Advertisement

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:13 am

gagongan האט געשריבן:נו געגאנגען...................................................

Advertisement

איך קען נישט ווארטן

זונטאג אוקטובר 02, 2011 12:43 pm

מיינא קישקעס טאנצן
מיינ גוף ווארפט זיך ווי א פליג שלאגענדיג זיך מיט אירע פארכאפער
צאן אויף צאן האקן זיך אן

גיי וויטער מיט די מעשה זאפארט איידער איך רוף באסס!!!!
פלאן ב' איז ערגער האסט מורא?

דינסטאג אוקטובר 04, 2011 8:54 am

אונז האבען גאר א קאמפליצירטע מיסיע געראדע אין די טעג
עס איז טאקע נישט אזוי געהיים
אבער עס איז ווי נישט ווי באהאלטען ביי יעדער איינער באזונדער
זוכה זיין בדין...

דינסטאג אוקטובר 04, 2011 11:47 am

אב, איך האב זיך אפגעשטעלט און נישט געליינט דעם לעצטן פארזעצונג דיינעם, ווייל איך האב געוואלט בלייבן וויסענדיג אז איך האב נאך איינס צו ליינען, עס קען דאך אבער נישט אזוי אנגיין אזוי לאנג, ביטע לאז אונז וויסן אויב און ווען די פלאנסט צוריק צו קומען, טאטע טאטע קער דיר אום צו אונז, אונז האבן שוין נישט קיין כח צו ווארטן אזוי לאנג. אוי טאטעניו דערבארום דיר שוין.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

זונטאג אוקטובר 09, 2011 12:18 pm

gagongan האט געשריבן:
gagongan האט געשריבן:נו געגאנגען...................................................

PLEASE GO ON WITH THE STORY :roll: :roll: :roll:

שבת אוקטובר 15, 2011 8:42 pm

יעצט כאלעמויעד האב איך געהאט עקסטרע צייט צו ליינען, דאס איז זוי שרעקעדיגע מייסע אזש אויף מיין קאמפיוטער האט זיך באוויזן די שרעקעדיגע סקרין :grin: :grin:

בילד

שבת אוקטובר 29, 2011 8:20 pm

א גוטע וואך טייערע אידן. וואס הערט זיך? וויאזוי איז דורך אייער זומער?
איך זעה דער עולם שרייט אז מ'זאל גיין ווייטער מיט די מעשה. איך קלער דערוועגן, אבער איך דארף איינער זאל קודם מאכן דא א סך הכל ווי מ'האלט יעצט. קען איינער דאס טון?

שבת אוקטובר 29, 2011 8:49 pm

WOW!!!!!!! שלום עליכם, שוין אזוי לאנג געווארט אויף דיר. איך האף אז יעצט בלייבסטו שוין מיט אונז.

שבת אוקטובר 29, 2011 9:51 pm

אב זקן האט געשריבן:א גוטע וואך טייערע אידן. וואס הערט זיך? וויאזוי איז דורך אייער זומער?
איך זעה דער עולם שרייט אז מ'זאל גיין ווייטער מיט די מעשה. איך קלער דערוועגן, אבער איך דארף איינער זאל קודם מאכן דא א סך הכל ווי מ'האלט יעצט. קען איינער דאס טון?

יא אב זקן קען דאס טוהן

שבת אוקטובר 29, 2011 9:53 pm

פארדינט האט געשריבן:WOW!!!!!!! שלום עליכם, שוין אזוי לאנג געווארט אויף דיר. איך האף אז יעצט בלייבסטו שוין מיט אונז.

שבת אוקטובר 29, 2011 10:32 pm

שנאפס האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:WOW!!!!!!! שלום עליכם, שוין אזוי לאנג געווארט אויף דיר. איך האף אז יעצט בלייבסטו שוין מיט אונז.

wow סאיז שוין געווען אסאך חברה וואס האבען אנגעפאנגען פארזעצונגען אבער נישט גענדיגט אבער די נישט נאר האסט גענדיגט אפאר ביזטו נאך צריקגעקומען ענדיגען נאך אזא לאנגע צייט יישר כח

מאנטאג אוקטובר 31, 2011 11:53 am

אגוטען אב זקן!! קודם א דאנק אייך פאר ביז אהער. איך קען טרייען צו העלפן מאכן א סך הכל, אבער ערשט דארף איך וויסן ווי די האלטסט
די האסט מיטגעהאלטען וואס עלווין האט געשריבען אדער די האלטס נאך ווי די האסט געענדיגט? ענטפער ביטע

זונטאג נובמבר 06, 2011 4:10 am

אב זקן האט געשריבן:א גוטע וואך טייערע אידן. וואס הערט זיך? וויאזוי איז דורך אייער זומער?
איך זעה דער עולם שרייט אז מ'זאל גיין ווייטער מיט די מעשה. איך קלער דערוועגן, אבער איך דארף איינער זאל קודם מאכן דא א סך הכל ווי מ'האלט יעצט. קען איינער דאס טון?

