בלאט 8 פון 17
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 12:16 pm
דורך קרעמער
אזוי ווי די פריערדיגע האבן מגיב געווען, איז דאס איבערמעכטיג און מייסטערהאפטיג געשפינט
א שיינעם דאנק פאר די פארגעניגן וואס דו פארשאפסט אונז מיט די הערליכע פארזעצונג געשיכטע
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 2:44 pm
דורך איך_הער
הערליך הערליך, מתוק.
באט שוין די צווייטע מאל וואס די מעכטיגע חברה פירן זיך אויף אביסל שלאבעריש, (כ'ווייס אז זיי האבן עס מסתמא געטון פאר דוקא, באט דאך זעטעס אויס פאני) איינמאל ביים ארויס לאזן טאני'ן פון זייערע הענט, און דערנאך דא מיטן קאנטעינער, כ'גלייב אז זיי האלטן אן אויג אויף זיי, באט דאך פלעין איבער לאזן אזוי צוויי חברה, אן קיין הייצונג (היטער בלע"ז) איז אינטערעסאנט, כאטש כ'ווייס נאכנישט ווער דער דימיטירי איז, ווי איינער האט שוין געפרעגט הלנו אתה אם לצרינו.
אקעי ווייל שרייבענדיג כאפעך שוין, זיי דארפן דאך פאול, סאו...... שוין לאמער לאזן אב'ן ווייטער שפינען, כ'מיין אז כ'בין רואיג.
פארגעסן צו שרייבן, יישר כחכם.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 3:53 pm
דורך גלגלשלג
שכוח טאטעלע סע איז אנ בעליוועבל
פליז מאך נישט צו א לאנגע ברעק מיר ווארטן אויף נאך
שכוח
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 11:34 am
דורך prowed jew
אבי כ'מידער זאגן.... וואס? כ'ווייס אליינס ניש.....
יעצט געליינט ר' בנימין פארכאפט.....
מאמע ראטעווע מיך
די בינטל שליסלעך..... אין איין שאס
כ'בין הייס און קאלט שרעקעדיג פרייליך אין שאק טרויריג און וואס ניש?
ירבו כמותך באיי-וועלט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 2:50 pm
דורך fiena nieas
מויראדיג מויראדיג!!!
צוויי שאלות, האב איך פארוואס האבן די חברה געוואלט די קאסטעם שליסלעך! און פארוואס ווען זיי האבן די שליסלעך ווערן זיי ביליאנערן?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:23 pm
דורך מי יודע
נאר דאס איז דיר שווער?
איך וויל קודם וויסן וואסערע שליסלעך מען דארף דארט בכלל האבן און צו ווי
און דערנאך אז דו ווייסט אז שמואל איז געראטעוועט טויש די שלעסער און פארטיג
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:37 pm
דורך לאטצי
מי יודע האט געשריבן:נאר דאס איז דיר שווער?
איך וויל קודם וויסן וואסערע שליסלעך מען דארף דארט בכלל האבן און צו ווי
און דערנאך אז דו ווייסט אז שמואל איז געראטעוועט טויש די שלעסער און פארטיג
קודם דארף מען געוואר ווערן ווער די פאול איז
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 4:11 pm
דורך פאקטיש
איי איי איי ענק זענען אויסן צו ענדיגן דעם שפינ-וועב שוין...
האטס רחמנות אויף די ליינערס, לאזט די מעשה פארן ווייטער...
שיסן... פלוצלינג... קראכן.. פייער...
אבעלע טייערער, שפין ווייטער די דראמע, סאיז בעסער פון גוט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 5:33 pm
דורך fiena nieas
מי יודע האט געשריבן:נאר דאס איז דיר שווער?
איך וויל קודם וויסן וואסערע שליסלעך מען דארף דארט בכלל האבן און צו ווי
און דערנאך אז דו ווייסט אז שמואל איז געראטעוועט טויש די שלעסער און פארטיג
און בכלל מען האט זיי נישט געקענט געבן א פאלטשע בינטל שליסלעך און ווי לאנג זיי וועלן זיך כאפן אז ס'פאלטש וועלן זיי שוין לאנג זיין אין חד גדיא
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 7:45 pm
דורך i follow
you all forgot there is still that chip on the key so there are not lost yet
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 7:48 pm
דורך i follow
thank you father vary much
you are amazing
keep it up
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 8:21 pm
דורך לאטצי
i follow האט געשריבן:you all forgot there is still that chip on the key so there are not lost yet
אבער אויב טאני כאפט זיך (קען זיין אז ער האט עקסעס צו אינטערנעט און ער ליינט אייוועלט) ווארפט אוועק די פעקעלע שליסלעך.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 8:33 pm
דורך אב זקן
ווי ס'זעהט אויס האט דער עולם אויסגעלאזט אפאר שורות.
'די גאנצע ציל יעצט איז צו פארכאפן די פירער פונעם גענג וואס הייסט 'פאול' און אים ברענגן צו יוסטיץ. יעצט, מיטן געבן פאלשע שליסלעך אדער אים איבערגעבן פאר די פאליציי יעצט וועט מען נישט געוואונען וואס מ'וויל. די ארבעט איז צו לאזן די זאך לויפן ביז 'פאול' קומט צו גיין און דאן קען מען רעדן פון ארעסטירן.'
