בלאט 2 פון 20
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 10:40 am
דורך משנה מקום
די ביסט מער ווי מעכטיג
ביסט מיך מהנה יעדער מאל עקסטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 11:32 am
דורך קרעמער
איך בין שוין צודרייט
JK
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 11:41 am
דורך ארט און מוזיק
געוואלדיג שיין און אינטרעסאנט, אבער דאס פארשטיי איך נישט:
אב זקן האט געשריבן:דול זיצט אין זיין אפיס איבער געבויגן אויף א פאפיר.
די אפיס איז נאך אלס געווען אונטערן רושם פונעם פארלוסט. די אפיס איז נישט געווען קיין גרויסע אפיס מיט אסאך ארבעטער, ס'איז געווען א קליינע אפיס און יעדער האט גוט געקענט דעם צווייטן. און דאס האט זיך שטארק געשפירט. יעדער האט געשפירט וואו מ'וואלט פארלוירן אן אייגן ברידער. ביי דזשעקס טיש האט יעדער אראפגעלייגט זיינע בלומען אלס געדענקעניש.
דול האט זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען צו אלען'ס אפיס וועלענדיג אים עפעס פרעגן. אריין קומענדיג זעהט ער אלען זיצן איבער א הויפן פאפירן.
"וואס איז דאס" האט דול געפרעגט אלען. "איך האב צוגעזאגט פאר דזשעק'ס ווייב אז איך גיי אריין קוקן אין די קעיס פארוואס דזשעק איז געשטארבן. זי טענה'ט אז איינער האט אים געהארגעט און ער איז נישט געשטארבען פון די פייער. איך פראביר אריין צוקוקן אבער איך זעה נישט עפעס וואס זאל מיך מאכן טראכטן אז זי איז גערעכט"
אויב "אלען" איז פון יענע חברה,דאן פארוואס פארציילט ער פאר "דול" דאס אז עפעס גייט פאר?
א נאר איז ער דאך נישט,ווייל נאך אלעם ארבייט ער דאך פאר די עף בי איי? נו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 3:19 pm
דורך גלגלשלג
אב די ביסט אן ריעל
קיעפ אן
ווען קימט די נעקסטע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 4:15 pm
דורך געשמאקער
יו אר אנבעליוועבעל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 5:23 pm
דורך פאטאקי08
נישטא קיין צייט פאר קיין שכח איך ווארט אויף די נעקסטע פארזעצונג מיטן זעלבען איינגעהאלטענעם אטעם!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 9:38 pm
דורך איזעי
אוי וויי, לאנגע לאנגע פארזעצונגען, ווען וועל איך עס ליינען, איך וועל מוזן ארויספרינטן און ליינען ווען איך האב אפאר מינוט.
ייש"כ אב סיי ווי
איך האב נאכנישט געליינט קיין איינס פון די פארזעצונגען, איך האב עס אלץ אפגעשטופט מחוסר פנאי, פלוצלינג זעה איך זיך יעצט ארום מיט דריי שטיק.
נאכן ליינען וועל איך זיך אי"ה באדאנקן שענער.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 1:17 pm
דורך i follow
Wow this time its for real
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 2:32 pm
דורך איך_הער
אריין געריקט דריי שטיק אויף איינמאל, (און פארשטייצעך אז הערשט היינט געוואר געווארן פאר זיכער, אז דעם ערשטן איז נאר געווען א אפריל פול וויץ) און איי רילי דאנט נאו וואט טו טעל יו, יעדעס מאל מיט פרישע מעכטיגע איידיעס, וואס אין מיינע ווייטסטע דמיונות בינעך נאכנישט אנגעקומען דערצו, א הארציגן יישר כח, כ'קען נישט שרייבן מער, מיין הארץ שיווערט נאך, מיינע פינגער ציטערן.
א גוט שבת.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 2:47 pm
דורך איך_הער
אב, נאכן קאמפלימענט, און נאכאמאל איבער קוקן חלקים פון די מעשה, האבעך פראגעס.
