בלאט 8 פון 20
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 8:44 am
דורך scy4851
איך קום מיט...איך וועל אויך שוין באדאנקן אויפן וועג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:48 am
דורך פאטאקי08
שיין
שכח פארן מיר לאזן אטעמען געהעריג דאס מאל נאכן ענדיגן ליינען...
כאף אז נאך די נעקסטע פארזעצונג וועט נישט זיין קיין איין תגובה דא פאר ביז צוויי טעג דערנאך... מען וועט פשוט נישט קענען טייפן געהעריג...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 10:17 am
דורך ליינער
למעלה משבעים האט געשריבן:"למעלה" ביזט דא?
יא איך בין דא, ביזט זיכער איך זאל?
נו שוין זאל זיין.
המתחיל ב..... אומרים לו גמור
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 11:08 am
דורך gagongan
יישר כח מרובה
10'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 10:29 am
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.
אלען מיט דול זענען געפארן צום פרעזידענט. אויפן וועג האט דול פארציילט פאר אלען אלעס, און אויך וויאזוי ער קאמיונעקירט מיט דזשעק.
אין די זעלבע צייט האט ראבערט געהאלטן א קאנפרענס קאלל מיט זיינע קאלעגעס און זיי האבן אפגעמאכט דורך צופירן א געמיינזאמע אטאקע. קודם אטאקירן א סובוועי סטאנציע און פון דארט גיין צו NYU. ראבערט האט געגעבן א זייגער. "ביז פיר און צוואנציג שעה דארפן די אקציעס זיין דורך געפירט." ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט אויספירן די באפעל.
און יעצט ליינט ווייטער.
אלען מיט דול האבן אריין געוואקט אין א זייטיגע טיר וואס דאס האט זיי אריין געפירט גלייך אין אן אויפנאם צימער וואו די פרעזידענט האט זיי שוין אפגעווארט. "איך האב באקומען דיין מעסעדזש אז דו קומסט מיט געסט" האט די פרעזידענט גלייך גענימען דאס ווארט "אבער איך האב נישט געגלייבט אז דאס איז דול.. איך האב געמיינט אז ס'איז דיר געלונגען אים צו האלטן אינדערויסן פון די זאך.."
"איך האב אויך אזוי געמיינט. אבער דול האט אונז פיין אויסגעשפילט..." און דאן האט אלען שנעלערהייט פארציילט פארן פרעזידענט אלעס וואס דול האט אים פארציילט. און פארשטייט זיך אז אלען האט נישט פארגעסן צו פארציילן פארן פרעזידענט די עטוואס גוטע נייעס אז מ'ווייסט ווי ראבערט איז..
"לאמיר אויסקלארן די מצב דא" האט די פרעזידענט צוריק גענימען דאס ווארט. "מיר ווייסן ווי ראבערט איז אבער מיר קענען גארנישט טון דערמיט ווייל וואו מיר ווייסן שוין יעצט מיט א קלארקייט איז דא איינער וואס פירט ראבערט. ער איז נאר די סאלדאט אויפן פעלד אבער ער איז נישט די בעל הבית פון 'טריפל איי'.. מיר דארפן לאזן ראבערט אנגיין מיט זיינע פלענער כדי ער זאל אונז צופירן צו זיין בעל הבית...
אלען, מיר קענען זיך דאס נישט ערלויבן.. אונזער לאנד גייט נאכאמאל אטאקירט ווערן אין די נאנטע טעג אדער גאר אין די נאנטע שעות.. מיר דארפן שוין אפשטעלן ראבערט.."
"מר. פרעזידענט, וואו נישט באקוועם ס'איז צו הערן מוז איך דיר זאגן, ראבערטס באסס איז איינער וואס דריידט זיך דא צווישן אונז!! ווען איך האב פראבירט אנצוקניפן א ווייטערדיגע באציאונג מיט ראבערט איז ער צוריק געקומען צו מיר אז אויב גיב איך אים אינפארמאציע פון די נעכטיגע זיצונג דא דאן איז ער גרייט צו האנדלן ווייטער מיט מיר!! איך האב אים פארשטייט זיך נישט ארויסגעגעבן קיין אינפארמאציע נאר צוגעזאגט אז איך וועל צוריק קומען צו אים.. אבער די מיטינג דא איז געווען א קאנפידענציאלע זאך און קיינער האט נישט געטארט וויסן דערפון אויסער די וואס זענען דא געזעצן... אויב ווייסט ראבערט דערפון מיינט דאס אז איינער פון אונזערע קעפ שטייען אונטער די גאנצע זאך!!"
"אלען, איך בין נאך נישט זיכער דעראין. און אפילו אויב יא, מיר האבן נישט קיין צייט יעצט צו טראכטן פון כאפן ווער ס'שטייט אונטער דעם. מיר דארפן אפשטעלן די אטאקעס וואס גייען אט קומען.. איינמאל דאס איז אפגעשטעלט גייען מיר קענען צוריק קומען און פראבירן צו זען ווער די פאר-רעטער איז."
"מר. פרעזידענט, דאס איז טעות. מיר וועלן קיינמאל נישט קענען אפשטעלן די אטאקעס אויב וועלן מיר ארבעטן מיט דיין סטעף. דער וואס גיט ארויס די אינפארמאציע גייט וויסן אז מיר ארבעטן דעראויף און ער גייט גיין זאגן פאר ראבערט אז מיר זענען געוואויר געווארן דורך עפעס א וועג. און דאס גייט אריין לייגן דזשעק אין א סכנה.. איך בעט דיך פרעזידענט, לאמיך טראכטן וויאזוי עס צו האנדלן ווייטער."
"אלען, איך בין די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. איך זאג דיר אז קיינער אין מיין אדמיניסטראציע איז נישט קיין פאר-רעטער! מיינע מענטשען זענען געטרייע מענטשען וואס איך טראסט זיי. קען זיין אז איינע פון זייערע סעקרעטארן זענען דורך געפוילט. איך וועל האבן אן אינסייד טיעם זאל אריין קוקן דעראין. אבער אויף דערווייל וויל איך אז דו זאלסט מיר געוואויר ווערן וואס די קומענדע אטאקע איז און וואו זיי פלאנען דאס. ארבעט דעראויף און קום צוריק מיט די אינפארמאציע די שנעלסטע וואס מעגליך. דא האט איר ביידע מיין פריוואטע סעל נומבער, איך ווארט אויף אייער קאל."
אלען מיט דול האבן ארויסגעוואקט פון אפיס.
זיצענדיג אין די קאר האט אלען זיך אויסגעדרייט צו דול "די פרעזידענט מאכט א גרויסע טעות. ער וויל נישט איינזען אז די לאך איז אונטער זיין בענקל. איך האף אז מיר וועלן נישט באצאלן צו א טייערע פרייז פאר ער וועט דאס איינזען"
*
ראבערט זיצט אין אפיס און ווארט צו הערן פון זיינע חברה ווי זיי האלטן מיט די צוגרייטונגן צו די אקציע. ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן "יא ראלף, לאמיך הערן, ווי האלטסטו?"
"ראבערט, איך גיי דארפן האבן דזשעק'ס הילף. איך גיי דארפן אז ער זאל מיר פארדרייען די סעקיורעטי קעמרעס אינעם שפיטאל."
"נישט קיין פראבלעם, איך גיי אים יעצט אריין רופן ווארט אויף די ליין"
"דזשעק, איך דארף אז דו זאלסט מיר פארדרייען די קעמרע סיסטעם אין NYU שפיטאל. ווי לאנג דארף דאס נעמען פאר דיר?"
"ראבערט איך האב דיר שוין געזאגט. צו טשעפענען די סעקיורעטי קעמערעס דארף איך האבן די ווי סי אר מאדל. איינמאל איך האב דאס דארף עס נישט צו נעמען מער פון א האלבע שעה"
"אקעי, איך וועל דיך צוריק רופן מיט די ווי סי אר מאדל"
"דו הערסט ראלף, דו דארפסט מיר קודם ברענגן די ווי סי אר מאדל."
"אקעי, פיין"
דזשעק האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פארשוויצט.. זיי גייען אטאקירן א שפיטאל...
*
מייקל שפאצירט אראפ צום סובוועי סטאנציע וואס ער פלאנט צו אטאקירן. ער קוקט זיך ארום צו זען ווי די בעסטע פלאץ איז אראפצולייגן זיין באמבע אז דאס זאל ברענגן די מערסטע פאטאליטעטן. מייקל איז געווען אנגעצויגן, ראבערט האט אים געגעבן זייער א קליינע צייט. אין איין טאג צו מאכן די פלענער און עס אויספירן איז א שטיקל טשאלענדזש. אבער מייקל איז געווען זיכער ביי זיך אז ער וועט דאס קענען טון. אזוי ארום שפאצירענדיג האט מייקל אויפגעכאפט אז די סטאנציע האט סורוועיליענס קעמרעס ביים אריין גאנג... מייקל האט אנגערופן ראבערט. "ראבערט, דאס איז מייקל. איך האב א שטיקל פראבלעם. די סטאנציע וואס איך האב אויסגעקליבן האט קעמרעס ארום, איך דארף אז דו זאלסט מיר פארדרייען די קעמרעס"
"איך קען נישט פארדרייען די קעמרעס אן וויסן צו ווי די קעמרע איז צוגעטשעפעט. איך דארף די ווי סי אר מאדל צו קענען דרייען דערמיט. אפשר טוישסטו סטאנציע?"
"ניין. די סטאנציע איז די נענסטע צו NYU אויב ווילסטו אז די מאס טויטע זאלן גרייכן אין די הויכע הונדערטער'ס דאן בלייב איך דא. איך גלייב אז אויב דו ווילסט שטארק קענסטו טרעפן א וועג זיך אן עצה צו געבן."
"איך וועל פרעגן דזשעק"
ווען דזשעק האט געהערט וואס ראבערט וויל האט ער ווידער אפגעווארפן אז ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט עס צו טון אן וויסן די ווי סי אר מאדל.
ווען דזשעק האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פון ראבערט איז א סקרוך אים דורך געלאפן די ביינער.. זיי פלאנען עפעס שעדליך צו טון אויף א טרעין און אויף NYU וואס קען דאס זיין??
*
דול מיט אלען זיצן נאך צוזאמען ווען פלוצים האט זיך דול'ס קאמיונעקאציע אפאראט צופיפן. "דול, דו מוזט עפעס זען צו טון.. איך האב יעצט באקומען אינפארמאציע אז ראבערט פלאנט עפעס אויף א סובוועי און אויך אויף די NYU שפיטאל... ער האט געוואלט וויסן אויף ביידע צו איך קען אים פארדרייען די קעמרעס דארט... דול איך מיין אז דאס מאל מיינט ער עס ערענסט.. זיין קול איז נישט געווען ווי ביי די פריערדיגע אקציע.. דאס מאל האט ער אויסגעזען זייער בראבאריש.."