האט נאך איינער פראגעס?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 8:47 pm
דורך prowed jew
איין פראגע נאר:
וויזוי האט מען געכאפט פאול?
ווייס וואס כ'מיין. שרייב ווייטער די מעשה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 10:43 am
דורך צייטליך
אוטש! דאס איז א דורכפאל!
הערמיכויס. וויליאנג דער טאני דרייט זיך מיטן בינטל שליסלעך ביניך אקעי. דער ווייסטאך נישט פונעם טשיפ.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 11:59 am
דורך פרוכט
Sorry,
No words...............
נארוואס געליינט דעם גאנצן שפינען וועבעכץ, כ'האב שוין מורא צו ליינען זיינע אנדערע פארזעצונגען, פשוט, כ'האב מורא כעלנישט אנקומען מיט די ארבעט...
און צו דיר אבי: כאטשיג די מעשה ענדיג, א שאד יודיש געלט, זאג נישט: ביסטער אליין שולדיג, ווייל כ'בין אן אונס...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 12:07 pm
דורך פאטאקי08
אב זקן האט געשריבן:האט נאך איינער פראגעס?
יא א שטארקע פראגע!
וואס צעגערסטו? ציעסט יענעם אן אויף טויזנט מיט איין ווארט... ארויס פון קאנטעינער..... און איך דארף ריפרעשן יעדע פינעף מינוט אייוועלט זען צי די האסט שוין געלייגט נאך א שטיקל...
כמיין וויפיל איז די שיעור?????????????
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 12:43 pm
דורך prowed jew
פאטאקי כ'אניש געוויסט אמקען דיך אנציען?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 5:44 pm
דורך דארפסמאן
נא ווי לאנג נאך ????????????
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 6:16 pm
דורך prowed jew
דארפסמאן האט געשריבן:נא ווי לאנג נאך ????????????
9'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:32 am
דורך אב זקן
ווען דזשימי און סטיוו האבן באקומען די ביפ אז די קאנטעינער איז נארוואס אויפגעבראכן געווארן האבן זיי פארשטאנען אז עלווין האט עס גוט געמאכט מיט טאני און זיי זענען יעצט אויף די פריי. "איך האב געוואוסט אז עלווין איז גוט, אבער עס צו מאכן אזוי שנעל דאס האב איך שוין נישט געגלייבט" האט זיך סטיוו אנגערופן.
יעצט גיימער ווארטן צו הערן פון עלווין וואס מיר דארפן ווייטער טון.
*
דימיטרי איז געלאפן מיט טאני אן קיין ציל, זיי האבן געזוכט צו זיין וואו ווייטער פונעם קאנטעינאר, און די פראבלעם איז נאך געווען אסאך גרעסער ווייל די הענט זייערע זענען געווען פארבינדן. אזוי זענען זיי געלאפן ביז זיי זענען אנגעקומען צו עפעס א פארשטופטע געגנט אבער דארט האבן זיי געטראפן וואס זיי האבן געדארפט, די געגנט איז געווען א געגנט וואס מ'האלט אינמיטן בויען און דארט האבן זיך געדרייט אסאך טולס. ס'האט נישט לאנג גענימען און טאני האט געטראפן א זעג, נאך אפאר מינוט זענען זיינע הענט געווען פריי, דערנאך האט ער באפרייט דימיטריס הענט. יעצט האבן זיי געקענט גיין זוכן א טעקסי וואס זאל זיי נעמען צום האטעל.
טאני האט געזאגט פאר דימיטרי אז ער מוז צוריק גיין צום האטעל נעמען אפאר זאכן וואס מ'דארף פאר די אקציע אבער זיי גייען נישט איבערשלאפן אינעם האטעל ווייל די חברה ווייסן אים דא צו זוכן.
נאכן צוזאם נעמען זיינע זאכן האבן ביידע פארלאזט די האטעל רום און געגאנגען זוכן א צווייטע פלאץ איבערצושלאפן. אנקומענדיג אין א צווייטע מאטעל איז טאני אריין געפאלן אן ערשעפטער אין בעט. אבער צו לאנג האט ער נישט געקענט ליגן ווייל זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן.
"טאני, וואס מאכסטו?" טאני האט געכאפט אויפן קול ווער דאס איז.. דאס איז זיין מענעדזשער איוואן.. "טאני, איך וויל דיר נאר דערמאנען, מארגן איז די טאג אויף וואס ביג באס 'פאול' קוקט ארויס. איך האף אז דו מיט דיינע מענטשען זענען גרייט ווייל פאול וויל אראפקומען פארטיגן די פארהאנדלונג און דו ווייסט אז פאול איז נישט גוט אויפצורעגן. אלזא, מאך זיכער אלעס קלאפט ווייל איך וויל נישט ווערן פארשעמט און איך וויל נישט אז דו זאלסט זיין מיט א קאפ קורצער. מארגן איז דיין טאג! ענדיגסטו עס גוט גייסטו שיין פארדינען, ענדיגט זיך עס שלעכט וועט פאול נקמה נעמען אין דיר, אבער איך וועל אויך נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט.. איך האף דו פארשטייסט וואס איך מיין."
