בלאט 12 פון 20

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 13, 2011 9:49 pm
דורך למעלה משבעים
אההההה, אב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! מיר ווארטן שוין בכליון עינים אויפן ווייטערדיגן, ביטע שרייב ווי פריער.
עס בענקט זיך שוין צו דיין זיסן פעדער.

יישר כח אב זקן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 3:42 pm
דורך איני יודע
פאר אליין נעמען די מיה און צוענדיגן די קיצור פון פריער
יעצט ווארטן מיר צו הערן פון דיר אפטער
מיט דאנק

12'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 8:21 pm
דורך אב זקן
פיר יאר פריער.


טשיקאגאו אילענוי.

911

"דאס איז די פאליציי וואס איז דיין עמערדזשענסי?"
"איינער ליגט דא אין מיין דריוו וועי, ער זעהט אויס טויט..."
"גיב אונז אייער אדרעס, מיר זענען אויפן וועג"

ווען די פאליציי איז אנגעקומען צו די סצענע האבן זיי געטראפן א יונגע מעטש ליגן אן קיין צייכן פון לעבן. ס'איז נישט זייער שווער געווען פאר די פאליציי צו כאפן וואס דא גייט פאר. אין די לעצטע פאר וואכן הערט מען יעדע צווייטע נאכט נאך אזא מעשה, און די אלע וואס מ'טרעפט נישט לעבעדיג זענען פארבינדן צו איין גרויסע מאפיע גענג מיטן נאמען 'קיל גענג'. די גענג איז באקאנט מיט זייער יוני פארם, אלע טראגן די זעלבע טעטאאס מיט די סימבאל פון די גענג.

די פירער פון די גענג איז געווען פאר יעדעם באקאנט מיט זיין ערשטע נאמען ביל. די גאנצע געגנט האט געציטערט פון אים מער ווי פונעם טייוול. אבער לעצטענס האט ביל גענומען א נייע שטאפל, ער האט ארום געלייגט טויטע מענטשען אין די גענגט און דאס האט געדינט ווי א ווארענונג פאר די שכינים אז אויב איינער וואגט זיך אויסצוזאגן אדער רעדן א ווארט צו די פאליציי וועט יענער אויך ענדיגן אזוי אן קיין צייכן פון לעבן. ביל איז לעצטענס געווארן געפערליך ווילד, צוויי פון זיינע געהילפן זענען פארכאפט געווארן ביי א דורך געפאלענע אקציע און לויט ווי ער איז געוואויר געווארן האבן זיי זיך גענימען זונגן און זיי רעדן און דערציילן פאר די פאליציי וואס מ'טאר נישט. ביל האט ארויסגעגעבן די ארדער אז יעדער אין די גענג וואס מ'גייט נאר האבן די מינדעסטע חשד אז ער קאאפערירט מיט די אויטאריטעטן גייט ווערן דערהארגעט און זיין גוף וועט ווערן ארום געווארפן אין די גאסן פון שטאט.

ביל האט עררייכט זיין ציל. די שטאט איז געווארן איינגעהילט אין א פחד. קיינער האט זיך נישט געוואגט צו רעדן א ווארט. ווען די פאליציי זענען אנגעקומען צו אזא סצענע האבן זיי נישט געהאט וועם אויסצופרעגן אפילו. קוים וואס די רופער האט זיך געוואגט צו געבן זיין נאמען... אזוי זענען זאכן אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט.

איין טאג איז 'דעטעקטיוו רעי' אנגעקומען אין אפיס, ס'האט אים געווארט אן איבערראשונג. אויפן טיש האט ער געטראפן א ריפארט אז 'שאן' איז געפונען געווארן טויט אין א דרייוו וועי. דעטעקטיוו רעי האט עס נישט געוואלט גלייבן... 'שאן' איז געווען פון די גרעסטע עשירים אין שטאט. א מענטש מיט אסאך געלט און א גרויסע קנאקער אין די דעמעקראטישע פארטיי. אויב זאל ארויסגיין אין די גאס אז די'קיל גענג' האט אים אוועק געלייגט גייען אסאך קעפ פון זיין דיפארטמענט פליען. די נאמען 'שאן' איז צו פאפולער אז מ'זאל דאס פארשווייגן אזויווי ביז היינט.

דעטעקטיוו רעי האט אפגעמאכט ביי זיך אז דאס איז עס!!! ער האט צוזאם גערופן א מיטינג מיט אלע אגענטורן און אראפגערופן די פירער פון די לאקאלע עף בי איי אפיס. "רבותי, יעדער זעט ווי מ'האלט דא, יעדער ווייסט ווער די נייע קרבן די נאכט איז געווען. ביז יעצט האט מען נאך געקענט פארשווייגן. אבער דאס גייט זיך היינט אויפהערן! די 'קיל גענג' גייט ווערן אויפגעלעזט און די פירער גייט אנקומען אין תפיסה! איך בין זאט פון זיך לאזן פירן ביי די נאז!!
איך פארלאנג יעדעמ'ס הילף און אויב פעלט אויס אוף איז אריין די נאציאנאלע גארדס פאר הילף. איך גיי אויסראטן די גענג פון אונזער געגענט!!!" האט רעי געדינערט! "איך וויל אז יעדע פריסענט זאל ארויף רוקן די שעות און אלע אפיצירן זאלן ארבעטן אווער טיים. מ'זאל ארום פארן אין די גאנצע שטאט. יעדע גאס מוז ווערן דורך געפארן כאטש צוויי מאל א שעה יעדע נאכט. איך מיט מיין סטעף פארן יעצט אראפ צו די סצענע ווי מ'האט געטראפן שאן, איך האף דארט צו טרעפן עפעס וואס וועט מיך פירן ווייטער."

ווען רעי האט געענדיגט רעדן איז די עף בי איי אגענט צוגעקומען צו אים און אים אריין געזאגט אין אויער "דו האסט געגעבן א שטארקע רעדע, זאלסט וויסן אז אונזער אפיס איז גרייט מיט סיי וואס פארא הילף דו דארפסט, אבער איך וויל דיר נאר זאגן אז דו פאנגסט דא אן מיט א גענג וואס איז זייער סכנה'סדיג. אסאך האבן שוין פראבירט זיך איינצורייסן מיט אים אבער ער האט יעדעם געוויזן די וועג צום בית החיים. איך בין מסכים מיט צוארבעטן מיט דיר אבער איך וויל דו זאלסט וויסן אין וואס דו לאזסט דיך אריין"
"איך ווייס זייער גוט" האט רעי געענטפערט, "אבער איך זאג דיר אז דאסמאל גייט ער אנקומען דארט ווי ער האט געשיקט זיינע קעגענערס.. איך לייג אלעס אין א זייט, איך זאג דיר אז ער איז א פארטיגער"
"דו רעדסט זייער ברייט מר. רעי, איך האב געקענט אסאך וואס האבן אזויפיל גערעדט אבער היינט רעדן זיי שוין נישט... דו לאזט דיך אריין אין א געפארפולע לאך... מאך זיכער אז דו ווייסט וואו דו גייסט..."

