בלאט 5 פון 17
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 11:27 am
דורך נאר נייעס
אב איך גלייב נישט גייסט גארנישט ארויף לייגען פאר שבת
איך קען שוין נישט אטעמען אין דאך
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 2:47 pm
דורך אב זקן
פאר שבת גלייב איך נישט אז איך וועל קענען ארויף לייגן. אבער אי"ה מוצאי שבת אדער זונטאג וועל איך מאכן צייט דערפאר.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 3:57 pm
דורך פונקטליך
יישר כוח!
ווי אר הער
פארעפענטליכט: שבת פבואר 05, 2011 10:52 pm
דורך always happy
קיקט אויס איך וועל מיזן בלייבן אין דאק פאר נאך א נאכט ! איך בעט דיך סאיז נגד רצוני. טי מיר צילוב אין לייג עס ארויף ווי שנעלער
6'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: שבת פבואר 05, 2011 11:21 pm
דורך אב זקן
עלווין קריכט צוריק אריין טיפער אינעם דאק און שלעפט ארויס זיין קאמיונעקאציע אפראט און רופט אן דזשימי. "דזשימי, איך בין אין א טרעפ. קראך די לעקטער פונעם בילדינג און ווארט מיך אפ ביים זייטיגן ענטרענס זאכן גייען דא ווערן אביסל ווילד. סעם איז פארכאפט, די צוויי גארדס פארשן אים אויס און זיי זענען חושד"
אקעי גיב מיר א מינוט..
*
סעם זעהט אז ער קומט נישט אויף מיט א גוטן תירוץ. ס'איז אים געווארן הייס און קאלט, ער האט אראפגעקוקט אויפן פלאר אפשר וועט אים עפעס בייפאלן..
אזוי טראכטענדיג האט פלוצלינג געגעבן א קראך.. און די לעקטער פון די בילדינג האט זיך אויסגעשאלטערט...
ביידע וועכטער האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און ארויסגעלאפן מיט קולות... "גיי אראפ און צינד אן די דזשענערעטארס.. איך לויפ דערווייל צו די מעין טיר.."
סעם האט נאך נישט געכאפט פינקטליך וואס ס'גייט פאר זיין אפיס איז געווען שטאק פינסטער און ער האט גארנישט געקענט זעהן.. אין די האלל איז געווען העל באלויכטן דורך די שוואכע לעקטער פון די עמערדזשענסי לייטס אבער אויסער דעם איז די בילדינג געווען איינגעהילט אין א שטארקע פינסטערניש. סעם האט געהערט ווי עפעס רירט זיך ביי די עירקאנדישאן און נאך אפאר סקונדעס האט ער געהערט א זעץ און געטראפן עלווין שטיין נעבן אים. "סעם נעם צוזאם דיינע זאכן און לאמיר גיין. מיר דארפן לויפן נאך פאר די דזשענערעיטאר גייט אריין אין קראפט."
ביידע האבן זיך אנגעטון, עלווין האט זיך צוזאמגענימען זיינע זאכן און אנגעכאפט סעם און צוזאמען ארויסגעלאפן אין האלל. די האלל וועי איז טאקע געווען ליידיג ביידע זענען צוזאמען געלאפן צו די עמערדזשענסי שטיגן און זיך גענימען אראפלויפן..
אנקומענדיג צו די ערשטע שטאק האט זיך די לעקטער צוריק אנגעצידנן אינעם בילדינג. עלווין האט זיך געטראפן אין א טרעפ. ווייל דאס מיינט אז די גארדס גייען נאכאמאל ארום גיין די בילדינג זעהן צו אלעס איז בסדר, און ווען זיי וועלן דורך וואקן סעמ'ס אפיס און זעהן אז ער איז נישט דארט וועלן זיי צוזאמשטעלן אז דאס האט מיט אים...
מ'דארף טראכטן שנעל....
