בלאט 7 פון 17

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 5:56 pm
דורך צייטליך
ס'ארא דורכפאל דאס!

כ'בינדאך גאר לעצטענס געגאנגען בייקינג דארט, וואס האסטע מיר נישט דאן געקענט זאגן צו שטיין בלייבן אויפן אנדערען זייט בריק און אפווארטן דעם טאני?

בטלן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 6:08 pm
דורך נאר נייעס
צייטליך האט געשריבן:ס'ארא דורכפאל דאס!

כ'בינדאך גאר לעצטענס געגאנגען בייקינג דארט, וואס האסטע מיר נישט דאן געקענט זאגן צו שטיין בלייבן אויפן אנדערען זייט בריק און אפווארטן דעם טאני?

בטלן.

עס קוק נישט אויס אז די ביסט געגאנגען בייקינג ווען יא וואלסטו געווען אביסל פרישער אין יונגער

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 6:28 pm
דורך jkup50
צייטליך האט געשריבן:ס'ארא דורכפאל דאס!

כ'בינדאך גאר לעצטענס געגאנגען בייקינג דארט, וואס האסטע מיר נישט דאן געקענט זאגן צו שטיין בלייבן אויפן אנדערען זייט בריק און אפווארטן דעם טאני?

בטלן.

האסט נישט געזען דארט אויף די רעכטע זייט טאניס טשעקעט ?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 8:11 pm
דורך זכר באנדל
תן תודה!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 8:21 pm
דורך אורח
אפשר ווילסטו ענדיגן איך זאל כאטש קענען כאפן א שטיקל דרימעל :?: :?:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 12:13 pm
דורך gagongan
יישר כח. אבער מיר ווארטן אויף די נעקסטע חלק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 6:21 pm
דורך פארדינט
יוש!!! דער אב איז דאך ריזיג!!!
אבער איימינוט!!! וויזוי קען די מעשה זיין אמת, סידאך דא קאנסראקשען דארט??? אה, נעוואדע, סינאך געשען פארדעם.
אדער, יעצט בייגעפאלן אזא מעשה איז קיינמאל נישט געווען לא דובים ולא לייבן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 6:23 pm
דורך דארפסמאן
נא ווי לאנג דארף מען ווארטן אויף די נעקסטע פארזעצונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 6:50 pm
דורך שמאטע
אקעי פעלעס איך דארף יעצט שרייבן א דאנק פארן טאטען אבער איך פארמאג נישט קיין ווערטער, אמעער יעדער האט שוין געשריבן אלעס וואס איז שייך צי שרייבען, אי הייבעך אן מורא האבן אז עלעך מיזן ניצען א מיטעל וואס איז געמאכט פאר א שעת הדחק אווי יעצט,

ליסטען אב!!!! איך הייב נישט אן צי וויסן וויאזוי איך זאל דיר באשקויכען....איי מיען... קיק אהער. זאלעך פלען זאגען "געוואלדיג" ?! נעע ס'קימט בכלל נישט אריין דא, (אויב איזער דא זאלער זיי מוחל גיין פין ווי ער איז געקימען...) וואט עלס דא איי העוו ?? "אויסערגעווענדלעך" ?! אקעי, פין דעם קען מען שוין גראדע יא טראכטן אריינציברענגען....,

באט... יוי.... איך בין אזוי צימישט אז נאר!!! אי.....אי.....איך...איך..... צי...צי....ציטע..... איך ציטער.... וואס קימט נעקסט... בררר....יוי.... כאב א קישקע וואס איז אויפן וועג ארויס פאר שלעק.....(כמיין שרעק....יו נעים איט)....בלא בלא בלא.....

סוי די איינציגסטע אפשען מיט וואס איך בלייב (לויט ווי סקיקט יעצט אויס) איז צי באשטעטיגען אין מסכים זיין מיט אלע וואס האבן מיך אויסגעכאפט.....