רעי האט געשאקלט מיטן קאפ און אוועק געוואקט. ער האט מיטגענומען זיין שותף און ביידע זענען צוזאמען אראפגעפארן צו די סצענע ווי שאן איז דערהארגעט געווארן. נאכן אונטערזוכן דאס פלאץ און האט רעי באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. נעמליך, שאן'ס בערזעל האט געפעלט. דאס איז די ערשטע מאל וואס ביל'ס גענג זאל רויבן א בערזל. זיי פלעגן געווענליך נישט הארגענען זייערע קרבנות פאר א בערזעל, זיי האבן אוועק געלייגט מענטשען פארן נישט באצאלן בילס אדער רענט. די גענג פלעגט נישט באפאלן פשוטע מענטשען און רויבן די בערזעל. אבער דאסמאל איז אנדערש געווען. רעי האט נישט געוואוסט וויאזוי אפצוטייטשן די פאקט, צו מיינט דאס אז די גענג איז אנגעקומען צו א נייע שטאפל אז זיי בארויבן פשוט מענטשען אדער מיינען זיי שאן דוקא.
צו לאנג האט רעי נישט געדארפט טראכטן, זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן, א קאל פון זיין אפיס האט אים איינגעמאלדן אז שאן'ס באנק אקאונט איז נארוואס אויסגעליידיגט געווארן.. די חברה האבן ארויסגערוקט א שיינע פאר דאלער דורך א ווייער טרענספער און אזוי אויך קעש פון א עי טי עם מאשין...

יעצט האט רעי פארשטאנען די בערזעל גניבה, זיי זוכן טאקע נישט ביי קיין פשוטע מענטשען קיין געלט אבער אזא שאן וואס האט מער וואו אפאר דאללער איז יא ווערט זיין בערזעל, וואס דארט ליגט זיינע קארטליך מיט זיינע פערזענליכע אינפארמאציע.
רעי איז גלייך אראפגעפארן צו די עי טי עם מאשין פון וואו די געלט איז גענומען געווארן. ער האט געוואלט כאפן די פינגער אפדרוקן אויפן מאשין.

---

"ביל, די קעש האב איך שוין, און די טרענספער איז אויך פארטיג.. מיר קענען גיין הוליען.."
"פון וואו האסטו גענומען קעש?" האט ביל צוריק געפרעגט,
"פון די עי טי עם.."
"וואאאאסס??? דו ווייסט נישט אז מ'נעמט קיינמאל נישט ארויס פון קיין עי טי עם, די פלאץ איז אייביג פול מיט קעמרעס.. וואס האסטו געטון??!!"

"שריי נישט אויף מיר ביל, מיר זענען שותפים! אויף א שותף שרייט מען נישט. איך וויל דיר נאר זאגן אז איך האב אנגעהאט א מאסקע און האנטשוך. מיר האט מען נישט געזען!"

"איך שרייב דיר אונטער אז די פאליציי זענען יעצט דארט ביי די עי טי עם און זיי זוכן דיך.. דו טוסט אייביג נערישע זאכן ווייל דו ווערסט פרייליך און דו פארגעסט פון זיך היטן.. ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס איך האב דאס מיט דיר... צייג דיך איבער! פאר דארט דורך יעצט און זאג מיר צו דו זעהסט נישט די פאליציי דארט. אייביג טוסטו אזאנע לייכטזיניגע זאכן.. שוין נישט די ערשטע מאל וואס איך דארף מיך ספראווענען מיט דיינע פעלערן. די פאליציי וועלן יעצט נאכקוקן דיינע פלעיטס, דיין די ען עי, אלעס.."

ביל'ס שותף איז געזען אפגעפאטשט, ער זעהט טאקע ביי די עי טי עם קומען אן פאליציי קארס איינס נאכן צווייטן, מ'נעמט ארום די גאנצע געגענט מיט געלע טעיפ.. "אקעי ביל, וואס טוה איך? ביסט גערעכט, איך האב מיך באנארישט, אבער יעצט דארף איך א וועג ארויס, ביז צען מינוט האבן זיי מיר, איך האב איבערגעלאזט א קאווע דארט און זיי גייען עס טרעפן..."

"דו גיי יעצט אהיים, איך וועל קעיר נעמען פון די פאליציי, ביינאכט וועלן מיר זיך אראפזעצן און זעהן וואס ווייטער צו טון."

ווי נאר ביל האט אראפגעלייגט די טעלעפאון האט ער אריין גערופן זיין וועכטער "גיי פארטיג דזשאו! ער דארף זיין אינדערהיים ביז אפאר מינוט". "וואס באס? דזשאו דיין שותף?" "יא! פרעג נישט איבער, איך בין זאט פון זיינע פעלערן! קום צוריק ווען ס'איז פארטיג"

רעי איז אריין אין די געשעפט זעהן צו מ'זעהט עפעס אויף די קעמרע. ס'האט נישט גענומען לאנג פאר אים צו כאפן די מענטש מיטן סוועטשערט אויפן קאפ און א באדעקטע פנים אז ער איז דער וואס האט געניצט שאן'ס קארטל. נאך מער האט ער זיך געפריידט ווען ער האט געזען ווי יענער לאזט איבער זיין קאווע אויפן סטענד.. רעי איז ארויסגעלאפן פון די געשעפט און געהייסן א אפיציר נעמען די קאווע קאפ און עס אראפטראגן צו סטאנציע אין די לעב פאר די ען עי טעסטינג.

--

"ביל, וואס הערט זיך?"
"העי, וואס זאגסטו קעפטען ריק? וואס הערט זיך אין די פריסענט? יעדער איז אויף מיט די שאן מעשה, וואס?"
"ביל, איך קען נישט קיין סאך רעדן, אבער די מצב איז זייער אנגעצויגן, דער דיטעקטיוו רעי האט זיך אריין געווארפן אין די קעיס, ער שווערט זיך אז ער גייט דיך אראפברענגן נישט קיין חילוק די קאסט דערפון. ער איז א הארטע ניסל"
"הארטע ניסל? איך בין אויך! זאגסט אז זיין נאמען איז רעי? איך לייג אים ארויף די ערשטע אויף מיין ליסט. ביז אפאר טאג איז ער מער נישט קיין סכנה.. און א יישר כח פאר די טיפ... האלט אן דיין ארבעט און לאז מיך וויסן אויב הערסטו עפעס מער"


נאך א האלבע שעה איז די לעב צוריק געווען מיט מעטש אויף די די ען עי. די אפיציר האט אנגערופן רעי און אים געגעבן די אדרעס פון דזשאו... רעי האט זיך אריין געזעצט אין זיין קאר מיט זיין שותף און אראפגעדרוקט די געז פעדל ביזן מאקס....

--

ביל'ס באדי גארד איז אנגעקומען צו דזשאו'ס הויז, ער האט אריין געקלאפט און דזשאו האט אים גראד געעפענט די טיר, "פארוואס האט דיך ביל געשיקט? עפעס גייט פאר?"
"ניין, ער האט נאר געזאגט אז היינט זאל איך זיין מיט דיר אויב עפעס גייט נישט גוט"
דזשאו האט זיך בארואיגט, נישט וויסענדיג אז ער אטעמט יעצט די לעצטע אטעם פאר זיין לעבן...

טררר.. "ביל, דאס בין איך. דזשאו איז קיין פראבלעם מער. איך בין אויפן וועג צוריק"


--

רעי האט אנגעקלאפט אויף דזשאו'ס טיר אבער נישט געווארט אויף קיין ענטפער. ער האט אויפגעריסן די טיר און אריין געשטורעמט צו אים אונדערהיים. רעי האט גלייך באמערקט אז ער איז אנגעקומען אביסל צו שפעט... דזשאו איז געלעגען אן קיין לעבנס צייכן. "אזוי גייט עס מיט זיי" האט רעי זיך אנגערופן, "איינמאל מ'ענדיגט וואס די באס האט געהייסן איז מען מער נישט ווערט די זאקן וואס מ'טראגט"

ס'האט זייער געבאדערט פאר רעי אז ער האט עס נישט געמאכט אין צייט. לויט די סמנים אויפן קערפער איז עס געווען א גאר פרישע זאך... רעי האט פראבירט זיך ארום צו קוקן אין די הויז זעהן צו ער זעהט עפעס וואס וועט אים טראגן ווייטער פון דא. זיין אויגן איז געפאלן אויף דזשאו'ס טעלעפאון וואס איז געווען איינגעשטעקט צו די וואנט און געטשארדזשד.
די ערשטע זאך האט רעי געקוקט צו ער זעהט עפעס פארדעכטיגע קאללס. רעי'ס אויגן איז גלייך געפאלן אויף די נאמען ביל, ווייל די צייט פון די קאל איז געווען די זעלבע צייט וואס די גניבה איז פארגעקומען. רעי האט אפגעשריבן די נאמבער און עז געגעבן פאר זיין שותף אריין צורופן און טרעסן צו וועם די נאמבער באלאנגט און וואו די טעלעפאון איז די לעצטע מאל געניצט געווארן.
אבער רעי'ס בלוט האט געקאכט, ער האט נישט אויסגעווארט צו הערן נאר גראד געדרוקט טאלק.... די טעלעפאון האט געקלינגן

"העי, דעטעקטיוו רעי, וואס האב איך די כבוד אז דו רופסט מיך פערזענליך?"