"אקעי, הער מיך צו. איך קען נישט ארויסגיין פון די געהעריגע טיר, איך גיי דארפן טאנצען פון די פענסטער. דו גיי צו די גארדס און דערצייל זיי -פארשטייט זיך אויב זיי גייען דיך פרעגן- אז איינער איז היינט אריין געקומען צו דיר אין אפיס און יענער האט דיך געסטראשעט מיטן לעבן אויב גייסטו רעדן ווייטער. יענער איז אריין געקראכן אינעם דאק פונעם עירקאנדישאן. און ווען די לעקטער האט געקראכט ביסטו אנטלאפן...
איך בעט דיך גיי שנעל.."
שמואל האט געפאלגט וואס מ'האט אים געהייסן ער איז געלאפן צו די מעין טיר און דארט זענען געשטאנען די גארדס שמואל האט דורך געוואקט ווייזענדיג זיין איידי און אן א ווארט האבן זיי אים געלאזט גיין.
עלווין האט מיט א זעץ אויסגעשאסן די פענסטער און מיט א קליינע שפרינג איז ער אראפגעטאנעצן די זיבן פיס. זייענדי אינדערויסן פון די בילדינג איז ער געלאפן צו די קארנער און פון דארט אריין גערופן דזשימי זאל אים קומען נעמען. שמואל האט ארויסגעוואקט פון בילדינג און זיך ארום געקוקט נאך א מינוט ווארטן האט זיך א קאר אפגעשטעלט פאר אים און שמואל איז אריין געטאנצען. ביידע זענען געזעצן אין די קאר און אפגעאטעמט פון די פארלאפענע פאר מינוט, ווען פלוצלינג האבן זיך ביידע טעלעפאנען צוזאמען צוקלינגען...
*
שמואל הייבט אויף און זיין קאליר פון זיין פנים ענדערט זיך... זיין הענט נעמט זיך ציטערן...
עלווין הייבט אויף די פאון. "עלווין, דאס איז סטיוו, די חברה האבן פארכאפט סעם'ס טאטע, זיי האבן אים יעצט געצווינגען צו קאלן סעם און אים איבער געבן אז ער גייט זיין די משכון ביז זיי באקומען נישט וואס זיי פארלאנגן. מיר דארפן טראכטן שנעל ווייל איך גלייב נישט אז זיי גייען צו לאנג אויסווארטן..." סטיוו, איך זיץ דא מיט סעם האט עלווין געמורמעלט, איך גיי אראפלייגן ווייל איך דארף אנווייזן פאר סעם וואס צו זאגן און וואס נישט. קום אריבער די שנעלסטע וואס מעגליך צו אונזער הויפט קוואטיר, אונז וועל מיר דארט רעדן. אבער נעם נישט אראפ דיין אויער פונעם אפאראט. כאפ אויף יעדעס ווארט וואס זיי רעדן נאך די פאון קאלל. אונז וועל מיר אלעס דורך גיין אינעם הויפט קוואטיר
סעם הערט זיך צו צום טעלעפאון; "שמואלי טייערע, איך בעט דיר, גיב זיי וואס זיי פארלאנגען דו ווייסט דאך אז פון זיי קען מען זיך נישט ארויסדרייען, עס האט נישט קיין זין צו שלעפן. איך בעט דיר שמואל טו עס פאר דיין מאמע ווייל טאמער נישט וועט זי דארפן זיצן צוויי מאל שבעה נאך אונז...
שמואל הערט און זיין אויגן נעמען זיך גלאנצען... "טאטי... איך זאג דיר צו איך פראביר וואס איך קען... איך זאג דיר צו אז איך וועל דיך נישט לאזן פאלן.. דער אייבערשטער וועט זיין אויף אונזער זייט... איך פראביר אלעס אין די וועלט... איך זאג דיר צו..." עלווין האט זיך צוגעבויגן צו סעם'ס אויער און אים אריין געזאגט "רעד נישט קיין סאך איבריגע ווערטער. זאג דיין טאטע זאל צוריק געבן די טעלעפאון פאר זיי און פרעג זיי צו דאס איז די נאמבער ווי דו זאלסט זיי קאלן ווען דו האסט וואס זיי האבן געבעטן..."
