בלאט 10 פון 17

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 9:34 pm
דורך always happy
מוצאי שבת 9:30 : הרב אב זקן איך פאר יעצט אויפן וועג אין א יעדע פאר מינוט קיק איך אויב די האסט שוין ארויפגעלייגט די פרישע פארזעצונג אבער צי מיין ערשטונונג איז עס נאך אלץ נישט דא!! איך ווארט נאך

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 9:51 pm
דורך שמאטע
אב די ביסט רוזיג!!!! איך הייב אן טראכטן וואס נאך ס'קען אלץ גיין מיטן פיטום אראפ ?!?

וואט אבאיט! אז טאני איז גאר נישט קיין "טאני", ער איז גאר א "אלבערט " וואס איז געשטעלט געווארן דורך די פ.ב.א. אלטס אן אנדערקאווערד אגענט, אין דא קימט גאר איינער וואס אפילו ער ווייסט אז דער עלווין איז דא מיט א ריינע כוונה, דאך איז ער נישט רואיג ווייל.... בלא בלא בלא.... סאררי באט איך קען נישט אזוי גיט ווי אב....

אב יא ארר אימעזינג!!! קיפעראפ!!

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 9:55 pm
דורך גלגל החוזר
גם אני מצטרף
כרחם אב על בנים אלטער טאטע האב רחמנות אויף דיינע קינדער מיר ווילן גיין שלאפען פרי מארגען גייסטו האבען טענות ווען מיר וועלן נישט אויפשטיין אין צייט צו חדר און די וועסט נישט וועלן געבן א צעטל פאר קומען שפעט ביסט טאקע גערעכט אז לעצטע וואך בין איך אויך אויגעשטאנען שפעט אבער דער וואך גייט עס זיין דיין שילד ווייל איך גיי נישט גיין שלאפען אן א פארזעצונג

10'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 10:17 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.

טאני מיט דימיטרי זענען ביידע צוזאמען אין פארט און זיי ווארטן אפ זייער שיפמענט וואס דארף אנקומען אין די נעקסטע פאר מינוט.
סטיוו מיט זיין שותף דזשימי זיצן נישט ווייט אוועק אין א געפארקטע קאר און ווארטן אויס ווייטערדיגע אינסטרוקציעס פון עלווין וואס זיי האבן צו טון מיט די אינפארמאציע וואס ער האט זיי צוגעשטעלט.
ווען אלעס האט שוין אויסגעזען ווי ס'פארט גוט און טאני האט שוין אינגאנצען מיטגעארבעט מיט דימיטרי זייענדיג זיכער אז ער איז טאקע א היימישער. האבן זיך זאכן געטוישט פון איין מינוט אויף די אנדערע נאכדעם וואס ניק -דער אפיס ארבעטער וואס פון אים האט מען ארויסגענימען די שליסלעך- האט באמערקט עלווין.

ניק האט פארלוירן זיין פאזיציע נאכדעם וואס מ'האט נישט געפינען די שליסלעך ביי אים ביי א רוטינע אינטערזיכונג. ניק האט זיך געאייסערט אז ער האט עס פארלוירן אבער דאס האט פארשטייט זיך קיין סאך נישט געהאלפן און מ'האט אים אראפגעשטעלט פון זיין ראנג און מ'האט אים געשטעלט אויף א גאר נידריגע פאזיציע.
יעצט זעהנדיג דעם עלווין וואס האט אים פאראורזאכט זיין פארלוסט איז ער אריין געפאלן אין א היסטאריע און זיך גענימען שרייען אויף עלווין מיט יאמערליכע קולות.
עלווין האט זיך געטראפן פארלוירן, מיט צענדליגע אויגן קוקן צו זיין ריכטונג.


יעצט ליינט ווייטער.

דימיטרי האט געזען זיין בראך און געהויבן פיס און זיך גענימען לויפן. פארשטייט זיך אז דאס האט נאר געמאכט די בהלה גרעסער, און ניק מיט נאך אפאר ארבעטערס האבן זיך גענימען נאכלויפן ס'האט זיך אנגעהויבן א שטיקל מהפכה. דימיטרי האט געזען אז ער וועט מוזן מאכן עפעס אן ערענסטע מענאווער אז ניק זאל זיך אפשאקלן פון אים.
ער האט זיך גענימען לויפן דאס שנעלסטע וואס מעגליך און ווען ניק מיט זיין גרופעס זענען געווען היפש ווייט פון אים האט ער געגעבן א שפרינג ארויף אויף א קאנטעינער וואס איז געלעגן אויף די זייט.
ניק האט טאקע נישט באמערקט זיין שפרינג און איז ווייטער געלאפן אויפן זעלבן ריכטונג שרייענדיג מיט יאמערליכע קולות אז מ'זאל אים כאפן.
דימיטרי האט געזען אז לאנג גייט ער נישט קענען בלייבן. ביז אפאר מינוט גייט פאליציי דא זיין און מ'גייט אים זוכן, ער דארף ווי שנעלער טרעפן א וועג ארויס פון דא.

