מכת כינים
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 7:07 am
והכבד את לבו
אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו נאך פריער, האט פרעה זיך געשטארקט אזוי ווי די מכה האט זיך געענדיגט, און ער האט נישט פארשיקט די אידן פון מצרים, אפילו ער האט געוואוסט אז ס'זענען נאך געבליבן פרעש אין טייך, און דער אויבערשטער קען זיי צוריקשיקן יעדע מינוט, דאך האט ער זיך געשטארקט און ער האט זיך נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן.
פרעה האט צוזאמגרופן זיינע שרים פון אלע געגענטער פון מצרים אויף א דרינגענדע אסיפה, "מ'מוז זיך צוזאמנעמען מיט אלע כוחות צוריקצושטעלן מצרים אויף די פיס!" האט ער געדונערט, ''ס'טאר נישט זיין קיין מצב וואס די עבריים זאלן האבן אן אויבערהאט אויף אונז! אדרבה, זאגט מיר אליינס, נאכדעם וואס איר האט אויף אייער אייגענע הויט איבערגעלעבט וואס די עבריים האבן מיט אונז געטון ביי די צוויי מכות, האלט איר אז מ'דארף זיי נאך ארויסלאזן? זיכער נישט! די ארבעט זאל ווייטער אנגיין! פיתום און רעמסס זאלן ווייטער געבויעט ווערן, יעדער מצרי אין זיין פריוואטן לעבן זאל ווייטער זיך באנוצן מיט די עבריים אלס קנעכט!"
צווישן די מיניסטארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז מ'דארף יא אביסל נאכלאזן, אבער ווען זיי האבן געזעהן ווי אנטשלאסן פרעה איז האבן זיי מורא געהאט ארויסצוזאגן זייער מיינונג.
"איך קען אייך זאגן קלאר" האט פרעה ממשיך געווען, "איך האב נעכטן נאכט געהאט א זיצונג מיט אונזער שטאב פון די גרעסטע חרטומים אויף די וועלט! אנגעפירט דורך דעם וועלט בארימטן קוסם בלעם בן בעור, און אונטער אים יינוס און ימברוס, יוחנא און ממרא, יעדער מיט זיין באזונדערע אפטיילונג, מיר האבן דן געווען די גאנצע נושא, מיר האבן גוט דורכגעארבעט וואס בן עמרם האט דא געטון, און די חרטומים זענען אלע געקומען צו די קלארע הסכמה אז ס'איז סתם כישוף! אלעס וואס בן עמרם טוט קענען זיי אויך, מיר טארן דעריבער נישט ווערן פארלוירן, מיר וועלן זיי בייקומען!''
''אדוני המלך'' האט זיך דער גובערנאטאר פון פיתום ערלויבט צו עפענען דעם מויל, ''דער מצב איז נישט אזוי פשוט, ס'איז נישט אזוי גרינג צו בארוהיגן דעם פאלק, די מצריים זענען צובראכן און צוקלאפט, דער מאראל איז זייער נידריג, ס'איז דא אזעלכע וואס האבן פארלוירן באקאנטע ווען זיי האבן געטרינקען פונעם בלוט, א חלק האט פארלוירן משפחה מיטגלידער און קינדער פון די פרעש און שרעקליכע קראקאדילן וואס האבן זיך דא געדרייט, און אפילו יעצט, ס'שוין א היבשע פאר טאג זינט די מכה פון פרעש האט זיך געענדיגט האב איך א גאנצע דארף וואס זענען קראנק געווארן, די טויטע פרעש פארפעסטיגן אזוי די לופט אז מענטשן ווערן קראנק און שטארבן דערפון ווי פלוגן, אדוני המלך, עפעס מוז געטון ווערן.''
דער מעיאר פון רעמסס האט צוגעגעבן: אין מיין געגנט איז נאך ערגער, די גאנצע אקענאמיע איז געגאנגען שלאפן, ביי מיר פלעגן זיך גאר אסאך איינוואוינער שפייזן דורכן האנדל מיט פיש, דערווייל איז נאכנישט דא קיין פיש צוריק אינעם טייך, אין דער גאנצער עולם זיצט אינדערהיים און ווארט אויף ארבעט, איך דארף נישט זאגן פארן קלוגן קייזער אז ס'איז נישט גוט פאר די מלוכה ווען מענטשן האבן צופיל צייט צו טראכטן.''