טאטע, האלט דיך שטארק אונזער ישועה איז נאנט.. טאטע איך וועל דיר נישט פארלאזן....
גיב צוריק די טעלעפאון פאר די חברה איך ברויך זיי עפעס פרעגן..
"יע סעם דיס איז טאני, וואס זאגסטו צו מיין איידיע?"
דו אומפארשעמטע אינג האט זיך שמואל צושריגן, האבן מיר נישט אפגעשמועסט א צייט? איז שוין די צייט דורך אז דו לויפסט ארום פארכאפן מיינע נאנטע?
"קודם כל שריי נישט אויף מיר! דאס איז נישט די שפראך וואס איך בין געוואוינט צו הערן פון מענטשען ווען זיי רעדן צו מיר, איך גלייך רעספעקט און עהרע. און נאכדעם, דיין טאטע האבן מיר נישט וויי געטון, מיר האבן אים גענימען פאר א דערמאנונג, מיר גייען אים נישט וויי טון אויב פלאנסטו צו פאלגן, דו ווייסט דאס. מיר זענען פיינע מענטשען... איך גיב דיר מיין ווארט, אויב ברענגסטו אריבער דאס וואס איך האב געבעטן גאראנטיר איך דיר אז דו וועסט קענען דא קומען אפנעמען דיין טאטע און דו מיט דיין טאטע וועלן מער פון קיין שלעכטס קיינמאל נישט וויסן... הא הא הא....
"שווייג דו שוויין!! איך וויל מער נישט הערן קיין פיפס פון דיין שמיציג מויל! זאג מיר ווי איך קען דיר רופן ווען איך האב וואס דו האסט מיר געבעטן.."
סעם.. שוין ווייטער שרייסטו.. דו פארגעסט שנעל.. איך גלייך דאס נישט.. דו ווילסט אז איך זאל דיר דארפן שיקן א דערמאנונג אז צו מיר רעדט מען נישט אזוי? מאך מיך נישט טון זאכן וואס איך גלייך נישט.. געדענק! צו טאני רעדט מען מיט דרך ארץ. איך וויל דיך נישט דארפן נאכאמאל דערמאנען..
דו פרעגסט ווי דו זאלסט מיך רופן? אויף די נאמבער וואס איך רוף דיך יעצט קענסטו מיך צוריק רופן. מיר ווארטן אויף דיין פאון קאלל, דיין טאטע ווארט שוין אויך זייער דעראויף..
אה יא, פאר איך לייג אראפ. דיין טאטע עסט נאר כשר'ס איז וואר? "יא". אקעי איך וועל פראבירן צו פארשאפן 'קאשער העם' פאר אים... הא הא הא...
מיט א זעץ האט שמואל אראפגעקנאקט די טעלעפאון.
"סעם, איך ווייס ווער ס'האט דיך יעצט גערופן, איך האב די גאנצע שמועס אפגעכאפט. איך גיב דיר מיין ווארט, אויף מארגן נאכט איז דיין טאטע פריי! הער גוט וואס איך זאג דיר, אויף מארגן נאכט ביסטו פארטיג מיט די חברה! אבער איך דארף פון דיר רואיגקייט און איינגעהאלטנקייט. ס'גייט זיין שווערע פיר און צוואנציג שעה אבער מיר גייען עס דורך מאכן!"
שמואל האט צוזאמגעבראכן אין א געוויין.. ער האט זיך געראכטן אויף אלעמען אבער צו זיין אזוי גרויזאם און פארכאפן אן עלטערע מענטש אלעס ווייל זיי דארפן פון זיין זון עפעס, אויף דעם האט ער נישט געטראכט.
עלווין האט געלאזט שמואל זיך אויסוויינען און אזוי זענען זיי געפארן צו די הויפט קוואטיר וואס דארט וועט מען זיך טרעפן מיט סטיוו און זען ווי מ'גייט ווייטער.
