בלאט 2 פון 17

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 12:37 pm
דורך ווינקל
אונטער שרעק!

גיי ווייטער מיט פלייס...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:22 pm
דורך bailout
הו הא... עס קומט פיינע סחורה. פרישע ווארע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:31 pm
דורך קרעמער
איך ווייס נישט וואס דער עולם איז אזוי אנגעצויגן? עלווין האט דאך גענומען די קעיס פערזענליך...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:58 pm
דורך גראדער
ווילן מיר בעטן דעם אלטן טאטן:

קיפ אן די גוד ווארק! בלע"ז...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 2:21 pm
דורך למעלה משבעים
קרעמער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דער עולם איז אזוי אנגעצויגן? עלווין האט דאך גענומען די קעיס פערזענליך...

וואס פארשטייסטו נישט? געדענקסט נישט יענע מעשה ווי די עף-בי-איי האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין פיין שלי'מזל'דיג? מיט אונזער אב קען מען זיך גארנישט אויסרעכענען... אוי איז דא וואס צו ציטערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 2:58 pm
דורך וואדקע
דער זקן איז פריש ווי א יונגערמאן!
איך בעק די איידיע פון שרייבען אויפ'ן קעפל ווען ס'איז דא א ניי א פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 4:17 pm
דורך גלגלשלג
די אלטער די צוסט אינז אן דע נערווען ווי א ינגערמאן צוט אן א אלטער איד
keep on going we cant waite so long

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 4:20 pm
דורך פאטאקי08
נו!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 5:30 pm
דורך פונקטליך
יעצט הערשט געליינט די צווייטע פארזעצונג
ס'איז געוואלדיג!!

לויט ווי אונז קען מיר 'אב' גייט ער נאכדעם צוריקדרייען די זאך אז די פארברעכער האבן אינטערגעהערט אלעס וואס ער האט גערעדט מיט די נעווי סיעלס... וכו'
אבער דאונט ווארי, 'אב' האט פערזענליך גענומען די קעיס אויף זיך און ער וועט זיכער מאכן אז דער איד קומט ארויס דער זיגער, ומחה ד' דמעה מעל כל פנים..

ריזיגן ישר כוח!
איך אפראוו צו לייגן די נעקסטע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 8:03 pm
דורך שמויגער
פונקטליך האט געשריבן:איך אפראוו צו לייגן די נעקסטע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 11:21 pm
דורך פאטאקי08
אלטער וויפיל איז דער שיעור?!!
מאשקע איו זיינע יארן וואלט שוין לאנג געבויקאט די אשכול!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 10:15 am
דורך איך וויל פארשטיין
אב, זאג אינז אויס דער סוד, וויפיל תגובות פעלט זיך אויס פער פארזעצונג?
מ'וועט עס אי"ה זייער שנעל צושטעלען!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 11:08 am
דורך צייטליך
נא! דער האט מיך אנגעצויגן צו די מאקסימום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 12:42 pm
דורך אב זקן
רבותי, פארשטייט מיר אביסל. בעפאר איך לייג ארויף א פארזעצונג מוז איך האבן כאטש נאך איין פארזעצונג אפגעשריבן זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט. בעפאר איך האב אנגעפאנגן האב איך געהאט דריי פארזעצונגן אפגעשריבן און דערפאר האב איך געקענט לייגן די ערשטע צוויי אזוי שנעל. אבער דאס קען נישט אזוי גיין יעדעס מאל.

איך האף נאך פאר שבת (אפשר גאר היינט) ארויף צו לייגן דאס דריטע פארזעצונג אי"ה.

פונקטליך, לאמיך דיר אויסזאגן א שטיקל סוד. די פארזעצונג גייט זיך לכאורה ציען צו סאך מער פון זעקס פארזעצונגען. איך וואלט געזאגט אז ס'וועט מעגליך אנקומען צו צען. צופרידן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 12:51 pm
דורך נאר נייעס
אב די טארסט עס נישט טוהן צי אונץ איך קען שוין קוים ווארטן
די ציסט אן די עולם צי שטארק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 1:44 pm
דורך פונקטליך
אב זקן האט געשריבן:פונקטליך, לאמיך דיר אויסזאגן א שטיקל סוד. די פארזעצונג גייט זיך לכאורה ציען צו סאך מער פון זעקס פארזעצונגען. איך וואלט געזאגט אז ס'וועט מעגליך אנקומען צו צען. צופרידן?

