בלאט 7 פון 20
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:12 am
דורך למעלה משבעים
איך קען זיך נישט מצמצם זיין וואס צו שרייבן, איך מיין איך לאז עס דערווייל ביי דעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:51 am
דורך פאקטיש
דאנקא שיין אלטער טאטע, די פארזעצונג איז געשמאק און צוציענד.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:19 pm
דורך פונקטליך
יישר כוח "למעלה" פארן פ.ד.ף.
9טע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:27 pm
דורך Alien
דול הערט וואו הויכע שנעלע טריט דערנענטערן זיך. ער שטעלט זיך פאָר אז עס שמעקט נישט גוט. ער לעשט שנעל אויס די קאמפיוטער און לויפט ארויס.
אלען שטייט פארלוירען. וואו איז ער? דאס איז זיכער, ער ווייסט און פארשט עס נאך. אבער וואס טוט ער?
פון ערגעץ ארבייט ער.
דול לויפט אראפ צו זיין קאר פארלוירן. וואס טוט מען?
אקעי אלען כאפט שוין מיט וואס איך באשעפטיג זיך, באשליסט ער. איך בין אין פעקעל.
אוועק פארען איז צו איינגעשטעלט. איך וויל נישט זיין פארמישט און א טראגישע עקסידענט...
ארויף גיין צוריק? פון וואו קום איך יעצט? וואס ענטפער איך?
אזוי טראכטענדיג באשליסט ער, איך מיז אים פארקויפן אז איך ארבייט אויך פאר די באנדע. דאס קוקט אויס די איינציגסטע וועג זיך צו ראטעווען.
אבער וואס וועט זיין אז די באנדע וועט עס נישט באשטעטיגען?
*
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:55 pm
דורך פאטאקי08
איך האב פרובירט א גאנצען צייט צי שפעקולירן אז אלען איז א דאפעלטער אגענט דא
אבער דערווייל גייט עס נישט אריין אין קאפ
אז נישט וואלט ער זיך נישט אזוי אפן געקריגט מיט דול
ער ווייסט אז דול ווייסט
אב
איך האב געמעגט אויסזאגן?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 1:08 pm
דורך צולייגער
איך ווייס נישט וואס דו האסט באשלאסן, אבער עניוועי א גרויסן יישר כח נאכאמאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:19 pm
דורך גלגלשלג
טאטי די ביסט נאטס(סארי פארן זיין אזוי חיצפעדיג צו א טאטע)אבער........
איך וויס שוין נישט וואס צו שטימען לייג יא שנעל ארויף אלע
לייג נישט
איך ציטער
טוה וואס די ווילסט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:00 pm
דורך קרעמער
האלאו! דו ליינסט נאך, אלטער פאטער? ביסט נאך מיט אונז?
דו ביסט מערדערליך גוט! גיי ווייטער אן אפילו דו קענסט נישט... (שרייב אין די פריוואטע צימער, שרייב אין בעט, שלאף ווייניגער און עס נישט ביז עס איז פארטיג. פארשטאנען?)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 7:36 pm
דורך איך_הער
קודם האבעך געוואלט צטט'ן קרעמער'ס פריערדיגע תגובה, ווי ער האט געלייגט זיין וואוט, כ'האב געהאלטן א-ווי אים, דערווייל האלטעך ווייטעך א-ווי אים, סאו וועלעך צטט'ן זיין יעצטיגע תגובה.
קרעמער האט געשריבן:האלאו! דו ליינסט נאך, אלטער פאטער? ביסט נאך מיט אונז?
דו ביסט מערדערליך גוט! גיי ווייטער אן אפילו דו קענסט נישט... (שרייב אין די פריוואטע צימער, שרייב אין בעט, שלאף ווייניגער און עס נישט ביז עס איז פארטיג. פארשטאנען?)
יישר כח עניוועי.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:09 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
Your work is amazing. Please when you finish every chapter let us know when the next will be, so we should not refresh this page every five minutes. Thanks again for my sleepless nights Shivering in panic
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 12:13 am
דורך שוועמל
WOW WEE BOMBEL BEE
ריזיג שבריזיג....
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 9:34 am
דורך פאטאקי08
נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:Your work is amazing. Please when you finish every chapter let us know when the next will be, so we should not refresh this page every five minutes. Thanks again for my sleepless nights Shivering in panic
אמאל פלעגסטו אויף טויטער מודיע זיין דעם עולם
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:37 am
דורך פאקטיש
פאטאקי08 האט געשריבן:איך האב פרובירט א גאנצען צייט צי שפעקולירן אז אלען איז א דאפעלטער אגענט דא
אבער דערווייל גייט עס נישט אריין אין קאפ
אז נישט וואלט ער זיך נישט אזוי אפן געקריגט מיט דול
ער ווייסט אז דול ווייסט
אב
איך האב געמעגט אויסזאגן?