*
סטיוו האט נאך עספיעט צו הערן ווי די חברה שיסן אויס אין א ווילדע געלעכטער ווען זיי האבן אראפגעלייגט די טעלעפאון. זיי האבן זיך נישט לאנג אויפגעהאלטן אינעם הויז דערנאך, זיי האבן נאר זיכער געמאכט אז די אויפרייס מאטריאל ליגט נאך אויפן פלאץ און אז אלעס ארבעט און דערנאך האבן זיי פארלאזט דאס ארט. ווען סטיוו האט געהערט אז ס'איז שטיל געווארן האט ער זיך אריין געזעצט אין זיין קאר און אויך געפארן צום הויפט קוואטיר צו טרעפן דארט זיינע קאלעגאס.
*
עלווין איז אנגעקומען און גראד אריין געפירט סעם אין א דערנעבענדיגע שטוב אים געגעבן וואסער צו טרינקען און אים געזאגט אז ער זאל דא ווארטן און זיך בארואיגן. "איך וועל באלד צוריק זיין איך וויל מיך נאר דורך שמועסן מיט מיינע חברה, איך וועל דיר לאזן וויסן וואס ס'בלייבט."
סעם האט צוברכענערהייט אנגעקוקט עלווין און אים געזאגט מיט טרערן אין די אויגן. "איך האף אז דו געדענקסט דיין צוזאג..." עלווין האט צוריק געשמייכלט, "די איינציגסטע זאך וואס קען מיך צוריק האלטן פון דורך פירן מיין צוזאג איז נאר דאס טויט און דאס וועט לכאורה נישט געשען אזוי שנעל, אויב יא, וועל איך מיטנעמען אפאר פון יענע חברה. זארג נישט אזוי, אלעס וועט גוט זיין. דאווען צו דיין גאט אז מיר זאלן האבן הצלחה."
עלווין האט זיך אראפגעזעצט ווארטן אויף סטיוו, ווי נאר סטיוו איז אנגעקומען האט עלווין אנגעפאנגן די מיטינג; "הערטס מיך צו חברה, די גענג האט היינט געטון א ווילדע שריט וואס מיר זענען נישט געווען געראכטן דעראויף אבער דאס טוישט נישט גארנישט נאר פארקערט דאס ווייזט מיט וואס פארא ווילדע מענטשען מיר האנדלן דא און דאס גיט אונז די גרין ליכט אז מיר קענען נעמען יעדע סארט מיטל זיי אפצושטעלן. לאמיר זיך איינ'חזר'ן נאך א זאך, ווי לאנג סעם האט נישט איבער געגעבן די בינטל האט ער די אויבער האנט זיי דארפן צו קומען צו אים. די רגע ער האט איבערגעגעבן די בינטל איז ער ווערט לאז פאר זיי. אונז דארף מיר האלטן קאפ אים נישט איבער געבן די שליסלעך נאר ווען מיר האלטן ביים סאמע לעצטן שטאפל.
איך נאך איין זאך צו געדענקן. טאני איז נישט וועם מיר זוכן ער איז די קליינע פישל. מיר דארפן זען א וועג אז דער 'פאול' זאל אראפקומען דא און דאן וועלן מיר אים כאפן און דעמאלאזירן די גאנצע גרופע!
אלזא צו אלעם ערשט לאמיר הערן פון סטיוו, וואס האסטו געהערט אויפן טעלעפאון האסטו עפעס מער געהערט וואס זאל אנדייטן וואס זייערע פלענער זענען?"
איך האב קיין סאך נישט געהערט אבער לויט ווי איך פארשטיי ווי נאר ער באקומט וואס ער דארף, גייט ער געבן די אדרעס פאר סעם און ווען סעם גייט גיין אפנעמען זיין טאטע גייט ער אויפרייסן די גאנצע הויז און סעם מיט זיין טאטע וועלן דארט פארברענט ווערן.. דאס איז ווי אזוי איך שטעל צוזאם די בילד..
"המממ... דאס איז זייער מעגליך און נאך דערצו אויב הערט מען איבער די ווערטער 'וועסט קענען דא קומען אפנעמען דיין טאטע און דו מיט דיין טאטע וועלן מער פון קיין שלעכטס קיינמאל נישט וויסן' זאגט ער דאס קלאר."
