בלאט 11 פון 17
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 3:46 pm
דורך נאר נייעס
ני ווילאנג דארפען איך ווארטן
עס איז א שאלה פון ביטל תורה
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 5:26 pm
דורך דארפסמאן
עס שטעלט זיך א מנין תהילים און פאליש להצלחות עלווין
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 5:48 pm
דורך פאטאקי08
סאו?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 5:56 pm
דורך נאר נייעס
זעט אויס אז די מינן תהילם איז נאך נישט פערטיג
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 7:03 pm
דורך דארפסמאן
יעצט איז שוין דינסטאג ביינאכט, עס איז שוין דא 3 טעג אן קיין פארזעצונג
די קענסט אינץ נישט לאזען אזוי לאנג ווארטן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 8:53 pm
דורך אב זקן
מעגליך אז נאך היינט נאכט. אז נישט וועט עס זיין מארגן צופרי אי"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 8:57 pm
דורך פונקטליך
סאו כ'דארף נישט נעמען קיין בענקל, כ'קען שטיין טונד
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 12:17 am
דורך always happy
עס איז שוין 12:15 אין די האסט נאך אלץ נישט ארויפגעלייגט די נעקסטע פארזעצונג יעצט איינמאל האסטו געבראכן קאנטראקט פין נישט ארויפלייגן דינסטאג ביינאכט לאמיר האפן אז סוועט נאך זיין דא היינט ביינאכט
11'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 8:43 am
דורך אב זקן
אין א שטילע הויז ווייט אפגעזונדערט פון מענטשענס אויגן, זיצט א גרופע מיט די העכסטע פירערס פון 'די גווארדיסטן' און פייערן זיג.
ווי נאר די טעלעפאון קאל איז אריין געקומען אז די קאנטעינער ליגט אויפן טרעילער האט פאול אופגעהויבן די פלאש שאמפעין און אנגעגאסן א גלאז פאר זיך און פאר זיינע קאלעגעס.
"קלאפטס פארן סוקסעס וואס מיר האבן געהאט און לאמיר שוין פייערן אויף די סוקסעס וואס ווארט אונז"
יעדער איז געווען פיין אויפגעלייגט, וואס קען דען זיין בעסער פאר אן ארבעטער ווי צו זעהן די בעה"ב אין אזא פרייליכע שטימונג?
"לאמיר אנרופן אונזערע רוסישע קויפערס און זיי מעלדן אז ס'איז צייט דורך צו פירן די מקח. פון אונזער זייט קען דאס זיין שוין מארגן."
איוואן איז ארויסגעגאנגען רעדן צו 'זוקער' די רוסישע קויפער און פאול איז געבליבן אין שטוב טרינקן און פייערן.
אבער ס'האט נישט גענימען צו לאנג און פאול האט באקומען א טעלעפאון קאל פון איינע פון זיינע ארבעטערס. יענער האט אים דערציילט אז אלע אגענטורן זענען אויף די וואך, "איינער איז אנטלאפאן מיט א קאנטעינער פון פארט. זיי האבן איינעם ארעסטירט אבער דערווייל איז דער צווייטער אויף די פריי."
פאול האט אריין גערופן איוואן און אים געהייסן אנרופן טאני, הערן צו די קאנטעינער וואס מ'רעדט איז זיין קאנטעינער אדער דאס איז א צווייטנס.
איוואן האט אפאר מאל פראבירט צו רופן אבער טאני האט נישט אויפגעהויבן...
"ס'קען זיין אז די קאנטעינאר וואס מ'זוכט איז אונזער קאנטעינאר אבער איך בין נישט באזארגט" האט זיך איוואן אנגערופן צו פאול
"די קאמפעני פארוועם איך האב געגעבן די קאנטעינער צו היטן זענען פון די בעסטע אין די פעלד. זיי ווייסן וואס עס מיינט היטן אויף מיינס א קאנטעינער. זיי האלטן די קאנטעינער אין א פארשפארטע ווערהויז ארוםגענימען פיר און צוואנציג שעה מיט באוואפענטע היטערס. די ווערהויז עקזעסטירט נישט אפיציעל, דאס איז אין א וואלד און איינער וואס איז נישט פון זיי ווייסט אפילו נישט אז ס'איז דא א וועג אריין דארט"
פאול האט אויסגעהערט וואס איוואן דערציילט אים "איך קען נאך אלס באשטיין אז די פארקויפן זאל פארקומען ווי שנעלער. איך דארף נישט אפילו איין פארצענט אז מ'זאל מיך כאפן. רוף צוריק זוקער און זאג אים אז איך וויל דורך פירן די זאך מארגן צוועלף מיטאג! און די מאך זיכער אז אונזער פריוואטע דזשעט איז גרייט פאר מארגן."
*
לאמיר צוריק גיין און זען וואס עס איז געווארן מיט עלווין.
ווען עלווין האט געזען אז זיינע צוויי חברים זענען טאקע אוועקגעפארן האט ער געקלערט צו זיך 'יעצט קען איך ארבעטן רואיג. זיי גייען קיינמאל נישט וויסן ווי איך בין אויב גייט דזשימי און סטיוו נישט רעדן.'
עלווין האט זיך צוגעריקט נענטער צום פלאץ און ווען ער האט שוין געקענט זען די פלאץ האט ער ארויסגענימען זיין שפאקטיוו און אנגעפאנגן צו באטראכטן יעדע באוועגונג.
