בלאט 4 פון 17
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 3:36 pm
דורך always happy
האלא אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס די האסט נאכנישט געלייגט די נעקסטע פארזעצונג?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 3:56 pm
דורך דזשעב 012
זעהט אויס ער קען נישט שרייבן ווען עס שנייט..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 4:35 pm
דורך פאקטיש
און עלווין גייט שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן, ביפ ביפ א טעקסט, 'גיב אכט', עלווין מאכט א שארפע דריי אויף צוריק, פארזעצונג נעקסטע וואך
איינס.. צוויי.. דריי.. עלווין ציילט פיבערינדיג צו ענדיגען די אקציע וואס האלט שוין ביים סאמען ענדע, ווען פלוצלינג א שטילע אבער שארפן שארך הערט זיך פונדערווייטענס, פארזעצונג נעקסטע וואך
יע יע יע דאס אן אלטע מיטל אנצוציען ליינערס. אב הזקן, היינט האט געשנייט זיי מוחל, דעליווער ווייטער.
יישר כח פאר דיינע ווארעמע מאכלים
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 4:54 pm
דורך ליינער
איינער קען עס מאכען אויף פי. די. עף. די מעשה ביז יעצט?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 5:01 pm
דורך גלגלשלג
נא אב דו ציסט מיך אן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 6:09 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
אב די ביסט מעכטיג, היינט האבן מיר נישט געארבייט וועגען די למשל'דיגע שטורעם, עניוועי איך האב צום ערשטן מאל געליינט בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן, יוא אב האסטו מיר גענומען אויף א רייד,
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 6:25 pm
דורך דארפסמאן
ליינער האט געשריבן:איינער קען עס מאכען אויף פי. די. עף. די מעשה ביז יעצט?
איך מיין אז עס איז נאך צו פרי
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:58 pm
דורך אב זקן
אי"ה מארגן וועט זיין די פיפטע פארזעצונג. א יישר כח פאר אלע מגיבים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 8:27 am
דורך פונקטליך
מיין אויער/אויגן איז שוין דא
יישר כח
5'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 9:01 am
דורך אב זקן
עלווין פארט ארויף מיטן עלעוועיטאר. ביים קלינג האט זיך די טיר געעפענט אויפן דריטן שטאק און ער האט ארויסשפאצירט. די סקעטש וואס שמואל האט אים אפגעמאלן איז געווען גאנץ קלאר, עלווין האט זיך אויסגעגראדט די רעקל און מיט רואיגע טריט צוגעוואקט צו די אפיס טיר פון 307 וואס לויט וואו שמואל האט אים געזאגט איז דאס די אפיס פון די 'קאסטומס'. עלווין האט אנגעקלאפט אויפן טיר, א באזז אויפן טיר האט אים באשטעטיגט אז איינער איז דארט און איז וויליג אים אויפצונעמען.
עלווין וואקט אריין און מיט א שמייכל אויפן פנים שטעלט ער זיך פאר אלס עלי פון טעק סופפארט וואס איז געקומען פאררעכטן א באג אין די קאמפיוטערס. די מענטש ביים קאמפיוטער האט געעפענט אפאר אויגן אויף עלי "א באג אין און אונזער סיסטעם? איך האב גארנישט אויפן קעלענדער וואס זאל צייגן אז איינער דארף היינט אראפקומען פאררעכטן עפעס, פארוואס האט מיך קיינער נישט גערופן זאגן? און אויב קומט שוין יא איינער פארוואס קומט נישט ענדרוי וואס איז אונזער טעקנישן?"
"איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, אבער איך האב באקומען א קאלל פון מיין אפיס אז איך דארף דא קומען פאררעכטן. אז איר ווילט קענט איר אנרופן פרעגן אייער מענעדזשער צו ער האט מיך באשטעלט איך וועל דערווייל ווארטן דא."
"אויב מעג איך דיר בעטן, ביטע ווארט אינדערויסן פון אפיס ווי לאנג איך קלאר דא אויס... איך מיין נישט גארנישט אבער קיינער איז נישט ערלויבט אריין צו וואקן אין די אפיס אן די רשות פונעם מענעדזשער.. און ווי לאנג איך האב נישט די נויטיגע רשות וועסטו מוזן ווארטן אינדערויסן..
דאס איז נישט געווען מיין פלאן טראכט עלווין צו זיך. אויב איז יא אזוי וועל איך מוזן נעמען פלען בי...