רעי איז געווען שאקירט אז ביל ווייסט זיין נאמען און אז ער וויסט ווער ס'רופט

"צו וועם רעד איך?"

"אז דו רופסט מיר גלייב איך אז דו ווייסט צו וועם דו רעדסט.. אבער אלס כבוד פון אזא גרויסע דעטעקטיוו וועל איך מיך אידענטיפעצירן.. איך בין די באסס פון די 'קיל גענג'. מ'רופט מיך ביל"

"גוט, זאל דיר עס זיין קלאר. דיין טאג איז נאנט, איך וועל דיך כאפן און ארעסטירן. איך מאך דאס פאר די פריארעטי פון די גאנצע פריסענט. יעדע אפיציר אויף די גאס ווייסט אז זיין בעסטע וואונטש איז דיך צו כאפן. צו שפארן קאפ וויי פאר מיר און נאך מער פאר דיר ראט איך דיר אז דו זאלסט דיך קומען אריין געבן צו אונז."

"הא הא הא הא. דו האסט א זיסע סענס אף הומער. לאמיך דיר קלאר שטעלן אפאר פאקטן הויך געשעעצטע דיטעקטיוו. אין מיין קורץ לעבן האב איך געהאט אסאך מענטשען וואס האבן מיך געזוכט און נאכגעלאפן און פראבירט צו כאפן, אסאך פון זיי האבן געענדיגט אין וואסער דארט ווי די טעלעפאון אויף וואס איך רעד יעצט גייט ענדיגן, ווייל איך ווייס אז די פראבירסט צו טרעיסן די קאלל. אלזא, איך וואלט גענומען די שאנס מיט דיר. און נאך א קלייניגקייט, דו האסט א משפחה און קינדער איז וואר? דו וואוינסט אין די רויטע הויז ביי די אינטערסעקשאן בין איך גערעכט? יעצט האמיר א גוטן טאג"

רעי איז געשטאנען פארפרוירן מיט די טעלעפאון אין די הענט.

ער האט תיקף אנגערופן זיין סארדזשענט און געבעטן אז ער זאל אריבער שיקן איינעם צו אים אינדערהיים העלפן זיין ווייב און קינדער זיך פאקן פעק ווייל ער וויל זיי זאלן פארלאזן די שטוב "זאכן ווערן זייער אנגעצויגן, איך דארף אז מיין משפחה זאל זיין באשיצט ערגעץ"

רעי האט פארלאזט די הויז און מיטגענומען דזשאו'ס טעלעפאון מיט זיך, אויפן וועג צו די פריסענט איז בייגעפאלן אן אקציע פאר רעי...

ער האט אפיר געזוכט אין די קאנטעקס פון די טעלעפאון אפאר נעמען. ער האט געזוכט מיט וועם דזשאו פלעגט האבן א שטארקע שייכות אויסער ביל. ער האט געטראפן פרענק. ער האט געזען אז דזשאו מיט פרענק זענען געווען גאנץ נאנט, ער האט געזען אימעילס וואו דו ביידע שמועסן וועגן אצקיעס וואס קומען פאר אין די רייען פון די 'קיל גענג'. רעי האט אויסגעוועלט פרענק אלס זיין קרבן.

ער האט זיך אפגעשטעלט ביי א זייטיגע גאס און געבעטן זיין שותף זאל אים בארגן זיין טעלעפאון, ער האט אנגערופן פרענק אויף זיין סעל "פרענק, גיי שוין ארויס פון דיין הויז, די פאליציי זענען נאך דיר זיי גייען דיך קומען באזוכן ביז אפאר מינוט. באהאלט דיך שוין!"
"ווער ביסטו און צו וועם רעד איך?"
"איך וועל באלד רעדן וועגן מיין אידענטיטעט. יעצט אנטלויף ווייל זיי קומען" רעי האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און זיך אריין געזעצט צוריק אין די קאר און זיך גענומען פליען צו די ריכטונג פון פרענק'ס הויז.
מיט הויך הילכער און בליצערס האט ער זיך אפגעשטעלט פארענט פון פרענק'ס הויז און פלינקערהייט צוגעלאפן צו פרענק'ס טיר און זיך גענימען האקן מיטן פויסט "דאס איז די פאליציי עפן שוין אויף"

פרענק'ס ווייב איז געקומען דערשראקענערהייט עפנען, זי האט געזאגט אז פרענק האט נארוואס פארלאזט די הויז אין איילעניש. "אויב קומט ער צוריק ביטע רופט אונז מיר דארפן וויכטיג רעדן צו אים"
רעי האט געשמייכעלט.... זיין אקציע איז געלונגען..

פרענק איז נישט געווען זייער ווייט פון זיין הויז, ער האט נאך געהערט די פאליציי קאר אנקומען... ער האט זיך זייער געפריידט אז איינער האט אים געווארענט בעפאר.. אבער ווער איז דער איינער??

פרענק האט זיך נישט צו לאנג געדארפט ברעכן קאפ. זיין טעלעפאון האט זיך ווידער צוקלינגען. "העלאו, ווער ביסטו?"
"קודם האב איך הנאה אז דו האסט מיך געפאלגט, יעצט וועל איך דיר זאגן ווער איך בין. פונקטליך מיין נאמען איז נישט אינטערעסאנט, אבער איך ארבעט פאר די פאליציי דיפארטמענט, איך בין זייער גוט געווען מיט דייון געוועזענע חבר דזשאו און איך בין אים אמאל שולדיג געבליבן א טובה. איך האב אים דאן צוגעזאגט אז אויב גייט ער אמאל זיין אין טראבל גיי איך אים העלפן. נישט לאנג צוריק האט ער אין א שמועס דערמאנט פון מיין צוזאג און געבעטן אז אויב גיי איך אים נישט קענען באצאלן די טובה זאל איך עס באצאלן פאר פרענק. און ער האט מיר געגעבן דיין נאמבער. אלזא, איך האב יעצט באצאלט מיין צוזאג און איך בין מער אים גארנישט שולדיג. אבער אז איך רעד שוין מיט דיר וויל איך דיר זאגן אז איך מיין אז דו זאלסט אנטלויפן פון שטאט. די פאליציי זענען אויסן אייך אונטער צוברענגן מיט יעדע וועג וואס פעלט נאר אויס. אזש די מעיאר האט אויטארעזירט צו ניצן הייס געווער ביי יעדע ארעסט. אלס א חבר פון דזשאו און אלס איינער וואס איז דא צו באצאלןן א טובה פאר אים עצה איך דיר אז דו זאלסט פאקן פעק און אפיאגן ווי לאנג דו קענסט."