WOW! שלום עליכם! איין מינוט. לאמיר רופן שומרים אפצורופן די זוך אקציע נאך אייך...

זונטאג נובמבר 06, 2011 5:07 pm

וואס מיינט איר צו זאגן ווי איך האלט?

זונטאג נובמבר 06, 2011 5:27 pm

שנאפס האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:WOW!!!!!!! שלום עליכם, שוין אזוי לאנג געווארט אויף דיר. איך האף אז יעצט בלייבסטו שוין מיט אונז.

מאנטאג נובמבר 07, 2011 12:18 am

טאטע זיסער עס איז שוין באלד ניטל איך האף גייסט אונז נישט לאזן מיט די צינג אינדרויסן ישר כח פאר ביז אהער און איך האף בקרוב צו זען ווייטער

מאנטאג נובמבר 07, 2011 2:46 pm

אב זקן האט געשריבן:וואס מיינט איר צו זאגן ווי איך האלט?

? איך מיין צו פרעגן אויב די ווייסט אז נאך דיר האט איינער מיטן נאמען עלווין געטרייעט צו גיין ווייטער די מעשה
במילא פרעג איך, ביז ווי ווילסטו איך זאל מאכן א ס"ה, פון ווי די האסט געענדיגט? אדער פון ווי עלווין האט געענדיגט? ביטע ענטפער

מאנטאג נובמבר 07, 2011 2:53 pm

איך וואלט געגליכן אז אב זאל ממשיך זיין וואו ער האלט!

מאנטאג נובמבר 07, 2011 9:51 pm

שמערי בערי האט געשריבן:איך וואלט געגליכן אז אב זאל ממשיך זיין וואו ער האלט!

מאנטאג נובמבר 07, 2011 9:52 pm

נא זאל ער שוין קומען :roll:

דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:24 am

ווער?
משיח צדקנו?

