אנטלאפן פון עשו, גלייך צו... לבנ'ן... מיט א פרישקייט...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

אנטלאפן פון עשו, גלייך צו... לבנ'ן... מיט א פרישקייט...

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 7:08 am

מורי ורבותי אהובי וידידי תושבי הקרעשטמע והגלילות כל אחד בשמו הטוב יתברך ויתהלל, איך האב באמת הנאה פון די אלע קאמפלימענטן וואס דער עולם שיט דא אזוי ברחבות אויף מיין חשבון, ס'איז מיר א היבשע שטויסקראפט צו שרייבן ווייטער, אבער די וואך, און ווארשיינליך די קומענדיגע צוויי וואכן זענען די טירדות גאר גרויס, איך האב ממש נישט געהאט קיין רגע צייט די וואך זיך מצמצם זיין צו שרייבן, אבער נאכן זעהן די הפצרות פונעם ציבור, און נישט וועלנדיג דער עולם זאל אויסגעבן די כעס אויף גלגל... האב איך מקדיש געווען דעם ליל שישי און דאס איז וואס איז ארויסגעקומען, טאקע ווייניג, אבער כאטש בעסער ווי גארנישט, כ'האף אז די קומענדיגע צוויי וואכן זאל איך קענען אניאגן כאטש עפעס, לכתחילה ווי מער, ווערט אבער נישט דערשראקן, נאך די צוויי וואכן וועט אלעס צוריקגיין צום אלטן און די פרשה וועט אי"ה ווערן באשריבן ביתר שאת וביתר עוז.

נ.ב. קרעמער, ביטע זאג אן פאר די וואס פרינטן עס ארויס גלייך פון דא, אראפצונעמען די פאר שורות...

וזה החלי בעזהשי"ת

מדרש ויצא

אויף א פארשטויבטן וויסטן וועג, אונטער דעם ברענעדיגן זון, גייט אן עלטערער מענטש אין וועג.

א ברייטביינערדיגער קעמל שלעפט זיך מיט, דער קעמל קרעצט פונעם שווערן לאסט גאלד און זילבער וואס מ'האט אנגעלאדענט אויף זיינע פלייצעס, א ברים נאך א ברים, א טריט נאך א טריט, און אט דערנענטערט מען זיך צום שטאט שכם.

אויף א בארג דערנעבן שטייען באהאלטן 10 באוואפענטע פארשוינען מיט זייער פירער אין שפיץ, זיי לאקערן אויפן דוכגייער פון אלע זייטן און ווארטן אויפן סיגנאל פונעם פירער ווען דורכצופירן דעם אפגעשמועסטן איבערפאל, זיי האבן אים גוט ארומגענומען פון אלע זייטן, און ער ווייסט גארנישט אין וואסערע פאסטקע ער שפאצירט יעצט אריין.

פלוצלונג שטעלט ער זיך אפ, עפעס דאכט זיך אים אז ער הערט א אומגעווענליכע גערודער אינעם פוסטן וועג, ער קוקט זיך גוט ארום אויף אלע זייטן זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג, ווען דער פירער באמערקט דעם פלוצמ'דיגן אפשטעל, גיבט ער גלייך דעם סיגנאל, און ביז א סעקונדע זענען די באוואפענטע חברה ארויסגעשפרינגען פון זייערע לעכער און דורכגעפירט דעם איבערפאל.

שטייט ער אזוי ארומגענומען מיט צען אויסגעשטרעקטע שווערדן, און ווארט צו הערן וואס מ'וויל דא פון אים, פלוצלונג באמערקט ער זייער פירער, און אלעס איז אים שוין קלאר.

"אליפז! וואס גייט דא פאר? אזוי צו דערשרעקן אן אלטן פעטער, וואס איז דער שפיל דא?"

"הער זיך צו פעטער יעקב, מיין טאטע דער גרויסער עשו האט מיר באפוילן איך זאל דיר נאכיאגן און הרג'נען, דו ווייסט דאך אז איך האב זיך געלערנט פון טאטן מקיים צו זיין מצות כיבוד אב, מוז איך פאלגן מיין טאטן, זאג שנעל ווידוי, ווייל דיינע מינוטן זענען געציילטע!"

"אליפז, איך בעט דיר, ביזט דאך קוים א דרייצן יעריגער אינגל, פארוואס זאלסטו זיך שוין דרייען אין די וועלדער באראבעווען מענטשן, גיי אביסל צום זיידן, דארט וועסטו קענען לערנען תורה מיט יראת שמים, איך קען דיר, איך ווייס דו ביזט נישט אזא שלעכטער מענטש, איך ווייס אז דו ווילסט מיר נישט אומברענגען."