"דזשעק, דו קענסט יעצט רעדן אפאר מינוט?" האט דול געפרעגט. "זייער קורץ" איז דזשעק'ס ענטפער געווען.
"פיין, איך וועל עס מאכן קורץ. איך זיץ דא מיט אלען... ער ווייסט אלעס און ער ארבעט מיט אונז... ס'איז א לאנגע מעשה וואס איז נישט פאר יעצט.. די פונקט איז, איך דארף וויסן פונקטליך וואס ער האט דיר געזאגט, אזוי קען איך פראבירן דיר צו העלפן."
דזשעק האט נישט געגלייבט וואס זיין אויער הערט, "דול.. זאג איבער.. דו ביסט מיט אלען יעצט? ער זעהט וויאזוי דו רעדטס מיט מיר?"
"יא!"
אלען האט איבער גענימען די אפאראט און זיך גענימען שרייבן. "דזשעק דאס בין איך אלען. איך ווייס אז איך קען מיך נישט גענוג אנטשולדיגן פאר דיר.. איין טאג וועסטו מיר פארשטיין.. ווען מיר וועלן זיין צוריק אין פריידן.. יעצט איז אבער נישט די גוטע צייט פאר לאנגע זאכן. זאג, וואס האסטו געהערט פון ראבערט?"
"איך רעד נישט צו דיר אלען! גיב מיר צוריק דול! דו האסט מיך פארקויפט.. מיין משפחה ליידט נאר וועגן דיר.. איך האלט נישט ביים האנדלן מיט דיר.."
אלען איז געווען גוט אפגעפאטשט ליינענדיג וואס דזשעק האט צוריק געענטפערט...
"אקעי, דאס בין איך דול צוריק. זאג מיר וואס ראבערט האט דיך געבעטן."
"קודם האט ער מיך גערופן בעטן אז איך זאל מיך אריין באקומען אין די קעמרעס פון NYU. דערנאך האט ער מיך צוריק גערופן בעטן אז איך זאל פראבירן די זעלבע מיט די סובוועי קעמרעס. איך זאג דיר אז עפעס נישט גוט גייט דא זיין."
דזשעק, דו דארפסט מיר געוואויר ווערן אין וועלכע סובוועי סטאנציע ער וויל דו זאלסט אריין גיין."
"איך ווייס נישט וויאזוי איך גיי קענען דאס ארויסבאקומען פון אים.... ווייסט וואס, ס'איז מיר בייגעפאלן א וועג. איך וועל דיר לאזן וויסן שפעטער"
אלען איז נאך אלס געזעצן אויף זיין פלאץ אפגעפאטשט. "איך וואלט מן הסתם נישט אנדערש געווען אבער איך האלט אז פאר די הצלחה פון די אקציע מוז מען ארבעטן צוזאמען. ער וועט מוזן אוועק לייגן זיינע געפילן אין א זייט"
"אלען, דו ווייסט אז דאס נעמט צייט. דו קענסט נישט פארלאנגן פון אים אז ער זאל דיר פארגעבן פאר אלעס וואס דו האסט געטון צו אים. איך מיין אז מיט די צייט וועט די אייז זיך אויפלאזן אביסל.
לאמיר דאס יעצט לייגן אין א זייט. מיר דארפן יעצט אנרופן די פרעזידענט זאגן וואס מיר זענען געוואויר געווארן..."
"ניין!" האט זיך אלען צושריגן. די פרעזידענט גייט דאס הערן און ער גייט לויפן צוזאמרופן א מיטינג און דאס וויל איך נישט. מיר וועלן דאס האנדלן אליין!"
"אלען..." האט דול זיך אויסגעדרייט מיט אפאר גרויסע אויגן. "ער איז די פרעזידענט! דו קענסט נישט צוריק האלטן פון אים קיין אינפארמאציע.."
"דול, גלייב מיר איך וויל נישט. אבער די פרעזידענט וויל נישט איינזען אז די פראבלעם איז טיף אין זיין קאבינעט. איך גיי אים דאס דערציילן און ער וועט צוזאמרופן א מיטינג. פון דארט גייט עס גלייך פארן צו ראבערט און ער גייט וויסן אז איינער רעדט... איך האב נישט קיין ברירה.."
"אלען, איך מיין אז דו מאכסט א טעות מיטן נישט איינמעלדן."
*
ראלף האט געפארקט זיין קאר אינעם פארקינג לאט פון שפיטאל און זיך אראפגעזצט ווארטן אויף א קרבן... ס'האט נישט גענימען לאנג אין א דאקטאר וואס האט נארוואס צוגעענדיגט זיין שיפט איז אראפגעקומען אין פארקינג לאט און זיך געגרייט אהיים צו גיין. ראלף האט אויף דעם געווארט און ווען די דאקטאר האט זיך אראפגעבויגן זיך אריין צוזעצן אין קאר האט ראבערט ארויף געשפרינגן אויף אים. די דאקטער האט געשפירט א קאלטע אייזן אויף זיין גענאק. "טו וואס איך הייס דיר אויב ווילסטו נאך לעבן פאר פינעף מינוט.. טו אויס דיין יוני פארם און געב מיר דיין איי-די קארד" די דאקטער האט נישט געוואוסט וואס אים איז באפאלן "וואס ווילסטו פון מיר?"
"שווייג!!! פאלג וואס איך זאג דיר!!" די דאקטאר האט אויסגעפאלגט און זיך אויסגעטון די ווייסע כאלאטל און אים געגעבן די NYU איי-די קארד. "יעצט וואק צו מיין קאר!" ביי די קאר האט אים ראלף פארבינדן די הענט און פיס און פארשטאפט זיין מויל און אים אריין געווארפן אין טראנק. פארן פארהאקן די טראנק האט אים ראלף געזאגט "אז דו גייסט זיין שטיל ביז איך קום צוריק וועל איך דיר לאזן בלייבן לעבן. אויב גייסטו מאכן קינצן גיי איך דיר דארפן הארגענען. צווינג מיך נישט צו ניצן די צווייטע אפציע" מיט א זעץ האט ער פארמאכט די טראנק.
ראלף האט זיך אנגעטון די כאלאט און אויפגעהאנגן די איי-די אויף זיך. אנקומענדיג אין שפיטאל איז ער גלייך צוגעגאנגן צו א דזשענעטר וויסענדיג אז זיי האבן געווענליך צוטירט צו אלע שטובער און אויך האבן זיי ווייניג שכל. "ווי איז די סעקיורעטי רום וואו די גארד וואטשט די קעמרעס. איך האב פארלוירן ערגעץ וואו מיין בערזעל אפשר קען ער מיך עס העלפן זיכן." "אויפן דריטן שטאק ביי די רעכטע זייט". "טענקס"
ראלף האט גענימען די עלעוועיטאר צום דריטן שטאק. אנקומענדיג צו די רום האט ער לייכט געקלאפט אויפן טיר. די גארד איז געקומען עפענען און העפליך געפרעגט מיט וואס ער קען העלפן. "היי, איך קען אריין קומען א רגע?" "יע שאר"
"איך האב ערגעץ וואו פארלוירן מיין בערזעל איך קען מיך נישט דערמאנען וואו אפשר קענסטו מיר העלפן און זען ווי ס'איז ארויסגעפאלן?" "יא זיכער, פארדעם האט איר נישט געדארפט אליין אראפקומען דאקטאר, מיט איין טעלעפאון קאל וואלט איך עס געטון. געדענקסט אפשר וויפיל אזייגער איר האט עס די לעצטע מאל געזען? איך וועל פראבירן פון דארט.."
א זעץ אין גענאק האט אוועקגעלייגט דעם גארד. ראלף האט זיך גענימען זוכן די ווי סי אר. נאך אפאר מינוט זוכן האט ער עס געטראפן... "ראבערט, דאס בין איך ראלף. די ווי סי אר מאדל איז RTY6G. נאכאמאל ראבערט,טאמי,יעלאו,6 , גרין."
שטאטערהייט האט ראלף ארויסגעוואקט פון די רום און צוריק אראפ אין פארקינג לאט. די דאקטאר איז נאך געלעגן אין טראנק דערשראקן צום טויט.. ראלף האט אים ארויסגענימען און זיך אנגערופן. "מעגסט זאגן פאר דיין רעגירונג אז זיי זאלן ערלויבן דאס פארקויפן דראגס. דאס אלעס וואלט נישט געדארפט געשען אויב קען איך ווען קויפן לעגאל די זאכן.."
ראלף האט אים אויפגעבינדן און אים געהייסן צוריק גיין צו זיין קאר און נישט צוריק קוקן. די דאקטאר האט זיך געפריידט אז ער איז ארויס מיטן לעבן און געטראכט צו זיך 'נעבעך, וואס דראגס טוט מיט א מענטש... פאר אביסל סטערוידס האט ער זיך געמוזט אריין ברעכן אין א שפיטאל..'
*
ראבערט האט אנגערופן דזשעק און אים געגעבן די ווי סי אר מאדל פונעם שפיטאל. אזוי רעדענדיג האט אים דזשעק געזאגט אז אפשר האט ער א וועג זיך אריין צובאקומען אין די סובוועי סיסטעם אן וויסן די ווי סי אר מאדל. אבער ער קען דאס נישט טון נאר אויב ער ווייסט וועלכע סובוועי ער זוכט... ראבערט האט זיך זייער געפריידט און אים געגעבן די סובוועי וואס מייקל האט אויסגעקליבן. ווען ראבערט האט אראפגעלייגט די טלעפאון האט ער געהאט א שלעכטע געפיל אין זיך... זייט ווען זוכט מיר דזשעק צו העלפן..? ער טראגט זיך אן מיר ארויסצוהעלפן דורך פירן אטאקעס..?? עפעס איז דא זייער אומפארשטענדליך.. ראבערט האט אויפגעמישט די איי ווי ער קען באטראכטן דזשעק.. איך האב אים שוין לאנג נישט נאכגעקוקט האט ראבערט געקלערט צו זיך.. אבער עפעס געפעלט מיר נישט...
דזשעק האט גענימען די סטאנציע אינפארמאציע און זיך פארבינדן מיט דול... דזשעק האט נישט געוואוסט אז ער טוט א טראגישן טעות מיטן נישט אבאכט געבן ווי ער רעדט.... דזשעק האט געוואוסט אז ראבערט קוקט אים מער נישט נאך אזוי שטארק זינט ער האט אים געהאלפן מיט די פליגערס.. אבער דאסמאל האט ער זיך געגרייזט..
א טלעפאון קאל האט איבערגעהאקט ראבערט. "וואס הערט זיך ראבערט? ווי האלטסטו מיט דיינע פלענער? און וואס הערט זיך מיט אגענטA, האסטו שוין צוריק געהערט פון אים?"
