בלאט 1 פון 1

קאטשקעס אין הימל

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 7:09 pm
דורך זייער נייגעריג
שטייען זיך א גרופע פון קעלעמער אידן אויף איינער פון די געסלעך אינעם אידישן קווארטל אין קעלם, און ליינען מיט וואונדער די האנט געשריבענע פלאקאטן וואס טוען מעלדן איבער די דרשה וואס גייט פארקומען היינט אויפדערנאכט אינעם גרויסן שטאטישן שול. נישט אז די אידן זענען נישט געוואוינט צו הערן דרשות פונעם קעלעמער מגיד, דאס איז דאך געווען מידי שבת בשבתו, אבער וואס עפעס היינט נאכט? סתם אין א רויטן מאנטאג נאכט זאל דער מגיד האלטן א מוסר דרשה? אבער, אז דער מגיד רופט, מסתם קומט עפעס א גוטס, און הננו. מיר גייען.

די שוהל איז איבערגעפילט מיט צוהערער פון אלע עקן שטאט, כנהוג אינעם מוסר שטאט קעלם, און דער מגיד הויבט אן זיינע דברי מוסר אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער ווען ס'טוט זיך פלעכטן משלים און מעשיות וואס טוען ארויסברענגן די דברי מוסר און אריינדרינגען אינעם המון עם.

דער גרויסער מגיד האט ברייט ארומגערעדט איבער שכר ועונש, און דא טוט דער מגיד העכערן זיין שטימע, און בקול אדיר וחזק הויבט ער אן שרייען:

"עס ברענט! געוואלד! א פייער! עס פלאקערט! דאס פייער ווערט גרעסער און גרעסער, הייסער און הייסער, עס פארלענדט אלעס וואס שטייט אין די גאנצע ארום. קולי קולות הערן זיך פון אלע זייטן, יאמערליכע געשרייען און טיפע זיפצן הערן זיך ווייט ווייט אוועק, עס הערט זיך שוידערליך, ממש נישט צום אויסהאלטן! די שרעקליכע מלאכי חבלה, די שווארצע חברה שליידערן אריין אין גיהנום אריין איינער נאכ'ן אנדערן, ס'בריעט, ס'גליעט, שוידערליכע אומבאשרייבליכע יסורים גייען זיי דורך, שווערע פייניגונגען טוען די יעניגער אנדרייען אויף די זינדיגע נשמות וואס זענען ליידער פארשמירט מיט עבירות. זאל זיך נאר איינער וואגן צו זיך באווייזן דעם פנים צום טויער פון גיהנום, און זאל אנשטעלט א פנים, א רמז כל דהוא, אז ער וויל מאכן פליטה פון דעם שרעקליכן פלאץ, שטייען גרייט די וועכטער אים צו צוריק אריינשליידערן אינעם ברענענדיגן גיהנום דערלאנגענדיג עטליכע שווערע שמוץ מיט די פייערדיגע ריט.

אוי וויי, אזעלכע יסורים, אויף קיין שום אידיש קינד נישט געוואונטשן. די אלע וואס גייען דאס דורך, השם ישמרנו, נעמען זיך פאּר מיט א שטארקייט און שרייען "איך גיי שוין מקיים זיין די מצוות און אויספאלגן די תורה הקדושה, איך גיי מער נישט זינדיגן". זיי קענען ניטאמאל טראכטן וואס די נעקסטע מינוט גייט זיי ברענגן, זיי ווילן נאר איין זאך, "לאז מיך ארויס פון דא". אבער, ווי פארשטענדליך, איז דאס שוין צו שפעט, די עבירות זענען שוין אפגעטוהן געווארן, און יעצט ווערן זיי באשטראפט דערפאר.

ווי אנדערש איז אבער אינעם אנדערן זייט גאס, אינעם גן עדן, ממש א טעם גן עדן... אידן מיט לאנגע בארד און פיאות, וואס ביים לעבן האבן זיי געטוען נאר מצוות און מעשים טובים, זיצן דארט איבערגעבויגן אויף די גמרא און ווייסן נישט פון קיין שום דאגה בעולם. זיי האבן נישט דא קיין משפחה צו שפייזן, נישט קיין קינדער צו מחנך זיין, און ניטאמאל קיין קאווע האבן זיי צוגעשטעלט, זיי דארפן נישט גארנישט אויף דער וועלט, נאר אריינכאפן נאך א בלאט גמרא, נאך א סימן אין שולחן ערוך, צו גאר נאך אן עמוד אין זוהר הקדוש.

