בלאט 3 פון 17
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 28, 2011 1:24 pm
דורך קאר אינשורענס
scary
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 28, 2011 1:56 pm
דורך למעלה משבעים
ארכובותי דא לדא לאקשן.... אב די ביזט גוט.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 29, 2011 11:34 pm
דורך שמאטע
בררר..... יוי איז דעס שרעקעדיג....
טענקס אב !!!! נייס דשאב!!!
פארעפענטליכט: שבת ינואר 29, 2011 11:44 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
אב זקן מעידשאר, אבער ווען איך וואלט ווען דארט געווען וואלט זיך שוין די מעשה גענדיגט דארט ווי מען האט אפגעשטעלט די באנדיטן, איך וואלט שוין דאן ארויסגענומען שמואל, און די איבריגע ארעסטירט, אבער עניוועי זעט אויס אז זיי האבן געהאט עפעס א אנדערע חשבון,
אבער אב זקן די גיי אן, אבער מאך נישט פליז אזעלכע לאנגע ברעיקס, איך ווארט שוין קוים צו הערן ווייטער,
אגב קען איינער לייגן לינקס צו אב זקנ'ס אנדערע פארזעצונגען, איי וויל אפרישיעיט איט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 1:06 am
דורך פונקטליך
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 3:30 pm
דורך גלגלשלג
wow יעצט געליינט סע איז עפעס מורעדיג
באט פונקט דא האסטו געמוזט סטאפן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 3:34 pm
דורך נאר נייעס
אייביג בא די שרעקעדיגע פארט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 4:11 pm
דורך איך_הער
מיין קערפער ווארפט זיך פאר שרעק, האסט פיינע כוחות אינעם דמיון, יישר כחכם. האלט אן, מיר האבן הנאה.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 4:29 pm
דורך וואדקע
א באנדע אנטיסמיטען!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 4:39 pm
דורך גלגלשלג
וואדקע האט געשריבן:א באנדע אנטיסמיטען!
סע שוין גארנישט קיין אנטיסמיטען סע just דעם אלטענס דומיונת באט דער אלטער ראקט ווי א בחורל
4'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 6:12 pm
דורך אב זקן
עלווין האט געמאכט זיין בעיסמענט אלס די הויפט קוואטיר וואס דארט וועט מען זיך צוזאמקומען און איבערשמועסן און פלאנירן ווייטערדיגע שריט.
יעצט איז עלווין געזעצן איבער די ריפארטס וואס דזשימי האט צוריק געברענגט פון זיין טאטע, ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז דער טאני א פיפיג אינגל וואס איז שוין געזעצן צוויי מאל אין תפיסה פארן פארקויפן דראגס אויף די גאסן. ער איז טאקע קיינמאל נישט געזעצן קיין לאנגע צייט אבער די בילד וואס ווערט אראפגעשטעלט אויף אים איז אז ער איז אנגעקניפט מיט א גרויסע גענג וואס רופן זיך 'די גווארדיסטן' דאס איז א שרעקליכע באנדע וואס זיי האבן שוין אפגעטון אלעס אויף די ניו יארקע גאסן. מערדעריי,רויבעריי,שיסעריי, אין אלעס איז די גרופע א שותף. מ'האט שוין טאקע ארעסטירט דא דארט אבער מ'האט קיינמאל נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף די פירערס פון די גרופע און זיי צוברעכן..
פון וואס עלווין האט יעצט צוזאמגעשטעלט פלאנט די גרופע עפעס גאר ערענסט און דאס איז פארוואס זיי זוכן סעם. יעצט דארף מען הערן פון סעם וואס זיי האבן געוואלט פון אים אזוי וועט מען קענען לערנען וואס זייער פלאן איז. ווען סטיוו האט געלאזט וויסן פאר עלווין אז סעם איז שוין ארויסגעקומען און זיי פארן שוין צוריק מיט אים האט עלווין פארלאנגט אז סטיוו זאל זיי נאכפארן און ווען זיי לייגן אים אראפ זאל מען אים אריין נעמען אין קאר אין אים ברענגן צום הויפט קוואטיר.
