בלאט 6 פון 17

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 3:45 pm
דורך וואדקע
לייג אריין העל באלויכטן וועט ארויפקומען Bright light
אריין און שפראך

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 5:16 pm
דורך איך_הער
אנריעל, יישר כחכם. זע אז סעם זאל אריין פילן די בלענק.... דאס וואס ס'באלאנגט דא.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 5:57 pm
דורך גלגלשלג
די אלטער צו לאנג קענסטו נישט ציען מער עס ווערט שוין נאכט קום שנעל אויף מיט עפעס א
ספין ארויס צונעמען ר" יצחק .... מיט דע שליסלעך......וכו,.......וכו

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 6:14 pm
דורך גלגל החוזר
סארי איך האב פארגעסן צו קאמפלימענטירען דיין געלונגענע שרייבען איך בעט אז אונזער באליבטער טאטע זאל מוחל זיין . איך מיין אז ער ווייסט עס עניוועי אז ער טויג אבער אל תמנע טוב מבעליו . אב זקן דו ביסט ריזיג !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 07, 2011 10:36 pm
דורך always happy
מ
מילא אין די עיר קאנדישאן דאק האב איך כאטשיג געהאט ליפט פין די עיר קאנדישאן אבער אין סעי'ף איז נישט דא קיין ליפט סא פין ווי דארף איך עטעמען איך מיין סאיז שוין צייט אז דער אלטער טאטע זאל מיך ארויסנעמעןא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 08, 2011 10:08 am
דורך jkup50
אב זקן האט געשריבן:סעם, איך מיין אז דו קענסט אהיים גיין שלאפן, מארגן וועט קיין סאך ארבעט נישט זיין פאר דיר. און אויף מארגן נאכט וועסטו זיין אויף די פריי אינאיינעם מיט דיין טאטע. מיר וועלן שוין רעדן מארגן אביסל מער דעטאלן אבער אויף יעצט, שלאף רואיג."

איך מורא אז די גאנצע פלאן פארט נישט ווי סדארף צי זיי נא ווער קען צי לייגן א האנט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 08, 2011 1:24 pm
דורך Alien
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

קיעפ אן. ס'האלט דיך יונג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 08, 2011 4:55 pm
דורך נאר נייעס
jkup50 האט געשריבן:
אב זקן האט געשריבן:סעם, איך מיין אז דו קענסט אהיים גיין שלאפן, מארגן וועט קיין סאך ארבעט נישט זיין פאר דיר. און אויף מארגן נאכט וועסטו זיין אויף די פריי אינאיינעם מיט דיין טאטע. מיר וועלן שוין רעדן מארגן אביסל מער דעטאלן אבער אויף יעצט, שלאף רואיג."

איך מורא אז די גאנצע פלאן פארט נישט ווי סדארף צי זיי נא ווער קען צי לייגן א האנט?

לאז נאר די זאך פאר אב ער וועט שוין קער נעמען ;l;p-

7'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:09 am
דורך אב זקן
און קורצן פון פריער.

שמואל א זון פון ר' יצחק האט זיך געטראפן פארכאפט אין א באנדע גענגסטערס. זיי פארלאנגן פון אים ארויסצודערווישן א שליסל וואס ליגט אין די קאסטומעס אפיס. אלס משכון האבן זיי פארכאפט זיין אלטען טאטע און זיי האלטן אים אין א באהעלטעניש ווי לאנג שמואל וועט אויספירן זייער פארלאנג.
עלווין מיט זיין גרופעס פראבירן צו העלפן שמואל. נאכן אויסשפיאנירן די פלאץ האבן זיי זיך ענדליך איינגעבראכן אינעם סעיף ווי די שליסעל דארף ליגן אבער 'די שליסעל איז נישט דארט'!

יעצט ליינט ווייטער.

