בלאט 5 פון 20
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 7:37 pm
דורך צולייגער
internet explorer - not responding
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 7:38 pm
דורך פאטאקי08
גלגלשלג האט געשריבן:יוש מיין הארץ קלאפט ווי א פויק סע שרעקוודיג
איך ציטער
איך ציטער
נא לייג צו נאך 1 שורה
איך בין פארפרוירן
איך קען קוים טייפן
די הענט ציטערט מיר
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 7:39 pm
דורך פאטאקי08
נישט געהאט קיין כח צי טייפן נאר צי צטטן מיט די מייזל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 7:55 pm
דורך אב זקן
איך וואלט געראטן אז דער עולם זאל איבערלאזן עפעס קאמענטס פאר די קומענדיגע פאר פארזעצונגן.. אויב ציטערט מען יעצט דאן ווייס איך נישט וואס איר וועט דאן טון.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 8:02 pm
דורך צולייגער
אב זקן האט געשריבן:איך וואלט געראטן אז דער עולם זאל איבערלאזן עפעס קאמענטס פאר די קומענדיגע פאר פארזעצונגן.. אויב ציטערט מען יעצט דאן ווייס איך נישט וואס איר וועט דאן טון.
הע הע הע קיינער ציטערט נישט, מיינסט מיר וועלן זיך לאזן נארן פון דעם אלטן זעצער? עניוועי, מיין כח הדמיון איז נישט אזוי הויך אווי דיינס, ממילא זוכט אייך בעסערע קאסטומערס, און דו האסט אונז נאך קייייייייייינמאל נישט אויסגעשפילט, מיר לאזן איבער דעם געוועבעריי (נישט וועבער) פאר דיר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 8:03 pm
דורך למעלה משבעים
מר. צולייגער, איך ווייס נישט וואס די שפירסט, אבער מיין הארץ האט מיר געטאנצן ווי האמער'ס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 9:48 pm
דורך ארט און מוזיק
די נאכט גיי איך מוזן שלאפן מיט א אפענע טיר....
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 9:58 pm
דורך קרעמער
obama: we got him! its agent A, aka alen the 'for-retter', just threw him in the sea, according to his own religion
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:40 pm
דורך פארדינט
קרעמער האט געשריבן:obama: we got him! its agent A, aka alen the 'for-retter', just threw him in the sea, according to his own religion
אין וואס וועט זיין אויב די וואסער וועט אים אויסשפייען (עיין ערך צום זאך...).
עניוועי, אב דו בוסט געוואלדיג, אונז ווארט מיר אויף די נעקסטע.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 7:19 am
דורך מי יודע
אקעי, קאל 911
לאז וויסן אז ס'איז צרות
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 8:26 am
דורך געשמאקער
טאטי יוש!!!!
-------
קיפ איט אפ
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 8:40 am
דורך נאר נייעס
נישט געקענט שלאפן .....!! איך האב שוין גענדיג ליינען
נעכטן נאכן ארויף לייגן
אבער מיין הארץ שאקלט זיך נאך אלץ
ביטע אויב עס איז מעגליך ארויף לייגן איינס נענטער צו די צווייטע
קען קוים ווארטן....!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 12:52 pm
דורך פונקטליך
איך דארף נאך עפעס שרייבן חוץ א יישר כוח?? ס'איז ממילא נישטא וואס צו שרייבן..
זארג נישט וואס מ'וועט שרייבן נאך די נעקסטע פארזעצונג, קודם שרייב!..
יישר כוח!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 4:37 pm
דורך איך_הער
א פראפעשענל שרייבער און פאנטאזירער, באט איך נאר לאזעך מיך פון זיינע פאנטאזיעס, ער דרייט מיט מיינע געפילן לויט וויזוי ס'שמעקטעם, און כ'זאג ענק, עריז סוקסעספול.
יישר כח אב. גיי אן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 10:06 am
דורך קונצען
וואס גייט זיין ווען גייט עס ווייטער?