טיו לעטס סעי לאאד!!!! איי עגרי!!!!!איי עגרי!!!! איי עגרי!!!! וויט אלל אף יאא..... אב יאא אר אמעיזינג, ענד יא דיד סאמטינג אמעיזינג!!!!! קיפי'ראפ !!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 7:41 pm
דורך וואדקע
אב איך האב באקומען א לינק צו די מעשה אויף היבראו בוקס,
ס' גארנישט אז עס שוין געווען אמאל באשריבן און ס'איז נאך אלס א היפשע ארבייט איבערצושרייבן פון אונגאריש, אבער ס'איז א שיינע זאך צו שרייבן פון ווי ס'קומט און געבען קרעדיט
דא איז די לינק

www.hebrewbooks.com/stories?keys+unblessed+hands?=3252rt

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 7:52 pm
דורך פאטאקי08
וואדקע!
נישטא אזא וועב סייט
http://www.hebrewbooks.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 8:00 pm
דורך leiby
וואדקע ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 8:22 pm
דורך שמערי בערי
לץ דו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 8:56 pm
דורך פונקטליך
א שלעכטע טרענסלעישן, אומגעבענטשטע הענט..

גוט וואדקע!

8'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 8:38 pm
דורך אב זקן
טאני האט זיך שטאטערהייט ארום געקוקט צו איינער פאלגט אים נאך. נאכן זען אז קיינער איז נישט אינטער אים האט ער זיך גענימען לויפן אראפ די בריק און דארט האט ער געכאפט א טעקסי אהיים.

זיצענדיג אינעם טעקסי האט ער אביסל אפגעאטעמט און זיך גענימען דורך טראכטן וואס ער איז יעצט דורך, דער שמואל האט מיך איבערן דראנג געווארפן און איז יא געגאנגען פארציילן.. אבער, האט זיך טאני צולאכט, דאס איז מער קיין פראבלעם ווייל לויטן חשבון איז ביז צען מינוט מער נישטא קיין שמואל.. זיין געביין וועט זיין אויסגעמישט מיט שטיקער האלץ און מעבל, און מיט פלייש פון זיין טאטנס געביין..
אבער די פראבלעם איז ווי גייט מען ווייטער? ווי זענען מיינע חברה? וואס איז דא געשען?

*

שמואל שטייט פארנט פון זיין הויז און ווארט צו הערן פון עלווין.. די צייט וואס מ'האט געהאט אפגעשמועסט אז עלווין גייט דא זיין איז שוין לאנג דורך.. וואס איז געשען? שמואל האט זיך גענימען קלערן צו אפשר זאל ער יא נעמען א קאר און אהין פארן צו זיין טאטן, אבער ער האט געדענקט וואו שטרענג עלווין האט אים אנגעווארנט אז ער זאל דאס נישט טון.
אזוי שטייענדיג זעהט ער וואו א קאר שטעלט זיך אפ פארנט פון אים און יענער גיט אים א פייפ אלס ווינק אז ער זאל נענטער קומען צו די קאר.. שמואל האט מורא געהאט נישט וואוסענדיג וואס עס ווארט אים אפ.. אבער ווען ער איז נענטער געקומען צו די קאר האט די דרייווער אראפגעלאזט די בעק פענסטער און שמואל האט געזען זיין טאטע זיצן דארט.. שמואל איז אהין געלאפן און ארויף געפאלן אויף זיין טאטן.. ביידע האבן זיך ארום געהאלזט און געוויינט..
דערנאך האט זיך שמואל אריין געזעצט מיט זיין טאטע אינעם קאר און די דרייווער האט צוגעטראגן ר' יצחק צו זיין היים.. ווי נאר ר' יצחק איז ארויס פון די קאר האט זיך די דרייווער אויסגעדרייט צו שמואל און אים געזאגט "יעצט וועל איך דיר טראגן ווייזן פארוואס עלווין האט דיך נישט געלאזט נאנט גיין צו די הויז.. קום מיט מיר.."