1) ווען איז אלען געווארן איינגעשפאנט פאר ראבערט? ווען עריז געקומען רעדן צו זשעק'ס ווייב, האטעך איינער זיי נאכגעקוקט, און יענער האט געלאזט וויסן פאר ראבערט דערוועגן.
2) וואסי פשט אז דול האט געטראפן אלען קוקן די פאפירן, און ער האטעם געזאגט אז ער קוקט אריין דערין? לויט די המשך פון די מעשה איז דאך אלען אינוואלווד, און ער ווייסט פונקטליך וואטס גאאינג אן היער, סאו?
אפשר האב איך עפעס נישט גוט געליינט? (מיין צווייטע קשיא, איז מער ווייניגער די זעלבע קשיא וואס 'ארט און מוזיק' האט געפרעגט, באט פון א אנדערע קוק ווינקל, ווי איינער זאגט, פארוועם האטער זיך געמאכט קוקן אין די פאפירן?)
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 5:00 pm
דורך your friend
איך הער, כאב א פילינג אז נישט אלען (כאטש ער טוט זיך אידענטיפייען אלס אגנט A) פשוט ווייל דער באבערדעלטער טאטע פאבריצירט די מעשה פונקט קאפויע וויזוי די ליינער שטעלן זיך פאר.
קאנטריווערסיע: אפשר ארבערט אלען נאר אויך צו ראטעווען זיין אייגן לעבן און בלית ברירה האט ער אריין געפעקעלט דזעק.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 5:10 pm
דורך your friend
והננו בזה לגלות דעתי אז עס איז מיר א עקסטרע קורת רוח א יעדעס מאהל הרב אב בשנים וזקן בחכמה שרייב א פארזעצונג!
שקויעך, שקויעך, שקויעך!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 5:11 pm
דורך וואדקע
איך הער לויט וויאזוי איך האב עס פארשאנען קוקט מען נאך דזשעק'ס ווייב 24/7 און ווען די אגענט האט איר געזען רעדן מיט אלען האט ער איבערגעגעבן פאר ראבערט אז זי איז ווארשיינליך חושד עפעס, אויף דיין פראגע ווען אלען איז געווארן איינגעשפאנט? דעמאלדס ווען ראבערט איז געווארן איינגעשפאנד... די מעשה הייבט זיך אן ביי דזשעק און נישט פון ווען ראבערט איז געבוירן,
און לגבי וואס אלען האט געוויזען פאר דול, ער האט דאך געדארפט שפילען גוט די געים, ניין?
אב בין איך גערעכט? אויב נישט דאן פארעכט מיר
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 7:47 am
דורך פונקטליך
קוים וואס איך קום אן צו שרייבן, אדער ווי קען מען זיך צוריקהאלטן פון שרייבן א יישר כח פאר אב!
אזאנס צו קריעיטן?!
גיי אן אן און לייג לענגערע און עפטער! (צו זאך געבעטן אין איין שורה? די ביזט שולדיג..)
Jען Kוניע
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 11:02 am
דורך gagongan
יישר כח אב
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 1:38 pm
דורך פאטאקי08
נו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 2:44 pm
דורך שמויגער
יישר כח אב!!! מיר קענען נישט ווארטן אויפן נעקסטן....
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 3:38 pm
דורך ווינקל
יישר כח
----
יישר כח
-----
יישר כח
-----
(געליינט יעדעס פארזעצונג עקסטער, און געשיקט א באזונדערן דאנק מיטן פארשאלטנעם אפערע מיני און ס'איז אודאי נישט אנגעקומען... שיק איך עס דא אויפאמאל...)
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 4:17 pm
דורך זכר באנדל
אב יישר כח!