איינמאל דער גובערנאטאר האט עס ארויסגעזאגט האבן שוין נאך אפאר מיטגעשטימט און פרעה האט געזעהן אז עפעס מוז ער טאקע טון צו ווייזן פארן פאלק אז ער איז נאך אלץ אין פולן קאנטראל פון לאנד.
''איך וועל אייך זאגן מיין פלאן'' האט פרעה געענטפערט, די קומענדיגע וואך דאנערשטאג זאל זיך דער פאלק צוזאמקומען דא אין צוען פאר א גרויסן פייערונג, און איך אליינס, דער קעניג בכבודו ובעצמו וועל האלטן א דרשה ווי איך וועל שטארקן דעם פאלק!''
מיט געהויבענע געמיטער האבן אלע מיניסטארן זיך צושפרייט, זיי זענען געווען זיכער אז דאס שווערסטע איז שוין פארריבער, מ'דארף נאר זעהן וואס מ'קען טון צו פארריכטן די שאדנס, און צוביסלעך צוריק איינשטעלן דעם געווענליכן לעבנסשטייגער.
אינעם באשטימטן צייט איז דער ריזיגער פארק אין צענטער פון צוען געווען איבער געפילט מיט צענדליגער טויזענטער מצריים, קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן די געלעגנהייט צו הערן א דרשה פונעם אפגאט פרעה אליינס, אזא היסטארישע זאך מאכט זיך נישט יעדן טאג, זענען מענטשן געקומען צו פארן פון אלע עקן לאנד, און געווארט מיט שפאנונג פרעה זאל זיך באווייזן.
לעבעדיגע מוזיק האט אנגעהויבן צו שפילן, און מיטן גאנצן קעניגליכן פראכט האט פרעה ארויפשפאצירט אויפן ספעציעלן פלאטפארמע וואס איז געווארן אויפגעשטעלט לכבוד דעם פייערונג, ארומגענומען מיט אלע גרעסטע מיניסטארן, חרטומים, מכשפים, און סתם חשובע מענטשן האט זיך פרעה אוועקגעזעצט אויפן הערליכן שטוהל און געבעטן זיין געטרייען הויפט מכשף בלעם צו אנהייבן דעם פייערונג.
בלעם איז צוגעגאנגען צום שטענדער מיט א שטאלץ, און מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ האט ער באגריסט אלע פארזאמלטע:
"חשובע פארזאמעלטע, מיר זענען זיך צוזאמגעקומען דא היינט צו פייערן זיג אינעם עברישן גאט! אונזער גרויסער אפגאט פרעה האט אים באזיגט! דורכן שטארקייט פונעם הויעכגעשעצטן פרעה זענען מיר ארויס די זיגער! מיר האבן געוואונען דעם קאמף!"
קולות האט זיך געהערט פון אלע זייטן "לאנג לעבן זאל פרעה! לאנג לעבן זאל מצרים!"
פרעה האט געגעבן א ווינק מיט די האנט אין יעדער איז צוריק שטיל געווארן.
"מיר האב טאקע געכאפט צוויי שטארקע קלעפ'' האט בלעם ממשיך געווען, ''אבער מיר האבן עס איבערגעלעבט, דער יאור אפגאט גיבט אונז שוין ווידער פיינע ריינע זיסע וואסער, אלע גאסן זענען שוין מיט די הילף פון די עברישע שקלאפן אפגערייניגט פון די פארדארבענע פרעש, רוב מצריים האבן שוין אדער אויסגעוואשן זייערע קליידער פונעם בלוט אדער האבן זיי שוין נייע קליידער, אין די גאסן זעהט זיך שוין צוריק אן דער אמאליגער מצרישער שטאלץ, און איבער אלעם, די עבריים זענען געבליבן אונזערע שקלאפן, און שוין דריי וואכן אריבער וואס מ'הערט נישט פון בן עמרם!
דעריבער וויל איך נעמען דעם יעצטיגן געלעגנהייט צו גראטולירן דעם הויעכגעשעצטן פרעה פאר זיין אומגלויבליכן שטארקייט, און פאר זיין גרויסארטיגן זיג!''
פרעה האט זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און די קולות האבן אפעגעדינערט מיילן ווייט, "לאנג לעבן זאל פרעה!!!''
פרעה האט געלאזט דעם פאלק זיך אויסשרייען, דערנאך האט ער געענדיגט דעם פארזאמלונג מיט קורצע ווערטער:
"מיין טייער פאלק, גייט אלע צוריק צו די ארבעט, מיר זענען גענוג שטארק זיך צו קענען צוריקשטעלן אויף די אייגענע פיס, זאל די גאנצע וועלט זעהן אז מיר זענען די קלוגסטע, די שטארקסטע, און די געלונגענסטע פאלק אונטערן הימל!''