"הער מיר אויס פעטער, איך וויל דיר טאקע באמת נישט הרג'נען, איך ווייס ווי שטארק די באבע רבקה האט דיר ליב, און אפילו דער זיידע וועט זיך שטארק מצער זיין צו הערן אז איך האב דיר גע'הרג'עט, אבער דאך קען איך נישט צוריק קומען צו מיין טאטען און אים זאגן אז איך האב דיר סתם אזוי פריי געלאזט, גיב מיר עפעס אן עצה וואס אים צו זאגן."

"אז דו ווילסט טאקע, האב איך א אויסוועג פאר דיר, דו ווייסט דאך אז אן ארימאן ווערט פאררעכנט פאר א טויטער, דא האסטו, נעם דעם גאנצן אייזל מיט מיין גאנץ פארמעגן, סיי וואס מיין טאטע מאמע האבן מיר מיטגעגעבן, סיי מיין אייגן ביסל אפגעשפארט געלט, נעם אלעס אוועק פון מיר, וועסטו רוהיג קענען מקיים זיין דיין טאטנ'ס באפעל, וועסט מיר האבן געמאכט א טויטער."

"איך האב געוואוסט אז דער פעטער וועט מיט עפעס אויפקומען" האט אליפז זיך אנגערופן, ער האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע חברה, "נעמטס דעם אייזל, און מ'גיימיר שוין צוריק קיין חברון!" (ספר הישר)

און יעקב איז געבליבן נאר מיט זיין שטעקן אין די האנט.

ווען עשו האט געהערט אז אליפז האט געלאזט יעקב ביים לעבן, האט ער געשוימט פאר כעס, ער האט שנעל צוזאמגענומען זיינע אייגענע גיבורים, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אין א געיעג נאך יעקב, ער האט איינגעשפאנט די שנעלסטע פערד, וואוסענדיג אז יעקב גייט צופיס איז ער געווען זיכער אז ער וועט אים באצייטנס כאפן און ער וועט אים שוין ווייזן אז ער איז נישט דער אינגעלע אליפז פון וועם מ'קען זיך ארויסדרייען מיט תורה'לעך.

"מיר איז נישט גענוג ער זאל זיין טויט מיט א פשט'ל! מיט מיין אייגענעם שווערד וועל איך אים אומברענגען!"

דער באשעפער אין הימל האט אבער אנדערע פלענער, ער ווייסט אז יעקב דארף נאך אויפשטעלן די הייליגע צוועלעף שבטים, ער האט נאך אסאך אויפצוטון אויף די וועלט, קען מען דאך נישט צולאזן דער ווילדער עשו זאל אים שוין אומברענגען.

עשו גאלאפירט מיט זיין פארשוויצטן פערד, ער ווייסט אז ער האט נאך צוויי שעה ביזן זון אונטערגאנג, ביז דעמאלס האפט ער צו טרעפן א גוטן פלאץ פון וואו צו לאקערן אויף יעקב ער זאל אים קענען כאפן און הרג'נען.

פלוצלונג אזוי אומגערישט באמערקט ער ווי ס'הייבט אן צו ווערן נאכט, "וואס גייט דא פאר?" שרייט עשו צו זיינע חברה, "פארוואס ווערט אזוי פרי נאכט?! פארוואס גייט שוין די זון אונטער?" אבער קיינער פון זיין באנדע האט נישט קיין תירוץ צו זיין שאלה, בלית ברירה שטעלן זיי זיך און די זייט, מ'שטעלט אויף די געצעלטן, און מ'גרייט זיך איבערצונעכטיגן די נאכט דארט.

"באמת האב איך נישט מורא" זאגט עשו פאר די חברה, "מיר האבן שוין זיכער אריבערגעיאגט יעקב, און ס'נישט מעגליך ער זאל אנקומען קיין חרן אן דורכגיין דעם פלאץ וואו מיר שטייען יעצט, זיכער וועט ער צופרי דא אריבערגיין, וועלן מיר זיין גרייט אים צו כאפן.

יעקב האט געוואוסט אז עשו יאגט אים נאך, ער האט פרובירט זיך צו דערווייטערן וואס מער, אבער היות ס'איז טונקל געווארן האט ער זיך אויך געמוזט אפשטעלן, (חזקונו) יעקב דאוונט מעריב, ער איז גוט אויסגעמוטשעט, די לעצטע פערצן יאר איז ער געזעצן און געלערנט מיט התמדה אין ישיבה פון שם ועבר, ער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין קיין ביינאכט, שפארט ער זיך יעצט אן צו כאפן א קליינעם דרימל.

אינדערפרי איז יעקב אויפגעשטאנען פארטאגס, ער האט זיך גענומען גיין ווייטער אין וועג, ווען ער איז דורך א טייכל האט ער פלוצלונג באמערקט ווי דער טייך שפאלט זיך און עפנט א דורכגאנג פאר אים, "מ'קען זיך דאך איינשפארן אזוי א היבש שטיקל וועג" האט יעקב געטראכט צו זיך, איז ער מיט זיין שטעקן אריבער דעם טייך און איבערגעיאגט עשו וואס האט אזוי שטארק געווארט אים צו זעהן דורכגיין דעם געצעלטל זיינעם. (ילקוט מעם לועז)

עשו איז נעבעך מיד געווארן ווארטענדיג אויף יעקב וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען דארט, מיט אן אראפגעלאזטען מוט איז ער אהיימגעקומען מיט ליידיגע הענט.

ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער ווידער אויסגעגעבן זיין כעס אויף אליפז, "דו שוטה דו! האסט געהאט דעם יעקב אין דיינע הענט און דו האסט אים געלאזט לעבן, זאג מיר איין גוטע סיבה פארוואס דו האסט עס געטון."

"איך וועל דיר זאגן טאטע," האט אליפז פרובירט צו בארוהיגן דעם גערעגט עשו, "דו ווייסט דאך אוודאי אז דער אויבערשטער האט געזאגט פארן זיידן אברהם אז זיינע קינדער וועלן זיין קנעכט פיר הונדערט יאר, האב איך מיר געמאכט אזא חשבון, די קינדער מיינט דאך פון זיידן יצחק נישט פון ישמעאל, אויב איך וועל הרג'נען יעקב פאר ער האט קינדער וועלן מיר צו אונזערע קינדער דארפן גיין גלות ליידן הונדערטער יארן, האב איך אים ענדערש געלאזט לעבן אלס עני ואביון, און לאז ער מקיים זיין די הבטחה פון גלות..." (מדרש נר השכלים מתימן)

עשו האט זיך ענדליך בארוהיגט, "אה מיין טייערער אליפזל, איך שעפ נחת פון דיר."

יעקב האט געוואוסט אז ער דארף גיין אויף חרן, זיינע עלטערן האבן אים געהייסן זיך משדך זיין מיט איינע פון די טעכטער פון זיין פעטער לבן, אבער דאך איז ער נישט געווען רוהיג מיט דעם באשלוס, ער האט געוואוסט אז ווען זיין טאטע יצחק האט געוואלט פארלאזן ארץ ישראל און גיין קיין מצרים ביים הונגער, האט זיך דער באשעפער באוויזן צו אים און אנגעזאגט נישט ארויסצוגיין פון ארץ ישראל, "ווער זאגט אז יעצט איז יא דער רצון השם איך זאל ארויסגיין פון הייליג לאנד" האט יעקב געטראכט צו זיך, יעקב האט באשלאסן "וואו האט דער אויבערשטער געגעבן דעם באפעל פאר מיין טאטן נישט ארויסצוגיין פון ארץ ישראל, אין באר שבע האט ער זיך באוויזן צו אים, איך וועל גיין קיין באר שבע, און לאמיר זעהן צו איך וועל יא באקומען רשות צו גיין."

יעקב איז געגאנגען קיין באר שבע, און דער רבש"ע האט אים געגעבן רשות ארויסצוגיין פון ארץ ישראל. (מדרש רבה סח ה)

נאכן באקומען רשות האט זיך יעקב ענדליך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ער איז ארויס פון באר שבע צו גיין קיין חרן, יעקב האט געוואוסט אז ער האט א וועג פון זיבעצן טאג פאר זיך, און צו עסן האט ער גארנישט, אפילו דאס ביסל ברויט וואס ער האט מיטגענומען מיט זיך האט איך אליפז צוגענומען, אבער ער איז נישט באזארגט, ער ווייסט אז דער אויבערשטער פארלאזט אים נישט, ער איז זיכער אז ער וועט נאך האבן היינט וואס צו נעמען אין מויל אריין, און אזוי טראכטענדיג דערזעהט ער זיך אין חרן.

אנקומענדיג צום טויער פון חרן האט זיך יעקב געמאכט א חשבון, "באמת דארף איך יעצט אנקומען צו אסאך הילף פונעם גרויסן באשעפער, איך דארף דאך מתפלל זיין און בעטן איך זאל ניצל ווערן פון עשו, נישט פארנארט ווערן פון לבן, טרעפן א גוטן שידוך, ווי קען עס זיין אז איך בין אריבער דעם מזבח וואס דער זיידע אברהם האט געבויעט אין לוז און איך האב דארט נישט מתפלל געווען, דער טאטע יצחק פלעגט דאך אויך אסאך מאל מתפלל זיין אויף יענעם פלאץ, איך מיין אז ס'וואלט געווען כדאי צוריק צו גיין קיין לוז צו מתפלל זיין דארט."

ווי נאר יעקב האט אזוי געטראכט איז די ערד אים אנטקעגן געקומען און ער האט זיך דערזעהן אין לוז.