אונז זעמער גרייט אויף ווייטער...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 5:31 pm
דורך arya1
אב זקן פליז אינווייט מיר אין גוגל טאלק
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 7:27 pm
דורך prowed jew
איך ווייס נישט וואס דו האלסט אויף דעם ציבור דא
מ'האט דאך הנאה פון דיינע ווערק
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 7:34 pm
דורך גלגלשלג
נא קיעפ אן מאווינג אלטע טאטעלע
מיר ווארטן מיט דארשט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 7:55 pm
דורך למעלה משבעים
אב, אויב די ווארט'ס צו שרייבן ביז איך וועל זיך אנרופן ביטע האלט דיר נישט אויף איך האלט נאך אינמיטן ליינען די צווייטע, ערשט נאך די דריטע וועל איך זיך אנרופן, דערווייל וויל איך דיר זאגן ריזיג איז צו ווייניג געזאגט פאר דיר.
4'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 8:23 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.
ראבערט האט פארלאנגט פון דזשעק צו זאמלען אינפארמאציע אויף בענק.
*
דול האט זיך אונטערגעגעבן צו אלען'ס טענה, און אפגעמאכט ביי זיך נישט זיך לאזן פארדרייען אז דזשעק איז געהארגעט געווארן.
*
דזשעק'ס ווייב איז זיכער ביי זיך אז עפעס מער איז פארגעקומען און דזשעק איז נישט געשטארבן נאטירליך. זי ווארט צוריק צו הערן פון דזשעק'ס מענעדזשער וואס ער האט געטראפן.
*
דול זיצט ביי זיך אין אפיס ווען פלוצים באקומט ער אן אימעיל פון טשעיס. נאכן אריין גיין אין זיין אקאונט זעהט ער אז ער האט א נייע מעסעדזש וואס ליינט זיך וואו פאלגאנד; "איך דארף דיין הילף דול.
אויב ביסטו מסכים מיר צו העלפן דאן טרענספער יעצט ארויס פון דיין אקאונט דריי און דרייסיג דולער און דריי און דרייסיג סענט. אויב פארשטייסטו נישט וואס דו שטייט דאן איגנאריר די מעסעדזש. אינטערגעשריבן דורך JK.
יעצט ליינט ווייטער.
דול זיצט איבער זיין קאמפיוטער און פלאגט זיך צו פארשטיין וואס די מעסעדזש מיינט. ווער האט זיך אריין באקומען אין מיין טשעיס אקאונט? און אויב שוין יא העקן מיין אקאונט פארוואס נעמט יענער נישט קיין געלט פארוואס לייגט ער אריין מעסעדזשעס?
און וואס איז די פשט פונעם מעסעדזש? ווער דארף הילף? ווער איז JK?
ס'איז אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן פאר דול אז דאס איז דזשעק, ווייל דאס איז דול זיכער געווען אז דזשעק איז טויט. די שאלה וואס דול האט געדריקט איז נאר געווען צו ער איז געשטארבן דורכן פייער אדער דורך א צווייטע סיבה אבער דאס איז אים נישט בייגעפאלן צו טראכטן אז דאס איז דזשעק.
דול האט נישט געקענט כאפן ווער דאס איז. דאס האט דול זיכער געזען אז דער וואס דרייט זיך אין זיין אקאונט איז איינער וואס קען גוט די פעלד. און אויב יענער וויל קען יענער נעמען געלט אן קיין פראבלעם. אלזא איז די שאלה, ווער איז דער יעניגער און וואס וויל ער?
דול האט געקלערט צו פאלגן די אנווייזענונג און זעהן ווי ס'גייט אים טראגן. ער האט ארויסגענומען פון זיין אקאונט 33 דאלער און 33 סענט און געווארט אויף די קומענדיגע.
*
דזשעק איז געזעצן אנגעצויגן און געווארט.. גייט דול טון וואס איך האב אים געבעטן? גייט ער כאפן וואס דא גייט פאר? דזשעק האט געווארט אומגעדולדיג און געהאפט אז דול וועט עס טון פאר אים. די זייגער רוקט זיך און דערווייל האט דול נישט געטרענספערט קיין געלט...
אן איינגעהאלטענע שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויף דזשעק'ס פנים זענדיג אז דול האט ארויסגענומען פון זיין אקאונט אקוראט די סומע וואס ער האט אים געהייסן.