ער האט געקענט ציילן בערך דריי גארדס מיט אויסגעשטרעקטע געווער נעמען ארום די פלאץ און שפאצירן ארום יעדע פאר מינוט. 'ס'קען זיין אז ס'איז דא נאך מער אבער עלווין האט געציילט דריי.'
דערווייל איז די נאכט צוגעפאלן און עלווין האט געקלערט פון כאפן א דרימל פאר א שעה צוויי און דערנאך זיך נעמען צו די ארבעט.
*
סטיוו מיט דזשימי זענען אראפגעפארן דעם בארג. ביידע זענען געווען שטיל און פאר ביידע האט געדריקט די זעלבע זאך. נעמליך, וואס האט געמאכט עלווין טוישן זיין מיינונג און נעמען די זאך אליין? וואס האט אים באוואויגן צו וועלן טון אזא רעזוקאלישע זאך אויף די אייגענע הענט? ביידע האבן געהאט די זעלבע פראגע..
די שטילקייט אינעם קאר איז געבראכן געווארן ווען דזשימי'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן. זיין טאטע איז ווידער געווען אויפן ליין "דזשימי איך קען מער נישט רעדן צו דיר אבער איין זאך קען איך דיר זאגן זיי זענען זייער נאנט אים צו כאפן און זיי זענען אויף דיינע פיס טריט... געדענק איך האב דיר געווארענט! קום נישט צו מיר וויינען!"
דזשימי האט אראפגעלייגט די טעלעפאון און יעצט האט ער געכאפט פארוואס עלווין האט אים פארשיקט..
דזשימי האט ווילדערהייט זיך גענימען פארן אויסטערליש שנעל אראפ דעם גאנצן וועג.. אנקומענדיג אינטן פונעם ראוד האט ער זיך געעבן א דריי ארויף אויפן אינטערסעקשען און זיך גענימען פארן...
נאכן אפפארן א פיפצן מייל האט ער מיטאמאל געזען אין שפיגל וואו די פאליציי פארט אים נאך.. אבער נישט איין קאר נאר צענדליגע קארן זענען געקומען אינטער אים מיט א אבנארמאלע ווילדקייט. פארענט פון אים האט ער אויך באמערקט אפאר קארס קומען פון די פארקערטע ריכטונג. ס'האט נישט גענימען לאנג און דזשימי'ס קאר איז געווארן פארכאפט צווישן די אלע פאליציי קארס. דזשימי מיט סטיוו האבן זיך אינטערגעשמייכלט..
אנקומענדיג צו די קאר האט די פאליציי אפיציר געהייסן ביידע ארויסקומען פון די קאר מיט די הענט אויף ארויף.
די פאליציי האט אויסגעטאפט זייערע טאשן און ארויסגענימען זייער איי-די'ס
נאכן ליינען ביידע איי-די נעמען האט ער זיך אוועק געדרייט און עפעס אריין געזאגט אין זיין ראדיא.
פון צווישן די קארן זענען צוויי אפיציעלע לייט געקומען צו וואקן, זיי האבן זיך אנגעגעבן אלס עף בי איי מעמעבערס און געפרעגט דזשמי צו ער קען אים ענטפערן אפאר שאלות.
"די ווייסט ווער דימטירי/עלווין איז?"
" איר רעדט פון עלווין גלי? יא, ער איז מיר א חבר."
"ווען האסטו אים די לעצטע מאל געזען?"
"נישט לאנג צוריק, איך האב אים געגעבן א היטש און ער איז אראפגעגאנגען אינמיטן די 55"
"האט ער געזאגט ווי ער גייט?"
"ניין. אויב מעג איך וויסן וואס די אויספארשונג איז?"
"דער עלווין/דימיטרי ווערט געזוכט דורך אונז די סיבה איז נישט וויכטיג. מיר זענען נאכגעגאנגען זיין טעלעפאון צו זעהן ווי ער איז, אבער זיין טעלעפאון איז פארלאשן און געבט נישט ארויס קיין סיגנאלן. אבער נאכזוכענדיג האבן מיר געזען אז דיין טעלעפאון איז געווען די לעצטע נעבן זיין טעלעפאון האבן מיר געקלערט אז ער איז נאך אלס מיט דיר. אבער דו זאגסט אז דו האסט אים נאר געהיטשט דאן האסטו גארנישט דערמיט.. דו קענסט גיין פריי!
נאר איין זאך. דא האט איר א ביזנעס קארד, אויב הערט איר נאכאמאל פון אים לאזט מיך גראד וויסן. דאס איז מיין פריוואטע סעל."
ווען סטיוו מיט דזשימי האבן זיך צוריק אריין געזעצט אינעם קאר האבן זיי צוזאמען באוואונדערט ווי קלוג עלווין האט געהאנדעלט. "ווען נישט ער שיקט אונז אוועק וואלט ער שוין געווען א געכאפטער. ווייל דעמאלטס אויסצולעשן די טעלעפאון וואלט געווען צו שפעט און צו פארשיקן נאר מיך האט ער געוואוסט אז ס'וועט נישט ארבעטן.
אנשרייען האט ער מיך נישט געוואלט ווייל נאכאלעם טון מיר נאר א טובה פאר אים. האט ער געמאכט די באשלוס אז ער פארשיקט אונז, אזוי ווען זיי גייען זוכן דורך די טעלעפאון וועלן זיי מיך טרעפן ווייט אוועק פונעם אמת'ן פלאץ!"