נעוואדע זעמיר צופרידן! כ'האב נאר ארויסגעברענגט ווי אזוי "אב" סטייל ארבעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 7:03 pm
דורך אקעי
אב - די מיזסט שרייבען כאטש 1 פארזעצונג א טאג, אויב נישט קען איך נישט ציזאגען קיין פעיראל

3'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 7:34 pm
דורך אב זקן
די זייגער ווייזט שוין אויף אכט דרייסיג. עלווין מיט זיינע מענטשען זענען אויף זייערע פאזיציעס.
שמואל האט אויך געוואלט דארט זיין פריער פשוט ער האט געקענט באשטיין אז עלווין מיט זיינע מענטשען זאלן אים זעהן און וויסן צו האלטן אן אויג אויף אים און אויך האט ער געקענט באשטיין דארט צו זיין ווען זיי קומען אן, נישט אז זיי זאלן קענען האבן טענות אויף אים אז ער איז געקומען שפעט צו וואס.

ווען די זייגער האט געוויזן אויף צען צו ניין האבן דריי עס יו ווי'ס אריין געפארקט פארנט פונעם ברידזש, אלע טירן האבן זיך געעפענט און דריי חברה האבן ארויסגעטאנצען דערפון. עלווין האט דאס באמערקט און געזען אז זיי שטימען מיט די דיסקריפציע וואס סעם האט אים געגעבן. יעדע פון זיי האבן געטראגן טינקעלע ברילן מיט קאמיונעקאציע פארבינדונגען צוגעטשעפעט צו די ארבל. דאס האט גראדע היפש געכאפט עלווין ווייל ער האט געמיינט אז זיי גייען קומען אין איין קאר אזוי וועט אים נעמען איין מינוט אריין צולייגן אינעם קאר א קליינע אונטערהער אפאראט. אבער דא אז ס'איז דריי קארס דארף ער יעצט געוואויר ווערן ווער די פירער פון די גרופע איז און אזוי ארבעטן דעראויף.

עלווין זעהט וואו צוויי פון די דריי חברה צוטיילן זיך און יעדער גייט אויף אן אנדערע ריכטונג זיי קאמיונעקירן די גאנצע צייט. דער דריטער איז געבליבן שטיין אנגעלאנט אויף זיין קאר און פארייכערט א צוגערעטאל. אנקומענדיג צו די פלאץ ווי שמואל איז געשטאנען און געווארט האט די חברה מאן דורך געוואקט אן זיך וואוסענדיג מאכן פון אים און שפאצירט ווייטער אבער ער האט עפעס אריין געזאגט אין זיין ארבעל. געענדיגט דעם שפאציר האבן זיך אלע דריי צוריק אריין געזעצט אין זייערע קארן און אוועק געפארן.

עלווין האט זיי זייער באוואונדערט. דאס ווייזט אז זיי זענען גאר פראפעשאנאל. זיי האבן געטון אקוראט וואס א געלערענטע שפיאן דארף טון פארן זיך ארויסלאזן אויף אן אקציע, דאס הייסט אויסשמעקן דאס פלאץ אבער גארנישט טון ווייל טאמער ווארט איינער אפ וואלט יענער גלייך ארויף געשפרינגן ווען מ'קומט אן. און ווי אויך דארף מען אויף יעדע פלאץ זעהן וויפיל פלעצער ס'איז דא אויב דארף מען אנטלויפן, וויפיל פלעצער ס'איז דא צו שפרינגען אא"וו. עלווין האט דאס שטארק באוואונדערט און פון די אנדערע זייט האט דאס געוויזן אז די חברה דא זענען שוין איינמאל גוט אין זייער פעלד און די רעדע איז נישט פון אפאר צוריק געבליבענע גאסן יונגן, אבער דאס האט נאך מער אויפגערייצט זיין אפעטיט צו ווייזן וואס ער קען.