יעקב האט זיך צוגעגרייט מתפלל צו זיין, דער רבש"ע וואס האט שוין געווארט אויף די תפלה פון יעקב האט געמאכט א חשבון, דאווענען דארף מען דאך אין א בית המדרש, האט ער געמאכט נאך א נס, דער פלאץ פון די עקידה, דער פלאץ ווי דער בית המקדש וועט שטיין אויפן הר המורי' איז געווארן אויסגעריסן פון פלאץ און געקומען צו יעקב אין לוז. (חזקונו ע"פ שיטת רש"י)

יעקב האט מיט א צובראכן הארץ אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים. (מדרש רבה סח יא)

די זון האט אנגעהויבן אונטערצוגיין, יעקב האט געזעהן אז ער מוז גיין שלאפן, ער האט נישט געוואלט אריינגיין ''אינעם'' שטאט לוז, אפילו דארט וואלט ער געקענט שלאפן אויף א באקוועמע בעט, און אינדרויסן פון שטאט האט ער נאר געהאט שטיינער אויף וואס צו שלאפן, דאך האט ער געוואוסט אז ביינאכט שפארט מען צו די טויערן, און יעקב האט געוואלט שוין פארטאגס מתפלל זיין ביים פלאץ פונעם מזבח, נאך פאר מ'וועט עפענען די טויערן פון שטאט, (חזקונו)

שלאפן אינדרויסן פון שטאט איז נישט אזא בא'טעמ'טע זאך, ס'קענען קומען חיות טורפות אינמיטן די נאכט, האט יעקב צוזאמגענומען שטיינער צו בויען א מויער ארום זיין קאפ, צוועלעף שטיינער האט ער צוזאמגענומען (קעגן די צוועלעף שבטים וואס ער וועט אויפשטעלן – מדרש רבה סח יא) און זיך געבויעט א מרזב ארום דעם קאפ.

יעקב האט נאכנישט געוואוסט אז דער הר המורי' איז געקומען קיין לוז, אומוויסנדיג האט ער גענומען די צוועלף שטיינער פונעם מזבח אויף וואס ס'איז פארגעקומען די עקידה פון זיין טאטן יצחק. (פרקי דר"א פל"ה)

די שטיינער האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן, יעדער שטיין האט געוואלט האבן די זכי' יעקב אבינו זאל לייגן זיין הייליגער קאפ אויף אים, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס און פון אלע שטיינער איז געווארן איין שטיין, (רש"י בשם גמ' חולין) און נישט סתם א שטיין איז עס געווארן, נאר א באקוועמע ווייכע פעדערנע בעט פארן הייליגן צדיק. (מדרש רבה סח יא)

דער הייליגער צדיק פארמאכט נאר זיינע אויגן און א וואונדערליכער חלום אנטפלעקט זיך פאר אים.

דער גרויסער באשעפער שטייט העכער זיין קאפ, און א ריזיגער גיגאנטישער לייטער שטייט אויף דער ערד אין באר שבע, שיף ארויף ביזן הימל העכער בית קל, ברייט אכט טויזנט פרסאות (גמ' חולין צא) און מלאכים גייען ארויף און אראפ.

ער זעהט ווי דער מלאך דער שר פון בבל גייט ארויף זיבעציג טרעפ אויפן לייטער, און ער קומט אראפ, דער שר פון מדי גייט ארויף צוויי און פופציג טרעפ, און ער גייט אראפ, דערנאך קומט דער שר פון יוון, ער גייט ארויף הונדערט אכציג טרעפ, און ער קומט אראפ, דער שר פון אדום קומט אויך צו גיין, ער גייט ארויף, און יעקב זעהט אים נישט אראפקומען, יעקב איז געווארן באזארגט, ער האט פארשטאנען אז די אלע שרים פון די פעלקער גיין נאר ארויף אזויפיל טרעפ וויפיל יאר די אידן וועלן זיין אין גלות ביי זיי, און דא גייט דער שר פון אדום, דאס איז דער לעצטער יעצטיגער גלות ארויף אזוי הויך אז ער זעהט נישט דעם סוף, האט ער זיך דערשראקן און געפרעגט דעם באשעפער, וואס גייט פאר אז דער שר פון אדום קומט נישט אראפ.

"זארג זיך נישט יעקב" האט אים דער באשעפער געענטפערט, "ווי הויך ער זאל נאר אנקומען וועל איך אים פון דארט אראפשיקן." (מדרש רבה ויקרא כט)

די צוויי מלאכים וואס דער אויבערשטער האט געהאט געשיקט צו ראטעווען לוט פארן איבערדרייען סדום האבן זיך געהאט פארזינדיגט מיט צוויי זאכן, איינס, דער אויבערשטער האט זיי נאר געהייסן ראטעווען לוט און נישט אים דערציילן פון פאראויס אז סדום גייט ווערן איבערגעדרייט, צווייטנס האבן זיי געזאגט פאר לוט "מיר" גייען איבערדרייען סדום, ווי גלייך זיי קענען עפעס טון אנעם באשעפער, דעריבער זענען זיי געשטראפט געווארן, הונדערט אכצן יאר זענען זיי געבליבן פארשטויסן אויף די וועלט און זיי האבן נישט געהאט די זכי' צוריק ארויפצוגיין אין הימל, יעצט ווען יעקב איז אנטלאפן פון עשו האט דער רבש"ע געשיקט די מלאכים באגלייטן יעקב און אים היטן, ווען יעקב האט איז יעצט איינגעשלאפן זענען די מלאכים ענדליך צוריק ארויפגעגאנגען אין הימל. (ילמ"ל)