יאך טראכט אויך אזוי...
אבער אב הזקן קען יעצט פארדייען די פלענער ווייל ס'איז ארויסגערינען.. ממילא דארף מען זיין אנגעוויזן ווען אב הזקן וועט עס דעליווערן
9'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 6:42 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער
--
ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען.
"ראבערט, דו דארפסט אראפשיקן א גרופע צו דזשעק'ס הויז.. דול האט זיך היינט דארט געדרייט און געזוכט באווייזן. זעהט אויס אז ער האט זיך עפעס אנגעהערט פון דזשעק'ס ווייב און ער האט אפגעמאכט אליין'ס אראפצוגיין אויספארשן די זאך.
ער איז גאר א קלוג קינד און דו דארפסט נישט ער זאל טרעפן עפעס וואס ער דארף נישט. מאך זיכער אז א טיעם גייט אראפ און זיי פארדעקן וואס מ'דארף"
"נישט קיין פראבלעם ביז א שעה וועט א טיעם דארט זיין. דערווייל האלט ווייטער אן אויג אויף אים. טענקס פארן לאזן וויסן"
--
דזשעק'ס מאמע זיצט רואיג אינדערהיים ווען פלוצים באקומט זי א טעלעפאון קאל. וואו נאר זי האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון האט זי געכאפט איר טאשקע און ארויסגעלאפן פון הויז. זי האט גענימען א טעקסי און געבעטן צוצופארן צום שפיטאל.. זי האט נארוואס ערהאלטן א טעלעפאון קאל אז איר מאן איז אראפגעקלאפט געווארן און ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערע מצב...
דזשעק'ס מאמע איז געווען צושאסן. זי האט נארוואס געענדיגט שלינגן די ביטערע נייעס וועגן איר זון וואס איז אומגעקומען אין די פייער.. און יעצט דא ווידער אזא טראגעדיע...
ווען זי האט פראבירט צו פרעגן די דאקטער מער דעטאלן וועגן די עקסידענט האט ער נאר געוואוסט צו זאגן אז מ'האט אים אריין געברענגט און די אפיציר וואס האט אים געברענגט האט געזאגט אז ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך איינעם און יענער איז אנטלאפן....
--
אזוי זיצענדיג האט זיך ראבערט טעלעפאון צוקלינגן אויף די איידי איז ארויף געקומען 'אגענט A'. "יא, וואס זאגסטו?"
"ראבערט, דאס איז נישט געווען די חלק פון אונזער פלאן! פארוואס האסטו אראפגעקנאקט דזשעק'ס טאטע? דו ווייסט אז דאס גייט קען נישט ברעגנן קיין גוטס. אונזער אפמאך איז געווען אז איך גיב דיר דזשעק און דו ווישט אפ אלע שפירן און פארטיג! דאס הארגענען נאך פון זיין משפחה קען נאר ברענגן אויגן ברעמען אויף אונז.. דו ווייסט דאס!"
--
"היינט טרעטן מיר אריין אין דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג. איך קען דיר גאראנטירן אז די היינטיגע טאג וועט זיין סוקסעספול. און פון נאך די היינטיגע טאג וועט קומען נאך אפאר שווערע טעג אבער דאס וועט זיין די זאך וואס וועט פירן צו אונזער הצלחה.. פארשטייט זיך אז היינט נאכט וועל איך איבער געבן א פונקטליכן באריכט וויאזוי די טאג איז דורך"
"געדענק צו מאכן 'טריפל איי' די נאמען וואס יעדער וועט געדענקן"
"אודאי הער באס"
און מיט עהרע און רעספעקט האט ראבערט אראפגעלייגט די טעלעפאון.
--
ראבערטס פאון האט זיך צוקלינגן... "איך רוף דיך גראטולירן אויף די געלונגענע דזשאב וואס דו האסט היינט געמאכט... די מעסעדזש איז אנגעקומען קלאר און דייטליך"
"יא זיכער באסס. איך האב אויסגעפאלגט אויפן האר וויאזוי מיר האבן אפגעשמועסט.. לויט ווי איך הער האט דאס אויפגעטון וואס ס'האט געדארפט.."