עלווין איז געשטאטענען געפלעפט. ס'האט אים נישט אזוי שטארק געבאדערט אז ער האט נישט די שליסל ווייל מיט טאני האט ער נישט קיין פראבלעם, ער קען אים מאכן אויס אין א מינוט. אבער וואס וועט זיין מיט די צוזאג פאר שמואל..? און דאס קען נישט געבראכן ווערן פאר קיין געלט אין די וועלט.. וואס טוט מען ווייטער?
"נישטא קיין אנדערע אפציע, האט זיך עלווין אנגערופן צו סטיוו. איך וועל ווארטן אז דער זאל זיך דערוועקן און איך וועל מיר אראפציען די מאסק און אים דערציילן די אמת פארוואס מיר זענען דא און אים בעטן ער זאל קאאפערירן."
ביסטו זיכער -האט סטיוו צוריק געפרעגט- אז דו ווילסט אז ער זאל וויסן וואס מיר פלאנען? ער קען דאך גיין דערציילן פאר זיינע אויבערהארן אונזער פלאן און די גאנצע פלאן וועט ארויסרינען..
"איך זעה נישט קיין אנדערע אפציע, איך דארף אויף היינט נאכט די בינטל! איך האב צוגעזאגט פאר שמואל אז ער גייט עס היינט נאכט האבן און איך פלאן נישט צו ברעכן ווארט! אדרבה, דו האסט אן אנדערע אפציע?"
ניין. איך וויל נאר דו זאלסט זיכער מאכן אז דו האסט קלאר ארויס וואס דו פלאנסט צו טון. אויב זאגסטו יא בין איך מיט דיר.
"פיין. ווי לאנג האבן מיר נאך אז ער זאל זיך דערוועקן?" בערך פיר מינוט. "אקעי מיר וועלן דא בלייבן אויסווארטן"

נאך פיר מינוט האט ער זיך שטאטערהייט געעפענט די אויגן און זיך אנגעפאנגן ארום צוקוקן, ס'האט אים גענימען צייט ווי לאנג ער האט געכאפט ווי ער איז אבער עלווין האט אים נישט געגעבן קיין איבריגע צייט. "היי, איך הייס עלווין, איך ארבעט פאר די יו עס נעווי סיעלס. דער איז מיין שותף ער הייסט סטיוו און ארבעט אויך אויפן זעלבן פלאץ. וויאזוי הייסטו?

ווער זענט עטס.... העללף...

"שש... האט עלווין אויפגעשפרינגן און פארדעקט זיין מויל, שריי נישט פאר הילף מיר זענען נישטא דיך צו שעדיגן אויב קאאפערירסטו. זיץ און הער וואס איך זאג דיר.. דא האסטו מיין בעדזש, איך בין א נעווי סיעל און איך האלט אינמיטן אן אפעראציע און איך דארף דיין הילף.. קודם זאג מיר, וויאזוי הייסטו?
"ניק"
"גוט, הער אויס ניק די סיטואציע איז אזוי"
און דאן האט אים עלווין אראפגעלייגט די דעטאלן פון די אקציע וואס איז פאר אים וויכטיג געווען, ניק איז געזעצן מיט אן אפענע מויל און אויסגעהערט יעדע דעטאל. ער האט אזוי געשוינט סעם אז ער גייט דורך אזאנע שווערע צייטן און ער האט זיך געפריידט אז ער האט אזאנע וואוילע מענטשען וואס זענען אים גרייט צו העלפן. ער האט זיך צושמייכלט ווען ער האט געכאפט אז דער נעכטיגער טעקנישען וואס האט בטעות אריין געוואנדערט ביי אים אין אפיס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וואס רעדט יעצט צו אים.
"איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס איך קען וואס דארפט עטס פון מיר?"
מיר דאפן פון דיר אז דו זאלסט אונז זאגן ווי די בינטל שליסלעך זענען.
"אה.. דאס קען איך נישט זאגן. דאס איז קאנפידענשעל"
עלווין איז געווארן אביסל אנגעצינדן. "זענען מיר יעצט נישט דורך געגאנגען יעדע דעטאל און דו האסט אנגעטראגן דיין גרייטקייט צו העלפן?"

"אהה... יע. באט עטס ווייסטס וואסערע גוטע דזשאב איך האב? אויב זאג איך אויס, קען איך דאס פארלירן. און איך וויל נישט צוריק גיין צו מיין היים שטאט 'קעניע' און קערן דארט די גאסן.. אה נא.. איך קען מיך דאס נישט ערלויבן"