יא זיכער איוואן, איך זאג דיר אז אלעס וועט קלאפן מארגן. זארג נישט, איך וועל נישט פארשעמען 'די גווארדיסטן'. פארלאז דיך אויף מיר אז מארגן נאכט באקומסטו א רוף אז דו קענסט אראפקומען קיין ברוקלין מיט ביג באסס צו ענדיגן די דיעל, איך וועל האבן די סחורה. נעם מיין ווארט.
"אקעי, רוה זיך גוט אויס ווייל אדער איז דאס דיין לעצטע נאכט, אדער וועט דאס זיין דיין ערשטע נאכט צו א נייע וועלט. אלעס וועט זיך ווענדן אינעם מארגעדיגן טאג.
גוטע נאכט."
טאני האט זיך אויסגעדרייט צו דימיטרי אינגאנצען פארלוירן. ס'זאגט זיך גרינג אויפן טעלעפאון אז אלעס וועט זיין גוט אבער פאקטיש האט ער נישט זיינע מענטשען און די אקציע דארף גיין ווייטער און ס'איז ניטאמאל דא צייט זיך צו ריארגענעזירן.
"דימיטרי דו מוזט מיך העלפן. ווי שטארק איך האב נישט געוואלט נעמען איינעם פון א צווייטע גרופע האב איך נישט קיין ברירה יעצט.
יא, איך ווייס אז איך גיי כאפן פון מיין מענעדזשער איוואן פארן נעמען איינעם נישט פון די ליין אבער דאס איז מיר נאך אלס בעסער ווי צו האבן מיינע אקסלען אן א קאפ דעראויף.
ביסטו גרייט מיר צו העלפן דימיטרי?"
יא.
"גוט, וואס ווייסטו פונעם פלאן?" האט טאני געפרעגט.
די פראגע האט אראפגעטראסקעט אויף דימיטירי ווי א דינער. אט די פראגע האט דימיטרי געהאפט אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן ענטפערן ווייל ער האט דאך טאקע גארנישט געוואוסט אויסער דאס אז מ'פלאנט זיך אריין צובאקומען אינעם קאסטומס אפיס און עפעס נעמען פון דארט. און לויט וויפיל דימיטרי האט יעצט געהערט איז עס מער ווי עפעס נעמען, ס'איז מער עפעס א דיעל וואס דא גייט פארקומען און טאני דארף צושטעלן די סחורה.
"איך ווייס אז מיר דארפן אריינבאקומען סחורה און מיר גייען עס דארפן איבער געבן ווייטער" האט דימיטרי געענטפערט.
"דימיטרי, קוק מיר אין די אויגן" טאני האט זיך אויפגעשטעלט און געשטעלט זיין גאן פארענט פון דימיטרי'ס פנים. "דו האסט יעצט דיין לעצטע טשאנס מיר צו זאגן דעם אמת. ווער ביסטו? דו זאגסט אז די ביסט געשיקט געווארן אריין צו טאנצען אויב מיין טיעם צופאלט. אויב זאל זיין אמת וואס דו זאגסט וואלסטו געדארפט האבן מער אינפארמאציע.. איך פרעג דיר נאך איינמאל... ווער ביסטו...?
דימטרי האט געזען די טויט פאר זיין אויגן. ער האט געוואוסט אז ס'וועט קומען א צייט וואס ער וועט דארפן ענטפערן די שאלה, אבער ער האט געהאפט אז די צייט וועט זיין עטוואס שפעטער אז ער זאל האבן מער צייט צו קאלעקטען אינפארמאציע.
אבער יעצט איז נישט געווען קיין צייט צו טראכטן און באוויינען יעצט דארף מען געבן ענטפערס. און ס'איז נישטא קיין צייט פאר א צווייטע שאנס, די ענטפער דארף זיין גוט ביים ערשטען שאס, אז נישט ענדיגט זיך עס מיט א שאס.
"הער מיך אויס טאני, איך וועל דיר זאגן דעם אמת. איך האב קיין סאך אינפארמאציע פון דיין אקציע נישט געהאט. איך האב געארבעט אויף א צווייטע פראנט. איך האב די סקעדזשול פון אלע טראקס וואס גייען זיך געפינען ביים דאק יענע נאכט. די פלאן האט געלויטעט אז אויב גייסטו דורך פאלן גייט מיין טיעם פארכאפן די טראק און עס נעמען פון דארט."
"אהא" האט טאני געענטפערט, "דאס מיינט אז ביי דיר דארפסטו צו האבן די סקעדזשול פון אלע טראקערס. קען איך דאס אפשר זען?"
איך האב עס נישט אויף מיר, האט דימיטרי געענטפערט דאס ליגט אין מיין הויז.
"איך הער, איך גיי דיך יעצט צובינדן צום בענקל און גיב מיר דיין אדרעס און איך גיי עס אריבער ברענגן.
און לאמיך דיר קלאר שטעלן נאכאמאל אויב שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט אן אינטערגעשטעלטער אדער וואס, גיי איך דיר הארגענען אבער נישט מיט א שאס נאר א לאנגזאמער פיינפולע טויט! געדענק, דו קענסט יעצט מודה זיין און איך ענדיג דיין לעבן שנעל. אדער קענסטו פארשווענדן מיין צייט אבער דאס וועט דיר טייער קאסטן."
