בלאט 6 פון 20

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 7:06 am
דורך גלגלשלג
אב די ביסט אן ריעל
האט עס געקראכט אדער יא?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 7:17 am
דורך געשמאקער
טראגעדיע פארמיטען געווארען אין די לעצטע מינוט,
-------

מעכטיג שבמעכטיג

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 10:04 am
דורך סאכדעס
כ'קען זיך נישט באדאנקן אין אזעלכע אנגעצויגענע מינוטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 12:37 pm
דורך איך_הער
דעריז ריזיג שבעריזיג.

יישר כחכם, כאנישט מער צייט, און ווי אויך האסטו געהייסן עפעס אוועק לייגן פאר שפעטער, סאו איך פאלג, כ'ציטער פון ראבערט, כאדעך משפחה, שטייסט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 3:59 pm
דורך פאטאקי08
אב קיין דאנק ווילאנג די לייגסט נישט ארויף די נעקסטע!!!!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 5:06 pm
דורך פאקטיש
27 26 25 ...און די לעצטע נומבער איז .......

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 11:35 am
דורך gagongan
יישר כח, אבער מיר ווארטן אויף נעקסט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:21 pm
דורך אב זקן
די טאג איז אנגעקומען שנעלער וואו געראכטן. איך גיי מער נישט קענען שרייבן פאר א שטיק צייט. מיין שאלה יעצט איז, וויל דער עולם אז איך זאל יעצט ארויף לייגן וואס איך האב (דאס איז 8-9-10 און א שטיקל פון 11) איינס נאכן צווייטן אדער זאל איך שטאטערהייט? יעדער קען זאגן זיין מיינונג. איך וועל טון וואס די מערהייט זאגט.

איך זאג קלאר, איך בין "נישט" פארטיג מיט די פארזעצונג! איך פשוט יעצט אויף די מינוט מער נישט שרייבן.

לאזט הערן אייער מיינונג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:29 pm
דורך למעלה משבעים
מיין מיינונג איז שטאטערהייט.
וויזוי די וועסט נאר נישט טון למעשה, באדאנק איך זיך שוין יעצט פון פאראויס. און איך קוק שוין אויס אויף די ווייטערדיגע.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:32 pm
דורך פונקטליך
מ'ברויך א בי"ד

כ'מיין מ'וועט סייווי גארנישט האבן פון פעניען.
וואס ס'איז זיכער איז זיכער. קודם ארויף!!

———

איינער האקט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:33 pm
דורך צולייגער
ווענדט זיך ווי לאנג דו וועסט נישט קענען שרייבן, ווען מיר וועלן וויסן בערך ווי לאנג דאס וועט געדויערן, וועט מען קענען שטימען בעז"ה.
און א שקויעח עניוועי סיי פארן טראכטן, סיי פארן שרייבן, סיי פארן איבערקוקן און מאכן גרייט כשלחן הערוך, און סיי פארן זיך רעכענען מיטן דעת הקהל.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:50 pm
דורך משנה מקום
פונקטליך האט געשריבן:מ'ברויך א בי"ד

כ'מיין מ'וועט סייווי גארנישט האבן פון פעניען.
וואס ס'איז זיכער איז זיכער. קודם ארויף!!


פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 9:29 pm
דורך ליינער
ביטע אויב מעגליך איינער זאל מאכן א פי. די. עף. ביז ווי מ'האלט יעצט
יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 9:31 pm
דורך מי יודע
משנה מקום האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:וואס ס'איז זיכער איז זיכער. קודם ארויף!!