נעווער מיינד איך האב יעצט באקימען מיין ביל פין AAA פאר מיין קאר איך האב געכאפט א ציטער .......... די שרייבער איז מעכטיג
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 12:36 pm
דורך צולייגער
קונצען האט געשריבן:וואס גייט זיין ווען גייט עס ווייטער?
נעווער מיינד איך האב יעצט באקימען מיין ביל פין AAA פאר מיין קאר איך האב געכאפט א ציטער .......... די שרייבער איז מעכטיג
ער האט גערעדט פון טריפל איי נישט טריפל עי
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:09 pm
דורך bailout
ס'פארט א מחי' פארזעצונגען, טענקס ע לאט.
צוויי פראגעס וויאזוי קען זיין אז ראבערט וואס קוקט אים נאך זאל נישט זעהן ווי ער שפילט זיך מיט א זייגער?
פארוואס מוז מען הרג'נען מענטשן? יו געט מיי פוינט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:36 pm
דורך קונצען
bailout האט געשריבן:ס'פארט א מחי' פארזעצונגען, טענקס ע לאט.
צוויי פראגעס וויאזוי קען זיין אז ראבערט וואס קוקט אים נאך זאל נישט זעהן ווי ער שפילט זיך מיט א זייגער?
פארוואס מוז מען הרג'נען מענטשן? יו געט מיי פוינט?
די זייגער איז א גיטע קשיא איך האב אויך ג'טראכט דערפון אבער סאיז א קשיא אויף א מעשה... אין נאכדעם קיינער מיין איך איז ביז דערווייל נאכנישט טויט פין די חברה...
בקיצור מיר אלע ווארטן אויף ווייטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:05 pm
דורך gagongan
יישר כח
קונצען האט געשריבן:bailout האט געשריבן:ס'פארט א מחי' פארזעצונגען, טענקס ע לאט.
בקיצור מיר אלע ווארטן אויף ווייטער
7'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:15 pm
דורך אב זקן
דול האט זיך געטראפן אין א פלאנטער, זיין מענעדזשער האט פונקטליך געוואוסט ווי ער איז געגאנגען און וואס ער האט געטון ער האט געוואוסט אז אויב קומט ער נישט אויף מיט עפעס א שנעלע תירוץ וואס זאל שטומען דאן לייגט ער זיך און דזשעק אריין אין גרויסע צרות... מיט אן אראפגעלאזטע פנים האט דול זיך אנגערופן;
"איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געהאט געוואוסט אז דזשעק האט זיך אוועק געלייגט הארטע קעש אין זיין סעפטי דיפאזיט באקס. ער האט מיר אמאל דערציילט דעם סוד. אלזא, יעצט ווען איך האב געוואוסט אז קיינער ווייסט נישט דערפון און ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל דאס מאנען האב איך געטון א גניבה שטיקל און איך האב עס ארויסגענימען פון זיין סעיפטי באקס און עס אריין געלייגט אין מיין אקאונט... איך ווייס אז דאס וואס איך האב געטון איז זייער אומעטיש אבער איך האב מיך נישט געקענט צוריק האלטן... איך בעט דיך זאג נישט פאר קיינעם דערוועגן... איך וועל עס מער נישט טון"
אלען האט זיך שטארק בארואיגט הערענדיג דאס. פארשטייט זיך אז אויסערליך האט ער געשפילט וואו ער איז איבערגענימען פון די געמיינע אקט וואס דול האט געטון אבער אינערליך האט ער זיך געפריידט אז ס'איז נאר דאס. "איך גיי עס נאכקוקן און אויב איז עס טאקע דאס וועל איך מוזן נעמען שריט.. ס'פאסט נישט פאר אזא מענטש וואו דיר אזאנס צו טון. דו ביסט העכער ווי דעם צו טון אזא געמיינע זאך און בארויבן א טויטן חבר..."
"אלען, איך ווייס. איך זאג דיר אז איך בין דורך געפאלן אבער מער גיי איך דאס נישט טון..."