קודם האט זיך דזשעק געפריידט אז ער האט ערמעגליכט זיך צו פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט אפילו ראבערט האט געזאגט אז דאס איז אוממעגליך. און דאס מערסטע וואס האט אים געפריידט איז די פאקט אז דול האט אים נישט פארלאזט. וואס דזשעק האט נישט געוואוסט איז אז דול האט נישט געהאט קיין מושג אז ער רעדט מיט דזשעק ער האט ניטאמאל צוזאמגעשטעלט אז מ'רעדט פון דזשעק. ער האט נאר ארויסגענומען די געלט ווייל ער האט געוואלט זען ווי ס'גייט אים ווייטער פירן.
*
דול זיצט געשפאנט און ווארט וואס דא גייט געשען ווייטער. יעדע פאר מינוט האט זיך דול ארום געדרייט נישט וועלענדיג אז איינער זאל באמערקן וואס דא גייט פאר. עפעס האט אים זיין געוויסן געזאגט אז דאס האט צוטון מיט דזשעק און ער האט נישט געוואלט אז זיין מענעדזשער אלען זאל זען און אים ווידער שטערן.
נאך אפאר אנגעצויגענע מינוטן האט זיך זיין אימעיל ווייטער צוקלינגן אז ס'איז דא א נייע מעסעדזש אין זיין אינבאקס. די מעסעדזש האט זיך געליינט וואו פאלגאנד; א גרויסן דאנק פארן ווייזן דיין גרייטקייט מיר צו העלפן. ווארט אויף ווייטערדיגע אינסטרוקציעס מארגען. JK.
*
דזשעק האט זיך צוריק אריין געווארפן אין די ארבעט. ער איז געווען גאר גוט אויפגעלייגט וויסענדיג אז אויב פאלגט דול אויס זיינע אינסטרוקציעס גייט ער פון מארגען און ווייטער האבן מיט וועם צו קאמיונעקירן.
דזשעק האט זיך אויפגעוועקט פון די טעלעפאון קאל. ראבערט האט אויסגעהערט אלע דעטאלן און וואו ס'האט זיך אויסגעשטעלט לויט די אינפארמאציע איז מארגן געווען די בעסטע טאג עס דורך צופירן. "מארגן ניין אזייגער עפענט די באנק. ניין פיפצן קומט די טראק אן. דאס בעסטע איז ווען מיר קענען היטן די באנק בערך צענע און זיין אינדערויסן אויף צען דרייסיג" דזשעק האט מיטגעשטימט אז דאס וואלט געווען די בעסטע.
"איך זאג דיר נאכאמאל דזשעק, דו זאלסט בעסער האפן אז אלעס זאל פארן מארגן געשמירט. אויב גייט זיך עפעס פארהאנקענען וועט עס גיין אויף דיר" דזשעק האט גוט פארשטאנען וואס דאס מיינט...
ביינאכט זענען אפאר מענטשען נישט געשלאפן. דזשעק איז נישט געשלאפן פאר צוויי סיבות. איינס, ווייל ער האט געהאפט אז דול וועט פאלגן זיינע אינסטרוקציעס און אויב יא מיינט דאס אז ער גייט האבן קאמיונעקאציע צו די דרויסענדיגע וועלט און ס'קען זיין אז צוזאמען וועלן זיי קענען קלערן פון אן אנטלויפ'ס פלאן. און נאך אזאך פארוואס ער איז נישט געשלאפן, ווייל ער האט געציטערט אויב גייט מארגן עפעס נישט גוט גיין אין די באנק גייט ראבערט נקמה נעמען אין אים. דזשעק האט געוואוסט אז ראבערט איז א בלוטיגע מערדער וואס וועט זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט.
דול איז אויך נישט רואיג געשלאפן. ווער איז דער וואס האט אריין געהעקט אין זיין אקאונט? וואס וויל יענער? און נאך צענדליגע קושיות וואס האבן אים געקוועטשט.