מיט געהויבענע געמיטער האט דער פאלק זיך אנגעהויבן צו צושפרייטן, פרעה איז צוריק געגאנגען צום פאלאץ, "לאמיר כאפן א שפאציר אין גארטן פארן אריינגיין" האט פרעה געזאגט, ער האט נישט געוואוסט ווער ס'ווארט אים אפ דארט...
ותהי הכינם באדם ובבהמה
משה און אהרן האבן שוין געווארט אויף אים, ס'איז טאקע אריבער דריי וואכן פון ווען די מכת צפרדע האט זיך געענדיגט, אבער משה איז נישט געקומען ווארענען פרעה איבער א פרישע מכה, היות פרעה האט נישט געפאלגט די פריערדיגע צוויי מאל וואס משה האט אים געווארנט איז יעצט געקומען די מכה אלס שטראף אן קיין ווארענונג.
פרעה שטייט האלב פארוואונדערט און האלב דערשראקן, ''וואס גייען די צוויי שוין ווידער אפטון דא?"
אהרן נעמט זיין שטעקן, ער גיבט א שלאג די ערד, און פרעה שפירט ווי די גאנצע ערד אונטער אים וואקלט זיך, ווי גלייך ער שטייט אויף א ווייכע זאך, "אוי, וואס האט זיך מיר גענומען קראצן?" פארוואס איז די ערד געווארן אזוי ווייך? פארוואס שאקלט זיך עס? אוי וויי, ס'איז לייז!"
ביז אפאר פיס אונטער דער ערד איז די גאנצע ערד געווארן א שטיק לייז, נישטא מער קיין זאמד, נאר לייז.
"מאמי'' זאגט אריאלי, ''איך גיי ארויס שפילן אויף די גאס, איך וויל אביסל זעהן די לייז ביי די מצריים.''
''גוט, אבער נעם מיט דיין ברודערל, זאל חגי אויך אביסל הנאה האבן ווי דער גרויסער היילגער באשעפער שטראפט די זינדיגע מצריים.''
''קום חגי, כאפ אן מיין הענט און לאמיר ארומגיין אין שטאט.''
''אריאלי, ווער איז דער מאדנער מענטש, פארוואס האט ער אזא אויפגעשוואלענע קאפ?"
"דו זעסט חגי, דאס איז נישט זיין קאפ, נאר ארום זיין קאפ איז דא אזויפיל לייז ביז מ'זעהט אים אינגאנצן נישט ארויס, איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי ער זעהט וואו צו גיין.''
''חחח, ער זעהט טאקע נישט, קוק ער איז אראפגעפאלן...''
''קום חגי, לאמיר זעהן וויאזוי אונזער שכן קוקט אויס, ער האלט זיך אלעמאל פאר אזא בעסערער מענטש, אלעמאל האט טאטי געדארפט אויסקערן זיין שטוב, קיינמאל האט ער מיר נישט געלאזט אנרירן זיינע זאכן ווייל איך בין אזא לייזיגער עברי, יעצט לאמיר זעהן צו די לייז לאזט ער יא עפעס אנרירן...''
''יו, קוק אריאלי, ער שטייט נעבן די וואנט און ער קראצט זיך, אוי, ער קראצט זיך אזוי שטארק אז ס'שפריצט בלוט!''
''קום חגי, לאמיר גיין צו טאטי'ס ארבעט ביי די ציגל, לאמיר זעהן צו מ'ארבעט היינט.''
''אה קינדערלעך, נאך גוט וואס איר זענט געקומען, יעצט האב איך ענדליך צייט צו פארברענגען מיט אייך, וואס מאכט איר מיינע טייערע קינדער?"
"טאטי, פארוואס ארבעט מען נישט היינט?"
"איך וועל דיר זאגן אריאלי, דער גרויסער גוטער באשעפער ווייזט פאר די מצריים אז ער שטראפט זיי פארן אונז פייניגן, יעדן טאג האב איך געדארפט גראבן בערג מיט זאמד כדי צו מאכן ציגל, יעצט קען מען פשוט נישט ארבעטן, מ'קען נישט גראבן קיין ערד ווייל ס'נישטא קיין ערד, אלעס איז לייז, אויך פעטער צוחר וואס ארבעט ביים אקערן, ער האט נעבעך אזוי שווער געארבעט יעדן טאג אויפצואקערן די מצרישע ערד, יעצט איז ער ענדליך פריי פון די ארבעט, סיי ווייל ס'נישטא קיין ערד צו אקערן, און אויך ווייל ס'נישטא קיין בהמות מיט וואס צו אקערן, אלע בהמות זענען אויך אינגאנצן לייזיג.''