"באסס, די פלענער פארן בעסער ווי געראכטן ביז אפאר שעה גייט פארקומען א סעריע אטאקעס וואס וועט אויפשאקלן די קאנטרי. איך גלייב אז דאן וועט די פרעזידענט נאכגעבן די פארלאנג... פון אגענטA האב איך נאך נישט צוריק געהערט דערווייל"
"זייער גוט. איך האב געניצט די וואשינגטאן מיטינג אלס א טעסט. ווען אגענטA ענטפערט ווען גלייך וואלט איך געוויסט אז ער איז איינער וואס דרייט זיך נעבן מיר... און דאס איז זייער נישט גוט פאר מיר... אבער אז ער איז געגאנגען געוואויר ווערן די אינפארמאציע האב איך נישט אזוי מורא פון אים... איך וועל דיר שפעטער צוריק רופן"
"דזשעק, איז דיר געלונגען זיך אריין צובאקומען אין די סיסטעם ביי די סובוועי סטאנציע?" האט ראבערט געפרעגט. "ניין! איך האב ארום געזוכט צו די שטאט ליסט ערגעץ זייערע ווי סי אר'ס ווען זיי דארפן עס אמאל. אבער איך קען עס נישט טרעפן. סאררי"
*
מייקל האט באקומען די אינפארמאציע פון ראבערט אז מ'קען זיך נישט אריין באקומען אין די סובוועי סיסטעם. מייקל האט געוואוסט וואס ער האט צו טון.
זעקס שעה שפעטער....
"אקעי ראבערט איך קום ביז דריי מינוט אן צו די סטאנציע... וואס טוט זיך מיט ראלף איז ער גרייט?"
"ראלף גייט זיין גרייט ביז אפאר מינוט.. לאמיך אריין רופן דזשעק אויפן ליין זיכער מאכן אז ער איז אין די NYU סיסטעם.
"ראבערט, דאס בין איך ראלף. איך בין נארוואס אנגעקומען צום שפיטאל. איך דארף אז דזשעק זאל פארווישן די קעמרעס ווייל איך גיי אראפ אין בעיסמענט פארלעשן די בעק אפ סיסטעם. איינמאל דאס איז פארלאשן זאל מייקל טון זיין חלק און בערך פיפצן מינוט דערנאך וועל איך אויסלעשן די מעין ברעיקאר....
דזשעק האט באקומען די קאל פון ראבערט אז ס'איז געקומען די צייט זיך אריין צוכאפן אין די NYU סיסטעם. דזשעק האט נישט מער וואו געקענט האפן אז דול איז גרייט און ווייסט וואס ער האט צוטון... איינמאל די קאל פון ראבערט איז אריין געקומען האט דזשעק געלאזט וויסן פאר דול "די מיסיע איז א גרין..." דאס האט אנגעדיידט אז מ'גרייט זיך צו אטאקירן..
*
דול מיט אלען האבן געווארט אנגעצויגענערהייט אויף די קאל פון דזשעק צו הערן צו די מיסיע גייט טאקע געשען... די ביפ אויף די קליינע קאמיונעקאציע אפאראט האט פאראורזאכט אז ביידע זאלן אויפשפרינגן... די מעסעדזש האט זיך געליינט טריקן "די מיסיע איז א גרין" אלען האט פארשטאנען אז קודם גייט ער אריין גיין אין שפיטאל זיכער מאכן אז ער קען אויסשאלטערן די סיסטעם.. איינמאל דאס איז דורך גייט מען אטאקירן די סובוועי סיסטעם...
"העלאו ראבערט... דאס איז אגענטA. וואס הערט זיך?"
"אגענטA, יעצט איז נישט די ריכטיגע צייט מיך צו רופן. איך האלט אינמיטן דורך פירן עפעס... איך רוף עס 'עפעס' אבער דאס איז שוין גארנישט קיין 'עפעס' ביז צען מינוט גייט דיין קאנטרי זיין אויף רעדער... איך מיין אז דו זאלסט לויפן אויסהערן די ראדיא ווייל ס'גייט זיין אינטערעסאנט..."
"אהא... אין צען מינוט גייט שוין זיין לעבעדיג.. הייסט דו דארפסט מער נישט מיין הילף? דו טוסט זאכן אן מיר?"
"ניין! זאג נישט אזוי. זיכער דארף איך עס. נאר נישט יעצט אויף די מינוט. רוף מיך צוריק אין צוויי שעה.."
אלען האט אראפגעלייגט די טעלעפאון און מיט א ביטערע שמייכל זיך אנגערופן פאר דול. "ראבערט זאגט אז איך האב נאך צען מינוט.." אלען האט נישט באמערקט די טעקסט וואס איז ארויסגעפארן פון דול'ס טעלעפאון.
*
ראלף האט זיך אנגעטון די כאלאט מיט די איי-די און איז אריין אין שפיטאל. "ראבערט, ווי האלט דזשעק מיט די קעמרעס? איז דאס קער גענימען?"
"יא!" דו קענסט גיין.. די קעמרעס גייען איבער שפילן אלעס פון די לעצטע שעה. קיינער וועט אפילו נישט כאפן.."
ראלף האט גענימען די עלעוועיטאר אראפ צום בעסמענט.. אנקומענדיג אונטן איז ער גלייך צוגעגאנגען צו די שטוב וואס איז געווען אויפגעשריבן 'עלעקטעריק רום'.. די טיר איז אבער געווען פארשפארט...
"ראבערט, די טיר איז פארשפארט. איך גיי דארפן אויסשיסן די גלאז פון די טיר און אזוי עס עפענען פון אינעווייניג. מאך זיכער מיט דזשעק אז קיינער קומט נישט מיין וועג..."
דזשעק האט מיטגעהאלטן וואו ראלף גייט אראפ.. ראבערט האט אויך אלעס געהאט אויפן סקרין. "ראלף, צוויי נוירסעס קומען דיין וועג.. גיי אוועק פון די טיר." האט ראבערט געשריגן..
ראלף האט אוועק שפאצירט און ווען די צוויי נוירסעס האבן אים דורך געוואקט האט ער זיך אראפגעבויגן אז זיי זאלן נישט קענען זען זיין אנגעצויגענע פנים... איינמאל די נורסעס זענען דורך האט ראבערט געגעבן די אקעי אז ראלף קען זיך אריין ברעכן...
ראבערט האט מיט הנאה צוגעקוקט ווי ראלף געט א זעץ און די גלאז צושפלעטערט זיך. ראלף איז אריין אין די רום און גראד צוגעוואקט צום בעקאפ ברעיקער און עס געגעבן א ריק אראפ...
"דזשאב איז פארטיג.. רוף מייקל אז ער קען גיין..."
דזשעק האט מיט געהאלטן ווי ראלף ברעכט אויף די טיר.. איינמאל ער איז געווען אינעווייניג האט ער געלאזט וויסן פאר דול אז ער איז אינעווייניג און דול קען מאכן די קאלל...
*
אלען האט באקומען די מעסעדזש אז ראלף איז נארוואס אריין אונעם 'עלעקטריק רום'. אלען האט ארויסגענימען זיין טעלעפאון און געדריקט 911.... אבער נאך פאר ער האט עספיעט צו דריקן די 'טאלק' קנעפל האט זיך זיין ביפער צופיפן.... די ווייסע הויז רופט פאר אן עמערדזשענסי קאנפרענס...
*
די פרעזידענט איז געזעצן אין זיין פריוואטע אפיס ווען מיטאמאל האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגן.. א טעקסט מעסעדזש האט זיך געליינט וואו פאלגאנד; "דאס בין איך דול אלען'ס שותף. מיר גייען אט אט געשלאגן ווערן מיט א דאפעלטע אטאקע. לויט די אינפארמאציע גייט עס געשען אין צען מינוט ארום. איינס גייט זיין אויף NYU און איינס גייט זיין אין די סובוועי סטאנציע. אלען האט עס דיר נישט געוואלט דערציילן... אבער איך האב געהאלטן אז אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דארפסטו דאס וויסן.."
די פרעזידענט האט נישט געגלייבט וואס ער ליינט... ווילדערהייט האט ער אריין גערופן זיין סעקרעטאר און געהייסן שוין צוזאמרופן אן עמערדזשענסי קאנפרענס מיטינג מיט אלע אגענטורן.. "אויף ווען וויל די פרעזידענט אז איך זאל פאררופן די מיטינג?" האט די סעקרעטאר איבערגעפרעגט נישט זייענדיג זיכער אז ער האט פארשטאנען. "אויף יעצט!!"
ס'האט נישט גענימען קיין דריי מינוט און יעדער אנגעפאנגן פונעם ווייס פרעזידענט ביזן דעפיוטי פון האומלענד סעקיורעטי אלעס זענען געווען אויפן קאנפרענס לייוו פיעד.. אן קיין עקסטערע באגריסונגן האט די פרעזידענט גלייך צוגעטרעטן צום ענין. "איך האב נארוואס ערהאלטן אינפארמאציע אז אין זעקס מינוט ארום גייען מיר געשלאגן ווערן מיט צוויי באזונדערע אטאקעס. די אטאקעס גייען פארקומען איינס אין NYU און די צווייטע אין די דערנעבענדיגע סובוועי סטאנציע. איך וויל אז די עף בי איי אינאיינעם מיט די לאקאלע האומלענד סעקיורעטי אגענטן זאלן יעצט אראפ פארן אהין און זען וואס מ'קען ראטעווען... גענעראל מקריסטל איך וויל אז דו זאלסט האבן די נעשאנעל גארדס אין פלאץ אויב דארף מען זיי...
חברה נעמטס ענק צו די ארבעט ווייל די זייגער לויפט... איך וויל אויך כאפן די וואס זענען פאראנטווארליך פאר די געפלאנטע אטאקעס.. יעדער זאל זיך שוין נעמען צו די ארבעט... איך וויל מיטהאלטן יעדע קלייניגקייט.. מ'זאל מיך רופן מיט יעדע שטיקל אינפארמאציע וואס מ'ווערט געוואויר!"
*
ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן... "שטעל שוין אפ די אקציעס וואס דו פלאנסט... די פרעזידענט ווייסט דערפון... צי ארויס דיינע מענטשען פון וואו זיי זענען און באפעל זיי צו אנטלויפן.. עמער רעדן שפעטער"
*
אלען האט זיך אויסגעדרייט צו דול און אים געפרעגט. "איז דאס דיין ארבעט?"