"יא.... אויב מעג איך פרעגן, פון וועם האסטו שוין געהערט דערוועגן?"
"די באסס ווייסט דאך אז איך האב די אגענטA וואס האט מיר פארשאפט מיין דזשעק, ער האט מיר געברענגט די נייעס. און אז מ'רעדט שוין פון אים.
איך האב געוואלט פרעגן דעם באסס. דער אגענט איז גרייט מיר צו ברענגן ווייטערדיגע נייעס אויב בין איך גרייט צו צאלן דערפאר.. איז די באסס גרייט פאר זיין אפפער?"
"איך וועל דיר זאגן דעם אמת. איך גלייך נישט צו האנדלן מיט מענטשען וועם איך קען נישט. דו וועסט אפשר לאכן דערפון ווייל דו ווייסט דאך אויך נישט ווער איך בין. אבער דאס בין איך, איך גלייך צו קענען מיינע קליענטן אבער איך וויל נישט אז זיי זאלן מיך קענען. אבער דער אגענטA זעהט אויס וואו איינער וואס איז ווערט אז איך זאל אביסל בייגן מיין פאליסי פאר אים..
ווייסט וואס, אויב קען ער דיר איבער געבן דעטאלן פון א זיצונג וואס איז היינט פארגעקומען אין וואשינגטאן דאן בין איך גרייט אים צו נעמען פאר יעדע פרייז.... איך וועל דיך צוריק רופן שפעטער און איך וויל הערן צו ער ווייסט די דעטאלן... אויב יא קענען מיר גיין ווייטער..."
--
אפאר שעה שפעטער ווען אגענטA האט צוריק גערופן הערן וואס ראבערטס באס האט געזאגט האט אים ראבערט פארגעלייגט די שאלה "מיין באס איז גרייט צו גיין מיט דיר ווייטער אויב קענסטו געבן מער אינפארמאציע וועגן די מיטינג היינט אין וואשינגטאן..."
"איך וועל מיך נאכפרעגן און איך וועל מארגן צוריק רופן מיט דעטאלן...." האט אגענט A געענטפערט....
---------
און יעצט ליינט ווייטער.
די פרעזידענט מיט זיין סטעף זיצן געפרוירן ביים הערן די פארלאנג פונם 'טריפל איי אגענט' נישט מער און נישט ווייניגער נאר ער פארלאנגט פונעם פרעזידענט אז ער זאל ארויס געבן זיין שווארצע טאשקע....
"איך וויל אז די פרעזידענט זאל איבער געבן די טאשקע פאר מיינס א מענטש. די דעטאלן פונעם איבער געבן וועל איך אויסארבעטן שפעטער ווען איך וועל צוריק רופן. איך דארף נישט מסביר זיין פארן פרעזידענט וואס איך קען טון אויב פלאנט די פרעזידענט אפצוווארפן מיין פארשלאג... איך וויל יעצט הערן א קלארע ענטפער קודם. 'יא אדער ניין?'"
די פרעזידענט איז געשטאנען מיט א בלאסע פנים און זיך ארום געקוקט זוכענדיג ווער ס'קען אים דא ארויסהעלפן.. דא שטייט איינער אויף די צווייטע זייט פונעם טעלעפאון און טרייבט שפאס פונעם פרעזידענט פארענט פון זיין גאנצע שטאב... ער פארלאנגט פונעם פרעזידענט ארויסצוגעבן די מערסט געהיימעניספולע זאך אין די וועלט...
אבער יעדענס אויגן זענען געווען אראפגעבויגן.... "איך הער נישט קיין רעאקציע... זאל איך דאס אננעמען וואו א יא צו וואו א ניין?
איר ווייסט וואס.. איך זעה אז די קאבינעט דארף מער צייט זיך איבער צוטראכטן.. נישט קיין פראבלעם.. איך וועל אייך געבן די צייט דאס איבער צוקלערן. אבער אין די זעלבע צייט וועל איך זיכער מאכן אז איר פארשטייט וואס א 'ניין' קען מיינען... איך וועל צוריק רופן אין א נאנטע געלעגענהייט... איך האף אז דעמאלטס וועט אייך נעמען שנעלער דא ענטפערן" און נאך פאר די פרעזידענט האט געקענט ענטפערן עפעס האט די 'טריפל איי אגענט' אראפגעלייגט די טעלעפאון....