איבערבליק פון פריער

דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:47 pm

קאמפעני טריפל איי וויל אז מזאל אריינשטיפן עפעס און בודזשעט ביל (אב זקן האט נישט געשריבן וואס) און אלען (גערופן עידזשנט עי) ווערט געבעטן פון די פרעזידענט אז ער זאל זיך איינמעלדן פאר די קאמפעני טריפל איי אז ער איז גרייט פאר ארבעט און אלען כדי צו געפעלן די קאמפעני האט ער זיך אנגעטראגן צו אריינשטעלן א גוטען העקער און זייער קאמפעני, למעשה האט מען אויסגעוועלט דזשעק פון ספעציאליסטן און העקן, אז ער זאל שטילערהייט דורך א אקציע פון טריפל איי געפאנגען ווערן צו זייער קאמפעני, און סאיז טאקע געלוגענען צו פארכאפן דזשעק צו די לוזיאנא אינזלען, ראבערט וואס ארבעט אונטער די בעל בית פון טריפל איי וואס ווערט גערופן וויקטאר (וואס איז באמת אונזער ווייס פרעזידענט) זיצט און מאנהעטען און רעדט צו דזשעק דורך א ספעציעלען סקרין און מעלדט אים איין אז פון היינט און וויטער איז ער איינגעשפארט און דעם בנין און קיינער ווייסט אפילו נישט אז ער לעבט במילא זאל ער זיך שוין נעמען אויספירן זיינע באפעלן , דול (וואס איז אויך א אגענט פון סי איי עי אינטער אלען) באקומט א קארד פון דזשעקס וויב אז זי פארדעכטיגט אז אלען איז נישט געשטארבן, דול לייגט זיך אריין אבער ער ווערט געסטאפט מיט יעדע זאך דורך אלען און דול ווערט געקאלט דורך זיין ווייב אז זי שפירט נאכדעם וואס זי האט יעצט באקומען א קאלל פון דזשעקס ווייב אז אלען שטייט אונטער די גאנצע זאך, דזשעק טרייט צו מאכן פארבינדונגען מיט דול דורכדעם וואס ער האט א שטיק צייט פארדעם געארבעט אויף א מין זייגער וואס האט א וויערלעס קאנעקשען צו א מאשין וואס ער האט אריינגעלייגט און זיין באקס און באנק, דזשעק העקט אריין און דולס באנק אקאונט און מעלדט פאר דול אז ער זאל ארויסנעמען די מאשין פון זיין באקס, דול פאלגט אויס און נעמט דאס ארויס און קאמיונקירט מיט דזשעק, דזשעק מעלדט אים און קורצן וואס עס טוט זיך מיט אים, און מעלדט אים איין אז ראבערט האט אים געזאגט אז מארגן גייט מען העקן די עף עי עי סיטעם פון די פליגערס און מגייט מאכן אז איינער זאל קראכן און צווייטען דזשעק שמועסט אפ מיט אים אז אויב זעהט ער אז סהאלט שוין ממש ביים צוזאמגעקראכט ווערן זאל ער העקן די צווייטע פליגער פון די אנדערע זייט און אוועקדרייען אויך האט ער געבעטן דול זאל בשעת מעשה (ווען ער איז אריינגעהעקט און די עף עי עי ) טרייען צו טרעסן די פלאץ ווי ער איז למעשה האט ראבערט אויך געבעטן דזשעק צו מאכן א ליין וואס מקען נישט טרעסן ווייל ער וויל אז בשעת די פליגער וועט זיין געהעקט זאל ער קענען קאלן דעם פרעזידענט און מודיע זיין אז ער וועט עס סטאפן נאר אויב די פרעזידענט זאגט צו אז ער וועט אים אויסהערן א טאג שפעטער ווען ער וועט אים קאלן אין ווייסן הויז, דזשעק געט פאר דול די נומבער וואס ער גייט מארגן נוצן ווען ראבערט גייט קאלן אז ער זאל עס טרעסן בשעת ראבערט קאלט, למעשה א טאג שפעטער בשעתן העקן האט די שטאב און סי אאיי עי אפיס געמאכט א געהיימע מיטינג און נהאט געזעהן אז דול פעלט (ווייל דול האט זיך געהאט איינגעשפארט ערגעץ צו קענען טוהן אלעס וואס דול האט געהייסען) , למעשה האט ראבערט טאקע באוויזען צו דערשרעקן די פרעזידענט מיט דעם וואס מהאט געהעקט די פליגערס, ביז דערוויל האט אלען ארומגעזוכט דול ווען דול האט געענדיגט האט ער צוזאגעטראפן מיט אלען און אלען האט אים באצווינגען אויסצו זאגן וואס ער האט געטוהן, דול האט אים געענפערט אז ער וויל קודם וויסן פארוואס ער ארבעט פארטריפל איי און אלען האט אים דערציילט די גאנצע אמת און דול האט געוויזן פאר אלען אז די קאל איז געקומען פון מאנהעטען (וויל ראבערט איז דאך געזיצען און מאנהעטען) און אלען האט אבער נאר געוויסט אז די קאלל קומט פון לוזיאנא.
.איך וועל ממשיך זיין א צווייטע מאל מיטן קיצור פון פריער ביזדערווייל וויל איך בעטן אב זקן זאל זיך טרייען אליין צו דערמאנען פון פריער

זונטאג נובמבר 13, 2011 9:32 pm

איבערבליק פון פריער.

אין א געהיימע פליגל אונטער די פירערשאפט פון די סי איי עי האט זיך געפירט אן אפיס וואס די אפיס איז געווען א גרויסע געהיימניס פאר די גאס אונעם אפיס זענען געזעצן א גרופע העקערס און געטון געוויסע סודת'פולע ארבעט פאר די סי אי עיי. אלעס איז אנגעגאנגען רואיגערהייט ביז א שיינעם טאג איז 'דזשעק' פארכאפט געווארן דורך א קאמפעני מיטן נאמען 'טריפל איי' דזשעק האט נישט געהאט קיין אנונג ווער די קאמפעני איז און וואס פונקטליך זיי ווילן. די איינציגסטע מענטש מיט וועם ער האט אויסגעטוישט א ווארט איז געווען 'ראבערט' וואס ער איז געשטעלט געווארן דורך טריפל איי צו האנדלן מיט דזשעק.

ראבערט האט געהאט אונטער זיך א שטאב מיט ארבעטערס וואס האבן אויסגעפאלגט אלע זיינע באפעלן. מייקל און ראלף זענען געווען פון ראבערטעס בעסטע מענטשען און אייביג אויסגעפירט אקוראט ווי מ'האט זיי געהייסן.

דול איז פון די טיעם וואס ארבעט אין די סי איי עי אפיס. ער פלעגט ארבעטן און זיי זייער נאנט מיט דזשעק. ווען דזשעק איז געשטארבן אין די פייער האט דול עס גענימען זייער שווער און זיין הארץ האט אים פארגעזאגט אז זאכן זענען נישט גלאטיג און דזשעק איז נישט אזוי פשוט געשטארבן אין פייער. דול האט זיך גענימען אריין קרוכן און אויספארשן צו דערגיין צו דזשעק איז טאקע געשטארבן פון די פייער. אבער וואס ער האט נאר פראבירט צו טון האט ער זיך אנגעשטויסן אין זיין מענעדזשער אלען ס'האט אויסגעזען פאר דול אז זיין מענעדזשער זוכט עפעס צו באהאלטן פון אים און ער לאזט אים נישט אויפדעקן די אמת'ע מעשה מיט דזשעק'ס טויט.