עלווין האט זיכער געמאכט מיט זיינע חברה אז זיי האבן אלעס מיטגעהאלטן אלע האבן באשטעטיגט אז יא. לויט וויאזוי זיי האבן געשאצט איז דער וואס איז געבליבן ביי זיין קאר ער איז די פירער פון די גרופע און די אנדערע צוויי זענען זיינע ארבעטערס. אויב איז דאס ריכטיג דארף מען נאר זעהן אריין צופלאנצען די באג ביי אים אין די קאר. עלווין האט צוגעשטומט און ס'איז געבליבן אז מ'גייט ווארטן אויף ניינע און זען וואס גייט זיין.

שמואל קוקט נערוועזערהייט אויף זיין זייגער. די זייגער רוקט זיך גאר שטייט, און אזעלכע מאמענטען וואונטש מען זיך אז די זייגער זאל פליען און מ'זאל שוין האלטן נאכדעם. די זייגער ווייזט אז ס'איז נאך דא א מינוט מיט פיר און צוואנציג סקונדעס צו ניין... זיין הארץ נעמט זיך קלאפן שנעלער.. אט אט זענען זיי דא... ווער ווייסט צו עלווין ווייסט ווי איך בין..? פארוואס האט ער מיר נישט געגעבן א ראדיאו אז איך זאל זיך קענען פארבינדן מיט אים?

ווען די זייגער האט געקלאפט אויף 9:02 האבן זיך פלוצלינג באוויזן דריי חברה פארענט פון שמואל. "דו ביסט סעם,הא?" שמואל האט געשאקלט מיטן קאפ. "קום מיט אונז" די חברה האבן גענימען שמואל און אראפגעוואקט צו די קאר אים געהייסן אריין זעצן אין די בעק סיט... שמואל איז געווארן אינגאנצן פארלוירן, ווער ווייסט צו עלווין האלט מיט וואס דא גייט פאר.. פארלוירענערהייט האט שמואל זיך ארום געקוקט אויף אלע זייטן צו זען צו ער קען אפשר זען עלווין און אים ווינקן אז די פלענער האבן זיך געטוישט און די מיטינג גייט נישט זיין ביים ברידזש נאר מ'פארט אוועק... אבער דאס זיך אפשטעלן איז געווען א טראגישן טעות פון שמואל'ס זייט. דאס איז קלאר געווען קעגן די אינסטרוקציעס וואס עלווין האט אים געגעבן... ער האט אויף קיין פאל נישט געטארט ארויסווייזן אז ער פארמאגט מענטשען ארום זיך....


לאמיר א מינוט צוריק מישן דעם זייגער פאר פינעף מינוט און זען וואס עלווין און זיין גרופע האבן געטון און געזען..

די זייגער ווייזט אויף צוויי מינוט צו ניין, עלווין זיצט אויף זיין פאזיציע. פאר א פשוטע דורך גייער האט עלווין אויסגעקוקט ווי איינער וואס איז ארויסגעקומען פארברענגן מיט א באטל משקה קיינער וואלט נישט געחלומט אז ער איז דא אויף אן אקציע. ווייטער זיינע אנדערע דריי חברים זענען אלע אויך געווען צושפרייט, צוויי זענען געזעצן אין די קאר און אנגעצינדן ווילדע מוזיק און די דריטער האט ארויף שפאצירט און אראפשפאצירט די גאס מיט אן אייפאד אין די אויער. יעדעמס אויגן זענען געווען געוואנדן צום שטרויז, יעדע קאר וואס איז דורך געפארן האט מען באטראכט מיט אכט אויגן. ענדליך א מינוט צו ניין האבן אלע אויגן געלאנדעט אויף א קאר וואס האט געפארקט ביים עק גאס. פון דארט זענען ארויסגעטאנצן דריי חברה, זיך ארום געקוקט איין מאל און געוואנדן זייערע טריט צום ארויף גאנג פונעם ברידזש. "זיי זענען דא" איז געווען די ווערטער פון עלווין צו זיינע קאלעגעס. "זאג מיר ווען איך קען אנפאנגן מיין ארבעט פון פלאנצן די אינטערהער אפאראט" האט די אגענט מיטן אייפאד צוריק געפרעגט. "ווארט לאז מיך זעהן ווי זיי גייען".

