פון אינדיע ביז חנוכה...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

פון אינדיע ביז חנוכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

א קלאץ קשיא

פסח פראוועט מען מיט גרויס פרייד אז אונזערע זיידעס זענען באפרייט געווארן פון קנעכטשאפט, שטעלט אייך פאר, איבער צוויי הונדערט יאר, אפאר דורות אין א ציה זענען בני ישראל געווען פשוטע קנעכט, מ'האט זיך באנוצט מיט זיי ערגער ווי די אמעריקאנע מיט די שווארצע, בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה, לאמיר נישט אריינגיין אינעם אריכות הדברים, יעדער פארשטייט, ס'איז דא איבער וואס זיך צו פרייען, מ'איז ארויס מעבדות לחרות, אה, לאמיר פראווען אן אכט טאגיקן יום טוב.

שבועות.

מיר זענען געווארן אן עם הנבחר, והייתם לי סגולה מכל העמים, מ'זעמיר מער נישט ווי נאך א פאלק צווישן אנדערע פעלקער, מיר זענען געווארן בנים למקום, באקומען א תורה, גן עדן וועלן מיר באקומען פאר די אלע מצוות, דער רבש"ע האט פאר יעדן פון אונז געזאגט קלאר און דייטליך אנכי השם אלקיך, ווי גליקליך זענען מיר, אוודאי פרייען מיר זיך און ביז היינט טויזנטער יאר שפעטער עסן אידן טשיז קעיק און טאנצן עליונים ששו.

ראש השנה.

לך אכול בשמחל לחמך כי כבר רצה אלקים את מעשיך, מיר גלייבן אז דער בורא כל עולמים דער מלך רחמן איז אונז דן לחיים ולברכה, ווי קען מען נישט זיין פרייליך, ווען דער רבש"ע איז מעביר אשמותינו בכל שנה ושנה, און ער פארשרייבט אונז בספרן של צדיקים גמורים, זיכער פראווען מיר א יום טוב.

סוכות.

האט דאך די תורה קלאר אנגעזאגט ושמחת בחגיך, א מצוה פון אויבערשטן, אידן זייטס פרייליך, און ס'נאך א זכר צו די ענני הכבוד וואס דער רבש"ע האט אונז באשיצט דערמיט אין מדבר, ווער רעדט נאך שמחת תורה ווען מ'טאנצט ביזן זיבעטן הימל לגומרה של תורה, נאך א יאר אריבער און מיר האבן מסיים געווען ביז וזאת הברכה, נאכמער, מיר הייבן ווידער אן בראשית! מיר האבן אזא ליכטיגע תורה וואס לערנט אונז און הייליגט אונז, אה, א סעודת יום טוב מיט האלאפצעס (גוט געספעלט?...) איז זיכער פאסיג.

אבער חנוכה?

וואס איז דאס חנוכה? מ'האט געוואונען א מלחמה? ווייניג מלחמות האבן אידן געווינען בדברי ימי ישראל? אויל האט געברענט אכט טאג? אין בית המקדש איז געווען עשרה ניסים יעדן טאג, פלייש האט זיך געבראטן און פליגן זענען נישט געפלויגן, ווינטן האבן געבלאזן און דער רויעך פון מזבח האט זיך נישט גערירט, רעגן האט געגאסן און דער פייער פון מזבח האט ווייטער געברענט, און קיין יום טוב דערויף האט מען נישט געמאכט.

יהושע האט אפגעשטעלט די זון! קיין יום טוב האט מען נישט געמאכט. סנחריב'ס גאנצער מיליטער איז אויסגעשטארבן איבערנאכט, און קיין יום טוב האט מען נישט געמאכט. די חומה פון יריחו איז איינגעזינקען, און קיין יום טוב האט מען נישט געמאכט, הקיצור, איר כאפט די זאך, ניסים האבן כסדר פאסירט ביי כלל ישראל, מ'האט געלויבט און געדאנקט דעם מסבב כל הסיבות וואס איז עונה לעמו ישראל בעת שועם אליו, אבער מ'זאגט נישט קיין הלל און מ'צינדט נישט קיין ליכטלעך טויזענטער יאר שפעטער.