--
נאכן אפזיצן א קנאפע שעה האבן זיך אלע דריי אויפגעשטעלט פון די מיטינג מיט א שמייכל און גערייכט הענט זיך וואונטשענדיג 'גוד לאק' איינער פארן צווייטן. ווען יעדער איז זיך צוגאנגען איז עלווין אריין צו סעם. "סעם, איך מיין אז דו קענסט אהיים גיין שלאפן, מארגן וועט קיין סאך ארבעט נישט זיין פאר דיר. און אויף מארגן נאכט וועסטו זיין אויף די פריי אינאיינעם מיט דיין טאטע. מיר וועלן שוין רעדן מארגן אביסל מער דעטאלן אבער אויף יעצט, שלאף רואיג."
ס'זאגט זיך גרינג שלאף רואיג האט סעם ראגירט צו עלווין. דו ווייסט די געפיל פון זיך עסן דאס אייגן געזונט וויסענדיג אז דיין טאטע איז אין הענט פון מאנסטערס וואס ווייסן נישט די חילוק פון א געבראטן שטיקל פלייש ביז א מענטשעס פלייש? דו ווייסט וואס עס מיינט אז די שולד געפילן עסט מיך אויף אז וועגן מיר איז מיין טאטע אין אזא סיטואציע?
"הער מיך צו סעם, די ביסט נישט שולדיג אין גארנישט דאס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט און דו טוסט דאס בעסטע וואס מעגליך. און אלס דיין טאטע, זארג נישט. זיי גייען אים נישט טשעפענען ווי לאנג זיי האבן נישט וואס זיי פארלאנגען, אלזא אויף יעצט דארפסטו דיך נישט זארגן. איינמאל דו האסט וואס זיי פארלאנגען וועלן מיר זיכער מאכן אז זיי קענען שוין נישט שעדיגן דיין טאטע.
יעצט, גיי לייג דיך שלאפן ווייל אויף מארגן וועלן מיר דיך דארפן האבן פרישערהייט. גיי מיט דזשימי ער ווארט דיך. א גוטע נאכט."
--
די אנדערע אינדערפרי איז שמואל אויפגעשטאנען וואו געוואוינט און געגאנגען דאווענען אזויווי זיין טעגליכע רוטין. אבער איינער וואס קען שמואל האט געקענט זען אויף אים אז ער האט נישט פארמאכט קיין אויג די נאכט. שווארצע רונדען ארום זיינע אויגן האבן געצייגט אז דער וואס טראגט די אויגן איז געווען שלאף-לאז. נאכן דאווענען האט שמואל גענימען די באן צו די ארבעט.
אנקומענדיג אין זיין אפיס האט אים אפגעווארט א שטיקל סורפרייז..
ער האט געטראפן געסט זיצן אין זיין אפיס...
*
עלווין איז אויפגעשטאנען צופרי, געמאכט זיין עקסערסייז און זיך געלאזט אין וועג אויפפיקן סטיוו און אנגרייטן די זאכן וואס מ'דארף פארן טאג.
*
דזשימי האט אויך נישט געקענט צו לאנג שלאפן, זיין חלק פונעם טאג איז אויך נישט געווען א קליינע, און ער איז יעצט געווען דער וואס האט געדארפט אויסהערן די צוויי אינטערהער אפאראטן און ווי אויך זיין אין קאנטאקט מיט סטיוו'ס שותף וואס זיין אויפגאבע איז געווען נאכפארן טאני און זעהן ווי ער דרייט זיך און ווי זיינע הייזער אדער באהאלטענע פלעצער זענען. יעדער איז געווען איינגעשפאנט און העכסט געשפאנט וויסענדיג אז היינט איז די טאג וואס מ'גייט זיך ארויסשטעלן אפן אנטקעגן די באנדע וואס רופט זיך 'די גווארדיסטן'. און קיינער קען נישט פארזאגן ווי די זאך קען זיך ענדיגן.