דימיטרי האט געזען פון דערווייטנס א קאנטעינער וואס ליגט שוין אויף א טרעילער גרייט צו פארלאזן די פארט, ער האט נישט געקלערט קיין סאך, ער האט ארויף געשפרינגן אויף יענע קאנטעינאר און זיך אראפגעלייגט פלאך אויפן דאך אז מ'זאל אים נישט זען און אזוי איז ער ארויסגעפארן פונעם פארט.
ביים ארויסגאנג האט ער געזען ווי ס'פארמירט זיך א גרופע פון ניק'ס מענטשען און זיי קוקן אריין אין יעדע טראק זיכער מאכן אז די דרייווער איז נישט עלווין.

אנקומענדיג אינדערויסן פונעם פארט האט דימיטרי זיך שטאטערהייט אראפגעלאזט פונעם קאנטעינאר.
ווי נאר ער האט זיך געטראפן פריי איז ער געלאפן צו די ערשטע מענטש וואס ער האט געטראפן און געבארגט זיין טעלעפאון פון אים. ער האט אנגערופן דזשים זאל קומען אים אפנעמען.

*

טאני האט נישט פארשטאנען די גאנצע זאך דא. אבער דאס האט ער אבער זיכער פארשטאנען אז ס'איז אים בעסער צו זיין אינדערויסן פון דא ווי שנעלער.
ס'האט טאקע נישט לאנג גענימען און טאני האט געזען וואו זיין קאנטעינער ווערט אפגעלאדענט פונעם שיף. ער האט אנגעוויזן פארן אינספעקטאר אז דאס איז זיין קאנטעינאר, די אינספעקטאר האט זיכער געמאכט אז דאס איז טאקע די קאנטעינער און ווען ער האט געזען אז דאס איז עס האט ער אינטערגעשריבן די פאפירן. פון דארט איז די קאנטעינער ארויף געלאדענט געווארן אויף א פלעט בעט וואס האט אים אפגעווארט, און די טרעילאר האט זיך געשטעלט אין זיין ליין (יעדע געגנט האט אן אנדערע עקזיט ארויס פונעם פארט, די וואס גייען לאקעל גייען ארויס אויף א באזונדערע פלאץ און די וואס פארן לאנג דיסטענס פארן ארויס א צווייטע עקזיט) צו פארלאזן די פארט.

ווען טאני האט געזען די קאנטעינער ליגן אויפן טראק האט אים דאס געקאסט א ברייטן שמייכל. דאס מיינט אז זיין חלק פון די אקציע איז פאראיבער און פון דא און ווייטער האט עס מער גארנישט מיט אים. 'אסאך שוועריגקייטן דורך, אבער ענדליך האלט מען דא'. האט טאני געקלערט צו זיך. טאני האט אוועקשפאצירט מיט טאנצעדיגע טריט וואוסענדיג אז יעצט ערווארט אים א גרויסן רייכטום נאכדעם וואס ער האט ערפילט זיין פליכט.
אבער זיין שמחה האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן. ווייל ווען ניק האט געזען אז ער טרעפט נישט דעם עלווין וואס האט אים בארויבט האט ער אפגעמאכט אז ער גייט אראפהאלטן זיין שותף און הערן ווער זיי זענען און וואס זיי ווילן.
ניק האט צוזאמגענימען אפאר ארבעטערס און געבעטן זיי זאלן אים קומען העלפן אראפהאלטן עלווין'ס שותף ביז ווי לאנג די פאליציי קומען אן.

טאני האט באמערקט אז א באנדע מענטשען קומען צו לויפן צו זיין ריכטונג, ער האט געהויבן פיס און זיך גענימען אנטלויפן. ס'האט זיך ווידער אמאל אנגעהויבן א געלויפעכטס. טאני האט אבער אויך געוואוסט וויאזוי זיך אן עצה צוגעבן און מיט א שפרינג איז ער געווען אויף א קאנטעינאר און פון די קאנטעינער איז ער אריבער געשפרינגן צו א צוייטע און דערנאך צו א דריטע ביז ניק האט אים פארלוירן.

אבער דאסמאל איז געווען אביסל אנדערש, ווייל דאסמאל איז די פאליציי שוין געווען אין פארט און זיי האבן גלייך אריין גערופן אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן מיט די זוכעניש. ס'האט נישט גענימען לאנג און אפאר העליקאפטערס האבן זיך באוויזן אין די לופט.
טאני האט געזען אז ס'ווערט מער ערענסט און ער דארף טרעפן א פלאץ זיך צו באהאלטן כאטש ביז ס'ווערט נאכט און דאן וועט אים גרינגער זיין ארויס צולויפן. צו מזל האט טאני געטראפן אן אפענע קאנטעינער צווישן אלע קאנטעינערס, ער האט זיך דארט אריין געגליטש און שטאטערהייט פארמאכט די טיר. 'דא קענען זיי מיך זוכן פאר וואכן. קיינער וועט מיך נישט קענען טרעפן אפילו א הונט שמעקט נישט דורך קיין אייזן'.