די מלאכים האבן געזאגט פאר די שרי מעלה,איר זעט אלעמאל די צורה פון יעקב אבינו אויסגעקריצט אויפן כסא הכבוד, איר קענט אים יעצט זעהן לעבעדיג, יעקב געפינט זיך יעצט אויפן מקום המקדש, זענען די מלאכים געלאפן צום לייטער אנקוקן זיין הייליגע צורה, די מלאכים זענען געטאנצן און געשפרינגן לכבוד דעם הייליגן יעקב, צום סוף האט יעקב געזעהן ווי די מלאכים וואס האבן אים באגלייט אין ארץ ישראל גייען ארויף, און צוויי נייע מלאכים אים צו באגלייטן אין חוץ לארץ קומען אראפ. (מדרש רבה סח יב)

דער אויבערשטער זאגט פאר יעקב:
"איך בין דער גאט פון דיינע עלטערן אברהם און יצחק, דער לאנד אויף וואס דו שלאפסט יעצט, ס'האט דעם גאנצן ארץ ישראל צוזאמגעוויקלט אונטער זיך, פאר דיר און פאר דיינע קינדער וועל איך עס גיבן, זיי וועלן עס אייננעמען אזוי גרינג ווי מ'נעמט איין אזא קליין שטיקל פלאץ ווי דו שלאפסט יעצט.

דיינע קינדער וועלן זיין אזוי סאך ווי די שטויב אויף דער ערד, און בעיקר ווען זיי וועלן זיין אזוי נידריג ביז די שטויב פון דער ערד, דעמאלס וועלן זיי זיך שטארקן און פארשפרייטן אויף אלע זייטן, (מדרש רבה שמות כה ט) און אין דיר, וואס דו וועסט האבן נאר ערליכע קינדער צדיקים, וועט זיך יעדער בענטשן. (מדרש הבאור)

איך בין מיט דיר, און איך וועל בלייבן מיט דיר אפי' ווען דו גייסט ארויס אויף חוץ לארץ, איך וועל דיר היטן פון עשו און פון לבן, ביז איך וועל דיר צוריק ברענגען קיין ארץ ישראל, איך וועל דיר נישט פארלאזן ביז איך וועל מקיים זיין דאס וואס איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן איבער דיר, אז פון דיינע קינדער וועט ארויסקומען דער אידישער פאלק."

נאך די נבואה האט זיך יעקב אויפגעכאפט, "אזא הייליגע נבואה האב איך געהאט, איך האב גארנישט געוואוסט איך שלאף אויף אזא הייליגן פלאץ, ווען איך ווייס וואלט איך נישט געשלאפן דא, איך וואלט זיך צוגעגרייט צו באקומען די נבואה. (ספורנו) ס'מוז זיין אז דער הר המורי' איז אהערגעקומען און דא איז דער טויער פון הימל ווי די תפלות גייען ארויף."

גלייך ווען עס איז געווארן פארטאגס איז יעקב אויפגעשטאנען צו דאווענען שחרית. (מכילתא בשלח)

יעקב האט גענומען דעם שטיין וואס ער האט געהאט צוגעגרייט ארום זיין קאפ, ס'איז שוין יעצט געווען איין שטיין, ער האט עס באגאסן מיט אויל וואס איז אראפגעקומען פון הימל (פרקי דר"א פל"ה) כדי מקדש צו זיין פאר א מזבח (רש"י) און כדי ער זאל עס דערקענען ווען ער וועט צוריק קומען. (אבן עזרא)

אלס רמז צו דעם אז דער הייליגער מקום המקדש איז געקומען אויף לוז, האט יעקב א נאמען געגעבן דעם שטאט בית קל. (חזקונו)

יעקב האט געמאכט א נדר, "ווען דער אויבערשטער וועט זיין מיט מיר און מקיים זיין די אלע זאכן וואס ער האט מיר צוגעזאגט די נאכט, איך וועל קענען זיין אפגעהיטן אין לבן'ס שטוב נישט צו זינדיגן, און ער וועט מיר העלפן מיט אלעם וואס איך טו, וועל איך אויף דעם שטיין מקריב זיין קרבנות, און אלעס וואס איך האב וועל איך מעשר'ן.

