בלאט 1 פון 2

אז מ'שיקט נישט ארויס, כאפט מען אריין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 20, 2011 8:20 pm
דורך גראדער
בעזרת השי"ת

אזוי ווי איך האב נישט געשריבן אלע מכות, און איך וויל אויף פסח האבן אפגעשריבן דעם סיפור יציאת מצרים האב איך ענדערש אפגעשריבן מכת דבר, האפענטליך וועט זיין מכת שחין און ברד מארגן אי"ה, יעדן שבת ביי קידוש זאגט מען זכר ליציאת מצרים, און יעדן טאג איז דא א חיוב צו דערמאנען יציאת מצרים, איז עס אלעמאל מענינא דיומא צו דערציילן די קינדער.

מחר יעשה ה' הדבר הזה

דער ערוב האט זיך נארוואס געענדיגט, קוים מיט געציילטע שעות צוריק האבן די חיות ענדליך פארלאזט די גרעניצן פון מצרים, פרעה זיצט ביי זיך אין פאלאץ ארומגענומען מיט זיינע שרים און חרטומים איבערצושמועסן דעם מצב אין לאנד, די וואך ארום דעם פאלאץ איז צוריק פארשטערקערט געווארן, פון אלע זייטן זענען געשטעלט געווארן סאלדאטן מיט אויסגעשטרעקטע שווערדן, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דער קעניג איז עפעס שוואכער געווארן, פרעה האט געוואלט ווייזן ער איז נאך אין פולן קאנטראל פון לאנד, די לייבן און אנדערע חיות וואס פלעגן שטיין ביים הויפט אריינגאנג שטייען שוין ווידער און ווארפן אן א פחד אויף יעדן וואס טראכט נאר פון זיך אריינכאפן אין פאלאץ.

אבער איינער האט נישט קיין פחד, איינער האט נישט קיין פינטל שרעק פון די אלע זאכן, משה רבינו האט באקומען א באפעל פון אויבערשטן צו גיין צו פרעה, און קיין שום סאלדאטן אדער חיות וועלן אים נישט אפהאלטן פון מקיים זיין דעם רצון ה', די סאלדאטן זענען ווי געלעמט געווארן, די חיות זענען געווארן אונטערטעניג, און משה רבינו האט אריינשפאצירט אין פאלאץ פון קעניג גלייך ביזן קעניגליכן זאל ווי פרעה איז געזעצן מיט זיינע שרים.

ווי נאר פרעה האט דערזעהן משה איז אים שלעכט געווארן, "ס'איז נישט קיין גוטער סימן'' האט ער געטראכט צו זיך, ''ער מיינט אוודאי אז איך וועל איינהאלטן מיין צוזאג און ארויסלאזן די עבריים, ער קען פארגעסן דערפון! נאכדעם וואס ער האט מיר געמאכט אזא איבערקערעניש דא מיט די אלע ווילדע חיות קען איך זיך נישט ערלויבן ארויסצולאזן די עבריים, וויפיל מצריים זענען נעבעך געבליבן אן קיין קינדער, און ס'וועט זיי זייער גוט צוניץ קומען אפאר עברישע קנעכט וואס זאלן זיי העלפן פאשען די שאף און אקערן די פעלדער.''

משה רבינו האט אים נישט געלאזט צו לאנג טראכטן, ער האט זיך באלד גענומען אים ווארענען מיט א שטרענגן קול:

''אויפן באפעל פונעם גרויסען באשעפער, דער גאט פון די עבריים, שיק ארויס מיין פאלק צו דינען דעם באשעפער! אויב דו ווילסט נישט, אויב דו וועסט זיי ווייטער האלטן דא, וועט קומען א שרעקליכע מכה אין לאנד מצרים!

דו ווילסט נישט נאכגעבן מיין פארלאנג מיר זאלן שחט'ן קרבנות פארן אויבערשטן, יעצט וועט קומען דער אויבערשטער און מאכן א שחיטה דא! אלע פערדן, קעמלען, אייזלען, שאף און רינדער וועלן אויסשטארבן אין איין מינוט!'' (אבותינו בשם תוסה"ש)

''דער הערליכער קעניגליכער קארעטע שטייט דאך דא אינדרויסן געשפאנט צו פיר ווייסע קעניגליכע פערד, דו האסט אזא געשמאק צו פארן אויף זיי, וויסן זאלסטו אז זייער סוף איז נאנט, די קומענדיגע מכה איז געצילט ספעציעל אויף די בהמות און חיות, די פערד גייען שטארבן!''

פרעה טראכט צו זיך, "צוויי זאכן דארף בן עמרם פארשטיין, איינס, אויב קומט א מגיפה, קומט עס געווענטליך ווייל די לופט ווערט פארפעסטעט, וועלן פונקט אזוי שטארבן די עברישע בהמות, צווייטנס, אויב ער קומט מיר יעצט ווארענען אויף די מכה, מן הסתם האט ער שוין באמערקט אז די לופט איז פארפעסטעט, ער ווייסט אז די בהמות גייען באלד אויסשטארבן, וויל ער נעמען די קרעדיט פאר זיך.''

משה רבינו לאזט אים ווידער נישט טראכטן:

''זאלסט וויסן פרעה, פון די אידישע שאף וועט קיין איינציג שעפעלע נישט שטארבן! דער רבש"ע וועט פונקטליך אפטיילן צווישן די עברישע און מצרישע בהמות, און נאך אן אינטערעסאנטע זאך וועסטו זעהן וואס דורכדעם וועסטו וויסן אז דער אויבערשטער איז טאקע דער וואס שיקט די מכה, דער מגיפה וועט זיך אנהייבן הערשט מארגן! (רשב"ם)

נאך א זאך זאלסטו וויסן, נאר די בהמות פון פעלד וועלן אויסשטארבן, יעצט האסטו א טאג צייט, אדער טו תשובה, (מלבי"ם) לאז ארויס די עברים פון מצרים וועט די מכה נישט אנקומען, אויב אבער דו ווילסט נישט, ס'איז דיר געשמאקער צו ליידן פון די מכות, נעם כאטש אריין די בהמות אין שטאל אזוי וועלן זיי בלייבן לעבן.'' (אוה"ח)

אזוי ווי משה האט געענדיגט ווארענען פרעה האט ער פארלאזט דעם פאלאץ.

צווישן די מיניסטארן איז געווארן א גרויסער חילוקי דעות, יעדער האט געהאט אן אנדערע מיינונג וואס דער קומענדיגער שריט זאל זיין, בלעם האט געשריגן: "מיר טארן זיך נישט לאזן טערארעזירן פון די עבריים! מיר האבן שוין איבערגעלעבט פיר מכות ביז איצט, און דאנק טלה לעבן מיר נאך! יעצט קומט ער ווארענען א מכה אויף אונזערע בהמות, דאס וועלן מיר זיכער איבערלעבן, ס'נישטא וואס זיך צו דערשרעקן, די עבריים דארפן דא בלייבן!''