דערווייל האבן די פאליציי אריין גערופן נאך און נאך הילף. זיי האבן דאס גענימען זייער ערענסט וואוסענדיג אז א פארט איז נישט קיין קינדער שפיל און אז איינער וואס דרייט זיך מיט בייזע מחשבות אין א פארט קען זיין זייער שעדליך.
טאני האט מיטגעהאלטן די העליקאפטערס און די זוכעניש. אבער דאס איז נישט געווען זיין דאגה. ער האט אנגעקאלט זיין מענעדזשער איוואן און אים דערציילט אז די קאנטעינאר ליגט שוין אויפן טרעילער און די טרעילער האט שוין פארלאזט די פארט.
טאני האט זיך געמאכט אומוואוסענד ווען זיין מענעדזשיר האט געפרעגט פארוואס ער הערט אזא ווידער קול און יעדע פאר מינוט הערט זיך א העליקאפטער דורך פליען גאר נידריג. "די עיקר איז, אז מיין חלק איז דורך און איך וויל אז דו זאלסט געדענקן דיין צוזאג"
זארג נישט האט איוואן געענטפערט, מיר ווייסן אלעס. מיר קוקן יעצט איבער דיין פראפייל... מ'רעדט פון א ראנג העכערונג..
עמער רעדן ווען מיר וועלן זיין אין ברוקלין.

*

דזשימי און עלווין ארבעטן ביטער שווער. זיי זענען שוין לאנג נישט געוואוינט צו טון די דאזיגע ארבעט פון פאררעכטן ראוד'ס.. די היטלעך האבן געשוויצט די וועסטלעך זענען געווען קליין אבער זיי האבן אריין געארבעט.
קיינער אויסער די דריי האט נישט געוואוסט אז זיי ארבעטן נישט אויף קיין קאנטראקט, און אז די ראוד דארף נישט קיין פארריכטונג, און דער סטיוו מיט די רויטע פאן וואס שטייט און ווייזט פאר יעדען טרעילער ווען ער זאל פארן שטייט אויך נאר דארט צו ליינען קאנטעינער נאמבערס. איינמאל די קאנטעינער וואס ער ווארט קומט צו פארן הערט זיך תיקף אויף די קאנסטראקשען.

טרעילער נאך טרעילער יעדער איז שטייט געפארן אויף די איין שמאלע ליניע וואס איז אפן. יעדער פאלגט די סיינס אז מ'זאל נישט פארן שנעל נאר אבאכט געבן ווייל מענטשען ארבעטן.

עלווין האט מיטגעהאלטן אז ס'טוט זיך לעבעדיג אינעם פארט, העליקאפטערס פארן און פאליציי לויפן ארום. אבער ער האט ווייטער געטון זיין ארבעט רואיגערהייט. אינמיטן האט דזשימי באקומען א טעלעפאון קאל. זיין טאטע האט אים גערופן. ער האט געוואלט וויסן צו אלעס איז בסדר, "דזשימי, גאנץ ברוקלין איז אויף רעדער, מ'זוכט צוויי חברה וואס האבן זיך אריין געכאפט אונעם פארט. עפעס זאגט מיר מיין געפיל אז דאס האט מיט ענקער אקציע, זענטס עטס אלע אקעי?"
יא טאטי, מיר זענען פיין. מ'זוכט יעצט דעם טאני און אז דו ווילסט קען איך דיר ארויסהעלפן אים טרעפן. איך ווייס ווי ער איז...
"זיכער זאלסטו מיר זאגן! מ'זוכט אים מיט לעכט. מ'האלט אט ביים אפשפארן די גאנצע פארט.."

אקעי, לאמיך גיין צום קאמפיוטער און איך וועל דיר זאגן ווי ער איז. אבער פארשטייט זיך אז קיינער טאר נישט וויסן אז איך בין געווען דער וואס האט דיר געזאגט. דו זוך ארום און שפאציר דארט דורך.. ווי שטייסטו יעצט טאטי?

"איך שטיי יעצט ביים בארטן"
פיין, גיי דריי הונדערט פיס נארט. ער איז אין יענע געגנט. לאז מיך וויסן ווען דו האסט אים.
"גוט"


סטיוו שטייט און באטראכט יעדע טרעילאר. ס'האט נישט לאנג גענימען און א טרעילאר מיט קאנטעינאר #. 5236-1-9 האט זיך באוויזן. ער האט אריין גערופן עלווין זאגענדיג אז ער זאל זיין גרייט ווייל אט איז זיין טרעילאר דא. עלווין איז געלאפן צום קאר און ארויסגעשלעפט די קליינע טשיפ וואס ער האט געהאט אנגעגרייט. ווען די טרעילאר איז געקומען נענטער האט סטיוו אפגעשטעלט די טרעפיק און עלווין איז געקומען צו פארן מיט די גרויסע זאמד טראק.
סטיוו האט ארויף געשריגן צום דרייווער אז ער זאל אים געבן פינעף מינוט צו ענדיגן די ארבעט. די דרייווער האט אריין געלייגט די טרעילאר אויף פארק און זיך אויסגעצויגן אויפן זיץ. ווען עלווין איז געווען זיכער אז די דרייווער קוקט נישט אין שפיגל און זעהט נישט וואס ער טוט האט ער ארויף געקלעבט דעם קליינעם טשיפ.
ווען דזשימי האט געוואונקן פאר עלווין אז אלעס איז גוט און מ'זעהט אים אויפן קאמפיוטער האט ער געוואונקן פאר סטיוו אז מ'קען שוין גיין.
די טרעילאר דרייווער האט זיך געפריידט אז ס'האט גענימען שנעלער ווי פינעף מינוט און ווען ער איז אפגעפארן האבן זיי זיך צוזאמגעפאקט זייערע זאכן און איבער געלאזט אלע איבריגע זאכן און אפגעיאגט פון דארט.