איי, איי, אאו...
"טאטי, ווער מאכט די קולות?"
"אה קינדער, דאס איז מיין נוגש, א מצרי א רשע, אויב האט זיך איינער אפגעשטעלט אינמיטן די ארבעט אויף א רגע'לע זיך צו גיבן א קראץ, אוי האט ער געשמיסן, יעצט טוט ער נישט עפעס אנדערש נאר ער קראצט זיך אגאנצן טאג...''
''אריאלי''
''יא חגי''
''קום דארט, איך זעה ווי צוויי לייזיגע מצריים שרייען, קום הערן וואס זיי זאגן.''
''דו ליגנער, ס'שטעכט ווי פיילן!''
''דו נאר, דו ווייסט אפילו נישט וואס דו פילסט, זיי טרונקל אונז דאס בלוט! די לייז האבן זיך פשוט צוגעקלעבט צו אונזער פלייש און מחליט געווען אויסצוטרינקען אונזער בלוט!''
''דו ווייסט דאך נישט וואס דו רעדסט, דאס איז דען לייז? לייז זענען פיצל, די חברה זענען דאך אזוי גרויס ווי אן איי!''
''אז איך זאג דיר לייז, זאלסטו וויסן אז ס'איז לייז!''
''איך הער אז דער קעניג האט גערופן אלע חרטומים נאכצומאכן בן עמרם, לאמיר גיין צום פאלאץ זעהן וואס דארט קומט פאר.''
''גיי דיר אליינס, איך האב נישט קיין כח זיך צו שלעפן און צוויי פיס לייז, ס'קומט מיר אן ביז די קני, און ביי יעדע דריי טריט גליטש איך זיך אויס, און איך ווער נאך מער איבערגעדעקט פון קאפ ביז פיס.''
''חגי, קום לאמיר לויפן צום פאלאץ.''
''קוק אריאלי ווי אינטערעסאנט, ווי מיר גיין מאכן די לייז אונז פלאץ...''
''וואס זענען די אלע טויטע מענטשן דא אין די זייט פון וועג?'' פארוואס שטארבן זיי, לייז הרג'עט דען מענטשן?"
"זייער פשוט, אלע עסן זענען פול מיט לייז, און די מצריים עקלן זיך עס צו נעמען אין מויל אריין, ווען א מצרי קען שוין נישט אויסהאלטן דעם הונגער און ער עסט עפעס א לייזיגן זופ ברעכט ער עס גלייך אויס פון גרויס עקל, דערפאר ליגן זיי דא אזוי אויסגעלייגט...''
''קוק חגי, מצריים טאנצן אריין אין טייך, לאמיר זעהן צו דארט אינעם וואסער האבן זיי יא מנוחה פון די לייז.''
''נע, וואס עפעס, איך זעה ווי אין וואסער קראצן זיי זיך אויך מיט אלע כוחות, זייער בלוט רינט אריין אין וואסער, ס'קוקט שוין באלד אויס נאכאמאל ווי מכת דם.''
''יא, איך האף אז באלד קומען שוין די מצריים ווידער קויפן וואסער ביי אונז, וועלן מיר האבן נאך אסאך געלט.''
''אה, מ'זעהט שוין די שפיצן פונעם קעניגליכן פאלאץ.''
"פארוואס זיצט פרעה אינדרויסן מיט אלע חרטומים דארט, פארוואס רעדט ער נישט מיט זיי אינעווייניג אין פאלאץ?"
"איך מיין אז איך ווייס, איך האב געזעהן אינמיטן וועג ווי הערליכע בנינים פון די מצריים וואס זענען געווען באשמירט מיט שיינע קאלירטע קאלעך, אויסגעמאלן מיט שיינע בילדער, איז דער גאנצער קאלעך געווארן לייז, ס'קוקט אויס אזוי עקלדיג, קוקט אויס אז אין פאלאץ קוקט אויך אזוי אויס האט פרעה באשלאסן ענדערש צו זיצן אין פעלד.''
''קוק ווי זיין שטוהל שאקלט זיך...''
''נו אוודאי, ס'ליגט אויף לייז אנשטאט אויפן ערד.''