עלווין האט געזען מיט וועם ער האט צוטון איינער מיט ווייניג קלוגשאפט -מילד גערעדט- האט ער געטוישט זיין טאן. "הער מיך צו ניק. דו זעסט אונז, מיר ארבעטן פאר די נעווי סיעלס. דו ווייסט וואס נעווי סיעלס איז? "שאר ווייס איך, די זענען די שטערקסטע מענטשען אויף די וועלט". יא, דו ווילסט אויך ווערן א נעווי סיעל? "יא... זיכער..."
פיין, דעמאלטס געב ארויס ווי די בינטל ליגט און איך גיי דיר געבן מיין טעלעפאון נאמבער, ווען איך וועל פארטיג ווערן מיט די אקציע גיי איך דיר אריין נעמען ארבעטן ביי אונז. "עקסעלענט! ווי לאנג גייט דאס נעמען? זאל איך שוין גיין קויפן א נעווי דזשעקעט?"
נעה, דו האסט צייט. זארג נישט, איך וועל דיך רופן ווען איך וועל זיין פארטיג. אבער יעצט איז נישטא קיין צייט איך דארף שוין וויסן ווי די שליסלעך זענען.

ניק האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעוואקט צו די גרויסע פיקטשער פרעים וואס איז געלעגן אויפן וואנט און ער האט עס אראפגענימען און א קליינע לאך האט זיך אנטפלעקט. דערנאך האט ער ארויסגענימען א שליסל פון זיין טאש און ער אריין געשטעקט אינעם לאך און א סעיף האט זיך געעפענט. אינעם סעיף איז געלעגן די בינטל שליסלעך.

ניק נעמט עס ארויס און דערלאנגט עס פאר עלווין און פרעגט, "יעצט קען איך שוין גיין קויפן מיין דזשעקעט? לאז מיך קאלן מיין ווייב זאגן אז איך גיי ווערן א נעווי.. יע... א נעווי..."
קאל נישט קיינעם האט זיך עלווין צושריגן, איך האב דיר געזאגט אז איך וועל דיך רופן ווען איך וועל פארטיג זיין. דערווייל רעד נישט צו קיינעם! פארשטאנען?
"אה.. אקעי... דו האסט מיין נאמבער? דא האסטו מיין ביזנעס קארד געדענק מיך צו קאלן.."

עלווין מיט סטיוו האבן צוריק צוזאמגעפאקט זייערע טולס און זיך צוריק אנגעטון די העמעד פון 'מעקס סעקיור אלארעם קאמפעני' און זיך אויפגעשטעלט צו גיין. פארן ארויס וואקן האט עלווין זיך אויסגעדרייט צו ניק און אים געזאגט "ניק, געדענק! קיין ווארט רעדסטו נישט! איך וועל מיך פארבינדן מיט דיר בקרוב אבער דערווייל וויל איך נישט הערן קיין מוק! און יא, אויב די סעקיורעטי פון די בילדינג פרעגט צו דו ווילסט פרעסן טשארדזשעס קעגן סעם זאג זיי אז ניין! פארשטאנען? און דא האסטו אפאר הונדערט דאללער און גיב זיי דאס צו דעקן די פענסטער פארריכטונג אויסגאבע. זאג זיי אז דו קענסט באשטיין עס צו האלטן פריוואט און דו וועסט באצאלן וואס ס'קאסט"

שאר.. א נעווי סיעל רעדט נישט קיין ווארט..

סטיוו מיט עלווין האבן ארויסגעוואקט פון אפיס. "נישט קיין וואונדער אז די שליסלעך ליגן ביי אים, אזא שוטה וועט קיינער נישט חושד זיין אז ער ווייסט וויאזוי עס צו ניצן. זאג אים אז ער קען גיין קויפן וועלכע קאליר דזשעקעט ער וויל אבער א נעווי סיעל גייט ער נישט זיין!"
עלווין האט אנגערופן דזשימי צו הערן אויב ער איז שוין פארטיג, נאכן באקומען א פאזאטיוון ענטפער האט ער יעדן איינגעלאדנט צום הויפט קוואטיר.
אנקומענדיג האט עלווין פארציילט פאר דזשימי וויאזוי ער האט געשפירט ווען ער האט געעפנט די סעיף און גארנישט געטראפן און וויאזוי ער האט איינגערעדט פאר דעם ניק אז ער גייט ווערן א נעווי סיעל.. דזשימי האט זיך זייער צושמייכלט הערענדיג אז ניק האט שוין געוואלט לויפן קויפן א נעווי דזשעקעט. "איך האב דיר שוין לאנג געזאגט אז די גוטע זאכן ליגן אייביג און די נישט קלוגע הענט. זיי האבן געלט, זיי האבן מזל, און זיי האבן שליסלעך."