"איך הער, אבער עס איז נישט אזוי פשוט. איך בין אנגעהאקט אין די גענג און ס'גייט נישט אזוי פשוט דאס אנטלויפן. היינט נאכט קומט פאר די וועכענטליכע גענג מיטינג ביי ביל איך וועל אים דערציילן אונזער שמועס און הערן וואס ער האט צו זאגן"

"איך זאג דיר נאכאמאל, טו וויאזוי דו פארשטייסט. איך האב אפבאצאלט מיין טובה און מיט דעם האק איך אפ מיט דיר. טו וואס דו ווילסט. נאר נאך איין זאך, גיי נישט אהיים דו קענסט קיינמאל נישט וויסן צו די פאליציי גייט נישט נאכאמאל איבערפאלן דיין הויז."

"איך ווייס, איך גיי נישט אהיים יעצט. איך גיי מיך איינשרייבן אין די מאטעל ביי די קארנער ביז ביינאכט און דאן ביי די מיטינג וועל איך הערן פון ביל וואס ער פלאנט ווייטער"


רעי האט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א שמייכל און אנגערופן זיין סארדזשענט זאגן אז ער זאל גרייט מאכן א גרופע פון אפיצירן ווייל היינט ביינאכט גייט מען כאפן די גאנצע גענג. "איך ווייס נאך נישט וואו דאס גייט זיין אבער איך גיי וויסן שפעטער, דערווייל רוף צוזאם דעם עולם און מאך זיי גרייט אויף די איבערפאל"


די סארדזשענט האט נישט געקענט גלייבן וויזאזוי ס'איז אזוי שנעל געלונגען פאר רעי אדורך צו ברעכן די זאך, אבער ער האט געקענט רעי און ער האט געוואוסט אז ווען ער וויל עפעס האלט אים גארנישט אפ.

א מיטינג אין די פריסענט איז פאררופן געווארן אז היינט נאכט בלייבט יעדער אווער טיים און יעדער זאל זיך אנגערייטן די וואפן ווייל ס'קומט היינט א איבערפאל. מער דעטאלן וועלן שפעטער נאכפאלגן.

--

רעי איז אנגעקומען צו די מאטעל נאך פאר פרענק, ער האט אפגעווארט און געזען ווי פרענק קומט אן און נעמט ארויס א צימער אין די מאטעל...
די טאג איז דורך געלאפן און די נאכט איז צוגעפאלן.. א דינע רעגן האט געהאנגן אין די לופט.. רעי ווארט רואיגערהייט אין זיין קאר מיט פארלאשענע לעקטערס און נעמט נישט אראפ זיין אויגן פון די טיר פון די מאטעל. ער ווארט אז פרענק זאל ארויס קומען.

דערווייל איז די סארדזשענט געזעצן אנגעצויגן און געווארט צו הערן פון רעי עפעס מער אינפארמאציע. רעי איז אבער געזעצן רואיג און געשמייכעלט, ער האט נישט געגלייבט אז זיין פלאן גייט אים טראגן אזוי ווייט, ער האט געפלאנט אז פרענק גייט פאניקן און לויפן צו ביל. אדער גאר וועט אים געלונגען אנצוקניפן א נאנטשאפט מיט פרענק און אזוי ארויס באקומען מער. אבער אז מיט די צווייטע פאון קאל זאל פרענק אים שוין צופירן צו די גאנצע גענג אויף אמאל איז געווען א לאטערי פאר רעי.

די זייגער רוקט זיך....

בערך צענע ביינאכט האט זיך די מאטעל טיר געעפענט און רעי זעהט ווי פרענק זעצט זיך אריין אין די קאר.
"סארדזש, דאס איז רעי, די טארגעט איז אן די מאוו. גרייט אן די מענטשען ווייל איך גיי ביז אפאר מינוט האבן די לאקאציע."

פרענק האט אנגעצינדן זיין קאר און אין די זעלבע צייט האט נאך א קאר זיך אנגעצידנן. רעי האט זיך ארויסגערוקט פון זיין ספאט און זיך גענימען נאכפארן די זילבערנע שעווי.

נאך א שטיק צייט פארן האט די זילבערנע שעווי זיך אריין געדרייט אין א גרויסע שטאטישע פארק און זיך אפגעשטעלט אין די פארקינג לאט.
רעי האט געלאזט וויסן פארן סארדזשענט אז יעדער זאל קומען שטילערהייט אן קיין גרודער צו די סטעיט פארק און ארום נעמען די פארק פון אלע זייטן אבער זיך האלטן צו א דיסטענס.

רעי זעהט ווי שטאטערהייט פילט זיך די פארקינג לאט אן און איינס נאכן צווייטן קומען מענטשען אן און גייען אריין אין פארק...
רעי האט געוואלט אז בעפאר ער באפאלט די פארק זאלן טאקע אלע דארט זיין...

----

"ביל, גיי נישט היינט צו די מיטינג... זיי ווייסן דיין לאקאציע און זיי גייען איבערפאלן דאס פלאץ..." האט קעפטען ריק געלאזט וויסן ביל.
"אנטלויף יעצט פון שטאט ווייל דיין גענג איז ארום גענימען..."

"פון וואו ווייסן זיי מיינע פלענער און מיינע מיטינג פלעצער?"

"איך ווייס נישט, אבער די פארק איז ארום גענומען פון אלע פיר זייטן. פאק פעק און אנטלויף!!!"



פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 9:05 pm
דורך למעלה משבעים
אב!!!!!!!!!!!!!!!!!! די ביזט אנריעל, אהההה, עס קומט גוטע צייטן רבותי, אב איז אין די כלים.
א עקסטערע דאנק פארן צוריק קומען און שרייבן ווייטער, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן נעקסטן.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 9:06 pm
דורך מי יודע
אה, ענדליך צוריק

יישר כח ;l;p-

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 9:09 pm
דורך שמערי בערי
ייש"כ פאר'ן המשך! געוואלדיג!

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 9:36 pm
דורך קרעמער
א גוטע וואך אלטער פאטער, א שיינעם דאנק פאר די פרישע שפאנענדע טייל

מיר זענען אלע גרייט מיט הילף... גיב אונז נאר א רוף אויב עס פעלט אויס אמאל...

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 9:44 pm
דורך משנה מקום
למעלה משבעים האט געשריבן:אב!!!!!!!!!!!!!!!!!! די ביזט אנריעל, אהההה, עס קומט גוטע צייטן רבותי, אב איז אין די כלים.
א עקסטערע דאנק פארן צוריק קומען און שרייבן ווייטער, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן נעקסטן.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 11:22 pm
דורך שנאפס
מי יודע האט געשריבן:אה, ענדליך צוריק

יישר כח ;l;p-


מען זעט אז אב זקן האט געהאט גענוג צייט צו חלומען אז דער פארזעצונג זאל ווערן מער שפאנענד

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 1:46 am
דורך אלס פארשטייער
אנטיסעמיט וואס דער קעפטען ריק איז, באט עניוועי טענקס קיפ עם קאמינג!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 9:49 am
דורך צולייגער
אבא'לע, ביסט מעככככככככככככככככככככככככטיג!
קיפ איט אפ, האלט אן אנע רחמנות.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 1:41 pm
דורך איך_הער
רחמנא ליצלן וואו דער טראגט אונז, מיין הארץ פאמט מיט אן אבנארמאלע ספיד, מיינע פינגער ווארפן זיך פאר שרעק. קיפ איט אפ ענד פעסט.

יישר כח טאטע'לע, מ'האמער געווארט און געווארט, און זיך דערווארט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 1:49 pm
דורך ווינקל
איך_הער האט געשריבן:רחמנא ליצלן וואו דער טראגט אונז, מיין הארץ פאמט מיט אן אבנארמאלע ספיד, מיינע פינגער ווארפן זיך פאר שרעק. קיפ איט אפ ענד פעסט.