און א יישר כח אויף ביז אהער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 9:34 pm
דורך קרעמער
איין קאפיטל א וואך איז גאנץ פיין (האפנטליך ביז דריי וואכן וועסטו שוין קענען ווייטער גיין)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 9:37 pm
דורך פונקטליך
ליינער האט געשריבן:ביטע אויב מעגליך איינער זאל מאכן א פי. די. עף. ביז ווי מ'האלט יעצט
יישר כח למפרע

"למעלה" ביזט דא?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 10:32 pm
דורך ים רויבער
לי נראה כדברי צולייגער ס'ווענדט זיך ווי לאנג דער אלטער טאטע וועט זיין אויף וויקעישען

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 10:50 pm
דורך פאטאקי08
א ווי קרעמער אויב די וועסט נאך דריי וואכן ווייטער שרייבען אבער אויב נישט ענדערש לייג גארנישט ארויף
סתם אנציען דעם עולם האט נישט קיין פשט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:15 am
דורך ווער בין איך?
משנה מקום האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:מ'ברויך א בי"ד

כ'מיין מ'וועט סייווי גארנישט האבן פון פעניען.
וואס ס'איז זיכער איז זיכער. קודם ארויף!!


פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:41 am
דורך למעלה משבעים
פונקטליך האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ביטע אויב מעגליך איינער זאל מאכן א פי. די. עף. ביז ווי מ'האלט יעצט
יישר כח למפרע

"למעלה" ביזט דא?

יא איך בין דא, ביזט זיכער איך זאל?
נו שוין זאל זיין.

8'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 8:55 am
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.

ראבערט זיצט ביי זיך אין אפיס און קוקט אויפן זייגער. ער דארף צוריק רופן די עף בי איי אפיציר הערן צו ער נעמט אן זיין פארלאנג...
-
דזשעק זיצט אנגעצויגענערהייט. די צוויי ערעפלאנען ווערן נענטער און נענטער און דערווייל זעהט נישט אויס אז ראבערט פלאנט עס אפצושטעלן. דזשעק האט געוואוסט אז ער האט נישט צו לאנג צייט און אויב ראבערט שטעלט דאס נישט אפ אין די קומענדע פאר סקונדעס וועט ער מוזן ניצן זיין צווייטע פלאן און הייסן דול עס טון.
-
דול זיצט אינעם קאמפיוטער רום און האלט אלעס מיט... פון איין זייט ארבעט ער גאר שווער אויפצוכאפן דזשעק'ס לאקאציע און ער קען באשטיין אז דזשעק זאל וואו לענגער זיין אריין געלאגט... פון די צווייטע זייט האט ער געזען די קאטאסטראפע פאר די אויגן און ער האט עס געקלערט אפצוטשעלן...
-
אינעם קאנטראלערס צימער הערשט א שרעקליכע אנגעצויגנקייט... דער 'טריפל איי' אגענט האט פארלאנגט א צודרייטע זאך וואס מ'ווארט נאך פון די ווייסע הויז צוריק צו הערן צו זיי גייען איין דעראויף, פון די צווייטע זייט גייט דא אט אט געשען עפעס געפערליך...


און איצט ליינט ווייטער.

ראבערט האט געגעבן א בליק אויף זיין זייגער און געזען אז די דרייסיג סקונדעס זענען דורך.. ער האט זיך נאכאמאל פארבינדן מיט הערי און אים געבעטן ארויף צו לייגן די עף בי איי אגענט אויפן ליין. "נו, ווי האלטן מיר? האט דיין סטעף מסכים געווען צו מיין פארלאנג? גייט מען איבער געבן פאר פרעזידענט וואס איך האב געבעטן?"

"יא! מיר וועלן איבער געבן פארן פרעזידענט דיין פארלאנג. יעצט זיי אזוי גוט און ראטעווע די פליגערס... פאר ס'איז צו שפעט..."

"זייער פיין! יעצט נאכן זען וואס איך קען טון האף איך אז דו פארשטייסט אז מיינע פארלאנגן דארפן אויסגעפירט ווערן מיט די גרעסטע מאס פונקטליכקייט. אין די מינוט וואס איך וועל זען אז מ'טוט סיי וואס אנדערש וואו אפגעשמועסט וועל איך ווייזן וואס איך קען! און מיין כח שטעלט זיך נישט אפ ביי פליגערס... איך גלייב אז דו ווילסט נישט זען ווי ווייט איך קען גיין... און יא, פאר איך פארגעס, זאג פאר די אגענטורן אז מיך נאכגיין,פראבירן צו טרעפן, אריין לייגן קאפ און מח מיך צו כאפן, איז א שאד די צייט און געלט... יעצט גיי צוריק צום פליגער און דירעקט אים וואס צו טון..."