ווען זיי זענען אנגעקומען צו די הויז האט די דרייווער געהייסן בלייבן זיצן אין די קאר און ער האט צוגעוואקט שטייטערהייט צו הויז.. פארזיכטיג האט ער געעפענט די טיר און אוועקגעוואקט, זייענדיג אפגעקריט אפאר צענדליגע פיס האט ער אנגעכאפט א ציגל און עס אריין געווארפן אינעם הויז.. ווען די ציגל האט געלאנדעט אינעם הויז האט זיך א מעכטיגע אויפסרייס געהערט און די הויז האט אויפגעריסן אין פלאמען...
שמואל האט זיך צוגעקוקט צום סצענע און געווארן אויפגעשוידערט.
"איז דאס טאקע געווען טאני'ס פלאן מיך און מיין טאטע צו דערהארגענען אויף אזא ברוטאלישן פארנעם?" האט שמואל געפרעגט דעם דרייווער ווען איז צוריק געקומען צום קאר. יא, און מיר האבן דאס אויפגעפאסט נעכטן ביי די שמועס און היינט האבן מיר נאכגעקוקט די אויפרייס און געזען אז ס'איז אנגעשטעלט אויפצורייסן די מינוט וואס איינער טרעט איבער די שוועל. אלזא ווען מיר זענען זיכער געווען אז די באנדע קומט שוין נישט צוריק צו די הויז האבן מיר ארויסגענימען דיין טאטע פון די בעק פון די הויז וואס דארט האבן זיי נישט געלייגט גארנישט.
אבער זיי האבן געפלאנט אז דו זאלסט קומען נאך דיין טאטע און דאן וועלן ביידע דערהארגעט ווערן פונעם אויפרייס אן איבערלאזן קיין פינגער אפדרוקן.
שמואל האט נישט געקענט צו זיך קומען ווי נאנט ער איז געווען צום טויט. מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט ער זיך באדאנקט פארן דרייווער.
"שמואל, נאר איין זאך. דו מיט דיין משפחה און דיין טאטע מיט זיין משפחה זאלן זיך נאך היינט נאכט אויפהייבן און אוועקפארן פון דא ביז עלווין וועט אייך מעלדן אז איר קענט צוריק קומען.

די זאך איז אז אין די אויגן פון די גענג זענט איר ביידע טויט! און אויב זאל אייך איינער זען לעבעדיג שטעלט איר זיך איין דאס לעבן. איר מוזט נאך היינט נאכט אנטלויפן און איר וועט ווארטן אויף עלווין ער וועט אייך לאזן וויסן ווען איר קענט צוריק קומען."

איך וועל טון וואס איר הייסט!
"פיין. מ'האף מיר אז די זאך וועט נישט לאנג נעמען אבער אויף דערווייל קענט איר זיך נישט דרייען דא אפען."

*

לאמיר צוריק גיין צו עלווין און זען וואס דארט גייט פאר.
ווען סטיוו איז צוריק געקומען צו עלווין'ס פאזיציע האבן זיך ביידע געגעבן א קנאק מיטן פויסט אלס צייכן פון 'געלונגענע מיסיע'. דזשימי האט אויפגעשטעלט די דריי פארכאפטע און איבער געגעבן פאר זיין טאטע. זיין טאטע האט אריין גערופן בעק אפ זאגענדיג אז ער האט יעצט געכאפט דריי חברה מיט אומלעגאלע וואפן אויף זיך און ער דארף הילף מיט זיי ארעסטירן. ווען די דריי זענען שוין געווען אין זיכערע הענט איז דזשימי צוריק געגאנגען צו זיינע צוויי שותפים און אלע דריי האבן זיך ווארעם באגריסט אויף די געלונגענע אקציע וואס זיי האבן נארוואס דורך געפירט.
עלווין האט אבער נישט צו לאנג געלאזט פייערן ווייל יעצט איז מען נאר פארטיג געווארן מיט די ערשטע פאזע, און פאר די צווייטע פאזע איז נישט פארטיג קען מען נישט פייערן.

עלווין שלעפט ארויס זיין קליינע קאמפיוטער און עפענט אויף די טרעקער פראגרעם. אלע דריי האבן זיך איינגעקוקט און ביז א מינוט האבן זיי געכאפט ווי טאני געפינט זיך. וואס טאני האט נישט געוואוסט איז אז אויף איינע פון די שליסלעך זענען געווען צוגעטשעפעט א גאר קליינע שטיקל אייזן וואס דאס האט עלווין ארויף געלייגט בעפארן איבער געבן די בינטל פאר סעם, גראדע האט עלווין נישט געקלערט אז ער וועט דאס דארפן ניצן ווייל זאל ווען אלעס גיין ווי געפלאנט אז טאני זאל צוריק קומען צו זיין קאר נאכן איבערנעמען די שליסלעך פון סעם וואלט ער ווען דאן געכאפט געווארן. אבער עלווין האט געקלערט אז זאכן קענען זיך אויסלאזן אנדערש ווי געפלאנט וועגן דעם האט ער ארויף געלייגט דעם שטיקל אז אויב אנטלויפט ער זאל ער קענען וויסן ווי ער געפינט זיך. און דאס האט זיך טאקע יעצט ארויס געשטעלט צו זיין די ריכטיגע שריט.