סטיוו האט צוגעשאקלט מיטן קאפ באוואונדערענדיג דעם עלווין. "נישט אומזינסט האט מען פארגעזאגט אויף אים גרויסע זאכן".
דזשימי האט אויסגעלאשן זיין טעלעפאון און אויסגעדרייט די קאר און זיך גענימען צוריק פארן צו עלווין..
"איך וויל זען וואס גייט זיך דארט אויסקאכן האט דזשימי געזאגט פאר סטיוו. נאך אלעם האבן מיר געלאזט אונזער חבר אויפן שלאכט פעלד אן קיין הילף. איך וויל זיצן אין די זייט און זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן. אפשר וועט ער קענען ניצן אונזער הילף...
*
די נאכט איז דורך און ווי מער עלווין האט נאר אריין געטראכט האט ער געזען אז ס'איז נישטא קיין שום וועג ער זאל זיך אריין באקומען און לייגן א האנט אויף די סחורה
'פארוואס האב איך נישט געזאגט פאר סטיוו אז ער זאל כאטש בלייבן מיט מיר?' האט עלווין געקלערט מיט ביטערניש. 'איך פארשטיי אז דזשימי וואלט נישט מסכים געווען, אבער יעצט זע איך נישט קיין וועג אריין'
נאכן קלערן איז בייגעפאלן פאר עלווין א גוטע פלאן. בשעת ווען די קויפערס און פארקויפערס וועלן אנקומען און ווי די שטייגער ביי אזאנע חברה, קומט יעדער מיט א גאנצע שטאב פון געלערענטע באדי גארדס, דאן וועט זיין גרינגער זיך אריין צוכאפן ווייל יעדער וועט זיין פארטון און מ'וועט נישט לייגן קיין גרויס געוויכט אויפן וואלד.
ארגינעל איז די פלאן געווען צו רופן די פאליציי איינמאל אלע חברה זענען דא. אבער די פלאן איז געווארן אויס זינט עלווין איז יעצט געווארן די הויפט געזוכטער מאן ביי די פאליציי און זיי וועלן נאך ארויף לייגן אויף אים די גאנצע זאך... אלזא, עלווין האט געהאט גאר אן אנדערע פלאן.. מ'גייט אראפברענען די פלאץ! דאס הייסט איינמאל די חברה קומען אן גייט זיך עלווין אריין כאפן אינעם סטארעדזש ווי די וואפן ליגט און ער גייט דאס אינטערצינדן און אנטלויפן.
וואס עס גייט דאן געשען האט עלווין זיך געקענט פארשטעלן.
די צוויי גרופעס גייען זיך נעמען איינע אויף די אנדערע נישט וואוסענדיג ווער ס'האט אויסגעשפילט וועם און עלווין האט געגלייבט אז ס'גייט זיין אפאר טויטע דארט. אבער קיין צווייטע אפציע איז נישט געווען.
--
דעם אנדערן אינדערפרי האט פאול מיט איוואן זיך אריין געזעצט אינעם פריוואטן דזשעט און מיט זיי האבן זיי מיטגעשלעפט זיבן באדי גארדס און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט קיין נ.י. צו ערלעדיגן די מקח.
פון די אנדערע זייט האט זוקער אויך אנגעגרייט זיין שטאב און זיך ארויסגעלאזט.
אפגעשמועסט האט מען אז מ'גייט זיך טרעפן אפאר מייל אוועק פונעם דעסטענאציא און פאול'ס גרופעס וועט צופירן זוקער'ס גרופע צום דעסטענאציע.
*
אינעם עף בי איי אפיס איז מיט יעדע פארבייגייענדע שעה געווארן מער אנגעצויגן קאמאנדיר מייקל האט אנגעפירט מיט די זוכעניש. יעדע פריסענט אינעם נ.י. ריאאן האט געוואוסט פון די זוכעניש. יעדער האט געהאט אנגעגרייט דריי מענטשען וואס האבן גארנישט געטון נאר געווארט אויב קומט א רוף פון מייקל זאלן זיי גרייט צו לויפן. דאס מיינט אז יעדע צוויי מייל איז געווען געדעקט און גרייט אז אויב עלווין באווייזט זיך אויפן רעדאר זאל מען אים קענען כאפן אין פינעף מינוט.
*
סטיוו מיט דזשימי זענען געזעצן אויף זייער באהאלטענע פלאץ נאנט צום בארג. יעדע פאר שעה האבן זיי זיך איינגעטיילט, ווען איינער איז געשלאפן האט די צווייטע זיך ארום געקיקט..
ווען ס'איז געווארן טאג זענען זיי ארויס פון די קאר און זיך אביסל אויפגעפרישט די ביינער.
די טאג האט זיך שטאטערהייט געריקט פאראויס און מ'האלט שוין באלד ביי האלב טאג....
*
עלווין קריכט נענטער צום סטארעדזש ער גיט אבאכט אויף יעדע טריט וואס ער געט אז די וועכטערס זאלן עס נישט הערן.. ס'האט אויסגעזען ווי זיין פלאן גייט קלאפן אויפן טאקט. עלווין איז שנעל איבער געגאנגען די פלאן אין זיין מח. 'ווען די חברה קומען אן דארף איך אינטערצינדן די קאנטעינאר און אנטלויפן.. פון דא און ווייטער וועלן זאכן געשען פון זיך אליין...'