יישר כח טאטע'לע, מ'האמער געווארט און געווארט, און זיך דערווארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 10:10 pm
דורך גולם
גם אני הקטן מצטרף דע פארזעצונג זאל פארגעזעצט ווערן ווי שנעלער...
שקויעך אב זקן פארן אונז נישט איבערלאזן אזוי אינמיטן דעי פארכאפונג

13'נטע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 12:31 am
דורך אב זקן
דזשעק איז געזעסן אין די העליקאפטער מיט פארבינדענע אויגן. ער האט סיי ווי נישט געדארפט אז זיין אויגן זאל זיין אויף געבינדן ער איז מאראליש געווען טאטאל צוקלאפט, ער האט נישט געוואלט זעהן קיינעם, ער האט געשפירט אז זיין וועלט איז געקומען צו אן ענדע. אין זיין מח האט ער זיך געזען זיצן איינזאם און אין א טיפע דיפרעסיע, ער האט זיך געזען זיצן צובראכן און צושאקלט.

לויט וואו גוט ער קען ראבערט גייט ער פון יעצט אין ווייטער יעדן טאג זיכער מאכן אז ער גיט אים דאס טויט צו שפירן. ער גייט מיך נישט קענען פארגעבן פאר די אקציע וואס איך האב אנגעווערטשאפט. קלערט דזשעק צו זיך צובראכן.
אויב שוין אזוי קלערט ער ווייטער צו זיך דערביטערט דאן זאל ער מיך הארגענען, פארוואס לאזט ער מיך לעבן?
דזשעק האט אבער געוואוסט די תירוץ, ער האט געוואוסט אז ראבערט גייט אויסניצן זיין טאלאנט אויף אלעמען און דערנאך ווען ער וועט זיין פארטיג מיט וואס ער דארף וועט ער אים פארטיגן, אדער פשוט ארויסווארפן אויף די גאס און אים לאזן וואנדערן מיט די מחשבות אז זיין ארבעט האט אומגעברענגט הונדערטער מענטשען און ער וועט אים לאזן זיך עסן מיט די מחשבה ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבן.
דזשעק האט דאס אלעס געוואוסט, אבער ער האט אויך געוואוסט אז ער קען דאס נישט פארמיידן. די וועלט זאגט מזל האט מען איינמאל, די מזל דא איז שוין אויסגעלאפן! מער נישטא קיין זייגער, מער נישטא קיין דול, מער נישטא קיין אלען, אלעס איז א פארגאנגענהייט....
טרערן האבן אראפגערינען פון דזשעק'ס פארדעקטע אויגן...


דזשעק האט נישט געוואוסט וואו מ'פירט אים. ער האט נאר געשפירט אז די העליקאפטער לאנדעט. פון דארט האט מען אים געשלעפט אריין אין א קאר, נאכן אפפארן א שטיק צייט האט מען אים ארויסגעשלעפט און איבער געטאפט פון קאפ ביז פיס. דזשעק קלערט צו זיך, ס'זעהט אויס וואו איך האב ווען געהאט א טשאנס עפעס צו טון אז מ'דארף מיך נאכאמאל איבערקוקן, וואו כאילו מיין הענט,פיס,אויגן, זענען עפעס נישט געווען פארבינדן די גענצע צייט. אבער ווער איז ער צו זאגן א ווארט, ער ווייסט אז שווייגן וועט זיין דאס בעסטע פאר אים, וואו א למך פאלגט ער יעדע זאך וואס מ'הייסט אים.

פון דארט האט מען ווייטער געשלעפט אריין אין א בילדינג און אריין אין אן עלעוועיטאר, אויף די קיצל אין זיין געדערים האט ער געשפירט אז די עלעוועיטאר פארט אויף אראפ.
אנקומענדיג אונטן האט מען אים אויפגעדעקט די אויגן. דזשעק האט זיך געטראפן אין א קליין צימער מיט א טיש, בענקל, קאמפיוטער, טעלעפאון,בעט און בית הכסא. אלעס איז געווען אין די זעלבע שטוב, אן קיין פענצטערס אדער סיי וואס פארא ליכטיגקייט אויסער די שיין פונעם לאמפ.

דזשעק האט נישט געהאט קיין אנונג אין וועלכע קאנטינענט ער געפינט זיך, ער האט געוואוסט אז ער קען נישט זיין זייער ווייט ווייל מ'איז נאר געפארן מיט א העליקאפטער, אבער וויפיל די זייגער איז האט ער נישט געקענט אויסרעכענען.

נאך פאר ער האט עספיהט זיך צו אריענטירן האט די טעלעפאון זיך שוין צוקלוינגען.
"העלאו דזשעק" האט דזשעק געהערט פון די אנדערע זייט, און די שטימע איז אים געווען גוט באקאנט "דאס בין איך ראבערט, וועלקאם בעק.
איך פארשטיי אז דו ביסט זייער אפגעמיטשעט און דו ביסט דורך אסאך, און אזוי ווי איך פלאן דיך צו ניצן אין די נעקסטע פאר טאג גאר אסאך וועל איך זיין גוט צו דיר און דיך לאזן אויסרוען פאר אפאר שעה. אבער פארוואס זאלסטו נישט האבן וואס צו טראכטן בשעת'ן שלאף? אלזא, וועל איך דיר געבן שטאף.

הער מיך גוט צו. לאמיר אנפאנגן פון אנפאנג.

און לאמיר דיר זאגן, אסאך פון די זאכן בין אויך הערשט היינט געוואויר געווארן. אבער די חילוק פון מיר און דיר איז, איך פריי מיך צו זיין א חלק דערפון און דו נישט אבער מיר ביידע ארבעטן יעצט פאר די קאמפעני וואס הייסט 'טריפל איי'. די היסטאריע פון די קאמפעני איז בערך אזוי;
די בעל הביל פון די קאמפעני הייסט ביל, דער ביל האט א לאנגע היסטאריע וואס דו ווילסט ניטאמאל וויסן. איין זאך קען איך דיר זאגן, דער איז עלול פארן ארגסטן. ער האט אמאל געפירט א גענג וואס האט געהייסן 'קיל גענג' ער האט געמארדעט מענטשען און געפירט די גענג מיט אן אויסטערלישע רציחה. ער האט געמוזט איבערלאזן די גענג און אנטלויפן פון זיין היים שטאט טשיקאגוי נאכדעם וואס די פאליציי האבן ארעסטירט זיין גאנצע גענג ביי אן איבערפאל איין נאכט. אים איז געלונגען צו אנטלויפן דורך א טיפ וואס ער האט באקומען פון א חבר זיינער וואס איז געווען פון די פאליציי אפיצירן דארט. אבער ווען ער איז אנטלאפן האט ער מיטגענומען מיט זיך גאר אסאך געלט און אזוי אויך האט ער געהאט אנגעזאמעלט אן אקאונט וואס איז געווען איבערגעשוואלן. נאכן זיך באזעצן אין א שטילע פלאץ האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער גייט אפלאזן די גענג לעבן און זיך פארלייגן אויף מאכן מער געלט.

דאן איז אים בייגעפאלן די קאמפעני 'טריפל איי' וואס מיר ארבעטן יעצט. און פון די פראגרעם FIT "

"איך ארבעט נישט פאר אים" האט דזשעק אריין געשריגן כעס'יג אונעם טעלעפאון"
"האק מיך נישט איבער, איך זאג אז דו ארבעטס יא פאר אים. און שטיקט דיך מיט דעם פאקט!