ראבערט האט געהייסן דזשעק זאל צוריק געבן עקסעס פאר די קאנטראלער...

*

דול איז געזעצן און שווייס האט זיך געגאסן פון אים... ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז נאך אפאר סקונדעס אויב דזשעק גיט אים נישט די אקעי אפצושטעלן די פליגערס גייט ער עס טון אן זיין רשות....
די סקונדעס האבן זיך גערוקט און דול האט זיך געגרייט... אין די לעצטע סקונדע האט דול אפגעאטעמט ווען ער האט געזען וואו די פליגער גיט זיך א שארפע הייב אויף... די צוויי פליגערס זענען געווען סקונדעס פארן זיך טרעפן אין די לופט... דול האט אפגעאטעמט... אבער פון די אנדערע זייט האט ער געזען אז ער האט פארלוירן דזשעק..... די סיסטעם האט אויפגעכאפט בערך זיין לאקאציע אבער עס האט זיך אפגעשטעלט ביי 92 פארצענט... בעסער וואו גארנישט אבער נאך אלס נישט פונקטליך....

וואס דול האט אבער נישט געוואוסט איז אז אויבן אין זיין אפיס ווערט ער געזוכט.....

לאמיר צוריק גיין צוויי מינוט און זעהן וואס האט זיך אפגעשפילט אויבן אין די אפיסעס וואו נאר אלען האט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט די עף בי איי דירעקטאר..

"איינער האט געהעקט די עף עי עי סיסטעם" האט די עף בי איי דירעקטאר געשריגן צו אלען..

"ס'ליגט אויף דיר צו כאפן ווער דער איינער איז... דיין אפיס איז אויסגעשטעלט פאר דעם... לייג אלעס אין א זייט און מאך דאס פאר דיין וויכטיגסטע מיסיע.. שפאן איין דיין
גאנצע אפיס.."

אלען האט גענימען די ארדער זייער ערענסט.. די ערשטע זאך האט ער צוזאמגערופן אן עמערדזשענסי מיטינג...
אלע ארבעטערס זענען זיך צוזאמגעקומען אין די קאנפרענס רום...

אבער איינער האט געפעלט... דול איז נישט דא...!! יעדער איז שוין געזעצן גרייט צו הערן פארוואס אלען האט יעצט אינמיטן טאג צוזאמגערופן אזא עמערדזשענסי מיטינג.. אבער מ'קען נישט אנפאנגן.. איין בענקל איז ליידיג..
אלען האט זיך גענימען ארום זוכן דול.. ער האט זיך נאכגעפרעגט צו איינער האט אים היינט געזען, אפאר האבן געשאקלט מיטן קאפ אז ער איז היינט דא געווען אבער אפאר מינוט צוריק איז ער ארויס. די פראנט דעסק האט אבער געזאגט אז זי האבן אים נישט געזען פארלאזן די בילדינג...

אלען האט אים פראבירט צו רופן אויפן סעל פאון אבער די וואויס מעיל האט גלייך אויפגעהויבן... "מ'וועט מוזן אנפאנגען די מיטינג אן אים" האט אלען אויסגערופן הויך.