*

טאני איז געזעצן אינעם קאנטעינאר ווארטענדיג אז ס'זאל ווערן נאכט. ער האט נישט געהאט קיין פלענער דערווייל אבער דאס אמאל זיכער אז ביינאכט האט ער בעסערע טשאנסן זיך ארויסצוזען פון דא.
זיין רואיגקייט האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווייל פלוצלינג האט ער געהערט וואו פאליציי מיט הונט דערנעטערן זיך צו אים..
ס'איז שוין געווען צו שפעט צו אנטלויפן.. ער איז געווארן ארום גענימען פון אלע זייטן.. ער האט זיך געטראפן פארכאפט.. די קאנטעינאר טיר האט זיך געעפענט און א געשריי האט זיך געהערט "הענט אויפן קאפ.. לייג דיך אראפ מיטן פנים אויף דער ערד.." ביז א מינוט איז ער געווארן ארום גענימען מיט צענדליגע פאליציי אפיצירן און מ'האט אים געקייטעלט הענט און פיס און ארויסגעפירט פון דארט.
דזשימי'ס טאטע האט טאקע נישט פארגעסן און אנגערופן זיין זון דערציילן אז די אקציע איז געווען סוקסעספול און מ'האט אים געכאפט.


אנקומענדיג צום פאליציי סטאנציע האט מען אים אויסגעטאפט די טאשן און געפינען דארט שליסלעך מיט א טלעפאון.. זיי האבן עס קאנפאסקירט און דערנאך האט מען אים אריין געפירט אין א שטוב און אים געלאזט זיצן.
ניק האט מען אויך געהאט אראפגעברענגט צום סטאנציע ער זאל דערציילן וואס דא גייט פאר. ווען מ'האט געפירט ניק צו טאני'ס צעל האט ער זיך אנגערופן "נישט ער איז די גנב! ער איז געשטאנען מיט די גנב ביידע זענען געווען פארשטעלט וואו אינספעקטארס, אבער ער איז נישט דער וואס האט עס גע'גנב'ט....
ניק האט דערקענט זיינע שליסלעך אבער ער האט זיך גע'טענה'ט מיט די אפיצירן אז זיי האבן די נישט ריכטיגע פארשוין...

די פאליציי זענען אריין רעדן צו טאני. קודם האט טאני נישט גערעדט קיין ווארט זאגענדיג אז ער רעדט נישט אן זיין לויער. אבער דערנאך איז אים בייגעפאלן א פלאן. "עטס ווילטס וויסן די מעשה? איך וועל אייך זאגן.
איך טו אסאך אין שיפינג. איין טאג האט מיך איינער געטראפן אויפן גאס, ער האט זיך אנגעגעבן אלס דימיטרי און ער האט מיך געזאגט אז ער וויל טון ביזנעס מיט מיר. נאכן זיך אראפזעצן אין מיין אפיס און הערן וואס ער האט צוזאגן האט דער דימיטרי ארויסגעשלעפט א גאן און מיך גענימען סטראשענען מיטן ארגסטן.. ער האט געסטראשעט מיט מיך הארגענען אויב גיי איך אים נישט פאלגן.. געזאגט האט ער אז ער דארף גארנישט פון מיר נאר אז איך זאל אים העלפן ביים פארט און אים אנצייגן ווי די קאנטעינערס קומען אן.. שפעטער האט ער צוגעלייגט אז ער וועט מיך דארפן אז איך זאל שטיין מיט אים ווען זיין קאנטעינער קומט אן.. איך האב געציטערט פאר מיין לעבן און איך האב אים געפאלגט.. יעצט ווען די קאנטעינער איז שוין דא געווען האב איך געהערט ווי דער ניק נעמט זיך שרייען און דער דימיטרי אנטלויפט האב איך געקלערט אז יעצט איז די בעסטע צייט פטור צו ווערן פון אים און איך בין אויך אנטלאפן...
בעפאר ער איז אנטלאפן האט דער דימיטרי זיכער געמאכט אז איך האב די שליסלעך אזוי אז אויב גייט עפעס נישט גוט וועל איך זיין דער וואס גייט ליידן..."
די פאליציי האבן אויסגעהערט זיין מעשה און זיי האבן אים געגלייבט... ניק האט אויך פארציילט בערך די זעלבע מעשה אז איינער עלווין איז אריין געקומען צו אים אין אפיס און ניק האט אויך דערציילט די וועג וויזאוי ער האט ארויסבאקומען די שליסלעך...