איך שטיי אויף מיין ווארט! קענסט גיין עס ברענגן!
טאני האט צוגעבינדן דימיטרי צום בענקל און גענימען פון אים זיין אדרעס.
ווען טאני איז שוין געווען אינדערויסן האט דימיטרי צוגעשפרינגן מיטן בענקל צום טעלעפאון און אנגערופן דזשימי.
"דזשימי דאס בין איך" אה... עלווין, וואס מאכסטו? האסט עפעס מער אינפארמאציע?
"הער אויס דזשימי, איך האב נישט קיין צייט יעצט. דער טאני גלייבט מיך נישט און ער האט מיר געגעבן מיין לעצטע טשאנס ער פארט יעצט אריבער צו דיין טאטעס הויז איך האב אים געזאגט אז איך בין דארט איינגעשטאנען. ער גייט קומען אויפפיקן די סקעדזשול פון די טראקערס וואס גייען זיין אין דאק מארגן נאכמיטאג און ביינאכט. רוף דיין טאטע זאג אים ער זאל עס גרייט מאכן. ס'מוז נישט זיין די עכטע סקעדזשול, סדארף נאר אויסזען.
לאז מיך וויסן אויב ער קען דאס צושטעלן. אויב נישט וועל איך דארפן טראכטן פון אן אנטלויף פלאן פון דא אבער דאס מיינט אז די גאנצע אקציע ווערט אפגערופן. שנעל רוף דיין טאטע ווייל ביז צען מינוט איז ער דארט."
דזשימי האט אנגערופן זיין טאטע און אים געזאגט די סיטואציע, זיין טאטע האט גלייך פארשטאנען אבער ער האט געזאגט פאר דזשימי אז די זאך גייט נעמען לענגער ווי צען מינוט און מ'דארף אויף עפעס א וועג זען אויפצוהאלטן טאני אויף אפאר מינוט.
דזשימי האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער קען דאס ערלעדיגן.
סטיוו האט ארויסגעשלעפט די לעפטאפ און אנגעצינדן די טרעקער פראגרעם און צו זאמען זענען זיי אריין געלאפן אין די קאר. דא האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווי גערעכט עלווין איז געווען מיטן ארויף שטעלן א טרעקער דיווייס, אפילו דאן האט עס אויסגעקוקט ווי אלעס גייט גיין ווי געפלאנט און דאס איז אזאך וואס פעלט נישט אויס.
"דו גייסט מיר באצאלן יעדע פעני וואס קאסט מיך צו פיקסן מיין קאר האט סטיוו געשריגן אויף דעם דערשראקענעם טעקסי דרייווער וואס האט אריין געקראכט אין זיין קאר. איך גיי דא ווארטן און איך רוק מיך נישט ווי לאנג די פאליציי קומען נישט אראפ מאכן א פאליס ריפארט."
די טרעפיק וואס סטיוו האט אנגעמאכט אויף די פאר גאסן איז געווען שרעקליך, קארן האבן געפיפן דרייווערס האבן געשאלטן אבער סטיוו רוקט זיך נישט.
דזשימי האט שטארק געשוינט דעם טעקסי דרייווער וואוסענדיג אז ער איז נעבעך גארנישט שולדיג אז מ'דארף אפהאלטן דעם טאני און אים האלטן פארכאפט אינעם טרעפיק.
די שפיל איז אזוי אנגעגאנגען פאר פיפצן מינוט, די אינצידענט האט אפעקטירט די גאנצע טרעפיק אינעם געגנט אבער סטיוו האט נישט געוואלט הערן קיין מעשיות. ער ווארט אז פאליס זאל קומען מאכן א ריפארט.
ווען די פאליציי זענען אנגעקומען האט זיי אריין געגעבן פאר סטיוו פארן אנווערטשאפטן אזא טרעפיק פאר אזא נערישקייט. דערווייל האט דזשימי'ס טאטע געענדיגט אנגרייטן וואס ער האט געדארפט און עס אראפגעטראגן צו זיך אין בעיסמענט.
ס'האט טאקע נישט גענימען לאנג און טאני האט געקלאפט אויפן טיר פרעגענדיג צו דאס איז די הויז ווי דימיטרי וואוינט. דזשימי'ס טאטע האט געענטפערט אז ער וואוינט אינטן אין בעיסמענט. טאני איז אראפגעגאנגען און ווען ער האט זיכער געמאכט אז קיינער זעהט נישט האט ער אויפגעבראכן די שלאס און טאקע געטראפן די סקעדזשול אויפן טיש. זעענדיג דאס האט עס אים בארואיגט איינזענדיג אז דער דימיטרי איז טאקע פון 'די גווארדיסטן' גענג און מ'קען גיין ווייטער ארבעטן מיט אים.
ווען דימיטרי האט באקומען די קאנפערמעשען פון דזשימי אז טאני האט ארויסגעוואקט פונעם בעיסמענט מיט א בוך האט דימיטרי געוואוסט אז פון יעצט גייט ער ארבעטן אינאיינעם מיט טאני. דימיטרי האט צוריק געשפרינגן מיטן בענקל צו זיין פאזיציע און אפגעווארט אז טאני זאל צוריק קומען.