ס'א גוטע קשיא, הא? פארוואס זאגסטו ס'א קלאץ קשיא? וועלעך מסביר זיין מיט א משל.

ס'געווען אמאל א מלך וואס האט געהאט א זון... נע, טיפיקל... שוין, וועלמיר פרובירן א צווייטן משל...

ר' סענדער איז געווען און איז נאך אלץ א רייכער איד, דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, יעדע טיי אווענט באקומט א פעטע נתינה, יעדער דינער א גראבן טשעק, און יעדער משולח א גלאטן הונדערטער. זיין רייכע פאלאץ אין בארא פארק איז דער נאטורליכער אדרעס פאר יעדן נצרך.

זיין יאנקי איז אויפגעוואקסן מיטן גאלדענעם לעפל אין מויל, ר' סענדער האט געהאפט אז די אלע ערליכע אידן וואס זענען כסדר איינגעשטאנען ביי אים וועלן האבן א השפעה אויף זיין תכשיט'ל ס'זאל עפעס אויסוואקסן פון אים, אבער ליידער איז יאנקי נישט בייגעשטאנען דעם נסיון העושר, ער איז געווען אזוי צוגעוואוינט אז אלעס איז זיינס און אז אלעס דארף ער האבן, אז ער האט פשוט אויסגעריסן דעם ווארט ניין פון זיין שפראך, וואס ער האט געדארפט און וואס ס'איז אים נאר בייגעפאלן אין זיין קאפ אריין איז גלייך ארויס מן הכח אל הפועל.

געלט האט נישט געפעלט, ר' סענדער האט נישט געקענט פועלן ביי זיך נישט צו גיבן קיין געלט פאר יאנקי'ן, ער האט אים אפילו נאכגעגעבן און געמאכט א קרעדיט קארטל אויף זיין נאמען נאכדעם וואס יאנקי האט געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב מ'וועט אים נישט נאכגעבן, און יאנקי האט זיך געדרייט און געסווייפט דעם קארטל אין אלע מקומות ווי אן ערליכער איד האט נישט קיין דריסת רגל, ס'האט אים נישט אינטערעסירט אז זיין טאטע ליינט די בילס מיט בלוט, נישט צוליב די אסטראנאמישע געלטער וואס ער לייגט ארויף דערויף, נאר ס'רייסט אים די הארץ אז ''זיין'' באליבטער יאנקי, דער קינד אויף וועמען ער האט געלייגט אזויפיל האפענונג, זיין איינציגער בן יחיד'ל, קוקט נעבעך אזוי אויס.

די אזויגערופענע מומחים האבן גע'עצה'ט ר' סענדער'ן, האק נישט אפ די באציאונגען, בלייב גוט מיט אים, אפשר אזוי וועט ער נאך אמאל צוריק קומען.

לימים האט יאנקי מחליט געווען אז מיט דעם אלעם וואס דער טאטע פארבייסט זיך די ליפן און ער זאגט אים נישט קיין ווארט, דאך איז בארא פארק נישט דער פלאץ פאר אים, זיין נשמה וואס האט אליינס נישט געוואוסט צו וואס ס'דורשט איז נישט באפרידיגט געווארן מיט די אלע מעשים טובים זיינע, און ער האט געכאפט א פליגער קיין אינדיע, דארט האט ער געהערט קען מען זיך ריכטיג ''אויסגעבן''...

פארשטייט זיך אז זיין באליבטער חבר, דער קרעדיט קארטל, איז מיטגעפארן מיט אים לאורך כל הדרך.

ס'איז אדורך א לאנגע צייט, און די איינציגסטע גרוסן וואס ר' סענדער האט באקומען פון יאנקי זענען געווען די חודשליכע בריוו פון אמעריקן עקספרעס... דערמאנענדיג דעם טאטן אז ערגעצוואו אין די ווייטע אינדיע לויפט ארום עפעס א ברי' וואס איז ליידער זיין איינציג קינד, און ער גליטשט און גליטשט טיפער ווי טיף.