די פאליציי האבן געהאט א פארטיגע בילד וואס דא גייט פאר; דא דרייט זיך איינער ארום און ער פארארבעט א וועלט, פארכאפט מענטשען, בארויבט סעיף'ס, אלעס ווייל ער האט געדארפט באקומען א קאנטעינער... און ס'איז אים געלונגען... די קאנטעינאר איז אויף די פריי... און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז עפעס גאר א שעדליכע מענטש אדער גאר א גרופע מענטשען דרייען זיך יעצט ארום אויף די פריי מיט עפעס א מיסטירעזע שיפמענט...

די פאליציי האבן גלייך איבערגעגעבן די קעיס פאר די עף בי איי זענדיג אז דאס איז מער פון וואס זיי קענען האנדלן...
די עף בי איי האט גענימען די קעיס גאר ערענסט... און זיי האבן פארופן א מעסיוו 'מען האנט' און זיי האבן געשטעלט אלע אגענטורן פון לאנד אויף א זיכערהייט אלערט.. זיי האבן עס ארויף געלייגט אלס די ערשטע זאך אויף די אגענדע פאר אלע אגענטורן "טרעפן דער וואס פארופט זיך עלווין/דימיטרי און טרעפן זיין קאנטעינאר.."

עלווין סטיוו מיט דזשימי זענען צוזאמען געזעצן אינעם קאר און פון א ווייטע דיסטענס נאכעפאלגט דעם קאנטעינער וועלענדיג זען ווי ער גייט זיך אפשטעלן.
אזוי פארענדיג האט זיך דזשמי'ס טעלעפאון צוקלינגן. "דזשימי, איך עצה דיר אז דו זאלסט דיך ווי שנעלער אפלאזן פון עלווין.
יעדע אגענטור אין אמעריקא זוכט אים! ער איז אויף די העכסטע פריארעטי ליסט פון יעדע אגענטור! שאקל דיך אפ פון אים! איך ווייס נישט קיין סאך מער ווייל די עף.בי.איי האבן איבערגענימען די קעיס אבער איך וואלט דיר געצה'ט אז דו זאלסט זיך אפלאזן פון אים. און אים זאג אין מיין נאמען אז ער זאל ווי שנעלער אנטלויפן פון לאנד ווי לאנג ער קען נאך ווייל מ'איז אויף זיינע טריט! איך בעט דיך דזשימי פאלג דיין טאטע.

איך ווייס אז עטס האטס געמיינט גוטס אבער דערווייל זעהט עס קיינער נישט. טאני האט פארקויפט די מעשה אז ער איז געצוואונגן געווארן דורך עלווין, און זיי גלייבן אים. איך בעט דיך, שאקל דיך אפ וואו אמשנעלסטן"

דזשימי האט אראפגעלייגט די טעלעפאון אן אפגעפאטשטער. ער האט דערציילט פאר עלווין די גאנצע שמועס.
"אפשר איז טאקע בעסער אז מיר זאלן זיך אפלאזן פון די גאנצע זאך און שוין אנטלויפן? עלווין, מיר פלאנען דיך נישט צו פארלאזן, מיר גייען צוזאמען מיט דיר.
אבער אפשר איז טאקע צייט אז מיר זאלן קלערן פון א צווייטע פלאן? מיין טאטע האט אויסגעזען זייער ערענסט..."

עלווין האט אויסגעהערט וואס דזשימי זאגט. ער האט אפעשטעלט די קאר אין די זייט פונעם ראוד און זיך אויסגעדרייט מיטן פנים צו סטיוו און דזשמי. "הערטס מיך גוט צו, מיר דריי ווייסן אז מיר האבן געטון און מיר מיינען נאר גוטס. איך גלייב אז מיט די צייט וועט עס ארויף קומען אויפן אויבערפלאך.
אבער אפילו אויב נישט. איך פלאן נישט זיך אפצושטעלן פון אויספירן מיין פליכט! די גווארדיסטן זענען א גענג וואס האבן אסאך בלוט אויף זיך.. אסאך אומשולדיגע מענטשען זען שוין נישט די שיין פון די זון וועגן זיי. מיר האלטן יעצט א שפאן אוועק פון זיי אראפברענגן און איך פלאן דאס נישט אויפצוגעבן! איר קענט יעצט אויפגעבן און ארויסוואקן. איך וועל קיין שווער הארץ נישט האבן. אבער איך בלייב אויף די מיסיע ווי לאנג דאס איז נישט פארטיג.

יעצט איז אייער צייט אפצומאכן!