די פרעזידענט מיין זיין שטאב זענען געבליבן געפרוירן... מ'האט געקענט שניידן די לופט... "ס'קומט אן אטאקע" האט די פרעזידענט געבראכן די שטילקייט... "'טריפל איי' גרייט זיך פאר נאך אן אטאקע... וואס טוען מיר דא?"
אלעמענס אויגן זענען געווען געוואנדן צום טעלעפאון צו הערן אויב אלען האט אויפגעכאפט פון ווי די קאל איז געקומען...
*
11AM נוי יארק
דול האט אויפגעסעט אין די קאמפיוטער רום זיין לעפטאפ און איינמאל דזשעק האט אים באשטעטיגט אז די קאל גייט ארויס האט דול אנגעצינדן די טרעקער און זיכער געמאכט אז אלעס ארבעט.. זעענדיג אז אלעס איז אין פלאץ האט ער זיך אויפגעהויבן צו פארלאזן די רום..
ארויסקומענדיג פון די רום האט ער זיך געטראפן שטיין קעגן זיין מענעדזשער אלען....
"וואס טוסטו דא?" האט אלען געפרעגט...
"קום ארויף מיט מיר, מיר האבן אסאך צו רעדן.." דול איז געשטאנען פארפרוירן... ער האט זיך גענימען קלערן אפשר פון אנטלויפן... אבער ער האט גלייך אפגעווארפן די פלאן, וואוסענדיג אז אויב אנטלויפט ער יעצט וועט ער אלעס דערלייגן. אין זיין מח האט ער זיך גענימען העפטיג קלערן פון עפעס א גוטע אויסרייד וואס ער זאל קענען ניצן פאר אלען. דאס האט ער אבער געוואוסט, אלען טאר פאר קיין געלט נישט געוואויר ווערן דעם אמת...
אנקומענדיג אין אפיס האט אלען געזען אז די פרעזידענט ווארט שוין אויפן טעלעפאון. "נו אלען, איז דיר געלונגען געוואויר צו ווערן פון וואו דער טעלעפאון קאל איז געקומען?" "ניין מיסטער פרעזידענט! די קאל איז געווען צו קורץ" א קרעכץ איז ארויס פונעם פרעזידענט.. "אלען אונזער פלאן ארבעט זיך נישט אויס וואו געפלאנט.... איך מיין אז דו זאלסט אראפקומען צו מיר און מיר וועלן איבער גיין און זען וואס מיר קענען טון."
"אקעי, מיסטער פרעזידענט. איך וועל שפעטער דארט זיין"
"דול, דו שפילסט שוין ארום מיט מיר די לעצטע פאר טאג. איך שפיר אז דו באהאלטס עפעס פון מיר... דיין אויפירונג,דיין נעלם ווערן, אלעס ארום דיר זאגט מיר אז דו באהאלטס עפעס. איך מיין אז יעצט איז די צייט אז דו זאלסט מיר פארציילן... איך גלייב אז דו ווילסט נישט אז איך זאל אראפ גיין אין די קאמפיוטער רום און אליין אויפקוקן וואס דו האסט דארט געטון. איך גיב דיר די כבוד אז פאר איך גיי אראפ זאלסטו מיר פארציילן...
"דו ביסט א פארעטער... דו ביסט א געמיינער אינג... דו האסט פארקויפט דיין לאנד פאר אפאר גראשן.." האט זיך דול געטראפן שרייען.. "איך גיב דיר די געלעגענהייט זיך מודה צו זיין אז דו האסט פארקויפט דזשעק... איך וויל אז דו זאלסט מיר מסביר זיין פארוואס דו האסט דאס געטון... איך גיי היינט גיין צום אטוירני דזשענעראל און דערציילן אלעס וואס איך ווייס... און דו מיינסט אז איך ווייס ווייניג... דו וועסט האבן אסאך צו ענטפערן פאר אים... זאג מיר פארוואס האסטו עס געטון?"
אלען איז געזעצן אויף זיין פלאץ אפגעפאטשט... פון ווי ווייסט דול..? אלען האט געזען אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה האט ער זיך גענימען רעדן...
"דאס וואס איך גיי דיר יעצט דערציילן האב איך שטארק נישט געוואלט דערציילן אבער דו האסט מיך געדריקט צום וואנט און אויף די מצב וואס איז יעצט קען איך עס מער נישט צוריק האלטן. דאס וואס איך גיי דיר זאגן וועט דיר קיין גוטס נישט ברענגן.. איך וואלט שטארק געוואלט אז דו זאלסט זיין ווייט דערפון.. אבער דו האסט פארשטאנען אנדערש און דו האסט יא געגריבלט אין זאכן וואס איז נישט פאר דיר. אלזא, יעצט קען איך עס מער נישט באהאלטן פון דיר...