"מיר זיצן דא היינט פאר זייער א וויכטיגע צוועק.. מיר שלאגן זיך מיט א טעראריסט וואס מיר ווייסן נישט זיין שטארקייט.. מיר ווייסן נישט זיין דערגרייכונג.. אבער מיר ווייסן אז ער איז גאר שטארק...!!
בשעת ווען מיר זיצן דא איז דא א פליגער אין די לופט וואס ווערט קאנטראלירט דורך א גרופע טעראריסטן... איינער האט געהעקט די עף עי עי סיסטעם און יענער האט איבערגענימען די קאנטראל פונעם פליגער... מיר ווייסן נישט ווער דער איינער איז. אבער מיר ווייסן אז מיר מוזן אפשטעלן פאר יעדע פרייז!
ווער אויב נישט אונזער אפיס זאל זיין דער וואס וועט אים אפשטעלן? מיר האבן די בעסטע טיעם פארדעם, מיר זענען די גרעסטע עקספערטן אין דעם פעלד... די לאנד ווארט אויף אונז..."

א טעלעפאון האט איבערגעריסן אלען'ס רעדע....

"איך האב נארוואס ערהאלטן א פאון קאל אז די טעראריסט האט צוריק געגעבן קאנטראל פונעם פליגער פאר די קאנטראלערס... אבער דאס שטעלט אונז נישט אפ... אויב האט ער עס געטון איינמאל איז קלאר אז ער וועט עס טון נאכאמאל.. ווער ווייסט צו די צווייטע מאל וועט נישט זיין מיט פאטאליטעטן...
איך פארלאנג פון ענק אלע.. יעדער זאל לייגן אלע זאכן אין די זייט און די איינציגסטע זאך אויף וואס מ'זאל זיך קאנצעטרירן זאל זיין נאר דאס... כאפן ווער דער איז... יעצט קענט עטס אלע צוריק גיין צו די ארבעט"

דול האט צוזאמגעפאקט זיין לעפטאפ און אויסגעגראדט זיין רעקל. שטאטערהייט ארויסגעוואקט פון קאמפיוטער רום און געריכטעט זיינע טריט צום עלעוועיטאר. אנקומענדיג אויבן האט ער באמערקט די בליקן וואס יעדער האט געווארפן צו זיין זייט. דול האט זיך אבער נישט וואוסענדיג געמאכט ער איז נאך געווען אויפגעשוידערט פון זעהן די צוויי ערעפלאנען א מינוט פארן קראכן.
זיך אראפזעצענדיג ביי זיין דעסק האט ער געזען א מעסעדזש אויף זיין קאמפיוטער פון אלען אז ער זאל שוין קומען צו זיין אפיס.

"דול, ווי ביסטו געווען?" האט אים אלען באפאלן וואו נאר ער האט אריין געוואקט. "איך בין געווען אין די פריוואטע רום.. פארוואס פרעגסטו?"

"ווייל דו האסט פארפאסט א ערענסטע מיטינג.
אז דו ביסט נישט געווען ביי די מיטינג וועל איך דיר עס זאגן דא אין קורצן. מיר זענען נארוואס נאכאמאל טערארעזירט געווארן פון א טעראריסט.. אבער דאס מאל איז דאס פילפאכיג ארגער פון סעפטעמבער עלעף. דער טעראריסט האט דורך א וועג באוויזן צו העקן אונזער עף עי עי סיסטעם און איבער נאמען קאנטראל אויף א פליגער... דער טעראריסט האט אנגעהאלטן קאנטראל אויף די פליגער ביז א מינוט פארן קראכן און דאן האט ער עס צוריק געגעבן... אבער נישט פארן ארויסקוועטשן א צוזאג נאכצוגעבן זיין פארלאנג.."

"וואס האט ער פארלאנגט?"

"צו רעדן מארגן מיט די פרעזידענט.. פריוואט!!"

דעם דעטאל האב איך נישט ארויסגעגעבן ביי די מיטינג ווייל איך האלט נישט אז ס'איז וויכטיג אז מ'זאל דאס וויסן. אבער פאר דיר זאג איך עס ווייל איך וויל אז דו זאלסט אנפירן מיט די אפעראציע.. איך שטעל דיך אלס די פירער פון די אפעראציע.. איך ווייס וואס דו קענסט און איך וויל אז דו זאלסט דאס ברעכן!
וואס זאגסטו דערצו דול?"

"איך וועל פראבירן וואס איך קען..."