אלען האט ארויסגעוואקט פון שטוב און אנגעריפן ראבערט און אים געבעטן אז ער זאל אריין קוקן אין דול'ס אקאונט און זען אויב ס'איז געווען א דיפאזיט היינט פון צען טויזענט דאלער..
וואו נאר אלען האט ארויסגעוואקט איז דול צוריק געלאפן צו די זייטיגע שטוב און געבעטן דזשעק צו ער קען אים אריין פאוסטן צען טויזנט דאלער אין זיין אקאונט און דול האט אים דערציילט די שמועס וואס ער האט געהאט מיט אלען. "פארוואס טוט ער דאס?" האט דזשעק נישט געקענט פארשטיין.. "אזא געמיינע אינג זיך צו פארקויפן פאר אפאר דאלער און פארקויפן זיינע מענטשען פאר קרימינאלן?"
דול האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אים האט געדריקט די זעלבע זאך..
די שמועס איז איבערגעהאקט געווארן דורך א ביפ פון ראבערט אז דזשעק זאל שוין צוריק ארויף גיין אין זיין אפיס. אנקומענדיג אין אפיס האט אים ראבערט געבעטן אז ער זאל אים ארויספרינטן א ריפארט פון א באנק אקאונט... דזשעק האט נישט געדארפט קיין סאך טראכטן.. דאס איז געווען דול'ס אקאונט. "נאכן האבן דאס וויל איך אז דו זאלסט דיך נעמען ארבעטן אויפן מארגענדיגן טאג. לאמיך דיר זאגן וואס איז איך וויל מארגן פון דיר. איך וויל אז דו זאלסט דיך אריין כאפן אין די עף עי עי סיסטעם און איך וויל אז דו זאלסט קענען קאנטראלירן פליגערס פון דא....!!!
מארגן גייט זיין א גרויסע טאג....!!!!"
דזשעק האט געמיינט אז ער שלאפט ווען ער האט געהערט ראבערטס פלאן..
ער האט גוט געקענט ראבערט, אויב איז אים דאס בייגעפאלן וועט ער דאס אויספירן אויף יעדע קאסט... דזשעק האט אויך גוט געקענט דעם ראבערט, און ער האט געוואוסט אז ער איז אומשטאנד צו קראכן א פליגער פון צוויי הונדערט מענטשען און עס וועט אים ניטאמאל קאסטן קיין איבריגע הארץ-קלאפ. "דזשעק, ביסטו דא מיט מיר?" האט ראבערט אריין געשריגן אין די טעלעפאון "דו הערסט וואס איך רעד צו דיר? נעם דיך ארבעטן דעראויף שוין. מארגן צופרי וויל איך זאלסט זיין גרייט ווען איך וועל דיר הייסן... גיי נישט שלאפן ווי לאנג אלעס איז נישט מסודר"
דזשעק האט זיך נישט געקענט צוזאמקלייבן... אין זיין מח האט ער נאר געזען מענטשען זיצן רואיג און פארברענגן אויף א פליגער ווען פלוצים נעמט זיך די פליגער פארן ארויס פון קאנטראל און ס'קראכט אראפ... מענטשען שטארבן.. קינדער גייען אויס... די פליגער קראכט אין א באוואוינטע געגנט.. א העלישע פייער ברעכט אויס...א פייער וואס שלעפט אריין אין זיך צענדליגע הייזער... דזשעק האט געוואוסט אז אויב גייט ער דאס טון גייט ער מער נישט קענען שלאפן קיין רואיגע נאכט... די בלוט פון די צענדליגע אויב נישט הונדערטער טויטע וועלן שטיין פאר זיין פנים און אים נישט צורוה לאזן.
איך קען נישט!! האט דזשעק באשלאסן.. איך גיי עס נישט טון!!
ראבערט איז געזעצן אין אפיס און מיטגעהאלטן דזשעק'ס אויפפירונג.. ער האט געוואוסט אז דזשעק וועט נישט אזוי שנעל מסכים זיין.. ער האט געהאט א פלאן פאר דעם אויך...
