בלאט 1 פון 1

א פושט יד אפי' נאר מיט א קליינע תנועה

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 3:38 pm
דורך שאץ מאץ
א פושט יד אפי' נאר מיט א קליינע תנועה

הונדערטער טוריסטן א טאג פלעגט קומען צו פארן צום גרויסן הויפט שטאט מוסקיע, די געדראנג פון די באזיכער פלעגט צו שטייגן פון טאג צו טאג, פון אלע עקן וועלט פלעגט מען שטראמען אהין צו זעהן אט די ווינדערליכע שטאט, פארשטייט זיך אז בעיקר זענען געקומען די ליב האבער פון מוזיק, ווייל אין די הויפט שטאט מוסקיע האט יעדער איינוואוינער געקענט שפילן אויף א אינסטרעמענט, מאנכע זענען געוועהן אויסגעצייכנע פידלער, און מאנכע זענען גאר געוועהן בארימטע מוזיקאנטן אויף טראמפייטער'ס מיט צימבלען,

אין סיי וועלכן ווינקל פון שטאט ווי די באזיכער'ס פלעגן אדורך גיין זענען געוועהן נאך א גרופע שפילער'ס, פארשטייט זיך אז די טאלאנטן זענען נישט געבליבן בלויז ביים שפילן אליין, די איינוואוינער פון די שטאט מוסקיע זענען אויך געבענטשט געווארן מיט א כח פון קאמפאזירן פרישע לידער וואס האט באצויבערט די מענטשהייט ארום, די טיפע פעלער און זיסע מאלאדיעס האט דערהויבן דעם געפיל פונעם צוהערער צום העכסטן שטאפל, דערפאר איז פארשטענדליך אז ווען אזעלכע קאמפזיטן זענען געשפילט געווארן אויף אינסטרעמענטן דורך אזעלכע פאכלייט האט דאס ארויס גערופן א וועלט'ס התפעלות און געצויגן מאסן מענטשן פון איבעראל,

דאס אלעס איז געוועהן סתם אזוי אין א געווענדליכע טאג דורכאויס די יאר, ווידער ווען ס'פלעגט זיין די פרייליכע טעג אין שטאט וואס אויפן קאלענדער איז געוועהן באצייכנט די אנגענומענע חגים פון די מלוכה, דאן פלעגט באשאפן ווערן פרישע לידער און קאמאפאזיטן יאר יערליך, און ווען אט די פרישע לידער פלעגן געזינגען ווערן פלעגט ווערן א שמחה אין קעניגליכן הויף אזש דער קעניג זעלבסט פלעגט זיך באווייזן פארן באפעלקערונג און דער גאנצער עולם די מאסן מענטשן האבן געשאלט און גע'יובלט צום טאקט פון דעם נייעם ניגון,

די שיינע צייטן זענען אבער נישט פאר אייביג, ויהי היום אין ויהי אלא לשון צער עס האבן זיך באוויזן די שווארצע וואלקענעס אויף די שטאט ווען אייניגע אומפארגינערישע שכנים וועלכע זענען בכלל געוועהן הוגעריג נאך קריג האבן זיך צופירט די הענט און אנגעהויבן מיט א קאמף און א ביטערע קריג מיט די איינוואונער'ס פון מוסקיע, די שטאטישע מענטשן זענען אפשר געוועהן טאלאנטפול אין זייער פעלד פון מוזיק אבער קיין געלערנטע זעלנער זענען זיי קיינמאל נישט געוועהן, און ווען עס איז זיי באפאלן אזא קריג האט דער שונא געהאט א לייכטע פעלד איינצונעמען און צו בארויבן דאס גאנצע שטאט, און פאר קיין שום נויט האבן זיין צובראכן דאס גאנצע שיינקייט ווי אויך צו'מזיק'ן יעדע שטיק אינסטרעמענט, דאס שיינקייט און דאס פרייליכקייט פון די שטאט האט זיך מיטאמאל אפגעטון ווי דער זון וואס פארלאזט דעם פרילינג טאג פלוצלינג אונטער א געדעכטע וואלקן,