די מעשה גייט צוריק מיט א האלבע יאר, מיר האבן אריין באקומען א באריכט פון נישט זייער א קראנטע מקור, אז ס'האט זיך נארוואס געגרינדעט א ארגענעזאציע וואס הייסט 'טריפל איי' די ארגענעזאציע פלאנט גאר ערענסטע זאכן.. וואס פונקטליך האבן מיר נישט אויפגעכאפט.. מיר האבן נאר אזויפיל געזען אז איינער גאר א מאכטפולע מענטש אינערהאלב די רעגירונג איז די פירער פון די ארגענעזאציע.. און ער האט געשטעלט א מענטש מיטן נאמען ראבערט אז דער ראבערט זאל אים פירן די 'טריפל איי' ארגענעזאציע... אין די לעצטע האלבע יאר האבן מיר געהאט צוויי טעראר פעלער וואס קיינער האט נישט גענימען קיין פאראנטווארליך דעראויף. אבער איך האב געוואוסט אז דאס איז דורך געפירט געווארן דורך די נייע ארגענעזאציע 'טריפל איי' אזוי ווי איך האב געוואוסט אז די פירער איז איינער אין וואשינגטאן בין איך אריבערגעפארן פערזענליך צום פרעזידענט און אים פארגעלייגט די סיטואציע. פארשטייט זיך אז מ'האט נישט געקענט פארלאנגן קיין הילף פון קיין איין ארגענעזאציע אינערהאלב פון די רעגירונג נישט וואוסענדיג וועם מ'קען טראסטן און וועם נישט.
זיצענדיג מיט די פרעזידענט איז אונז בייגעפאלן אז אפשר קענען מיר אנקלאפן א באציאונג מיט דעם ראבערט און אים צושטעלן עפעס וואס אין זיינע אויגן זאל אויסזען גאר ווערטפול און אזוי וועט ער מיט די צייט אונז צופירן צו די בעל הבית פון די קאמפעני... דאן איז ארויפגעשווימען דזשעק'ס נאמען.. קיינער חוץ איך און די פרעזידענט האבן געוואוסט די פלאן... איך בין געגאנגען און אריין געלייגט א טרעקער אין דזשעק'ס שיך.איך האב אנאסירט אויפן שווארצן מארקעט אז איך האב פון די ריכטיגע סחורה איך האב געוואוסט אז ווייניג זענען אינטערעסירט אין אזאנע סחורה און נאר איינער מיט גרויסע השגות און אסאך געלט וועט דא וועלן נעמען... נאך אפאר וואכן האב איך באקומען די קאנטעקט אינפארמאציע פון ראבערט.. איך האב מיך פארבינדן מיט ראבערט און אים אנגעטראגן מיין דזשעק אז אזויווי ער איז א גאר געלונגענע העקער קען ער אסאך ווערט זיין פאר 'טריפל איי' פארשטייט זיך אז איך האב קיינמאל נישט געזאגט פאר ראבערט מיין ריכטיגע נאמען.. איך האב מיך אלס גערופן מיט א ניק נאמען אגענטA.
נאך אפאר טאג אהין און צוריק האט ראבערט אנגענימען מיין אנבאט. פארשטייט זיך איך האב מיטגעהאלטן די פייער און געוואוסט פונקטליך וואס דארט איז געשען... אבער נאך יענע טאג האב איך געזען אז זאכן פארן נישט וואו געפלאנט ווען דזשעק'ס ווייב איז געקומען מיט קושיות אויף די גאנצע זאך. איך האב דעמאלטס אנגערופן ראבערט און אים געבעטן אז ער זאל אפווישן אלע שפירן, אבער נישט פאר די זאך איז אנגעקומען צו דיר און דו האסטעך גענימען פארשן די זאך אויף דיין אייגן הענט. איך האב געזען אז ס'וועט נישט נעמען לאנג און דו וועסט אויסגעפינען דעם אמת און איך האב דאס שטארק נישט געוואלט וואוסענדיג אז דזשעק איז די איינציגסטע שאנס אז ער זאל אונז פירן צום בעל הבית פון 'טריפל איי'. דו געדענקסט אודאי אז איך בין דיר נאכגעגאנגען טריט און שריט און זיכער געמאכט אז דו לייגסט דיך נישט אריין דעראין. געמיינט האב איך דיין גוטס וואוסענדיג אז און אזא געפארפולע מיסיע איז בעסער וואו וויינגיער דו ווייסט. אבער דו ביסט געווען קלוגער פון מיר. דיין קלוגשאפט האט זיך דיר נישט אויסגעצאלט נאכדעם וואס ראבערט האט געזען דיך ארום שמעקן און ער האט דיך געוואלט פארשווייגן מיטן שיקן אן עקסידענט פאר דיין ווייב.