ס'זענען אבער אויך געווען מער פראקטישע מיניסטארן, זיי האבן שוין אזויפיל געוואוסט פון די מכות ביז יעצט אז ווען דער אויבערשטער שטראפט זיי מיט א מכה איז עס נישט קיין פשוטע זאך, ביזדערווייל זענען נאך ביי יעדע מכה געווען טויזענטער הרוגים, ביים סוף פון יעדע מכה זענען אין אלע זייטן געווען טויטע מצריים, (מדרש הגדול – משנת רבי אליעזר) אפילו ביי דם זענען מצריים געשטארבן פון טרונקען די געזאלצענע בלוט, אויך די צפרדעים האבן גע'הרג'עט מענטשן, די לייז האבן אזוי געשטאכן אז הונדערטער מצריים האבן נישט געקענט איבערטראגן די יסורים און זיי זענען אומגעקומען, ביי ערוב איז דאך אפגערעדט, אזויפיל מצריים זענען פארציקט געווארן, ממילא איז זיכער אז אויך די קומענדיגע מכה וועט נישט זיין קיין פשוטע.

''מ'מוז עפעס זעהן צו טון! מ'קען נישט לאזן פירן אונזערע בהמות ווי שפעלעך צו די שחיטה...'' האבן זיי געשריגן.

אינמיטן זאל האט זיך אויפגעשטעלט און אלעמען שטיל געמאכט דער חשובער הויפט מכשף יאמברוס:

"מיינע חשובע הערן, קלוגע געלערענטע מיניסטארן, חרטומים, שרים, כישוף מאכער, און אלע הויכגעשעצטע מצריים, אין שפיץ פון אונזער געטשעקעדיגן קעניג פרעה.

ס'פאסט נישט פאר אזעלכע חכמים ווי מיר זענען צו ווערן פארלוירן פון אזא פשוטע ווארענונג, מיר מצריים זענען גאר קלוג! און ס'איז זיכער אז מיר קענען אויפקומען מיט א געלונגענעם פלאן זיך ארויסצודרייען פון די מכה''

''מכשף יאמברוס'' האט אן אמוגעדולדיגער צווישן די פארזאמעלטע געשריגן, ''מיר האבן שוין געזעהן ביז יעצט וואו אונזער חכמה פירט אונז, דער גאט פון די עבריים איז גאר גרויס און שטארק, איך גלויב נישט אז איינער קען זיך אן עצה גיבן און זיך ארויסדרייען פון די אלע שטראפן וואס ער שיקט אויף אונז.''

''דו פשוטער נאר! זאלסט זיך אפילו נישט עפענען די מויל ווען אזא קלוגער און עלטערע מכשף ווי מיר רעדט! איך, דער גרויסער מכשף יאמברוס האב אלעמאל קלוגע עצות, אויב ביזטו נישט גענוג ערפארן צו באגרייפן מיינע ווערטער קענסטו פארלאזן דעם זאל!

יעצט מיינע חשובע הערן, הערט אויס מיין פלאן, בן עמרם האט קלאר געזאגט אז פון די בהמות פון די עבריים וועט גארנישט אומקומען, אלע וועלן בלייבן לעבן, מיר וועלן זיי אויסשפילן! ווי וועלן צווינגען די עבריים אפצוקויפן אונזערע בהמות פאר א פאר טאג, אזוי אז ווען דער מכה פון דבר וועט אנקומען וועלן אונזערע בהמות זיין אין עברישע הענט, דערנאך, אזוי ווי די מכה וועט זיך ענדיגן וועלן מיר גלייך עס צוריק קויפן, אזוי וועלן מיר בלייבן מיט אלע אונזערע בהמות... (אוה"ח)

נו, וואס זאגט איר צו דעם פלאן? איז נאך דא אזא חכם ווי מיר יאמברוס דער גרויסער?"

דער זאל איז געווארן צוטיילט אויף דריי פארטייען, איין חלק האבן גע'טענה'ט אז בלעם איז גערעכט, מ'דארף זיך נישט צוטון מאכן, די בעסטע איז אז מ'מאכט זיך גארנישט וואוסענדיג, אנדערע האבן געהאלטן זייער פשוט, אויב ס'איז דא אן עצה אריינצונעמען די בהמות אין שטאל, צו וואס לוינט זיך דער גאנצער איבערקערעניש, א היבשער חלק האט זיך צוגעכאפט צום ''יאמברוס פארקויף פלאן''.

טישלעך זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין אלע געגנטער, טויזענטער מצריים זענען געקומען צו לויפן און זיך צוגעשטעלט צום פאלטשן פארקויף פון די בהמות פאר די עבריים.



וימת כל מקנה מצרים

אויפן הויפט שטראז וואס ציעט זיך צווישן צוען און תחפנחייס איז יעצט גאר פארנומען, אזוי ווי יעדן אינדערפרי אין די ''יאגעדיגע שטונדען'' זענען אלע ליניעס אריין אין צוען פול, פילע וועגענער גרעסערע אין קלענערע זענען איינגעשפאנט צו געזונטע שטארקע פערד, די וועגענער דינען אלס די בעסטע טראנפארטאציע מיטל פאר די טויזנטער וואס קומען אריין קיין צוען יעדן אינדערפרי.

די רייכערע מצריים פאסט נישט צו פארן מיט די מאסן וועגענער, פארן זיי מיט שיינע אייזלען פון אלע גרויסקייטן און קאלירן, אויך שלעפן זיך פילע קעמלען אנגעלאדענט מיט זעק סחורה צו טראנפערירן פון איין פלאץ צום אנדערן, אין די זייטן פונעם שיינעם וועג קען מען זעהן ריזיגע תבואה פעלדער, אין אלע זייטן שטייען מצריים מיט אקסן איינגעשפאנט צו די ארבעט און אקערן אויף די פעלדער.

אלעס גייט אן ארגינאל ווי יעדער אנדערער טאג, דא דארט קען מען זעהן ווי א קעמל שטייט אין די זייט צו עסן שטרוי, אן אייזל וואס איז געווארן צו פארשוויצט קיהלט זיך אפ אביסל, א פערד און וואגן שטעלט זיך אפ ארויפצונעמען נאך מענטשן, דער שטראז איז פול מיט לעבן פונקט ווי אלעמאל.

אבער פלוצלונג האט זיך געהערט גאר א שטארקער קלאפ, נישט איין קלאפ, נאר צענדליגער און הונדערטער קלעפ, אין איין סעקונדע האט זיך אלעס געגעבן א שטעל אפ! אלע בהמות זענען טויט! האלטענדיג אינמיטן גאלאפירן האט דער פלוצלונגדיגער טויט געמאכט שרעקליכע חרבנות, די וועגענער האבן זיך איבערגעדרייט און מענטשן זענען געפלויגן אין אלע זייטן, קעמלען מיט אלע זייערע פעקלעך זענען געפאלן און צוקוועטשט מענטשן, מענטשן זענען מיטגעפאלן מיט די אייזלען ווען דער טויט האט זיי באטראפן, די פארוואונדעטע האבן געמאכט יאמערליכע קולות, און די טויטע זענען געלעגן שטיל צווישן די טויטע בהמות...