"יא!" איך האב געהאלטן אז די פרעזידענט דארף וויסן דערפון"
"דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געטון? איך האב געפלאנט אנצורופן די פאליציי און זיי מעלדן אז איך זעה א פארדעכטיגעטע פעקל אינעם סטאנציע דאס וואלט פונקט גענוג געווען צו כאפן די באמבע. אבער דאס וואלט נישט ערוועקט קיינעמ'ס חשד. יעצט האסטו אלעס פארפאטשקעט... אויב איז די מיסיע ביז יעצט געווען פשוט קאמפליצירט וואלט איך עס יעצט געטוישט צו ""געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע""
*
ראבערט האט אריין געשריגן צו מייקל "מייקל, לאז איבער די רענצל ווי דו ביסט און אנטלויף... די אקציע איז אויף געדעקט געווארן..."
"אבער איך בין שוין כמעט אויף מיין דעסטענאציע.. ביסט זיכער אז איך האב נישט נאך פיר מינוט בעפאר זיי קומען אן?" "דו האסט נישט נאך איין מינוט.. ווארף אראפ דיין רענצל און לויף!"
"ראלף זעה דיך ארויס פון שפיטאל וואו שנעלער.. זיי זענען געוואויר געווארן פון די געפלאנטע אקציע.." "וויאזוי איז דאס מעגליך?"
"איך ווייס נאך נישט.. קודם אנטלויף!!"
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 10:55 am
דורך prowed jew
''שוין יעצט צוזאם רופן א עמערזשענסי קאנפרענץ און אפגעבן א ריזיגן דאנק פאר אונזער טאטע זז''ג''
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 11:16 am
דורך ווינקל
האלאו!!!! דו לאזט נישט אטעמען!!! די אקציע ווערט מיט יעדן פארזעצונג מער פארוויקלט ווי אויסגעקלארט...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 11:27 am
דורך דארפסמאן
האמיר שוין ארויסגעפרינט און אי"ה אויפן קויטש מיט א אייסעס וועלן מיר ווייטער ליינען אי"ה
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 12:06 pm
דורך שאלת_חכם
דארפסמאן עס וועט דיר זיין קאלט און הייס צוזאמען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 12:08 pm
דורך דארפסמאן
יא, אבער איך בין שוין ציגעוינט, יעדע פאר טעג פרינט איך ארויס, און מען טראגט עס אהיים, כדי צו ליינען מיט א אייסעס
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 12:22 pm
דורך פאטאקי08
דאס מאל האסטו מיר גענומען אויף א שיינעם רוליקאוסטער
שוין גענדיגט ליינען 15 מינוט און מיין מח דרייט זיך ווי א דרייער רבונו שעל עולם.. וואס דער טוט מיט מיר..
נישט געוואוסט ביז דו לעצטע שורה ווער סגייט זיין די העלד אלען צי דול צי דזשעק אוי וויי!
געמיינט איך וועל וויסן דערווייל האט דול געהערגעט די זאך!! (געהרגעט?...געמאכט די מעשה מער ספוקי...)
שכח דול!

סארי... כמיין אב זקן!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 1:15 pm
דורך פונקטליך
משזר מעשה חושב…
אנבעליוועבל!!
יישר כוח!
נעקסט פליז..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 2:38 pm
דורך מי יודע
עי יו
מעלד איין אז דו שרייבסט
איך האב געטרייט מיין לאק און געטראכט 'מי יודע' אפשר האט דער אלטער טאטע איבערגעלאזט עפעס א דבר הלכה אויף שבת
והנה און אט, ער פארט ווייטער צום פרעזידענט כאילו לא הי'
נו עמיר האבן וואס צו ליינען אין בעט יעצט נאכמיטאג
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 2:39 pm
דורך איך_הער
איי קענט בעליוו איט, ביים פאריגן פארזעצונג האטער ביים ענדיגן נאך געלאזט אטעמען, יעצט קענעך מיך קוים דאס עפארדן, מיינע פינגער ווארפן זיך פאר שרעק.
יוי איזער פארריקט, און יעצט בינעך צוריק אין ספק, צו אלען איז דער פאררעטער, שיער האבעך געטראכט אז דול איז דער דאפעלטער אגענט, למעשה בינעך גוט צומישט, כ'ווייס נישט וואס צו טראכטן.
זשעק איז אין סכנה, פארוואס האטער נאכגעלאזט פון זיין פארזיכטיגקייט?
דער פרעזידענט איזעך אויך ווערט זיין געלט, אזא בהמה צו זיין?
באט די טאטעל פון אלעם איז, אז איך בין געבליבן גוט צומישט, און גיי ווייס ווען די נעקסטע ארטיקל קומט, וואס האטער נאר געשריבן? ביז וועכע פארזעצונג אישוין רעדי? לאמעך א קוק טון. יא נאך א שטיקל פון 11 האטער, אוי ס'טויג נישט, אויף ווי לאנג גייסטו נישט קענען שרייבן?
יישר כח פאר ביז אהער. איטס עפריציאטירט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 2:40 pm
דורך מי יודע
יא נאר איין וווארט
פון וועלכע פרעזידענט רעדט מען יעצט? אבאמא? נו זיי מפרסם די מעשה צו די וואלן...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 2:51 pm
דורך למעלה משבעים
איך ווארף מיר דא פאר שרעק, איך קען שוין נישט טראכטן גראד, וואס טוט זיך דא, איך ציטער פארן קומענדיגן. אב, די ביזט מאסיוו.
איין נחמה האב איך אז דזשעק אליין גייען זיי נישט קענען טשעפן ווייל אויב יא, האבן זיי שוין נישט מיט וואס צו סטראשען.
איין שאלה האב איך דול האט דאך די לייסנ'ס פלעיט פון די יעניגער וואס איז נאכגעפארן זיין קאר ווען זיין ווייב האט עס ארויסגעדרייווט, נו אויב אזוי איז דאך דא ווי אנצוהייבן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 3:14 pm
דורך שוועמל
יוי ווי דער חוש'ט ארום מיט מיר.
כ'אב א פיהלינג דאס גייט זיך ענדיגן מיטן הרגנן בין לאדין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 3:33 pm
דורך קרעמער
איך באמערק אז דער פארזעצונג איז נישט אזוי מוגה ווי די פריערדיגע, פילייכט איז עס צוליב מאנגל אין צייט נישט געהעריג איבערגעקוקט געווארן
אזוי צי אזוי איז עס א גוטע מעשה און עס איז געווען א פארגעניגן צו ליינען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 4:13 pm
דורך ארט און מוזיק
wowow! ישר כח דאס מאל פארן בלייבן מיט א פאזיטיווע ענד.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 20, 2011 5:34 pm
דורך ווער בין איך?
איך_הער האט געשריבן:איי קענט בעליוו איט, ביים פאריגן פארזעצונג האטער ביים ענדיגן נאך געלאזט אטעמען, יעצט קענעך מיך קוים דאס עפארדן, מיינע פינגער ווארפן זיך פאר שרעק.
יוי איזער פארריקט, און יעצט בינעך צוריק אין ספק, צו אלען איז דער פאררעטער, שיער האבעך געטראכט אז דול איז דער דאפעלטער אגענט, למעשה בינעך גוט צומישט, כ'ווייס נישט וואס צו טראכטן.
זשעק איז אין סכנה, פארוואס האטער נאכגעלאזט פון זיין פארזיכטיגקייט?
דער פרעזידענט איזעך אויך ווערט זיין געלט, אזא בהמה צו זיין?
באט די טאטעל פון אלעם איז, אז איך בין געבליבן גוט צומישט, און גיי ווייס ווען די נעקסטע ארטיקל קומט, וואס האטער נאר געשריבן? ביז וועכע פארזעצונג אישוין רעדי? לאמעך א קוק טון. יא נאך א שטיקל פון 11 האטער, אוי ס'טויג נישט, אויף ווי לאנג גייסטו נישט קענען שרייבן?
יישר כח פאר ביז אהער. איטס עפריציאטירט.
איך הייב שוין אהן ערנסט טראכטן אז אבאמא איז די פאררעטער...!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 2:43 pm
דורך gagongan
אב זקן האט געשריבן:הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוודאי, וואס דען? שוין צוויי שעה נאכן ליינען און מיין בויך דרייט זיך נאך
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 2:49 pm
דורך קונצען
יא ער טראכט מעכטיג ער נעמט אינז אויף א גיטן רייד
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:04 am
דורך מי יודע
נו שוין מיטוואך
נישטא קיין נייעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 2:37 pm
דורך jkup50
אויף דעם האב איך נישט געגלייבט איך האב אפגעמאכט איך ליין נישט מאר אב'ס מאסעס ווילאנג סינישט פינישט איך זעי כהאב געמאכט א גראבען טעות
אב די שעחסט מיר
11'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 8:19 am
דורך אב זקן
אין א הערליך באצירטן פאלאץ זיצט די בעל הבית פון 'טריפל איי' און גייט דורך די לעצטערע אנטוויקלונגן. אונעם קאנפרענס צימער זיצן אלע אינדזשענירן און ווארטן מיט רעספעקט אז די בעה"ב זאל אנקומען און עפענען די מיטינג.
א שטילקייט האט יעדעם ארום גענימען ווען די בעל הבית האט אריין געוואקט. די בעל הבית האט גלייך אנגעפאנגן;
"וואו יעדער ווייסט שוין האלטן מיר נישט זייער ווייט דערפון וואס אונזער נייע פראדוקט גייט ווערן באשטעטיגט דורך די רעגירונג און מיר וועלן זיין די איינציגסטע אין די לאנד וואס וועלן געווינען די קאנטראקט צו קענען דאס פראדעצירן. יעדער ווייסט אז מיר ארבעטן שוין דעראויף יארן, וועגן דעם בין איך אייך היינט געקומען מעלדן אז די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט. ביז געציילטע וואכן האפן מיר צו באקומען די קאנטראקט פון די רעגירונג. יעצט איז די צייט וואס איך פארלאנג פון יעדעם צו ארבעטן איבערמידליך און זיך אנשטרענגן, אז ווען מיר באקומען די ביד זאלן מיר זיין פולשטענדיג גרייט."
די בעל הבית האט אפגעענדיגט די דרשה און ארויסגעוואקט. אינדערויסן האט אים זיין לימא אפגעווארט. זיין שאפער האט אים געעפענט די טיר און ער האט זיך באקוועם געמאכט אין די שיינע לעדערנע זיץ. נאכן זיפן פון די קאלטע געטראנק וואס איז געווען אנגעגרייט פאר אים האט ער געהייסן די שאפער צומאכן די וואנט וואס האט זיך ארויף געצויגן אונטערן דרייווער און ווען ער איז געווען אינגאנצן פריוואט האט ער ארויס גענימען זיין טעלעפאון און גערופן...
"העלאו וויקטאר, דאס איז ביל. וואס הערט זיך?"