עלווין קלאפט ווידער אויפן טיר. דאסמאל איז שויו יענער געקומען עפענען פערזענליך "איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר די צעמישעניש. איך האב געמיינט אז דאס איז אפיס # 301. דאס איז געווען מיין טעות. איינער סעם האט מיך באשטעלט פאר זיין אפיס. איך האב יעצט איבער געקוקט מיין אימעיל און איך האב באמערקט מיין טעות. סאררי פארן שטערן".
אהה.. איך האב געוואוסט אז עפעס א טעות מוז דא זיין. 301 איז אראפ יענע זייט דארט רעכטס און יענער איז טאקע סעם. "טענק יו, און נאכאמאל אנטשולדיג פאר די צעמישעניש".
נישט קיין פראבלעם.
עלווין גייט אריין אין סעם'ס אפיס און זעצט זיך אראפ ביי זיין קאמפיוטער. שמואל האט פארשטאנען פון דעם אז עלווין'ס פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט. שמואל האט געוואוסט וואס ער האט יעצט צו טון. ער האט אראפ גערופן און געלאזט וויסן אז ער בלייבט שפעט היינט.
*
אוקעי חברה האט טאני אויסגערופן צו זיין גרופע. מיר זעהן אויס פיין אין די מונדירן, ס'איז צייט צו גיין מאכן אביסל עקסערסייז און זיך גרייטן פארן גרויסן טאג. די שליסלעך דארפן זיין ביי אונז און ווייניגער פון זעקס און דרייסיג שעה. איך גיי היינט קאנטאקטען סעם און הערן פון אים צו ער האט געמאכט סיי וואסערע פראגרעס ווייל זיין זייגער לויפט אפ. געגאנגען חברה... איינס צוויי דריי.. ארויף.. איינס צוויי דריי אראפ... נאכאמאל... איינס צוויי דריי... ארויף.. איינס צוויי דריי אראפ..
טאני, איך מיין אז ס'איז צייט צו פטור צו ווערן פון אונזער הייזקע. די הויז איז נעכטן וואנדלאזירט געווארן, קיין סאך האבן מיר נישט דארט אויסער די סעיף. יעצט אז מיר האלטן שוין ביי די ענדע קענען מיר אנפאנגן צו טראכטן פון אפווישן אביסל אונזערע פינגער אפדריקן..
"איך האב אויך געטראכט דערפון, אבער איך האב נאך א שטיקל פלאן.. די הויז איז סייווי ארום גענימען מיט אויפרייס מאטריאל אויב אזוי איז א שאד אז ווען ס'רייסט אויף זאל עס נישט מיטנעמען סעם. לאמיר זיך נישט פאפן ווי נאר די אקציע איז פארטיג קען סעם מער נישט זיין אויף די פריי. איינער זאל נאר געוואויר ווערן אז מיר האבן די שליסלעך און די זאך איז פארטיג. אויב אזוי איז א שאד אויפצורייסן די הויז ליידיגערהייט.
און יעצט פאלט מיר ביי א נאך בעסער... הער צו, לאמיר פארכאפן סעם'ס טאטע מ'גיימיר אים אריין לייגן אין די הויז און אים גייט מען ניצן אלס משכון דאס הייסט ווי לאנג סעם ברענגט אונז נישט די שליסלעך וועלן מיר אים נישט פריי לאזן. ווי נאר סעם ברענגט אונז די שליסלעך וועלן מיר אים געבן די אדרעס ווי ער זאל גיין אפנעמען זיין טאטע ווען ער וועט אריין וואקן אין די הויז וועלן מיר רימאוטלי אויפרייסן די הויז.... ביידע וועלן דארט בלייבן... יעדע סארט פינגער אפדריק וועט פארברענט ווערן אין די אויפרייס פלאמען.. ס'וועט פון די גאנצע הויז נישט בלייבן מער וואו אביסל אש מיט רויך... און סעם וועט מיטטראגן מיט זיך די סוד.. דאס איינע פריוועליגיע וועל איך אים געבן, ער וועט שטארבן די זעלבע טאג ווי זיין טאטע.. איז דאס נישט גענוג א באצולדינג פארן געבן די שליסלעך?"
הא הא הא... טאני. דו מיט דיינע איידיעס...אנריעל...