א אומעט און א טרויער האט געהערשט אין די שטאט, די אמאליגע לידער און די הערצליכע געזאנגען זענען היינט בלויז א פארגאנגענהייט ס'איז נאר פארבליבן א שיין קאפיטל אין די היסטאריע ביכער פון מוסקיע, אפשר ווען מ'זאל זיך ווען צוזאמען נעמען און צוריק ברענגען די אלטע אינסטרעמענטן און אפיר נעמען די אלטע גרייז גרויע קאמפאזער'ס וואלט מען אפשר געקענט פארבריצירן דאס אמאליגע געזאנג, אבער איצט אזוי באשר הוא שם ווען די אלטע מוזקאנטן זענען פארטריבן געווארן ווי בייזע פויגל, און די אלטע אנטיק כלי זמר זענען צובראכן געווארן און שאדן געמאכט איז כמעט נישט במציאות אז דאס געזאנג פון אמאל זאל צוריק באקומען איר פארב,

דער גרויסער פרייליכע טאג האט זיך דערנענטערט, אט דעם טאג וואס פלעגט אמאל זיין די צענטער פונקט פון די מוזיק און לידער אין די שטאט מוסקיע האט זיך איבער געקערט פאר א טאג פון טרויער, דאך האבן זיך עטליכע פון די שארית הפליטה דערנעטערט צו די האלב צובראכענעם פאלאץ ווי אמאל און די פארזאמלטע שטייען דארט פארנט פון פאלאץ און ווארטן ווי יאר יערליך אז דער קעניג זאל ארויס קומען ווינקען מיט די הענט מ'זאל אנהייבן זינגען, און מיטאמאל געשעהט דאס ערווארטע און דער קעניג אליין קומט צום פענסטער און ווייזט מיט די צווייטע פינגער נו חברה הייבט'ס אן צו זינגען, די פארזאמלטע אמאליגע געוועזענע שפילער'ס נעמען זייערע הענט אין לייגן דאס צו צום פלאץ ווי עס וואלט געדארפט זיין זייערע אינסטרעמענטן, ווער צום מויל אלץ א פייפער און ווער צום הארץ אלץ פידלער און מ'הייבט אן צו מאכן תנועות כאילו מ'שפילט, אבער אין קול ואין עונה, קיין קול איז נישטא ווארום קיין כלי זמר זעלבסט איז אויך נישטא, די איינציגסטע זאך וואס איז דא איז די פינגער'ס וואס קלאפן און מאכן סימנים כאילו זיי שפילן מוזיק,

מ'קען זיך פארשטעלט די צער און ווייטאג וואס די אמאליגע שפילער'ס האבן געהאט, דאס צובראכנקייט וואס זיי האבן געשפירט, און די יואש געפילן געמישט מיט א בענקעניש צו די אמאליגע גוטע צייטן האט געשוועבט אין זייערע הערצער, זייענדיג אזוי פארזינקען אין זייער אייגענע צער האט זיך פלוצלינג דער קעניג באוויזן אויפן גאניק און שטיל געמאכט די מענטשן און זיך אנגערופן צו זיי אלע הויעך,

"מיינע טייערע פריינד! איך ווייס און איך שפיר ענקער צער און ווייטאג וואס ענק האבן היינטיגן טאג צוליב דעם וואס עס איז נישט ערמעגליכט געווארן פאר ענק צו זינגען מיט די כלי שיר ווי אמאל אין די גוטע צייטן, אבער, איך גיב אייך מיין קעניגליכע הבטחה ס'וועט נישט נעמען לאנג און אלע פון ענק וועלן צוריק באקומען די אינסטרעמענטן, אפשר נאך בעסערע כלים ווי ביז איצט צו קענען שפילן מיט אסאך מער כח, און דאן וועט איר אלע קומען אהער און זינגען א פרישע לידל, און די שטאט מוסקיע וועט צוריק באקומען איר אמאליגן גלאנץ, און ווייטער דינען אירע פונקציעס ווי אמאל, און איר אלע וועלן האבן דעם גרעסטן חלק דערון"

לאנג זאל לעבן דער קעניג!!!! האט זיך געהערט געשרייען פון אלע זייטן.