פארשטייט זיך אז נישט אלעס וואס יאנקי האט אפגעטון איז געווען אויסגעהאלטן לויט די אינדיאנע געזעצן, ווען דער פייל אין די אינדיאנע פאליציי הויפטקווארטיר איז שוין געווען גענוג דיק, האבן זיי אויפגענומען א ספעציעלן דיטעקטיוו וואס זאל זיך אפגעבן נאר מיטן כאפן דעם געמיינעם פארברעכער, יאנקי איז געווארן נאך ווילדער, ער איז געזינקען נאך טיפער, אבער זיין נשמה איז נאכנישט געווען באפרידיגט.

ווען יאנקי איז אין אינדיע אויך נישט זאט געווארן האט ער אנגעהויבן צו זיכן נאך טיפער, ביז ער איז ליידער אריינגעפאלן אין א קולט, א גרופע פאנאטישע מיסטישע גלויביגע שוטים, פון אנפאנג האט ער געשפירט א געשמאק דערין, אבער ווען די צייט איז געקומען און ערגעצוואו טיף אין זיין פארדארבן הארץ האט א ווערימל גענומען נודשען, האט יאנקי זיך אויפגעוועקט ווי פון א טיפן חלום, ס'איז אים דורכגעלפן ווי א פילם די געשמאקע דאווענענ'ס אין ישיבה, דער געשמאק פון א בלאט גמ' תוס' אין מס' בבא בתרא, דער גוטער געפיל נאך א פינף שעה רצופות, און אפילו די נארהאפטיג לאטקעס וואס זיין מאמע האט חנוכה געמאכט, א פייער האט זיך גענומען ברענען אים אים צוריק צו גיין צום שורש.

אבער דער קולט איז געווען א וואן וועי סטריט, די טיר האט זיך געעפנט נאר אויף אריין, ארויס האט מען געפירט נאר צום בית הקברות, יאנקי האט פרובירט ארויסצונעמען עפעס קעש פונעם עי טי עם מאשין דארט, (קוקט אויס אז געלט האבן זיי יא אריינגעלאזט, ערגעצוואו האבן די פירער געטראפן א וועג עס צו דעפאזיטן...) אבער א בראך, אמעריקן עקספרעס ארבעט נישט מער, זיי האבן אויפגעהערט צו גיבן, יאנקי האט נישט געכאפט אז דער קארטל האט פשוט עקספייערט, זיין הארץ האט געציטערט אז זיין טאטנס געדולד האט געפלאצט, ער איז זיכער געווען אז זיין טאטע האט אויפגעגעבן אויף אים און ער וויל אים מער נישט קענען, און דאס האט אים וויי געטון מער פון אלעם.

יאנקי איז געווארן אינגאנצן פארצווייפלט, אינעם קולט איז זיין לעבן נישט קיין לעבן, זיין הייליגע אידישע נשמה וואס ברענט צוריקצוקומען צום שורש קען נישט אויסהאלטן דא אפילו נאך איין טאג, זיך ארויס'גנב'נען איז אויך נישט קיין פלאן, די פאליציי וועט אים גלייך כאפן אין ארעסטירן דריי מאל לייף, די איינציגסטע עצה וואלט געווען צו פארשאפן עפעס געלט, מיט געלט קען ער איינעם אינטערקויפן זאל אים ארויסשווערצן פון אינדיע, און ער וועט טרעפן דעם וועג צוריק אהיים צו זיין טאטע מאמע, אבער ס'איז ביטער, דער טאטע האט שוין אויך אויפגעגעבן אויף מיר, ער וויל מיר שוין נישט קענען, קוקט אויך אז כ'האב זיך שוין צופיל פארזינדיגט און ס'נישטא מער קיין וועג צוריק, פארוואזשע דען האט ער אפגעהאקט דעם קרעדיט קארטל, ווער זאגט אז דער טאטע וועט אים נאך וועלן ארייננעמען אין שטוב?