"זייער פיין. דערווייל פארן זאכן ווי געפלאנט"
"אזוי? איך הער די נייעס יעדן טאג און איך האב נאך נישט געהערט אז איינער זאל רעדן אדער עפעס א רמז פון דאס וואס דו האסט מיר צוגעזאגט. דו ווייסט אז דיין צייט לויפט אויס און אויב אין די נעקסטע פאר טאג הער איך נישט צוריק פון דיר דאן איז אונזער אפמאך פארפאלן!" "ביל, איך זאג דיר זאכן רוקן זיך. דו זעהסט נישט אלעס ווייל מ'דערציילט נישט אלעס פאר די וועלט אבער איך זאג דיר אז זאכן קאכן זיך.."
"איך גלייב דיר. אבער איך וויל אז דו זאלסט געדענקן אז ס'איז דיר נישט געבליבן קיין סך צייט. איינמאל די בודזשעט גייט דורך און דאס איז נישט אינעם בודזשעט איז די זאך פארלוירן, ווארטן נאך א יאר איז קיין אפציע. אלזא טוה וואס דו האסט צו טון אז די זאך זאל דורך גיין!"
"זארג נישט. אויב זאג איך דיר אז זאכן פארן אויף די גוטע רעלסן גלייב מיר."
*
ראבערט זיצט אין אפיס און ברעכט זיך קאפ. ער קען נישט פארשטיין וויאזוי די אינפארמאציע פון די אטאקעס האבן ארויסגערינען... ווער איז דער וואס האט געקענט דערגיין די סודות..??
ראבערט האט פראבירט צוריק צו קלערן און זען צו ערגעץ ווי האט ער זיך פאררעדט צו איינעם?? ער קען זיך נישט דערמאנען.. אזוי זיצענדיג כאפט ער זיך אז דזשעק האט ער באמערקט זיך אויפפירן אביסל אינטערעסאנט לעצטענס.. ראבערט מישט אויף די קעמרעס פון דזשעק און נעמט זיך צוריק קוקן... ס'האט נישט לאנג גענימען אויפצוכאפן אז דזשעק פירט זיך אויף גאר פארדעכטיגט ער רעדט צו זיך אליינס... ראבערט האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס אפצוטייטשן.. ס'קען זיין אז דאס זיין איינזאם האט אים צוגערירט אביסל אבער דאס אמאל זיכער 'דאס איז זייער פארדעכטיגט..'.
ראבערט האט אנגעשטעלט די קעמרע און אריין געזאאמט אין דזשעק'ס אויגן.
"דזשעק, דאס בין איך ראבערט. לאמיך דיר פרעגן זייער אפן... די אפעראציע וואס איך האב אט געהאלטן ביים אויספירן איז נארוואס איבערגעהאקט געווארן. ווייסטו עפעס דערפון? האסטו אן אנונג וויאזוי דאס איז געשען?"
דזשעק האט זיך פארלוירן.. א קליין קוים מערקבארע שמייכל האט זיך באוויזן אויף זיין פנים... "איך ווייס נישט גארנישט" האט דזשעק פראבירט צו שפילן קיל.
אבער ראבערט האט באמערקט די שמייכל....
א טעלעפאון קאל האט איבערגעהאקט ראבערט. "ראבערט, דאס בין איך ראלף. איך בין דא פארכאפט אין די שפיטאל.. זיי האבן עס אפגעשפארט און מ'לאזט קיינעם נישט ארויס אן קיין איי-די קארד.. איך האב אן איי-די קארד אבער די בילד איז נישט גוט, איך קען דאס נישט ניצן.. איך דארף דו זאלסט מיך העלפן טרעפן א וועג ארויס פון דא.."
ראבערט האט אויסגעהערט ראלף אבער זיין קאפ איז נישט געווען דערביי.. זיין אויגן זענען נאך געווען צוגעבינדן צו די סקרין וואו ער האט באטראכט דזשעק. "וואס זאגסטו ראלף?"
"איך דארף אז דו זאלסט מיך טרעפן א וועג ארויס פונעם שפיטאל.. איך בין דא פארכאפט, זיי לאזן קיינעם נישט ארויס אדער אריין פון שפיטאל.. זיי זוכן מיך צו כאפן.."
"ראלף דו וועסט דיך מוזן טרעפן א אייגן וועג ארויס.. איך בין יעצט פארנימען.."
ראבערט האט ארויסגעשטורעמט פון זיין אפיס און זיך אנגערופן צו זיין לייב וועכטער.. "מאך גרייט די העליקאפטער מיר פארן צום אינזל..." דערנאך האט ראבערט אנגערופן איינע פון דזשעק'ס וועכטערס און אים געהייסן אנגרייטן די פייניגונגס שטוב.. "איך וועל דארט זיין ביז א האלבע שעה.. איך וויל האבן א שמועס מיט דזשעק..."
*
דזשעק איז צוריק אראפ אין זיין שטוב, ס'איז אים אינטערעסאנט געווען צו זען אז נאר איין וועכטער באגלייט אים. אבער ער האט נישט געהאט קיין צייט צו לייגן גרויס געוויכט דעראויף.. די עיקר איז אז די אקציע איז געווען א דורך פאל... אבער נאך פאר דזשעק האט עספיעט אנצוקומען צו זיין שטוב און פייערן זיג האט אים די וועכטער געגעבן א כאפ אן און אראפגעטראגן אין קעלער... דארט האבן אים די וועכטער אראפגעזעצט אויף אן אייזענע בענקל און צוגעבינדן די הענט צום בענקל. די שטוב איז געווען שטאק טינקל, דזשעק האט נישט געקענט זעהן וואס טוט זיך א אינטש פארנט פון אים...ער האט פראבירט צו שרייען אויף די וועכטער וואס זיי ווילן פון אים.. אבער קיין ענטפער...
דזשעק האט זיך געטראפן אין א ביטערע מצב... ער האט געוואוסט איין זאך.. 'איך בין אויף גרויסע צרות.. ראבערט האט מיך געכאפט...' דזשעק האט זיך געכאפט וויפיל מאל ער האט זיך באנארישט און גערעדט מיינענדיג אז ראבערט קוקט אים מער נישט נאך.. 'פארוואס האב איך עס געטון..?' האט ער געקלערט צו זיך דערביטערט.
*
די פרעזידענט האט געהייסן יעדעם אריבער קומען פאר זיצונג. ער האט צוזאם גערופן זיין גאנצע קאבינעט וועלענדיג הערן פון יעדעם וואס זיי האלטן וויאזוי מ'דארף ווייטער גיין מיט די נייע אויפגעקומענע פראבלעם.
ווען אלען האט באקומען די אינווייט האט אים דאס זייער געבאדערט, און פארביטערטערהייט זיך אנגערופן פאר דול, "שוין ווייטער רופט די פרעזידענט יעדעם.. ער וויל נישט איינזען אז איך בין גערעכט.." דול איז אבער אויך נישט געווען איבערצייגט אז אלען איז גערעכט.. "איך האלט אז די פרעזידענט האט אלע רעכטן צו האלטן אז זיין שטאב איז ריין. קיינער וויל נישט איינזען אז ביי אים אין פאלאץ דרייט זיך א פאררעטאר. און אפשר ביסט טאקע נישט גערעכט? אפשר איז די לאך ביי די נידריג ראנגיגע סטעף און נישט ביים קאפ?"
"דול, איך זאג דיר אז איינער גאר נאנט צום פרעזידענט איז די פאררעטאר.. איך זע דאס לויט די זאכן וואס יענער ווייסט און פארלאנגט.." די שמועס איז איבערגעהאק געווארן ווען דול'ס אפאראט האט זיך צופיפן..
"פארוואס האט מען מיך איינגעשפארט דא? פארוואס האט עטס מיך פארבינדן?"
דול האט עס געליינט און געווארן בלייך... דזשעק איז אין טראבל.. ס'זעהט אויס אז מ'האט אים פארכאפט און אין די לעצטע רגע האט ער עספיעט צו קוועטשן די זייגער.. אלען האט אריין געווארפן זיין קאפ צווישן די קניען און זיך גענימען העפטיג טראכטן... "אקעי, ראבערט איז לכאורה חושד דזשעק און יעצט גייט מען אים אויספארשן.. ס'גייט נישט נעמען לאנג און נאכן דורך גיין שווערע פייניגונגס גייט ער זיך ברעכן.. דאס איז זייער נישט גוט און מיר דארפן דאס אפשטעלן זאפארט!! איך מיין אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוראטעווען דזשעק פון דארט"
דול האט צוגעשאקלט מיטן קאפ. טיף אין זיך האט ער געשפירט שולדיג... ווען ער פאלגט ווען אלען וואלט דזשעק יעצט נישט געדארפט דורך גיין דאס אלעס.. "איך בין גרייט צו טון וואס דו וועסט פארלאנגן.. איך וויל צוריק דרייען און פאררעכטן וואס איך האב אנגעמאכט"
אלען האט זיך געזעצט טראכטן, נאך אפאר מינוט איז אים בייגעפאלן א פלאן.. אלען האט אנגערופן די פרעזידענט און אים געבעטן אפצושטופן די מיטינג "נייע זאכן זענען נארוואס אריינגעקומען איך קען נישט יעצט זיצן ביי קיין מיטינגס" האט אלען געלאזט די פרעזידענט וויסן. "מעג איך וויסן וואס ס'גייט פאר" האט די פרעזידענט געפרעגט. "יא זיכער" אלען האט פארציילט פארן פרעזידענט די נייע פראבלעם אז ראבערט איז חושד דזשעק און ער האט אים נארוואס איינגעשפארט.. "איך גיי דארפן אז דו זאלסט מיך אויטארעזירן אז א גרופע עליטע קאמאנדאס זאלן זיך אריין כאפן און ארויס ראטעווען דזשעק.. וואס איך דארף פון דיר איז, דיין אונטערשריפט."
"איך פארשטיי נישט אלען, דו שרייסט די גאנצע צייט אז מיינע מענטשען זענען פארפוילט.. און דו פארשטייסט אז צו באקומען אזא אונטערשריפט דארף איך מיך צוזאמזעצן מיט מיין קאבינעט.. וויאזוי ארבעטן די צוויי זאכן צוזאמען?"
"איך ווייס, איך ווייס." און דאן האט אלען געזאגט פארן פרעזידענט זיין פלאן.
די פרעזידענט איז נישט געווען זייער צופרידן דערפון. אבער אלען האט אים נישט איבערגעלאזט קיין צוויי ברירות. געצווינגענערהייט האט די פרעזידענט מסכים געווען צום פלאן.
"פאר איך לייג אראפ וויל איך דיר נאר זאגן אז איך האב נארוואס ערהאלטן פון די עף בי איי, אז ס'איז זיי נישט געלונגען צו כאפן די טעראריסט אינעם שפיטאל.. ער האט זיך ארויסגעגליטש אונטער די הענט. מ'האט געטראפן א פאציענט ליגן אין א שטוב.. ער זאגט אז איינער אנגעטון ווי א דאקטער איז צוגעקומען צו אים און אראפגעשלעפט פון בעט און אים איינגעשפארט אין די צימער. ער האט זיך לכאורה פארשטעלט ווי א פאציענט און אזוי פארלאזט די שפיטאל.. מ'האט שפעטער געטראפן א בעט ליידיג.."