''אוי א שרעק! די חרטומים קוקן דאך אויס שרעקליך, קוק נאר אפאר זענען געקומען, מן הסתם שעמען זיך די איבריגע צו באווייזן דעם פנים.''
"יוחנא'' שרייעט פרעה, ''איך וויל שוין זעהן אייערע וואונדער, נעם אביסל ערד און מאך עס פאר לייז.''
''אדוני המלך'' ענטפערט יוחנא דער מכשף דערשראקן, ''איך האב נישט קיין שטיקל ערד צו מאכן פאר לייז, וויפיל איך האב געגראבן און געזוכט האב איך נישט געקענט געפינען קיין ערד, אלעס איז לייז...''
''ממרא, איך האף אז אויף דיר קען איך זיך בעסער פארלאזן, וואס טוט זיך מיט דיין חכמה, אויב קענסטו נישט אוועקנעמען די לייז פון דא, לאמיר כאטש זעהן ווי דו מאכסט נאך דעם בן עמרם, אזוי ווייס איך כאטש אז איך האב נאך אזעלכע מכשפים וואס קענען די מלאכה ווי אים.''
''אדוני המלך, איך בין שטארק מסופק צו די גאנצע זאך קומט פון כישוף, לויט ווי איך ווייס קען מען נישט מאכן מיט כישוף א זאך וואס איז קלענער ווי א גערשטל.''
''דו בלינדער ממרא דו'' שרייעט פרעה, ''זעסטו דען נישט ווי די לייז זענען גרעסער פון אן איי! וואס רעדסטו פון גערשטן.''
''אדוני המלך, אויב דער מין איז געווענטליך קלענער ווי א גערשטל האבן מיר נישט קיין כוחות דערויף.''
''שוין, איך זעה שוין ווי איך האלט מיט אייך, יינוס, וואס זאגסטו, איך האף דו וועסט מיר נישט אנטוישן.''
''אדוני המלך, איך האב ניטאמאל געקענט פרובירן עס נאכמאכן, פשוט פאר איין סיבה, צו מאכן כישוף דארף מען שטיין אויף דער ערד, און איך האב נישט געפינען קיין שטיקל ערד וואו צו שטיין, אלעס איז א שטיק לייז.'' (פסיקתא זוטא)
''איך פארשטיי נישט, פארוואס נעמט איר נישט צוזאם די חברה כישוף מאכער און איר פרובירט וואס איר קענט, דער מצב איז דאך נישט צום אויסהאלטן, מענטשן קענען נישט עסן, מ'קען נישט שלאפן, מענשטן מאכן אזעלכע קולות פון די יסורים, און איבער אלעם די עבריים מאכן א לעבן, זיי ארבעטן נישט, זיי לאכן פון אונזערע צרות, וואו זענען אלע איבריגע מכשפים.''
''אדוני המלך, זיי זענען אזוי באלייזט פון קאפ ביז פיס אז זיי שעמען זיך צו באווייזן דעם פנים וואס מ'זעהט כמעט נישט ארויס צווישן די לייז." (חזקוני)
נאך א זאך וואלט איך זיך ערלויבט צו זאגן פארן קעניג, איך ווייס נישט צו מיר וועלן עפעס פארדינען מיטן צוזאמנעמען אפילו אלע מכשפים פון די וועלט, ס'קוקט נישט אויס אז די לייז זענען געמאכט דורך כישוף, ס'קוקט ענדערש אויס ווי דער עברישער גאט האט צוגעלייגט א פינגער דא, און איך האב מורא אז מיר מוזן מודה זיין אז אויך די פריערדיגע מכות זענען געקומען פון אים.''
''שווייג דו פאררעטער!'' האט פרעה זיך אויפגערעגט, ''אפילו אויב ס'איז נישט קיין כישוף איז עס א פשוטע טבע וואס האט זיך פונקט געמאכט לויט די מזלות (אבן עזרא – רשב"ם) איך וויל מער נישט הערן פון אייך, נעמט אוועק די נישטיגע מכשפים פון מיר, גארנישט זענען זיי נישט ווערט!"
אן אויפגעברויזטער איז פרעה אריין אין פאלאץ, ער האט קיינעם נישט געוואלט זעהן פאר די אויגן, ער האט אויסגעווארט די זיבן טאג ביז די מכה האט זיך געענדיגט און ער האט נאך אלס נישט מסכים געווען ארויסצושיקן די אידן פון מצרים.
אויב וועט נאך זיין מעגליך וועלן מיר פרובירן צו באארבעטן ערוב כאטש בקיצור.
א גוט שבת