הנמשל מובן מאיליו, דער בורא כל עולמים איז דער בוחר בשירי זמרה, די כח פון שירה האט זיך נאך אנגעהויבן ביים ים סוף, אפשר נאך פריער ווען סרח בת אשר האט מחי' געוועהן יעקב אבינו מיטן עוד יוסף חי געזאנג, ביים ים סוף ווען אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת דאס רוח הקודש האט מיטגעזינגען מיט כלל ישראל, שירת הים און שירת הבאר בו בזמן ווען כלל ישראל האט זוכה געוועהן צו רוח הקודש מיט זייער שירה, אין אזוי אין אלע זמנים איז דער איד מיט זיין געזאנג איינס ווי די פסוק זאגט עם זו יצרתי תהלתי יספרו,

ווער רעדט נאך כשהיו ישראל על אדמתם אין ירושלים עהי"ק אין ביהמ"ק, די לוים האבן געהאט א כח מיט זייער שירה, יעדע מצב און יעדע זמן האט זיך געהאט זיין ניגון, שבת אזא מין שיר, ר"ח א אנדערע שיר, פסח אן פסח'דיגע שיר, ווען א איד האט געדארפט תשובה טון ביים ברענגען א קרבן א טרויעריגע ניגון כדי זיין הארץ זאל צובראכן ווערן, א צובראכענע איד זאל ווערן בשמחה האט געהאט א פרייליכע ניגון, און פארשטייט זיך די ימים טובים אליין ווי פסח און סוכות איז געוועהן אלעס איין שטיק שיר, ווי מ'האט געזינגען לכבוד ד' ולכבוד המקום, אבער די עיקר איז געוועהן אז די נשמות האבן געזינגען, ס'איז געוועהן א שיר של רוחני,

ויהי היום די שונאי ישראל האבן חרוב געמאכט אלעס, דאס ביהמ"ק איז חרוב, די לוים פארטריבן אין גלות, די שירים זענען נשתכח געוועהן מתוקף הגלות, ס'קומט אונז אן אויפן לוח יערליך אזעלכע פרייליכע טעג ווען אידן ווילן זיך נעמען זינגען שירה, ס'איז נעבאך נישטא קיין כלים, ס'איז נישטא די מוחין, ס'איז נישטא די נשמות, אפי' נישט די גופים זענען נישטא זייענדיג אזוי פארפלאגט אין גלות,

מ'וויל דאך אבער פארט אביסל זינגען בפרט אזא טאג ווי פורים ווען כלל ישראל איז צהלה ושמחה בראותם יחד, אבער רבונו של עולם וויאזוי קען מען זיך נעמען דא זינגען היינט? מ'האט דאך נישט די כלים צו זינגען, וואס טוט מען יא, מ'טרינקט א גלעזל וויין און מ'פראבירט צו זינגען, מ'מאכט אפשר תנועות וואס קומען פון הארץ, מ'קלאפט מיט די פינגער'ס אבער קיין ניגון קומט נישט ארויס, ווארום די כלי זמר די נשמה איז נישטא,

סך הכל וואס זענען מיר מקיים?, אונז זעמיר אלע פושט יד צום באשעפער צו זינגער שירה, מ'שטרעקט אויס די האנט צו מאכן אזעלכע סימנים וואס צייגט אן כאילו מיר זינגען באגלייט מיט א שטארקע רצון און תשוקה אז ס'זאל כאטש ארויס קומען איין אמת'ע תנועה, זאגט אבער כביכול איך זעה וואס טוט זיך אין ענקערע מחשבות, דערפאר זאגט מען אין הימל כל הפושט יד דו שטרעקסט אויס די האנט מיט דיינע סימנים וואס צייגט אן אז דו ווילסט זינגען, נותנים לו, כביכול טרייסט אונז און זאגט אונז אז בקרוב ווען מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט ושם נעלה ונראה ושם נשיר שיר חדש, דארט וועט מען האבן פרישע כלים און מ'וועט צוריק זינגען ווי אמאל, ויחדש ימינו כקדם,

(מספר אמרי ש"ם - שאץ מאץ)

אט איז די זעלבע געדאנק אויפן גראם שע"י ידידי מ.ד.