סטיוו מיט דזשים האבן זיך אריין געזעצט אינעם קאר און זיך געלאזט אין וועג. עלווין האט זיך אריין געזעצט אין זיין אייגן קאר און אהיים געפארן.

*

טאני איז געפארן רואיג און דורך געטראכט וואס ער גייט טון ווייטער. ער האט געהאפט אז די לאנגע טרענירונג פון זיינע מענטשען וויאזוי זיך צו האלטן אין די שווערסטע אומשטענדן וועט זיי יעצט צוניץ קומען און זיי וועלן זיך האלטן דאס מויל. אבער טאני האט נאך אלס געציטערט אז אפשר גייען זיי זיך יא פאררעדן. ער האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט לאנג וויילן אינדערהיים נאר צוזאמנעמען די פאר זאכן וואס ער דארף און ער גייט זיך אריין ציען אין א האטעל פאר ביז וואו לאנג די אקציע איז פארטיג. דערנאך פלאנט ער סייווי צו אנטלויפן פון לאנד ווייל דאן וועט ער האבן גענוג געלט אויסצולעבן ברייט זיינע יארן אויף א רייכן פארנעם.
טאני האט געהייסן די טעקסי זאל זיך אפשטעלן א גאס אוועק פון זיין הויז, טאני האט דאס געטון ווייל ער האט געוואלט קענען אבזעווירן זיין גאס און זיין הויז זען צו קיינער ווארט אים נישט אפ. אנקומענדיג צו זיין גאס האט אלעס אויסגעזען גוט ער האט געשפאנט ווייטער צו זיין הויז..
קומענדיג נענטער האט ער געטראפן די לעקטער אנגעצינדן.. דאס האט אנגעצינדן ביי אים א רויטן לעמפל. ער געדענק נישט אויף זיכער אבער לויט וויפיל ער געדענק האט די לעקטער געדארפט זיין פארלאשן יעצט.. טאני לייגט ארויף די הענט אויף זיין גאן.. צו זיין גרייט אפצוענטעפערן מיט פייער סיי וועלכע אטאקע..
אנקומענדיג ביי זיין טיר האט זיך די לעקטער פון זיין הויז אויסגעלאשן... דאס מיינט אז איינער איז יעצט אינעם הויז.. טאני איז געווען געלערנט ווי אזוי צו אינוואדירן א הויז און כאפן איינעם ביי א סורפרייז.. ער האט געשטעלט שטילע טריט איינס נאכן צווייטן און שטאטערהייט געעפענט די טיר.. ער האט קיינעם נישט געזען.. ער האט שטאטערהייט אריין געוואקט אין די הויז.. ער האט פראבירט אנשפיצן זיין אויער צו הערן עפעס א שראך אדער סיי וואס.. אבער גארנישט.. ער וואקט ווייטער.. קיינער איז נישט אינעם ערשטען שטאק.. יעצט דארף מען זען ווי אויפן צווייטן שטאק יענער איז.. אזוי וואקט ער ארויף די שטיגנס מיט אויסטערלישע שטילע טריט נישט וועלענדיג מאכן די מינדעסטע גרידער אז דער יעניגער זאל וויסן אז מ'קומט נאך אים.
אבער די צווייטע שטאק איז אויך ליידיג געווען.. די הויז איז ליידיג.. אלזא, ווער איז דאס וואס האט זיך דא געדרייט? וויאזוי איז ער אריין געקומען און וויאזוי איז ער ארויס?
טאני איז געווארן אויסטערליש דערשראקן.. עפעס א מיסטירעזע האנט דרייט זיך ארום אים.. דא האט מען פארכאפט זיינע מיטארבעטערס, דא זעהט ער איינעם זיך דרייען ביי אים אינדערהיים אבער ער קען אים נישט טרעפן.. וואס גייט דא פאר... טאני איז אריין געפאלן אין א פאניק אטאקע.. ער האט שנעלערהייט געכאפט זיינע פאר זאכן וואס ער דארף האבן צו ענדיגן זיין אקציע און ער איז אראפגעלאפן צו זיין קאר...