לאמיר צוריק גיין צו דזשעק. ראבערט האט אויספראבירט דזשעק מיט צוויי קלייניגקייטן וועלענדיג זען צו ער איז טאקע אן עקספערט אין העקן. ווען דזשעק האט געפאנפעט האט ראבערט זיך אויפגערעגט און אים כמעט אוועקגעלייגט זיין טאטע. איך האב אלעס מיטגעהאלטן און מיין הארץ האט געבלוטיגט... איך האב אנגערופן ראבערט און אים געבעטן אויפצוהערן פארגיסן בלוט.. אבער ער איז געווען אנטשלאסן אז אויב דזשעק פאלגט נישט איז דאס די וועג פאר אים. נאך די צוויי עקסידענטן האב איך -נישט האבענדיג קיין צווייטע ברירה- צוגעשטעלט פיר און צוואנציג שעה שיץ פאר ביידע פון ענקערע משפחות.. דו ווייסט ניטאמאל דערפון אבער איך האב דעמאלטס מסביר געווען פארן פרעזידענט, אז אונזער פלאן איז נישט געווען אז מיינע ארבעטערס און זייערע משפחות זאלן ליידן..
יעצט פארשטיי איך אז דו האסט א הויפן מיט שאלות.. פרעג וואס דו ווילסט איך וועל דיר אויף אלעם ענטפערן"
"איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט!" האט דול זיך צושריגן. "וויאזוי האסטו געקענט טון אזא זאך און פארקויפן דזשעק פאר זיי. דו ווייסט דאך יא וואספארא שאדן דזשעק קען אנמאכן. וואס דארפסטו מער פון דעם אז ראבערט האט געהאלטן ביים צוזאמקראכן צוויי פליגערס היינט? ווען נישט וואס די פרעזידענט נעמט אן זיין פארלאנג וואלט יעצט געווען הונדערטער טויטע..."
"דול, דזשעק קען גארנישט טון. אונזער אפיס קען אים בייקומען. היינט ביי די פליגערס, בין איך געווען גרייט צו ראטעווען די מצב אויב ראבערט פלאנט עס נישט אפצושטעלן. איך האב נעכטן גערעדט צו ראבערט און ער האט מיר געזאגט אז ער פלאנט זיי נישט צו קראכן נאר צו ניצן אלס וואפן צו ווייזן זיין מאכט. די פרעזידענט האט אויך געוואוסט דערפון. אבער מיר האבן געמוזט אים לאזן עס אויסציען דאס לענגסטע וואס מעגליך ווייל אויב שטעלן מיר אים אפ, קען ער נאך טראכטן אז דזשעק איז נישט ווערט און ער וועט זיך נעמען טון ווילדע זאכן אנאדעם וואס מיר זאלן אים קענען קאנטרעלירן.. דול, לאמיר זיין קלאר.. דער וואס פירט ראבערט איז איינער גאר גרויס אין וואשינגטאן! איך וועל דיר זאגן נאך מער היינט האב איך אנגערופן ראבערט אז איך בין אים גרייט ווייטער צו העלפן. פארשטייט זיך אז איך האב דאס נאר געטון וועלענדיג הערן וואס זיינע פלענער זענען. האט ער מיר געענטפערט אז ער איז גרייט ווייטער צו האנדלן מיט מיר אבער נאר נאכן רעדן צו זיין באס. ווילסט הערן וואס זיין באס'ס אנטווארט איז געווען? אז ראבערט קען נאר האנדלן ווייטער מיט מיר 'אויב גיב איך אים דעטאלן פון די נעכטיגע מיטינג אין וואשינגטאן...'
דו ווייסט וואס דאס מיינט?? וועגן די מיטינג נעכטן אין וואשינגטאן ווייסט קיינער נישט! א-חוץ די זיבן מענטשען וואס זענען דארט געזעצן. אבער ראבערטס באסס ווייסט דערפון....
פארשטייט זיך אז איך האב נישט געענטפערט אז איך ווייס דערפון ווייל דאן וואלט ראבערטס באס געכאפט אז איינער ביי די מיטינג ווייסט עפעס און דאס וואלט אים שטיל געמאכט...