ס'האט נישט לאנג גענימען און סטיוו איז אנגעקומען מיט סעם. יעדער האט זיך ארום געשטעלט און סעם האט זיך גענימען רעדן. קודם האט ער זיך אנטשולדיגט אויף דאס וואס ער האט געמיינט אז מ'קוקט נישט אויף אים, יעצט ווען מ'איז אים געקומען אויפפיקן מיט די קאר האט ער הערשט געזען אז מ'איז אגאנצן צייט געווען מיט אים. "איך מוז דיר איבערהאקן -האט עלווין אריין געווארפן- זאלסט וויסן אז דו האסט דיך אריין געלייגט אין א געפערליכע סכנה ווען דו האסט דיך ארום געקוקט פארן אריין זעצן אין די קאר. איך בעט דיר נאכאמאל, גלייב אונז אז מיר זענען דיר דא צו העלפן. מיר זענען דא אפילו ווען דו זעהסט אונז נישט אבער דו מוזט אונז טראסטן אז נישט קען מען נישט ווייטער ארבעטן!! פארשטאנען?" יא, האט שמואל געמורמעלט.
"פיין, צוריק צו דיר, וואס האבן זיי פארלאנגט פון דיר"
שמואל האט זיך גענימען וויינען דערציילענדיג אז זיי ווילן ער זאל זיי ארויסנעמען א בינטל שליסלעך פון א אפיס אין זיין בילדינג. "וועלכע אפיס?" די אפיס אויפן דריטן פלאר דארט ווי די קאסטעמס האבן זייער אפיס. און די זאך דארף זיין אין זייערע הענט ביי די ענדע פון די וואך... "איך בעט דיר עלווין.. ראטעווע מיך.. זיי גייען מיך הארגענען... איך ווייס.. אפילו איך גיב זיי וואס זיי פארלאנגען... ער האט עס מיר קלאר געזאגט, אז ווי נאר איך טו וואס ער וויל וועל איך אים שוין מער נישט קענען... און אלע דארט האבן אויסגעשאסן.. העלף מיר.. איך האב א ווייב מיט קינדער... "
"זארג נישט סעם, מיר זיצן דא נאר פאר דיר. מיר שטעלן יעצט צוזאם א קלארן בילד פון וואסערע גרופע מען רעדט דא, ווי נאר די פאקטן וועלן זיך אויסגראדן וועלן מיר אריין שפרינגען דעראין און די אלע וואס האבן א חלק דעראין וועלן האבן א שלעכטע סוף. וואס מיר ווילן פון דיר איז זיך צו האלטן רואיג און די עיקר איז, פאלג וואס מ'הייסט דיר און טראסט אונז אז מיר זענען דא דיר צו העלפן"
דאס ערשטע האט עלווין געהייסן סטיוו מיט זיין שותף צוריק פארן צו די 'געהיימע הויז' און מאכן א מאסיווע טשעק אפ זעהן וואס זיי טרעפן דארט. די ארדער איז געווען "נישט איבערלאזן קיין שטיין אומגערירט, יעדער סארט באווייז זאלן זיי אפכאפן און צוריק ברענגן" פאר דזשימי האט ער געהייסן אז ער זאל זיין די שומר פאר שמואל'ס משפחה. "פון יעצט ביז ווען די אקציע איז פאראיבער זאל קיינער פון שמואל'ס משפחה זיך נישט דרייען אין די עפענטליך און שטענדיג זיין אינטער די אויפזוכט פון דיר."
ס'האט נישט אזוי שטארק געשמעקט פאר שמואל אבער לויט ווי עלווין האט אים אראפגעלייגט אז ער איז דא פארפלאנטערט מיט אן ערענסטע גענג וואס זיי שטעלן זיך נישט אפ פארגארנישט און דא גייט ווערן אן ערענסטע (קליינע) מלחמה און מ'דארף זיין גרייט אויף יעדע זייט. די גרופע האט זיך צוטיילט, יעדער מיט זיין אויפגאבע. איין גרופע איז געגאנגען נאשן אינפארמאציע פון די 'געהיימע הויז', דזשימי איז אהיים מיט שמואל'ן אלס זיין באגלייטער פון יעצט און ווייטער, עלווין איז געבליבן ביי זיך אין שטוב זעהן וואס מ'טוט ווייטער.