עלווין זעהט ווי זיי גייען צו צו שמואל און זיי זאגן אים עפעס און אלע פיר נעמען זיך וואקן צום קאר. "טו נישט גארנישט, זיי קומען צוריק צו די קאר. זיי גייען האלטן די מיטינג ערגעץ אנדערש האב איך מורא, סטיוו, -האט עלווין געשריגן צום אגענט אין די קאר- ביסט רעדי זיי נאכצופארן?" יעס שאר! אקעי זיי זעצן זיך אריין...
אויוויי..... סעם טוה עס נישט!!! סעם... סטאפ... עלווין האט געשריגן אינעם רעדיאו אבער געמיינט האט ער סעם.. פארוואס טוט ער דאס...
קוק נישט אזויפיל... מיר זענען דא.. סטאאאפפ!!!!

"עלווין -האט זיך סטיוו אנגערופן- דו וועסט דארפן נאכאמאל רעדן צו סעם און אים מסביר זיין אז מיט אזעלכע קלייניגקייטן קען ער אוועקלייגן די גאנצע אקציע און אריין לייגן זיין לעבן און די לעבן פון זיין משפחה אין סכנה. ס'זעהט אויס ווי ער כאפט נישט מיט וועם ער האנדעלט דא".
"איך ווייס איך וועל רעדן צו אים ביינאכט"

ווי נאר די קאר און וואס שמואל איז געזעצן האט זיך ארויסגעצויגן פון זיין פארקינג ספאט האט זיך נאך א קאר אריין געלייגט אין דרייוו און אנגעפאנגן נאכצופאלגן דעם קאר.

עלווין מיט דזשימי זענען געבליבן אנא קאר דזשימי איז געגאנגען צו עלווין און ביידע האבן זיך אראפגעזעצט ווארטענדיג צו הערן וואס סטיוו באריכטעט. סטיוו האט נישט לאנג געלאזט ווארטן און איבערגעגעבן פאר עלווין אז דער דרייווער פונעם ערשטן קאר מאכט געפערליכע ווילדע מענאווערס "איך ווייס נישט צו ער טוט דאס ווייל ער האט מורא אז איינער פארט אים נאך אדער ער טוט דאס פשוט ווייל ער יאגט זיך שטארק"
דזשימי מיט עלווין הערן וואס סטיוו זאגט. ביידע קוקן זיך אן, גיבן זיך א צושמייכל און שטעלן זיך אויף..
"סטיוו מאך זיכער אים נישט צו פארלירן"
"על, דו זארגסט דיך פאר מיר? דאכט זיך אז ביי די דרייווינג סקול טעסט האב איך עס געמאכט מיט א הונדערט און דו נאר מיט זעקס און ניינציג.. בין איך גערעכט?"
"יא, איך האב נאר געווערטעלט"

דזשימי מיט על האבן זיך גענימען לויפן צו די ריכטונג פון דזשימי'ס טאטעס הויז, דזשימי'ס טאטע איז געווען א דיטעקטיוו און געארבעט פאר די נ.י.פ.ד. ער איז געווען זייער אן איבערגעגעבענע מענטש. זיין שמחה איז געווען גאר גרויס ווען ער האט געזען אז זיין קליינע דזשימי גייט אין זיינע וועגן און ס'ליגט אים אויך אין די בלוט צו גיין טון עפעס פארן לאנד. ווען דזשימי האט אפגעמאכט צו גיין דינען די מיליטער און זיך גאר איינשרייבן צו ווערן א נעווי סיעל איז צו זיין טאטעס פרייד נישט געווען קיין גרעניץ, זיין טאטע האט געהאט די פולסטע ריספעקט פאר זיין זון, און דזשימי האט אויך שטארק געגליכן זיין טאטע און דאס איז געווען זייער באקאנט ביי דזשימי'ס נאנטע אז דזשימי איז וואו א חבר צו זיין טאטע.

יעצט איז בייגעפאלן פאר עלווין מיט דזשימי די זעלבע פלאן....