דערנאך איז די שטימונג צוריק געווארן ערענסט און עלווין איז איבערגעגאנגען יעדעם'ס פאזיציע און יעדעם'ס ראל. נאכן זיכער מאכן אז יעדער האט ארויס וואס ער גייט טון האט עלווין אנגערופן שמואל און אים געזאגט אז ער קען אנקאלן טאני און אים זאגן אז ער האט די שליסלעך גרייט און זאג אים אז דו ווילסט אים טרעפן אליין אן קיין באגלייטערס נאר דו מיט אים אויפן זעלבן פלאץ ביים ברוקלין ברידזש היינט נאכט ניין אזייגער. סעם איך וועל מיך טרעפן מיט דיר אכט אזייגער ביי דיין הויז און איך וועל דיר געבן די שליסלעך און איך וועל דיר געבן אינסטרוקציעס.
"א גרויסן יישר כח עלווין, איך ווייס נישט וויאזוי מיך צו באדאנקן פאר דיר, און נאך מער, פריער זענען די וועכטערס דא געווען און זיי האבן מיר געזאגט אז די קאסטומס אפיס וויל נישט פיילן א קאמפלעין קעגן מיר און זיי קענען נישט גיין צו די פאליציי.. איך ווייס נישט וויאזוי דו האסט עס געטון אבער דו ביסט עמעזינג!"
זייער גוט, עמער רעדן שפעטער.

--

די זייגער איז נישט שטיין געבליבן. אכטע איז אנגעקומען שנעלער ווי סעם האט געמיינט. סעם האט זיך ארויסגעשטעלט ווארטן אויף עלווין פארענט פון זיין הויז. ווען די זייגער האט געקלאפט צוויי נאך אכט האט זיך עלווין באוויזן, "איך האב נאך אסאך צו ערלעדיגן" האט עלווין אנגעפאנגן "דא האסטו די שליסלעך גיב אבאכט דעראויף. ווען דו טרעפסט דיך מיט טאני מאך זיכער אז ער איז אליין דארט אזוי ווי דו האסט אפגעשמועסט. איך בין זיכער אז ער גייט נישט אליין דארט זיין ער גייט האבן זיינע מענטשען וואס וועלן זיין באהאלטן אבער דאס איז נישט דיין פראבלעם. גיב אים איבער די בינטעל און פרעג אים ווי דו קענסט גיין טרעפן דיין טאטע. ער וועט דיר לכאורה געבן אן אדרעס פאס גוט אויף די אדרעס, און זאג אים ער זאל פארגעסן דיין נאמען.
נעם די אדרעס און זעץ דיך אריין אין דיין קאר אבער גיי נישט אהין נאר קום צוריק דא אהיים מיר וועלן אהין גיין צוזאמען! געדענק וואס מיר שמועסן אפ. קוק דיך נישט ארום זעהן צו איינער איז מיט דיר, טו נישט דאס וואס דו האסט געטון פאריגעס מאל.
און געדענק. גיי נישט!! צו דיין טאטע אנדעם וואס איינע פון מיינע מענטשען וועלן דיך באגלייטן! איך בעט דיך טראסט מיר!"
אקעי, דאס מאל גיי איך פאלגן!
"פיין איך לויף"

8:30
"עלווין, דאס איז סטיוו. טאני האט יעצט אריין געפארקט ער איז דא מיט זיינע דריי גענגעסטערס. איך ווארט זיי זאלן נעמען פאזיציעס." אקעי איך בין אויך דארט ביז א מינוט."

*

ר' יצחק זיצט עלנד אליין אינעם הויז שוין א טאג צייט וואס ער הערט נישט פון זיין זון.
ר' יצחק ווייסט אז זיין זון האט נישט פארגעסן פון אים אבער דאך איז אים שווער דאס זיצן א גאנצן טאג איינגעשפארט און געבינדען צו א בענקל. איך בין שוין נישט אינג טראכט ר' יצחק צו זיך, און צו ענדיגן מיין לעבן אזוי טראגיש איז זייער ווייטאגליך.. וואס טראכט מיין ווייב..? האט איר איינער געזאגט..? ווייסן די קינדער וואס דא גייט פאר... דא פאלט שוין די נאכט צו און קיין נארמאלע זאך האב איך די לעצטע פיר און צוואנציג שעה נישט געגעסן.. וואס וועט דא זיין..
בין איך טאקע דורך געגאנגען די לאגערן און אלע שוועריגקייטן אזוי צו ענדיגן מיין לעבן? ווער ווייסט צו איך וועל נאך קומען לקבר ישראל? ווער ווייסט.. ר' יצחק האט צוזאמגעבראכן אין א געוויין... און איינגעשלאפן..