עלווין'ס פלאן האט טאקע אויסגעזען גוט אבער אלעס האט זיך אפגעשטעלט ווען א קאלטע אייזן האט אנגערירט זיין גענאק...
"ריר דיך נישט ווייטער.. ווארף אראפ דיין וואפן און לייג דיך אראפ מיטן פנים צו די ערד.."
די ווערטער האבן צוווארפן אלע פלענער...
עלווין האט געפאלגט אן קיין ברירות ער האט אראפגעווארפן זיין גאן און זיך אראפגעלייגט מיטן פנים אראפ..
זיין הענט זענען געווארן פארבינדן און זיין פארכאפער האט אים אויסגעדרייט מיטן פנים ארויף.
"ווער ביסטו? וואס זוכסטו דא?"
"איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיין בעה"ב האט מיך געשיקט שפיאנירן דאס פלאץ ווייל ער ווייסט אז עפעס גייט דא פארקומען און ער וויל וויסן וואס."
א מערדערליכן פראסק האט געלאנדעט אויף עלווין'ס פנים. "איך האב דיר געפרעגט ווער דו ביסט.." ענטפער מיר נישט וועגן דיין בעה"ב"
"איך הייס סעמי און איך ארבעט פאר א גענג מיטן נאמען 'די שווארצע'."
די וועכטער האט נישט געשוינט קיין קלעפ ער האט צו'מזיק'ט עלווין אזש ס'האט אים גערינען בלוט פונעם קאפ. דערנאך האט ער אים געהייסן זיך אויפשטעלן און אים נאכגיין.
די וועכטער האט אים געשלעפט צום מענעדזשער און אים דערציילט אז ער האט באקומען אן עלערט נאכדעם וואס איינע פון די אלארעמס וואס זענען געווען אריין געבויעט אין די ערד האבן זיך צופיפן וואס דאס האט אנגעדייט אז איינער האט ארויף געטרעטן דעראויף. אנקומענדיג דארט האט ער געטראפן דעם יונגאטש זיך דרייען מיט א גאן... די מענעדזשער האט אויסגעהערט די מעשה און געפרעגט "וואס זאגט ער, פארוועם ארבעט ער?"
"ער זאגט אז ער ארבעט פאר א גענג מיטן נאמען 'די שווארצע' און זיין בעה"ב האט אים געשיקט."
"אקעי. איך האב יעצט קיין צייט צו אים. די חברה קומען אט אן. טראג אים אראפ אינטן אין קעלער און ווען די מקח גייט דורך גיין וועלן מיר צוזאמען קעיר נעמען פון אים. איך וויל אים קודם אויספרעגן און דערנאך וועלן מיר אפשיקן זיין גוף אויף שטיקלעך צו זיין בעה"ב און דאס זאל דינען א לעקציע פאר אים אז משפיאנירט נישט אויף א צווייטן. איך וועל ארויף רוקן די וואכזאם לעוועל אויף רויט, אז אלע גארדס זאלן האלטן א וואכזאם אויג אויף די ארום, איך האף אז ביז א שעה צוויי וועט די מקח זיין פארטיג און דאן וועלן מיר זיין באפרייט און מיר וועלן זיך קענען אפגעבן מיט זיין גוף.
אויף יעצט טראג אים אראפ אינטן און האלט אן אויג אויף אים..
געדענק. דו קענסט טון מיט אים וואס דו ווילס אבער האלט אים ביים לעבן! איך וויל רעדן צו אים בעפאר מיר פארטיגן אים."
די וועכטער האט אנגעכאפט עלווין ביים קארג און אים אראפגעפירט אינטן אין קעלער.. מיט א שטויס האט ער געלאנדעט אויף די קאלטע ערד..
די וועכטער איז געבליבן אינדערויסן פון די צימער אין עלווין איז געבליבן אליין... 'וואס טו איך דא? וויאזוי זעה איך מיך ארויס פון דא?' קודם האט עלווין זיך זייער געפריידט אז ער האט פארשיקט זיינע חברים, ווייל אויב ענדיגט זיך נישט גוט דא זאלן זיי כאטש נישט ליידן..
אבער פון די אנדערע זייט האט עלווין נישט געהאט אין פלאן צו שטארבן דא עלנד אליין אין די הענט פון אפאר נידערטרעכטיגע פארברעכערס. ער האט זיך גענימען קלערן פון א פלאן וויאזוי אויפצורייסן די גאנצע בילדינג און מיטנעמען יעדעם איינעם מיט זיך..
ער האט געזען די בוילער רום איז נעבן אים. ער האט שטאטערהייט זיך גענימען אהין קריכן צו כאפן א בליק אויפן בוילער און זען וויאזוי ער קען דאס ניצן פאר זיין וואפן...
אבער נאך אפאר מינוט איז אים בייגעפאלן גאר א צווייטן פלאן...
*
סטיוו זיצט רואיג און נעמט נישט אראפ זיין אויג פונעם שפאקטיוו. אינמיטן האט אים צוגעדאכט אז ער זעהט ווי א קליין שווארץ פינטל קומט צו זיין ריכטונג.. פון איין פינטל איז געווארן אפאר.. דזשימי האט אויך געזאגט אז ער זעט... פון די פינטלעך זענען געווארן גרעסערע קארן און פון קארן איז געווארן גרויסע דזשיפס.. א פלאטע פון זיבן דזשיפס האבן זיך באוויזן.. זיי זענען געקומען צו פארן צו דעם ריכטונג..