אויף אלע וועגן זענען געשטארבן טויזענטער מצריים וואס האבן געהאלטן אינמיטן רייטן, פויערן וואס האבן געהאלטן אינמיטן אקערן, פאסטוכער וואס האבן געהאלטן אינמיטן פאשען, אלע זענען זיי מיטגעשטארבן מיט אלע בהמות וואס זענען אזוי פלוצלונג אויסגעשטארבן אין מצרים. (משנת רבי אליעזר פי"ט)

די אלע בהמות זענען טאקע אויסגעשטארבן אין איין איינציגע סעקונדע, אבער אין די קומענדיג זיבן טאג זענען ווייטער געשטארבן יעדע בהמה וואס מ'האט ארויסגעלאזט, אדער ס'האט זיך ארויסגע'גנב'עט פון שטוב. (ש"ך?)

ווען די זיבן טאג האבן זיך געענדיגט האט פרעה געשיקט זיינע באדינער אים ברענגען א פונקטליכע באריכט אפצושאצן דעם שאדן וואס דער מכה האט אנגעמאכט, פרעה האט געהאלטן אז קיין גרויסער שאדן האט נישט פאסירט, אין ערגסטן פאל זענען געשטארבן אפאר בהמות, נו, וועט מען קויפן פרישע.

די באדינער זענען אבער צוריקגעקומען מיט גאר אן אנדערן בילד.

"אדוני המלך, דער מצב איז גאר ביטער, די מכה האט די מעגליכקייט אינגאנצן אונטערצוברענגען דעם עקענאמשין מצב אין לאנד, ס'איז כמעט נישטא צו טרעפן א וועגן וויאזוי צו פארן מאכן געשעפטן פון איין פלאץ צום צווייטן, אפילו ווען איינער וויל שוין יא קויפן סחורה איז נישטא קיין קעמלען עס צו שלעפן, אויך איז נישטא צו באקומען קיין וואל צו מאכן קליידער, און פארשטייט זיך אז פרישע מילך איז ממש א יקר המציאות...

פרעה האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, אפילו ער האט זיך פארגעשטעלט די תשובה האט ער דאך געפרעגט די קשיא.

"און וואס טוט זיך מיט די עברישע בהמות? ביי זיי האט אויך עפעס פאסירט?"

"אדוני המלך, ס'איז ממש שווער צו גלייבן, אבער דאך איז עס א פאקט, ביי מיין שכן איז דא א ציג וואס האט ממש גע'גוסס'ט פאר די מכה האט זיך אנגעהויבן, ס'האט ממש אויסגעקוקט ווי ביז אפאר מינוט איז עס נישט צווישן די לעבעדיג, אבער וואונדער איבער וואונדער, ס'האט איבערגעלעבט די גאנצע וואך! לויט אונזערע באריכטן איז קיין איין עברישע בהמה נישט אומגעקומען די גאנצע וואך! אפילו די וואס זענען געווען קראנק און שוואך.

אזוי שטארק האט דער גאט פון די עבריים געמאכט, אז אפילו א בהמה וואס אן עברי האט נאר געהאט א שטיקל שותפות, אדער אפילו א בהמה וואס א מצרי האט געהאט גע'גנב'עט פון אן עברי איז געבליבן לעבן, אזוי אז ס'האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט וועלכע ס'זענען די עברישע בהמות.''

''און וואס איז געווארן מיטן פלאן פון מכשף יאמברוס? האבן זיינע בהמות איבערגעלעבט?"

"אדוני המלך, ס'טוט אונז וויי צו מעלדן אז דער שפיל איז נישט געלונגען! אלע בהמות וואס זענען פארקויפט געווארן פאר די עבריים מיטן פלאן גלייך צוריקצוקויפן זענען אויך אומגעקומען, ס'קוקט אויס אז דער עברישער גאט איז גאר גרויס, ער ווייסט אלעס פונקטליך, און ער האט פונקטליך געוואוסט ווער ס'האט באמת פארקויפט, און ווער ס'האט נאר געוואלט מאכן דעם שפיל.''

''אבער דאך האף איך אז די עבריים האבן כאטש געהאט עפעס שאדן, זענען נישט געפאלן קיין מצרישע בהמות אין עברישע פלעצער? האבן זיי כאטש געמאכט גריבער אין די גאסן, אדער לעכער אין די ווענט ביים אראפפאלן אזוי ווי דא אין צוען?"

"אדוני המלך, ס'איז ממש נישט צום גלייבן, אבער כדי אונז צו איבערצייגן אז די מגיפה איז טאקע א שטארף פונעם עברישן גאט נאר אויף אונז מצריים, האט במשך די גאנצע וואך נישט פאסירט קיין שום שאדן צו קיין שום אידישע זאך, א גלעזל האט זיך נישט צובראכן! א שטיינדל אדער א ציגל איז נישט בטעות אראפגעפאלן פון קיין שום הויז! קיינער האט נישט געהאט קיין שום געלט שאדן די גאנצע וואך, אויך האט קיינער נישט געהאט קיין דאגות, אדער געליטן פון הונגער, און אזוי יעדע זאך וואס מ'קען נאר טראכטן אז ס'האט עפעס א שייכות אדער א דמיון פון טויט איז נישט פארגעקומען די גאנצע וואך ביי די עברים.'' (משנת רבי אליעזר)

"איך וועל אייך עפעס זאגן.'' האט פרעה זיך געשטארקט, ''די מגיפה האט זיך דאך שוין געענדיגט, פארוואס זאל איך יעצט ארויסשיקן די עבריים? וואס וועל איך פארדינען דערפון, די טויטע בהמות וועלן דאך שוין נישט צוריק לעבעדיג ווערן, דא זאלן זיי בלייבן! איך לאז זיי נישט ארויס!''

סיכום מכת דבר
זמן: ר"ח כסלו
התראה: כן
איפה: בארמון המלך
נעשה על ידי: הקב"ה
מידה כנגד מידה: שלחו ישראל לרעות צאנם כדי שלא יהיו בבתיהם ולא יפרו וירבו, (שמו"ר יא ד)
אמר הקב"ה, יבא דבר שממית ויפרע ממצרים שבקשו לאבד אומה המוסרת עצמה למיתה על יחוד שמי, מדרש ילמדנו.
לקחו בני ישראל לחרוש במקום שוורים, מתו השוורים, תנחומא
בני ישראל לא הי' להם זמן לטפל בצאנם מחמת מלאכתם למצריים, לכן מת כעת מקנה מצרים. תנחומא
היו רגילים לגנוב מקנה ישראל, זבח פסח
גזלו מקנה ישראל. ילקוט שמעוני
המכה בא להודיע:הקב"ה שולט על בעלי החיים וקובע מי בחיים ומי לא, ספורנו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 20, 2011 8:24 pm
דורך חאצקעל
א הארציגן יישר כח גראדער פאר דיינע אלע הערליכע ארטיקלן יעדע וואך, א דאנק זיי בין איך אנגעקומען צו איי וועלט....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 20, 2011 9:08 pm
דורך דזשעב 012
ישר כח גראדער!
להערה בעלמא, כ'מיין אז מכת ערוב קען מען נאך אביסל באזאלצן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 20, 2011 10:23 pm
דורך זארג_נישט
זאל איך סתם זיין א קאפי-קערער???, נעעעעע, סאו וואס זאל איך זאגן?, דאס איז געליגן אין מיין מחשבה די לעצטע פאר וואכן, אבער מקען דאך נישט שווייגן, ממילא מוז איך זיין יאנטשי, און זאגן:
שקויעח

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:31 am
דורך שמערי בערי
טיפע דאנקען! געוואלדיג!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:51 am
דורך איך וויל פארשטיין
חאצקעל האט געשריבן:א הארציגן יישר כח גראדער פאר דיינע אלע הערליכע ארטיקלן יעדע וואך, א דאנק זיי בין איך אנגעקומען צו איי וועלט....