א קלאפ אויפן פלייצע האט דערוועקט ר' יצחק, די הויז איז געווען שטאק פינסטער אבער איינער איז געשטאנען נעבן אים... "אייזעק, קאם וויט מי, איך בין דא דיך צו ראטעווען.. קום מיט מיר..
איך גיי דיך צובינדן צו מיר און אזוי גייען מיר צוזאמען זיך אראפלאזן דורך א שטריק ביים פענסטער.
קום דא כאפ מיך שטארק ארום.. לאז מיך נישט אויס.. רעד נישט קיין איבריגע ווערטער.. לאמיר שטייטערהייט ארויסקרוכן.. טו אן די העלמעד אויפן קאפ אז חלילה אויב מ'פאלט זאל מען זיך נישט צוקלאפן..
פיין. ביסט גרייט..? איינס צוויי.. דריי... אראפ...!

די סכנה איז נאך נישט אינגאנצען פאריבער.. קום מיט מיר צו מיין קאר.. דא האסטו אביסל וואסער.. זעץ דיך אריין און לאמיר גיין פון דא.
"ווער ביסטו" האט ר' יצחק געפרעגט מיט א הייזעריגע שטימע,
"מיר זענען א גרופע מענטשען וואס העלפן דיין זון. פעלט נישט אויס צו רעדן איבריג. איך וויל דיר נאר זאגן אז מיר גייען נאך נישט אהיים דערווייל, איך דארף באקומען אן אקעי פון די אנדערע חברה אז דיין זון איז פארזיכערט און דאן וועלן מיר אהיים גיין. אבער איר קענט זיין רואיג, איר זענט אין זיכערע הענט.

"עלווין, סעם'ס טאטע איז אין מיין קאר"
"וועל דאן! מיר גייען אריין אין פאזיציע ביז געציילטע מינוט"

סטיוו, דיין שותף האט שוין סעם'ס טאטע מיט זיך, דזשאב וועל דאן!

עלווין, דאס איז דזשימי. איך האב מיין טארגעט. און מיין טאטע (די דעטעקטיוו) איז אויך גרייט.

עלווין, דאס איז סטיוו. מיינער האט זיך געזעצט צווישן א גרופע מענטשען דאס גייט זיין אביסל שווערער אבער איך וועל עס מאכן.

אקעי חברה די זייגער ווייזט אויף 8:55 מאכטס ענק גרייט.

8:56

8:57

8:59

שמואל איז אנגעקומען געפארקט זיין קאר און געשעפשעט א תפילה.. מיט געמאכטע רואיגע טריט האט ער צוגעוואקט צו די זעלבע פלאץ ווי מ'האט זיך די ערשטע מאל געטראפן.

*

טאני זיצט אין זיין קאר און ווארט אויף די אקעי פון זיינע חברה. ווען די זייגער האט געוויזן ניין אזייגער האבן זיי אלע געגעבן די אקעי זאגענדיג אז זיי זען סעם און ער איז אליינס געקומען און ס'זעהט נישט אויס ווי איינער היט אים.
פונקטליך ניין אזייגער האט זיך טאני ארויס גערוקט פון זיין קאר און זיך גענימען שפאצירן צו סעם.
"חברה, טאני קומט צו וואקן... ווארטס אויף מיין גאו...
איינס...
צוויי...
דריי...
...
גאו...

"וואק מיך נאך האט סטיוו אריין געמורמעלט אין די אויער פון די מענטש וואס איז געזעצן אויפן באנק. פראביר נישט צו מאכן קיין קונצען ווייל א קויל וועט פארטיגן דיין לעבן! יענער האט זיך דערשראקענערהייט אויפגעהויבן נישט וואוסענדיג וואס דא האט פאסירט. אבער די שפיץ פונעם גאן וואס האט געשטאכן זיין קישקע האט אים קלאר געמאכט אז ער קען זיך נישט ארויסדרייען. ווי נאר סטיוו איז אנגעקומען צו א שטילערע פלאץ האט ער אים אראפגעטראסקעט און אים געבינדן די הענט. אוועק גענימען זיין גאן און אויסגעפלאגט זיין קאמיונעקאציע אפאראט.