ארגינעל איז 'FIT' געווען א ארגענעזאציע וואס האט געדארפט העלפן די רעגירונג מיט די מלחמה קעגן טעראר. ביל האט געוואלט אז סענעט זאל באשטעטיגן אז דאס איז א לעגעטימע ארגענעזאציע וואס העלפט די רעגירונג. ער האט געוואלט אז די רעגירונג זאל שרייבן א קאנטראקט מיט אים צו העלפן מיט די גלאבאלע מלחמה. זיין פלאן איז געווען אנצוזייען טעראר מיט די 'טריפל איי' ארגענעזאציע און עס אפשטעלן מיט זיין 'פיט' ארגענעזאציע און איינמאל סענעט באשטעטיגט
זיין ארגענעזאציע האט ער געפלאנט אויפצוהערן מיט די טעראר אזוי אז סענעט זאל איינזען אז 'פיט' איז טאקע א געלונגענע ארגענעזאציע. ביל האט געהאפט צו מאכן אסאך געלט דערפון, באקומען אומזיסטע פאנדן פון די רעגירונג פארן אויפברעכן טעראר רינגען וואס האבן קיינמאל נישט עקזעסטירט און אזוי פאקן געלט אין טאש. אבער דאס אלעס איז צוזאם געפאלן מיט דעם וואס די רעגירונג און בעיקר דיין מענעדזשער האט זיך אריין געלייגט אונז צו כאפן וואס דאס מיינט אז אונזער ארגענעזאציע 'פיט' וואס שטייט פאר 'פ'ייטינג א'ינטערנאציאנאלע ט'עראר' גייט קיינמאל נישט דורך גיין אין סענאט.

יעצט איז ביל צוריק געווארן די אלטע מערדער ביל און אפגעמאכט אז מ'גייט גיין צו PLAN B דאס הייסט מ'גייט סתם אזוי צופיקסן די רעגירונג און ארויספרעסן געלט פון זיי אויף די אמאליגע וועג. דאס הייסט אז אויב באצאלן זיי נישט א געוויסע אפצאל דאן וועלן זיי ליידן ערענסטע קאנסיקווענצן"

"דו ביסט פארטיג מיט דיין דרשה?" האט דזשעק אריין געשריגען כעס'יג.
"יא, איך זאג דיר עס אז דו זאלסט וויסן אז פון יעצט און ווייטער גייט קומען אסאך טויטע מיט יעדע אקציע וואס דו גייסט מאכן. נישט וואו ביז יעצט וואס מיר האבן נאר געניצט צו דערשרעקן. דאסמאל מיינט עס די באסס ערענסט"

דזשעק האט אראפגעקנאקט די טעלעפאון מיט א זעץ!

*
לאמיר צוריק מישן אפאר שעה.



וואו נאר דזשעק איז אריבער אין די הענט פון ראבערט האט א ביטערע מינע זיך אויסגעשפרייט אויף אלען'ס געזוכט. ער האט געוואוסט אז אויב האט ער ביז יעצט געהאט עפעס א וועג צו טרעפן דזשעק און פאל פון נויט איז יעצט אלעס פארטיג! דזשעק איז יעצט אן קיין באשיצער! און דאס האט זייער געבאדערט פאר אלען וואוסענדיג אז ער איז געווען דער וואס האט אריין געלייגט דזשעק אין פעקל. אלען האט זיך צוגעזאגט צו טון אלעס וואס מעגליך ארויסצוראטעווען דזשעק פון דארט.

דול איז אויך געזעצן מיט אן אראפגעלאזט זויערע פנים. ער האט געוואוסט אז ווען נישט ער באנארישט זיך און פאלגט אלען און דערציילט נישט פארן פרעזידענט וועגן די אקציעס וואלט די מצב נישט געהאלטן ווי ס'האלט יעצט. אלעס בין איך שולדיג! האט דול זיך אליינס פארגעהאלטן. "איך בין גרייט וואס דו דארפסט אין יעדע הינזיכט, לאמיר ארבעטן אינאיינעם צו טרעפן דזשעק" האט דול געזאגט פאר אלען.

"די ערשטע זאך גייען מיר רעדן צום פרעזידענט. לאמיר זען וואס מיר ווייסן און וואס אונזער פלאן ווייטער איז. לויט ווי מיר האלטן יעצט איז די פאררעטער איינע פון די דריי; אדער די דירעקטאר פון די סי איי עי, אדער די וויצע פרעזידענט, אדער די אטורני דזשענעראל. מיר דארפן זיך נעמען ארבעטן און זעהן ווער פון די דריי גיט ארויס די סודות. אן פארשטאפן די לאך איז נישט מעגליך צו טון עפעס ווייטער"

א קאנפרענס קאלל צווישן די פרעזידענט דול און אלען איז אויפגעסעט געווארן.

*

ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען. "העי באסס, וואס רופסטו מיך? ווילסט קומען פייערן די זיג?"
"ניין! איך וויל דו זאלסט מיר זאגן וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן"

"העי באסס, איך האב די טענה אויף דיר. דו האסט מיר געזאגט אז זיי גייען קומען מיט א העליקאפטער און זיך אראפלאזן, דו האסט מיר קיינמאל נישט געזאט אז דא גייט זיין צוויי טיעם'ס און זיי גייען אינוואדירן פון צוויי פלעצער. פארוואס האסטו מיך נישט געגרייט דעראויף?"

"וואס הייסט צוויי טיעם'ס? איך האב גארנישט געוואוסט דערפון.. די פרעזידענט האט אונז נאר געזאגט וועגן אן העליקאפטער..."

די אנדערע ליין איז געווען שטיל....
וויקטאר האט געכאפט וואס מ'האט געטון מיט אים... ער האט טאקע באמערקט אז נאר דריי חברה זענען געווען ביי די מיטינג ווען מ'האט אפגעמאכט אז מ'גייט אריין שיקן ספעציעלע קרעפטן פון די דאך.. ער האט עס נישט אנגעקוקט אינטערעסאנט וויסענדיג אז די זאך איז געהיים.. אבער יעצט כאפט ער אז מ'האט אים דא אין זאק געווארפן...

"איך רוף דיך באלד צוריק.. איך מוז אראפ לייגן"

וואס טוט מען דא ווייטער? הייבן פיס און אנטלויפן? וויקטאר האט נישט געקענט טראכטן וויאזוי ער זעהט זיך ארויס פון דא...
ער האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין בענקל און פארלאזט זיין אפיס. זייון מח האט פארלאנגט א שפאציר אויף די פרישע לופט.

וויקטאר האט זיך גענימען שפארצירן און זיין מח האט פיבערהאפטיג געארבעט 'אויב בין איך נאך יעצט דא מיינט דאס אז זיי ווייסן נאך נישט ווער איך בין באמת, זיי האבן יעצט א חשד אויף אונז דריי און זיי גייען אונז לכאורה נאכקוקן יעדע רור אבער זיי ווייסן נאך נישט אויף וועם צו צייגן די פינגער. אויב אזוי, גיי איך פרעימען די סי איי עי דירעקטאר' וויקטאר האט זיך צושמייכלט צו זיך זעלבסט אויף די געלונגענע בייפאל און ער האט צוריק גערופן ראבערט פון זיין סעל.

