בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 25, 2010 9:58 pm
דורך קרעמער
עס איז הפלא ופלא ווי דער שרייבער האט זיך צולאזט אויף פערצן בלעטער (אינעם פדף) און בלויז אנגערירט דעם אנהייב פונעם צווייטן קאפיטל אין ספר שמות
ביי מיר אין שטוב האבן זיך קליין און גרויס באלעקט דערמיט, און איך באדאנק זיך דא אין זייער נאמען אויך
(אויב מאכסטו נישט דערפון א ביכל... [כך דרך המקרא, קיצר ולא אמר מה יארע])
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 25, 2010 10:04 pm
דורך מוישע_יאכעס
קרעמער ביי מיר איזעס געווען פונקט דאפעלט, 28 בלעטער!!
יוי איזעס אינטרעסאנט, און ער האטעך כמעט נישט אנגערירט די פרשה זעלבסט, ער שרייבט אז די ערשטע חלק איז א הקדמה, מיט דעם בינעך מחולק מיט אים, די גאנצע זאך איז א הקדמה צו די פרשה....
און יעצט נאכן ליינען זאגצעך די שקויעך סאך אנדערש און נאמען פון די שפאחע און פון. מיינע שכנים און סמעדרעש
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 25, 2010 10:13 pm
דורך לאקשען ברעט
געליינט אין הנאה געהאט, שכוח
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 25, 2010 11:53 pm
דורך adobe yid
wow! wow! עס איז עפעס נישט נארמאל גוט! איר האט מיר מחי' געווען מיט מיין משפחה מיר קענען קוים ווארטן פאר נעקסט וואך, יישר כוח..........
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 1:11 am
דורך געלעגער
נישט די ערשטע מאל וואס גראדערס סדרה איז די שמועס ביי מ"מ. יעדער איז ארויס פון התפעלות די וואך!
גיי אן דו ביזט מחי' מער אידן ווי דו מיינסט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 5:00 am
דורך over night kugel
בעיאטפיל איז נישט דאס ווארט! עס איז עפעס נישט
נארמאל גוט! איר האט מיר מחי' געווען
מיט מיין משפחה מיר קענען קוים
ווארטן פאר נעקסט וואך, יישר
כוח.......
און יעצט הרב גראדער להערה בעלמה וויל איך דיר זאגן וואס איך האלט!ווען דו פארציילסט וואס פרעה האט זיך דוריכגעשמיסט מיט זיינע מענטשען איז הנה מה טוב ומה נאים אז דו זאלסט אנריפן די יודן עבריים ס'געט אסאך צו צו די אינטערסאנקייט פון די מעשה ווייל למעשה אזוי האבן די מצריים געריפן די אידן! אבער דאס איז זיכער אז די אידן האבן זיך נישט געריפן צווישן זיך "עבריים" אין די פרשה זעהן מיר אויך אז ווען משה רבינו האט גערעדט צו פרעה זאגט ער "כה אמר ה' אלוקי העיברים" בקיצור די כלל פון דעים איז ווען די גוי רעדט פון דעם איד איז עס עבריים אבער ווען דער יוד רעדט ריפט מען עס אידן! איך האב נאר געזאגט מיין קליינטשיגע מיינונג פון דא אין ווייטער זאלסטו טוען וואס דו פארשטייסט!!
אין נאכאמאל דיינע ווערק זענען עמעיזינג!! איך קיק ארויס דערויף א יעדע וואך!!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 8:30 am
דורך גראדער
over night kugel האט געשריבן:
און יעצט הרב גראדער להערה בעלמה וויל איך דיר זאגן וואס איך האלט!ווען דו פארציילסט וואס פרעה האט זיך דוריכגעשמיסט מיט זיינע מענטשען איז הנה מה טוב ומה נאים אז דו זאלסט אנריפן די יודן עבריים ס'געט אסאך צו צו די אינטערסאנקייט פון די מעשה ווייל למעשה אזוי האבן די מצריים געריפן די אידן! אבער דאס איז זיכער אז די אידן האבן זיך נישט געריפן צווישן זיך "עבריים" אין די פרשה זעהן מיר אויך אז ווען משה רבינו האט גערעדט צו פרעה זאגט ער "כה אמר ה' אלוקי העיברים" בקיצור די כלל פון דעים איז ווען די גוי רעדט פון דעם איד איז עס עבריים אבער ווען דער יוד רעדט ריפט מען עס אידן! איך האב נאר געזאגט מיין קליינטשיגע מיינונג פון דא אין ווייטער זאלסטו טוען וואס דו פארשטייסט!!
קיבלתי
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 10:10 am
דורך יגרסהדותא
שוין, און מיינע קינדער פרעגן מיר, פארוואס האסטו גענומען פון דיין חבר נאר א האלבע פרשה?
גראדער; האסט אונז געגעבן זייער א גרויסע מתנה, אין וויסטן חלום וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז דו וועסט אונז געבן אזוי סאך סחורה, אלע טעמים.