דול, איך זאג דיר עס אז דו זאלסט פארשטיין מיט וועם מיר האנדלן.. די מענטש איז זייער מאכטפול און ער האט גאר שלעכטע חשבונות. דו ווילסט הערן וואס ער האט פארלאנגט פונעם פרעזידענט? ער האט פארלאנגט די 'שווארצע טאשקע!' דו ווייסט וואס דאס מיינט... דאס איז נישט ראבערט.. דאס איז איינער וואס איז דארט געזעצן אין וואשינגטאן ביי די טעלעפאון קאל...
מיר האלטן דערווייל נאך נישט אין ערגעץ מיטן אים כאפן.. און ראבערט האט נארוואס צוגעזאגט פארן פרעזידענט אז ער גייט ברענגן נאך אטאקעס... איך דארף יעצט אראפ פארן צום פרעזידענט דורך רעדן וואס מיר גייען ווייטער טון..."
דול האט אראפגעלאזט זיין אויגן און פארשעמטערהייט האט ער זיך אנגערופן "אלען, איך וויל דיר גלייבן אבער איך בין נישט גרייט צו גיין ווייטער וואו לאנג דו ווייזט מיר נישט אויף אז דו זאגסט דעם אמת. איך גיי דיר פרעגן איין זאך, אויב ווייסטו נישט דאס דאן מיינט אז דיין גאנצע צען מינוטיגע רעדע איז א בלאף"
"נו אדרבא פרעג"
"ווי איז דזשעק? לויט וואו דו זאגסט האלטסטו א טרעקער אויף אים.. גיב מיר זיין לאקאציע און איך וועל עס צושטעלן צו מיין אינפארמאציע....."
"דזשעק איז אויף א פארשטופטע אינזל ביי די לוזיענע ברעגעס..!!"
"יעצט לאמיר אראפגיין און זען צו מיין אינפארמאציע שטומט מיט דעם."
דול איז אראפ אונעם קאמפיוטער רום מיט די באגלייטונג פון אלען. דול האט זיך אויפגעהויבן פון זיין קאמפיוטער מיט א ביטערע מינע אויפן פנים... "דו ביסט א שקרן!!! איך האב נארוואס געענדיגט לויפן א טרעס פון די פאון וואס האט גערופן דעם פרעזידענט און די אינפארמאציע איז צוריק געקומען אז די קאלל איז געקומען פון דא אין מענהעטען...." אלען האט געעפענט גרויסע אויגן... "וואס הייסט דא אין מענהעטען.. איך ווייז דיר אויף מיין קאמפיוטער אז דזשעק זיצט לוזיענע..."
אלען האט זיך אפגעשטעלט א מינוט און דערנאך אויסגעשאסן אין א געלעכטער...
"די פאון קאל צום פרעזידענט קומט פון ראבערט און ער זיצט דא אין מענהעטען.. דזשעק זיצט טאקע ארויף מזרח ביי די לוזיענע ברעגעס... דאס מיינט אז מיר האבן געטראפן ראבערט....!!!"
ס'האט גענימען א מינוט פאר דול צו כאפן וואס אלען זאגט... "דאס הייסט אז דזשעק מיט ראבערט זיצן ניטאמאל אויף איין פלאץ? ער האט אים פארכאפט און איבערגעלאזט אויף א אינזל?" "דאס איז פאר מיר פונקט אזא שאק וואו פאר דיר.. אבער פון די אנדערע זייט איז דאס גאר גוטע נייעס...
און יעצט פארצייל מיר וויאזוי דו האסט אנגעקלאפט מיט דזשעק"
דול האט זיך גענימען פארציילן וויאזוי ער האט באקומען די מעסעדזש אין זיין טשעיס אקאונט..אלען האט אים אבער איבערגעהאקט. "דו קומסט מיט מיר צום פרעזידענט.. מיר וועלן רעדן אויפן וועג.."