*
סעם האט אריין געוואקט אין אפיס קוקנדיג קרום אויף די געסט וואס האבן זיך אריין געזעצט ביי אים אן א ליידענונג. אבער צו לאנג איז נישט שטיל געווען "היי סעם, מיין נאמען איז 'דאלו' איך בין די סופערווייזער פון די סעקיורעטי אין די בילדינג. איך וואלט געוואלט האבן א שטיקל שמועס מיט דיר.
איך האב שטיקלעך אינפארמאציע וואס איך גלייב אז דו וועסט קענען אריין פילן און צוזאמשטעלן מיין פאזל. לאמיר אנפאנגן מיט וואס איך האב און דערנאך וועל איך גיין צו די שאלות. 'נעכטן האסטו אריין גערופן אז דו בלייבסט שפעט' זייער א נארמאלע זאך. 'דו האסט נעכטן געהאט א טעקנישאן וואס איז דיך געקומען באזוכן, אבער בעפאר ער איז געקומען צו דיר האט ער געמאכט א טעות און געגאנגען צו א צווייטן אפיס' ווידער גארנישט פארדעכטיגט. 'נעכטן נאכט האט די אלארעם סיסטעם זיך צוקלינגען ביי יענע אפיס ווי דיין טעקנישען האט געהאט געמאכט די טעות, און ווי מיר פארשטייען איז די טעקנישאן נאך געווען אין בילדינג דעמאלטס ווייל מיר האבן נישט אויף די קעמרע אז ער זאל האבן פארלאזט די בילדינג' פארדעכטיגט? אביסל.
לאמיר גיין ווייטער. 'נאכדעם וואס די גארדס זענען ארויף געקומען און דורך געגאנגען די אפיס און גארנישט געטראפן האבן זיי דורך געוואקט די שטאק און דיך געטראפן זיצן. זיי האבן אויך געזען אין דיין אפיס ווי די עירקאנדישן דאק איז געווען אפן און איינעם'ס נעקטיי און רעקל זענען געווען אין דיין אפיס' פארדעכטיג? אבסעלוטלי! דו לייקענסט עפעס פון וואס איך זאג? "ניין"
לאמיר גיין ווייטער. 'די לעקטער פון די בילדינג האט געקראכט און דאן ביסטו ארויסגעלאפן פון דיין אפיס מיר האבן נישט קיין בילדער דערפון אבער ווען די לעקטער איז צוריק געקומען האבן מיר א בילד ווי דו שטייסט אויף די שטיגנס מיט די טעקנישן. דו ביסט ארויס פון די טיר און ער פון די פענסטער...
'אלזא סעם, יעצט איז דיין צייט איבער צונעמען די ווארט און אונז אריין פילן די בלענקס"
ס'איז שטיל....
"סעם, מיר ווארטן אויף דיין ענטפער."
איך דארף רעדן צו מיין לויער פאר איך רעד ווייטער.
"נישט קיין פראבלעם, מיר זענען נישטא דיך צו ארעסטירן אדער וואס. פראביר צו געבן תשובה די שנעלסטע וואס מעגליך ווייל נאך פיר און צוואנציג שעה גייט דאס אריבער צו די פאליציי און דאן גייט דאס ארויס פון אונזערע הענט. מיר וואלטן דיר געראטן עס צו האלטן צווישן אונז ווייל ביי די פאליציי וועט זיין שווערער"
איך הער וואס איר זאגט אבער אויף די מאמענט קען איך נישט רעדן. לאזט איבער אייער נאמעבער איך וועל אייך רופן די שנעלסטע וואס מעגליך.
ווען די חברה האבן פארלאזט די אפיס האט סעם אויפגעהויבן די טעלעפאון און גראד אנגערופן עלווין דערציילן וואס דא איז פארגעגאנגען. אבער פון עלווין'ס רעאקציע האט נישט אויסגעזען ווי ס'שטערט אים "סעם די טאג איז צו פארנימען אז איך זאל מיך אפגעבן מיט א נארישע וועכטער סופערווייזער, איך וועל פון אים קעיר נעמען אן אנדערס מאל.