יאנקי איז אויפן שוועל פון יאוש, ס'וויל זיך שוין אויפגעבן, אבער דאך, דער פלאקער וואס האט זיך צופלאמט אין אים, די ליבשאפט וואס זיינע עלטערן האבן אים געגעבן אין אלע שווערע מצבים האט דאך עפעס אויפגעטון, ער האט מחליט געווען צו געבן איין לעצטן שאנס, ער האט אפגעשריבן א קליין בריוול, ''טאטע, דער קארטל ארבעט נישט, איך וויל אהיימקומען, וואס גייט פאר?", ס'איז אים נישט אנגעקומען גרינג ארויסצושווערצן דעם בריוו און זיכער מאכן אז ס'קומט אן אין פאסט, אבער דאך האט ער געטון אלעס אין די וועלט דער בריוו זאל פארלאזן אינדיע און לאנדן אין בארא פארק.

ער איז געווען זיכער אז קיין ענטפער וועט נישט קומען, נאכדעם וואס ער האט אזויפיל געשפיגן דעם טאטן אין פנים אריין האט ער שוין זיכער אויפגעגעבן אויף אים, ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן ווען צוויי וואכן שפעטער איז אנגעקומען צו אים א קליין ענוועלאפ, א נייער קארטל, און א בריוועלע פון צוויי שורות.

"מיין טייערער יאנקעלע, וואס מאכסטו? פון דיין טאטע וואס וועט קיינמאל נישט אויפהערן דיר ליב צו האבן...''

אלע ארומיגע האבן געקוקט מיט רחמנות אויף דעם יאנקי וואס איז נעבעך אראפ פון זינען, ער שטייט מיט א פלאסטיגן קארטל און טאנצט הקפות ווי פורים ביינאכט, ''מיין טאטע האט מיר ליב! מיין טאטע האט מיר ליב! ער האט מיר נישט פארלאזט, ער האט נאר געהערט אז איך וויל צוריק קומען האט ער מיר געשיקט א קארטל וואס ארבעט ביז איך וועל אנקומען צוריק צו אים אהיים! אזא גוטער טאטע, אפילו נאך אלעס וואס איך האב אפגעטון זיך צו דערווייטערן פון אים און אים אויפצורעגן ווייזט ער מיר נאך אלץ קלאר אז ער ווארט איך צוריק אהיימקומען און צוריק ווערן א איד! וויאזוי זאל איך נישט טאנצן..."

ס'פעלט נאך אויס א נמשל?...

ווער ס'האט געדולד זאל אפטייפן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

wow
גראדער איז געהעריג דא

גראדער!!!! געהעריג גילוי!!!!
וואס איך האב געטראכט פאר צוויי וואכן צוריק מספק איז מיר היינט נתברר געווארן אלס וודאי, ווארט כאטש א פאר טעג ביז נאך כ"א כסלו

נאר ולא יכול "גראדער" להתאפק לכל הנצבים עליו

כה לחי ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

בפשטות פראווען מיר די 'נס חנוכה' מער ווי אלע אנדערע, צוליב וואס ס'איז געבליבן דערפון א רישומא קדישא אויף די דורות הבאים. ווי מיר זאגן: בימים ההם, "בזמן הזה". און דעריבער איז ערשט 'לשנה אחרת', ווען זיי האבן געזעהן אז עס קומט דאן אויך אראפ א הימלישע הארה פון הימל, קבעום ועשאום יו"ט. והדברים פשוטים וידועים.

יעדנפאלס פרייען מיר זיך אז גראדער איז דא צוריק, און וועט אונז ווייטער מהנה זיין מיט זיינע פערל רייד.

(מיט דיין משל פונעם קולט אין אינדיע, האסטו מיר דערמאנט פון "די גרינע כישוף אויג" פון דעם ביכל "פארוואס איז ער פארשוואונדן"...).
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

א גרויסן דאנק גראדער. גראדע וואלטן מיר יא געקענט באשטיין אז איר זאלט שרייבן די נמשל פשוט ווייל אייערע ווערטער זענען צוקער זיס און מיר ווילן ליינען מער.