*

שמואל זיצט אויף זיין זיץ אינעם קאר אפגעזינדערט פון די אנדערע אזויווי די קאר פון אינדערפרי האט די קאר אויך פארמאגט א גלאז וואס האט אפגעטיילט די צוויי טיילן פונעם קאר. די פענסטערס זענען אויך געווען טינקל שווארץ און מיט די נאכט טינקעלקייט האט דאס געגעבן א בליק ווי א פארעדיגע תפיסה.
דאס מערסטע וואס האט געבאדערט שמואל איז געווען ווער ווייסט צו עלווין ווייסט אז איך בין דא, האט ער געזען ווי מ'שלעפט מיך דא אריין? פארוואס האט ער כאטש נישט אנגעטון אויף מיר עפעס וואס אזוי זאל ער קענען זעהן ווי איך געפון זיך די גאנצע צייט?
אפשר, האט שמואל אנגעפאנגן צו קלערן דערביטערט, אפשר איז די לויער יא גערעכט און איך וואלט נישט געדארפט אריין מישן קיינעם נאר פאלגן וואס זיי הייסן און פארטיג..? וואס פעלט מיר אויס די גאנצע עלווין אויב קען ער מיך אזוי שנעל פארלירן..?

די קאר האט זיך געווארפן געפערליך ווילד, שמואל האט געשפירט אז ס'איבעלט אים אבער ס'איז נישט געווען אפילו צו וועם און וויאזוי זיך אפצורעדן. נאכן פארן א האלבע שעה איז די קאר געקומען צו א גענצליכן אפשטעל. שמואל האט געוואוסט וואס ס'קומט, שמאטע אויף די אויגן און זיך טרעפן אין א פארשטיפטן ווערהויז. אבער דאס מאל איז עס נישט געקומען, קיינער איז נישט געקומען צו זיין טיר די קאר פארט נישט אבער קיינער קומט נישט צו אים.. שמואל ווארט אזוי א שטיק צייט און נאך צען מינוט שפירט ער ווי מענטשען זעצן זיך אריין אין די קאר און מ'פארט ווייטער...
ווער זענען די נייע מענטשען אין די קאר? וואס איז די פשט פון זיך אפשטעלן?

*

דזשימי מיט עלווין זענען ביידע געלאפן, אנקומענדיג צו דזשימי'ס טאטעס הויז איז דזשימי אריין געלאפן רעדן צו זיין טאטע, און קורצן האט ער אראפגעלייגט פאר זיין טאטע די מעשה און געזאגט פאר זיין טאטע אז ער דארף זיין הילף "דזשימי, אפשר לאזטו מיך קער נעמען פון די קעיס, דו ווייסט דאך אז איך פארשטיי בעסער צו לאקאלע גענגעסטערס ווי דו"
"טאטי -האט דזשימי געענטפערט,- דאס איז א קעיס וואס מיר האבן גענימען אויף זיך עס אויסצופורן, דו ווייסט דאך אז ס'איז דא געוויסע זאכן וואס דו גייסט נישט קענען טון ווייל דו ביסט אפיציעל אין די רעגירונג. לאז עס אויף אונז, דו וועסט אונז ארויסהעלפן מיט די פארש ארבעט אד"ג. און טאמער וועלן מיר דארפן הילף מיטן ארעסטירן איינעם וועלן מיר דיך רופן" וואס איך דארף יעצט פון דיר טאטי איז דיין קאר און דיין בעדזש..

עלווין מיט דזשימי האבן זיך אריין געזעצט אין די אפיציעלע קאר פונעם דעטעקטיוו און מיט הילכיגע קולות און בליטשקעדיגע לייטס זיך געלאזט אין וועג אריין.
"סטיוו ווי ביסטו יעצט?" אויפ'ן בי קיו אי. דער פארט ווי א מערדער. "אקעי מיר ווארטן אויף אפדעיטס."