עלווין האט אויך געהאט א גרינגע ארבעט זיין חברה מאן האט געפאלגט און ביז א מינוט איז ער אויך געווען מיטן פנים צו די פלאר און די הענט פון אינטען.

דזשימי האט יא געהאט א שטיקל סטראגל ווען יענער האט פראבירט צו מאכן א ווידער שטאנד אבער דאס האט אויך נישט גענימען צו לאנג..
נאכדעם וואס אלע דריי זענען געווען אויף איין פלאץ ליגענדיג מיטן פנים אראפ האט סטיוו זיך געשטעלט אבאכט געבן אויף זיי, און עלווין מיט דזשימי זענען צוריק געגאנגען צו זייערע פאזיציעס.

טאני האט שטאטערהייט צוגעוואקט צו סעם און אים גערייכט די הענט. "איך האב געוואוסט אז איך האב גוט געוועלט ווען איך האב דיך ערוועלט פאר די פאזיציע.. גאנץ שנעל צוגעשטעלט.. "
ווי איז מיין טאטע? איז געווען סעמ'ס טריקענע ענטפער.
"דו ווייסט דאך וואס מיר האבן אפגעשמועסט, די שליסלעך די טאטע. נישט קיין שליסלעך נישט קיין טאטע. אלזא די אויסוואל איז אויף דיין זייט. גיב מיר די בינטל גיב איך דיר דיין טאטע"
דא האסטו! שמואל לייגט אריין די הענט אין טאש און שלעפט ארויס די בינטל.

טאני האט ברייט געעפענט זיינע אויגן.. עס גוט באטראכט און שטאטערהייט איבערגענימען...
"דו האסט שוין די שליסלעך יעצט ווי איז מיין טאטע?"
טאני קוקט מיט א שמייכל און גיט איבער א צעטיל פאר סעם.
"אויף די אדרעס וועסטו טרעפן א הויז, דארט איז דיין טאטע.. גיי פיק אים אויף..
מיט טאנצעדיגע טריט האט טאני אוועק געוואקט און זיך אינטערגעמורמעלט.. "גיב א קיש פאר דיינע קינדער פאר דו גייסט אהין.."

עלווין האט געזען אז טאני איז שוין פארטיג האט ער אריין געשריגן צו דזשימי. "דזשימי, זאג פאר דיין טאטע אז טאני וואקט צו זיין קאר.. ער זאל זיין גרייט.."

"טאטי, טאני קומט, דו ביסט רעדי?"
יא זיכער..

טאני וואקט צו צו זיין קאר, ער קוקט זיך ארום און זעט נישט קיינעם.. ווי זענען מיינע דריי חברה וואונדערט ער זיך הויעך..
טאני שלעפט ארויס זיין קאמיונעקאציע אפאראט און שרייט אריין "חברה, ווי זענט עטס.."
שטיל.. קיינער רעד נישט.. העלאו...

טאני וואקט שטאטערהייט צו צו זיין קאר.. נאופ.. דאס געפעלט מיר נישט.. טראכט ער צו זיך. איך האב מורא איך בין אין א טרעפ.. טאני האט זיך אפגעשטעלט און זיך ארום געקוקט.. ניין.. זאכן זעהן נישט אויס גוט...

"עלווין," האט דזשימי געשריגן, איך מיין אז מיר זאלן יעצט ארויף שפרינגן אויף אים, ער שמעקט אז דא איז פארדעכטיגט.. זעהסט ווי ער קוקט זיך ארום.. איך שפרינג ארויס צו אים...

נאך פאר עלווין האט געהאט די ברירה צו זאגן ניין איז שוין עלווין געלאפן מיט די גאן אויסגעשטרעקט אין ריכטונג פון טאני...
ווי נאר טאני האט דאס באמערקט.. האט ער זיך גענימען לויפן...
טאני איז ארויף געלאפן אויפן ברידזש וויסענדיג אז דארט וועט קיינער נישט שיסן אויף אים...
פלינקערהייט האט טאני געגעבן א טו אויס זיין אויבערהעמעד און אראפגעצויגן זיין אויגן גלעזער...
דזשימי איז ארויף געלאפן אויפן ברידזש אבער טאני איז שוין געווען אויסגעמישט צווישן די הונדערטער פיסגייערס...

דזשימי האט אים פארלוירן....

"עלווין, ער איז אנטלאפן...!!!"