איך האב שוין געהערט פון אפאר חברה אז זיי זענען אנגעקומען אהער נאר דורך גראדער זעענדיג זיינע ארטיקלען אין ביהמ"ד אדער ביי א חבר,
אפשר וואלט כדאי געווען מען זאל עפענען אן עקסטערע אשכול ווי אלע ניקס וואס זענען געקומען דורך גראדער זאלען זיך מעלדן, עס וואלט געווען א שיינע חיזוק פאר גראדער,

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:57 am
דורך מוטשע נישט
1. אין גרויס - 3 בלעטער - 8.5X11

2. אין קליין - 2 בלעטער - 5.5x8.5

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 7:17 am
דורך גראדער
דריי וואכן זענען אריבער, צוביסלעך האבן די מצריים פרובירט צוריק צו שטעלן אלעס צום פריערדיגן סדר, ס'האט זיך טאקע אנגעזעהן דער שטארקער פארלוסט פון די אלע בהמות וואס זענען אויסגעשטארבן, האבן די מצריים פרובירט צו קויפן בהמות פון די אידן.

די אידן האב געהאט גאר אסאך בהמות, נאך מכת דם ווען די אידן זענען רייך געווארן האבן זיי א שיין חלק פון זייער פארמעגן אינוועסטירט אין שאף, היות במשך די יארן זענען גאר אסאך שאף אין רינדער פון די אידן שאדן געגאנגען דורכדעם וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפגעבן מיט זיי צוליב די שווערע ארבעט וואס די מצריים האבן ארויפגעלייגט אויף זיי, האבן זיי יעצט געקויפן פריש גאר אסאך שאף אין רינדער צוריק אנצופילן זייערע סטאדעס. (אוה"ח)

ווען דער מצרי פון אנטקעגן איבער האט אריינגעקלאפט צו יחלאל הזבולוני איז ער געווארן שטארק אנטוישט, ער איז געווען זיכער אז יחלאל וועט אים גערן צוריק פארקויפן אלע בהמות וואס ער האט נארוואס אפגעקויפט פון אים, אבער אין פאקט האט זיך עס גאר אנדערש אויסגעלאזט.

''יחלאל, וואס מאכסטו?''

''געלויבט אונזער גרויסער באשעפער, גאר גוט, איך האב דיר טאקע געוואלט טרייסטן אויף דיין גרויסע פארלוסט, האסט נעבעך פארלוירן דיינע טייערע פערדן און אייזלען, אלס געוועזענער פאסטוכער פון דיינע שאף ווייס איך דאך יא ווי שטארק דו האסט זיי ליב געהאט, וואס קען מען אבער טון, דו האסט נישט געהאט קיין שכל, האסט זיי נישט געוואלט ארייננעמען אין שטוב, ביזטו געבליבן אן גארנישט.''

''הער זיך איין יחלאל, איך האב נישט יעצט קיין צייט צו דיינע דרשות, איך דארף וויכטיג אריבערפארן קיין פיתום, און צו דעם דארף איך האבן א גוטן פערד, דו האסט דאך דעם ברוינעם פערדל וואס איך האב דיר פארקויפט א חודש צוריק, אפשר פארקויפסטו מיר עס צוריק?''

''זיכער, זייער גערן, צייל אויס א צען טויזנט רובל און דער פערדל איז דיינער.''

''וואאאאס? צען טויזנט רובל?! איך האב דיר דאך עס פארקויפט פאר פינף הונדערט, פארוואס טראכטסטו אז יעצט זאל איך דיר צאלן דעם געשוואלענעם פרייז? פארגעס נישט, דו ביזט נאך אלס מיין קנעכט! דארפסט האבן אביסל דרך ארץ פאר מיר, איך בין מסכים דיר אביסל צוצולייגן, נאדיר זעקס הונדערט און אהער מיטן פערדל.''

''הער, מיט דעם ביזטו גערעכט, מיר זענען נאכנישט אינגאנצן באפרייט, אביסל זענען מיר נאך פארקנעכטעוועט, געוויסע ארבעט קענסטו מיר נאך צווינגען צו טון פאר דיר, אבער דעם פערדל אויב דו ווילסט אפקויפן וועסטו מיר דארפן באצאלן דעם פולן פרייז, צען טויזנט גולדן און א פרוטה נישט ווינציגער!''

''דו אומפארשעמטער עברי! פון וואו האסטו די חוצפה צו בעטן אזא פרייז.''

''איך וועל דיר מסביר זיין, במשך די אלע יארן וואס איך האב געארבעט פאר דיר האב איך שאדן געהאט טויזענטער רובל ווען מיינע שאף זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער צוליב דעם וואס איך האב געדארפט פאשען דיינע סטאדעס אנשטאט מיינע, דעריבער איז מיר גאנץ געשמאק ווען בלית ברירה וועסטו מיר עס דארפן באצאלן יעצט, און איך גיב דיר א גוטע עצה, כאפ דעם פערדל פאר צען טויזנט, ווייל אליאב מיין ברודער האט שוין פריער פארקויפט א פערד פאר פופצן טויזנט, און ס'קען זיין אז באלד וועל איך אויך ארויפגיין מיטן פרייז...''

מיט א פארכמורעטן געזיכט האט דער מצרי אפגעציילט פון זיין לעצט פארבליבענעם בינטל געלט צען טויזנט גולדן און אפגעקויפט דעם פערד פאר צוואנציג מאל דעם פרייז פאר וויפיל ער האט עס נארוואס געהאט פארקויפט.

ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז ביז א קורצע צייט וועט דער פערד אים נישט קענען טראגן אפילו א טריט, אפילו קיין גולדן וועט עס נישט ווערט זיין...



ויעמדו לפני פרעה

אין די זעלבע צייט איז פרעה געזעצן אין גארטן פון פאלאץ, ער האט באטראכט די שיינע ביימער און גראזן, ''אה, עפעס שיינקייט איז נאך פארבליבן דא.'' האט ער געטראכט צו זיך, ער האט אריינגעאטעמט די פרישע לופט וואס איז געקומען פון נילוס, און ער האט פרובירט צו פארגעסן פון זיינע צרות.