בילדער פון דזשעק'ס משפחה האט אנגעפאנגן אריין צו פליסן אין זיין אימעיל אקאונט.. בארבארישע בילדער וואו זיין טאטע ראנגלט זיך מיטן לעבן און איינע פון די דאקטוירים וואס שטייען ביי זיין טאטעס בעט טראגט א שמייכל און צייגט אויף די אייווי ליין, וואו איינער זאגט 'איך קען אים אוועק לייגן סיי ווען..'
ראבערט האט מיט הנאה צוגעקוקט וויאזוי דזשעק נעמט אויף די בילדער.. "דזשעק, איך זעה אז דו פארשטייסט מיך.. איך מיין אז דו זאלסט דיך נעמען ארבעטן אויף וואס מ'האט אפגעשמועסט"
דזשעק'ס מח האט רעזעגנירט.. די אינערליכע קאמף פון; 'וועמענס בלוט איז רויטער.. די מענטשען אויף די פליגער צו מיין משפחה..' דאס האט אים צוריסן. אבער זיין געפיל האט אים איבערגעוואויגן.. ער האט זיך צוגעזעצט און זיך גענימען ארבעטן אויף די מארגענדיגע אקציע..
אבער מיט א פלאן......
דעם אנדערן אינדערפרי 10:00 AM
מיט א שמייכל האבן זיך די פאסאנזשירן אויף פלייט FDS632 באקוועם געמאכט אויף זייערע זיצן.. יעדער איז פארנימען געווען מיט די לעצטערע הכנות אריין צופאקן אלע צוגעהערן אין די קעסטלעך. די פלייט אטענדענט האט העפליך יעדעם באגריסט און געגעבן די פארמאלע אנווייזונגען אויב געשעט עפעס חלילה..
די פילאט האט איבערגעקוקט צו אלעס קלאפט און צו די פליגער איז גרייט זיך צו הייבן..."FDS632 איז גרייט זיך צו הייבן" האט די פילאט אריין גערעדט אין זיין העד סעט צום קאנטראלער. "ביז דריי מינוט וועט ראנוועי נומער זעקס זיין ליידיג"
*
"היינט טרעטן מיר אריין און דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג. איך קען דיר גאראנטירן אז די היינטיגע טאג וועט זיין סוקסעספול. און פון נאך די היינטיגע טאג וועט קומען נאך אפאר שווערע טעג אבער דאס וועט זיין די זאך וואס וועט פירן צו אונזער הצלחה.. פארשטייט זיך אז היינט נאכט וועל איך איבער געבן א פונקטליכן באריכט וויאזוי די טאג איז דורך"
"געדענק צו מאכן 'טריפל איי' די נאמען וואס יעדער וועט געדענקן"
"אודאי הער באס"
און מיט עהרע און רעספעקט האט ראבערט אראפגעלייגט די טעלעפאון.
געענדיגט מיט זיין באס, האט ראבערט ארויף געלייגט דזשעק אויפן ליין און געוואלט הערן ווי פלייט FDS632 האלט. "די פליגער גייט זייך אט הייבן, ראבערט ביסטו זיכער אז דו ווילסט דאס טון?"
"אקעי פיין, וואו נאר די פליגער איז אין די לופט וויל איך אז דו זאלסט אים אפהאקן פון זיין קאנטראלער און דו זאלסט איבער נעמען קאנטראל אויף אים. און פרעג מיך נישט נאך איינמאל וועגן מיין זיכערקייט."
ווען דזשעק האט געהערט אז דאס איז טאקע די פליגער האט ער געגעבן א גיס אויס זיין קאווע אויף זיך... דאס האט אים געגעבן א סיבה זיך אויפצוהייבן און לויפן ברענגן פאפיר. ווען ער איז געווען אוועק פון זיין טיש האט ער שנעלערהייט געגעבן א זאג אריין אינעם זייגער "פלייט FDS632 ס'הייבט זיך אין א פאר מינוט, דו ביסט גרייט?"