די נאכט איז דורך און די זון האט אויפגעשיינט. דזשעק האט ארויסגעשפרינגן פון בעט און זיך אנגעטון. ווייט אוועק האט דול געטון די זעלבע און וואו נאר ס'האט זיך גענימען טאגן איז ער ארויס פון בעט און זיך געגרייט צו גיין אין די ארבעט.
ניין אזייגער צופרי.
דזשעק זיצט צוגעשמידט צו זיין קאמפיוטער און ווארט אז ראבערט זאל אים לאזן וויסן ווען צו מאכן די פאלשע טרענספער. דזשעק איז איבערגעגאנגען יעדע סטעפ און זיכער געמאכט אז פון זיין זייט זאל אלעס קלאפן. די ווארענונג פון ראבערט האט אים פיין געקלינגן אין די אויער.
דזשעק האט ניטאמאל געוואוסט פון וויפיל געלט מ'רעדט אבער ער האט געהאפט אז אלעס זאל דורך גיין בשלום.
ווען ראבערט האט געהערט פון ראלף אז די טראק איז נארוואס אריין געפארן אין די פארקינג לאט פון די באנק האט ער אנגערופן דזשעק זאל זיך גרייטן. און דאן האט ראבערט געשאסן די באמבע. "איך וויל די זאלסט פאוסטן א טרענספער פון '''' דריי הונדערט טויזענט דאלער'''. פארשטאנען?"
ווען דזשעק האט געהערט די נאמבער איז אים שלעכט געווארן. דריי הונדערט טויזענט דאלער גייט א באנק קיינמאל נישט ארויס געבן אין אזא קורצע צייט פון א האלבע שעה. אבער ראבערט האט ניטאמאל געוואלט הערן.. "דאס איז מיין פארלאנג און דאס גייסטו מיר צושטעלן."
ניין דרייסיג האט ראלף באשטעטיגט אז ער איז גרייט און פון זיין זייט קען מען אנפאנגען. ראבערט האט געלאזט וויסן פאר דזשעק אז ער קען מאכן די טרענספער.
*
ראלף וואקט אריין אין באנק און גייט צו צום טעלער און גיט איר די אקאונט נאמבער. "איך וויל ארויסנעמען דריי הונדערט טויזנט דאלער פון די אקאונט"
די טעלער האט געעפענט אפאר אויגן אויף אים און איבער געפרעגט. "דריי הונדערט טויזנט דאלער?"
"יא"
"איך דארף גיין פרעגן מיין מענעדזשער.."
ראלף איז געווארן אנגעצויגן די טעלער איז אריין אין די בעק. נאך א לאנגע מינוט איז די טעלער ארויסגעקומען מיט די מענעדזשער און און געוויזן פאר ראלף אז ער זאל מיטקומען מיט אים.
"היי ראלף, מיין נאמען איז ריק. איך בין די באנק מענעדזשער דא. עפעס איז מיר זייער אינטערעסאנט דא... געווענליך ווען איינער נעמט ארויס אזא סכום רופט ער מיך פארדעם זאגן. דו דארפסט פארשטיין אז דאס איז זייער אסאך געלט און איך האב נישט די גאנצע געלט דא. און נאך מער, איך האב דיך נאך קיינמאל נישט געזען דא אין באנק. איינער מיט אזא גרויסע אקאונט וואלט איך געקענט. עפעס איז מיר זייער אינטערעסאנט.."
"ריק, איך בין אין א געפערליכע ראש. איך דארף כאפן א מיטינג צען אזייגער. דער מיט וועם איך גיי מיך טרעפן איז איינער וואס דריי הונדערט טויזנט דאלער שפילט ביי אים נישט קיין ראלע. ער האט מיך אנגערופן ניין אזייגער אז אויף צענע זאל איך האבן גרייט די געלט און ער וויל זיך מיט מיר טרעפן. איך האב אויך נישט געוואוסט פארדעם אז דאס גייט אזוי זיין. אלזא, איך האב נישט יעצט קיין צייט איך דארף האבן די געלט און איך דארף לויפן."