"פיין לאמיר גיין.. ווער זאגט אז מ'דארף ווארטן אויף זעקס און דרייסיג שעה? לאמיר יעצט גיין פארכאפן זיין טאטע און דאס וועט געבן טרייב קראפט פאר סעם זיך אינטערצויאגן. ער וועט דאך זיכער ווי שנעלער וועלן זעהן זיין טאטע אויף די פריי.... געגאנגען חברה.."
*
דזשימי איז גאנץ לאנגווייליג, זיצן און בעביסיטן א משפחה איז ווייט נישט זיין טיפ אבער ער האט זיך אינטער גענימען ארויסצוהעלפן עלווין, און אז דאס איז וואס מ'דארף טון וועט ער דאס טון.
*
סטיוו זיצט א גאנצן טאג צוגעבינדן צו די אינטערהער אפאראטן ווארטענדיג צו הערן עפעס, אבער דערווייל זעהט אויס אז טאני האט גענימען היינט א צווייטנס קאר ווייל אין זיין קאר איז שטיל אגאנצן טאג. די הויז איז אויך שטאק שטיל אן קיין מוק.. די טא ווערט אביסל לאנגווייליג. אבער אז דאס איז וואס מ'דארף טון צו העלפן עלווין וועט ער דאס טון.
*
די זייגער אין שמואל'ס אפיס רוקט זיך שטאטערהייט... אינדערויסן אויפן גאס האט די טינקעלקייט זיך אנגעפאנגן צו פארשפרייטן. עלווין האט אויסגעווארט וואו לאנג ס'ווערט אינגאנצן טינקל און דאן זיך גענימען צו די מערכה. די ערשטע זאך איז געווען אויסצורעכענען בערך ווי ווייט יענע אפיס איז אפגערוקט פון די אפיס ווייל דא קען מען זיך נישט ערלויבן אז ס'זאל אפילו געשען איין קליינע טעות און ווער רעדט נאך אויב זאל עלווין בטעות אריין קריכן אין א צווייטע אפיס. און דארט אויבן איז נישט געווען קיין וועג צו מעסטן. ווען מ'גייט ארויף דארף מען וויסן פונקטליך אין וועלכע דירעקציע מ'גייט. עלווין האט זיך אפגעמאלן אויף א קליין שטיקל פאפיר א בערכ'דיגן סקעטש און עס אריין געלייגט אין טאש. דערנאך האט זיך אנגעלאדענט מיט א קליינע פלעש לייט און פארשטייט זיך זיין גאן. ער האט נישט געוואלט מיטנעמען צופיל זאכן ווייל דאס איז נאר געווען אן אויסשפיר אפעראציע און ס'איז א שאד זיך מיטצושלעפן מיט עקסטערע געצייג. ממש פארן ארויף טאנצען אויף סעמ'ס טיש און נאכן די שפרינג אריין אינעם דאק האט ער זיך איבערגערעכנט אז ער קען יא באשטיין אז איינער זאל זיין מיט אים. ער האט אנגערופן דזשימי און אים געבעטן צו ער קען אריבער קומען "פרעג דיין טאטע צו דו קענסט אריבער טראגן די משפחה אינטער זיין אויפזוכט פאר א שטיק צייט און דו קום אהער צו די בילדינג. איך ווייס נישט צו איך גיי דארפן דיין סופארט אבער איך קען באשטיין צו האבן בעק אפ. "אקעי איך בין דארט ביז א האלבע שעה".
אקעי פיין, איך וועל דיך אויסווארטן.
*
טאני זיצט אין די קאר מיט זיינע חברה פארענט פון ר' יצחק'ס הויז די זייגער ווייזט אויף אכטע ביינאכט. "דאס איז זיכער אז ער גייט נאך היינט ארויסגיין פון הויז. אויב אזוי איז א שאד יעדע מינוט וואס ער איז אויף די פריי.. מיט יעדע מינוט לענגער וואס ער איז מיט אונז וועט די בינטל שנעלער אנקומען אין אונזערע הענט."
טאני האט זיך טאקע נישט געגרייזט. ס'האט נישט גענימען לאנג און ר'יצחק וואקט ארויס פון זיין הויז גייענדיג צום בית המדרש דאווענען מעריב. "אנטשולדיגט, ווי קומט מען אן צו די וועריזאנאו בריק?" ר' יצחק וואקט צו נענטער צו די קאר נישט אויפכאפענדיג וואס יענע דרייווער פרעגט. זייענדיג נאנט האט ער נישט באמערקט ווי א קאר האט זיך אפגעשטעלט ממש נאך די קאר און צוויי פארמאסקירטע מענטשען וואקן ארויס דערפון. ס'האט נישט גענימען קיין צען סקונדעס און ר'יצחק האט זיך געטראפן ליגן אויף דער ערד פון א קאר און איינעמס פיס העכער זיך וואס לאזט אים נישט אויפהייבן..
ר'יצחק האט נישט געהאט קיין אנונג וואס אים האט באטראפן אבער ער האט זיך פארגעשטעלט אז עפעס זייער נישט גוט.
די קאר האט זיך געווארפן, געפארן שנעל, זיך געדרייט ווילד און דאס אלעס האט ווייט נישט צוגעגעבן צו זיין באקוועמליכקייט. נאך א שטיק צייט פארן האט ער געשפירט אז די אטעם ווערט אים שווערער ער האט פראבירט צו שרייען און זיך בעטן אז מ'זאל אים לעבן לאזן, אבער קיין אנטווארט. ווי למשל די חברה זענען טויב.. ס'האט נישט גענימען לאנג און ר' יצחק האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין...
*
ווען עלווין האט געהערט אן אקעי פון דזשימי אז ער געפינט זיך אין די פארקינג לאט פון די בילדינג האט עלווין מיטגענימען זיין קאמיונעקאציע אפאראט, א קליין פלעש לייט און פארשטייט זיך זיין גאן. מיט א קליינע שפרינג האט אריין געגליטש אינעם דאק.
עלווין איז שטילערהייט געקראכן.... נאך אפאר מינוט קריכן האט ער ארויסגענימען זיין מאפע און צוגעקראכן צום דאק פון די 'קאסטומס' אפיס..
מיט א קליינע שטויס האט זיך די דאק געעפענט און מיט א שפרינג איז עלווין געווען אינעם אפיס..
ווי נאר עלווין האט געלאנדעט אינעם אפיס האט זיך די אלארעם הויעך צופיפן...
עלווין האט פארזען די מאושען דיטעקטאר אויפן וואנט...
עלווין האט געזען זיין בראך. "דזשימי, האק אפ די לעקטער פונעם בילדינג.." די אלארעם פייפט, ביז אפאר מינוט גיי איך האבן געסט דא.."
עלווין, האלט דיך רואיג. קריך צוריק ארויף, ווען די גארד וועט ארויף קומען און זען אז קיינער איז נישט דארט וועט ער טראכטן אז ס'איז געווען א גליטש און ער וועט ווייטער גיין. אויב ארבעט דאס נישט דעמאלטס וועל איך גיין מיט דיין וועג. אבער דערווייל פעלט עס נישט אויס.
עלווין האט אנגענימען דזשימי'ס עצה און זיך צוריק אריין געזעצט ווארטן אינעם דאק פאר די וועכטערס אנצוקומען. ס'האט טאקע נישט לאנג גענימען און צוויי וועכטערס זענען געקומען צו לויפן. נאכן אריין קוקן אין די צימער און אז זיי זעהן נישט קיינעם האבן זיי זיך אויסגעדרייט און ווייטער געגאנגען. עלווין האט זיך צוריק אראפגעלאזט און זיך ארום געקיקט. ער האט באמערקט די סעיף אין די זייט פונעם צימער לויט זיין שאצונג ליגט דארט די בינטל שליסלעך צו עפענען די סעיף האט מען געדארפט האבן די ריכטיגע פינגער אפדרוקן און אויך די נאמבער. נאכן באטראכטן אלעס האט עלווין געגעבן א שפרינג צוריק ארויף אינעם דאק און צוריק צו סעם'ס אפיס.
סעם זיצט אין אפיס און ווארט אויף עלווין צוריק צוקומען. זיצענדיג האט ער פלוצלינג געהערט קלאפן אויף זיין אפיס טיר. צוויי וועכטערס זענען געשטאנען ביי די טיר און אים געפרעגט פארוואס ער איז נאך אזוי שפעט אין ארבעט. סעם האט זיך אבער פארטיידיגט אז ער האט אריין גערופן די סעקרעטערי אז ער גייט זיין שפעט. "יא מיר ווייסן דערפון, נאר אזויווי די אלארעם האט זיך פריער צופיפיען ביים שכן גייען מיר ארום זיכער מאכן צו אלעס איז גוט. זעהנדיג אז דיין לעקטער איז נאך אנגעצינדן האבן מיר געוואלט זיכער מאכן אז אלעס איז בסדר." אזוי רעדענדיג האט איין וועכטער באמערקט אז אין אפיס ליגט איינעמ'ס קאוט מיט רעקל און נעקטיי. "סעם, וועמענס איז דאס?" סעם איז געכאפט געווארן אין א שאק ער האט זיך גענימען קעקעצן... אממ... "דאס איז פון מיין קאמפיוטער טעקנישען.. ער איז דא געווען און ער האט עס איבערגעלאזט.."
וואס הייסט, ווי איז ער געגאנגען? און פאר אינטערעסאנטקייט, פארוואס איז דיין עירקאנדישאן דאק אראפגענימען?
עלווין קריכט צוריק אנקומענדיג נאנט צו סעמ'ס אפיס הערט ער ווי צוויי מענטשן רעדן צו סעם....
"פאר אינטערעסאנטקייט, פארוואס איז דיין עירקאנדישאן דאק אראפגענימען?"
אאפפסס... ס'איז צרות.. אויב סעם קומט נישט אויף מיט א גוטן ענטפער אין די נעקסטע פאר סקונדעס גייט די בילדינג ווערן אראפ געלאקט. אבער די סקונדעס האבן זיך געריקט און סעם האט גארנישט געענטפערט..
*
ר' יצחק האט זיך דערוועקט ווען ער האט געשפירט ווי צוויי פעסטע הענט כאפן אים אן און שלעפן אים ארויס פון די קאר. ר' יצחק האט זיך קוים געקענט האלטן אויף די פיס. די פאזיציע וויאזוי ער איז געלעגען האט אים געמאכט שטארקע ווייטאגן. ער האט זיך קוים געקענט רירן. אבער מ'האט אים נישט געגעבן צופיל אפציעס נאר מ'האט אים מיט געוואלד אריין געשלעפט אין א הויז. ר' יצחק האט זיך פראבירט ארום צוקוקן אין די הויז און זעהן ווי ער געפינט זיך אבער קיין סאך האט ער נישט געקענט זען די הויז איז געווען שוואך באלאכטען און די פנימ'ער פון זיינע פארכאפערס זענען געווען באדעקט.. זיין הענט איז פארבינדען געווארן אויף צום בענקל אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן, מיט ווייטאג האט ר' יצחק געקלערט צו זיך; זיי בינדען מיך צו ווייל זיי האבן מורא איך וועל אנטלויפן, אפילו איך זאל וועלן אנטלויפן קען איך נישט.. יעדע ביינדל טוט עקסטער וויי און זיי האבן מורא פון מיין אנטלויף..
*
סטיוו זיצט נאך אלס און ווארט אפשר דאך וועט עפעס נייעס אריין קומען..
זיין ווארטן האט אנגעהלטן שעות אבער ער האט נישט אויפגעגעבן.
זיין ווארטן האט זיך אויסגעצאלט ווען ער האט פלוצלינג געהערט עפעס זיך רידערן.. דאס איז נישט געקומען פון טאניס קאר, דאס איז געווען די הויז.. ווי ס'זעהט אויס זענען די חברה יעצט געגאנגען צו די הויז...
סטיוו האט אנגעשפיצט זיין אויער נישט צו פארפאסן א ווארט..
"הער זיך איין אייזעק, מיר דארפן גארנישט פון דיר! מיר גייען דיך נאר האלטן ווי לאנג מיר באקומען וואס מיר ווילן."
"ווער זענט איר? און וואס ווילט איר?"
סטיוו האט גלייך געכאפט אז איינער איז דא פארכאפט געווארן אבער ער האט נאך נישט קלאר געהערט ווער דאס איז און צו דאס איז פארבינדען מיט סעם. לויט ווי ער הערט איז דאס נישט געווען קיין פרוי און אויך נישט קיין קינדער קול.
"מיר וועלן דאס שפעטער שמועסן"
סטיוו האט אנגערופן דזשימי ער האט האך נישט געוואלט אנרופן עלווין וואוסענדיג אז עלווין ארבעט יעצט אבער דזשימי האט ער געוואסט זיצט אינדערהיים און בעבי סיט. "דזשימי, איך וויל נאך נישט משוגע מאכן עלווין אבער עפעס הער איך טוט זיך ביי די גענג אין זייער הויז, איינעם אייזיק האבן זיי פארכאפט. איך ווייס נישט צו יענער איז פארכאפט וועגן די מעשה אבער דאס האב איך געשפירט מוז איך זאגן."
"הער אויס סטיוו, איך בין דא ביי סעם'ס בילדינג ער האט מיך געבעטן צו זיין דא פאר בעקאפ אויב דארף ער מיין הילף, די משפחה האב איך געלאזט ביי מיין טאטע איך גלייב אז זיי זענען פארזיכערט דארט. אבער דו מאך זיכער אויסצוהערן יעדעס ווארט אפשר וועלן געוואויר ווערן מער."
"ליסטען איזייק. דו גייסט אנרופן דיין קינד סעם און אים בעטן אז ער זאל ברענגען וואס מיר בעטן. די מינוט וואס מיר האבן וואס מיר פארלאנגן וועסטו ארויס גיין פריי!"
א רעזעגנירטער האט ר' יצחק איבער גענימען די טעלעפאון אנצורופן זיין שמואל. ר' יצחק האט שוין איינמאל געכאפט ווער די חברה זענען...
שמואל'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען.. און יענע רגע האט זיך עלווין'ס טעלעפאון אויך צוקלינגען...
פארזעצונג אי"ה..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 9:13 am
דורך וואדקע
יוא האסטו געמאכט א שארפע שארט סטאפ!
איך בין נאך אלס אויפגעשאקעלט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 9:14 am
דורך מי יודע
דו ביסט נישט נארמאל!
איך זיץ און איך טראמבל וואס קען איך יעצט ענטפערן פארן וועכטער וואס פרעגט וועגן די עירקאנדישן דאק
יויש ציטער איך...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 10:30 am
דורך פונקטליך
וועמעס איז דעי קאוט??!!!
פארוואס סטאפסטו דא??
יישר כח אב, האסטעך געהאלטן צום דעדליין, האסט גוטע קרעדיט..
פאק נאך אריין נאך איינס די וואך ביטע.
סטעי טונד!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 11:06 am
דורך קרעמער
יישר כח פאר די פארזעצונג, אבער האב רחמנות אויף דעם חברה-מאן וואס ליגט אינעם שטויביגן טונקלן עירקאנדישן דאק... לאז אים נישט צו לאנג אן א פארזעצונג
יישר כח נאכאמאל
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 11:42 am
דורך איך_הער
קרעמער, זיין סעל האטצעך דאך צוקלינגען, סאו ער גייט האבן קאמפאני.
אב, פארפאלן, מיינע הענט זענען כמעט פארפרוירן, כאנישט די ווערטער וויזוי ארויס צו ברענגען דאס וואס איך טראכט, סאו פלעין יישר כח, האלט אן, מיר האבן שטארק הנאה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 12:04 pm
דורך למעלה משבעים
די ספינסט גוט די, ביזט עעהההם, איך האב איך נישט די ריכטיגע ווערטער פאר דיר.
א ריזן ריזן יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 12:10 pm
דורך שמערי בערי
כ'וויל נישט זאגן הויך וואס דו ביסט!
טענקס פאר'ן פארזעצונג.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 12:36 pm
דורך always happy
האלא אפשר זאגסטו מיר וואס איך דארף יעצט טין אין דעם עירקאנדישאן דאק ?איך וויל נישט בלייבן דארט פאר א פאר טאג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:05 pm
דורך פאטאקי08
אב
קיין ווערטער......
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:17 pm
דורך ווינקל
סעלפאונס קלינגן דא אין אלע זייטן............בררררררררררררר............
וועלכע וועג מען וויל גיין, איז דא אלצדינג פארפלאנטערט!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 2:12 pm
דורך פאקטיש
גראדע, אב דיינע פלענער זענען גוט פאר זיך אויך...
דאנקע, קיעפ מאווינג..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 4:19 pm
דורך גלגלשלג
ייייוווווושששש איך ציטטטעעעררר
פליז גיי ווייטער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 6:53 pm
דורך jkup50
אב ווי קענסטו דאס טעון צום אלטען (ביי די וועי מיין נשמה איז אויך נישט קיין ראזינשקע) געגאנגען ער פלאצט דאך פאר שרעק דארט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 10:17 pm
דורך שמויגער
.....
....
(נישט דא קיין ווערטטער)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 4:36 pm
דורך דארפסמאן
איך האב מיך נישט געקענט בארוהיגען ווי אזוי די ענדיגסט די פארזעצונג