דזשימי האט זיך ארויף געזעצט אויפן פעדל און געשניטן רעכטס און לינקס עלווין האט געהאלטן און איין בעטן פון סטיוו אים צוגעבן די פונקטליכע גאס ווי זיי פארן דורך אזוי האט דזשימי געקענט אויסרעכנען און ווען ער איז טאקע געקומען א האלבע מייל אוועק פון סטיוו האט ער פארלאשן זיינע לייטס אבער גארנישט אראפגעלאזט פונעם ספיד. די האלבע מייל איז טאקע שווער געווען ווייל קיינער האט זיך נישט געריקט אין א זייט פאר דזשימי אבער מיט זיין געלערענטע טאלאנט פון דרייוון האט ער דורך געמאכט די וועג. אנקומענדיג נאנט צו שמואל'ס קאר וואס ער האט שוין דערקענט פון פריער האט ער צוריק אנגעצינדן זיינע לייטס און פארלאנגט פון שמואל'ס קאר זיך צו רוקן אין א זייט...

"עלווין, -האט סטיוו אריינגעשריגן- מ'האט יעצט אפגעשטעלט די קאר.. צוויי אנדער קאווער קאפס האבן יעצט געפולט די קאר.. איך האב א שטיקל פראבלעם, איך וועל זיי מוזן דורך פארן, איך קען מיך נישט אפשטעלן אינמיטן די ראוד..
הערסט מיך עלווין?"

"סטיוו, עלווין איז ביזי יעצט, זארג נישט וועגן די פאליציי, כאפ א גוטן בליק וועסטו זעהן ווער דאס איז..."

"הא הא הא.... זענט עטס צודרייט... האסט מיר נישט געקענט זאגן אז דאס איז די פלאן? אה... יעצט גייט עלווין קענען זעהן די נעמען פון די חברה.. און דו גייסט עס טראגן פאר דיין טאטע פאר א בעקגראונד טשעק... דאס איז גוט!!"

"יאפ, דו האסט ארויס די פיקטשער, דאס איז געווען א סורפרייז פאר דיר..חחח"

*

"לייסענס רעגיסטרעשאן ביטע. דו ווייסט אז דו ביסט געפארן אויף זעכציג אין א פינעף און דרייסיג מייל מ.פ.ה. זאנע? און אויך האסטו געטוישט ליניעס נישט מאכענדיג בלינקערס. קום ארויס פון די קאר און שפאציר ביז מיין קאר איך וויל זעהן צו דו האסט נישט געטרינקן. די דרייווער האט נישט געהאט קיין סאך ברירות ער האט אויסגעפאלגט וואס מ'האט אים געהייסן. פון די צווייטע זייט האט דזשימי פראבירט אריין צוקוקן און זעהן ווי שמואל זיצט. ער האט באמערקט די שווארצע פעסנטער וואס טיילט אפ די קאר.

ווען דער דרייווער איז געווען ביי דזשימי'ס קאר איז בייגעפאלן פאר עלווין א פלאן. און די שפיאנזש וועלט רופט מען דאס 'אומ-טראסט צווישן די אייגענע'. עלווין האט זיך אראפגעשטעלט שמועסן מיטן דרייווער און נאך צוויי מינוט איז ער צוריק געקומען צו די קאר און זיך אנגערופן "אהא. די דרייווער דערציילט מיר גאר א שיינע מעשה דא, זייט מוחל יעדער איינער שוין ארויסטרעטן פון די קאר מיט די הענט אויפן קאפ"
טאני גלייבט נישט וואס ער הערט, זיין דרייווער האט זיך פאררעדט פאר די פאליציי? איך קען דאס נישט גלייבן! אבער יעצט איז נישט געווען קיין צייט צו קלאגן האט טאני געקלערט, יעצט דארף מען פאלגן אויב נישט קען מען דא פארכאפט ווערן אין א שווערע פלאנטער. עלווין האט פארלאנגט פון טאני זיין לייסענס און פונעם צווייטן אויך, נאכדעם וואס עלווין האט געהאט יעדעמ'ס לייסענס האט ער זיך אריין געזעצט מיט דזשימי אין די קאר צו מאכן פאטא קאפיס פון די לייסענעס ווייל דאס האט דזשימי'ס טאטע געזאגט דארף ער האבן צו קענען זען די נעמען און נאכגיין די אינפארמאציע. מאכענדיג די קאפיס האט דזשימי באמערקט ווי טאני שרייט אן מיט קולות די דרייווער פון די קאר ער האט זיך צושמייכלט זעהנדיג ווי גוט עלווינ'ס פלאן ארבעט זיך אויס, ער האט נאר געשוינט דעם דרייווער אז ער דארף כאפן פארן גארנישט טון. אבער די עיקר וואס עלווין האט זיך געפריידט איז ווייל אזוי האט ער געהאט א געלעגענהייט צו זען ווער די פירער פון די דריי זענען.