*
טאני מיט זיינע חברה זענען געווען צופרידן וויאזוי שמואל האט זיך דערשראקן פון זיי. טאני האט מיט א שמייכל זיך אנגערופן, "אויב האבן מיר די שליסל ביז סוף וואך מיינט דאס אז ביז א וואך צוויי וועלן מיר זיין מיט אפאר מיליאן דאללער רייכער און אפשר גאר שטייגן אין ראנג"
זיכער!! האבן זיך אלע צושריגן. די באאס האט שוין געזאגט אז ער וויל פערזענליך אראפקומען זעהן וואס מיר האבן אויפגעטון. דו וועסט אים ווייזן און אריין ווארפן אפאר גוטע ווערטער אויף אונזער חשבון און מיר אלע וועלן שטייגן. "יא יא, איך קען קוים ווארטן אויף די מינוט וואס איך וועל איבער געבן די שליסלעך פאר די באאס אין די האנט און אים זאגן; דאס איז וואס מיר האבן פארשאפט פאר דיר!"
אקעי חברה. פאר היינט זענען מיר פארטיג. מארגן איז נאך א טאג, מאכט זיכער צו זיין מארגן ניין אזייגער אין ארבעט מיר האבן נאך אסאך צו ערלעדיגן.
*
סטיוו זעצט זיך אריין אין די קאר לייגט אריין די אדרעס אינעם דזשי-פי-עס און א שמייכל קומט אים ארויף. די גאס איז אפשר צען מינוט אוועק, זיי האבן פשוט געזוכט צו פארמישן שמואל און אים מאכן מיינען אז מ'טראגט אים ווער ווייסט ווי..
אנקומענדיג א גאס אוועק פון די הויז האט סטיוו געפארקט די קאר און מיט זיין שותף האבן זיי צושפאצירט צום הויז. די ערשטע זאך האט סטיוו אפגעשניטן די מעין עלעקטעריק ווייער וואס פירט אריין לעקטער אין די הויז, דאס האקט אפ אלע קאמיונעקאציע מיטלן ווי סורוועיליענס קעמארעס און אלארעם סיסטעמ'ס. פון דארט איז ער געגאנגען צום טיר, ס'האט נישט גענימען צו לאנג צו עפענען די טיר, א שלאס איז קיינמאל נישט געווען קיין ערענסטע אפהאלט ביי סטיוו ער פלעגט אייביג זאגן "א שלאס איז געמאכט פאר א סימן אז מ'זאל וויסן אז דא איז די טיר, ווען ס'איז ווען פלאך וואלט דאך קיינער נישט געוואוסט אז דא איז די עפענונג" ביים עפענען די טיר האט סטיוו זיכער געמאכט אז ס'איז נישטא קיין קארדלעס אלארעם צוגעטשעפעט צום טיר, נאכן זיין זיכער אז אלעס איז קלער האט ער אריין שפאצירט מיט געמאסטענע טריט... די הויז איז געווען שטיל קיין גרידער האט זיך נישט געהערט אויסער זיין אייגן ווידער קול פון זיין שיך.. זיין שותף האט ער אראפגעשטעלט מיט אן אויסגעשטרעקטע גאן אז ער זאל היטן אויפן אריין גאנג און סטיוו האט אנגעפאגן זיין זוכעניש איבערן גאנצען הויז.
האט טאקע קיינער נישט געוואוסט אז איינער דרייט זיך דארט???