סטיוו מיט דזשימי האבן זיך ביידע אנגעקוקט און געשאקלט מיטן קאפ אלס צייכן אז זיי בלייבן געטריי פאר עלווין...
עלווין האט פארשטאנען די ווינק און ער האט זיך צוריקגעזעצט צום רעדל און געפארן ווייטער. "יעצט אז מיר זענען פאראייניגט אויף די מיסיע לאמיר איבערגיין וואס מיר גייען דא טון" האט עלווין זיך אנגערופן. "קודם דארף דא זיין קלאר. מיר גייען לעבן פאר א שטיק צייט דא אין די קאר.
אין קיין פובליק פלאץ קען איך נישט גיין. און ווי לאנג די אקציע איז נישט פארטיג רירן מיר זיך נישט אוועק. איך האף אז מ'האט איינגעפאקט גענוג עסן פאר אפאר טאג"
"זארג נישט עלווין, אינעם טראנק ליגט אלס וואס מ'דארף. איך האב איינגעפאקט פון אלעם. אפילו די ציל שיסער גאן האב איך אינזין געהאט."

"זייער גוט, מיר דארפן יעצט זיכער מאכן נישט צו פארלירן די קאנטעינער און זען ווי ער גייט זיך אפשטעלן. דאן וועלן מיר מוזן ווארטן ביז מיר זען די קויפערס קומען אן און דאן וועלן מיר רופן די פאליציי. און יא, פאר איך פארגעס. טעלעפאון'ס אויסגעלאשן. אזויווי ביי יעדע אקציע. עלווין מיט סטיוו האבן גלייך אויסגעלאשן די טעלעפאון אבער דזשימי האט עס נישט געוואלט אויסלעשן קלערענדיג אז אויב זיין טאטע זוכט אים זאל ער אים קענען טרעפן.


די טרעילאר האט זיך געשלענגלט אויפן ראוד און אינטער אים איז א קאר נאכגעפארן. אינעם קאר זענען געזעסן דריי מענטשען. איינער האט געדרייווט, דער צווייטער האט נישט אראפגענימען קיין אויג פונעם קאמפיוטער די דריטער האט זיך ארום געקוקט זען צו איינער פארט נאך.
.
אזוי איז די טרעילער געפארן שטרעקעס אויף שטרעקעס. נאך אפאר שעה פארן האט די טרעילער זיך איינגעדרייט אויף א זייטיגע שמאלע ראוד וואס איז נישט געווען אויסגעפלאסטערט און ווען נישט וואס מ'זאגט אז דא איז א ראוד וואלט קיינער נישט גע'חלום'ט אז מ'קען דא פארן..
ווען עלווין איז אנגעקומען צו דעם ראוד האט ער פארלאשן זיינע העד לייטס נישט צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט. און שטאטערהייט זיך ארויף געדראפעט אויף דעם שטיינערדיגן ראוד ווען די קאר ווארפט זיך..
נאך א שטיק צייט פארן האט סטיוו געזען אויפן קאמפיוטער אז די טרעילאר האט זיך אפגעשטעלט. דאס מיינט אז זיי זענען נאנט צו די הויז ווי די סחורה גייען ווערן געהאלטן.
עלווין האט זיך אריין געדרייט אויפן זייט פונעם ראוד אין אריין געפארן אין וואלד... נאכן זיכערמאכן אז זיין קאר איז גענוג באהאלטן און מ'זעט עס נישט פונעם ראוד האט ער אפגעשטעלט די קאר און אלע דריי זענען ארויס פון די קאר..
עלווין איז ארום געגאנגען און ארום געווארפן צווייגן און בלעטער אויף זיין קאר אז ס'זאל זיין גענוג פארדעקט און ער האט אויך ארום געווארפן צווייגן אויפן פלאר אז מ'זאל נישט דערקענען די רעדלעך פון די קאר.

"איך גלייב שווער אז היינט גייט פארקומען סיי וואסערע אקטיוויטעטן דא. ס'ווערט טינקל און ס'איז שווער צו גלייבן אז אזוי שפעט גייט נאך עפעס זיין"

"קען זיין ביסט גערעכט" האט עלווין געענטפערט פאר דזשימי, "אבער איך מיין אז מ'זאל נאך אלס גיין כאפן א בליק אויפן פלאץ זען ווי זיי האלטן עס און וואס זיי טראגן.."

עלווין מיט זיינע חברה זענען צוגעגאנגען צום טראנק און זיך אנגעפעלצט מיט זייערע מיליטערישע קליידער. די נאכט וויזיע גלעזער, די רעדיאס, אלעס ווי געוואוינט ביים ארויסגיין אויף א ריכטיגע מיסיע. די איינציגסטע זאך וואס האט דא געפעלט איז די אפיציעלע 'אקעי' פונעם גענעראל וואס קומט געווענליך ביי יעדע מיסיע.
מיט שטילע טריט האבן זיי זיך גענימען שפאנען צו די ריכטונג פונעם הויז....

א טריט נאך א טריט... שטאטערהייט... די אויערן אנגעשפיצט און די אויגן טאנצעדיג... בלעטער קראכן.. צווייגן ברעכן זיך... אויפן קאמפיוטער האט אויסגעזען ווי זיי זענען נישט ווייט פונעם ציל...