"מיר גייען אים כאפן גאר בקרוב!" האט אלען צוריק געענטפערט. "דאן וועט ער באצאלן פאר דעם אויך"
אלען האט אראפגעלייגט די טעלעפאון, "די פרעזידענט גייט איין אויפן פלאן.. מיר דארפן זיך נעמען שנעל ארבעטן..."
*
"העלאו דזשעק, דאס בין איך ראבערט.. אויב געדענק איך גוט האבן מיר געהאט אפגעשמועסט אז אויב דארף איך אמאל אראפקומען צו דיר וועט דאס קאסטן א טייערע פרייז... איך זע אז דו האסט מיר נישט געגלייבט.. דו ווילסט שפירן אויף דיין פלייש וואס איך מיין מיט מיינע ווערטער 'טייערע פרייז'. יעצט לאמיך דיר זאגן. איך בין פארטיג מיט טשעפען דיין משפחה, איך גיי מיך יעצט נעמען ארבעטן אויף דיר! ס'איז נאר דא איין וועג וויאזוי דו גייסט קענען ארויסקומען פון דא לעבעדיג.. דאס איז אויב דו גייסט מיר שוין זאגן וויאזוי ס'איז דיר געלונגען צו מאכן קאנטעקט מיט די דרויסענדע וועלט?"
דזשעק איז געזעצן שטיל... ער האט נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן..
"שטיל איז ביי מיר נישט קיין אנגענומענע ענטפער.. דו ווילסט טאקע זען ווי ווייט איך קען גיין? איך קען דיר איין זאך זאגן, דו גייסט דיך וואונטשן צו שטארבן, איך גיי דיר עס אבער נישט פארגינען.. דו גייסט דורך גיין שוידערליכע יסורים.. אבער איך וועל דיר נישט לאזן אויסגיין.. איך געב דיר יעצט די לעצטע שאנס צו ענטפערן פאר איך פאנג אן מיין פראצעדור.."
דזשעק זיצט שטיל.. זיין הארץ האט געצאפעלט פאר שרעק, ער האט געוואוסט אז ראבערט איז אומשטאנד פאר סיי וואס.. אבער ער האט אויך געוואוסט אז אויב וויל ער ארויסגיין לעבעדיג פון דא טאר ער נישט ארויסגעבן זיין סוד.. ווייל אפשר האלט דול יעצט אלעס מיט, און ער פלאנט אויף עפעס א וועג מיך ארויסצונעמען...
"פיין, דו ווילסט זען ווי ווייט איך קען גיין, נישט קיין פראבלעם." ראבערט האט אריין גערופן איין וועכטער און אים געהייסן אנגרייטן די בעט...
*
אלען מיט דול האבן אלעס מיטגעהאלטן.. זייער הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דזשעק.. " דזשעק האלט דיך שטארק.. מיר זענען אויפן וועג צו דיר.." האט דול געמורמעלט צובראכן..
*
נאך פאר ראבערט האט געהאט די מעגליכקייט אנצופאנגן מיט זיינע פייניגונגס האט זיין טעלעפאון זיך צוקלינגן... " יא באסס, וואס גייט פאר? .... וואס הייסט זיי גייען דא קומען..? פון ווי ווייסן זיי פון די פלאץ?
...
אויב קומען זיי אריין פון די דאך דאן וועל איך אים האלטן אין די קעלער, איינמאל זיי וועלן זיין פארטיג מיט זוכן אויף די אויבערשטע שטאקן וועל איך אים ארויף טראגן דורך די זייטיגע שטיגנס... יא יא איך פארשטיי.. אקעי, פיין. זארג דיך נישט, איך וועל עס האנדלן..."
כעס'יג האט ראבערט אראפגעקנאקט די פאון... א מערדערליכע פראסק האט געלאנדעט אויף דזשעק'ס פנים. "דו האסט זיי געזאגט ווי דו ביסט... זיי גייען יעצט קומען דיך נעמען הא!!? אזוי מיינסטו... איך בין אבער אביסל קלוגער.. קום.. דו גייסט יעצט קומען מיט מיר.."
ראבערט איז צוגעגאנגן צו די צוויי וועכטערס און זיי מסביר געווען וואס דא גייט פאר "איך דארף אנטלויפן פון דא.. די פלאן איז; איינע פון ענק זאלן ארום פירן די טרופן אין די גאנצע בילדינג.. זיי גייען אריין קומען פון די דאך דורך א העליקאפטער... נעם זיי אויף מיט א פארווינדערטע מינע אויפן פנים אבער נישט מיט קיין פייער... איינמאל זיי זענען פארטיג זוכן די אויבערשטע שטאקן נעם דזשעק און טראג אים ארויף דורך די זייטיגע שטיגנס.. אויב וועלן זיי גארנישט טרעפן וועלן זיי מוזן פארלאזן די בילדינג מיט ליידיגע הענט.. איך וועל ווארטן אויף ענקער פאון קאלל. איינמאל זיי פארלאזן די פלאץ וועל איך צוריק קומען... דעמאלטס וועט דזשעק שפירן וואס מיינט יסורים...
נאכאמאל, נישט עפענען קיין פייער.. זיי שיין אוינעמען, לאזן זוכן ווי לאנג זיי ווילן.. פארשטאנען?
איך דארף יעצט גיין..."
*
אלען מיט דול האבן מיטגעהאלטן די טעלעפאון קאל.. א שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויף אלען'ס געזוכט.. די אקציע איז געלונגען... אלען מיט דול האבן זיך ארויף געזעצט אויפן פליגער וואס האט זיי געטראגן צו די לויזיאנע אינזלן..
אנקומענדיג אין עירפארט האבן שוין א גרופע קאמאנדאס אפגעווארט און זיך געגרייט אויפצושטייגן אויפן העליקאפטער. פארן גיין האט אלען צוגערופן די פירער פון די גרופע אין א זייט און אים געבעטן אז ער זאל אים געבן צוויי מענטשען וואס זאלן מיטקומען מיט אים.. אויך זאלן די צוויי מענטשען זיך קענען פארבינדן מיט די אנדערע גרופע אויב פעלט אויס.. די פירער האט נישט פארשטאנען פארוואס אלען בעט דאס, אים האט מען געזאגט אז מ'גייט גיין מיט העליקאפטער און זיך אראפלאזן אויף די דאך פונעם בילדינג.. אבער אלען האט אים שטילערהייט מסביר געווען אז די געדאנק פון די דאך איז נאר געווען צו פארדעקן די אמת'ע פלאן פון אינוואדירן מיט א שיף. "זיי גייען סייווי נישט שטעלן קיין ווידערשטאנד, דו גיי אן מיט דיין ארגינעלע פלאן פון אראפקומען פון די דאך. איך וועל דערווייל ארויף קומען פון די וואסער און אזוי זיי איבערראשן."
די גאנצע גרופע האט זיך ארויפגעזעצט אויפגעהייטערט אויפן העליקאפטער, אלען און דול מיט זייערע צוויי באגלייטערס האבן זיך אריין געזעצט אין א קליינע מאטאר שיף און יעדער האט זיך ארויסגעלאזט צום אינזל....
אויפן שיף האט אלען אנגערופן די פרעזידענט און אים געזאגט "ראבערט האט באקומען די אינפארמאציע פון די 'לופט אקציע..' דאס מיינט אז מיר זענען סך נענטער מיטן טרעפן די לאך.."
ווען אלען האט געגעבן די 'גאו' האבן זיך די גרופע קאמאנדאס אראפגעלאזט אויפן דאך פונעם בילדינג... די טיר אראפ צו די שטיגן איז אויפגעריסן געווארן מיט קראפט.. די קאמאנדאס האבן אנגעפאנגן דורך צו גיין די אויבערשטע שטאק.. ביים עפענען די צווייטע טיר האבן זיי געטראפן די ערשטע לעבעדיגע פארשוין..מיט א קנאק האבן זיי אים אראפגעשליידערט און געבינדן די הענט... "וואס ווילט איר פון מיר?" האט ער געשריגן "איר טארט דאס נישט טון אן קיין געריכטליכע ערלויבעניש" קיינער האט זיך נישט געקימערט מיט זיינע געשרייען. מ'האט אים צוגעבינדן צו א דערנעבענדיגע טיש און ווייטער געגאנגען..
אין די זעלבע צייט איז אלען אנגעקומען מיט זיינע באגלייטערס.. אלען האט נישט געדארפט זוכן.. די טרעקער וואס דזשעק האט געהאט אין זיין שיך האט פונקטליך געזאגט ווי ער געפינט זיך.. אלען האט אהין געפירט די גרופע.. ער האט זיי געהייסן וואקן זייער שטייט וויסענדיג אז אויב הערט יענער אז מ'קומט קען יענעם נאך בייפאלן צו הארגענען דזשעק...
ווען די צוויי קאמאנדאס זענען געשטאנען פארענט פון די טיר האבן זיי צוזאמען געגעבן א זעץ אויף די טיר און געגעבן א שיס א קויל אין די לופט אלס ווארענונג.. "הענט אין די הייך ביידע..."
דזשעק איז געזעצן צוגעבינדן צום בענקל דערשראקן צום טויט... די צוויי חברה זענען ארויף געשפרינגן אויף די וועכטער און אים געקייטעלט.. "וויפיל מענטשען זענען דא אינעם בילדינג" האט אלען געפרעגט פון דזשעק..
מיט א קענטיגע אומצופרידנהייט האט דזשעק געענטפערט פאר אלען "צוויי גארדס" אלען האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע באגלייטערס "לאז זיי וויסן אז מיר האבן דזשעק און ער איז סעיף. זאג זיי אז נאך איינער דארף זיך געפינען אין די בילדינג.." ווען 'טיעם 2' האט געענטפערט אז זיי האבן דעם צווייטן אויך האט אלען אפגעאטעמט. "דזשעק, קום מיט אונז. דול וועט דיר אלעס מסביר זיין אויפן וועג...
איך וויל דיר נאר זאגן אז איך האב היינט גערעדט מיט דיין טאטעס דאקטער און ער איז זייער אפטימיסטיש מיט די פארשריט וואס דיין טאטע מאכט.."
אלען דול מיט דזשעק האבן זיך אריין געזעצט אונעם העליקאפטער וואס האט זיי געפירט צום עירעפארט, דארט האט זיי געווארט א פליגער וואס וועט זיי צוריק נעמען קיין נ.י.