יעצט איז שוין יעקב גארנישט געווען באזארגט, נאכן באקומען אזא אפענע ברכה און הבטחה פונעם אויבערשטן אליינס איז יעקב געווען גאר בשמחה, די פיס האבן זיך אים געהויבן פון זיך אליינס צו גיין אין וועג אריין, און אזוי ווי ער האט נאר געשטעלט אפאר טריט איז ער אנגעקומען קיין חרן.

אנקומענדיג אינדערויסן פון שטאט האט שוין יעקב געזעהן די ריזיגע פעלדער ווי די שעף פון די חרן'ער שטאטסלייט פאשען די שעף, פאר יעקב האט זיך געזעגנט פון זיין מאמע רבקה האט זי אים געזאגט, "אזוי ווי מיין שידוך מיט דיין טאטן יצחק איז געווארן ביים ברונעם, זאלסטו אויך גיין צום ברונעם אין חרן, און אויב דער באשעפער וועט דיר דארט צושיקן א ערליכע טאכטער פון לבן וואס קוקט אויס ווי מיר, זאלסטו וויסן אז דאס אין דיין באשערטער זיווג." (בעל הטורים)

די זון איז נאך געווען אינמיטן הימל, ס'האט זיך נאכנישט אנגעזעהן קיין שום צייכן אז דער טאג האלט ביים קומען צו אן ענדע, דעריבער איז יעקב געווען גאר פארוואונדערט ווען ער האט געזעהן דריי סטאדעס הויערן לעבן דעם ברונעם.

יעקב האט אנגעהויבן א פריינטליכן שמועס מיט זיי, "ברודער, פון וואו זענט איר?"

"פון חרן"

"זאגט מיר, קענט איר מיין פעטער דעם לבן?

"יא אוודאי, ווער קען נישט דעם לבן."

"איר ווייסט דאך אוודאי אז זיין זיידע, נחור, איז געווען גאנץ א פיינער מענטש, זיין טאטע דער בתואל איז שוין גארנישט געווען אזא צדיק, ווייסט איר אפשר אויף וועמענס נאמען לבן פאררופט זיך, גרויסט ער זיך מיט זיין פארדארבענעם טאטן, צו מיט זיין ערליכן זיידן?" פרעגט יעקב.

"נחור איז גאר ארויפגעקוקט דא ווייל ער איז געווען א ברודער מיט'ן גאר חשובן אברהם, דעריבער רופט זיך לבן אויף נחור'ס נאמען." (רמב"ן)

"זאגט מיר נאך איין זאך, איך וויל נישט מטריח זיין לבן אין א צייט וואס ער איז פארנומען מיט א שמחה צו חלילה פארקערט, איז אלעס יעצט אין ארדענונג ביי אים אין שטוב?" (ספורנו)

"יא, דארפסט זיך נישט זארגן, בכלליות איז אלעס בסדר ביי אים, אבער אז דו ווילסט יא וויסן וואספארא צדיק דער לבן איז וועלן מיר דיר דערציילן אביסל.

צום אלעם ערשטן איז ער א קארגער רוח, לעצטנס איז געווען א שטיקל מגיפה ביי זיינע שעף, (תרגום יונתן) פארגינט ער זיך נישט קיין פאסטיכער, און ער צווינגט זיינע טעכטער אליינס צו פאשען די שאף. (אוה"ח)

און באמת איז גוט אזוי, ווייל ער וואלט ממילא נישט געטראפן קיין פאסטוכער, ער איז אזא דריי קאפ דער לבן, אז די האלבע שטאט האט זיך שוין אפגעבריט פון זיינע כיטרע שטיק, אזוי אז קיינער וויל ממילא נישט גיין ארבעטן צו אים. (ילמ"ל)

אט קענסטו שוין זעהן ווי זי טאכטער רחל גייט קומען מיט די שאף, אויב ווילט איר וויסן מער וועגן לבן פרעגט פון רחל, די פרויען זענען מער רעדוועדיג, זיי האבן אלע מער ליב צו דערציילן אסאך." (מדרש רבה ע יא)

"נאר רחל שיקט ער? לאה פאשעט נישט די שאף?"

"ניין, לאה קומט נישט, זי האט עפעס שוואכע פארוויינטע אויגן, האט ער מורא אז די זון וועט שאטן פאר איר." (רמב"ן)

"זייטס נישט ברוגז ברודער, אבער איך וויל אייך פרעגן, פארוואס זיצט איר דא אינמיטן טאג נעבן דעם ברונעם? גיבטס פאר די שאף צו טרינקען און גייטס פאשען ווייטער, דער טאג איז דאך נאך גרויס."

"אז איר פרעגט וועלן מיר אייך מסביר זיין, היות מיר האבן מורא אז מענטשן קענען אריינפאלן אינעם ברונעם, לייגן מיר ארויף אזא ריזיגן שטיין וואס זאל צודעקן דעם גאנצן עפענונג." (רשב"ם)

"נו וואס איז דער פראבלעם, איר זענט דאך דא דריי סטאדעס, דאס הייסט די פאסטוכער, די שומרים מיט אלע העלפערס, אזא גרויסע גרופע מענטשן קענען נישט אראפנעמען דעם שטיין?"