די ענטפער איז געווען "יא!"
*
אין א קליין שטובל אינעם סי איי עי בילדינג זיצט דול קאנעקטעד מיט זיין לעפטאפ צום סערווער. אויב זאל אים איינער כאפן דא קען דאס אים קאסטן זיין דזשאב אויב נישט ערגער. אבער דול האט געוואוסט אז דאס איז די איינציגסטע טשאנס וואס ער האט געוואויר צו ווערן ווי דזשעק איז. דול האט נעכטן געהערט פון דזשעק די שאקירענדע נייעס אז זיין מענעדזשער פארלאנגט פון אים צו העקן די עף עי עי סיסטעם און איבערנעמען קאנטראל אויף א פליגער. דול איז געווארן אויפגעשוידערט ווי ווייט די חברה זענען וויליג צו גיין. ווען ער האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר דזשעק אז ער איז אים וויליג צו העלפן מיט וואס אימער. דאן איז בייגעפאלן פאר דול אז מ'גייט קענען שיסן צוויי האזלעך מיט איין שאס. ער וועט זיין פארבינדן מיט דזשעק און איינמאל ער וועט וויסן פונקטליך וועלכע פליגער די טארגעט איז וועט ער איבערקלוגן דזשעק און ער וועט אים שטערן פון טון שעדליכע זאכן מיט די פליגער און אין די זעלבע צייט וועט ער קענען זען פון וועלכע געגנט די העקער איז אריין געקומען...
יעצט איז דול געזעצן און געווארט אויף דזשעק ער זאל אים זאגן וועלכע פליגער די רעדע איז...
"פלייט FDS632 ס'הייבט זיך אין א פאר מינוט, דו ביסט גרייט?" "יא" האט דול געענטפערט...
*
ראבערט זיצט ביי זיך אין אפיס און אויף זיין סקרין האלט ער פונקטליך מיט וויאזוי דזשעק האט איבער גענימען די קאנטראל אויף פלייט FDS632 ....
*
די קליינע פינטל אויפן קאנטראלערס סקרין האט געוויזן אז אלעס פארט מיטן בעסטן ארדענונג. אונעם קאנטראלערס צימער איז געווען רואיג, יעדער איז געזעצן מיט זיין העד סעט אנגעטון און אבאכט געגעבן אויף זיין סקרין זיכער מאכענדיג אז אלעס פארט רואיג... די מענעדזשער הערי האט זיך אויך ארום געדרייט רואיגערהייט...
*
ראבערט האט אריין געדריקט דזשעק'ס עקסטענשאן און ארויסגעגעבן די "גאו" פאר דזשעק... ראבערט האט געוואוסט אז מיט די ווארט גאו האט ער אנגעפאנגן א זאך וואס האט נישט קיין וועג צוריק.... ער האט געוואוסט אז דאס איז די לעצטע שטאפל פארן ארויסגיין אין די גרויסע וועלט...
דזשעק האט אפגעהאקט די קאנעקשאן פונעם קאנטראלער און ער האט פולשטענדיג איבער גענימען קאנטראל פונעם פליגער...
"פלייט FDS632 מיר פארלאנגן פון דיר זיך צוריק צו דרייען צום ערעפארט זאפארט"
*
די פילאט אינעם פליגער האט נישט פארשטאנען וואס די פשט פון אזא ארדער. ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט אז מ'הייסט אים צוריק קומען נאכן פליען צען מינוט. "קאנטראלער, ביסטו זיכער וואס דו פארלאנגסט?"
"פאזאטיוו. א 180 דעגרי טוירן בעק. קאפי?"
מיט א קענטליכע ווינדער אין זיין קול האט דזשעק געהערט די פילאט'ס ריספאנד.. "קאפי!"