דול האט זיך אויפגעהויבן צו פארלאזן די אפיס. שטייענדיג ביים טיר האט אים אלען צוריק גערופן "דול, נאר נאך איין רגע. ווען איך האב דיך ארום געזוכט ביי די מיטינג האב איך דיך פראבירט צו רופן אויפן סעל אבער די וואויס מעיל האט גלייך אויפגעהויבן.. לויט וואו איך ווייס דארף זיין גוטע סערוויס אין די פריוואטע רום'ס... דאס מאכט מיך טראכטן אז עפעס אנדערש איז פארגעקומען... איז דיין טעלעפאון געווען אויסגעלאשן צו וואס?"

"יא, מיין טעלעפאון איז געווען פארלאשן"

רויטערהייט האט דול ארויסגעוואקט.

דול האט זיך געשפירט אין א טרעפ.. ווער ווייסט וואס ראבערט פלאנט דא? אלען ווייסט דאך פונקטליך ווער ס'שטייט אונטער די גאנצע זאך, פארוואס טוט ער גארנישט? אזוי דורך געפוילט איז ער..? ער שטעלט זיין גאנצע אפיס נאכצוזוכן די מענטש וועם ער האט פארקויפט? דול האט געשפירט אזוי פארלוירן... צו וועם זאל איך גיין? ווער וועט מיך גלייבן? און אפילו איך זאל שוין טרעפן איינער וואס גייט מיך אויסהערן וועט יענער וועלן אויספארשן די זאך.. און אפילו יא, דאס וועט נעמען וואכן וואס די צייט איז נישטא..!

*

ראבערט האט אנגערופן דזשעק אים צו גראטולירן.. " א סופער ארבעט געמאכט! איך האב דיר געזאגט אז דאס גייט נישט קאסטן קיין קרבנות. וואו לאנג דיין פרעזידענט וועט נאכגעבן מיינע פארלאנגן וועט עס נישט קאסטן קיין מענטשליכע לעבן. אויף יעצט ביסטו פריי ביז די קומענדיגע מעלדונג. נאר איין זאך, אויף מארגן דארף איך א סעקיורד ליין וואס מ'קען נישט טרעיסן איך וויל האבן א שמועס און איך וויל אז קיינער זאל קענען נאכקוקן פון ווי די קאלל קומט."

"דאס איז נישט קיין פראבלעם. אבער אויף קיין איין ליין קען מען נישט רעדן לענגער וואו דריי מינוט. נאך דריי מינוט איז גארנישט גראנטירט"

"נישט קיין פראבלעם. דריי מינוט איז מער וואו גענוג פאר מיר"

"פיין, געמיר די ליין פון וואו דו גייסט רופן און איך וועל מיך שוין נעמען ארבעטן דעראויף. אויך אויב מעגליך די טעלעפאון נאמבער צו ווי דו גייסט רופן"

ראבערט האט געגעבן פאר די דזשעק די ליין פון וואו ער גייט רופן "אבער די ליין צו וואו איך גיי רופן קען איך נישט געבן. וועסט דיך מוזן באגיין אן דעם"

דזשעק האט זיך גענימען ארבעטן דעראויף...

*

ראבערט האט אראפגעלייגט פון דזשעק און זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן. אגענט A האט אנגערופן ראבערט הערן וואו אזוי די אקציע איז דורך.. "נישט געקענט גיין בעסער! מארגן גיי איך האבן א שמועס מיטן פרעזידענט... וואס דו שמועס וועט זיין ווייס איך נאך נישט דאס וועל איך היינט נאכט הערן פון מיין באסס.. אבער איך גלייב אז מיין מעסעדזש איז געווען קלאר און שארף.. 'טריפל איי' שטייט אונטער דעם!"

"פיין! דאס הייסט אז די סחורה וואס איך האב דיר פארקויפט איז יא ווערט א גראשן.."

"הא הא.. איך וואלט עס נישט גערופן אפאר גראשן.. ער איז סאך מער וואו דאס!"