טאני איז צוריק געקומען מיט א שמייכל און זיך אנטשולדיגט פאר דימיטרי "איך האף דו פארשטייסט מיך, דאס איז זאכן וואס איך האב מיך געלערענט און איך קען זיך נישט ערלויבן צו ארבעטן מיט איינעם וועם איך קען נישט"
דימיטרי האט צוריק געשמייכלט און געזאגט "גלייב מיר איך וואלט נישט אנדערש געטון"
אקעי יעצט לאמיר גיין שלאפן ווייל מארגן גייט זיין די טאג און מיר דארפן זיין אויסגערוהט.
--
דעם אנדערע אינדערפרי האט זיך טאני אראפגעזעצט מיט דימיטרי און אים איבערגעגעבן די אינפארמאציע.
"די זאך איז אזוי, דא דארף מארגן אריין קומען א קאנטעינער. וואס אינעם קאנטעינער ליגט ווייס איך נישט ווייל דאס גיבט מען מיר נישט ארויס. אויב אבער פרעגסטו מיך לויט מיין עקספיריענס ליגט דארט אומלעגאלע וואפן. דאס האט מיר קיינער נישט געזאגט איך שמעק נאר לויט די אנגעצויגענקייט און די ערענסקייט פון אונזערע בעל הבתים זעהט אויס ווי מ'רעדט דא פון אן ערענסטע שיפמענט. לויט ווי איך פארשטיי גייט דאס נישט צו לאנג דא בלייבן נאר דאס גייט גלייך פארקויפט ווערן ווייטער פארשטייט זיך מיט ריזיגע רווחים.
יעצט אונזער חלק פון די אקציע איז זייער פשוט. זעהסט די בינטל שליסלעך? דא ליגט די הצלחה פונעם אקציע. דאס זענען שליסלעך וואס דרייען זיך נאר גאר א קליינע צאל קאפיס. די שליסליך טראגן צו די מעין אפיס'ס אונעם טערמאנעל וואס דארט איז דא די גהיימע זיגל. א צעטיל וואס איז געזיגעלט מיט דעם זיגעל גייט נישט דורך קיין שום אינספעקציע. ווייל די זיגל מיינט אז די סחורה זענען זאכן פאר 'נאס"א' און קיינער האט נישט די רעכט אריין צובליקן אינעם קאנטעינער.
וואס מיר דארפן טון איז איין זאך, זיך אריין באקומען דארט אינעם אפיס און אפזיגלן די פאפירן אויף קאנטעינער נאמבער 5236-1-9. איינמאל מיר האבן דאס גייען מיר אראפ גיין צום טערמינאל און זיך פארשטעלן וואו אפיציעל פון די רעגירונג און מיט אזא זיגל וועט אלעס פארן געשמירט. פון דארט איז מער נישט אונזער פראבלעם. די זאך גייט ווערן איבערגענימען דורך א טראקינג קאמפאני און זיי גייען פון דארט און ווייטער האנדלן דערמיט. "
"אהא" האט זיך דימיטרי אנגערופן, "מיר דארפן טון אפאר זאכן, זיך אריין באקומען אינעם אפיס צו קענען זיגלן די פאפירן, און דערנאך גיין צום דאק און איבער געבן די פאפירן. וואסערע פלאן האסטו, וויאזוי האסטו געפלאנט אנצוקומען אין אפיס?"
"איך וועל דיר זאגן דעם אמת. ארגינעל איז מיין פלאן געווען זיך צו פארשטעלן אלס ארבעטער און איך האב פארשאפט די קליידער דערפאר. און ווען נישט וואס איך פארפאטשקע אזויפיל צייט וואלט איך געהאט א געהעריגע פלאן אבער יעצט ווייס איך נישט. ס'איז אבער נישט דא קיין צייט, היינט נאכט קומט די שיפמענט אן און מיר דארפן דאס ערלעדיגן. לאמיר יעצט אראפפארן צום פארט און זעהן וואס מ'קען טון."
נאכדעם וואס ביידע האבן זיך אנגעטון די בעדזשעס און די יוני-פארמס האבן זיך ביידע ארויסגעלאזט צום פארט.
אנקומענדיג דארט האבן זיי זיך געוואנדן צו אן ארבעטער וואס זיי האבן דארט געזען און געפרעגט ווי די מעין אפיס איז, יענער האט זיי אנגעוויזן ווי צו גיין און ביידע האבן אהין שפאצירט.
*
דזשימי מיט סטיוו זענען אויפגעשטאנען און זיך גראד צוגעזעצט צום קאמפיוטער וואוסענדיג אז גאר שנעל גייט טאני מיט דימיטרי גיין צום פארט און זיי וועלן דארט זיך גרייטן פאר די אקציע, סטיוו האט זייער געוואלט זיין דארט אין די געגנט אז אויב גייט עפעס נישט גוט מיט דימיטרי זאל ער קענען אריין טאנצן און אים ראטעווען.
סטיוו האט טאקע געזען אז טאני איז שוין נישט אין זיין צימער און וואו ס'זעהט אויס זענען זיי שוין אויפן וועג אדער גאר אויפן פלאץ. ווען סטיוו האט געזען אז די פינטל אויף זיין סקרין רוקט זיך נישט צופיל, האט ער פארשטאנען אז לכאורה זענען זיי שוין ביים פארט. ער האט געמאלדן פאר דזשימי זאל זיך צוגרייטן ווייל מ'לאזט זיך ארויס. דזשימי מיט סטיוו האבן זיכער געמאכט אז זיי האבן זייערע טעלעפאונען אויף זיך אז אויב עלווין רופט זאלן זיי נישט פארפאסן זיין קאלל, און ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט צום פארט.