אבער דעם גרויזאמען קעניג וואס האט אזוי ביטער געפייניגט די אידישע קינדער איז נאכנישט געווען באשערט קיין מנוחה, ווילאנג ער לאזט נישט ארויס די אידן פון מצרים וועט ער קיין רואיגע צייט נישט האבן, פלוצלונג זעהט ער משה מיט אהרן קומען שפאצירן אין זיין ריכטונג.

אן ארויסרעדן א ווארט האבן זיי געטון פאר זיין פנים די גאנצע זאך וואס דער אויבערשטער האט זיי באפוילן.

משה און אהרן האבן ביידע אנגעפילט זייערע ביידע הענט מיט אש פון א קאלעך אויוון, יא, אזא אויוון אין וואס די אידן פלעגן דארפן אויסבאקן די ציגל, דערנאך האט אהרן איבערגעגעבן פאר משה אין זיינע פילע הענט אויך די אש פון אהרן'ס הענט, און וואונדערליך האט משה אלעס אריינגענומען אין איין האנט, אהרן'ס צוויי, און זיינע צוויי, זענען אלע יעצט אריין אין איין האנט.

פרעה האט זיך נאכנישט געענדיגט אפוואונדערן פון די מאדנע ערשיינונג ווען ער ווערט ווידער פארוואונדערט, משה נעמט די האנט פול מיט די אש, און ער גיבט עס א ווארף ארויף צום הימל, געווענטליך ווען אזא גרינגע זאך ווי אש ווערט געווארפן אויף ארויף, פאלט עס גלייך אראפ, אבער דא האט פאסירט א וואונדערליכע זאך, פרעה זעהט ווי די אש פליעט ארויף ביזן הימל.

''וואס ווילן זיי דא? אפשר ווילן זיי מיר ווארענען אז גאנץ מצרים וועט פארברענט ווערן? אפשר וועט פון מצרים ווערן שטויב?" ווארט נאר ווארט פרעה, גאר אין קורצן וועסטו זיך בענקן צו די צייט וואס דו האסט נישט געוואוסט...

דאן האט דער דריטער וואונדער פאסירט, פרעה זעהט ווי דער איינציגער האנט מיט אש וואס איז ארויפגעווארפן געווארן צום הימל לאזט זיך אזוי ווי א שניי אויפן גאנצן לאנד, א ווייסער שטויב קומט אראפ פון הימל גלייך ארויף אויף מצרים, גרייט איבערצודעקן דעם גאנצן לאנד מיט שטויב.



ויהי שחין פרח באדם ובבהמה.

זרח פון שבט שמעון איז געווען זייער אן איידעלער איד, וויפיל דער מצרי ביי וועם ער האט געארבעט האט אים געמוטשעט ער זאל זיך אביסל מער צושטעלן צום מצרישן לעבנסשטייגער האט ער עס אלעמאל אפגעווארפן מיט שטארקייט, ''רוף זיך מיט אביסל מער א צוגעפאסטער נאמען'' פלעגט דער מצרי אים כסדר זאגן, אבער מיט א שטאלצקייט איז ער פארבליבן מיטן עברישן נאמען זרח.

ווען דער מצרי פלעגט אים הערן רעדן מיט זיינע עברישע ברודער אויף לשון הקודש איז ער ממש אריין אין די רציחה, ''וואספארא שפראך רעדט איר דא?! דא איז מצרים און זאלט איר רעדן מצריש!''

אבער זרח האט זיך פון דעם אויך נישט דערשראקן, ''נו מילא די גשמיות'דיגע ארבעט איז א גזירה פון אויבערשטן, מיר זענען אין גלות און מיר דארפן טון וואס די מצריים הייסן אונז, אבער ווען ס'קומט צו רוחניות איז נישטא קיין פשרות! נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך, אפילו מיט די קליידער זענען מיר אנדערש פון זיי! חס ושלום וועל איך זיך נישט אנטון קיין מצריש רעקל אדער מאנטל!'' האט זרח אלעמאל מחנך געווען זיינע קינדער.

און טאקע ווייל זרח האט זיך נישט געוואלט אנטון קיין מצרישע קליידער האט דער מצרי אלעמאל געוואלט זיכער מאכן אז זרח קוקט אויס פארמיאוסט אין זיינע עברישע בגדים, האט ער אים קיינמאל קיינמאל נישט געלאזט זיך ארומוואשן, (כסף נבחר) ער האט געוואלט אז די עבריים זאלן זיין פארמיאוסט פון יעדן איינעם אריינגערעכנט זייערע ווייבער זאלן זיי נישט אריינלאזן אינדערהיים, אזוי אז ס'זאל זיך נישט פארמערן דער עברישער פאלק.

יענעם אינדערפרי, ווי דער סדר יעדן טאג האט זרח אנגעגרייט א וואנע פאר זיין מצרישן הער, נישט גענוג וואס דער מצרי האט נישט ערלויבט פאר זרח זיך ארומצואוואשן האט זרח געדארפט זיין דער בעדער פונעם מצרי, דער מצרי האט ליב געהאט צו ליגן אין וואנע און דער עברי זאל גיסן אויף אים עמערס מיט ווארעם וואסער, ווען ער איז שוין געווען גענוג אנגעהיצט האט זיך אים געגליסט מ'זאל אים באשפריצן מיט קאלט וואסער, אזוי איז זרח נעבעך געשטאנען יעדן אינדערפרי אין געבאדן דעם מצרי.

דער מצרי גרייט זיך שוין אריינצולייגן אינעם פיינעם ווארימען וואנע וואס זרח האט אים אנגעגרייט, ווען ער זעהט פונדערווייטנס אזא ווייסער שטויב קומט צו פליען, ''קוק זרח!'' לעבט ער אויף, ''א שניי אין מצרים! דא אין מצרים האט נאך קיינמאל אפילו נישט גערעגנט, און פלוצלונג קומט א שניי, אוי ווי שיין...''

ווען די שטויב איז אבער נענטער געקומען האט עס שוין נישט אויסגעקוקט ווי קיין שניי, א שרעקליכע היץ האט זיך געשפירט דערפון, דער מצרי איז שנעל אריינגעלאפן אין שטוב זיך אויסצובאהאלטן פונעם מיסטריעזן שטויב, ס'האט אים אבער גארנישט געהאלפן, די ווינטן האבן אריינגעבלאזן די שטויב פון אלע זייטן אין אלע שטובער אריין, קיינער האט זיך נישט געקענט ארויסדרייען דערפון. (רמב"ן)

ווי נאר די שטויב האט געלאנדעט אויפן מצרי האט זיך א שרעקליכער קוויטש געהערט, ''ס'בריעט, ס'ברענט! ברענג מיר שנעל די קאלטע וואסער!''

זרח האט גענומען א שיסל קאלט וואסער און באגאסן דעם מצרי, אבער ס'האט נאר ערגער געמאכט.

"אויייי, וווווייייי, אאאאוו, ס'ציפט, ס'ברענט, ס'קאלט, ס'שטעכט, פרוביר אפשר די ווארים וואסער, גיס אביסל, אאאווויייי.''