די מענעדזשער האט אנגעקוקט די גאנצע זאך זייער פארדעכטיגט. ער האט נישט געקענט אנווייזן וואס דא איז נישט גוט אבער די סומע און די וועג וויאזוי דער איז געקומען בעטן די געלט איז געווען זייער אויפפאלענד. די מענעדזשער איז ארויס פון די אפיס און אנגערופן די הויפט קוואטיר און געבעטן זיי זאלן אריין קוקן אין די טרענספער זען צו אלעס איז כשורה און צו ער קען ארויסגעבן אזא סומע. די ענטפער פון די הויפט קוואטיר נאך אפאר מינוט איז געווען.... "ניין!! רוף די פאליציי. דער איז א רויבער"
די באנק מענעדזשער איז געווארן זייער פארלוירן.
ראלף איז געזעצן אין אפיס און געווארט צוריק צו הערן פון די מענעדזשער דערווייל האט זיך די זייגער גערוקט און ראלף האט געוואוסט אז ס'טאר נישט נעמען מער וואו א האלבע שעה. זעענדיג אז די מענעדזשער קומט נישט צוריק איז ראלף געווארן נערוועז. ער האט אנגערופן ראבערט פרעגן וואס ווייטער צו טון. "אויב קומט די מענעדזשער נישט צוריק צו דיר ביז צוויי מינוט דאן הייב פיס און אנטלויף פון דארט..."
די זייגער האט זיך גערוקט און ראלף האט געזען אז די מענעדזשער קומט נישט צוריק איז ער צוגעגאנגען צום טיר און אנגעפאנגן ארויס צווואקן אבער אנקומענדיג אינדערויסן האט ער געזען וואו די מענעדזשער שטייט מיט צוויי פאליציי לייט און זיי רעדן... ראלף האט נישט מער געדארפט.. ער האט אלעס פארשטאנען..
ער האט געזען אז זייטיגע טיר וואס טראגט אראפ צום בעסמענט.. ער האט געעפענט די טיר און זיך גענימען אראפלויפן.
די פאליציי האבן צוגעוואקט צום אפיס וואו ראלף איז געזעצן. אנקומענדיג אין די אפיס האבן זיי עס געטראפן ליידיג...
די פאליציי מאן האט גראד ארייו גערופן הילף און דערנאך אויסגערופן אויף די הויך הילכערס; " אטענטשען אלע קאסטומערס, יעדער זאל ביטע זיך רוקן צו די רעכטע זייט. דא דרייט זיך ארום א גנב. מיר גלייבן אז ער איז נאך אין די בילדינג. ער קען זיין זייער סכנות'דיג און מיר גלייבן אז ער טראגט מיט זיך א גאן. יעדער זאל שוין גיין צו די רעכטע זייט פון די בילדינג און קיינער פארלאזט נישט די באנק!!"
ס'איז געווארן א בהלה... מענטשען זענען געווארן זייער דערשראקן..
דערווייל איז אנגעקומען א מחנה פון פאליציי קארס. די באנק איז געווארן ארום גענימען דורך פארפאנצערטע 'סוואט' יוניטס מיט אויסגעשטרעקטע געווער.
ראלף האט נישט געקענט זען וואס עס קומט פאר אויבן אבער לויט די סיירינס האט ער פארשטאנען אז ער איז ארוםגענימען פון אלע זייטן. ער האט אנגערופן ראבערט און געבעטן הילף. "איך ווייס נישט וויאזוי די מצב איז געווארן אזוי שלעכט דא. אבער איך בין יעצט אין קעלער פון די באנק און די באנק איז ארום גענימען פון אלע זייטן. וואס טו איך דא ווייטער?"
"וויאזוי האט דאס געקענט געשען? וואס האסטו געטון?"
"ראבערט, איך האב גארנישט געטון. זאכן זענען ארויס פון קאנטראל איך האב עס נישט געקענט אנהאלטען. יעצט איז נישט די צייט זיך צו רעגן. מיר דארפן טראכטן א וועג ארויס"
"איך זעה נישט קיין צווייטע עצה נאר נאכאמאל בעטן הילף פון וולאדעמיר.. דו ווייסט אבער אז ער בעט יעדעס מאל א טייערע פרייז"
"איך ווייס. אבער ס'איז נישטא קיין צווייטע ברירה"
ראבערט האט געשוימט פאר כעס... דזשעק גייט באצאלן א פרייז היינט!
