הארץ פאמפט מיט מורא'דיגע שנעלקייט איך ציטער!!!
קום צוריק די שנעלסטע וואס מעגליך. א דאנק.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 11:08 pm
דורך נאר נייעס
טאטע.....!!!! טאטע .....!!!!

אזאנס נאך נישט געהאט רבתי עס אעז נישט קיין זשויק מיין שכן פרעג מיר אין מיטן ליינן אויב איך דארף הילף איך בין געווען
אלע קאלערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 12:05 am
דורך זאל ער קומען
אה איך בעטעך סטאפ נאר נישט דא איך שיווער שנעל לייג ווייטער זיידי
און ס'איבריג צו זאגן א גרויסן ישר כח מיר אפרישיעטן דיין מי און צייט
תזכו למצות