*
דימיטרי מיט טאני זענען אנגעקומען אין די מעין בילדינג פון אלע אפיסעס. טאני האט געוואוסט צו זאגן אז זיי דארפן אנקומען צו אפיס # 27 און דארט דארף ליגן די זיגל וואס זיי זוכן. אבער די פראבלעם איז געווען אז ביי יעדע שטאק איז געשטאנען א סעקיוריטי גארד און פארלאנגט איידי פון יעדער וואס האט אריין געוואקט דארט.
טאני האט אבער געזאגט פאר דימיטרי אז ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער האט זיין גאן אויף זיך און סיי ווער עס שטייט אין וועג וועט ווערן ארפגערוימט.
"טאני, דו מיינסט עס נישט ערענסט" האט דימיטרי זיך אנגערופן. "דו ווילסט דא הארגענען מענטשען אזוי אין פובליק?"
ניין. האט טאני געענטפערט מיט א שמייכל. איך פלאן נישט צו הארגענען נאר אויב מ'שטייט מיר אין וועג.
"טאני, איך מיין אז דאס אביסל צו ווילד. אפשר לאזטו מיך קודם פראבירן מיט שיינעם? אויב גייט עס נישט עמער דעמאלטס זען."
דימיטרי האט צוגעוואקט צום גארד ביים הויפט טיר און זיך אנגערופן מיט שטאלץ.
"א גוטן, מיר זענען פון די 'אינטערנעל אפפערס' איך בין אינספעקטאר דימיטרי און ער איז אינספעקטאר טאני, מיר וואלט געוואלט וויסן דיין נאמען, דיין ראנג, און דיינע ארבעטס שעה."
דער וועכטער האט זיך ביטער דערשראקן. אינטערל עפפערס ווייסט יעדער זענען פון די ערגסטע סארט מענטשען וואס איז נאר דא. זיי קומען אראפ פלוצלינג און זיי שרייבן ריפארטס אויף אלעס וואס זיי זעהן. זיי האבן די רעכט צו פארלאנגן וואס זיי ווילן און קיינער זוכט נישט זיך צו פארטשעפענען מיט זיי, ווייל א שלעכט ווארט פון זיי מיינט פארלירן די דזשאב.
דער וועכטער האט געענטפערט אויף אלע פראגעס און זיך געפריידט ווען זיי האבן אים געזאגט אז זיי זענען פארטיג. ווען דימיטרי מיט טאני האבן זיך געטראפן אין עלעוועיטאר ארויף צופארן צום צווייטן שטאק האבן ביידע זיך צושמייכלט. "איך האב געוואוסט אז דו ביסט גוט, אבער אזוי גוט האב איך נישט געוואוסט. נו אודאי, מיט אזאנע בייפעלער דארף מען נישט קיין וואפן.."
אנקומענדיג אויפן צווייטן שטאק האבן זיי איבערגעחזרט די זעלבע מעשה און די רעאקציע פונעם גארד איז געווען די זעלבע. ס'האט נישט לאנג גענומען און זיי האבן זיך געטראפן שטיין פארענט פונעם אפיס. "לאז מיך פראבירן מיט מיינע שטיק" האט דימיטרי געזאגט פאר טאני. "אויב גייט עס נישט וועלן מיר דאן פראבירן אנדערע מיטלן."
קלאפענדיג אויפן טיר האט קיינער נישט געעפענט. נאכן זיך צובייגן און זיכער מאכן אז קיינער איז נישט אינעם אפיס האט טאני ארויסגענימען זיינע שליסלעך און געעפענט דעם טיר. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שליסלעך איז טאקע דאס וואס מ'האט געדארפט. די אפיס איז געווען אן אפיס וואס האט פארמאגט אין זיך אלעס. גרויסע סקרינס אויפן וואנט פון וואס מ'האט געקענט מיטהאלטן אלעס פונעם פארט אויך א קאמפיוטער און אפאר סעיף'ס. די אפיס האט אויסגעזען וואו די אפיס פונעם העכסטן טשיף דא אינעם פארט.
דימטרי האט זיך צוגעזעצט צום קאמפיוטער אויף צוזוכן ווען קאנטעינער 5236-1-9 דארף אנקומען און אויך די אינפארמאציע דערוועגן. דערווייל האט זיך טאני אפגעגעבן מיט די סעיף'ס. טאני האט זיך היבש ארום געמוטשעט. יעדע סיעף האט געהאט אפאר שלעסער אבער נאך א שטיק צייט האט ער עס אויסגעטראפן.
דימטירי האט זיך נישט לאנג געמוטשעט און געטראפן וואס ער האט געזוכט. זיין קאנטעינאר האט געדאפט אריין קומען היינט פינעף אזייגער נאכמיטאג. און די קאנטענער גייט קיין אפסטעיט (אינעם פארט ווען מ'לאדענט אראפ קאנטעינארס קוקט מען ווי ס'גייט און לויט דעם פלאצירט מען עס. יעדע קאנטעינער האט זיין געגענט) דימיטרי האט שנעל אראפגעשריבן די אינפארמאציע אויף א קליין צעטעלע און עס פלינקערהייט אריין געשטופט אין טאש נאך פאר טאני באמערקט. דערנאך האט ער ארויס געפרינט די אינפארמאציע און עס דערלאנגט פאר טאני.