נאכן הערן פון סטיוו אז ער איז שוין צוריק אינטער זיי איז עלווין ארויס צו די דרייווער און אים געגעבן א ווארענונג אז דאס קומענדיגע מאל זאלן ער מער אבאכט געבן און פארן נארמאל. טאני מיט די חברה זענען צוריק אריין אין די קאר און געפארן ווייטער. עלווין איז ארויס די נעקסטע עקזיט און צוריק געפארן צו דזשימי'ס הויז. סטיוו איז ווייטער נאכגעפארן נאך טאני'ס קאר.

נאך א שטיק צייט פארן האט זיך די קאר אראפגעדרייט פון די בי.קיו.אי. און זיך אריין געדרייט אויף א שטילע געסל סטיוו האט נישט געקענט דארט נאכפארן ווייל דאס וואלט גראד ארויסגערופן פארדאכטן ער האט פראבירט נאך צופארן נאך א שטרעקע אבער ווי לענגער אלס מער האט אויסגעזען מער פארדעכטיגט. אן קיין אנדערע אפציע האט ער אפגעשטעלט זיין קאר און זיך גענומען שפאצירן האלטענדיג אן אויג אויפ'ן קאר. נאך צוויי גאסן האט ער געזעהן ווי די קאר שטעלט זיך אפ, סטיוו מיט זיין חבר האבן זיך גראד אריין געריקט צו די וואנט אז ווען די חברה קומען ארויס זאלן זיי נישט זעהן. מיט די קוקער האט סטיוו באמערקט אז זיי גייען אריין אין א בילדינג.. מער ווי דאס האט ער נישט געקענט טון נאר אראפנעמען די אדרעסס ווי זיי זענען אריין און דאס איבער געגעבן פאר עלווין. אבער עלווין האט אים געווארנט נישט צו צוגיין צום קאר ווייל ער ווייסט נישט צו די פלאץ איז ארום גענימען מיט קעמרעס... נאכן איבער געבן די אדרעסס האט סטיוו זיך צוריק אריין געזעצט אין קאר און געווארט אויף ווייטערדיגע אינסטרוקציעס פון עלווין.

*
שמואל שפירט ווי די קאר איז געקומען צו א גענצליכע אפשטעל, דאס מאל זענען טאקע צוויי מענטשען ארויסגעקומען און אים געקומען נעמען. נאכן ארויף לייגן די שמאטע אויף זיין אויגן האבן זיי אים אריין געפירט אין א הויז. "העי סעם, וויאזוי איז געווען די וועג? איך וויל דיר נישט ווייטון אבער דאס איז א רוטינע זאך פאר אלע אונזערע קאסטומערס", און אזוי רעדענדיג האט מען אים דורך געטאפט פון קאפ ביז פיס זיכער צומאכן אז ער פארמאגט נישט גארנישט אויף זיך.. יעצט האט שמואל געכאפט ווי קלוג עלווין איז געווען פארן אים נישט געבן גארנישט... "דארפסט פארשטיין אז אסאך מענטשען לעבן נישט דורך זייער ערשטע וויזיט ביי אונז, אויב טרעפן מיר סיי וואס פארדעכטיגט ענדיגן מיר דעם שמועס מיט א קויל.. אבער דו זעהסט אויס ווי א ערענסטע מענטש"

"וואס ווילט איר פון מיר? זאגט מיר וואס איר דארפט און איך וועל פאלגן. אבער לאזט מיך גיין"
"הא הא.. מיר גלייכן אזאנע וואוילע מענטשען ווי דו, זארג נישט מיר וועלן דיך נישט צו לאנג מוטשענען... טו וואס מיר הייסן און נאכדעם וועסטו פון קיין פראבלעמען נישט וויסן..."