גלייך ווען דזשעק איז פארכאפט געווארן האט ראבערט אים געגעבן מינדערוויכטיגע זאכן צו זעהן צו דזשעק פאלגט וואס מען הייסט אים. דזשעק איז אנפאנג געווען אומפאלגזאם און דאס האט געברענגט פאר ראבערט אסאך קאפ וויי מיטן דארפן וויי טון דזשעק'ס טאטע און דאס האט נאך מער ארויפגעברענגט די חשדות. ראבערט האט געהאט הילף פון איינעם וואס האט זיך אידענטיפעצירט נאר מיטן נאמען 'אגענט A' דער אגענט האט געהאט אינפארמאציע פון אלעמען. דער ראבערט האט קיינמאל נישט באגעגענט דעם אגענט. אבער ראבערט האט געוואוסט אז ער דארף צו זיין איינע פון די גאר הויכע לייט, ער איז געווען דער וואס האט ארויסגעגעבן דזשעק פאר 'טריפל איי' ער האט שטענדיג געהאט אלע אינפארמאציע. אבער ראבערטס באס האט נישט געגליכן די פאקט אז ס'דרייט זיך איינער וואס פיטערט אינפארמאציע אבער מ'ווייסט נישט ווער דאס איז. אבער קיין סך ברירות איז נישט געווען ער האט געהאט אלע אינפארמאציע וואס מען האט נאר געדארפט.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אגענט A איז נישט קיין צווייטער וואו אלען. ער האט פארקויפט דזשעק פאר טריפל איי וועלענדיג האבן א מענטש אינעווייניג נאכן באקומען אינפארמאציע אז טריפל איי פלאנט זיך אויפצובויען א מעכטיגע טעראריסטישע נעץ און אלען האט געמוזט האבן איינעם צו וויסן וואס זייערע פלענער זענען. נאך די דורך געפאלענע אטאקע מיט די פליגערס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פירערס פון טריפל איי זיצן אויף הויכע פאזיציעס אינערהאלב וואשינגטאן. אלען מיט דול האבן זיך גענימען ארבעטן צוזאמען מיט די הילף פונעם פרעזידענט צו פראבירן צו כאפן ווער די פאררעטער איז.

למעשה האט טריפל איי זיך גענומען אויפפירן גאר ווילד און כמעט דורך געפירט א ברוטאלע אקציע וואס וואלט ווען געקאסט הונדערטער נפשות. דול האט דאס אפגעשטעלט אבער דאס האט ארויסגעגעבן פאר ראבערט אז דזשעק האט קאמיונעקאציע מיט די דרויסענדיגע וועלט. אלען האט אנגעגרייט א מעכטיגע רעטונגס אקציע צו ראטעווען דזשעק און אין די זעלבע צייט איז געלונגען פאר אלען צו פארקלענערן די ליסטע פון פאררעטערס.

דאס ארויסראטעווען דזשעק האט אריין געלייגט וויקטאר (די וויצע פרעזידענט) אין א ספאט. זיין בעל הבית ביל איז געווארן אומגעדולדיג זעענדיג אין די נייעס אז די נעץ פון טריפל איי ווערט אויפגעדעקט. ביל האט זיך גענומען דרוקן אז מ'זאל גיין צו פלאן B וויקטאר האט נישט מסכים געווען קודם אבער ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט.

למעשה האט זיך די רעטונגס אקציע אויסגעלאזט מיט א דורך פאל און דזשעק איז צוריק געווען אין ראבערטס רשות, ווייניגער פון פיר שעה נאכדעם וואס מ'האט אים געראטעוועט.

ווי מ'האלט מיר יעצט איז דזשעק צוריק פארכאפט ביי ראבערט און אויב האט ער אים די ערשטע מאל אויסגעשפילט דאן איז יעצט פילפאכיג מער אנגעצויגן. און ביל די פירער פון טריפל איי שטופט פאר פלען B

יעצט גיימיר זיך זעצן שפינען ווייטער.

זונטאג נובמבר 13, 2011 9:38 pm

נאאא... אהער דערמיט

טענקס פארן זיך אויפוועקן, הלואי וואלטן מיר געווארט אזוי אויף משיח

זונטאג נובמבר 13, 2011 9:46 pm

יא דא האלטן מיר, לאמיר זען וואס טוט זיך ווייטער
שרייב א תגובה

Advertisement