*
א דעלעגאציע פון די אלארעם קאמפעני האט זיך באוויזן אינעם לאבי פון די בילדינג. "נעכטן נאכט האט די אלארעם פון רום # 307 זיך צופיפן מיר זענען אראפגעשיקט געווארן פון אונזער קאמפעני דאס אויסצוטשעקן" די סעקרעטערי האט אנגעוויזן פאר די צוויי ווי די עלעוועיטאר איז וואס גייט זיי ארויף פירן צום דריטן שטאק. אנקומענדיג אויפן דריטן שטאק זענען זיי גלייך צוגעגאנגען צום אפיס און אנגעקלאפט אינעם טיר. "מיר זענען דא פון 'מעקס-סעקיור אלארעם קאמפעני' מיר האבן באקומען א רוף אז נעכטן האט די אלארעם געמאכט פראבלעמען"
בזזז... "קומט אריין".
היי, מיר זענען דא פון מעקס-סעקיור אלארעם קאמפעני, מיר האבן באקומען אן אלערט אז אייער אלארעם סיסטעם האט זיך נעכטן צופיפן מיר מוזן דאס אויסטשעקן. "פארוואס האט איר נישט גערופן פארן קומען? און געווענליך רופט מיך די קאמפעני פאר זיי שיקן.." דאס איז טאקע אינטערעסאנט אבער דאס קענען מיר נישט ענטפערן. אבער מיר דארפן טון וואס מיר זענען באפוילן געווארן. "איך דארף אנרופן מיין העד קוואטערס פאר איר גייט ווייטער"
אבער נאך פאר ער האט געהאט א טשאנס אנצורופן האט ער זיך געטראפן ארום גענימען מיט שטייפע הענט. סטיוו האט ארויסגעכאפט א קליין באטעלע איינשפריץ און דאס אריין געשפריצט. דאס האט אים אריין געלייגט אין א שלאפעדיגע פאזיציע. דערנאך האט זיך עלווין אויסגעטון די רעקל און זיך גענימען צו די ארבעט. ער האט איינגעשטעקט די קליינע מאשינקע און עס האט זיך גענימען שיסן נאמבערס ביז עס האט צוגעטראפן די ריכטיגע נאמבערס.
פאר פינגער אפדרוקן האט מען צוגעשלעפט דעם פארשלאפטן ארבעטער און ארויף געלייגט זיין פינגער און ס'האט נישט לאנג גענימען און די סעיף האט זיך געעפענט.....
אבער די סעיף איז געווען ליידיג!!
נישטא קיין בינטל שליסלעך!!!
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: שבת פבואר 05, 2011 11:39 pm
דורך קרעמער
די סעיף איז געווען ליידיג??? וואס טוהט מען דא???
וואס דאגה'סטו? דער אב-זקן האט דיר שוין אמאל אויסגעשפילט? האב געדולד און נערוון, דער המשך וועט זיכער זיין אזוי אינטערסאנט ווי ביז יעצט, אויב נישט מער
יישר כח אלטער-פאטער
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:18 am
דורך פונקטליך
ווי ביזטו אטעם??!!!!!.....
כאגעוויסט אז עפעס גייט געשעהן!
רררריזיגן שכוח אב!!
ביטע, ביז מיטוואך א פרישע
דערווייל האסטעך ערליך געהאלטן צום דעדליין, זעה ווייטער אויך.
יישר כוח נאכאמאל
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:19 am
דורך always happy
האסט מיך שוין ארויסגענימן פין די עירקאנדישאן דאק א שכח! אבער יעצט וועל איך מיזן בלייבן אין סעיף פאר א פאר טאג זייער שיין פין דיר
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 1:34 am
דורך ווינקל
דער ספינט עפעס נישט נארמאל!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 1:55 am
דורך געשמאקער
אוי אבעלע
ביסט גיט, ביסט גיט
------
איין זאך קאן יאך דיר זאגען, אז ווען די קומסט ארויס מיט דיין ביכל וועל איך נישט טראכטען קיין סאך עס צי קויפען
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:45 am
דורך אויפריכטיג
מאסיוו!!!!!!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 10:57 am
דורך שמערי בערי
איך שרייב גארנישט...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 11:19 am
דורך וואדקע
עפעס נישט נארמאל אינטרעסאנט!!!