פארשריבן. איך האב נישט געקלערט דערפון ביים ליינען אבער יעצט האט איר מיר דערמאנט דערפון און אויפגעעפענט א פארשטויבטן קעמערל.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שלום עליכם הרב גראדער
א ישר כוח פארן הערליך אראפלייגן

מיר ווארטן אויפן נמשל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

WOW WOW מער פון דעם קענעך נישט שרייבן, האסט מיך ממש פארטראגן ביז אינדיע, און גארנישט, האסט מיך אפילו נישט צוריק געברענגט, האסט מיך איבער געלאזט אזוי ביי יאנקי'ס מצוה טענצ'ל, יושר?

יישר כחכם, הערליך אראפ געלייגט.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

הער נאר?! די באקס טישוס ביטע!!!
נע כ'מיין א מאפ עט ענדערש מאכן די זאך! וואסיז פרעגסטע? נע גארנישט כא געליינט גראדערס ארטיקעל, דעיס וואס איך פלעג פארליינען שבת? יא יענץ, עניוועי כאשוין וועס צו זאגן פאר די קינדער ביי די חנוכה לעכט די גרייט נאר אן א מאפ פאר די טרערן
ווערי ווערי מאושענעל
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

גראדער נישט דא די ווערטער
אבער איין זאך יא איך ציטעערררררררררר

איך האף אז בלייבסט נישט דא שטיין כבין נישט מוותר אויף גארנישט- גענדיגט מיט די צוויי וואכן- סקומט חנוכה מיט מקץ!!!!
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

גראדער... עם.. איך מיין גימעל האט געשריבן:א קלאץ קשיא?

ער איז געווען זיכער אז קיין ענטפער וועט נישט קומען, נאכדעם וואס ער האט אזויפיל געווארט און געווארט אויף נאך אן ארטיקעל כאטש עפעס, האט ער שוין זיכער אויפגעגעבן אויף אים, ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן ווען צוויי וואכן שפעטער איז אנגעקומען צו אים א קליין ענוועלאפ, א נייער קארטל, און א בריוועלע פון צוויי שורות.

"מיינע טייערע חבירים אויף אייוועלט, וואס מאכט איר? פון ענקער חבר גראדער וואס וועט קיינמאל נישט אויפהערן ליב האבן צו שרייבן פאר ענק...''

אלע ארומיגע האבן געקוקט מיט רחמנות אויף דעם וואס איז נעבעך אראפ פון זינען, ער שטייט ביים קאמפיוטער און טאנצט הקפות ווי פורים ביינאכט, ''גראדער איז צוריק! גראדער האט אונז ליב! ער האט אונז נישט פארלאזט, ער האט נאר געהערט אז איך מיר ווילן אים צוריק האט ער אונז געשיקט א אשכול אזאנס און אזעלעכס וואס וועט אונז דערהאלטן ביז ער הייבט אן שרייבן ווייטער די פרשת השבוע ארטיקלן! אזא גוטער גראדער, אפילו נאך אלעס וואס מיר האבן אויפגעגעבן אויף אים און זיך גערישט ער וועט פארשוועמט ווערן אינאיינעם מיט אנדערע הונדערטער ניקים ז"ל ווייזט ער אונז נאך אלץ קלאר אז ער ווארט צוריק צוריק צוקומען און צוריק שרייבן! וויאזוי זאל איך נישט טאנצן..."

ס'פעלט נאך אויס א נמשל?...

ווער ס'האט געדולד זאל אפטייפן...


נו, זאגטס אליין פעלט נאך אויס מגיב צו זיין?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יישר כח גראדער. זייער פיין. (בערך דער משל שטייט פון בעש"ט דאכט זיך אויף שבת.)

גימעל; דיין "ציטאט" איז ווערט א ;l;p-
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גימל!!!!!!! גוט!!!
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

אויפריכטיג האט געשריבן:גימל!!!!!!! גוט!!!

און וואס איז מיט גראדער, איך האב סך הכל געבויעט אויף זיינע יסודות...
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

אך! פרישע אינדיקעס געבאקן אויף איין קליינעם קרעדיט קארטל!