אינמיטן האט זיך דזשימי'ס טעלעפאון צוקלינגן... אלע דריי האבן זיך ספאנטאן אפגעשטעלט..
דזשימי האט געזען אויף די איידי אז ס'איז זיין טאטע און ער האט אויפגעהויבן. "דזשימי, איך האף דו האסט גענימען ערענסט מיינע ווערטער און דו ביסט שוין נישט מיט עלווין.. זאג מיר אז דו האסט מיך געפאלגט..."

"טאטי, ניין! איך בין נאך אלס מיט אים און איך וועל בלייבן מיט אים! מיר האבן אנגעפאנגן די אקציע צוזאמען און מיר וועלן אפטרעטן צוזאמען! קיין זאך אין די וועלט וועט אונז נישט שטערן פון ענדיגן וואס מיר האבן אנגעפאנגן ווייל דאס איז די ריכטיגע זאך!"

"דזשימי, איך קען נישט גלייבן אז דו פאלגסט מיך נישט. דו ווייסט נישט וואס דאס מיינט אז די לאנד זוכט אים.. צינד אן טעלוויזיע וועסטו עס הערן. איבעראל רעדט מען דערפון.. זאל איינער וויסן אז איך רעד צו דיר און איך ווייס אז דו ביסט נעבן עלווין וועט מיר דאס קאסטן מיין דזשאב"

"טאטע, איך וויל דו זאלסט מיך פארשטיין"

"איך וויל נישט הערן דזשימי! ביי!!"

עלווין האט מיטגעהאלטן די שמועס..
"קומטס ביידע אהער" האט עלווין זיך אנגערופן שטילערהייט "איך פארלאנג פון ענק אז עטס זאלטס זאפארט צוריק גיין אין די קאר און אוועק פארן! איך גיי פון דא און ווייטער אליין! איך קען עס אליין טון און איך וויל עס אליין טון. קיין טריט ווייטער וויל איך נישט איר זאלט געבן! גייטס צוריק צו די קאר און אנטלויפטס... איך גיי אליין אנפאנגן וואס איך האב געענדיגט!"

סטיוו מיט דזשימי זענען געשטאנען געפלעפט.. "עלווין מיר לאזן דיך נישט אליין דא! ניין!! מיר וועלן גיין מיט דיר ביזן לעצטן אטעם.. דו גייסט דאס נישט אליין טון.. דו מיינטס אז מיין טאטעס טעלעאפון קאל האט געטוישט מיין מיינונג?"

"סטיוו און דזשימי, איך האב עפעס פארלאנגט פון ענק. איך בין ענק זייער דאנקבאר פאר די הילף וואס עטס האטס מיך צוגעשטעלט ביז אהער אבער פון דא און ווייטער בעט איך ענק. טרעטס אפ! און איך מיין עס זייער ערענסט! איך רור מיך נישט ווייטער וואו לאנג איך הער נישט וואו די קאר צינדט זיך אן און עטס פארטס אוועק. דזשימי, פאלג דיין טאטע."

און אלס איבערצייגונג אז ער פלאנט זיך נישט צו רורן ווייטער האט ער זיך אראפגעזעצט אויף א צווייג אלס צייכן אז ער בלייבט דא.
סטיוו מיט דזשימי האבן זיך אנגעקוקט און ביידע האבן געליינט וואס דער צווייטער האט געטראכט.. 'ס'איז צייט צו גיין. עלווין מיינט עס ערענסט!
מיט א שאקל מיט די הענט האבן זיי זיך געזעגנט פון עלווין.. אין יעדענס מח איז דורך געלאפן די זעלבע מחשבה.. איז דאס די לעצטע מאל וואס מ'זעהט זיך?
גייט יעצט עלווין גיין אויף זיין לעצטע מיסיע, אלס נאר צו ברענגן יוסטיץ? איז ער גרייט אויף צוגעבן זיין לעבן נאר צו ברענגן אויף די שלעכטע זייער פארדינטע שטראף? ווער ווייסט...??

מיט שטייטע טריט האבן ביידע אוועק שפאצירט איבערלאזענדיג עלווין זיצן עלנד אויפן צווייג...
נעווי סיעלס זענען געלערענט נישט צו לאזן קיין טרערן... אבער אין געוויסע צייטן העלפט נישט קיין טרענירונגן.. חוצפה'דיגע טרערן קומען אליין ארויס..
דזשימי האט זיך צוגעזעצט צום רעדל און געלייגט די קאר אויף ריווערס...
איין לעצטע בליק אויף עלווין... איז דאס די לעצטע בליק..? א ווארעם אין הארץ האט פארגעזאגט נישט גוט...

פארזעצונג אי"ה.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 10:22 pm
דורך always happy
איך האב עס נאכנישט געליינט קודם א גרויסן שכח מן הסתם איז עס געוואלדיג יעצט וועל איך האבן וואס צי טין אויפן וועג טענקס

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 10:39 pm
דורך always happy
שוין יעצט האב איך עס שוין געליינט איך ווייס שוין נישט וואס צי טראכטן יעצט איך בין מטושטש אין מבולבל אבער אב קיפ אן שכח

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 10:51 pm
דורך גלגלשלג
ייייוווווששששש טאטעלע די ביסט אן ריעל
אבער פארוואס לאסטו נישט מיט גיין סטיוו מיט דזשימי


איין לעצטע בליק.......... א ווארעם .......הארץ......... נישט גוטס........
ייייייייייייייייוווווווווווווווווששששששששששש איך ציטעררררררררררר :?