*

סטיוו איז געזעצן באהאלטן אינטער א בוים און מיטגעהאלטן ווי טאני קומט אן צו זיין הויז. ווען טאני איז שוין געווען גענוג נאנט האט ער געזאגט פאר דזשימי אז טאני איז דא. דזשימי האט געגעבן א שנייד דורך די איינצעלנע ווייער וואס האט זיך אריין געצויגן צו טאני'ס הויז און דאס האט געמאכט די לעקטער זיך פארלעשן. סטיוו האט מיט א שמייכל מיטגעהאלטן ווי טאני שלעפט ארויס זיין גאן.. אטא דאס האט ער געוואלט אז טאני זאל ווערן פארפאניקט.. ער האט געזען ווי טאני טאנצט ווי א צאפ אין זיין אייגן הויז און דאס איז אקוראט וואס מ'האט געוואלט דערגרייכן. ווען ער האט געזען אז טאני גרייט זיך צו פארלאזן האבן זיך ביידע אריינגעזעצט אינעם קאר און זיך גרייט געמאכט אים נאכצופארן. טאני האט נישט באמערקט ווי מ'פארט אים נאך ער איז רואיגערהייט געפארן זיין וועג.
אנקומענדיג צו די האטעל איז טאני אראפגעפארן אינעם פארקינג לאט צו פארקן זיין קאר און דערנאך זיך געגאנגען אריין טשעקן אינעם האטעל.
סטיוו מיט דזשימי האבן זיך צוגעשארט צו זיין קאר און מיט א קליינע ריק אנגעווארטשאפט אז די קאר זאל זיך נישט אנצונדען.
דערנאך זענען ביידע ארויף אינעם האטעל און ארויס גענומען א רום זיך אויסצורוען.
די נאכט איז דורך אן קיין אינצידענטן און דזשימי מיט סטיוו האבן זיך אויסגערועט אביסל.


די נעקסטע אינדערפרי האט דזשימי באקומען די קאלל פון עלווין אז אלעס איז גרייט האט ער צוזאמגענומען זיינע פאר זאכן און אראפגעגאנגען מיטן עלעוועיטאר צום פארקינג לאט אפצווארטן טאני.

*

טאני האט זיך דערוועקט צו זיין טעלעפאון קלינג. מיט אן אימפעט האט ער ארויסגעשפרינגן פון בעט וואוסענדיג אז איינער וואס רופט אים אויף זיין סעל איז עפעס וואס איז זייער וויכטיג.

"טאני" -האט זיך געהערט א שטילע קול- "דא רעדט דימיטירי. קען זיין דו האסט נאך נישט געהערט מיין נאמען אבער איך וויל דיר זאגן אז מיר ארבעטן ביידע פאר די זעלבע בעל הבית מיר זענען ביידע אינטערגעווארפן אינטער "די גווארדיסטן" און איך מיין מיר דארפן זיך טרעפן דאס שנעלסטע וואס מעגליך ווייל מיר זענען ביידע אויף גרויסע צרות."

דימיטרי, איך ווייס נישט ווער דו ביסט. האט טאני געענטפערט. אבער איך קען מיך נישט טרעפן מיט קיינעם. איך קען מיך נישט דרייען אין פובליק מ'זוכט מיך.
"איך ווייס טאני, מיך אויך. איך מוז זייער וויכטיג רעדן דערוועגן מיט דיר. לאמיר זיך טרעפן ביי די ענטרענס פון די טרעין אויף לעקסיקאן עווע. איך גיי האלטן א נ.י. פאוסט אין איין הענט און א סטארבאקס קאפי אין די צווייטע הענט. איך ווארט דיך דארט אין צען מינוט.
טאני האט אראפגעלייגט די טעלעפאון אינגאנצן צומישט.. ווער איז דער דימיטרי וואס וויל זיך טרעפן מיט מיר..?
טאני האט געקלערט צו ער זאל זיך טרעפן צו נישט, דערנאך איז אים בייגעפאלן צו מאכן א טשעק אוט אויף דעם דימיטרי בעפאר ער גייט זיך טרעפן מיט אים, אדורך פארן די גאס אפאר מאל קען נישט שאטן האט טאני געקלערט צו זיך.

טאני קומט אראפ אין פארקינג לאט און זעצט זיך אריין אין קאר אבער זיין קאר צינדט זיך נישט אן. טאני איז ארויסגעשפרינגן פונעם קאר, ווייל פון וואס ער איז געלערענט איז אז א קאר וואס דארף צו ארבעטן אויב צינדט זיך דאס נישט אן אויף די מינוט מיינט דאס אז איינער האט געבאבערט דערמיט און דאס קען אויפרייסן יעדע מינוט..
אויף אט די סקונדע האבן סטיוו און דזשימי געווארט. ווען טאני איז ארויסגעשפרינגן האט ער זיך געטראפן פארכאפט אין אפאר פעסטע הענט, און נאך פאר ער האט עספיעט צו שטעלן סיי וואסערע ווידערשטאנד האט ער זיך געטראפן געבינדן אין די טראנק פון א קאר.
ער האט זיך געוואלט נעמען שרייען אבער די מוזיק אין די קאר האט דערשטיקט זיין געשריי.