(אלקא - פיטסבורג)
אלקא די לי',
די היינטיגע שמחה ארויס ברענגען איז כדאי,
ס'איז געוועהן אמאל א גרויסן לאנד,
יעדע מענטש איז געוועהן א שפילער א מוזיקאנט,
--יעדן טאג האט מען געזינגען שירה,
עטליכע מענטש צוזאמען בחבורה,
יעדער האט ארויסגעוויזן זיינע טאלאנטן,
די גאנצע לאנד איז געוועהן פיל מיט מוזיקאנטן,

"ויהי היום אין א מלחמה מ'איז געווארן פארמישט,
גאנצע שטעט איז געווארן פארווישט,
אלע שפילער'ס האבן פארלוירן זייערע אינסטרעמענטן,
שוין מער נישט געוועהן די פריידיגע מאמענטן,
"ס'איז אבער אנגעקומען דעם קעניג'ס פרייליכע טאג,
איך וויל ס'זאל זיין פרייליך האט דער קעניג געגעבן א זאג,
אלע שפילער'ס האבן געמאכט מיט די האנט פונקט,
ס'זאל אויסזעהן ווי אויף פידלען אויף טראפייערט'ס מ'זינגט,
"זיי האבן נאר מיט די הענט געמאכט די תניעות,
אבער דער קעניג האט דערפון געשעפט חִיְות,
געזאגט איך בין זיכער אז בקרוב וועט זיך יעדער שאפן א נייע אינסטרעמענט,
און א נייע ניגון מ'וועט זינגען פאר יענעם מאמענט,

--דער נמשל לרצון אמרי,
דער מלך דער בוחר בשירי זמרה,
האט ליב ווען אידן זינגען שיר דברו,
עם זו יצרתי תהילתו יספרו,
--אין אלע דורות געהאט אין דעם א גבורה,
נאך ביים ים סוף געזינגען שירה,
אין ביהמ"ק לוים לשירם לזמרם,
מיט שירה מ'האט געדינט דעם חי וקים,

"אבער נאכן חורבן איז מער נישט אזוי ווי פריער,
ווי נעמט מען צוריק די אמאליגע כלי שיר,
נישטא דעי גופים נישטא דעי נשמות,
וואס זאל קענען זינגען מיט כוחות הרמות,
"ס'קומט אבער פורים אזא פרייליכע צייט,
יעדע איד ווערט א פושט יד,
מיט די האנט ער מאכט אזעלכע סימינים,
ס'קוקט אויס כאילו ער זינגט בשיר ורננים,
"דער באש' זעהט אונזער ווילן,
צו זינגען שירה מיט געפילן,
זאגט כביכול בקרוב ווען ס'וועט זיין יבנה המקדש,
וועט מען זינגען א נייעם ניגון שירו לד' שיר חדש,

==פארדעם ויזמרון ויזמרון לך,
לאמיר זינגען נאך און נאך,
ווייל דער היי' באש' האט הנאה אויבן דערפון,
שירין ורחשין,
=ויזמרון ויזמרון לך,
היי' טאטע חבוקה ודבוקה בך,
צו זינגען די ריכטיגע שירה מיר האבן היינט אינזון,
שירין ורחשין,
=ויזמרון ויזמרון לך,
כי מחכים אנחנו לך,
אז דער באש' וועט אונז העלפן און דעם איז יעדער א מאמין,
שירין ורחשין,
=ויזמרון ויזמרון לך,
מיר בעטן יעדן טאג פון וואך,
אור חדש שיין שוין אויף, אויף ירושלים דיין זון,
שירין ורחשין,
=ויזמרון ויזמרון ויזמרון לך,
אראפ פון דעם גלות יאך,
ימין ד' רוממה עשה חיל ימין,
שירין ורחשין,
=ויזמרון ויזמרון לך,
ס'וועט נישט דויערן צו לאנגן דעם בראך,
אט עפענען זיך אלע טירן למעיל גו פתחין,
שירין ורחשין,

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 3:50 pm
דורך i follow
שכח הערליך שיין

איין קליינעקייט האסט עס געלייגט און נישט ריכטיגן פלאץ
עס באלאנגט אין דזשורנאל ענדערש ווי און קרעטשמע

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 4:11 pm
דורך גלגלשלג
פארוואס אין דזשוראל?
און קרעטשמע האט מען זיך אייביג אזוי מחזק געווען
סאיז הערליך

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:23 pm
דורך i follow
און קרעטשמע ליינט מען דעם דזשורנאל

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:28 pm
דורך פארדינט
WOW שאאאאץ האסט געמאכט דעם דזשאב, יעצט קען מען שוין ציגיין צים פורים!!!
שכח פארן הארכן, ס'זאל נאר זיין א פועל דמיוני אז ווען מ'בעט געט מען!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:31 pm
דורך פארדינט
מיסטער I FOLLOW, אין דזשורנאל קען מען נישט עפענען קיין נייע אשכולות, מ'מיז עס אויפמאכן דא אין קרעטשמע אין די מנהלים/אחראים לייגן עס אריבער.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:31 pm
דורך פונקטליך
מתוק!! א הערליך שטיקל ש"ץ!