"די חברה זענען דא" האט דזשימי געמורמעלט. ווער ווייסט וואס מיט עלווין טוט זיך? ער איז דארט עלנד אליין.. ווער ווייסט צו ער איז נאך ביים לעבן? אפשר האט מען אים געכאפט??
די דזשיפס זענען טאקע אנגעקומען און זיך ארויף געדרייט דעם קוים מערקבארן בארג איינס נאכן צווייטן. א העליקאפטער האט זיי אויך באגלייט פון אויבן.
"דא רעדט מען פון גאר אן ערענסטע דיל, קוק וואס זיי האבן אלס אהער געברענגט.. קוק ווער די חברה זענען.."
סטיוו האט באטראכט די סיסטאמאטישע פונקטליכקייט וויאזוי די גענג פירער קומט ארויס פון זיין קאר, און פיר חברה נעמען אים ארום און זיי היטן אים.. אזוי אויך פון די אנדערע קארן קומען ארויס הויך געשפיצטע חברה קיינער פון זיי עפענען זיך נישט אליין די טיר, אלעס ווערט געטון מיט אן אויפגעריסענע שטאלץ.. ווען יעדער איז שוין אריין אין די בילדינג זענען אינדערויסן געבליבן פיר וועכטער צו היטן אויפן טיר און די העליקאפטער איז אוועקגעפארן, זעהט אויס ער איז נאר געווען צו היטן אז די וועג זאל דורך גיין בשלום.
"סטיוו," האט דזשימי זיך אנגערופן. "קענען מיר דא זיצן רואיג ווען מיר ווייסן אז מיר האבן איינעם איבערגעלאזט אליין אינעם פיסק פון לייב? ווער ווייסט, אפשר קוקט ער ארויס אויף אונזער הילף? מיין געוויסן פיינוגט מיך וואוסענדיג אז מיר זיצן דא רואיג און אונזער חבר איז אין א לעבנס געפאר"
"דזשימי, מיר האבן אים נישט איבערגעלאזט, ער האט אונז פארשיקט. יעצט צו נעמען סיי וואסערע שריט איז א זיכערע טויט פאר אונז און פאר אים. ס'איז נישט מעגליך מיר זאלן בייקומען א באנדע פון צוואנציג גענגסטערס. אויב האט ער אונז פארשיקט האט ער געהאט א פלאן. לאמיר דא ווארטן און זען וואס זיין פלאן איז.."
אזוי רעדענדיג האט זיך סטיוו'ס ביפער צוקלינגן... די קאל-בעק איז געווען עלווין'ס איי-די נאמבער...
סטיוו האט זייער זעלטן גענימט זיין ביפער דאס האט ער באקומען איינמאל ווען מ'איז ארויס אויף א מיסיע און מ'האט געדארפט קאמיונעקירן אן טעלעפאון'ס האט מען דאן געניצט ביפערס. יעצט ווען ער האט אנגעהאט זיין נעווי סיעל קליידער איז דאס געלעגן אין איינע פון די טאשן..
ביידע האבן אויפגעשפרינגן צו הערן א לעבעדיגע גריס פון עלווין.
"סטיוו צינד אן דיין טעלעפאון. איך גלייב אז עלווין וויל רעדן צו דיר.." האט זיך דזשימי צושריגן.
סטיוו האט טאקע אנגעצינדן זיין טעלעפאון און ס'האט נישט גענימען קיין צען סקונדעס און זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן...
"היי באס דאס איז סעמי,דערווייל זעה איך גארנישט. איך האב נאר געוואלט אריין טשעקן. איך וועל אנהאלטן מיין פאזיציע אויף 89."..
פאר סטיוו און דזשימי איז דאס געווען א קלארע מעסעדזש. 'עלווין איז אויף צרות. 89 האט ער געמיינט צו זאגן אז אין יאר 89' זענען זיי צוזאמען געווען אויף א אקציע און דארט זענען זיי געווען פארכאפט אין א קעלער.'
*
עלווין האט געזען אז ס'איז נישטא קיין גראדע וועג ארויס פון דא. איז אים בייגעפאלן א פלאן.
ער האט געוואוסט אז די עף בי איי מאניטארן זיין טעלעפאון און אויב זאל ער נאר האבן די אפציע עס אנצוצונדן וועלן זיי גלייך כאפן זיין לאקאציע. עלווין האט שטארק נישט געוואלט אריין פאלן אין די הענט פון די יוסטיץ דיפארטמענט. ער האט געוואוסט אז טאני האט ארויף געשמירט די גאנצע זאך אויף זיין קאפ און דאס מיינט פאר אים זיצן יארן איינגעשפארט אין תפיסה. אבער דאס איז געווען די בעסטע וועג זיך ארויסצוזען פון דא לעבעדיג.
עלווין האט צוגעריפן דעם גארד און זיך אנגערופן "איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט מיך לאזן אנרופן מיין בעה"ב. ביי אונזער גענג איז די פאליסי אז ווען איינער גייט ארויס אויף א מיסיע דארף ער אריין טשעקן צום מעין אפיס יעדע פאר שעה. אויב גייט דורך צו לאנג און ער האט נישט אריין געטשעקט קומען זיי נאך אים.