*

"דאס איז די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. לאמיר רעדן בקיצור און גראד צו די פונקט. יעדער ווייסט וואו נישט גוט די מצב איז, דזשעק איז פארכאפט און מיר זענען קלאר אז איינער פון מיינע נאנסטע מענטשען פאררעטן מיך. זאג מיר אלען אז דו האסט עפעס אן עצה דערצו"

"מר. פרעזידענט, ס'איז מיר זייער ווייטאגליך אבער דערווייל איז מיין ענטפער ניין. איך וויל אראפקומען אין וואשינגטאן מיט דול און די פרעזידענט זאל אונז געבן פול אויטאריטעט צו אלעם. איך האף אז ארבעטענדיג פון דארט וועט אונז זיין גרינגער און מיר וועלן קענען לייגן א האנט אויפן פאררעטער"
"נישט קיין פראבלעם" האט די פרעזידענט גלייך געזאגט. "קומטס אריבער, און איך וועל אייך געבן מיין פריוואטע שטוב וואס דארט דרייט זיך קיינער נישט. טוט וואס איר פארשטייט. איר האט מיין פולסטע שטיצע"

אבער ווען אלען האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פונעם פרעזידענט האט אים דול אריין געמורמעלט אין די אויער עפעס. אלען האט אויפגעשמייכעלט. "פיין, איך גיי אריבער קיין וואשינגטאן מיר וועלן זיין בקשר"
אלען האט געגעבן א גוטן קוועטש פאר דול'ס הענט ווי איינער זאגט, אונז געזעגען מיר זיך נישט אזוי שנעל און ער איז געלאפן כאפן די העליקאפטער קיין וואשינגטאן.

*

מייקל איז אויך געווען אויפן וועג קיין וואשינגטאן נאכן ערהאלטן א באפעל פון ראבערט אז ער זאל זאפארט אהין פארן ווייל ער דארף זיך טרעפן מיט איינעם און געבן פאר יענעם א פעקל. ווער דער יעניגער מיט וועם ער דארף זיך טרעפן האט ראבערט נישט געזאגט, און וואס עס ליגט אין די פעקל האט ער אויך נישט געוואוסט, אבער פרעגן שאלות עקזעסטירט נישט ביי ראבערט. א באפעל פאלגט מען אן קיין בלינק.

ווען מייקל איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן האט ער זיך פארבינדן מיט ראבערט און געבעטן ווייטערדיגע אנווייזונגען "די פעקל וואס דו האלטס איז א גאר געהיימע פעקל. אויב פאלט דאס אריין אין נישט געוואונטשענע הענט זענען מיר אלע אויף צרות. נאכמער, די פעקל דארף אנקומען צו די הענט פון די 'וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן' די פראבלעם איז אבער אז ער איז שטענדיג ארום גענומען מיט סיקרעט סערוויס יעדעס מאל וואס ער דרייט זיך אין פובליק. איך וויל אז דו זאלסט טרעפן א וועג וויאזוי דאס זאל אנקומען צו אים אן דעם וואס איינער זאל לייגן א האנט דעראויף אינצווישן. און נאך מער, דאס דארף זיין אין זיינע הענט נישט שפעטער וואו א שעה פון יעצט! טרעף דיר דיין וועג, לאז מיך וויסן ווען דו האסט עפעס"

מייקל האט זיך גענומען פיבערהאפטיג קלערן וויאזוי ער קען דאס ערלעדיגן. ס'האט אים נישט גענומען לאנג אויפצוקומען מיט א פלאן. ער איז געלאפן צו א געשעפט איינקויפן א שיינע בלומען וואזע מיט הערליכע בלומען דעראויף, פון אונטער די בלומען האט ער אריין געשטופט די קליין פעקל און פון דארט איז ער געלאפן צו א קליידער געשעפט און איינגעקויפט דעליווערי קליידער. נאכן זיך איבערטון האט ער אנגערופן ראבערט און אים געזאגט אז ער זאל צוגרייטן דעם וויצא פרעזידענט אז א שיינע בלומען וואזע גייט אט דעליווערט ווערן צו אים און ער זאל זוכן פאר די פעקל צווישן די בלומען.

די פלאן האט זיך פיין אויסגעארבעט, וויקטאר איז אראפגעקומען אפווארטן די וואזע, די סיקרעט סערוויס האבן טאקע אויסגעטאפט מייקל אבער וויקטאר האט זיי געזאגט אז ער איז א יוגנט פריינט און זיי האבן אים צוגעלאזט צו אים. נאכן איבער נעמען די בלומען און געבן א טיפ פארן דעליווערי מענטש האט וויקטאר ארויף געטראגן די בלומען צו זיך אין אפיס און ארויסגענומען די פעקל עס אויפגעריסן און אריין געלייגט די קליין באטל ביי זיך אין טאש.
"אלעס גייט וואו געפלאנט" האט וויקטאר געלאזט וויסן פאר ראבערט. "דו ארבעט אויף די איבריגע חלקים פון די פלאן. איינמאל מיר זעען אז די זאך איז אפעקטיוו קענען מיר גיין ווייטער און אויף סוף וואך וועלן די בעל הבתים זיין צופרידן"

מיט רואיגע טריט האט וויקטאר צושפאצירט צו וויקי'ס אפיס אויפן טיר האט געהאנגען די טאוועל מיט די אפיציעלע ווערטער "דירעקטאר אף די סי איי עי'. וויקטאר האט געגעבן א לייכטע קלאפ אויפן טיר און אריין שפאצירט אין די אפיס. וויקי האט אים שיין אויפגענומען און א פריינטליכע שמועס האט זיך ערווארבן צווישן די צוויי. די שמועס איז געפארן פון אלעס און אלעמען און בעיקר איז די רעדע געווען וועגן 'טריפל איי' נאך אלעם איז דאס געווען די הייסטע טעמע ביי יעדעם. וויקטאר האט געווארט אויף די געלעגענהייט ווען וויקי'ס סאדע זאל בלייבן אן אויפזוכט. די געלעגענהייט האט נישט געשפעטיגט, וויקי איז ארויס געגאנגען א רגע, וויקטאר איז געבליבן אין די רום.... פלינקערהייט האט ער געעפענט זיין קליינע באטעלע און אריין געטראפט איין טראפ אין די סאדע באטל....פארטיג מיר דעם האט וויקטאר אויסגעווארט אז וויקי זאל צוריק קומען און נאך אפאר מינוט שמועסן האט ער זיך אויפגעהויבן אז ער מוז לויפן.

"די סחורה דארף שוין צו זיין אין זיין געדערים. יעצט וועלן מיר זעהן צו די זאך ארבעט טאקע" האט וויקטאר געזאגט פאר ראבערט. "דערווייל מאך זיכער אז דזשעק איז גרייט מיט זיין חלק"

"ער איז גרייט! ער פירט זיך אויף וואו א רעזיגנירטער. ער פאלגט וואס איך הייס"

"דאס איז גוט!"

*

אלען איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן און גראד אריבער צום פרעזידענט. נאכן זיך באגריסן האט ער זיך אראפגעזעצט ווארטן וואו לאנג מ'ענדיגט אים אויפסעטן זיין נייע אפיס. "איך האב געמיינט אז דו קומסט מיט דול, וואס איז געשען? ווי איז ער אונטערגעבליבן?"

"ער האט געמוזט בלייבן אין שטאט וועגן א משפחה קאמפליקאציע. ער וועט נאכקומען ביז אפאר טאג האט ער געזאגט"

די פרעזידענט האט טאקע געטון דאס וואס ער האט געזאגט, אלען האט באקומען צוטריט צו אלעמען וואס ער האט געבעטן. "נאך איין זאך, אויב קען די פרעזידענט מיר צושטעלן א מענטש וואס איך זאל קענען שיקן צו ברענגן און טראגן זאכן אדער נאכקוקן זאכן. איינער וואס האט די קאפ אויפן פלאץ און איינער וואס פארשטייט וויאזוי זיך צו האלטן שטיל."
די פרעזידענט האט אים צוגעשטעלט איינע פון זיינע געטרייע סיקריט סערוויס אגענטן אז ער זאל שטיין צו די רעכטע האנט פון אלען.
"איך האב געהאלטן ווארט, קיינער אויסער אונז דריי און דול ווייסן נישט פון דיין דא זיין. קיינער ווייסט אפילו נישט פון די עקזיסטענץ פון די אפיס. דו קענסט ארבעטן רואיג און פארשטייט זיך לאז מיך וויסן יעדע זאך וואס דו געפינסט"

די ערשטע זאך האט אלען זיך גענומען נאכקוקן אלע אקטיוועטעטן פון אלע דריי קאמפיוטערס. פארשטייט זיך אן דעם וואס זיי זאלן וויסן אז איינער קוקט זיי נאך...