אויפן העליקאפטער האט אלען אנגערופן די פרעזידענט און אים געמאלדן אז די אקציע איז דורך בשלום און דזשעק איז מיט זיי. "איינמאל איך מאך זיכער אז דזשעק איז פאראייניגט מיט זיין פאמיליע כאפ איך א פליגער אריבער קיין וואשינגטאן דארט וועלן מיר גיין ווייטער מיט די פלענער"
ס'איז שווער געווען צו רעדן אויפן העליקאפטער וועגן די גרידער אבער דול האט פראבירט דאס מערסטע וואס מעגליך איבער צו ווייזן פאר דזשעק אז אלען איז נישט דער וואס מ'האט געמיינט.. דזשעק האט עס אנגעפאנגן אריין צו נעמען אין קאפ..
אנקומענדיג אין די עירעפארט האט זיי אפגעווארט א שטיקל איבערראשונג... די טעלעוויזע האט געוויזן א ברעכענדע נייעס אז די סי איי עי האט נארוואס אויפגעבראכן א רינג פון טעראריסטן אינערהאלב אמעריקא וואס האבן געפלאנט אטאקעס אין די נאנטע טעג.. די קוואל איז געווען פון א ריפארטער אין די ווייסע הויז וואס האט באמערקט די געהיימע מיטינגס.. און נאכן פארשן האט ער ארויסדערווישט די אינפארמאציע.. אלען האט זיך זייער גערעגט.. אבער ער האט געוואוסט אז דאס איז אמעריקע און מ'קען גארנישט טון.
אויפן פליגער האט אלען געלאזט דול מיט דזשעק זיצן אינאיינעם און שמועסן ער האט זיך געזעצט אין די זייט וואוסענדיג אז יעצט איז דאס בעסער פאר דזשעק.
*
ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן.. אויף די אנדערע זייט איז געווען זיין באס זייער אנגעצויגן... "ראבערט, איך האב יעצט באקומען קאנפערמאציע אז די אקציע איז געלונגען און זיי האבן געטראפן דזשעק... איך האב געמיינט אז דו האסט די זאך אין די הענט..? איך קען עס נישט גלייבן... וואס ענטפער איך פאר מיינע בעל הבתים...?"
"ווו--אאא---ססס?? וויאזוי קען דאס זיין...? איך האב נאכנישט געהערט דערפון... פארוואס האט מיך קיינער נישט גערופן דערציילן?"
"דאס קען איך דיר נישט ענטפערן.. איך האב אבער געמיינט אז דו האסט קאנטראל אויף די סיטואציע... יעצט דארף איך ענטפערן פאר מיינע בעל הבתים... די גאס ווייסט שוין דערפון..."
"דיינע בעל הבתים? איך האב געמיינט אז דו ביסט בעל הבית פון 'טריפל איי'.."
"למעשה, וואס זאג איך זיי? די זאך איז פארפאלן?"
"ניין!! איך גיי צוריק האבן דזשעק!! גיב מיר פיר שעה..!!"
ראבערט האט באשטעלט א פריוואטע פליגער וואס זאל אים שוין נעמען קיין נ.י.
אויפן פליגער האט ראבערט אנגערופן מייקל און ראלף און זיי געגעבן די קאוד נאמען 'רויט'. ביידע האבן פארשטאנען וואס דאס מיינט.. "איך וועל דארט זיין ביז צוויי שעה, מאכט זיכער אז אלעס קלאפט.."
*
וויקטאר'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן וואו נאר ער האט אראפגעלייגט פון ראבערט, "יא ביל, וואס זאגסטו?"
"וויקטאר, איך הער די נייעס.. ס'שמעקט נישט גוט.. ס'זעהט אויס וואו דו האסט פארלוירן קאנטראל אויף די סיטואציע.. נישט פאר דעם האט דיך 'טריפל איי' אויסגעוועלט אז דו זאלסט אזוי פרי פארלירן אלעס.. דו ווילסט מיר זאגן אז מיר קענען גיין זוכן א צווייטע קאנדידאט וואס זאל טון פאר אונז די ארבעט?"
"ביל, דו ווייסט צו וועם דו רעדסט....? אזוי רעדט מען צום 'ווייס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן'....!!?!!!"
"וויקטאר, דו ווייסט אז דו דערשרעקסט מיך נישט מיט דיין טאן, ווער אויב נישט 'טריפל איי' האט געמאכט אז דו זאלסט אנקומען דא ווי דו האלטס יעצט... וואס מאכסטו דיך נעריש מיטן שרייען... זאג מיר קלאר, האלטס אז דו קענסט אונז ווייטער דינען, יא אדער ניין?!"
"יא! ביז פיר שעה איז אלעס צוריק מסודר.." "פיין, אויב נישט וועלן מיר מוזן גיין צו 'פלאן B'. איך ווייס אז דו גלייכסט עס נישט, אבער איך האב נישט קיין ברירה זאכן דארפן זיך רוקן.."
"פיין"
*
דול מיט דזשעק האבן פארברענגט פאר א שעה צייט, נאך א שעה האט דזשעק איינגעזען אז דול איז גערעכט. פארשמעטערהייט האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו אלען און גערייכט די הענט.. "איך דארף מיך אנטשולדיגן פאר דיר.." האט דזשעק אנגעפאנגן.. "דו פאר מיר? איך פאר דיר.. איך האב באמת נישט געוואוסט אז זאכן גייען גיין אזוי שלעכט.. גלייב מיר אז מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דיין משפחה, אבער איך האב געהאלטן אז מיר מוזן דאס טון פאר די לאנד.. ווען דו האסט געשוואוירן געטריישאפט צום לאנד האסטו דאס אויך געמיינט.
אבי מ'האלט שוין דא."
אלע דריי האבן זיך מיט א שמייכל אראפגעזעצט טרינקן פון די סאדא קענס..
"דזשעק, לאמיך דיך פרעגן, ביסטו מסכים ווייטער צו ארבעטן פאר די מיסיע? לויט וואו איך פארשטיי האט דול דיר אלעס דערציילט, לאמיר נאר אביסל איבערגיין ווי מיר האלטן יעצט; מיר האבן געוואוסט די גאנצע צייט אז איינער אין די ווייסן הויז ארבעט פאר זיי, ווער דער איינער איז האבן מיר נישט געקענט צוטרעפן.. מיר האבן געוואוסט אז ס'איז איינע פון די העכסטע אכט מענטשען וואס זענען נאנט צום פרעזידענט..
יעצט, ווען מ'האט גערעדט פון די אקציע פון דיין באפרייאונג האב איך געבעטן די פרעזידענט צו צוטיילן זיין קאבינעט, דאס הייסט אזוי, פאר פיר מענטשען זאל ער זאגן אז די אקציע גייט גיין דורך א העליקאפטער, און פאר די צווייטע פיר זאל ער זאגן אז מ'גייט אינוואדירן דורך שיפן. איך האב געוואוסט אז ווי נאר די פרעזידענט גייט זיי זאגן די פלענער גייט יענער לויפן דערציילן פאר ראבערט, און דאס איז טאקע געשען! ווען ראבערט איז געווען ביי דיר אין די רום האט ער באקומען די רוף אז מ'גייט קומען פון די דאך.. און איך האב טאקע געזען ווי מ'פירט דיך אריין אין א צווייטע צימער אין די קעלער..
אלזא, ווייסן מיר שוין אויף וועלכע פיר מיר דארפן קוקן. אבער דו דארפסט פארשטיין אז מ'רעדט דא פון די העכסטע מענטשען אין לאנד.. און דאס ארבעטן קעגן זיי קען זיין זייער געפארפול.. ביסטו גרייט דעראויף?"
"יא! איך וויל נאר זען מיין משפחה און פארברענגן מיט זיי אפאר טאג און דערנאך בין איך גרייט ווייטער צו ארבעטן.."
*
ראלף איז נארוואס אנגעקומען צו די צייטוויליגע דירה וואו דזשעק'ס משפחה איז איינגעשטאנען.. ער האט גלייך באמערקט די קאר וואו צוויי אגענטן זענען געזעצן און באטראכט די הויז.. ראלף האט שטאטערהייט אריין געוואקט פון די זייט און אנגעקומען צו די זייטיגע טיר... אנקומענדיג אין די הויז האט ער שטילערהייט פארשפארט די טיר אינטער זיך.. ווען דזשעק'ס ווייב האט אים געזען איז שוין געווען צו שפעט... מיט א ביקס צו איר קאפ האט ער איר געהייסן זיך אראפ זעצן און זיך פארבינדן די הענט. די זעלבע האט ער געטון מיט דזשעק'ס קינד... ווען ביידע זענען געווען פארבינדן האט ראלף גענימען די אנדערע אינגל און פארשטאפט זיין מויל און געזאגט; "דו קומסט מיט מיר..!! אויב גייסטו זיין וואויל און מיך פאלגן וועל איך דיר נישט וויי טון. אבער אויב גייסטו מאכן קינצן וועל איך מוזן וויי טון דיין מאמע.. דו ווילסט נישט, אמת?"
דערשראקן צום טויט האט די אינגל געשאקלט אויף ניין.. "אקעי דעמאלטס וואק פאר מיר"
די מאמע האט פראבירט צו שרייען און פארפירן אבער די גאן אין ראלף'ס הענט האט איר דערמאנט אז דאס איז א שפיל מיט פייער...
שטילערהייט האט זיך ראלף ארויסגעגליטש פון די הויז און געשפאנט מיט די אינגל צו זיין קאר. פאר א זייטיגע מענטש איז נישט מעגליך געווען צו זען אז די טאטע מיט די אינגל וואס וואקן דא זענען נישט קיין פאמיליע.
וואו נאר ראלף האט ארויסגעוואקט פון הויז האט זיך דזשעק'ס ווייב אויפגעבינדן און ארויסגעלאפן פון הויז מיט קולות... "ה-ע-ל-פ-ט... איינער האט נארוואס פארכאפט מיין אינגל... העעעללףףף...." די צוויי אגענטן וואס זענען געזעצן אין די קאר האבן געזען אז עפעס גייט פאר.. זיי האבן ארויסגעשפרינגן פון זייער קאר פון די קאר און געלאפן הערן וואס איז געשען.. זיי האבן נישט קיין סאך געדארפט פרעגן, זיי האבן נאך עספיעט צו הערן א קאר אפטראגן מיט א קוויטש.. די אגענטן האבן ארויסגעשלעפט זייערע בעדזשעס און געשריגן "אקעי בלייבטס דא, מיר זענען פעדראלע אגענטן מיר גייען אים נאכפארן.. דערווייל ווארט דא אויף אונז.. אבער רופט נישט קיין פאליציי... דאס איז א פעדראלע געהיימניס.."
די אגענטן זענען אריין געשפרינגן אין קאר און א געיעג האט זיך אנגעפאנגן..
*
ווי נאר אלען האט געלאנדעט האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגן.. אלען האט אויסגעהערט וואס יענער האט געזאגט און בלייכערהייט זיך אנגערופן פאר דול. "דול, דו גיי מיט דזשעק. איך דארף לויפן..."