גראדער, איך גיי צודרייט!!!
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

גימל ;l;p-

גראדער ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נישט געהאט קיין ברירה, נאר זיך געמאכט צייט און אפגעליינט דעם ארטיקל, און יא, עס איז ווערט די אלע לויב ווערטער וואס די חברים מקשיבים האבן ארויפגעקלעבט דערויף
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

עס דורשט... עס נאגט... עס ציט עפעס העכערס...
אה... באלזאם פאר די נשמה...
ישר כח רבי גראדער, שפתיים ישק.
כה יתן וכה יוסף...
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

שלום עליכם הרב הגאון מ'גראדער שליט''א,
נא. מיר ווארטן שוין אויף די חנוכה מדרשים מברויך דאך עפעס קענען נאך זאגן פאר די קינדער'לעך ביי די לעכטעלך.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אפשר האט געשריבן:שלום עליכם הרב הגאון מ'גראדער שליט''א,
נא. מיר ווארטן שוין אויף די חנוכה מדרשים מברויך דאך עפעס קענען נאך זאגן פאר די קינדער'לעך ביי די לעכטעלך.


היות די צייט איז באגרעניצט וועלן מיר דערווייל ממשיך זיין מיט די פרשת השבוע, חנוכה וועלן מיר לאזן אויף קומענדיגע יאר אי"ה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

גראדער האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:שלום עליכם הרב הגאון מ'גראדער שליט''א,
נא. מיר ווארטן שוין אויף די חנוכה מדרשים מברויך דאך עפעס קענען נאך זאגן פאר די קינדער'לעך ביי די לעכטעלך.


היות די צייט איז באגרעניצט וועלן מיר דערווייל ממשיך זיין מיט די פרשת השבוע, חנוכה וועלן מיר לאזן אויף קומענדיגע יאר אי"ה.

מיר ווארטן מיט שפאנונג
דער פון אויבן זאל אייך באצאלן בזה ובבא
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

גראדער האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:שלום עליכם הרב הגאון מ'גראדער שליט''א,
נא. מיר ווארטן שוין אויף די חנוכה מדרשים מברויך דאך עפעס קענען נאך זאגן פאר די קינדער'לעך ביי די לעכטעלך.


היות די צייט איז באגרעניצט וועלן מיר דערווייל ממשיך זיין מיט די פרשת השבוע, חנוכה וועלן מיר לאזן אויף קומענדיגע יאר אי"ה.


נו גראדער?? די שאף זענען הונגעריג! וועט זיין סחורה די וואך?
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:נו גראדער?? די שאף זענען הונגעריג! וועט זיין סחורה די וואך?


איך האב יעצט געוואלט פרעגן די זעלבע שאלה
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

jkup50 האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:שלום עליכם הרב הגאון מ'גראדער שליט''א,
נא. מיר ווארטן שוין אויף די חנוכה מדרשים מברויך דאך עפעס קענען נאך זאגן פאר די קינדער'לעך ביי די לעכטעלך.


היות די צייט איז באגרעניצט וועלן מיר דערווייל ממשיך זיין מיט די פרשת השבוע, חנוכה וועלן מיר לאזן אויף קומענדיגע יאר אי"ה.

מיר ווארטן מיט שפאנונג
דער פון אויבן זאל אייך באצאלן בזה ובבא

איך מיין אז די יאר (תשע"ב) איז די קומעדיגע יאר וואס די האסט פאראיאר פארצייכנט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

איך קען שוין נישט שטיין "גראדער ווי גראד" כ'בין שוין אזוי עקסייטעט אז גראדער האט געזאגט אז ס'קומט נאך......
אויף דיינע ארטיקלן זאגצעך זייער גוט "ומאהבתך שאהבת אותו ומשמחתך ששמחת בו קראת את שמו .... וישורון א לשון פון גראדער!!!!!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יישר כח הרב גראדער
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

גראדער מיר ווארטן
עס איז שוין די
קימענדיגע יאר
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”