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 11:00 pm
דורך משנה מקום
Herlich
make sure nothing bad happens to elvin

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 11:20 pm
דורך i follow
אב יאא אר מעסיוו
שכח

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 11:40 pm
דורך פונקטליך
זאג אים ער זאל נישט לאזן קיין קראקעדיל טרערן ווייל 'אב' וועט אים זיכער ארויסנעמען לעבעדיג

א גרויסן יישר כח, מיר ווארטן שוין אויף די נעקסטע

פארעפענטליכט: שבת פבואר 19, 2011 11:50 pm
דורך לאטצי
יישר כח טאטע נאר א טאטע קען שרייבן אזא פארזעצונג בחינם

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 1:29 am
דורך קרעמער
מאסיוו, באמבאסטיש, וואס נאך?

פארזעצונג קומט אי"ה

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 1:39 am
דורך וואדקע
מאסיוו

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:22 am
דורך געשמאקער
......................................................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!???????????????????????????????????????????????????????????????
איך ווייס שוין נישט וואס צי שרייבען,

דער עיקר איז " האלט אן, לייג ניש אראפ, גם זו לטובה,"

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:36 am
דורך למעלה משבעים
אב, (ווערטער)
---
קרעדיט מאשקע

אגב, איך האף אז אויב גייט שוין יא גיין צום שלעכטן ביי עלווין זאל עס אבער זיין נאר אז ער איז געווארן שווער פארוואונדעט, אבער נישט.... אבער, באמת קענסטו שרייבן וויזוי דיר געפעלט בעסער, אונז ליין מיר עניוועי מיט דארשט.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 12:07 pm
דורך gagongan
א ריזיגן שכח

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:02 pm
דורך איך_הער
נאך א מזל אז ווען כ'ליין א פארזעצונג אין עני לייען מאטיריאל ברויכעך נישט שרייבן קיין תגובה דערנאך, כ'האב ממש נישט די ווערטער, כ'ווייס נישט וואס צו שרייבן, כ'ציטער אז אב כדרכו גייט נישט איבער לאזן עלווין א לעבעדיגער אבער נאך אלץ וועטער אויספירן און פארכאפן פאול. כ'האף אז ער גייטעס נישט טון צו מיר, כ'שוין זייער דעם עלווין, און ווי אויך האפעך אז די צוויי חברה גייען נישט גיין צו ווייט, אזויפיל שכל מעגן זיי נאך האבן, זיי זענען דאך נעיווי סיעלס נישט אזוי?

עניוועי קענעך נישט אויספיגערן אב'ס מהלך, סאו עלעך נישט האבן קיין ברירה נאר ווארטן מיט געדולד און שפאנונג און די איבריגע חברה.

יישר כחכם.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:36 pm
דורך ווינקל
איך פערדיקט גארנישט מער!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 2:59 pm
דורך צייטליך
איך האף עט'ס האט אלע אנגעצונגען די רעדיו'ס אין פאל עלווין בעט פאר הילף... אויף קיין פאל פארלאז איך אים נישט גענצליך אליין. כ'קענדאס נישט טוען.

מיר וועלן פון דערווייטענס מיטהאלטן יעדע ריר אי"ה דורך די אינפראו-רעד גלעזער און נייט-וויזיע שפאקטיוון. אויך די ספעציעלע ציל שיסער ביקסן האמער דא אין פאל פון נויט. מיר זענען גענצליך עקוויפטעט.

זיצט געשפאנט!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 3:14 pm
דורך נאר נייעס
צייטליך די ביסט שוין צי אלט פאר דעם
לאז עס פאר די יונגערע

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 4:54 pm
דורך ברוך
כ'מיין, איך האף אז דו האךסט דיך צו די 10 פארזעצונגען, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג, וויפיל איך פרוביר זיך צו בארואיגן אז עס איז נאר א אויפגעטראכטע מעשה ציטער איך נאך אלץ.

עס איז מורא'דיג באשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 9:01 pm
דורך פאטאקי08
מזל טוב אב זקן
שר מאה

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 9:07 pm
דורך פונקטליך
ווי קען מען דאס פארזעהן?

מזל טוב אב!
זאלסט דיך עלטערן אין די הונדערטער יעדע איינס א זאפטיגע פארזעצונג.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 12:56 pm
דורך שמערי בערי
איך בין דיזי פון דעם ראולער-קאוסטער רייד.... דו האסט געמאכט דעם דשאב מיט מיר...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 1:09 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
יא יא (נישט די ניק) אב איז א שר מאה און תגובות, אבער און די תוכן פון יעדע איינציגסטע תגובה איז ער א שר עשרה אלפים,

אב די ביסט מעכטיג, די פארזעצונגען זענען הערליך, שיין, און שפאנענד, קענט וועיט פאר מאור, פליז קיפ אן