הא הא האבן זיך אלע צולאכט..
פאר שמואל איז דורך א סקרוך אין די ביינער... זיי מיינען גארנישט מיך.. זיי ווילן אז איך זאל זיי פאלגן דערנאך גייען זיי מיך הארגענען..... באשעפער העלף מיך.... עלווין.. ווי ביסטו??..

"הער אויס סעם מיר דארפן פון דיר איין זאך. אין דיין בילדינג ווי דו ארבעטס איז אויך דא אן אפיס פון די 'קאסטומס' זיי האבן שטארקע זיכערהייט צוימענגען ארום זייער אפיס אבער דו אלס אן ארבעטער אינעם בילדינג האסטו זיכער מער צוטריט ווי אונז, מיר דארפן אז דו זאלסט אונז ארויסדערווישן די בינטל שליסלעך וואס ליגט דארט... גאנץ פשוט, זיך אריין כאפן ארויסדערווישן די בינטעל שליסלעך און אונז עס איבערגעבן. ווען דו ביסט פארטיג דערמיט וועסטו מער אין דיין לעבן נישט הערן פון אונז.

שמואל האט געמיינט ער פאלט אוועק, זיי פארלאנען פון אים צו ווערן א פאלנע גנב און ווען ער פארטיגט דערמיט פארטיגן זיי מיט אים...
שמואל האט זיך גענימען טענה'ן מיט זיי אז ער קען נישט און ער גייט עס נישט טון.
"דו גייסט עס טון! דאן האבן זיך צוויי חברה אויפגעשטעלט און פארבינדן שמואל די אויגן...

--

"דו גייסט אונז געבן די שליסלעך אויב איז דיין לעבן ווערט מער ווי א פיאסטער" האט שמואל געהערט ווען זיין אויגן זענען געווען באדעקט און פארבינדן. "אבער איך קען דאס נישט טון" האט שמואל זיך פראבירט איינצו'טענה'ן מיט זיינע פארכאפערס. "זאג אונז נישט וואס דו קענסט און וואס נישט. מיר וועלן דיר זאגן"! א פראסק האט געלאנדעט אויף שמואל'ס פנים..

שמואל האט איינגעזען אז אויב וויל ער ארויסגיין א לעבעדיגער זאל ער בעסער זאגן יא. אן קיין ברירה האט שמואל געשריגן אז ער איז מסכים. "מיר געבן דיר א וואך צייט, ביי סוף וואך זאלסטו צוריק קומען צו אונז מיט די שליסלעך און מיר קענען זיך מער נישט"
די ווערטער 'מיר קענען זיך מער נישט' האט שטארק געקלינגן פאר שמואל אין די אויער ער האט געוואוסט וואס דאס מיינט...

שמואל איז צוריק אנגעכאפט געווארן און אריין געפירט געווארן אין קאר ווי זיי האבן אים אראפגעלאזט אינמיטן א רוישיגע גאס אין מאנהעטען...

... פארזעצונג אי"ה ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 7:49 pm
דורך מי יודע
יויש!!!!!!! איך ציטער!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 8:08 pm
דורך זכר באנדל
אב זקן האט געשריבן:הא הא האבן זיך אלע צולאכט...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
דאס איז נאך די בעסטע פארט!

האלט אן פליז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 8:14 pm
דורך פאטאקי08
אב די פערד איינער! שוין לייג ארויף די נעקסטע אבער שוין!!!
פונקט דא האסטו געמוזט סטאפן???????????!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 8:19 pm
דורך קרעמער
א דאנק אייך, ספעציעלע אגענט 'אב זקן', פאר די ווילדע רייזע און די איבערראשונגען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 8:22 pm
דורך ווינקל
דאס איז אין שארפן קאנטראסט מיט די טראדיציאנאלע 'כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט....'

-----

דו ביסט עפעס נישט נארמאל געדרייט, ווי אזוי מען פרעדיקט, דרייסטו אויס דעם רוקן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 9:38 pm
דורך פונקטליך
ררררריזזזזזזיג!!

האלאו!! כ'געדיר 12 שעה און ברענג מיר די נעקסטע בינטל פארזעצונג!!..

א אמת'ן יישר כח
ביטע לאז אונז נישט ווארטן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 28, 2011 1:50 am
דורך געשמאקער
בויך שאקעלינג! ! !
קיפ איט אפ