נאכן דורך גיין גרינטליך א בעק ראונד טשעק פון אלע קאמפיוטערס האט ער זיך אפגעשטעלט ביי וויקי, דארט האט ער געטראפן זאכן וואס אויבן אויף האט גארנישט אויסגעזען שלעכט אבער זיין געניט אויג האט עס אויפגעכאפט. ער האט געטראפן אז וויקי האט געסערטש פאר א העליקאפטער נישט לאנג צוריק... און נאך געוויסע קלייניגקייטן וואס האט געהויבן אויגן ברעמען... דאס מערסטע וואס איז אים נישט געפאלן איז די שווייצע באנק אקאונט וואס וויקי האט היינט באזוכט אפאר מאל..
גארנישט דערווייל צו בויען דעראויף אבער גענוג אים נאך צוקוקן.
אלען איז ארויף אויף די קעמערעס וועלענדיג נאכקוקן וויקי. ס'האט אים נישט געלאזט במנוחה די פאקט אז ער שטייט און שפיאנירט אויף זיין דירעקטאר, אבער ער האט געוואוסט אז ער ארבעט יעצט פארן פרעזידענט און מ'דארף אויסרייניגען די לאך.
אלען האט געזען אז די דירעקטאר'ס אפיס איז ליידיג. דאס איז ווייטער נישט קיין ראי' אויף גארנישט אבער ער האט געקלערט צו נעמען די שאנס ער רופט אן זיין סעקרעטאר און פרעגט צו ער קען רעדן צו וויקי. "די דירעקטאר איז אהיים פריער ער וועט נישט זיין צוריק ביז מארגן.."
אלען האט נישט ערווארטעט די ענטפער....
פון איין זייט האט ער געלאכט פון זיך אליינס. אז ווייל איינער סערטש פאר העליקאפטערס און ער גייט אהיים אינמיטן טאג מיינט דאס שוין אז ער איז א שוויין וואס האט פארראטן זיין לאנד? אבער פון די צווייטע זייט האט אלען געוואוסט אז ס'איז איינע פון די דריי מענטשען און דערווייל צייגן אלע פינגערס צו די ריכטונג.
*

א טעקסט פון וויקטאר'ס פאון צו ראבערט'ס פאון האט זיך געליינט וואו פאלגאנד; די זאך ארבעט פיין, די בחור איז שוין אונדערהיים מיט מערדערליכע בויך שמערצן. דזשעק קען יעצט האבן די פולע קאנטראל אויף זיין קאמפיוטער. און די פלאן גייט פאראויס.

*

דול איז ארויס פון די טעקסי, אריין געוואקט אין די בילדינג נאכן ווייזן זיין אידענטעפיקאציע האט ער געריכטעט זיינע טריט צו די שטיגענס. אנקומענדיג אויפן דריטן שטאק האט ער אראפ געשלעפט זיין שייטל און זיין גלעזער און אונטערגעצינדן די קליינע רויעך שטעקן וואס ער האט מיטגענומען מיט זיך. א דיקע שווארצע רויעך האט זיך אנגעפאנגן צו פארשפרייטן אין די לאבי.. דול איז צוגעגאנגען צו די פייער אלארעם און אראפגעשלעפט די צינגל.

*

אלען האט קוים אויסגעווארט אז די נאכט זאל צופאלן. ער האט געוואלט אפשטאטן א באזוך ביי וויקי אין אפיס און זעהן צו ער זעהט דארט עפעס פארדעכטיג. דערווייל איז ער געזעסן און געווארט אז די טאג זאל דורך גיין. א טעקסט מעסעדזש פון דול האט איבערגעריסן זיינע מחשבות "איך גיי יעצט אריין אין די בילדינג... אונזער פייגל וואוינט נאך אין זיין נעסט"

---

ווען אלען האט געזען אז די בילדינג ווערט ליידיג האט ער ארויסגענומען זיין עקסעס קארטל און אריבער צו די אפיסעס. אנקומענדיג צו וויקי'ס אפיס האט ער געעפענט די טיר מיט א קלאפעדיג הארץ... ער האט אזוי געוואלט אז די חשדות זאלן זיין פאלש.. ער האט אזוי געוואלט אז נישט וויקי זאל זיין דער... עס וועט זיין אזא בושה פארן פרעזידענט און פאר גאנץ אמעריקע אז די 'דירעקטאר פון די ס'ענטער א'ינטעליגענט א'גענטור' איז גאר א פאררעטער..
אבער אלע זיינע מחשבות זענען צופלויגן ווען ער האט באמערקט א פאפיר אויפן פרינטער וואס האט זיך געליינט; פלענער גייען אן, די היינטיגע באמפ ווייזט נאר ווי וויכטיג אונזער ארבעט איז. אלעס גייט וואו געפלאנט.
אונטערגעשריבן 'טריפל איי הויפקוואטיר'

אלען איז אריין געפאלן אין די דערנעבענדיגע בענקל...אלעס איז אים שווארץ געווארן...

פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 1:55 am
דורך נאר נייעס
מיינע ציינער פאלען ארויס יוששששששששש איך קען נישט מער.........


קיפ איט אפ עס איז מעכטיג
איך האף אז איך וועל קענען שלאפן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 9:43 am
דורך ווינקל
בזזזזזז

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 10:55 am
דורך איך_הער
זאלעך איבער שרייבן די זעלבע זאך ווי פאריגעס מאל? ס'איז פאני, באט די פאקטן זענען די זעלבע. מיין הארץ באכעט און מיינע פינגער'ס ציטערן.

יישר כח אב'עלע, ווי רילי עפרישיעט יור ווארק.

גיי אן, יויש כ'קעניש טראכטן קיין וואו דו פירסט אונז. באט עקפיריענס האסטו פיינע, סאו ווי וויל זשאסט פאלאו יו.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 12:20 pm
דורך למעלה משבעים
מיין הארץ שפרינגט מיר, איך קען נישט צוזיך קומען פון שרעק.
אב די ביזט עפעס ריזיג גוט.
א ריזן דאנק פארן אנהאלטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 12:33 pm
דורך צולייגער
טענקס א טריפל, יארס טרולי, צולייגער

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 12:47 pm
דורך שמיי_דריי
שרעקעדיג....

וכאן מקום להודות,

א ריזן יש"כ פארן זיך צוריק קערן צו אונז נאכן אונז פארלאזן פאר א לענגערע צייט. מיר זענען אייך שטארק דאנקבאר פאר דעם און מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג צו די קומענדיגע פארזעצונגען וואס עס וועט בעזר ה' נאכפאלגן גאר אין גיכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 2:36 pm
דורך מי יודע
יעצט געענדיגט מיין לאנטש און איך זע ס'איז דא א פרישע פארזעצונג
אפשר קען מען עפעס מאכן מען זאל וויסן ווען ס'איז דא א פרישע, אפשר לייגן א נומער אויף די קעפל און יעדע מאל זאל זיך עס טוישן? יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 5:20 pm
דורך i follow
טענקס אב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 3:25 pm
דורך קונצען
today noting?? please

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 6:32 pm
דורך זאל ער קומען
באשעפער אין הימל!! עס איז ריזיג קיפ איט אפ ;l;p-