מלא התעוררות, חיזוק און בטחון.

יישר כח כבוד הרב ולכבוד חברך מ.ד.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 6:00 pm
דורך jkup50
נישטא קיין ווערטער מלא הרגוש!!!
נאדיר לכבור פורים ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 7:27 pm
דורך i follow
פארדינט האט געשריבן:מיסטער I FOLLOW, אין דזשורנאל קען מען נישט עפענען קיין נייע אשכולות, מ'מיז עס אויפמאכן דא אין קרעטשמע אין די מנהלים/אחראים לייגן עס אריבער.


ניט געוויסט אבער דער ארטיקל האט עס ערליך פארדינט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 10:54 pm
דורך וואדקע
זייער א ווארום משל / גראמען!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 01, 2011 1:17 am
דורך שאץ מאץ
i follow האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:מיסטער I FOLLOW, אין דזשורנאל קען מען נישט עפענען קיין נייע אשכולות, מ'מיז עס אויפמאכן דא אין קרעטשמע אין די מנהלים/אחראים לייגן עס אריבער.


ניט געוויסט אבער דער ארטיקל האט עס ערליך פארדינט


יא פארדינט האט מיך דערמאנט אין אישי אז איך האב זיך נאך נישט געלאזט הערן לכבוד פורים מיט א שטיקל משל - נמשל - גראמען, כדרכי לכבוד יעדן יו"ט, האב איך מיר לכבודו גענומען צו שרייבן, ממילא איז תשח"ח לו פאר ידידי הרב פארדינט,

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 01, 2011 8:16 am
דורך צים פינטעל
יישר כח שאץ
זייער שיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 01, 2011 8:22 am
דורך הערשי קניהויז
הערליך. יישר כח שאץ!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 11:06 pm
דורך קרעמער
הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם הערליכן משל ונמשל, א דאנק שאץ מאץ (און פאר אייער פריינט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 03, 2011 10:42 am
דורך פארדינט
קענעס איינער אפשר איבערלייגען אויף א PDF? שכח פון פאראויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 3:10 pm
דורך חיים'קע
ש"ץ; ס'איז א הערליך שיין שטיקל.

איך האב עס שוין דורכגעליינט אלץ גאסט, און זיך נישט געקענט באדאנקען
איך האב זיך יעצט נאכאמאל אנגעטראפן דערין, און נאכאמאל דורכגעליינט ס'גאנצע.

זייער א רייכע משל, נאך אזא משל, ווער ברויך נאך מסביר זיין די נמשל ?! ס'שרייט פון זיך אליינס ארויס.
און נאך אזעלכע טרויעריגע טעג, פארשטייט זיך שוין אליין ווי גרויס די שמחה איז, און עס גייט זיך גאר אנדערש צו צום יו"ט.

איך רעדט שוין נישט פון די גראמען, וואס ביים זינגען מיטן ניגון ברענגט עס ארויס די אינערליכע ווארימע געפילן.

א גרויסן שכח נאכאמאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 10:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער האט געשריבן:הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם הערליכן משל ונמשל, א דאנק שאץ מאץ (און פאר אייער פריינט)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 11, 2011 11:59 am
דורך קליקו
הערליך שיין

וואס איז די פיטסבורגער ניגון אויף אלקא?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 11, 2011 1:31 pm
דורך קליקו
אויב ווילט איר זיין פראקטיש דאן זעהט דאס
http://universaltorah.com/programming/2 ... -music.htm

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 1:18 pm
דורך שעפעלע
ענינא דיומא!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 2:24 pm
דורך ווינקל
סאם-האו האב איך נישט געזען דעם הערליכן מייסטער פיעס!

באמת איז עס פאסיג אויף יעדן שבת ויו"ט..

יישר כח נהנתי מאד, און עס האט שטארק אויפגעשפילט רגשי לבבי!