זרח האט געגעבן א גיס הייס וואסער ביד רחבה... און די קולות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען...

"אויייי, וווווייייי, אאאאוו, ס'ציפט, ס'ברענט, ס'קאלט, ס'שטעכט, וואס טוט מען דא, איך בין געווארן פול מיט בלאטערן, ס'גיסט זיך אייטער פון מיר, אוי, מיינע הענט, מיינע פיס, מיין קאפ, מיינע...''

זרח האט שוין ניטאמאל אויסגעהערט וואס דער מצרי שרייעט דארט, ער האט פארשטאנען אז זיין ארבעט האט זיך געענדיגט פאר היינט, און דער מצרי וועט שוין ממילא נישט האבן קיין צייט צו קוקן אויף אים, מיט א פארגעניגן האט ער זיך געבאדן אין די פיינע ווארימע וואנע וואס ער האט נארוואס צוגעגרייט פארן מצרי... (כסף נבחר)



ולא יכלו החרטומים לעמוד

יינוס אין יאמברוס האבן געהאלטן אינמיטן א היציגען שמועס.

''דו ווייסט יאמברוס'' האט יינוס געזאגט, ''אונזער רעפוטאציע אלס ארויפגעקוקטע מכשפים איז היבש געפאלן, נאכדעם וואס דיין פלאן איז דורכגעפאלן ביי דבר, ס'איז נישט גוט.''

''עה, וואס רעדסטו יינוס.'' האט יאמברוס זיך פארטיידיגט, ''מיר זענען נאך אלס פון די חשוב'סטע כישוף מאכער דא, קודם כל קוק ווי גליקליך מיר זענען, ביז יעצט האבן מיר מיט אונזער כישוף נאך מצליח געווען זיך ארויסצודרייען און נישט ליידן פון די עברישע מכות, (אבן עזרא) און קוק ווי חשוב מיר זענען ביים גרויסן קעניג פרעה, ביי יעדע מכה רופט ער אונז מיר זאלן עס נאכמאכן פאר אים, ביי כינים האבן מיר טאקע נישט געקענט צוליב סיבות, אבער חוץ פון דעם האבן מיר נאך אלץ מצליח געווען אויפצואווייזן וואס מיר קענען אלס." (פרקי דר"א פמ"ח)

"אוי, וואס איז דער שטויב וואס פאלט דא?"

"לאמיר שנעל זיך באווארענען מיטן כישוף אונזערער אז ס'זאל נישט קענען אריינקומען דא.''

''יינוס! שנעל! זאג דעם לחש! די שטויב איז שוין כמעט דא.''

''יאמברוס, זאג דו! איך קען נישט, עפעס גייט עס נישט!''

''רעד שוין ווייניגער! טו צו די זאך, אז נישט זענען מיר אויף צרות.''

''איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב מורא אז איך האב פארגעסן וואס מ'זאגט אין אזא פאל, לאמיר לויפן כאפן די ביכער, דו לויף שנעל צום שעפס דא אינדרויסן אפשר וועט ער אונז קענען העלפן.''

''יינוס! גיכער! שטעל זיך פאר וואסערע בזיונות מיר וועלן האבן אויב ס'וועט אונז אויך באטרעפן די מכה, ס'וועט דאך זי... אאו, איי, ס'בריעט... יינוס..., קום אהער, שנעלער, אוי, איך האלט עס נישט אויס.''

''יאמברוס?! דאס ביזטו?! דו קוקסט דאך אויס שרעקליך!!!''

''אוי יינוס, איךךך קעעען קויםם ררעעעדן, די צצצצינג איז אאאאוי... פפפול מיט בללללאטעררררן.''

''יאמברוס, ס'איז צרות צרורות, מיר זענען באטראפן געווארן מיט א שרעקליכע מכה, איך ווייס נישט וואס צו טון, דאס איז זיכער אז אזוי קענען מיר נישט גיין צום קעניגליכן פאלאץ, דער קעניג טאר אונז נישט זעהן אזוי.''

''וואס מיינסטו, דער קעניג קוקט אויס בעסער?... אויב מיר קוקן אויס אזוי געפערליך האט ער אויך געכאפט די מכה.''

''איך בין נישט אזוי זיכער יאמברוס, דו ווייסט דאך אז דער גאט פון די עברים שטראפט יעדע זאך מיט א פונקטליכן חשבון.''

''יא יא, ליידער האבן מיר זיך שוין נישט איינמאל איבערצייגט אין דעם.''

''דו געדענקסט ווען מיר האבן גע'עצה'ט דעם פריערדיגן קעניג פרעה ער זאל אריינווארפן אלע עברישע קינדער אין טייך פאר בן עמרם איז געבוירן געווארן.''

''יא, אוודאי געדענק איך, איינע פון מיינע דורכפעלער.''

''און דו געדענקסט אויך ווען דער קליינער משה'לע איז געזעצן אויף פרעה'ס שויס און ער האט אראפגענומען דעם קרוין, מיר האבן דעמאלס געגעבן דעם פלאן מ'זאל אריינברענגען א שיסל קוילן פון וואס ער האט זיך שפעטער אפגעבריעט, אזוי זאל מען וויסן צו ער ווייסט וואס ער טוט.''

''יא, אויך דאס געדענק איך, וואס ווילסטו יעצט, מיר דערמאנען אלע מיינע דורכפעלער? ווייס איך דען נישט אליינס ווי קלוג איך בין?''

''הער אויס יאמברוס, איך האב מורא אז מיר באקומען יעצט די שטראף אויף דעם, מיר כאפן בריען, און ס'גיסט זיך אייטער פון פון אונז, צוליב די קוילן וואס בן עמרם האט זיך אפגעבריעט, און די וואסער וואו מ'האט אים אריינגעווארפן.'' (מדרש רבה יא ה)

"אלעמאל האקסטו אין קאפ מיט דיינע מעשיות, הער שוין אויף, לאמיר רעדן תכלית, וואס קען מען יעצט טון, אבער איין מינוט, פארוואס טאנצטו אזוי פון איין פיס צום צווייטן?''

''וואס הייסט פארוואס? דו כאפסט נישט אז דו טאנצט אויך? די פיס זענען מיר אזוי פארבלאטערט אז איך קען נישט שטיין דערויף, (דעת זקנים) נאכן שטיין א מינוט אויף איין פיס דארף איך בייטן צום אנדערן און גלייך דערנאך צוריק, אוי, איך האלט עס שוין נישט אויס.''

''קום, לאמיר זיך פרובירן אראפצוזעצן.''

''אאאאאוייי, אאאאויייי, ס'נאך ערגער צו זיצן, ס'רייסט שטיקער, אפשר זאל מען זיך ארפאלייגן?''

''א חכם הייסטו נאך? וויאזוי זיך ארפאלייגן? אנשטאט נאר שטיין אויף די בלאטערן פון די פיס וועסטו ליגן אויף די בלאטערן פון גאנצן קערפער!''