*
"מענעדזשער הערי ביטע קום אריבער צו סטעישאן 4 ... מיר האבן א סיטואציע.." די מענעדזשער איז געקומען צו וואקן מיט שנעלע טריט נישט באגרייפענדיג די הארבקייט.. "פלייט FDS632 האט נארוואס געמאכט א ווילדע דריי אין די לופט אן קיין פריערדיגע נאטיץ..."
"נו, רעד צו אים. פרעג אים פשט"
"איך קען נישט רעדן צו אים..... מיין קאמיונעקאציע איז איבער געהאקט.."
הערי האט איבער גענימען די העד סעט און פראבירט זיין מזל.. "פלייט FDS632 ביטע רוף דיך אן... וואס איז די פשט פון דיין ווילדע מאנאווער?"
.... קיין ריספאנד...
הערי'ס הארץ האט זיך גענימען קלאפן.. די פליגער פארט אן קיין קאנטראל אויף די פארקערטע ריכטונג... הערי האט אקטיוועזירט די עמערדזשענסי קנעפל וואס דאס שיקט אן אלערט צום פילאט.. אבער דאס האט אויך נישט געארבעט...
וואס טוט מען דא...??!!
די פליגער איז צוריק געקומען צו די ריכטונג פונעם עירעפארט אבער די פראבלעם איז געווען אז ער איז געפארן אויף די פארקערטע ריכטונג פון אלע פליגערס וואס הייבן זיך... דאס מיינט אז און פיר מינוט פון יעצט וועט די פליגער זיך טרעפן אין די לופט מיט א קעגן קומענדע פליגער.. אויפן סקרין האט מען טאקע געזען ווי א פליגער האט זיך נארוואס געהויבן און ער פארט אויף די זעלבע וועג ווי FDS632 .... אויב גייט עס אזוי אנגיין גייען זיך די ביידע פליגערס צוזאמקראכן אין די לופט...
*
דזשעק האט אלעס מיטגעהאלטן און געשריגן פאר ראבערט "דו גייסט דא צאמקראכן צוויי פליגערס..? איך בעט דיך טו דאס נישט!"
דזשעק איז געווען גרייט איבער צוגעבן פאר דול די אקעי אז ער קען אים אפהאקן.... דזשעק האט געוואוסט וואס דאס מיינט.. אויב גייט דול צוריק נעמען קאנטראל פון די פליגער און ראבערטס פלאן גייט צוזאמפאלן גייט ער זיכער הארגענען נאך איינעם פון דזשעק'ס משפחה.. דזשעק האט אבער געוואוסט אז ער קען נישט פארקוקן אויף זיין משפחה ווען דא רעדט מען פון הונדערטער מענטשען...
"איך גיי נישט הארגענען קיינעם!! איך וויל נאר דערשרעקן די רעגירונג...!! דאס איז מיין פלאן...!!!
דזשעק האט נישט געוואוסט צו ער קען אים גלייבן אבער ער האט אויך נישט געוואלט אז דול זאל טון זאכן "דול, טו נישט גארנישט" האט דזשעק אריין געשריגן אין זיין קאמיונעקאציע אפאראט וואוסענדיג אז ראבערט'ס אויגן זענען אונעם סקרין און נישט אויף אים "ער זאגט אז ער גייט נישט מאכן די פליגערס קראכן. ער טוט עס נאר צו דערשרעקן..."
*
הערי האט זיך געקראצט דעם קאפ פאר אנגעצויגענקייט... ער האט געוואוסט וואס ער האט צו טון ווייטער. ער האט אנגערופן די עף בי איי און זיי געמאלדן אז ער האט א פליגער וואס ריספאנד נישט און ער טוט זאכן וואס לייגט אריין מענטשען אין א סכנה...
ווען די עף בי איי אפיס האט באקומען די קאל האבן זיי עס גלייך ווייטער געשיקט צו האומלענד סעקיורעטי און מ'האט גראד אויפגעסעט א קאנפרענס קאל צווישן אלע דריי הויפקוואטירן.. "די ערשטע זאך דארף מען גיין מעלדן דעם פרעזידענט אז ער זאל זיך גרייטן אויף א מעגליכע טעראר אטאקע וואס מ'ווייסט נישט ווי די ציל איז..." האט די ה. ס. אפיציר געזאגט...