יוי ביי די לייב, ביים קעניג'ס פאלאץ, האבן מיר אלע געציטערט, איינער האט ממש געוויינט, איך בין זיכער אז ביים באשרייבן די מכות וועסטו יענעם קינד בארואיגן מיטן נקמה וואס פרעה האט פארדעם באקומען.
אינעם "והצלתי ביכל" ווערט דערמאנט נאך א פרט וואס איך האב דא אויסגערעדט אויסעווייניג - וואס?? אזויפיל צייט האבן די קינדער געהאט אויסצוהערן? יא!! - אז א מצרי האט געהאט א גאנצע קעסטל מיט פרעש, און זיין חבר מצרי פרעגט אים: וואס איז דאס? זאגט ער: הא הא, דאס האבן איך געהייסן מיינע עברים צאמשטעלן, כאפן און פאנגן, און עס דא אריינלייגן, אבער געב א קוק וועסטו זעהן א פאני זאך! דער מצרי עפענט אויף דעם באקס און פאר די אויגן פון די אידן זענען זיך די פרעש צולאפן און אלע זייטן, באגלייט מיט א הילכיגן געלעכטער פון דעם מצרי. [ער ברענגט דערמיט ארויס, אז די מצרים האבן געארבעט מיט די אידן אפי' זיי האבן נישט געברויכט די ארבעט].
גראדער זיסער, קענסט מאכן פונדעם א ביכל און פארקויפן פאר גוט געלט, אבער! אבער! נאר נאכדעם וואס דו לייגסט עס דא ארויף. מיר גייען דיך געבן גוטע הערות, למשל: עברים/אידן..
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 10:25 am
דורך גראדער
יגרסהדותא האט געשריבן:שוין, און מיינע קינדער פרעגן מיר, פארוואס האסטו גענומען פון דיין חבר נאר א האלבע פרשה?
גראדער; האסט אונז געגעבן זייער א גרויסע מתנה, אין וויסטן חלום וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז דו וועסט אונז געבן אזוי סאך סחורה, אלע טעמים.
יוי ביי די לייב, ביים קעניג'ס פאלאץ, האבן מיר אלע געציטערט, איינער האט ממש געוויינט, איך בין זיכער אז ביים באשרייבן די מכות וועסטו יענעם קינד בארואיגן מיטן נקמה וואס פרעה האט פארדעם באקומען.
אינעם "והצלתי ביכל" ווערט דערמאנט נאך א פרט וואס איך האב דא אויסגערעדט אויסעווייניג - וואס?? אזויפיל צייט האבן די קינדער געהאט אויסצוהערן? יא!! - אז א מצרי האט געהאט א גאנצע קעסטל מיט פרעש, און זיין חבר מצרי פרעגט אים: וואס איז דאס? זאגט ער: הא הא, דאס האבן איך געהייסן מיינע עברים צאמשטעלן, כאפן און פאנגן, און עס דא אריינלייגן, אבער געב א קוק וועסטו זעהן א פאני זאך! דער מצרי עפענט אויף דעם באקס און פאר די אויגן פון די אידן זענען זיך די פרעש צולאפן און אלע זייטן, באגלייט מיט א הילכיגן געלעכטער פון דעם מצרי. [ער ברענגט דערמיט ארויס, אז די מצרים האבן געארבעט מיט די אידן אפי' זיי האבן נישט געברויכט די ארבעט].
גראדער זיסער, קענסט מאכן פונדעם א ביכל און פארקויפן פאר גוט געלט, אבער! אבער! נאר נאכדעם וואס דו לייגסט עס דא ארויף. מיר גייען דיך געבן גוטע הערות, למשל: עברים/אידן..
איך האב טאקע אינזינען געהאט ביים באשרייבן די עבודת הפרך אז מ'זאל שפירן א זיסע נקמה אין די מצריים ביי די מכות, נישט ווען מ'וועט אראפלייגן ווי שטארק די מצריים האבן געליטן זאל א נאיווער קינד ח"ו רחמנות האבן אויף זיי, דעריבער אפי' דער פלאן איז אנצוהייבן די וואכעדיגע סדרה ביי די מכות, (כ'גלייב נישט כ'זאל קענען אנהייבן פון אנהיין און דאך ענדיגן די מכות, וועלן מיר לכתחילה אנהייבן מיט די מכות) דאך וועל איך אביסל ממשיך זיין ווי משה גייט ארויס וירא בסבלותם פון די אידן, ס'זאל זיך גוט אריינבאקן די עבודת הפרך וואס די אידן האבן מיטגעמאכט נישט נאר פון די נוגשים נאר פון יעדן פרטי'שן מצרי, אזוי מ'זאל קענען פולקאם הנאה האבן פון די מכות...
יישר כח פאר ''אלע'' הערות, ס'העלפט שטארק ארויס.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 26, 2010 10:39 am
דורך אויפריכטיג
גראדער איך האב זייער הנאה פון דעם צוגאנג, ווייל די סיפורים פון די מכות און אלעס ארום לערנט מען פון קינדווייז אן, אבער וויאזוי די ארבעט האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען דאס לערנט מען כמעט נישט און דו ערפילסט דעם חלל. שכרך הרבה מאוד.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 1:48 pm
דורך ברוך
אודה ולא בוש, איך האב עס קיינמאל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ווי איצט. עס איז אמעזינג, די פסח וועט שוין צוגיין אנדערש.