ראבערט האט אנגערופן וולאדעמיר און אים דערציילט וואס זיין פראבלעם איז. "וולאדעמיר דו האסט מיר נאך קיינמאל נישט אנטוישט. איך דארף דיין הילף און איך בין דיר גרייט צו באצאלן. איך בעט דיר...."
"פיין ער וועט זיין אינדערויסן פון דארט ביז פופצן מינוט. דערווייל שיק מיר אריבער די געלט, איך ארבעט נישט אן געלט"
ראבערט האט צוריק גערופן ראלף און אים געהייסן זיך אויסבאהאלטן פאר פופצן מינוט. "ער האט מיר צוגעזאגט אז ביז פופצן מינוט איז די זאך פארטיג."
"קום ארויס מיט די הענט ארויף אז נישט וועלן מיר דיך ארויס צוואונגען מיט כח.." האט ראלף געהערט אויסרופן. "מיר געבן דיר פינעף מינוט אויב קומסטו נישט ארויס וועלן מיר דיך קומען נעמען.." ראלף קוקט אויפן זייגער.. ס'איז נישט גוט. איך דארף נאך עלעף מינוט, פינעף מינוט איז צו ווייניג.
דערווייל האבן די פאליציי אויסגעליידיגט די באנק. זיי האבן דורך געטאפט יעדעם איינעם און שטאטערהייט האט מען אויסגעליידיגט די באנק. די זייגער האט זיך ביזדערווייל גערוקט און ראלף האט נאך געדארפט דורך שטופן פיר מינוט.
--
וולאדעמיר האט אראפגעלייגט די רענצל און מיט שנעלע טריט פארלאזט די מאלל. מיט א שמאטע אויפן מויל האט ער צוגעוואקט צו א פאבליק טעלעפאן און אריין אנגערופן זיין אקאונט. נאכן הערן אז די ווייער פון ראבערט איז דורך האט ער געדריקט 911.....
"העלאו אפערעטאר, וואס איז דיין עמערדזשענסי?"
"איך בין געצוואונגן געווארן אראפצולייגן א באמבע אין די שאפינג מאלל אויף די איין און דרייסיגסטע גאס... ס'גייט אט אט אויפרייסן... איך קען מער נישט רעדן... העעללףף....
ס'האט נישט גענימען קיין מינוט און די פירער פון די 'סוואט' טיעם וואס האט אנגעפירט מיט די אקציע ביי די באנק האט באקומען אן עמערדזשענסי ביפ אז מ'דארף שוין הילף ביי די מאלל וואס איז געווען א גאס אוועק פון די באנק....
"לאז אפ די באנק רויבעריי און גיי מיט דיינע מענטשען צו די מאלל... די באמב סקוואד האבן געטראפן א רענצל און לויט וואו ס'זעהט אויס איז דאס א ריכטיגע באמבע. מ'דארף אויסליידיגן די מאלל אז נישט וועלן הונדערטער מענטשען שטארבן!! לאז אלעס איבער און פלי אהין מיט דיין טיעם"
"יעדער זעצט זיך שוין אריין אין די טראקס! מיר גייען אריבער צו די מאלל...
ס'איז יעצט אריין געקומען אן עמערדזשענסי רוף אז ס'איז דא א באמבע אין א רענצל... מיר וועלן איבער לאזן באנק רויבעריי פאר א צווייטן מאל. יעצט דארף מען לויפן אויסליידיגן די מאלל... הונדערטער מענטשען זענען פארכאפט און די באמבע קען אויפרייסן יעדע סקונדע... געגאנגען..!!!!"