סטיוו מיט דזשימי האבן זיך ארויסגעלאזט צום אנגעגעבענעם אדרעס וואס עלווין האט זיי געגעבן. אנקומענדיג דארט האבן זיי געטראפן וואס זיי האבן געוואלט. א ליידיגע קאנטעינאר באקס אראפגעווארפן אין א ליידיגע קאנסטראקשען פלאץ.
די קאנטענער האט גארנישט געהאט אין זיך מער ווי א בענקל צוגעטשעפעט צום וואנט. דארט האבן זיי אריין געשלעפט טאני און אים אראפגעזעצט אויפן בענקל.


סטיוו האט גענימען דאס ווארט.
"דו ביסט טאני,יא? לאמיך דיר דערציילן אביסל היסטארי פון אונז.
מיר זענען נישט קיין פאליציי אדער סיי וואסערע שטאט-איינגעשטעלטע. מיר זענען פון א גענג אזוי וואו דו. און מיר פירן אן אונזערע אייגענע ביזנעס דא אין ברוקלין. ביז נישט לאנג צוריק האבן מיר נישט געהאט קיין פראבלעם מיט ענק 'די גווארדיסטן'. עטס האטס געטון ענקער ארבעט און מיר האבן געטון וואס מיר דארפן אנא דעם וואס מיר זאלן קראכן איינער אינעם צווייטן. דאס איז אלעס געווען ביז לעצטענס, אבער אין די לעצטע פאר וואכן האבן ענק אריין געוואקט אין א טערעטאריע וואס איר באלאנגט נישט און מיר גלייכן דאס נישט.

די פירער פון אונזער גרופע האט ארויסגעגעבן א טויט פארלאנג אויף ענק אלע. אבער איך האב אים געבעטן צוצוווארטן און איך קען באשטיין צו כאפן א שמועס מיט דיר בעפאר מיר טוען סיי וואס. מיר גייען דיך שוין נאך א שטיק צייט און מיר האבן באמערקט אז דיין גרופע פלאנט אן ערענסטע אפעראציע ערגעץ אין די נאנטע טעג. מיין פירער האט מיר געגעבן איין אפציע דיך צו לאזן לעבן און דאס איז אויב געסטו אונז ארויס וואס די אקציע איז און מיר וועלן דאס טון.
דו ווייסט גאנץ גוט אז די וואסערן ווערן קאנטראלירט ביי אונז. און דאס אז דיין גרופע זאל ארבעטן אין אונזער טערעטאריע איז אזאך וואס קאסט לעבנס.
אלזא, אויב איז דיין לעבן עפעס ווערט ביי דיר נעם דיך רעדן! און אז נישט בלייסטו דא אינעם קאנטעינאר און דו וועסט אויסגיין ווי א לעכט און דו וועסט אונז ניטאמאל קאסטן א קויל!

יעצט איז דיין צייט איבערצונעמען דאס ווארט."

טאני איז געווען געלערענט זיך צו האלטן און נישט רעדן. ער איז געווען אין די רוסישע מיליטער פאר א שטיק צייט. און דאס איז געווען ביליגע רייד פאר אים. טויט און פייניגונג האט אים נישט דערשראקן, ער האט קאלטבלוטיג געשמייכלט אין סטיוו'ס פנים אן ארויסרעדן א ווארט.
אינמיטן האט זיך טאני'ס טעלעפאון צופיפן. סטיוו האט צוגעוואקט און ארויסגענומען די טעלעפאון פון זיין טאש א טעקס מעסעדזש איז ארויף געקומען אויפן סקרין. "טאני ווי ביסטו איך ווארט אויף דיר ביי די טרעין ביי לעקסיקאן איך זאג דיר אז די זאך איך וויכטיג. איגנאריר מיך נישט. דימיטרי."