שכוח.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 29, 2010 6:07 pm
דורך gagongan
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 12:13 pm
דורך moshele11211
גראדער נישטא די ווערטער ! ווען וועט נאכפאלגן וארא מיינע קינדער ווארטן צו הערן ווייטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 4:37 pm
דורך אויפריכטיג
שוין דאנערשטאג און הרב גראדער האט זיך נאכנישט אנגערופן מיט פרשת וארא, וואס גייט פאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 4:41 pm
דורך גראדער
מ'האט זיך יעצט גענומען איבער די מכות, האפענטליך וועט באלד עפעס זיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 4:53 pm
דורך מי יודע
נו נו
מיר ווארטן!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 4:54 pm
דורך יואל ווייס
גראדער, ישר כח פאר דיינע מדרשים.
איך האב פונקט היינט געהערט א טעיפ פון הרי"ח גרינוואלד, פארציילט ער אז איינער פון די גרויסע צדיקים, דאכט זיך רבי משה לייב סאסובער, האט אמאל געהערט ווי א מלמד לערנט פאר פאר די קינדער די פרשה פון לבן הארמי, האט ער עס געזאגט אזוי גראד און שטיל אן קיין חיות. האט דער צדיק געזאגט: נישט אזוי לערנט מען פאר, מ'דארף שרייען מיט'ן גאנצן כח, אזוי אז עס זאל אריין אין די ביינער אז לבן איז געווען א רשע, ודו"ק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 30, 2010 5:24 pm
דורך jkup50
כהאב שוין כמעט ארויף געברענט דעם איכה אשכול
פארעפענטליכט: שבת ינואר 01, 2011 10:24 pm
דורך מוטשע נישט
ברוך האט געשריבן:אודה ולא בוש, איך האב עס קיינמאל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ווי איצט. עס איז אמעזינג, די פסח וועט שוין צוגיין אנדערש.
שכוח.
ג"א מצטרף
איך האב הערשט די וואך געליינט דעם שמות מדרש און איך האב באקומען א גאנץ אנדערע בליק אויף די פרשה. עס איז אזוי גוט אראפגעלייגט אז עס איז דאס ערשטע מאהל וואס איך האב געשפירט און מיטגעלעבט אביסל וואס דארט איז פארגעגאנגען. דיין באשרייבונוג האט מיר ממש אריינגעלייגט אין זייער הויזן און מיטגעהאלטן די צער און פיין, פיהל אנדערש ווי ביז היינט ווען איך האב דאס אנגעקוקט ווי א העכערע פארנעפעלטע ענין אדער א אלטע ווייטע געשיכטע וואס האט מיר נישט צופיל איבערגענומען. עס האט זיך מיר געדאכט אז איך לייען א ביכל פון א מלחמה איבערלעבער וואס גיבט אראפ אלע דעטאלן פונקטליך, האבענדיג דאס אליין מיטגעלעבט. איך בין שוין געווען היפט מיעד ביים ליינען אבער איינמאל איך האב אנגעהויבן האב איך דאס שוין נישט געקענט אראפלייגן. הלואי ווען איך זאל דאס האבן געליינט אלס קינד. עכ"פ קומענדיגן פסח האפן מיר אז עס וועט זיך אביסל אנדערש שפירן די מצה מיט די מרור און די 'לפיכך' ווי אויך וועט דער 'כאילו הוא יצא ממצרים' באקומען א בעסערע באדייט. יישר כח מעומק הלב.
(לייענדיג דעם השתלשלות פונעם שעבוד האב איך בעסער פארשטאנען דעם פסוק 'וישימו עליו שרי מיסים למען ענותו בסבלותם'. לכאורה וואלט געדארפט שטיין 'לענותם בסבלותם' וואס איז דער 'למען'. נאר לויטן מדרש איז דאס גאר געשמאק ווייל מס איז בלויז געווען א סיבה צו זיי צווינגען דערנאך צו ארבעטן אויף פיתום ורעמסס. 'למען ענותו' כדי זיי שפעטער קענען פייניגן 'בסבלותם')
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 6:48 am
דורך קרעמער
צוריקגעברענגט מיט רשות פונעם שרייבער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 10:25 am
דורך דזשעב 012
איבערגעליינט מיט רשות פונעם שרייבער.
שעכוח קרעמער
ס'קען נישט אזוי אנגיין, מ'מז נעמען שריט!
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:25 pm
דורך גלגלשלג
מעגיימער עס אי"ה איבערליינען שכוח קרעמער
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:46 pm
דורך jkup50
אריין אין דארכפאל אשכול
כהאב שוין ארויס גענומען די פסחדיגע ממצרים גאלתנו
למעשה אבער איז עס פיל פיל מער פון דאס און סהאט זיך געלוינט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 7:01 pm
דורך האלץ האקער
ישר כח סאיז א מחיה די ארבייט