*
ראבערט האט צוזאמגערופן אן עמערדזשענסי קאנפרענס קאלל. איינמאל ראלף מיט מייקל זענען געווען אויפן ליין האט ראבערט אנגעפאנגן צו רעדן. "מיר דארפן קלערן פון א אקציע איינס אין די וועלט אז די פרעזידענט און זיין שטאב זאל שפרינגן... זיי זאלן איינזען אז מיין דימענד איז אזאך וואס קען נישט און וועט נישט צוריקגעוויזן ווערן"
ראלף האט אויפגעברענגט אן עצה.. "איך מיין אז מ'זאל אפשפארן די עלעקטריסעטי פון די גרויסע NYU שפיטאל. פארשטייט זיך אז מ'דארף זיכער מאכן פארדעם ארויסצונעמען די בעק אפ דזשענערעיטארס פון באניץ. איינמאל דאס איז פארטיג קען דאס קאסטן הונדערטער טויטע.. אלע קליינע קינדער און אלע עלטערע מענטשען וואס זענען אנגעוויזן אויף רעספארעיטארס וועלן אויסגיין וואו פליגן... אזא אקציע קאסט ממש גארנישט און די צאל טויטע וועלן זיין גאר גרויס.." מייקל איז בייגעפאלן א צווייטע געדאנק. "מ'זאל אויפרייסן די סאבוועי סטאנציע... א באמבע קאסט ממש גארנישט און די מאס פאטאליטעטן וועלן זיין אסאך גרעסער... ביי א שפיטאל וועלן נאר קראנקע שטארבן. דא וועלן אלע שטארבן.."
"צום שלוס!" האט ראבערט אויסגעפירט. "מ'גייט טון ביידע! קודם גייט מען אינטערשטעלן די באמבע אונעם סאבוועי סטאנציע. א שעה דעראויף ווען די וואס האבן איבער געלעבט די באמבע וועלן אנקומען אין שפיטאל וועט מען טון דאס וואס ראלף זאגט...!! יעצט חברה, ארויף מיט די ארבעל... די אקציעס דארף פארקומען אין ווייניגער וואו פיר און צוואנציג שעה פון יעצט... מיין זייגער קלאפט שוין...
די טיימער לויפט..
23:59:56
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 6:56 pm
דורך למעלה משבעים
איז דיין געדאנקען גאנג זיס פארדרייט, עס וואלט מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן דאס אויס צו טראכטן....
אב די ביזט מעכטיג.
א ריזן דאנק.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 7:28 pm
דורך צולייגער
גגגגגגגגגגגגוווווווווווווווווווווווווטטטטטטטטטטטטטטטט!, קעי?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 7:31 pm
דורך גלגלשלג
למעלה וואס זאגסטע זיס פארדריידט
עס איזפאריקטפארדרייט
עניווע א גרויסן שכוח פארן שיסן וויטער די פארזעצונג
קיעפ אן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 7:49 pm
דורך ארט און מוזיק
wowwow!!!!
די ביסט ריזיג!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 7:53 pm
דורך שוועמל
יוי ביסטו א גוט, די פאנטאזיע לויפט פאראויס לאמיר עס לאזן לויפן...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 7:56 pm
דורך שאלת_חכם
קודם אלטער טאטע א יישר כח פאר די פארזעצונג, יעדעס מאל איך פאל אריין אין קרעטשמע קוק איך די ערשטע זאך צו אב האט שוין פאנטאזירט ווייטער
יעצט א קשיא
איך פארשטיי נישט פארוואס דול גלייבט בכלל דעם אלען? פארוואס איז ער געווארן איבערצייגט אז ער איז נישט קיין פארעטער?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 8:58 pm
דורך scy4851
פרעגסט א גווטע שאלת חלום.
מיר איז דאס אויך שווער
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 9:47 pm
דורך מי יודע
scy4851 האט געשריבן:פרעגסט א גווטע שאלת חלום.
מיר איז דאס אויך שווער
פרעגט נישט אזויפיל ווייל ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, ער וועט נאך באלד אנדרייען אז אלען איז טאקע גערעכט געווען
מי יודע
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 9:59 pm
דורך ווינקל
ווארענונג!!!!!
ס'איז אריינגעקומען קראנטע אינפארמאציע אינערהאלב די אינטעלעדשענד טיעם אוו קנא סיקרעט סערוויס איבער א מאכטפולע באמבע וואס וועט אראפגעלייגט ווערן אין א סובוועי אין ניו יארק!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 10:34 pm
דורך פונקטליך
אויף אזאנע טיפזיניגע פאנטאזיעס האב איך מיר נישט גערישט!!
זאג נאר אב, וואס טוט מען ווען דער פרעזידענט אליין ארבעט פאר די מוזלאמס?..
יישר כח! לייג שנעל פרישע.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 10:34 pm
דורך קרעמער
אב! דו קומסט מיט מיר צום פרעזידענט... איך וועל דיר שוין באדאנקן אויפן וועג