"ראבערט, דו ווייסט דאך אז איך גלייך ביזנעס. איך בין גרייט ווייטער צו ארבעטן און דיר איבערגעבן אלעס וואס איך הער און זעה איבער דעם אויספארשונג.. פארשטייט זיך פארן ריכטיגן פרייז."
ראבערט האט נישט געגלייבט וואס ער הערט... איך וועל דארפן פרעגן מיין באסס.. אבער איך גלייב אז ער וועט מסכים זיין דערצו.."

"פיין, איך וועל דיך צוריק רופן שפעטער ביינאכט הערן דעטאלן. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס דו האסט היינט געטון מיט די רעגירונג האט נאך קיינער נישט געטון.. זיי האבן געשפרינגן.."

"חא חא.. עמער רעדן"

*

אן ערענסטע מיטיג איז פאררופן געווארן אין די ווייסע הויז. די גרעסטע קעפ פון אלע אגענטורן אין די רעגירונג זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א זיצונג.. די פרעזידענט האט דאס פאררופן... יעדער האט געוואוסט פון וואס די רעדע איז... 'טריפל איי'...

דאס איז די נייע סכנה וואס הענגט אויף אמעריקא. דאס איז א גרופע וואס האט געוויזן וואס זיי קענען און קיינער ווייסט נאך נישט וויאזוי זיי אפצושטעלן.. יעדער איז געזעצן שטיל און געווארט אויף די פרעזידענט.. ווען די פרעזידענט האט אריין געוואקט האט יעדער געזען די אנגעצויגנקייט אויף זיין פנים.. "איך מיין אז יעדער ווייסט פארוואס מיר זיצן דא" האט די פרעזידענט גלייך אנגעהויבן "מארגן מיטאג גיי איך באקומען א טעלעפאון קאל פונעם 'טריפל איי' אגענט, און דערווייל ווייסן מיר נישט קיין שום דעסקריפציע פון אים. און דאס איז פארוואס איך האב יעדעם צוזאמגערופן דא היינט. איך וויל אז עטס זאלטס אלע ארבעטן צוזאמען אן קיין שום אפהאלט און מיר געוואויר ווערן ווער ס'שטייט אונטער דעם. די ערשטע פארשטייט זיך ווארטן מיר פון 'אלען' וואו יעדער ווייסט פירט ער אן א געהיימע אפיס פון די וועלטס בעסטע העקערס. איך וועל איבער געבן די ווארט פאר אים און הערן ווי ער האלט."

"מר. פרעזידענט, איך האב נישט קיין סאך צוצוגעבן. איך האב געשטעלט מיין גאנצע אפיס ארבעטן דעראויף און איינמאל איך וועל האבן מער אינפארמאציע וועל איך עס מיטטיילן. אבער לאמיר קודם דאס לאזן אין אז זייט. וואס ליגט אויף אונז, און וואס איז אונזער פלאן איינמאל מיר ווייסן ווער ס'שטייט אונטער דעם? לאמיר הערן פון די דירעקטאר פון סי איי עי 'ספעשעל אפירעשאנס קאמענדער' וואס ער האט גרייט איינמאל מיר דערגייען ווער דאס איז."

"איך האב אנגעגרייט מיין ספעציעלע טיעם און זיי פארגעברייט פאר די מיסיע. וואו אויך האט מיר די 'סעקרעטערי אף דיפענס' געמאלדן אז ער האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר אלע טרופן וואס זענען דא אין די געגנט פאר וואקאציע אז זיי זאלן זיך גרייטן אויף א מעגליכע רוף. מיר וועלן ארבעטן צוזאמען די גאנצע צייט. דאס הייסט אז פון אונזער זייט קענען מיר זיין גרייט מיט א פולע ריספאנס טיעם אין די צוואנציג מינוט פון ווען מיר ווערן געוואויר ווער דאס איז."