טאני האט שוין דערווייל געטראפן די זיגל וואס ער האט געזוכט און ווען דימיטרי האט אים געברענגט די צעטיל האט ער עס תיקף אפגעזיגלט און דערנאך צוריק געלייגט די זיגל וואו עס באלאנגט און ביידע האבן פארלאזט די אפיס.
יעצט איז דימיטרי'ס גרעסטע פראבלעם געווען וויאזוי מאכט ער זיכער אז די פאפיר וואס ער האט קומט אן צו זיינע חברה....
אראפגייענדיג איז אים בייגעפאלן א פלאן..
.
ער האט צוגעוואקט צום וועכטער וואס איז געזעצן ביים טיר און זיך אנגערופן, "איך קען מיט דיר איבערלאזן א מעסעדזש? זאג פאר די הויפט אפיציר אז איך בין דא געווען און איך האב זייער געוואלט זיך טרעפן מיט אים פערזענליך. איך וואלט געקענט באשטיין אז ער זאל מיך רופן אויף מיין סעל. שרייב אראפ די נאמבער" און דימיטרי האט אים געגעבן עפעס א פאלשע נאמבער. די וועכטער האט געפאלגט ווי א טאטעלע און געטון וואס מ'האט אים געהייסן.
ארויסוואקענדיג האט טאני געפרעגט דימיטרי פארוואס ער האט דאס געטון האט אים דימיטרי געענטפערט "איך קען באשטיין אז אויב זאל די גארד זיך פאררעדן און זיך אנרופן פארן אפיציר אז היינט זענען געווען געסט זאל די אפיציר זיך אביסל דערשרעקן אבער איך וויל נישט ער זאל גראד שפרינגן צום טעלעפאון אנרופן פרעגן ווער מיר זענען ווייל דאן קענען מיר זיין אויף גרויסע צרות. איך קען באשטיין אז די גארד זאל אים זאגן אז מיר האבן אים געזוכט און מיר האבן אפילו איבערגעלאזט א נאמבער ווי אונז צוריק צורופן אזוי וועט ער פראבירן דעם נאמבער, און איך האף אז ווילאנג ער וועט זיך מיטשענען אויסצוגעפינען ווער מיר זענען וועט די קאנטעינער שוין זיין ווי ס'באלאנגט"
טאני האט בוואונדערט די קלוגשאפט פון דימיטרי צו האבן אזוי די שכל אויפן פלאץ.
נאכן וואקן א אפאר צענדליגע פיס האט דימיטרי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן פאר טאני " אךך..איך האב אים בטעות געגעבן א נאמבער וואס ארבעט שוין נישט אפאר וואכן. ס'איז נישט גוט, אויב גייט די אפיציר רופן דעם נאמבער גייט ער גלייך זען אז די נאמבער איז אפגעהאקט...
איך לויף צוריק אים געבן א צווייטע נאמבער.." אזוי איז דימיטרי אליין צוריק געלאפן צום טיר וועכטער און אים געבעטן צו ער קען ביטע אים געבן זיין טעלעפאון. ווען ער האט געהאט די טעלעפאון האט ער אנגערופן סטיוו און אים איינגעמאלדן אז ער לאזט איבער ביים וועכטער א וויכטיגע צעטל.
נאכן אראפלייגן האט ער געבעטן די וועכטער צו ער קען ביטע איבערגעבן די צעטל פאר סטיוו ער וועט אהער קומען עס אפנעמען. די וועכטער האט אויף אלעם מסכים געווען אבי דער זאל שוין גיין.
*
סטיוו איז געזעצן אין זיין פארקינג ספאט און נישט אראפגענימען זיין אויג פונעם קאמפיוטער ער האט מיטגעהאלטן יעדע ריר פון טאני. ווען זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן האט ער גלייך אויפגעהויבן און זיך געפריידט אז עלווין האט שוין פארשאפט די אינפארמאציע.
סטיוו האט נישט געצעגערט וואוסנדיג אז יעדע מינוט מאכט אויס. און ווען ער האט געזען אויפן סקרין אז די פינטל דערווייטערט זיך איז ער צוגעפארן צום מעין בילדינג און אפגענימען די צעטל פונעם וועכטער.
*
דימיטרי און טאני זענען געשטאנען ביי די פארט ווי זייער קאנטענער דארף אנקומען. ס'איז נאך געווען גענוג צייט און טאני האט זיך נישט געיאגט אריין צוגעבן די פאפיר מיטן זיגל פארן אינספעקטאר ווייל ער האט געוואוסט אז ווי פריער ער גיט די פאפיר האט די אינספעקטאר מער צייט אנצורופן און געוואויר ווערן דעם אמת. און ווי שפעטער אלס מער אנגעצויגן איז און אלס בעסערע שאנס אז די אינספעקטאר וועט ניטאמאל א קוק טון.