"הערי, ווער איז די פילאט פון די פליגער? לאמיר אריין קוקן אין זיין רעקארד" האט די עף בי איי אפיציר פארלאנגט.. "דאס איז נישט די פילאט! אונזער טעקנישן זאגט אז איינער האט זיך אריין געכאפט אין אונזער סיסטעם און יענער פארפירט דעם פילאט.. די פילאט ווייסט ניטאמאל אז ער נעמט ארדערס פון א טעראריסט.."
דערווייל האבן זיך די מינוטן געריקט און די צוויי פליגערס ווערן נענטער און נענטער...
"הערי, קודם זאג פארן צווייטן פליגער אז ער זאל זיך אוועק דרייען" האט די ה.ס. אפיציר געשריגן. "מיר האבן פארלוירן קאנטעקט מיטן צווייטן פליגער אויך!!!"
"וואס הייסט? דו מיינסט אונז צו זאגן אז מיר גייען דא זיצן און צוקוקן וויאזוי צוויי פליגערס גייען זיך צוזאמקראכן און מיר קענען גארנישט טון??"
"איך האב אזוי מורא" האט הערי געזאגט פארביטערט... "און נישט נאר דאס, אויב זאל די זאך נאך אזוי אנגיין גייען ביידע פליגערס זיין העכער א באוואוינטע געגענט.. ביידע פליגערס זענען פיל מיט ברען שטאף.. און א חוץ די 185 מענטשען פון איין פליגער און 216 פון די צווייטע וועט די פייער פון די קראך הארגענען נאך טויזענטער מענטשען...."
"די לאקאלע אויטאריטעטן ווייסן דערפון? מ'דארף זיי גרייטן פאר די מאסן פאטאליטעטן וואס דא גייט זיין..."
.....
*
דול זיצט אויף זיין קאמפיוטער און האלט אלעס מיט... זיין הארץ קלאפט אים גאר שנעל.. ער זעהט פאר די אויגן א קאטאסטראפע וואס גייט אט געשען.. 'פארוואס גיט מיר נישט דזשעק די אקעי עס אפצושטעלן? פארוואס איגנארירט ער מיינע מעסעדזשעס?' קלערט דול צו זיך...
דערווייל האט דול שווער געארבעט געוואויר צו ווערן די לאקאציע פון וואו דזשעק קומט...נאך צוויי מינוט וועט ער עס האבן.. די סיסטעם ווייזט אז 57 פארצענט איז שוין דורך.. ווען די סיסטעם קומט אן צו הונדערט פארצענט וועט ער עס האבן...
זאל איך טון אן פרעגן..? קלערט דול צו זיך?? קען איך לאזן הונדערטער מענטשען שטארבן ווייל דזשעק וויל ראטעווען זיין פאמיליע?
*
א טעלעפאון קאל האט איבערגעריסן די מיטינג... הערי הייבט אויף זיין סעלפאון און א געהיימע שטימע הערט זיך "ווי איך פארשטיי ביסטו די מענעדזשער אויף די קאנטראלערס.. איך גלייב אז דו האלטס מיט וואס גייט אט געשען.."
"ווער ביסטו?"
"ווער איך בין איז קיין חילוק! לאז מיך רעדן מיט די עף בי איי..."
"איך האב זיי דא אויפן ליין, זאל איך דיר ארויף לייגן?"
"יא"
"אקעי, דו ביסט אויפן ליין מיט זיי.. ווער ביסטו?"