"אקעי חברה, איך פארלאז מיך אויף ענק און וואו נאר ס'איז דא סיי וואספארא נייעס וויל איך גלייך וויסן דערפון. און אויך וויל איך זייער אז די מידיא זאל נישט געוואויר ווערן קיין רמז דערפון. דאס בלייבט דא אין די פאר ווענט. אויב גייט עס ארויס צום פאלק וועט עס ארום נעמען א פאניק וואס פעלט נישט אויס.
א גוטן טאג"

*

דזשעק האט אויסגעהערט די ביטערע נייעס פון דול אז ס'איז אים נישט געלונגען אויף צו כאפן די פונקטליכע לאקאציע. "דאס איז אבער זיכער אז דו זיצט אויף די אמעריקאנע טערעטאריע מער ארויף צו צפון. אבער דיין פונקטליכע פלאץ האב איך דערווייל נישט געכאפט. איך האף אז מארגן ביי די קאל וועל איך קענען אויפכאפן מער..." אויך האט דול דערציילט פאר דזשעק וויאזוי ער איז באפאלן געווארן פון אלען... "מ'דארף מיר ווערן מער פארזיכטיג דול" האט דזשעק געזאגט דערנאך האט דזשעק איבערגעגעבן פאר דול די נומער פון וואו ראבערט גייט מארגן מאכן זיין קאל...
"איך האף אז דאס איז גענוג פאר דיר אז דו זאלסט קענען טרעסן די קאלל..
"ס'איז נישט גענוג אבער איך וועל פראבירן דאס בעסטע.

"אקעי פיין עמער רעדן"

*

ראבערטס פאון האט זיך צוקלינגן... "איך רוף דיך גראטולירן אויף די געלונגענע דזשאב וואס דו האסט היינט געמאכט... די מעסעדזש איז אנגעקומען קלאר און דייטליך"

"יא זיכער באסס. איך האב אויסגעפאלגט אויפן האר וויאזוי מיר האבן אפגעשמועסט.. לויט ווי איך הער האט דאס אויפגעטון וואס ס'האט געדארפט.."
"יא.... אויב מעג איך פרעגן, פון וועם האסטו שוין געהערט דערוועגן?"
"די באסס ווייסט דאך אז איך האב די אגענטA וואס האט מיר פארשאפט מיין דזשעק, ער האט מיר געברענגט די נייעס. און אז מ'רעדט שוין פון אים.
איך האב געוואלט פרעגן דעם באסס. דער אגענט איז גרייט מיר צו ברענגן ווייטערדיגע נייעס אויב בין איך גרייט צו צאלן דערפאר.. איז די באסס גרייט פאר זיין אפפער?"
"איך וועל דיר זאגן דעם אמת. איך גלייך נישט צו האנדלן מיט מענטשען וועם איך קען נישט. דו וועסט אפשר לאכן דערפון ווייל דו ווייסט דאך אויך נישט ווער איך בין. אבער דאס בין איך, איך גלייך צו קענען מיינע קליענטן אבער איך וויל נישט אז זיי זאלן מיך קענען. אבער דער אגענטA זעהט אויס וואו איינער וואס איז ווערט אז איך זאל אביסל בייגן מיין פאליסי פאר אים..
ווייסט וואס, אויב קען ער דיר איבער געבן דעטאלן פון א זיצונג וואס איז היינט פארגעקומען אין וואשינגטאן דאן בין איך גרייט אים צו נעמען פאר יעדע פרייז.... איך וועל דיך צוריק רופן שפעטער און איך וויל הערן צו ער ווייסט די דעטאלן... אויב יא קענען מיר גיין ווייטער..."


אפאר שעה שפעטער ווען אגענטA האט צוריק גערופן הערן וואס ראבערטס באס האט געזאגט האט אים ראבערט פארגעלייגט די שאלה "מיין באס איז גרייט צו גיין מיט דיר ווייטער אויב קענסטו געבן מער אינפארמאציע וועגן די מיטינג היינט אין וואשינגטאן..."

"איך וועל מיך נאכפרעגן און איך וועל מארגן צוריק רופן מיט דעטאלן...." האט אגענט A געענטפערט....