"וואס רעדט איר, האט איר אמאל פרובירט צו רירן דעם שטיין פון פלאץ? מ'דארף ווארטן ביז אלע פאסטוכער קומען זיך צוזאם, און נאר מיט אלע כוחות אינאיינעם קען מען עס אראפנעמען."

יעקב איז געווען שטארק אפגעשוואכט פונעם וועג, פונדעסטוועגן, באלד ווען ער האט געזעהן אז רחל קומט האט ער געגעבן א נעם אראפ דעם שווערן שטיין ווי א מענטש נעמט אראפ דעם דעקל פון א פלאש.
אנשטאט מ'זאל דארפן ארויפשעפן וואסער ווי אלעמאל, איז פלוצלונג די וואסער ארויפגעקומען און זיך גענומען ארויסגיסן מיט א גרויסע שפע, די גאנצע צוואנציג יאר וואס יעקב איז געבליבן אין חרן האט די וואסער ארויסגערינען פון ברונעם מיט א מורא'דיגע שפע. (תרגום יונתן)

רחל איז אנגעקומען צום ברונעם, און יעקב אבינו מיט רחל אמנו האבן זיך צוזאמגעטראפן...
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג דעצמבער 02, 2011 6:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:31 am

אה, ב"ה
כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.

א אמת'ן ישר כוח פארן זיך ספעציעל אנשטרענגן.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:47 am

נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען אבער א ריזיגען שקויעך
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:50 am

נאט אייך אין פי די עף
צוגעלייגטע
מדרש ויצא.pdf
(67.58 KiB) דאונלאודעד 355 מאל

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:54 am

ישר כוח הרב אויפריכטיג פארן פ.ד.פ
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:02 am

ישר כח מורינו ומאלופינו הרב גראדער שליט"א
שכרך הרבה מאד.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:26 am

געכאפט און געלאפן, יוש איז שפעט צום שבת, יש"כ

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 10:21 am

יישר כח גראדער

און אויב די פארנומענקייט איז א זאך וואס ברענגט געלט, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דו זאלסט מאכן מער געלט אויף גרינגערע אופנים, און דאס צייט זאלסטו קענען ווידמען אויף צו לערנען תורה שבכתב מיט אידישע קינדער.

יישר כח אויפריכטיג פארן פי די עף

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:09 am

יישר כח הרב גראדער שליט"א
נאט אייך א גרינע...


1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:15 am

א אמת'ן ישר כוח פארן זיך ספעציעל אנשטרענגן הרב גראדער שליט"א, גיימערעס ארויספרינטען.

שכוח אויפריכטיג פאר'ן פדפ
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:22 am

א ריזיגע שכוח פאר די עקסטרא טירחא

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:36 am

שכוח גראדער, זאלסט זיין געבענטשט!

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:41 am

איז עס טאקע נאר געמאכט צו דערציילן פאר די קינדער?
איך אליינס באלעק זיך די האנט פלאכן מיט דיינע ארטיקלען!!

א גרויסן שכח. ס'זאל דיר זיין צו מצוה.

שמויגער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 11:57 am

קרעמער האט געשריבן:יישר כח גראדער

און אויב די פארנומענקייט איז א זאך וואס ברענגט געלט, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דו זאלסט מאכן מער געלט אויף גרינגערע אופנים, און דאס צייט זאלסטו קענען ווידמען אויף צו לערנען תורה שבכתב מיט אידישע קינדער.

יישר כח אויפריכטיג פארן פי די עף


יישר כח... פרינטער פרינט,
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 12:02 pm

יישר כח אייך

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 12:22 pm

ר גראדער איך זאג עס טאקע נישט איעדע וואך , אבער זאלסט וויסען איך מיט מיין בני בית מיט די טייערע קינדערליך זענען זיך מחיה מיט אידע ווארט, סיי די תוכן. סיי די שפראך , מיר קיקען זייער ארויס דערויף

ישלם השם פעלך ותהי משכרתיך מעם השם

יישר כח אויפריכטיג סליינט זיך געשמאקער אין 2 קאלומס

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 1:00 pm

פרינט פרינט שנעל עס איז שוין שפעיט מען דארף שוין גיין עס איז שוין באלד שבת..

אי"ה נאך שבת וועט קומען די קאמפלימענטן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 2:07 pm

איך זוך און זוך, ווי ליגט גראדער'ס ויצא???
אה, ס'מיר גארנישט בייגעפאלן צו זוכן אין "היימישע קרעטשמע"...