*
עלווין האט זיך אנגעטון זיין דזשעקעט אנגעלאדענט זיין קליינע פיסטל און זיך ארויסגעלאזט. די ערשטע זאך האט ער געוואלט גיין כאפן א בליק פון די נאנט אויף טאני'ס הויז. ער האט געקלערט אפשר אויב זעהט ער אז טאני איז נישט אינדערהיים אפשר קען ער געבן א קורצע באזוך זיין הויז זעהן צו ער זעהט עפעס שנעלערהייט.
אנקומענדיג צו די אנגעגעבענע אדרעס וואס מ'האט געשנאפט פון טאניס לייסענס, האט ער געזען טאני'ס קאר געפארקט דארט וואס דאס מיינט אז טאני איז אינדערהיים. אבער דאס האט אים געגעבן א געלעגענהייט צו כאפן א בליק אויפ'ן קאר און אויך אריין לייגן די קליינע 'באג' וואס זאל אפכאפן אלעס וואס מ'רעדט אין דעם קאר. עלווין שטעלט זיך ביים טיר פון די קאר נאך א קורצע צייט זיך שפילן האט זיך די טיר געעפענט, ביי די גלאוו דיפארטמענט האט ער אריין גערוקט א קליינעם באג און זיכער געמאכט אז ס'ארבעט. פארטיג געווארן מיט דעם האט ער זיך גענימען נישטערן אין די קאר זעהן צו ער טרעפט עפעס, אבער מער ווי אפאר ליידיגע קענס סאדע האט ער גארנישט געזען.
שטייענדיג אזוי איבער געבויגן איבערן קאר הערט ער א גערויש קומען פון טאניס הויז... עלווין האט נאך עספיעט צו צומאכן די טיר פון די קאר פאר טאני האט באמערקט אבער אוועק צו וואקן איז שוין געווען צו שפעט. עלווין האט זיך אראפגעווארפן מיט א פלינקייט אויפן פלאר און זיך צוגעריקט צו א דערנעבענדיגע גארביזש קען.
טאני איז געקומען צו לויפן צו זיין קאר און זיך ווילדערהייט אריין געזעצט און אוועק געפארן. פאר עלווין איז געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס דער טאני האט זיך אזוי צולאזט.. אבער זיין נייגער האט זיך נישט געצויגן צו לאנג. עלווין הערט די ווערטער און ווערט פארגליווערט. "איינער דרייט זיך אין די הויז.. די אלארעם וואס ליגט אינעם קארפעט נעבן די סעקיורעטי רום האט זיך יעצט צופיפן ביי מיר.. חברה, איך בין דארט ביז פינעף מינוט... קומטס מיך נאך... אויב זעה איך איינעם פארדעכטיגט וועל איך נישט האבן קיין ברירה נאר אקטיוועזירן די אויפרייס מאטריאל וואס ליגט אין די בעסמענט.... יאגט'ס ענק צו....."
עלווין שלעפט ארויס זיין ראדיו און נעמט זיך שרייען פאר סטיוו.. "סטיוו גיי שוין ארויס פון דארט.. זיי זענען אויפן וועג... זיי פלאנען אויפצורייסן די גאנצע הויז.. פלי ארויס פון דארט פאר ס'איז צו שפעט!!"
"עלווין, פון ווי ווייסטו דאס? איך האב ארויס גענימען אלע אלערעמס פון באניץ פאר איך בין אריין געקומען" "יעצט איז נישט קיין צייט פאר דיבאטעס, גיי ארויס פון דארט ווי אמשנעלסטן ווייל דיין לעבן מיט די לעבן פון דיין שותף זענען אין געפאר"
סטיוו איז נישט די סארט מענטש וואס לאזן איבער א אקציע אינדערמיט, ער האט שנעלערהייט צוגעטשעפעט אפאר קליינע באגס פאר יעדע שטוב איינס און דערנאך איז ער געגאנגען זוכן א באהעלטעניש...
עלווין האט געוואוסט אז סטיוו און זיין שותף זענען נישט קיין חדר אינגלעך און זיי ווייסן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן אויב זאכן פארן אויף די נישט ריכטיגע וועג, אבער דאך האט עלווין געקענט באשטיין אז טאני זאל נאכנישט וויסן אז מ'קוקט אים נאך. עלווין האט געהאלטן אז ס'איז נאך אביסל צו פרי אז טאני זאל וויסן, ס'איז בעסער אז טאני גייט אן מיט זיינע אקציעס אינטערן באוואוסטזיין אז קיינער איז נישט נאך אים אזוי קען מען האבן א בעסערן בילד אויף אים און זיין קליקע.
טאני איז געווען די ערשטע אנצוקומען צום הויז, די ערשטע זאך האט ער זיך בארואיגט ווען ער האט נישט געזען קיין פרעמדע קאר געפארקט דארט. טאני האט נישט געוואלט אליין אריין וואקן אין די הויז, נאר נאך פינעף מינוט ווען אלע זיינע מענטשען זענען אנגעקומען האבן זיי אלע צוזאמען אריין שפאצירט אין די הויז מיט די גאנס אויסגעצויגן גרייט צו שיסן יעדע זאך וואס רורט זיך. זיי האבן גלייך באמערקט אז די לעקטער איז אויסגעלאשן אבער מיט זייערע פלעש לייט'ס האבן זיי געזען אין וואסערע חורבן די הויז איז.
ווי נאר סטיוו האט באקומען די קאלל אז די חברה קומען און אז זיי זענען פיר מינוט אוועק האט ער געענדיגט איינפלאנצן די באגס דערנאך איז ארום געגאנגען אין די גאנצע הויז און איבערגעדרייט יעדע זאך אין די הויז. ער האט געוואלט געבן די אנשטעל אז דא איז געווען א גנב וואס האט געזוכט צו פלינדען און רויבן און נישט איינער וואס קוקט זיי נאך אדער וואס איז אויף זייערע שפירן.
סטיוו האט זיך נישט צוריק געהאלטן פון אויסקראכן פענסטערס, צופליקן קויטשעס, צוברעכן גלעזער. יעדע זאך שטעלן אויף די פארקערטע וועג צו געבן די בילד ווי דא האבן זיך אריין געכאפט אפאר ווילדע יונגאטשעס. ווען ער איז פארטיג געווארן איז ער מיט זיין שותף ארויסגעקראכן פון די פענסטער און אראפגעשפרינגן צו די בעק יארד פון דארט זענען זיי איבערגעקראכן די קליינע צוים און געלאפן צו זייער קאר. זיך אריין זעצענדיג אין די קאר האט ער אנגערופן עלווין אים זאגן אז ער איז פארזיכערטערהייט ארויס פון דארט און ער האט דערציילט פאר עלווין וויאזוי ער האט איבערגעלאזט די הויז, ביידע האבן זיך צושמייכעלט.
סטיוו האט אריין געלייגט די עיר פיעס אין זיין אויער צו הערן וואס ס'טוט זיך אין די הויז, ס'האט אים פיין געשמעקט ווען ער האט געהערט די קללות פון טאני אויפן חשבון פון דעם רויבער, ער האט שטארק באוויינט די קאוטש זיינע וואס איז אזוי געלעגען איבערגעדרייט צוריסענערהייט. אבער ווען ער האט געזען אז די סעיף איז נישט גערירט געווארן און זיינע זאכן ליגן נאך דארט האט ער זיך אביסל בארואיגט. "לאמיר געבן א קלאפ צוזאם דא, מארגן איז א ביזי טאג, מארגן דארף מען גיין מאכן די איידי'ס און פארשאפן יוני פארמס.. געגאנגען"
סטיוו איז צוריק אנגעקומען צו עלווין און ביידע האבן זיך אראפגעזעצט סטיוו האט פארציילט פאר עלווין וואס ער האט אלס געטראפן אין די הויז. די געפינסען זענען נישט געווען עפעס מורא'דיג אבער איין בילד וואס סטיוו האט געכאפט וואס דאס האט געגעבן א קלארערע בליק פאר עלווין...
דאס איז געווען א בילד וואס האט געהאנגען דארט אויפן וואנט די בילד איז געווען א 'בוים' מיט צווייגן די ערשטער אויפן בוים איז געווען איינער 'פאול' דערנאך האט זיך עס צוטיילט אויף אפאר צווייגן אויף איינע פון די צווייגן איז געווען די נאמען 'איוואן' און אינטער איוואן איז געשטאנען אונזער טאני...
דאס מיינט, אז מיטן אראפרוימען טאני פון די גאסן האלט מען ביי ווייט פון פארטיג ער האט נאך צוויי בעל הבתים העכער זיך... און אויב גייט טאני ווערן אראפגעווישט קען ער זיך רישן אז א גענג פון באלד הונדערט מעמבערס גייען פאדערען זיין בלוט... עלווין האט געוויזן פאר סטיוו וואס ער זעהט, "פארוואס מיינסטו האב איך דיר געברענגט דעם בילד? איך האב דאס באמערקט און דאס גיט מיר נאך מער חשק און מוט אריין צו טאנצען דעראין"
עלווין האט זיך אויסגעדרייט צו סטיוו'ס שותף, יענער האט מיטגעשאקלט מיטן קאפ ארויסצווויזן זיין גרייטקייט. עלווין האט אנגערופן דזשימי אים דערציילן וואס זיי האבן געטראפן און צו ער איז אויך גרייט, זיין אנטווארט איז געווען די זעלבע וואו די אנדערע 'אלל די וועי אין'
"לאמיך קלארשטעלן" האט עלווין אויסגערופן הויעך מיט דזשימי אויפן ליין "מיר קענען זיך נאך אפזאגן פון די גאנצע זאך. אבער איינמאל מיר טרעטן אריין איז נישטא קיין וועג ארויס.. זענט איר אלע גרייט אריין צו טאנצען דעראין?" "זאג נאר" האט דזשימי אריין געשריגן אינעם טעלעפאון "איינמאל איז נישט גענוג פאר דיר? דארפסט עס אין ספאניש אויך? לאמיר אלע שרייען צוזאמען "סי", יעצט ביסטו צופרידן?" עלווין האט זיך צושמייכלט. "פיין חברה, גיימיר יעצט גיין שלאפן מארגן זאל יעדער פון אייך מאכן די נויטיגע עקסערסייז ווייל ווי ס'זעהט אויס קומט אפאר לעבעדיגע טעג אויף די ברוקלינע גאסן..."
--
דעם אנדערן אינדערפרי איז שמואל אריבער צו עלווין אין אפיס און עלווין האט אים אנגעפאנגן מסביר זיין די פראצעדור פונעם היינטיגן טאג. "קודם איז גוט דו זאלסט וויסן; דו גייסט אריין גיין ארויסנעמען די שליסלעך פון דארט! אבער איך וועל שטיין צו דיין רעכטע האנט" שמואל איז געווארן אינגאנצן פארלוירן. "וואס הייסט, איך האב געמיינט אז דו גייסט ערלעדיגן אז איך זאל עס נישט דארפן ארויס גנב'נען, אויב נעם איך עס סייווי דאן וואס האב איך פון די גאנצע קאפ וויי? אפשר גיב איך עס זיי איבער און פארטיג?"
"מיי דעיר פרענד סעם, אויב געסטו זיי עס איבער ביסטו א פארטיגער, זיי קענען נישט לאזן אטעמען די פרישע לופט אזא איינער וואס האט געהאט א חלק אין זייער ארבעט. ווידער אויב געסטו זיי עס נישט דאן פארשטייסטו אליין אז דיין לעבן איז נישט ווערט די רעקל וואס דו טראגסט אויף דיר. זאל איך אים אוועק לייגן איז אויך נישט קיין אפציע, ווייל לויט מיין אינפארמאציע איז דאס א גענג פון איבר זיבעציג חברה און זיי וועלן זיך נוקם זיין מיט די ארגסטע מיטלן.
אלזא, ס'בלייבט אונז נאר איין אפציע. מיטשפילן מיט זיי ביז די לעצטע סטעפ און דערנאך זיך טרעפן א וועג ארויס אן קיין פינגער אפדרוקן. דאס דארף מען גוט דורך טון מיט אסאך קאפ אבער אלע פון אונז זענען גרייט צו ארבעטן פאר דיר. וואס מיר דארפן פון דיר איז צוויי זאכן, שטארקייט און טראסט! קענסטו אונז געבן די צוויי זאכן?"
"יא"
"פיין, לאמיר איבערגיין וואס מ'דארף היינט טון. איך גיי היינט נאכמיטאג אריבער קומען צו דיר אין בילדינג פארשטעלט. דו מעלד איין פארן סעקרעטערי ביים דעסק אז דו ערווארטס געסט אזוי וועלן זיי מיך ארויף לאזן. איך וועל זיין פארשטעלט ווי א IT מענטש וואס איז געקומען פארעכטן קאמפיוטערס. ביים ארויף גיין אויפן דריטן פלאר גיי איך בטעות גיין צו די קאסטומס אפיס אנשטאט צו דיין, אויב וועלן זיי מיך אריין לאזן דארט מיינענדיג אז מ'האט מיך אראפ געשיקט פארעכטן אלע קאמפיוטערס איז גוט און דאן וועל איך האבן א נאנטע בליק ווי די שליסלעך ליגט און וואסערע טולס מ'דארף האבן עס ארויסצובאקומען. אבער אויב גייען זאכן נישט גיין אזוי געשמירט און זיי וועלן מיך נישט אריין לאזן דאן וועל איך דארפן דיין הילף.
לאמיר איבער גיין.
דו גייסט היינט זאגן פאר די סעקרעטערי אז דו האסט באשטעלט א וויזיטאר, איינמאל איך האב די וויזיטאר פעס גיי איך גיין צו די 'קאסטומס' אפיס און פראבירן אנצוקומען אינעווייניג מיטן תירוץ אז איך דארף פאררעכטן א קלייניגקייט, אבער אויב גייען זיי נישט אריין לאזן וועל איך דארפ'ן דיין הילף.
"וואס הייסט מיין הילף?"
דו גיב אריין אז דו פלאנסט צו בלייבן שפעט היינט נאכט אזוי אז די סעקיורעטי פון די בילדינג זאל וויסן אז דו ביסט אין בילדינג. איך וועל זיין באהאלטן ביי דיר אין אפיס און ווען די בילדינג וועט זיין ליידיג וועסטו האלטן אן אויג און איך וועל אריין קריכן אינעם עיר קאנדישן דאק און אריין קריכן צו זיי אין אפיס. איך וועל דארפן אז דו זאלסט האלטן אן אויג צו קיינער קומט נישט און מיך לאזן וויסן. ווען איך וועל דארט זיין וועל איך פראבירן צו נאשן אינפארמאציע ס'מערסטע וואס מעגליך.
דו ביסט קלאר?
ווייל אינעם בילדינג קענען מיר נישט רעדן ווייל מיר טארן זיך נישט קענען. פארשטאנען? "יא"
דערנאך האט שמואל מיט עלווין זיך צוזאמען אראפגעזעצט און שמואל האט אפגעמאלן א בערך'דיגן סקעטש פונעם בילדינג אז עלווין זאל זיך וויסן ווי צו דרייען און ווי די אפיס וואס ער דארף אנקומען איז.
--
שמואל איז געגאנגען צו די ארבעט וואו יעדן טאג, זיין גוט מארגן פארן סעקרעטאר איז געווען דאס זעלבע וואו יעדן טאג. אנקומענדיג אין אפיס האט אים אפגעווארט אסאך ארבעט, קיינער האט נישט פאר אים געטון די נעכטיגע ארבעט און שמואל האט זיך טאקע אריין געווארפן דערין אביסל צו פארגעסן פון די נייע זאכן וואס האבן אים ארום גענימען.