''נו וואס טוט מען?! ס'דאך נישט צום אויסהאלטן, אפשר זאל איך פרובירן אויסצוטון די קליידער, וועט עס ווייניגער דרוקן אויף די בלאטערן און ס'וועט אביסל גרינגער ווערן.''

''אויך דאס האב איך שוין פרובירט, אבער מיינע הענט און די פינגער זענען אזוי פארבלאטערט אז איך קען גארנישט אנכאפן דערמיט...''

''איך האלט מיר זאלן זיך אריבערכאפן צום דאקטער, אפשר האט ער עפעס א גוטן זאלב וואס קען העלפן''

''יא טאקע, א גוטער פלאן, אבער איך שעם זיך ארויסצוגיין אזוי אויף די גאס, ס'דאך א בושה מענטשן זאלן זעהן דעם גרויסן מכובד'יגן מכשף אין אזא נידריגן מצב.''

''דארפסט נישט מורא האבן, קיינער וועט דיר נישט דערקענען... אפילו איך דערקען דיר אויך נישט... ווען איך קוק אויף אונז ביידן אין דעם גרויסן שפיגל דא ווייס איך נישט וועלכע ס'איז איך און וועלכע ס'איז דו... מיר זענען אזוי אנגעבלאזן מיט די בלאטערן, ס'גיסט זיך בלוט מיט אייטער...אוי...''

''וויי וויי, ס'דאך א עקל צו קוקן אויף אונז, קוק, חוץ די בלאטערן זענען מיר קרעציג אויך... מיר האבן געוואלט דערווייטערן די עבריים ווי מצורעים, יעצט זענען מיר גאר אליינס קרעציג געווארן... (מדרש רבה שם) אוי, וואס וועט זיין דער סוף דא.''

"לאמיר שוין גיין צום דאקטער.''

''יא געגאנגען.''

''געטאנצן מיינסטו אוודאי צו זאגן...''

אזוי האבן די צוויי גרעסטע מכשפים פון מצרים זיך ארויסגעלאזט אויף א טאנץ צום הויפט קעניגליכן דאקטאר...''

א גרויסער פלאקאט געשריבן מיט בלוט האט זיך שוין געזעהן פון דערווייטנס, ''דער דאקטאר איז אויף וואקאציע, די קומענדיגע זיבן טאג איז דער אפיס פארמאכט.''

א ריזיגער עולם איז געווען פארזאמעלט אינדרויסן, איינער האט געוויינט, א צווייטער האט געקייכט, א דריטער האט פרובירט זיך קראצן אויף א וואנט, בלוט האט געשפריצט און טרערן האבן זיך געגאסן, די זאלציגע טרערן אויף די אפענע וואנדן האבן נאך ערגער געמאכט דעם שרעקליכן ווייטאג, מענטשן האבן זיך געוואלגערט אויף די גאסן זיך נישט קענענדיג איינהאלטן פון די שרעקליכע יסורים, בפרט די וואס האבן שוין געהאלטן נאך אפאר טאג נישט עסן און נישט שלאפן, ווייל ווער קען דען שלאפן ווען מ'קען זיך נישט ארפאלייגן, קוים וואס שטיין קען מען, עסן איז דאך אפגערעדט אז ווען די פינגערס ארבעטן נישט, און דער צינג איז איין גרויסער בלאטער איז שוין גרינגער צו שטארבן פון הונגער ווי צו קייען א שטיקל ברויט...

יינוס אין יאמברוס האבן מחליט געווען איבערצוקליגן די אלע מאסן מענטשן, זיי האבן געוואוסט פון אן אונטער טירל אריין אין דאקטאר'ס אפיס, קוים וואס די פיס האט זיי נאך געשלעפט, מיט די לעצטע כוחות האבן זיי זיך אריינגעדראפעט צום דאקטער.

ס'האט זיך זיי אנטפלעקט א שוידערליכער בילד, דער דאקטער זיצט אויף דער ערד ארומגענומען מיט צענדליגער פלעשער זאלב, הונדערטער געשריבענע מגילות, און א טוץ פון טויטע קערפער ארום אים...

''דאקטער, וואס גייט דא פאר? וואס קען מען עפעס טון זיך צו העלפן, אדער כאטש אביסל גרינגער צו מאכן.''

''אוי יינוס, ווען איך ווייס ווען וואלט גוט געווען, איר זעהט וואס דא טוט זיך, איך האב שטודירט די זאך, ס'האט אונז באטראפן אזויפיל ווי פיר און צוואנציג סארטן בלאטערן, טרוקענע, פייכטע, קאלטע און הייסע, און צו דעם אלעם זענען מיר קרעציג פון קאפ ביז פיס, איך האב פרובירט אפאר זאלבן אויף די מענטשן וואס איר זעהט דא ליגן, אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס, א זאלב וואס היילט איין סארט, איז טויטליך פארן אנדערן סארט, אזוי אז פרובירנדיג די זאלבן אויף זיי זענען זיי אלע אויסגעלייזט געווארן פון זייערע צרות... זיי זענען פשוט אויסגעגאנגען פון זייערע יסורים.'' (מדרש הגדול)

בלית ברירה זענען יינוס און יאמברוס ארויסגעטאנצן פון דאקטערס אפיס...

יחלאל און זרח האבן פונקט דורכשפאצירט די גאס און געזעהן ווי די צוויי טאנצן אזוי פון איין פיס צום אנדערן. ''דו ווייסט וואס דאס דערמאנט מיר?" האט יחלאל געפרעגט פון זרח.

''נו אוודאי, ווי קען מען פארגעסן, אזוי זענען מיר געטאנצען אין די שיסלך ליים עס גוט אויסצומישן, ס'זאל קענען ווערן גוטע ציגל, אוי האבן אונזערע פיס וויי געטון, וויפיל בלאטערן האבן מיר באקומען, וויפיל מאל בין איך אהיימגעקומען אפגעברענט פון קאפ ביז פיס פון די ברענעדיגע זון אונטער וואס מיר האבן געארבעט, און אויף די אלע בריען האבן מיר נאך געכאפט פייערדיגע שמיץ פון די רשעים די נוגשים, ביז אונזער גאנצער הויט איז געווען פול מיט וואונדן, בריען, אין בלאטערן, יעצט האט אונזער גרויסער באשעפער געגעבן פאר זיי אביסל צו שפירן דעם טעם...''

גייענדיג ווייטער האבן זיי געזעהן א שרעקליכן בילד, א מצרי איז געשטאנען אין די זייט און פרובירט זיך צו באנדאזשירן זיינע וואונדן, נעבן אים איז געווען זיין קליין דריי יעריג קינד, ער האט זיך געריסן פאר יסורים, מיט שרעקליכע קולות האט ער געוויינט און געשריגן די עלטערן זאלן אים אויפהייבן און פרובירן צו בארואיגן זיינע ווייטאגן, דער מצרי האט דאך אבער געוואוסט אז אויב ער וועט אים נאר ארייננעמען אין די האנט וועט ער נאר ערגער מאכן פאר זיינע הענט און פארן קינד'ס קערפער האט ער נעבעך גארנישט געקענט טון צו בארואיגן דעם קינדס געשריי, ער איז געשטאנען פארשטייפט און זיך צוגעהערט ווי זיין קינד רייסט זיך פאר געוויין.