די זייגער האט זיך שטייט געריקט.. טאני מיט דימטרי האבן ארום שפאצירט אנגעצויגן אינדערויסן פונעם פארט. ביידע האבן געשפירט וואס דאס מיינט אז א שווערע אקציע פון וואכן ארבעט און מיט אזאנע שוועריגקייטן אינדערמיט און ענדליך האלט מען דא. אט אט קומט די שיפמענט אן...
ווען די זייגער האט געוויזן אויף אפאר מינוט פאר פינעף האט טאני זיך אנגערופן אז ס'איז צייט צו גיין...
מיט פעסטע טריט האבן ביידע אריין געוואקט צום אינספעקטאר און טאני האט גלייך ארויסגעשלעפט זיין בעדזש זאגענדיג אז ער איז דא פון נאס"א און ער וויל לאזן וויסן אז ער ערווארטעט א שיפמענט יעצט פינעף אזייגער די קאנטענער נאמבער איז 5236-1-9 און מ'זאל תיקף ארויסלאזן די קאנטעינער אן דורך גיין אלע סעקיורעטי טשעק פוינטס. און אזוי רעדענדי האט טאני ארויסגעשלעפט די געזיגלטע צעטל וואס שטייט קלאר אז די קאנטעינער איז פארבאטן אינטערצוזוכן.
די אינספעקטאר נעמט איבער די צעטל און אנטשולדיגט זיך און גייט אריין דערמיט אין די בעק זאגענדיג אז ער דארף אינטערזוכן דעם זיגל צו דאס איז אויטענטיש.
טאני מיט דימיטרי זענען ביידע געשטאנען אנגעצויגן. די פאר מינוט איז די מערסט קריטישסטע מינוטן פון די אקציע...
ס'גייט דורך אפאר מינוט און די אינספעקטאר קומט ארויס און שרייבט אינטער דאס צעטל "גייט ארויס און גיבט דאס פאר דעם אינספעקטאר ער וועט אייך אנצייכענען ווי אייער קאנטענאר גייט ליגן."
טאני האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזענע קייטן נישט אויסצושיסן אין א געלעכטער זעענדיג ווי גוט זיין אקציע ארבעט זיך אויס.
אנקומענדיג אינדערויסן האט טאני עס איבערגעגעבן פארן אינספעקטאר יענער האט געגעבן א בליק אויפן פאפיר און מיט עהרע געגעבן א קוק ארויף אויף די צוויי. טאני מיט דימיטירי זענען געשטאנען מיט א געמאכטע רואיגקייט און זיך ארוםגעקוקט אויף די מכטיגע אפעראציע וואס קומט פאר ביים פארט. צענדליגע ארבעטערס, טראקס שיפן קאנטעינארס, אלעס פארט מיט אן אויסנאמע פונקטליכקייט.
אבער דאן האט דימיטרי באמערקט עפעס וואס האט אים פאראורזאכט א טויש אין זיין פנים קאליר...
ס'איז אבער געווען צו שפעט עס צו פארמיידן.. די פאר אויגן האבן זיך צוזאמגעפארט... דימיטרי האט זיך געטראפן פארפרוירן...
ער האט זיך געטראפן שטיין בעפאר 'ניק' -דער פון וועם מ'האט גענימען די שליסל-
ניק האט באמערקט דימיטרי..
נאך פאר דימיטרי האט געהאט א ברירה עפעס צו טון האט זיך ניק גענימען שרייען הויך...
"דו ביסט עלווין די פאלשע נעווי סיעל, וועגן דיר האב איך פארלוירן מיין דזשאב....!!"
עלווין (דימיטרי) האט געזוכט א וועג אים שטיל צו מאכן אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.. א געזעמל פון ארבעטערס האבן זיך צוזאמגענימען הערן וואס ניק שרייט... און ניק האט פארשטייט זיך נישט אויפגעגעבן.. "עלווין, וואס זוכסטו דא? גיב מיר צוריק די שליסלעך... איך רוף שוין די פאליציי..."
ס'האט זיך אנגעפאנגן א גרידער.. און טאני האט אויפגעכאפט אז עפעס גייט פאר.....
ניק האט ארויסגעשלעפט זיין טעלעפאון און זיך געגרייט צו רופן די פאליציי....
טאני האט נישט פונקטליך פארשטאנען וואס ס'גייט פאר אבער ער האט געהערט ווי יענער שרייט וועגן שליסלעך האט ער פארשטאנען אז מ'רעדט פון די שליסלעך וואס ער האט אויף זיך...
דאס מיינט אז דער דימיטרי איז נישט קיין דימיטרי.. ער האט א צווייטע נאמען און ער האט פארשאפט די שליסלעך...
....
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:55 am
דורך מי יודע
דו שיגענער
קיין גרעסערער טיפוש ווי דעם ניק האסטו נישט געקענט דארט שטעלן?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 10:03 am
דורך שמויגער
ביסטו נארמאל???
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 10:11 am
דורך jkup50
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 10:42 am
דורך פונקטליך
קרעמער??!! זיי שוין חוסם דעם ניק!!!
אזאנס אנצודרייען די לעצטע מינוט!
ווי קענט וועיט פאר דע נעקסט וואן
יישר כוח גדול!
מאך עס געשיקט פאר די פאליציי קומט אן