*
די אגענטן זענען נאכגעפלויגן די קאר אבער ראלף איז אויך געווען א געניטע דרייווער און געוויסט וויאזוי זיך ארויסצודרייען.. די געיעג האט אנגעהאלטן א וויילע ביז פלוצים האט ראלף נישט באמערקט די צווייטע קאר וואס איז געקומען פון די זייט פון אים און אים געגעבן א שטופ. ראלף'ס קאר האט זיך געווארפן און געספינט.. און נאך פאר ראלף האט עספיעט זיך צוריק צו כאפן האט ער שוין געזען אלען שטיין מיט די גאן אויסגעשטרעקט צו אים.. "קום ארויס פון די קאר מיט די הענט ארויף.."
ראלף האט נישט געהאט קיין צווייטע אפציע און זיך אינטערגעגעבן.. "ווי דארפסטו גיין מיט דאס קינד?!" האט אלען געשריגן.. "איך ווייס נישט האט ראלף געענטפערט דערשראקן.. מיין באס האט מיר געהייסן אז ווען איך האב דאס קינד זאל איך אים רופן.. ער האט מיר נישט געזאגט ווי.."
"גוט, דו גייסט יעצט רופן דיין בעה"ב זאגן אז דו האסט דאס קינד און פרעג אים ווי דו דארפסט גיין ווייטער... וואג דיך נישט אים מרמז צו זיין אז דו ביסט פארכאפט..!!! איינמאל ער גיט דיר ארויס די לאקאציע וועל איך מיטגיין מיט דיר.. איך ווארן דיר נאכאמאל.. איין איבריג ווארט און דו ביסט טויט! איך ווייס אז איך טאר דאס לעגאל נישט טון, אבער איך בין גרייט צו גיין זיצן !!
און אויב גלייבסטו מיר נישט.." אלען האט אנגעכאפט ראלף'ס פינגער און אריין געשאסן א קויל...! "דאס איז נאר אין די פינגער, די נעקסטע שאס איז אין די הארץ! פארשטאנען!!?" יעצט מאך די קאל.
ראלף האט קוים געקענט כאפן זיין אטעם פון פיין אבער ער האט געוואוסט אז אלען איז גאר ערענסט.. "ראבערט, דאס בין איך ראלף.. איך האב דאס קינד.. ווי טראג איך אים?"
"ברענג אים צו פלאזא האטעל רום # 506. און מאך זיכער אז מ'פארט דיך נישט נאך.. קום אליין.."
אלען האט אפגעשריבן די אדרעס און געהייסן ראלף זיך אריין זעצן אין זיין קאר מיטן קינד. "דו גייסט ארויף גיין מיטן קינד און איך גיי זיין גראד אינטער דיר.. און געדענק! קוק אויף דיין פינגער אויב טראכסטו צו זיין א חכם.."
אלען איז אנגעקומען אין די פארקינג לאט פון די האטעל.. "קום מיט מיר אריין אין די עלוועיטאר.. דו גייסט וואקן פאראויס מיטן קינד, איך וועל זיין גראד אינטער דיר.."
די עלעוועיטאר האט געקליקט ביי 1.. 2.. ענדליך האט זיך עס אפגעשטעלט ביי פינעף.. ראלף האט ארויסגעוואקט פאראויס און אלען איז געבליבן אפאר סקונדעס אונטערשטעליג.. ראלף האט געקלאפט אויפן טיר.. קיינער האט נישט געעפענט ראלף האט שטאטערהייט געעפענט די טיר.. ווען די טיר איז געווען אפן האט אלען אריין געשפרינגן אין די רום "הענט אויף ארויף!!"
די רום איז געווען ליידיג.....
אלען האט זיך גענימען זוכן אלע זייטן אבער די רום איז געווען.. ליידיג..!
טררר...
די טלעפאון אין די רום האט זיך צוקלינגן.. אלען האט געוויזן פאר ראלף אויפצוהייבן.. "גיב מיר די אגענט וואס איז מיט דיר אין די רום.."
"די קאלל איז פאר דיר" האט ראלף געזאגט פאר אלען.. "פאר מיר?" "יא"
"העלאו, ווער איז דעס?"
"אהה... ווער איך בין איז נישט קיין חילוק... גיב מיר דיין סעל פאון נאמבער און איך וועל דיר שיקן א שיין בילד.."
"ווער ביסטו?"
"איך בעט דיך צעגער נישט.. גיב מיר דיין סעלפאון נאמבער פאר איינער שטארבט"
אלען האט אים געגעבן זיין סעל נאמבער... די בילד איז אנגעקומען... אויפן בילד איז געווען דזשעק'ס ווייב מיט זיין צווייטע קינד ווי זיי זיצן פארבינדן אין א טינקעלע שטוב.. "דו זעהסט די בילד? לאמיך דיר מסביר זיין, ווען דיינע אגענטן זענען אוועק געפארן פון די הויז נאכצופארן די ערשטע קינד האב איך געהאט א צווייטע גרופע וואס איז אריין אין די הויז נעמען דאס ווייב און קינד.. נישט קיין שלעכטע פלאן,וואס?
יעצט איז אזוי, דו גייסט מיר צוריק ברענגן דזשעק!! די וועג וויזאוי דאס גייט צוגיין איז ווי פאלגאנד; איך גיי צובינדן אויפרייס מאטריאל אויפן קינד און איך גיי האלטן די רימאוט ביי מיר. איין זאך דו טוסט וואס איך וויל נישט און דאס קינד גייט א גאנג! וואס איך פארלאנג פון דיר; דו גייסט מיר צושטעלן א העליקאפטער און א דרייווער, קיינער זאל זיך נישט געפינען אין די העליקאפטער אויסער דזשעק און די דרייווער. די דרייווער גייט נעמען דזשעק צו א ליידיגע פעלד אין די וועסטשעסטער געגנט. איך וועל געבן די פונקטליכע אדרעס פארן דרייווער און דארט וועל איך ווייטער זאגן וואס צו טון. איינמאל איך הער פון מיין מענטש אז דו האסט אלעס אויסגעפאלגט וועל איך דיר ארויסגעבן דאס קינד מיט די פרוי. קלאר?!"
אלען איז געשטאנען פארגליווערט... "וויאזוי קען איך דיר טראסטן אז איינמאל איך גיב דיר וואס דו דארפסט וועסטו מיר נישט אויסשפילן?"
"דו קענסט טאקע נישט! אבער דו האסט אן אנדערע וועג ארויס? דיין צייט לויפט אויס.. מיר האבן א קנאפע פיפצן מינוט, נאך פיפצן מינוט גייט איינעמ'ס לעבן פריצייטיג פארשניטן ווערן.. נאך א האלבע שעה גייט נאכאיינעמ'ס.. ווילסטו דאס? איך מיין אז ניין! איך שטעל אן מיין זייגער... איך האף צו הערן בקרוב פון דיר.."
אלען איז געזעצן אויסגעשעפט... ראלף איז שוין לאנג נישט געווען אין שטוב.. די גאנצע זאך פון ראלף זיך לאזן כאפן איז געווען א שפיל אוועק צונעמען מיינע מענטשען פון די הויז אז זיי זאלן קענען פארכאפן די ווייב און קינד... וואס טוט מען דא..??
אלען האט אנגערופן די פרעזידענט. די פרעזידענט האט מודה געווען צו אלען אז דא איז נישטא קיין צווייטע ברירה נאר צו געבן די אפציע פאר דזשעק... "ס'איז זיין משפחה און זיין לעבן, ער איז דער איינציגסטער וואס קען מאכן די החלטה."
אלען האט אנגערופן דזשעק און אים דערציילט וואס דא גייט פאר... "דזשעק, איך זאג דיר צו אז מיר וועלן דיך נישט פארלאזן.. אבער יעצט דארפסטו אפמאכן צו דו ווילסט דיך מקריב זיין פאר דיין ווייב און קינד... די זייגער רוקט זיך גאר שנעל.. מיר האבן נאר נאך דרייצן מינוט.."
"איך גיי!" איז געווען די איינציגסטע ווערטער וואס דזשעק האט געקענט ארויסזאגן...
אלען האט זיך געטראפן ווישן א טרער ביים אראפלייגן די טעלעפאון פון דזשעק.. ער האט געוואוסט וואס דאס מיינט.. אזא דיסיזיע צו מאכן אין אפאר סקונדעס איז ווייט נישט לייכט...
--
דזשעק האט זיך אריין געזעצט אונעם העליקאפטער און זיך ארויסגעלזט.. אויפן וועג האט ראבערט געלאזט וויסן פארן פילאט ווי ער דארף לאנדן..
מייקל האט שוין אפגעווארט דזשעק אינעם ליידיגן פעלד.. איינמאל די העליקאפטער איז אנגעקומען האט מייקל געהייסן די פילאט ארויסגיין פון די העליקאפטער און אריין געזעצט דזשעק אין זיין אייגן העליקאפטער.. דערנאך איז ער צוגעגאנגען און אינטערגעצינדן די ערשטע העליקאפטער אז אפילו אויב די פילאט קלערט פון נאכפארן זאל ער נישט האבן די מעגליכקייט. איינמאל ער איז געווען אין די לופט מיט דזשעק האט ער געלאזט וויסן פאר ראבערט אז אלעס איז דורך בשלום.
"אלען, איך זעה אז דו האסט דיך געהאלטן צום פלאן.. זייער גוט! יעצט קומט די צייט אז איך זאל האלטן מיין זייט. אין א האלבע שעה פון יעצט גייסטו באקומען א טעקסט מעסעדזש מיט די לאקאציע ווי די צוויי געפינען זיך. אבער אויב הער איך אז די העליקאפטער האט סיי וואסערע פראבלעמען אדער אז איינער פארט דאס נאך.. געדענק אז די קינד איז ארום גענימען מיט אויפרייס.. איך קען אים סיי ווען מאכן אויס.. זיי נישט קיין חכם! לאז מיך גיין און לאז דזשעק גיין! זיי געזונט.
אלען האט עס נישט אויסגעהאלטן.. אבער ער האט איינגעזען אז דאס איינמאל האט מען אים גאר גוט צוגעפיקסט..! אלען האט געשוואוירן נקמה אין דעם ראבערט..
*
ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן.. "יע באסס, אלעס איז בסדר. איך האב צוריק דשעק און מיר גייען זיך ווייטער נעמען ארבעטן.."
"ראבערט, מיין בעל הבתים האבן מיר געהייסן זיך נעמען ארבעטן אויף 'פלאן B' ביסטו גרייט?"
"יא נישט קיין פראבלעם! פארשטייט זיך אז דאס גייט נישט געשען אין איין מינוט.."
"אויף מארגן דארף דאס זיין ערלעדיגט! פארשטאנען ראבערט!!"
"אממ.. אקעי.."
*
פארזעצונג אי"ה...