די בינטל שליסלעך אין די אומגעוואונטשענע הענט!!


פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:12 am
דורך always happy
שכח פארן מיך ארויסנעמען פין סעיף אין שכח פאר די איבער לויף אין קורצן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:26 am
דורך פונקטליך
אוה מיי גאש!!!
כ'האב געמיינט ס'איז שוין פארטיג.. טיפיקל אב....

זאלסטו מיר זיין געבענטשט, ביזט דאך עפעס נישט נארמאל!!

א יישר כוח איז נישט דאס ווארט.


איין מינוט, פאר איך פארגעס, וואס וועט זיין מיט די נעקסטע?
פרוביר אויף נישט שפעטער ווי מוצאי שבת


יישר חילך

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:29 am
דורך איך וויל פארשטיין
האלא וויפיל איז די שיעור? איך האב מיך שוין געפרייט אז עס איז פערטיג, אבער וואס קומט נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:58 am
דורך למעלה משבעים
ייייייייייייווווווווווווווווווווויייייייי, מיין הארץ דזשאמפט, מיינע הענט ציטערן, אב וואס זאל איך דיר זאגן, די ביזט עפעס נישט נארמאל גוט, האלט אן.
באמת וואלט איך געקענט באשטיין נאך פאר שבת צו זען וואס איז געווען ווייטער, אבער בעסער שרייב מיט ישוב הדעת ווי איידער א געכאפט מעשה, סא ווען די ביזט רעדי לייג ארויף די נעקסטע ווייל איך קען שוין קוים ווארטן עס צו ליינען.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 11:48 am
דורך איך_הער
ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער ענדיגט צו ווילד פאר זיין סטייל, באט בינעך אנגעקומען צום סוף האטצעך שוין אלעס פארענטפערט.

יישר כח טאטע, ביסט א צדיק, ביסט מהנה אזויפיל אידישע קינדער. תזכה למצוות.

מיר האבן ב"ה זייער הנאה געהאט, און מיר ווארטן אויפן פארזעצונג.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:00 pm
דורך ווינקל
ניטא קיין ווערטער!!!


אבי, דו נעמסט מיר ארויס די קישקעס....

טענק יו סיר!

מיר זענען גרייט אויף ווייטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:04 pm
דורך שמערי בערי
דו ביסט געפערליך!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 1:28 pm
דורך געשמאקער
איים טעלינג יו,

יו אר אנבעליוועבעל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 2:07 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
טקעי בעיסיקלי קוקט אויס אז סעם מיט זיין טאטע זענען אויף די פריי, און די איינציגסטער פראבלעם איז נאר די שליסלעך, נא לאמיר האפן אז עס איז נישט קי ין שליסלעך צו די אטאם,

עניוועי אב די ביסט מעכטיג גוט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 2:16 pm
דורך קרעמער
חברה, וואס זיצט איר מיט ליידיגע הענט?

לאמיר גיין צום ברוקלין בריק און צוהעלפן אב-זקן שפינען ווייטער די געשיכטע..

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:24 pm
דורך שמויגער
די ביסט דיך נישט נארמאל!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בד"וו דער ניק איז פון אייוועלט????

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:37 pm
דורך שמערי בערי
ס'איז נאר זיין ניק, ער האט נישט געוואלט געבן פאר עלווין זיין עכטע נאמען וועגן גילוי.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:37 pm
דורך פאטאקי08
די בינטל שליסלעך אין די אומגעוואונטשענע הענט!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 3:58 pm
דורך פונקטליך
אויף אייוועלט טרעפט מען נישט אזא נער'ישע ניק..

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 4:17 pm
דורך גלגלשלג
אלעס ווארפט זיך מיר דע הארץ באכעט מיר פאר שרעק

קיפ גאונג u r making a good job

ביסט נישט נארמאל גוט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 5:08 pm
דורך נאר נייעס
יושששש איך האב געמיינט אז איך שטארב אזאנז
ממש די לעטצטע מינוט אזוי גוט צי ספינען
אב די האסט נישט קיין אנונג וואס די טוסט מיט מיר

איך האף נאר אז די גייסט מיך נישט לאזען צי לאנג אויפן בריטש עס איז מוירעדיג קאלט
מען קען זיך פארקילען
דעמאלטס וועלן דיינע אגענטן נישט קענען ארבעטן
טה?? וואס וועט זיין מיט עלווין'ס ציזאג