סטיוו האט געקוקט אויף דזשימי, ביידע האבן געעפענט גרויסע אויגן. ווער איז דאס דימיטרי? מיט א בליק האבן זיך ביידע פארשטאנען און צוגעבינדן טאני צום בענקל און פארלאזט דעם קאנטעינער פארהאקט דעם שלאס און זיך ארויסגעלאזט טרעפן דעם דימיטרי...

ס'האט נישט לאנג גענומען און סטיוו מיט דזשימי זענען געווען צוריק. אבער נישט נאר זיי צוויי, מיט זיי איז אויך געווען נאך איינער וואס לויט וואו טאני האט פארשטאנען איז ער דער דימיטרי פון וועם מ'האט גערעדט.

"איך דארף מיך אנטשולדיגן" האט דזשימי זיך אנגערופן "איך האב נישט געוואוסט אז איך גיי דא האבן צוויי חברה, איך האב נישט געוואוסט צוצוגרייטן צוויי בענקלעך. אבער דאס דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם, עטס זענטס גוטע ברידערס, מארגן וועלן מיר זעצן דימיטרי אויפן בענקל.
מיר וועלן צוריק זיין מארגן. און אויב ווילט איר זיך הארגענען איינער דעם צווייטן קענט איר עס טון און מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין. קוילן זענען נישט טייער אבער ס'איז א שאד עס צו ניצן אויב קען עס גיין אנדעם."
סטיוו מיט דזשימי האבן פארלאזט די פלאץ איבערלאזענדיג דימיטירי מיט טאני פארשפארט אינעם קאנטעינאר.

*

טאני האט אנגעקוקט דימיטרי און ער האט אויסגעזען ווי איינער וואס איז נארוואס דורך א שווערע מלחמה. בלוט האט זיך געגאסן פון זיין נאז און שווארצע בלויע פלעקן האבן זיך אנגעזען אויף זיין געזוכט. דאס אלעס האט געוויזן אז דער האט געשטעלט אן ערענסטע ווידערשטאנד.
"דימיטרי, ווער ביסטו?" האט טאני געבראכן די שטילקייט.

פארוואס טראכסטו אז איך גיי דיר זאגן ווער איך בין אויב האסטו דיך נישט געקענט האלטן דאס מויל און דו האסט מיך פארראטן?

"איך האב דיך נישט פארראטן" האט זיך טאני צושריגן. "זיי האבן געליינט דיין טעקסט, איך האב קיין ווארט נישט גערעדט צו זיי"

טאקע? דאן פון ווי ווייסן זיי צו זאגן וועגן די אקציע וואס מיר פלאנען? פון ווי האבן זיי די אינפארמאציע? דו זאגסט ליגנט! איך ווייס. זיי האבן מיך דא אריין געלייגט מיך צוצוברעכן און מאכן שפענדן מיין לעצטע נאכט מיט א פאררעטער. וויסן זאלסטו טאני, אויב גיי איך אמאל זיין פריי גיי איך גיין אין דערציילן פאר 'פאול' וואס דו האסט געטון מיט אים! ער וועט נקמה נעמען אין דיר און אין דיין משפחה! איך זאג דיר צו!!

"דימיטרי!! איך זאג דיר צו, פון מיין מויל איז קיין ווארט נישט ארויס! קען זיין אז איינע פון מיינע חברה וועם זיי האבן פארכאפט קען זיין איינער דארט האט גערעדט אבער איך האב קיין ווארט נישט געזאגט!
נאך מער, זיי ווייסן נישט קיין סאך ווייל ווען יא וואלטן זיי אוועק גענימען די בינטל וואס איך האב מיט מיר. אויב האבן זיי דאס נאך נישט געטון דאן ווייסן זיי נישט קיין סאך!"

"יעצט קענסטו מיר זאגן פארוואס האט פאול דיך אראפגעשיקט דא? דאס איז מיין טערעטאריע און ער מישט געווענליך נישט אויס קיין גרופעס"

איך קען דיר נישט קיין סאך זאגן, האט דימיטרי געענטפערט.
אבער די אקציע וואס איז געפלאנט מיינט זייער אסאך פאר אים און ער האט מיך אראפ געשיקט אז אויב עפעס גייט נישט גוט מיט דיין גרופע זאל איך דא זיין אין די געגענט גרייט עס איבער צונעמען. אבער ווען איך האב געהערט אז דו ביסט אריין געפאלן אין פראבלעמען האב איך געטון די נעריש'סטע שריט אין מיין לעבן און איך האב מיך אויפגעדעקט פאר דיר. יעצט זענען מיר ביידע דא פארכאפט און ווען פאול גייט געוואויר ווערן אז מיר זענען דורך געפאלן וועלן מיר ביידע נישט ווערט קיין קיין גראשן. און אונזערע משפחות וועלן צאלן די פרייז!
אונז זעמער פארטיגע!

"ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. קוק אהער, מיר זענען צוויי געלערענטע און זיי זענען צוויי, אפשר קען מען זיי איבער קומען און אנטלויפן און פאול דארף אפילו נישט וויסן אז זאכן זענען געווען נישט גוט. מיר וועלן ארבעטן צוזאמען און עס דורך מאכן."

דימיטרי האט אריין געקוקט טאני אין די אויגן און ביידע האבן זיך צושמייכלט.
"נישטא וואס צו פארלירן איך בין גרייט צו נעמען די טשענס"

"טאני, הער וואס איז מיר בייגעפאלן" האט דימיטרי זיך אנגערופן, "די בענקל זעהט נישט אויס צו שטארק צוגעטשעפעט צום וואנט, מיט אביסל ארבעט קען איך זען אז די בענקל זאל אראפ קומען פונעם וואנט און אויב געלונגט עס מיר קענען מיר ניצן די פיסל פון די בענקל אז דאס זאל אויסבייגן די טיר.. וואס זאגסטו צו מיין פלאן?"

אייזן! לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט..

דימיטרי האט זיך אראפגעשטעלט און אריין געריבן זיין הענדקאפס אויפן אייזן וואס האט צוגעטשעפעט די בענקל צום וואנט. ס'האט טאקע נישט גענומען שנעל און נאך א שעה ארבעט איז דימיטרי אראפגעפאלן אויסגעשעפט אבער די בענקל איז שוין נישט געווען צוגעטשעפעט צום וואנט.

דאן האט טאני איבערגענימען די ארבעט פון אויסבייגן די טיר. אויך נישט געווען גרינג, נאכדערצו אז מ'קען נישט ניצן ביידע הענט ווייל ס'איז פארבינדן. אבער ווען דימיטרי האט זיך צוגעשטעלט האבן זיך זאכן גענומען ריקן שנעלער און נאך אפאר שעה ארבעט אין די טינקעלקייט פון די נאכט האבן זיך די צוויי גענגסטערס ארויסגעגליטש פונעם קאנטעינער און אנטלאפן....

פארזעצונג קומט אי"ה.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 8:52 pm
דורך וואדקע
איבערמעכטיג!!!!

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 9:10 pm
דורך פונקטליך
פאר א שווארץ יאר!!

אב, די ביסט אוט אף קאנטראל אונז צו מהנה זיין, האלט אן!

ביטע ווי שנעלער ארויפלייגן דאס קומענדע

יישר כוח!

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 9:12 pm
דורך פייווישעל
שפראכלאז !

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 9:16 pm
דורך למעלה משבעים
אבבב, ;l;p-
איך האב נישט קיין ווערטער פארדיר.... די ביזט עפעס נישט נארמאל גוט.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 10:17 pm
דורך לאטצי
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יישר כח
איז דימיטרי פון אונזערע אדער נישט ??

פארעפענטליכט: שבת פבואר 12, 2011 10:58 pm
דורך שמערי בערי
כ'האב געוואוסט אז "עפעס" גייט מוזן געשען...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 12:15 am
דורך פאטאקי08
דער לאטצי קען זיך נישט איינהאלטן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 1:29 am
דורך זכר באנדל
אב ביסט א מעידזשער ספינער, די שפילסט זיך מיט מיר אזוי ווי איך וואלט געווען דיין בלעקבערי...

אבער איך דארף דיר נישט זאגן וויפיל אונז ענדזשויען דיין ספינעריי... דזשאסט קיפ איט אפ!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 1:48 am
דורך ווינקל
כ'האב שוין נישט וואס צו שרייבן!

ביסט עפעס עמעמ עמ עמ א וואש מאשין.....!

דו ספינט און דרייסט עפעס פשוט נישט נארמאל!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 3:34 am
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
אב די ביסט עפעס נישט נארמאל. דיין קאפ ארבייט דיר זייער גוט, וויפיל איך פרוביר דיר צו פיגערען גייט עס נישט

עניוועי קיפ אן, זעה נישט צו געבן קיין ברעיקס מער ווי א שעה,