די אנגעצויגנקייט ביי די מאלל איז געווען אויפן העכסטן שטאפל. מענטשען האבן געשריגן. פאליציי האט געטריבן... מאמעס זענען געלאפן מיט די קינדער אין די הינט איבערלאזענדיג אלעס אונטער זיך... די פאליציי האבן פראבירט ארויסצוטרייבן יעדעם וואו שנעלער מעגליך.... ס'איז געגאנגען קולות.... "גייטס גייטס... שנעלער..."
די זייגער אינעם רענצל האט געקלאפט.. די קליינע ראבאט איז נארוואס אריין געברענגט געווארן צו דיאקטיוועזירן..
--
ראלף האט געהערט וואו ס'ווערט טויט שטיל אין באנק. ער האט שטאטערהייט אנגעפאנגן צוריק ארויף צוגיין. אנקומענדיג אויבן האט ער געזען אז די באנק איז ליידיג און ס'איז נישטא קיין פאליציי צום געפינען..
ראלף האט געעפענט די טיר.. קיינער האט אים נישט אפגעשטעלט. ראלף האט זיך גענימען לויפן צו די טיר... ממש ביים טיר האט ער זיך געטראפן שטיין פארענט פונעם באנק מענעדזשער.. אבער נאך פאר ער האט געהאט די טשאנס צו שרייען פאר הילף האט א זעץ געלאנדעט אויף זיין פנים און ער איז אוועק געפאלן באוואוסטלאז.
ראלף האט אנגערופן ראבערט; "איך בין אינדערויסן!!"
ראבערט האט זיך צושמייכעלט. יא, וואס וולאדעמיר קען באווייזן קען קיינער נישט.
"דו ווייסט וואס דו האסט יעצט צו טון.. יא?"
"זיכער"
--
שטאטערהייט האט זיך די שאפינג מאלל אויסגעליידיגט. די פאליציי האבן זייער שווער געארבעט צו פארשיקן יעדעם דאס ווייטסטע וואס מעגליך.
ווען די ראבאט האט געעפענט די רענצל האט מען געטראפן אז ס'איז גארנישט געלעגן דעראין... ס'איז געווען א פאלשע זאך.. גוט נאכגעמאכט אבער פאלש..
יעדער האט לייכטער אפגעאטעמט.. די מאלל איז צוריק געעפענט געווארן און די פאליציי האבן געעפענט אן אויספארשונג ווער ס'האט דאס געטון.
*
דול זיצט אין אפיס און הערט א קלינג. דאס מיינט אז ער האט באקומען אן אימעיל פון טשעיס. דול האט שנעל אריין געסיינט אין זיין אקאונט און די נייע מעסעדזש האט זיך געליינט וואו פאלגאנד; אויף די אכט און זעכציג'סטע גאס איז דא א באנק. דארט איז דא סעיפטי דיפאזיט באקסעס. אין באקס נאמבער 53 ליגט א קליין מאשינקע נעם עס ארויס פון דארט און צינד עס אן ווען די ביסט אויף א פארזיכערטע ארט.. איינמאל דו ביסט צינדסט עס אן לייג אריין די קאוד 'JK18'... אבער מאך זיכער קיינער זעהט נישט וואס דו טוסט... גיי צו די באנק היינט נאכמיטאג דריי אזייגער איך וועל ערלעדיגן אז די באנק זאל דיר ארויסגעבן די שליסל פון די באקס. נאכאמאל. קיינער זאל נישט זעהן אז דו גייסט אהין.... JK.
דול זיצט און ליינט די אימעיל איין מאל און נאכאמאל... זאל איך עס טון אדער נישט? ווער איז דאס? ווער ווייסט צו דאס איז נישט קיין טרעפ..?
ניין! איך גיי נישט! האט דול אפגעמאכט שטייף! איינער שפילט ארום מיט מיר.. איך גיי מיך נישט לאזן פארפירן..
דול'ס פלאן האט זיך דראסטיש געטוישט נאכן באקומען די טלעפאון קאל פון זיין ווייב....
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 8:44 pm
דורך קהת
אההההההה!!!!!!!!!! א גרויסן שכויעך!!!!!!!!!!!!!!!!!