א קליינע טעות וואס איז האב באמערקט, דו האסט געשריבן
די האלל איז געווען העל באלויכטן דורך די שוואכע לעקטער
שוואכע לעקטער איז א שטיקעל סתירה מיט העל באלויכטן.
עניוועי זעהסטו כאטש אז איך ליין יעדע ווארט...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 11:32 am
דורך פאטאקי08
אבער די סעיף איז געווען ליידיג!!
נישטא קיין בינטל שליסלעך!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 11:55 am
דורך למעלה משבעים
אאאאאאאאאאבבבבבבב
כאפ א בליק אויף דעם פארשלאפענעם ארבייטער'ס הויזן, דארט ליגט עס.....
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:07 pm
דורך קרעמער
וואדקע האט געשריבן:עפעס נישט נארמאל אינטרעסאנט!!!
א קליינע טעות וואס איז האב באמערקט, דו האסט געשריבן
די האלל איז געווען העל באלויכטן דורך די שוואכע לעקטער
שוואכע לעקטער איז א שטיקעל סתירה מיט העל באלויכטן.
עניוועי זעהסטו כאטש אז איך ליין יעדע ווארט...
איך זעה נישט קיין סתירה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:09 pm
דורך אויפריכטיג
איך פארשטיי נישט, פארוואס האט מען נישט געקענט געבן פאלשע שליסלעך?!
שוין, א קשיא אויף א מעשה....
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:31 pm
דורך וואדקע
קרעמער האט געשריבן:וואדקע האט געשריבן:עפעס נישט נארמאל אינטרעסאנט!!!
א קליינע טעות וואס איז האב באמערקט, דו האסט געשריבן
די האלל איז געווען העל באלויכטן דורך די שוואכע לעקטער
שוואכע לעקטער איז א שטיקעל סתירה מיט העל באלויכטן.
עניוועי זעהסטו כאטש אז איך ליין יעדע ווארט...
איך זעה נישט קיין סתירה
איך מיין אז העל באלויכטן מיינט ענדערש שטארק באלויכטן. בעסער וואלט געווען בלאס באלויכטן
העל מיינט BRIGHT
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 1:28 pm
דורך קרעמער
ביי אונז זאגט מען 'העל' באלאכטן אויף 'שוואך'
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:07 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
אב איך גיב דיר נישט קיין עצות ווי אויפצוזוכן די שליסעלעך, איך לאז עס פאר דיר אליין, אבער געדענק ביז היינט נאכט דארף די טעראריסטישע גרופע זיין געכאפט, און שמואל מיט זיין טאטע און גוטע הענט, אלטעט טאטע איך לאז עס אויף דיין עקספיריענס, אבער געדענק ביז היינט ביינאכט, אויב וועסטו ציען ווייטער נעמסטו מיר שוין ארויס פון די גלייזן,
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:26 pm
דורך זכר באנדל
אב, דו ביסט אנריעל!!!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:29 pm
דורך נאר נייעס
שמערי בערי האט געשריבן:איך שרייב גארנישט...
איך אויך נישט

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:46 pm
דורך וואדקע
קרעמער האט געשריבן:ביי אונז זאגט מען 'העל' באלאכטן אויף 'שוואך'
א גוגל סוירטש אויף די ווערטער "העל באלויכטן" האט נאר געוויזען רעזאלטס ווי עס ווערט באנוצט אלס שטארק באלויכטן
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:51 pm
דורך נאר נייעס
וואס ווייסט גוגל איבער אידיש?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 3:35 pm
דורך פונקטליך
לייג אריין "העל" וועט ארויפקומען "Fair"
fair מיינט טאקע נישט טינקל, נאר "באלאנסירט" נישט שטארק ליכטיג
קען זיין ס'ברענגט טאקע נישט אזוי גוט ארויס די מצב אבער קיין סתירה איז ער נישט, (און דאס ניצט מען היינט)