"א גוט יאר אייך אלע. ווער איך בין מאכט נישט אויס. איר זעהט אלע וואס דא גייט אט געשען. אין איין מינוט און זיבן און צוואנציג סקונדעס גייען זיך די פליגערס צוזאמקראכן. איך גלייב אז איר האט שוין אויסגערעכענט וויפיל פאטאליטען דאס גייט זיין 'אויב איז בכלל מעגליך אויסצורעכענען' איך קען דאס אלעס אפשטעלן אויב וויל איך. איך גיי אייך נישט לאנג אויפהאלטן, איך פארלאנג פון דיר עף בי איי אגענט, דו זאלסט איבער געבן פאר די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין מיין נאמען אז איך וויל מארגן האבן א טעלעפאון שמועס מיט אים. פארשטייט זיך אז די ליין טאר נישט געטרעיסט ווערן און קיינער אויסער די פרעזידענט טאר נישט זיין אויף די ליין!! איך וועל מיך אידענטיפעצירן מיטן נאמען 'טריפל איי אגענט' די קאל גייט פארקומען מארגן עלעף אזייגער אינדערפרי... אויב גאראנטירסטו מיך אז דו גייסט איבער געבן די מעסעדזש אויף די האר וויאזוי איך האב עס געזאגט דאן גיב איך דיר צוריק פול קאנטראל אויף די פליגערס... איך גיב דיר יעצט דרייסיג סקונדעס איבער צו טראכטן... און איך וועל דיך צוריק רופן"
*
דול זיצט אנגעצויגן... די סיסטעם רוקט זיך שטייט... ס'האלט נאך ביי 74 פארצענט... דערווייל ווערן די פליגערס נענטער....
*
דזשעק זעהט אויף זיין סקרין וואו די צוויי פליגערס ווערן נענטער און נענטער... ראבערט האט אים צוגעזאגט אז ער גייט זיי נישט לאזן קראכן... אבער דערווייל זעהט זיין צוזאג אויס ווערטלאז....
ראבערט זיצט אין זיין אפיס מיט א שמייכל... אלעס פארט וואו געפלאנט...
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:31 pm
דורך קרעמער
דער נעמט אונז אויף א רייד, א געשמאקע גראדע, מען קען זיצן אין קאנטראל טורעם, אין עף בי איי הויפטקווארטיר, אין אוועל אפיס, און גלייכצייטיג אין היימישע דזשורנאל..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:45 pm
דורך ווינקל
ענטפער שויןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נאך 29 סעקונדן
28
נאאאא!!!!???????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:49 pm
דורך למעלה משבעים
אב, די ביזט אזוי גערעכט געווען אז מען דארף איבערלאזן קאמענטס פאר שפעטער, יו איז דאס גוט.
קרעמער, אבער נישט סתם אויף א רייד, איך וואלט צוגלייגט ווען עס זאל ווען זיין ימים כתיקונן וואלט מען געקענט זיצן אין סמעטענע אין זעלבן צייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 7:23 pm
דורך פונקטליך
אנגעצויגן!!
כ'האף אז מוצאי קומט די נעקסט
יישר כוח!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:36 pm
דורך שוועמל
פשיהא, כ'אב נישט געוויסט אז פילאטן דארף פונקטליך קאפיען די ארדערס פונעם קאנטראלער.
די פילאט אינעם פליגער האט נישט פארשטאנען וואס די פשט פון אזא ארדער. ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט אז מ'הייסט אים צוריק קומען נאכן פליען צען מינוט. "קאנטראלער, ביסטו זיכער וואס דו פארלאנגסט?"
"פאזאטיוו. א 180 דעגרי טוירן בעק. קאפי?"
מיט א קענטליכע ווינדער אין זיין קול האט דזשעק געהערט די פילאט'ס ריספאנד.. "קאפי!"
==================
אלען האט ארויסגעוואקט פון שטוב און אנגעריפן ראבערט און אים געבעטן אז ער זאל אריין קוקן אין דול'ס אקאונט און זען אויב ס'איז געווען א דיפאזיט היינט פון צען טויזענט דאלער..
פארשטיי איך נישט, דער גרויסער אלען וואס איז סופערווייזער פון אלע העקערס דארף צוקומען צו ראבערט אריינצוהעקן אין איינעמס אקאונט? קען ער דאס נישט אליינס טון?