---

דעם אנדערן אינדערפרי

אלען איז געזעצן אין אפיס ווארטענדיג צו הערן פון די ווייסע הויז ווען די קאלל גייט אריין קומען...

דול זיצט אנגעצויגן... ער ווארט צו הערן פון דזשעק ווען די קאלל גייט זיין אז ער זאל קענען גיין אנצינדן די טרעקער אונעם קאמפיוטער רום..

*

די פרעזידענט זיצט מיט די 'סעקרעטערי אף סטעיט' און גייט איבער א דיבריעף ווען פלוצים צוקלינגט זיך זיין טעלעפאן.. ער קוקט אויפן פרעזידענט וועלענדיג זען צו ער זאל אויפהייבן.. די פרעזידענט האט געשאקלט מיט קאפ יא. "היי, דאס איז די 'טריפל איי אגענט' לאז מיך רעדן צו דיין פרעזידענט.."
די פרעזידענט נעמט איבער די טעלעפאון אין שאק. די זייגער איז געווען א גוטע האלבע שעה פאר עלעף אזייגער וואו אפגעשמועסט. "היי מר. פרעזידענט. אין א האלבע שעה ארום זאלסטו זיצן אין א מיטינג מיט דיין קאבינעט און איך וועל דיך דארט צוריק רופן...


11AM וואשינגטאן די סי

די פרעזידענט נישט האבענדיג קיין צווייטע ברירה האט ער צוזאמגערופן זיין קאבינעט און יעדער איז געזען אנגעצויגן און געווארט אז די פאון קאלל זאל אריין קומען א טרעקער איז ארויף געלייגט געווארן אויף די 'סעקרעטערי אף סטעיטס' טעלעפאון און אלען האט געווארט אויף די אקעי.

יעדער איז געזעצן אנגעצויגן...

פלוצים האט זיך די אטוירני דזשענעראלס טעלעפאון צוקלינגן...
"היי, דאס איז די 'טריפל איי אגענט' לייג מיך אויף ספיקער!

מר. פרעזדינט, מיין צייט איז קורץ איך ווייס אז דו גייסט יעצט פראבירן צו טרעקן די טעלעפאון.. אלזא לאז מיך דיר שנעל זאגן מיין פארלאנג"

*

אלען האט באקומען א מעסעדזש אז די אגענט האט יעדעם אויסגעשפילט און ער רעדט יעצט אויף די אטוירני דזשענערלס פאון..."טרעק די אטוירני דזשענערלס פאון.. שנעל.. ווייל ער גייט רעדן קורץ..."

אלען איך ארויסגעלאפן פון אפיס צו רעדן צו דול און אים דערציילן וועגן די נייעס...

דול איז ווייטער נישט אויף זיין פאלץ....

אלען פאנגט אן צוזאמשטעלן... ס'איז שוין דאס צווייטע מאל וואס דול איז נישט ביי זיין פלאץ ווען איך זוך אים...

ער ווייסט וואס ס'גייט פאר.... ער איז זיכער אין קאמפיוטער רום.....

אלען נעמט זיך אראפלויפן די שטיגנס....


פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 9:17 am
דורך פאטאקי08
שייגעץ דו!!!!

שנעל לייג ארויף אלע פארזעצונגן וואס דו האסט שוין געשריבען אבער שוין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 10:00 am
דורך פונקטליך
מעכטיג איז נישט דאס ווארט!!! וואס העדא זיין?!

וואס איז געבליבן ווען לייגט מען די נעקסטע?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 10:48 am
דורך gagongan
מיין מיינונג איז: לייג ארויף יעדן טאג איין פארזעצונג, ביז דו האסט מער נישט, אבער פליז לאז עס נישט ביי קיין אנגעצויגענע פלאץ, אויב מעגליך.
אויך לאז וויסן בערך ווי לאנג די הפסקה גייט נעמען.

יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 10:55 am
דורך ווינקל
פראזן!