''אוי זרח, איך קען נישט הערן די קולות, איך געדענק נאך ווי היינט ווען איך בין געווען ממש אין זעלבן מצב, איין טאג ווען איך האב נישט אנגעיאגט צו ענדיגן די באשטימטע מאס ציגל איז דער מצרישער נוגש געקומען צו מיר, פאר מיינע אויגן האט ער גענומען מיין קליינעם חצרי, ער האט נעבעך אזוי געוויינט און געשריגן, דער מצרי האט אים אריינגעווארן אינעם שיסל ליים צו מאכן א ציגל פון אים, חצרי האט זיך נעבעך אזוי געריסן, און איך בין געשטאנען אין די זייט חוץ פון ווישן די טרערן האב איך גארנישט געקענט טון, ס'איז מיר שווער צו דערקענען יעצט ווען דער שחין מאכט זייערע פנימער אזוי אנדערש, אבער איך מיין אז דער מצרי איז גאר מיין געוועזענער נוגש, נו, שפירט ער אביסל וואס ס'מיינט.''

זיבן טאג האבן די מצריים זיך געמיטשעט מיט די שחין, פרעה האט די גאנצע צייט זיך געשטארקט, ''באלד גייט עס שוין אוועק, ס'פעלט נישט אויס צו רופן בן עמרם''

יינוס און יאמברוס האבן שוין קוים געווארט די מכה זאל זיך ענדיגן און זיי זאלן שוין קענען צוריקקומען אין קעניגליכן פאלאץ, זיי האבן שוין אפילו געהאט גרייט א תירוץ פארוואס זיי האבן נישט געקענט נאכמאכן די מכה, ס'איז פשוט נישט געווען צו געפינען א מצרי אן קיין שחין עס אויסצופרובירן אויף אים...

אבער דא האט זיי געווארט א גרויסער אנטוישונג, ווען דער שחין איז אוועק פון אלע מצריים איז עס געבליבן אויף זיי, די חרטומים און מכשפים זענען געבליבן מיטן שרעקליכן שחין אויף זייער קערפער, זייער אויסזעהן איז געבליבן אזוי פארמיאוסט אז זיי האבן זיך געשעמט צו קומען אין קעניגליכן פאלאץ און זיי זענען שוין פארבליבן איינגעשפארט אין זייערע שטובער. (ש"ך - ילמ"ל)

נאך די פריערדיגע מכות זענען אלעמאל די חרטומים געקומען און מחזק געווען דעם קעניג פרעה ער זאל נישט ארויסלאזן די אידן פון מצריים, אבער יעצט זענען די חרטומים געבליבן אינדערהיים, זיי האבן שוין נישט געקענט קומען אים שטארקן, (רמב"ן) האט דער אויבערשטער געשטארקט זיין הארץ ער זאל באקומען די איבריגע מכות אלס שטראף פארן פייניגן די אידן, און מיט דעם אלעם וואס פרעה האט אזוי שטארק געליטן ביי די מכה פון שחין, און די שטויב האט מען דאך געווארפן פאר זיינע אייגענע אויגן אזוי אז ער האט זיך נישט געקענט איינרעדן אז ס'איז עפעס א טבע אז דו לופט איז עפעס פארפעסטעט געווארן, (ספורנו) האט דער אויבערשטער אים געשטארקט, ער זאל נאך נישט ארויסלאזן די אידן פון מצרים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 7:19 am
דורך גראדער
סיכום מכת שחין

זמן: ר"ח טבת
התראה: לא
נעשה על ידי: הקב"ה, משה, ואהרן.
מידה כנגד מידה: אמרו לישראל להביא להם חמין וצונן לרחוץ, עכשיו אי אפשר להתרחץ.
הכריחו ישראל ללבון לבנים בכבשן, לקו בפיח הכבשן. (אבותינו, בשם תוסה"ש)
הכריחו ישראל לעבוד תחת בשדות תחת השמש ועי"ז הי' בשרם נשרף מהשמש. (ש"ך)
ע"י עבודת הפרך אבדו ישראל צורתם, וכוונתם כדי שימאסו בעיני נשותיהם, כעת המצריים אבדו צורות אנוש והיו מתועבים בעיני כל. (ילמ"ל)
המכה בא להודיע: ה' שולט על גם על בני אדם ומנהיג אותם כרצונו בכל פרט ופרט.
פרעה ביקש סיום המכה: לא

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 7:52 am
דורך גראדער
דזשעב 012 האט געשריבן:להערה בעלמא, כ'מיין אז מכת ערוב קען מען נאך אביסל באזאלצן


מכת ערוב איז געשריבן געווארן בחיפזון נורא, קודם וועלן מיר ענדיגן די איבריגע מכות, און דערנאך וועט מען זיך צוריק נעמען איבער די חיות.

א גוט שבת

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 8:38 am
דורך מוישע_יאכעס
מר! גראאאדדעער!! אאאייין מינוט פליז! א שקויעך!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 8:51 am
דורך רבי
א גרויסן ישר כח פארן ענדיגן די אלע מכות עס איז ממש מחי' נפשות
אבער וואס וועט זיין מיט קריעת ים סוף און מתן תורה?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 9:56 am
דורך קרעמער
יישר כח גראדער, און א גוט שבת

ווער איז זיך מתנדב צו מאכן דעם פדף?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 10:38 am
דורך jkup50
קיינמאל און מיין לעבן זיך נישט פארגעשטעלט וואס סהאט זיך דארט אפגעטוען דער פון אויבן זאל דיר טויזענט מאל באצאלען ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 10:39 am
דורך מוישע_יאכעס
נו! פי די עף!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 11:46 am
דורך קעכער
צוגעלייגט צו פרשת וארא

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 11:53 am
דורך 1x1
ייש"כ! גוט שבת!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:02 pm
דורך קרעמער
ביטע, ווער קען זיך מנדב זיין צו מאכן א פי די עף פון דעם יעצטיגן ארטיקל אליינס.

א דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:07 pm
דורך leiby
אין אויך ביטע לייגן נומערן אויף יעדע בלאט.
שכוח

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 12:25 pm
דורך מוטשע נישט
1. אין קליין - 5 בלעטער - 5.5x8.5
2. אין גרויס - 5 בלעטער - 8.5X11

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 1:15 pm
דורך פאטאקי08
ביידע זענען 5 בלעטער

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 1:20 pm
דורך מוטשע נישט
פאטאקי08 האט געשריבן:ביידע זענען 5 בלעטער

פאראכטן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 21, 2011 2:51 pm
דורך קרעמער
מוטשע-נישט;

א שיינעם דאנק, און א גוט שבת

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 12:04 am
דורך שוועמל
הערליך הערליך.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 12:33 am
דורך קרעמער
עטליכע אידן האבן די וואך מעביר סדרה געווען וארא

זאלן זיי זיך נישט שעמן מודה צו זיין...