אפילו דער ערליכער בעל עגלה, וואס איז נעבעך געווען בחייו א גרויסער עם הארץ, אבער האט געדינט דעם גרויסן באשעפער מיט זיין גאנצע תמימות, און דער בית דין של מעלה האט גע'פסק'נט "גן עדן", ער זיצט אין גן עדן מיט זיין גרויסער עמער צו שעפן וואסער פון ברונעם, און דערנעבן שטייען צוויי גרויסע ווייסע פערד צוגעשפאנט צו א שיינעם באצירטן וואגן, און ער שטעלט ארויף די וואסער אויפ'ן וואגן, און פאאאארט. וואוהין? צו פארקויפן וואסער פאר די איינוואוינער. יא, יעדער האט דארטן "גן עדן" אויף זיין מדרגה.

און אזוי האט דער קעלעמער מגיד, וועלכער איז געווען א געוואלדיגע מצייר, האט ער אריינגעשלעפט דעם גאנצן צבור צוהערער לעבעדיגערהייט אינעם עולם העליון אריין, ס'האט זיך שוין גארנישט געגלוסט פאר זיי אנצוקומען צו דעם ביטערן גיהנום און אדרבה, טייכן טרערן האבן זיך געגאסן פון זייער אויגן ווען זיי האבן פון טיפן הארצן תשובה געטוהן אויף אלע חטאים, און זיך מקבל געווען מיט א פעסטקייט צו טוהן נאר מצוות ומעשים טובים, און האפענטליך וועט מען אזוי אנקומען צום ליכטיגן גן עדן.

נאכ'ן דרשה, זענען זיך אלע משתתפים צוגאנגען איש אל דגלו, און מיט די פולסטע מאס ערנסקייט זיך מקבל געווען צו טוהן מיט התלהבות מצוות ומעשים טובים, אן קיין שום פשרות. אלעס וועט געטוהן ווערן מיט הונדערט פראצענט שלימות. איז דען דאס א וואונדער? זיי זענען דאך ערשט ארויסגעקומען לעבעדיגערהייט פונעם גיהנום און געכאפט אן הערליך שפאציר אין גן עדן....

אבער, אויסער איינער, א יונגערמאנטשיק, יא יא, טאקע פון די שטאטישע מסכילים (מיט א סמ"ך), א נער'עלע, איז זיך געגאנגען טענה'ן מיט דעם גרויסן קעלעמער מגיד. די פארבליבענע אידן אין שוהל האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן, ווי צו זאגן: אויך מיר דער קליינער חכם! ער האט שוין געטראפן אויף וואס צו זיך טענה'ן? אבער קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו צוגיין נאנט צום מגיד, מ'האט דאך ניטאמאל געוואוסט פון וואס זיי רעדן, און מ'האט אים געלאזט זיך אויס'טענה'ען.

אבער נישט פאר לאנג זענען די אידן געבליבן נייגעריג, ווארום דער קעלעמער מגיד אליין, האט איבערדערציילט ביי זיינס א דרשה, דעם שמועס וואס ער האט געהאט מיט דעם יונגערמאן. דערציילט דער מגיד אזוי:

דער יונגערמאן איז צו מיר צוגעקומען און ער האט געזאגט: רבי! איך האב געהערט וואס איר האט געזאגט, געוואלדיגע רייד ס'איז פלאי פלאים, אבער איין זאך וואלט איך געוואלט פרעגן, וואס ווילט איר פון מיר? איך זאל דען ווערן פרומער אדער ערליכער? איר האט פארגעשטעלט די גן עדן און די גיהנום אז ס'איז נישט שייך צו לייקענען דערינען. און ער נעמט זיך דרייען מיט די פינגער מיט גרויסע לומדות, "איז ווען איר וואלט ווען אראפגעלייגט די גן עדן מיט די גיהנום אויפ'ן טיש, און די קאטשקעס און די הינער וואלטן געווען ערגעץ כ'ווייס וואו, וואלט איך אוודאי גוט געהערט וואס איר זאגט, און איך וואלט אפגעשטעלט דעם יצר הרע, סטאפ! דריי נישט קיין קאפ!"

אבער וואס זאל איך אייך זאגן, די יצר הרע איז דאך געוואלדיג גרויס און שטארק, און ער שטעלט אן די מעשה פארקערט, די קאטשקעס און די הינער ליגן אויפ'ן טיש, אה, געבראטענע אזש ס'רינט פון זיי די שמאלץ, הייס אז ס'גייט א ריח ניחוח, און ס'גליטשט זיך אזוי אין מויל אריין. ווידער די גן עדן און גיהנום זענען אויבן אין הימל, און איך זעה נישט די שרעקליכע בילד וואס איר האט אראפגעלייגט פאר אונז, ממילא אוודאי כאפ איך זיך צו צו דאס וואס ליגט אויפ'ן טיש. אין איין ווארט, וויאזוי קען איך זיך פארשטעלן גן עדן און גיהנום, ווען איך האב א תאוה צו אן הנאה גשמיות?

זאגט דער קעלעמער מגיד, האב איך אים גענטפערט אזוי: ווען א מענטש איז זיך מתבונן און טוט זיך פארשטעלן ווי ער זעהט ווי א מענטש שטארבט יעצט, און לאזט איבער אלע קאטשקעס און הינער מיט אלע תענוגי עולם הזה, און אלע תאוות לאזט ער איבער אויף דעם וועלט, און מ'לייגט אים אויף די ערד, מ'צינדט אן ליכט און מ'זאגט יושב בסתר, און נאך א ביסעלע און מ'ווארפט מען אים אריין אין די ערד אין א פוסטן קבר, האט ער דאך פארדעם אליין אוודאי געדארפט ווערן א מענטש, און פארשטיין אז די אלע תאוות און רצוניות איז גארנישט מיט נישט. נאר וואס דען, א מענטש איז זיך נישט מתבונן, ער טראכט נישט אריין וואס וועט זיין שפעטער, פארדעם ווערט ער פארלוירן פאר די קאטשקעס און הינער און לאזט אפ די מצוות ומעשים טובים. און ווי עס שטייט איזהו חכם הרואה את הנולד, ווער איז א חכם? דער וואס איז זיך יעצט מצייר וואס וועט זיין שפעטער, און זעהט אז ער וועט גארנישט האבן פון זיין פארמעגן און תאוות עולם הזה.

און אויף דעם דארף מען זיין נישט קיין גרויסע חכם, אז מ'איז נאר א שטיקל חכם זעט מען דעם נולד – וואס גייט ארויסקומען. מ'זעהט וואס געשעט מיט א מענטש נאכ'ן שטארבן, זעהט מען דעם גן עדן און גיהנם אויפ'ן טיש. אבער אז דו ביזט נישט קיין חכם און ביזט זיך נישט מתבונן, זעסטו די הינער מיט די קאטשקעס אויפ'ן טיש, און די גן עדן מיט די גיהנום זעסטו נישט. זאלסטו ווערן א חכם א שטיקל וועסטו זעהן. דאס איז אין קורצן וואס דער קעלעמער מגיד האט אים גענטפערט.

*

לאמיר אריינטראכטן אביסעלע, זענען מיר נישט ווי דער יונגערמאנטשיק. יא, מיר פארשטייען, מיר הערן דרשות, מיר ווייסן אזוי גוט די שרעקליכע תוצאות פונעם קאמפיוטער וואס פירט אריין גראד אינעם שרעקליכן גיהנום, קיינער וועט דאס נישט לייקענען. אמת, ס'איז טאקע א דבר ידוע ביי די היימישע קרייזן, ווי ערליכע קינדער זענען ליידער צוגרונד געגאנגען, און גאנצע שטובער זענען ליידער צופאלן, אלעס צוליב האלטן די שעדליכע כלים ביי זיך אין שטוב. יא, כ'ווייס אויך אז דער קאמפיוטער איז א כרכא דכולא ביה, א כלי וואס אנטהאלט אין זיך אלע סארט טעכנאלאגישע כלים.

אבער סוף כל סוף, וואס טוט זיך מיט פרנסה, אידן ברויכן האבן דעם קאמפיוטער אויף פוטער ברויט, וויאזוי קען מען פארלאנגען צו ארויסווארפן די קאמפיוטער פון שטוב? קען איך זיך דען ערלויבן צו צאלן די הונדערט דאלער פאר אן אפיס?

זאגט נאר ר' איד, נישט צו אייך האט דער קעלעמער מגיד גערעדט? איזהו חכם הרואה את הנולד איז נישט פאר אייך געזאגט געווארן? טראכט נאר אביסעלע אריין אין אלעס וואס איר אליין ווייסט, די ביטערע חורבנות וואס דער קאמפיוטער האט שוין געברענגט, און די קרבנות וואס זענען שוין געפאלן דערפון, און ווער זאגט אז איר זענט אזוי פארזיכערט. הא? זענען מיר טאקע אזוי ווי דער מסכיל, דער נער'לע, וואס האט זיך טאקע נאר צוגעכאפט צו דעם געבראטן שטיקל קאטשקע פלייש, און נישט פארשטאנען צו קוקן אויפ'ן גיהנום?

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, איר ווייסט דאך אז די חורבן פונעם קאמפיוטער ברענגט נישט נאר צום גיהנום העליון, ווען ס'טוט ליידער אראפפירן פון אידישן חינוך, און איז מכשיל יונג און אלט מיט ראיות אסורות און נאך וואס מ'קען נישט אויסרעכענען. אבער די כלים שלעפן אויך אריין דעם מענטש אריין צום גיהנום התחתון. עס נעמט צו דאס רואיגקייט, עס שטערט די מנוחה, ס'קלאפט אראפ די מאראל פונעם איד, און נידערט אים אראפ צום ערגסטן שטאפל ל"ע. האט איר נאך א פראבלעם צו צאלן די פאר דאלער?

און א ווארט צום חשוב'ן בן תורה, טראכט איר דען נישט אז פון דעם זעלבן קאמפיוטער קען מען צוקומען צו כל דבר אסור? איר כאפט נישט אז אויף דעם זעלבן טישל אין דיינונג רום קען אייער קינד זיך באהעפטן מיט די לעפטאפ צו די גאנצע שמוציגער וועלט?

ווילט איר מיר זאגן אז זיי זענען פשוט נישט באהאווענט? זיי ווייסן נישט אז מ'קען און מ'קען און מ'קען? נאך ווי זיי ווייסן, ס'איז היינט נישטא קיין מענטש אין די פארגעשריטענע וועלט וואס ווייסט נישט אז מ'קען. נאר קיינער טראכט נישט אז מ'גייט. בעסער געזאגט, קיינער 'וויל' נישט טראכטן אז מיין קינד וועט ל"ע נכשל ווערן אין דעם 'כשר'ן' קאמפיוטער.

אבער, מ'דארף זיין א חכם הרואה את הנולד, און טראכטן אז אפילו דער חורבן איז טאקע אין הימל און נישט אויפ'ן טיש, דארף מען זיך פארשטעלן כאילו דער גיהנום איז אויפ'ן טיש ממש. דער שרעקליכע חורבנות וואס איז שוין געשעהן, און וואס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט צו זיין שעדליכער ווי שעדליך, דארף מען באטראכטן ווי דער ברענענדיגע גיהנום און ווי אן אנגעלאדענטע רעוואלווער וואס קען יעדע סעקונדער אויפרייסן, און מאכן א דעמעדזש אויף דורי דורות.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 7:10 pm
דורך זייער נייגעריג
ע"כ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 10:20 pm
דורך מאשקע
געוואלדיג געשריבן און גאר גוט ארויסגעברענגט. דו ביזט דער מחבר דערפון?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 10:40 pm
דורך שוועמל
הערליך שיין.

איך גלייב אז דו טייפסט עס אויף א טייפרייטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 11:02 pm
דורך לובלין
זייער שיין, ר' נייגעריג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 18, 2011 11:59 am
דורך סתם_אזוי
שוועמל האט געשריבן:הערליך שיין.

איך גלייב אז דו טייפסט עס אויף א טייפרייטער.

;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 18, 2011 7:59 pm
דורך געלעגער
נייגעריג. שוין ס'דריטע ארטיקל וואס דו ברענגסט אונז. באמת וואלט יעדע עקסטרע ארטיקל פארלאנגט פון מיר א לענגערע יישר כח. דאס זענען עפעס הערליכע רייד, זיסע משלים מיט ציפעדיגע נמשלים. נאר וואס, דו זעהסט דאך וואו ווייניג צייט איך האב לעצטענס. אלזא נעם מיינע ווערטער און צושפרייט עס אויף אלע דריי ארטיקלען דיינע. אויב מעגליך ברענג נאך! מיר ליינען עס מיט הנאה. אפגערעדט אז די וועג וויאזוי עס איז געשריבן איז ווערט א באגריסונג. יישר כח נאכאמאל פארן זיין די ריכטיגע שליח, און שיק א דאנק פארן שרייבער אין מיין נאמען. גיב אים איבער אז מיר ליינערס גלייכן עס אויסטערליש.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 11:09 pm
דורך איך_הער
א הארציגן יישר כח, האמער הנאה געהאט.