אלזא, ס'איז שוין היפש לאנג וואס איך האב נישט אריין געטשעקט. נאך אפאר מינוט און מיין בעה"ב קומט אראפ דא מיט זיין טיעם און ער גייט מיך זוכן. איך גלייב נישט אז דו ווילסט יעצט האבן געסט דא און ער זאל שטערן די מקח.. איך גלייב אז ס'קען זיין זייער געפארפול פאר דיין קאמפעני אויב גייען ענק דורך פאלן און איינער גייט ענק קומען באזוכן...
פאר ד טובה פון דיין קאמפעני זאלסטו מיך לאזן מאכן די קאלל"
"הא הא.." האט זיך די גארד צולאכט. "איך לאז דיך קאלן און דו רופסט די פאליציי הא?"
"אז דו ווילסט קענסטו דא שטיין מיט מיר איך גיי ביפן מיין בעה"ב און דערנאך גיי איך אים קאלן. דאס איז וויאזוי מיר טשעקן אריין. אויב זעהסטו אז איך רוף סיי וועם אדער איך זאג עפעס אנדערש אויפן טעלעפאון ווי דו ווילסט קענסטו מיך שיסן"
"פיין. דא האסטו דיין טעלעפאון רוף וועם דו ווילסט. אבער געדענק! איין קרום ווארט און א קויל שפאצירט אריין אין דיין מח"
*
מייקל די קאמאנדיר אינעם עף בי איי אפיס האט אויפגעשפרינגן ווען איינע פון די אגענטן האבן זיך צושריגן "עלווין'ס טעלעפאון האט יעצט געשיקט א סיגנעל.. ער איז ערגעץ טיף אין וואלד..."
מייקל איז געקומען צו לויפן צום קאמפיוטער צו זען וואס דער אגענט רעדט. זעהנדיג אז דאס איז טאקע אזוי האט ער אנגעטון זיין העד פאון און זיך געוואלט נעמען אראנזשירן א פלאן.. אבער זיין פריוואטע סעל האט זיך צוקלינגן.
"מייקל, דאס איז סטיוו. מיר האבן יעצט באקומען א טעלעפאון קאל פון אונזער חבר עלווין, ער זאגט אז ער איז פארכאפט אין וואלד און איז ארוםגענימען מיט צוואנציג גארדס אלע פון זיי זענען באוואפענט ביז איבערן קאפ.. ער בעט זיך אז מ'זאל אים קומען ראטעווען.."
"מיר האבן באקומען די סיגנאל. ווייסט איר אפשר מער דעטאלן?"
"יא, ער האט אונז געגעבן א דיסקריפציע פונעם פלאץ. מיר פארן יעצט אהין און מיר וועלן זיך טרעפן דארט.
אדער לאמיר מאכן בעסער. איך וועל אייך געבן די דעטאלן אויף די ליידיגע פעלד וואס איז א מייל אוועק פון ווי ער איז און מיר וועלן צוזאמען אריין גיין אים ראטעווען."
"פיין. איך שפאן איין א גרופע פון פיפציג חברה מיר קומען צו פארן מיט העליקאפטער'ס. מיר וועלן זיך דארט טרעפן ביז צען מינוט."
סטיוו מיט דזשימי האבן זיך אריין געזעצט אינעם קאר און צוגעפארן צום ליידיגן פעלד און זיך דארט געשטעלט ווארטן אויף מייקל מיט זיין ארמיי.
ס'האט נישט גענימען לאנג און מייקל איז אנגעקומען מיט זיינע חברה..
בעפאר מ'האט אנגעפאנגן צו רעדן וועגן די פלענער האט מייקל צוגערופן סטיוו און דזשימי אין א זייט און זיי געזאגט מיט קלארע ווערטער.
"דער עלווין ענקער חבר איז א געזוכטע מענטש. איך וואלט אים גערופן טעראריסט אויף לויט וויפיל איך האב געהערט איבער אים. אלזא, מיר גייען יעצט אריין טרעפן די קאנטעינער וואס ער האט גענימען מיט זיך. מיר גייען נישט ווייל מיר ווילן ראטעווען זיין לעבן! אויב קענען מיר אים ארויס נעמען לעבעדיג וועלן מיר זיין זייער צופרידן אבער קיין איין איבריגע שאס, קיין איין איבריגע מענאווער אדער אנשטרענגונג וועלן מיר נישט מאכן אים צו באקומען לעבעדיג!!
זענען מיר קלאר אין דעם? אויב זענט איר נישט מסכים מיט אט די תנאים האט איר נישט וואס מיטצוקומען...!!
זענען מיר קלאר?"
ביידע האבן געשאקלט מיטן קאפ "יא"
ביידע האבן פארשטאנען וואס דאס מיינט. עלווין'ס טשאנס ארויסצוקומען לעבעדיג פון דא איז נענטער צו נול.
מייקל איז דורך געגאנגען די פלאן מיט זיינע חברה.
"די ערשטע קליינע גרופע פון צען מענטשען גייען אריין וואקן שטילערהייט און מיר גייען אראפשיסן די פיר וועכטערס ביים טיר מיט א סיילענסער (דאס איז א גאן וואס מאכט נישט קיין גרידער) איינמאל די טיר איז מער נישט באוואכט גייען מיר אריין רופן אז זיי זאלן זיך אינטערגעבן. די מינוט וואס זיי גייען וויסן אז מיר זענען דא וועט שוין נישט זיין קיין זין זיך צו באהאלטן, און מיר וועלן אריין קומען מיטן גאנצן קראפט. איין גרופע וועט לאנדן מיטן העליקאפטער אויפן דאך און די אנדערע צוויי וועלן ארום נעמען די פלאץ פון אלע זייטן.
געדענקט דארט קען ליגן טויטליכע וואפן. האלטס ענק נישט אפ פון שיסן.."
אזוי רעדענדיג האט מייקל באמערקט א גרויסע טרעילאר זיך ארויף דרייען אויפן ראוד.... דאס מיינט אז די מקח איז שוין פארטיג.... די קויפערס נעמען איבער די סחורה..
"אקעי חברה.. מיר דארפן זיך צויאגן....
זייטס גרייט אויף מיין רוף... צינד אן די העליקאפטערס צו זיין גרייט... מיר גייען אריין....
איינס... צוויי... דריי.... לעטס גאו...!!!
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 8:59 am
דורך פונקטליך
וואס האסטו געטוהן??!!!
פונקט דא סטאפסטו??
לייג פליז ארויף ווייטער!
ררררריזזזזזזיגן יישר כוח!!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 9:37 am
דורך מי יודע
א וואונדער ס'נעמט אזוי לאנג, מען דארף קענען ספינען
און באזונדער א יישר כח פארן מעלדן פאראויס בערך ווען ס'קומט די נעקסטע, אזוי האב איך געוואוסט צופרי פאר פרישטאג עס ארויסצופרינטן, דער פרישטאג האט זיך סאך בעסער געגעסן
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 10:07 am
דורך שמערי בערי
ביסט שוין אמאל געפארן אויף א גליטשיגע ראוד און געספינט? דער ספינט דאך עפעס נישט נארמאל! יויש איך צצצצצציטער!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 10:19 am
דורך למעלה משבעים
מממממיייייייינננננעעעע ההההעעעעעעעעעננננננננננטטטטטטטטט צצצצצצצייייייטטטטטטטטטטטעעעעעעעעערררררררררןןןןןןןןן.
אאאבבב די ביזט ריזיג, קום צוריק ווי שנעלער.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 10:28 am
דורך נאר נייעס
איך פאר שטיי נישט ..... וואס טוסטו די בלאקס אפ די גאנצע ראוד
אב ביז אממממממבעליבעבל
just keep it up like this its major
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 10:30 am
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
אב איך וויל עס שטארק יעצט ליינען, אבער מיט אייזערנע כוחות וועל איך מיר איינהאלטן, און ליינען אויפן באס אויפן וועג אהיים,
אבער ווי אייביג שטעל איך מיר פאר אז עס איז שפאנענד, און וועט מיר אויף אין מינוט מאכן אנגעצויגן, און די קומענדיגע מינוט מאכן רואיג, און אזוי ארויף און אראפ, אבער צום סוף וועסטו זיכער מאכן איך זאל אוועקגיין אנגעצויגן, אזוי ווי אייביג,
עניוועי קיפ אפ!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 10:42 am
דורך jkup50
אב !! טאמער קומא נישט עליוון אריבער צום סעודת הודאה פון סעם איז נישט דא וואס צי גיין ווייטער מיר דארפען אים לעבדיג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 12:12 pm
דורך fiena nieas
אב דו ביסט מעכטיג!! א גרויסען שכוח!!
אבער פארוואס האט דזים נישט געקענט פארציילן פאר די עף בי איי פונטקליך די מעשה מיט עלווין און די טשאנסעס צו ראטעווען עלווין וואלט נישט געווען נול?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 12:28 pm
דורך שמערי בערי
fiena nieas האט געשריבן:אב דו ביסט מעכטיג!! א גרויסען שכוח!!
אבער פארוואס האט דזים נישט געקענט פארציילן פאר די עף בי איי פונטקליך די מעשה מיט עלווין און די טשאנסעס צו ראטעווען עלווין וואלט נישט געווען נול?
מסתמא ווייל זיי וואלטן נישט געגלייבט אזא מעשה, און זיכער האט ער נישט געוואלט זיין אריינגעמישט אין די פרשה פון עלווין.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 1:16 pm
דורך איזעי
פרוכט האט געשריבן:Sorry,
No words...............
נארוואס געליינט דעם גאנצן שפינען וועבעכץ, כ'האב שוין מורא צו ליינען זיינע אנדערע פארזעצונגען, פשוט, כ'האב מורא כעלנישט אנקומען מיט די ארבעט...
און צו דיר אבי: כאטשיג די מעשה ענדיג, א שאד יודיש געלט, זאג נישט: ביסטער אליין שולדיג, ווייל כ'בין אן אונס...