ישר כח

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 2:46 pm

פפפ


----
יישר כחם פאר די עקסטערע טירחא!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג נובעמבער 14, 2010 1:22 am

אקעי איך גיי מיך נישט אפרעדן, ווייל סוף כל סוף טוטסטו דאך א טובה וואך איין וואך אויס, נו אז ויצא איז א אויסנאם, נעם איך אן דעם תירוץ, אבער סתם אויב חלילה ס'וועט זיך דיר נאכמאל מאכן אזא טירחה, לדעתי וואלט מער כדאי געוועהן צו לייגן א דגוש אויף די צווייטע האלב סדרה, דארט ווי דער עולם קען נישט אזוי גוט, די פאפעריי פון לבן, די שאף, נקודים וכו',

אבער אז דו האסט יא געשריבן ווען עשו און אליפז, איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט צוגעברענגט דעם מדר' וואס דער חיד"א ברענגט אז יע"א איז אריין אין א וואסער זייענדיג אנע קליידער ווייל אליפז האט אים בארויבט ביזן בלויזן קערפער, און א רייטער האט זיך דעטראנקען....כו'

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג נובעמבער 14, 2010 3:18 am

שאץ מאץ האט געשריבן:אקעי איך גיי מיך נישט אפרעדן, ווייל סוף כל סוף טוטסטו דאך א טובה וואך איין וואך אויס, נו אז ויצא איז א אויסנאם, נעם איך אן דעם תירוץ, אבער סתם אויב חלילה ס'וועט זיך דיר נאכמאל מאכן אזא טירחה, לדעתי וואלט מער כדאי געוועהן צו לייגן א דגוש אויף די צווייטע האלב סדרה, דארט ווי דער עולם קען נישט אזוי גוט, די פאפעריי פון לבן, די שאף, נקודים וכו',

אבער אז דו האסט יא געשריבן ווען עשו און אליפז, איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט צוגעברענגט דעם מדר' וואס דער חיד"א ברענגט אז יע"א איז אריין אין א וואסער זייענדיג אנע קליידער ווייל אליפז האט אים בארויבט ביזן בלויזן קערפער, און א רייטער האט זיך דעטראנקען....כו'


איך האב געוואוסט פון די מדרשים אז אליפז האט צוגענומען פון יעקב אויך די קליידער יוצא צו זיין דעם עני חשוב כמת אפילו לשיטת בריסק... אבער נאכן באקומען קלעפ ביים שרייבן דעם ויתרוצצו וואס מ'לערנט מיט אלע קינדער אין חדר האב איך שוין מורא געהאט צו רעדן פון יעקב'ן אנע בגדים, דרך אגב איז דא א מדרש אז יעקב איז אריין אין א מרחץ צופרי, ער האט זיך פארזוימט אזוי לאנג ביז פאר עשו איז נמאס געווארן צו ווארטן אויף אים.

אז מ'רעדט שוין, האט מיר איינער געפרעגט, עשו שיקט אליפז הרג'נען יעקב, און ער קומט צוריק מיט א פשט'ל, וויאזוי ארבעט עס? והוא מפרק, ווען אליפז האט באגעגנט יעקב, האט אים יעקב געזאגט וואס עפעס שוין הרג'נען, דער טאטע דיינער האט דאך געזאגט יקרבו ימי אבל אבי, און יצחק לעבט נאך, האט אים אליפז געזאגט דער זיידע איז דאך בלינד, און סומא חשוב כמת, האט אים יעקב געזאגט אויב קומסטו מיר הרג'נען מיט פשט'לעך, האב איך אויך א פשט'ל, עני חשוב כמת און איך בין טויט...

חוץ מזה, א גרויסן יישר כח פארן מיר פארגעבן אויף די וואך, אבער מיר האבן זיך שוין באווארנט אז די קומענדיגע צוויי וואכן ערווארטעט אונז געוואלדיגע טירדות בסוגית בזיעת אפיך, מ'האף מיר צו קענען כאטש עפעס שרייבן אין די צוויי וואכן, דערנאך וועט האפענטליך אלעס זיין צוריק על מכונו ביתר שאת ובית עוז.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » זונטאג נובעמבער 14, 2010 9:02 am

מכאן הקריאה יוצאותהרב שאץ איר זענט דאך גארנישט אונטערשטעליג מיטן קענען די מדרשים אפשר נעמט איר זיך אונטער נאר אויף די נעקסטע צוויי וואכן ארויסצוהעלפן רב גראדערן?

נאך איינער האלט וואו מיר? ביטע שטימען!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג נובעמבער 14, 2010 9:44 am

נעוואדע אזוי מוישע יאכעס

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » זונטאג נובעמבער 14, 2010 9:45 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן:מכאן הקריאה יוצאותהרב שאץ איר זענט דאך גארנישט אונטערשטעליג מיטן קענען די מדרשים אפשר נעמט איר זיך אונטער נאר אויף די נעקסטע צוויי וואכן ארויסצוהעלפן רב גראדערן?

נאך איינער האלט וואו מיר? ביטע שטימען!!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג נובעמבער 14, 2010 10:17 am

נעוואדע אזוי


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט