בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 11:52 am
דורך פונקטליך
א הארציגן יישר כוח מורינו גראדער!!
מ'דערקענט א שווערע ארבעט דערין
ספעציעל די סיכומים איז מייסטערהאפטיג!
ישלם ה' פעלך, ותהי חלקך בין מזכי הרבים
________
יישר כוחכם אלע וואס האבן צוגעשטעלט די הערליכע פ.ד.ף. יעדער אויף זיין פארמאט.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 11:53 am
דורך leiby
1x1 האט געשריבן:ביטע נעם אן מיין ארימע יישר כח!
גוט שבת!
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:11 pm
דורך רעאליסטיש
גראדער, א הארציגן ישר כח מעומק הלב פנימה!
זייט דו גיסט ארויס דיין חיבור נפלא האט מיין שבת-טיש באקומען א קאמפלעט-אנדערע צורה. ס'איז געווארן פון... צו עפעס א גייסטרייכע געשעעניש אויף וואס מיינע קידערלעך שיחיו און דאס גאנצע שטוב קוקט ארויס א גאנצע וואך בכליון עינים, און ווען איך קום אהיים פרייטאג נאכמיטאג ווער איך גלייך באפאלן מיט די פראגע "אויב די וואך איז אויך דא די מדרש"?
ישר כח נאכאמאל, און שכרך הרבה מאוד!
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:17 pm
דורך אורחאפורחא
גם אני הקטן מצטרף עם היישר כוח הנ"ל
יישר כוח ביזט מחיי' אידישע נפשות
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:27 pm
דורך adobe yid
1x1 האט געשריבן:ביטע נעם אן מיין ארימע יישר כח!
גוט שבת!
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 12:48 pm
דורך יגרסהדותא
אזוינס? דער טיילט געשמאקע קלעפ, לוינט צו שטיין לעבן אים..
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 1:08 pm
דורך מה פתאום
jkup50 האט געשריבן:שכוח איז צי וויינוג געזאגט נאכדערצי אזא וואך ווען די עופהלך זענען נישט גאגאנגן אין חדר

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 1:44 pm
דורך געלעגער
גראדער. דו האסט קיין איינונג ווי ווייט דיינע ווערטער קומען אן. דאס פארט ארום אויף אימעיל איבעראל. יעדער לייגט א צווייטע קעפל אויפ'ן אימעל. ס'איז אזוי זיס צו זעהן ווי יעדער באוואונדערט דאס עפעס אויסטערליש.
האב איך געקלערט היינט אז אפשר זאלסטו צולייגן ביים ענדע פון די סדרה א קליין קעסטל און דארט זאל שטיין: פאר קאמענטארן און הערות. IVELT.COM עפעס אזוי.
קודם זאל דער עולם וויסן פון ווי ס'קומט און ווי מ'קען זיך באדאנקען פאר דיר און אויך וועט דאס שטארק ארויף ברענגן די אנזעהן פון קרעטשמע און מיר וועלן צובאקומען צענדליגע נייע ניקס און זיי וועלן אונז מהנה זיין.
וואס זאגט דער עולם צו די פלאן?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 2:10 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח ראש וראשון צו אינזער אלעמען באקאנטער גראדער. און פאר חברים וואס האבן גענימען די מי ארויסצופרינטן לכבוד שבת
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 2:34 pm
דורך לאקשען ברעט
שכוח הרב גראדער,
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 7:32 pm
דורך אויפריכטיג
א גרויסן יישר כח הרב גראדער, האסט מהנה געווען ס'גאנצע פאמיליע.
(א באזונדערע יישר כח פאר ידיד נפשי, הרוצה בעילום ניקו, פאר'ן ארויספרינטן די בלעטער און מיר עס צוברענגען אהיים ערב שב"ק סמוך לעת כניסת היום.)
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 8:04 pm
דורך שוועמל
דארפסמאן האט געשריבן:ישר כח ראש וראשון צו אינזער אלעמען באקאנטער גראדער. און פאר חברים וואס האבן גענימען די מי ארויסצופרינטן לכבוד שבת
רבותי, לאמיר נישט זיין קיינע כפויי טובה, לאמיר אלע דרוקן דעם "שלח תודה" קנעפל פאר אלע וואס האבן עס ארויסגעפרינט.
יישר כוח אייך אלע
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 9:51 pm
דורך מוישע_יאכעס
איי גראדער גראדער אין מילים! אזוי מעכטיג אראפצולייגען, עפעס אויסטערליש,
אבער אזוי וויטגרייכענד האבעך נישט געגלייבט, איך בין ב"ה געהאלפען געווארען מיט א מיידעלע, כ'האב פארבראכט און ביקור חולים רום. און א פארשטיפטע שפיטאל, און וואס מיינט איר זעה איך פאר מיינע אויגען צווישען אלע זאכען דארט אויפען טיש, אומזער היימישער פעקל "קלעפ", ס'האצעך געשפירט עפעס אזוי היימיש אויפן הארצען.....
שקויעך גראדער, און שקויעך פאר דער וואס האטעס דארט אראפגעלייגט!!!!!
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 9:58 pm
דורך מי יודע
מזל טוב משה יאכעס!
יה"ר שתזכה לגדלה ולחנכה לבעל תורה וחופה ומעש"ט ורב נחת דקדושה
ווי איז די קידוש?....
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 10:08 pm
דורך מוישע_יאכעס
ברוכים תהי' אי"ה ביי דיר. און ביי אלע אידען אויף שמחות, די קידוש וועט לכאורה פארקומען און לאקאלען סמעדרעש
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 11:21 pm
דורך דזשעב 012
אה, מזל טוב מוישע_יאכעס, זאלסט האבן שמחות ונחת אגאנץ לעבן געזונטערהייט און גרינגערהייט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:03 am
דורך אויפריכטיג
זייער א גוטער געדאנק צו ליפערן גראדער'ס ארטיקלן צו די אידן אין די שפיטעלער; איך האף אז גראדער איז מסכים.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:27 am
דורך קרעמער
א גוטע וואך ר' גראדער, און ווידעראמאל בין איך דא מיט מיין ארימע דאנק, בשמי ובשם משפחתי, פאר די שעה און מער פון קורת רוח וואס דו האסט אונז אלע פארשאפט מיט דיינע הערליכע תורה בלעטער וואס האבן שוין היינט באקומען א חיות פאר זיך און פליען ארום בכל קצוי תבל להחיות בהם נפש כל חי.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 2:08 am
דורך ווינקל
איי האבן די קינדער דערהערט די זיסע נקמה אין די שלעכטע מצריים!!!
מען ריקט אריין מדה כנגד מדה פיינע קלעפ.....!
נאכאמאל א ברכת יישר כחכם בשמי ובשם בב
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 2:18 am
דורך שאץ מאץ
שכוח שכוח!!!
עה זאג נאר האסט עפעס א בעסערע ווארט וואס זאל מיינע עפעס מער ווי שכוח?, אבער איך מוז דיר זאגן מיינע קינדער און איך האבן אמת'דיג שטארק הנאה געהאט דעם שבת,
למען האמת בין איך פאריגע וואך געוועהן אויף א שבת התועדות, האב איך דעי וואך געניצט ביידע האלבע סדרות, פרייטאג צונאכטס האב איך דערציילט שמות, און שבת בייטאג וארא,
לתועלת הענין אויב איינער דערציילט עס פאר די קינדער זאל מען עס קודם דורך קוקן און נאכדעם איבער דערציילן, ווייל נישט אייביג איז יעדעס ווארט געאייגנט פאר יעדע מין עידש קינדער, אבער אווער אל איז עס שוה לכל נפש,
גראדער! אני כשלעצמי האב נישט קיין פראבלעם ווען דו שרייבסט אז משה און אהרן האבן געכאפט פרעה ווען ער האט זיך געיאגט צום נוליס בבחי' ויתאפק המן... און אינמיטן רעדן מיט משה ואהרן האט ער זיך באמאכט אין די הויזן...., אויף דעם וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ גלייב איך אז מענטשן האבן א פראבלעם מיט דעם, מ'דארף טרעפן א בעסערע אופן ווי דער חלק זאל ארויס געברענגט ווערן, איך ווייס נישט וויאזוי, פרעג קלוגערע אידן פון מיר,
קיצור איך ווארט מיט שפאנונג אויף פ' בא, אבער מיט א השלמה פון וארא, ערוב דבר שחין ברד,
מיין פראגע איז וואס גייסטו טון פ' משפטים?.... איך מיין אז דארט איז הערשט דא א פרק "ס'גייט שלעק"......... משפטים מיט שלעק איז עפעס א קאזן דאכט זיך.....,
אפשר זאלסט דיך נעמען צו מגילת אסתר אויף דעם אופן, האסט היי יאר 6 וואכן חודש אדר, אדר א' און אדר ב', יעדע וואך נאך אביסל אזוי וועסטו אנקומען צו קאווערן די גאנצע מגילה,
גרויסער ישר כח
ר' גראדער זאלסט וואקסן הויעך
און שרייבן פרישע ארטיקלען
דער פעדער זאל זיך קייקלען
עס זאל מער ארטיקלען גיסן
רב נחת זאלסטו געניסן
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 3:35 am
דורך גראדער
מוישע_יאכעס האט געשריבן: איך בין ב"ה געהאלפען געווארען מיט א מיידעלע,
א הארציגן מזל טוב, זאלסטו זעהן אסאך אידיש נחת עמו"ש, וואלסטו געהאט א זעקסלינג וואלט עס כאטש געווען עניני דיומא...
שאץ מאץ האט געשריבן:
גראדער! אני כשלעצמי האב נישט קיין פראבלעם ווען דו שרייבסט אז משה און אהרן האבן געכאפט פרעה ווען ער האט זיך געיאגט צום נוליס בבחי' ויתאפק המן... און אינמיטן רעדן מיט משה ואהרן האט ער זיך באמאכט אין די הויזן...., אויף דעם וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ גלייב איך אז מענטשן האבן א פראבלעם מיט דעם, מ'דארף טרעפן א בעסערע אופן ווי דער חלק זאל ארויס געברענגט ווערן, איך ווייס נישט וויאזוי, פרעג קלוגערע אידן פון מיר,
יישר כח פאר די הערה.
איך פרוביר היבש צו גיין צווישן די שורות, כאפ א בליק אין אגרא דכלה וועסטו זעהן ווי שיין ער לייגט עס אראפ... דער אוצר המועדים האט עס אויך סאך ברייטער אויסגעשמועסט, איך האב זיך היבש ''איינגעהאלטן'' ביים עס שרייבן, קען טאקע זיין אז מ'דארף מער מצמצם זיין, וועלן מיר מאכן א שאלת חכם.
אויפריכטיג האט געשריבן:זייער א גוטער געדאנק צו ליפערן גראדער'ס ארטיקלן צו די אידן אין די שפיטעלער; איך האף אז גראדער איז מסכים.
פארוואזשע נישט?
געלעגער האט געשריבן:גראדער. דו האסט קיין איינונג ווי ווייט דיינע ווערטער קומען אן. דאס פארט ארום אויף אימעיל איבעראל. יעדער לייגט א צווייטע קעפל אויפ'ן אימעל. ס'איז אזוי זיס צו זעהן ווי יעדער באוואונדערט דאס עפעס אויסטערליש.
האב איך געקלערט היינט אז אפשר זאלסטו צולייגן ביים ענדע פון די סדרה א קליין קעסטל און דארט זאל שטיין: פאר קאמענטארן און הערות. IVELT.COM עפעס אזוי.
קודם זאל דער עולם וויסן פון ווי ס'קומט און ווי מ'קען זיך באדאנקען פאר דיר און אויך וועט דאס שטארק ארויף ברענגן די אנזעהן פון קרעטשמע און מיר וועלן צובאקומען צענדליגע נייע ניקס און זיי וועלן אונז מהנה זיין.
וואס זאגט דער עולם צו די פלאן?
דאס האט נישט צו מיר, דאס דארף מען בעטן פון די וואס שיקן עס ארום לדרוש בשלום אכסניא של תורה.
איבער אלעם, א הארציגן יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך גענומען די מי צו מאכן מערערע פידיעף'ס אין אלע סייזעס און קאלירן... און פאר די וואס האבן ארויסגעוויזן זייערע כשרונות אין גראמען, און פאר די וואס האבן יא אדער נישט געטראפן די ריכטיגע ווערטער זיך צו באדאנקען... זה חלקי מכל עמלי צו זעהן אז די תינוקות של בית רבן דערקוויקען זיך דערמיט, גלייבט מיר אז ווען איך האב אנגעהויבן די ארבעט פאריגע וואך און איך האב זיך דערזעהן וואספארא בארג איך האב דורכצושפרייזן האט מיר געכאפט א שטיקל עצלות, אבער דער שטויסקראפט איז געקומען נאר פון די תגובות פון די חשובע תושבי הקרעטשמע.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 6:38 am
דורך מוישע_יאכעס
גראדער האט געשריבן:מוישע_יאכעס האט געשריבן: איך בין ב"ה געהאלפען געווארען מיט א מיידעלע,
א הארציגן מזל טוב, זאלסטו זעהן אסאך אידיש נחת עמו"ש, וואלסטו געהאט א זעקסלינג וואלט עס כאטש געווען עניני דיומא...
אמן אי"ה ביי אלע אידען אויף שמחות,
הרב גראדער, פאר אלע וואס האבן מיר געוואונטשען זעקסלינג'ס האבעף געענטפערט 'המברך מתברך בכפליים' אזי אויך פארן חכם וואס האט געוואונטשען "אלף פעמים ככה"....
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:32 pm
דורך פריילאך
לאנג נישט געהאט אזא רואיגע שבת סעודה, ווי מען איז געזיצען און געשלינגען יעדעס ווארט.
הרב גראדער, האט אלעס טאקע א מקור? פארוואס אמאל שטייט פון ווי און טיילמאל שטייט גארנישט.
גם אני אודה לשץ, איך האב געדארפט איבערהיפן אפאר שטיקלעך.
נאכמאל א דאנק. און די קינדער זענען געווען שרעקליך דיסעפוינטעט אז מען האט געסטאפט ביי ערוב.
בד"וו וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן פון ווי עס קומט?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:34 pm
דורך קרעמער
שאץ מאץ האט געשריבן:גראדער! אני כשלעצמי האב נישט קיין פראבלעם ווען דו שרייבסט אז משה און אהרן האבן געכאפט פרעה ווען ער האט זיך געיאגט צום נוליס בבחי' ויתאפק המן... און אינמיטן רעדן מיט משה ואהרן האט ער זיך באמאכט אין די הויזן...., אויף דעם וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ גלייב איך אז מענטשן האבן א פראבלעם מיט דעם, מ'דארף טרעפן א בעסערע אופן ווי דער חלק זאל ארויס געברענגט ווערן, איך ווייס נישט וויאזוי, פרעג קלוגערע אידן פון מיר,
מיין אינגעל'ס מלמד האט דערציילט אז פרעה איז אויפגעהאלטן געווארן דורך משה רבינו און "עס איז געשען וואס עס איז געשען"...
אין די בילדערהעפט פון הרב קנאפלער איז דא א מורא'דיגע בילד דורך ר' דוד דערשאוויץ, ווי פרעה האלט די האנט אויף די געדערים ווי איינער וואס האט שווערע מאגן קרעמפן, בעת אין די האנט האלט ער א ראול טוילעט-פאפיר... (בעסער וואלט דאס נישט געקענט ארויסגעברענגט ווערן)
----
פריילאך;
איך זאג פאר מיינע קינדער אז א חבר מיינער שרייבט דאס אפ און שיקט מיר עס אריין
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:36 pm
דורך ווינקל
איך ליין דאס אין אפיס/בב און איך פארצייל דאס אויסווענדיג, די אויג קאנטאקט איז גאר וויכטיג פאר קינדער בפרט.