איך שטים צו צו יעדעס ווארט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 1:17 pm
דורך אלטעבחורל
אלטע-טאטעלע;
האב איך געזעהן די קעפל, האב איך געטראכט צו מיר פששש... אלטע-טאטעלע האט מסתם באשריבן וואס געשעהט אפטמאל ביי די אינגע ווילדע פעצלעך וואס האבן נאכנישט געהיט 25 אין נאגן אין יאגן נאך צו דרייוון א אויטא? ס'טייטש אזוי. איך האב געמיינט זיכער אז דו באשרייבסט עפעס א מאנסע פון א פריש פעצל וואס מען האט אים איבערגעגעבן שליסלעך פון א קאר אין זיינע הענט אין דאס איז געווען במלאו וויזויהייסטעס " שליסלעך אין אומגעוואונטשענע הענט" - אין כ'דערצו ס'שוין דא 11 זייטן פון די מעשה, האב איך געמיינט זיכער אז מען דיסוקוסירט צו דער אינגער פעצל האט יא געהאט רעכט אדער נישט צו קריגן די בינטעלע שליסלעך צו פירן א קאר.
אבער ניין טאטעלע. זעה איך אז מען רעדט פון עפעס גאר אנדערש, עפעס א ערענסטער פארזעצונג. אקעי, סארי איך קען נישט קאמענטען פשוט ווייל איך האב נישט געליינט צו מען רעדט פון באגא צו לאצי אדער שפענצאק. פשוט איך בין נישט עוסק אין פארזעצונגען.
איך גלייב אבער אז דיין פארזעצונג איז ווערט -סאָף-קאָל-סאָק ביסטו גוט.
איין עצה האב איך אויס איז די שליסל אין אומגעוואונטשענע הענט טויש די שלאס!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 1:21 pm
דורך Alien
שמערי בערי האט געשריבן:fiena nieas האט געשריבן:אב דו ביסט מעכטיג!! א גרויסען שכוח!!
אבער פארוואס האט דזים נישט געקענט פארציילן פאר די עף בי איי פונטקליך די מעשה מיט עלווין און די טשאנסעס צו ראטעווען עלווין וואלט נישט געווען נול?
מסתמא ווייל זיי וואלטן נישט געגלייבט אזא מעשה, און זיכער האט ער נישט געוואלט זיין אריינגעמישט אין די פרשה פון עלווין.
שטימט נישט.
אויב זענען זיי פריער געווען גרייט אים צו העלפען. נאך מער, זיי האבען נישט געוואלט אוועק גיין, נאר נאכן אוועקשיקען, מאכט נישט קיין סענס אז זיי ווילן נישט זיין פארמישט, ווען עלווין איז אין אזא צרה.
פארוואס קענען זיי נישט פארציילען פאר די פ.ב.איי. די גאנצע מעשה? און טרעפן באווייזן.
ס'שטארקע קשיא.
וואלט נישט געווען בעסער ווען עלווין מעלדט פון אנפאנג ווען מ'האט אים אנגעהויבן זיכען, וואס דא גייט פאר?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 1:44 pm
דורך איזעי
שטותים! עטס זעטס נישט ווי דער אלטער בייזער טאטע וויל דוקא הרג'נען דעם אומשולדיגן עלווין, אומזיסט איז אונזער זיך בעטן ביי אים, אדרבה וואס מער מיר בעטן און האפן וועט ער אים צושטעלן נאך א בעסערע מיתה משונה.
די איינציגסטע עצה איז, אפ.... איך וויל נישט אויסזאגן ווייל דאן וועט ער דוקא טון פארקערט.
ווער עס פארשטייט, פארשטייט......
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 2:22 pm
דורך fiena nieas
איזעי האט געשריבן:שטותים! עטס זעטס נישט ווי דער אלטער בייזער טאטע וויל דוקא הרג'נען דעם אומשולדיגן עלווין, אומזיסט איז אונזער זיך בעטן ביי אים, אדרבה וואס מער מיר בעטן און האפן וועט ער אים צושטעלן נאך א בעסערע מיתה משונה.
די איינציגסטע עצה איז, אפ.... איך וויל נישט אויסזאגן ווייל דאן וועט ער דוקא טון פארקערט.
ווער עס פארשטייט, פארשטייט......

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 2:35 pm
דורך ווינקל
ווינקל האט געשריבן:איך פערדיקט גארנישט מער!
ביסט נישט נארמאל. פינטל.
ענדיג שנעל ווייל די מצב טויג נישט!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 3:28 pm
דורך אב זקן
איך גלייך ווען דער עולם פלאגט זיך אויף א שטיקל פארזעצונג.
אבער וואו ס'שיינט באמערקט מען נישט יעדע ווארט. אדרבה אויב איז עס צו טיף זאל דער עולם זאגן און איך וועל דערציילן מער פשוט'ער (אויב האט איר באמערקט, די פארזעצונג האב איך נישט געפלאנצט קיין אגענטן און נישט געניצט צופיל נעמען.. דער עולם איז געווארן צו צומישט)
לאמיר עס מסביר זיין פשוט.
מארעסטירט נישט קיינעם אן קיין עווידענס! זאל ווען סטיוו זאגן פאר די פאליציי ווען זיי האבן אים אפגעשטעלט וואלטן זיי ארעסטירט עלווין אלס א געזוכטער פארשוין פארן אנטלויפן מיט א קאנטעינאר. און זיי מעשה אז ער איז נישט די מענטש און ער ווארט אפ איינעם. וואלט קיינער נישט אפגעקויפט!!
אבער איינמאל ער איז אריין געפאלן אין טראבעל איז עס אייביג בעסער צו גיין אין תפיסה (אויב גייט מען אים קענען ראטעווען..) ווי צו שטארבן.
איז נאך עפעס שווער?