די זייגער ווייזט אויך פיר אזייגער נאכמיטאג. שמואל באקומט א קאלל פונעם סעקרעטערי "סעם דו ערווארטסט געסט היינט? ווייל איינער איז דא און זאגט אז דו האסט אים באשטעלט." יא שיק אים ארויף.
"אקעי, טוה אן די וויזיטער פעס, דארט אויף רעכטס איז די עלעוועיטאר פארט ארויף ביזן דריטן שטאק און מאכט א לינקס, דארט איז סעם'ס אפיס"
"טענקס"
גייט טאקע גיין אזוי געשמירט?
וואס איז די טעלעפאון קאלל וואס עלווין האט באקומען?
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 6:33 pm
דורך פאטאקי08
גייט טאקע גיין אזוי געשמירט???????????????????????????????????
אב זקן
אייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייזזזזזזזזזזזזזןן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 6:36 pm
דורך ווינקל
האלאו דו ווייסט אין וואס דו גייסט אריין דא???
דו ווייסט מיט וועם דו הייבסט דיך אן???
סי! מגיימער מיט אב זקן אלל דעי וועי!!!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 6:49 pm
דורך קרעמער
סי סעניאר, מיר זענען אלע אל-די-וועי 'אין'. יישר כח פאר די פרישע פארזעצונג
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 7:15 pm
דורך זכר באנדל
יויש... כ'בין אנגעצויגן!!!
מאכעס שנעל פליז.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 7:21 pm
דורך איך_הער
נאך איינעם ווערט קאלט ליינענדיג אדער נאר מיר?
יישר כח טאטע'לע, א הארציגן דאנק, א פיינע ראלעקאוסטער.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 7:50 pm
דורך פונקטליך
יו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווי בין איך???!!!!!!!!!!!!!!!
אה, אין סעמ'ס אפיס .....
וואס דער אב קען נישט אנדרייען?!!
כ'דארף דיר נאך זאגן א יישר כוח? כ'מיין ס'רעדט אליין
אבער לאמיר אראפשטעלן א דעד ליין ביז ווען די פייער אפשטעל האלט אן,
אקעי, ביז אינמיטן די וואך,
סאו יאג דיך צו מיטן פארזעצונג ווייל א ניש קענאך טאני שיסן ח"ו רח"ל ואכמ"ל ודו"ק כנ"ל... וואס רעדעך דא צאם אזאנא שטותים שאין כדגמתו בכ....
פאר אעספאניאלע מארקע סינקא, סי, טשאו
יישר כוח גדול!!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 8:53 pm
דורך למעלה משבעים
אאאאאאבבבבבבבבבבבבב, מעכטיג איז צו ווייניג געזאגט.
האלט אן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 2:32 pm
דורך gagongan
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 2:56 pm
דורך שמערי בערי
נעכטן ארויס געפרינט די גאנצע פון אנהויב, ליינענדיג מיט די כוונה אז ניין, איך גיי נישט ווערן אנגעצויגן... אבער וואס זאל איך דיר זאגן? האסט מיר פעסט סורפרייזט! מעכטיג איז נישט ס'ווארט.
איכער איך שטיי אין פריזער מיט דיר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:04 pm
דורך נאר נייעס
מיזט מיר זאגען ווער עס האט עם געקאלט איך קען נישט שלאפן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 3:26 pm
דורך bailout
אויסער די דראמא וואס אין דעם ביזטו א עקספערט, מוז איך דיר זאגן אז די גאנצע געשיכטע ליינט זיך זייער זאפטיג, הערליך קלאר ציענד אראפגעלייגט.
MOVE ON.ORG
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 4:27 pm
דורך גלגלשלג
יישר כח קיפ אן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 6:48 pm
דורך משנה מקום
bailout האט געשריבן:אויסער די דראמא וואס אין דעם ביזטו א עקספערט, מוז איך דיר זאגן אז די גאנצע געשיכטע ליינט זיך זייער זאפטיג, הערליך קלאר ציענד אראפגעלייגט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 8:43 pm
דורך i follow
אב איז בעק אין טאון
גיטע נייעס