דער ברודער-קריג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ויהי כי ארכו לו שם הימים

דריי חדשים זענען אריבער (ספר הישר) אבימלך האט ארויסגעקוקט פון פענסטער פון פאלאץ, פונקט קעגן איבער האט ער געזעהן די פענסטער פון יצחק אבינו, ער האט געזען די פורהאנג פארמאכט, מ'קען נישט אריינקוקן, (חזקוני) האט ער זיך גענומען טראכטן, "עפעס שטימט נישט דא, אויב איז טאקע רבקה זיין שוועסטער, פארוואס האט אזא עלטערער מענטש ווי אים נישט חתונה? זיכער איז עס א שקר! איך מוז שוין רעדן צו אים!"

''באדינער!''

''צום באפעל''

''גיי שוין אריבער די גאס, און רוף דעם יצחק וואס איז דא געקומען וואוינען מיט דריי חדשים צוריק!''

''צום באפעל''

א קורצע צייט שפעטער איז יצחק געשטאנען פאר אבימלך.

''איך פארשטיי נישט וואס דא קומט פאר!'' האט אבימלך געזאגט בייז. "איך האלט קלאר אז די רבקה איז דיין ווייב, פארוואס פארדרייסטו אונז א קאפ אז זי איז א שוועסטער?!"

"איך וועל זאגן פארן קעניג דעם אמת, אפילו איך האב געזעהן אז מ'האט נישט גע'הרג'ט מיין טאטן אברהם אויך נאכדעם וואס מ'האט געוואוסט אז שרה איז זיין פרוי, האב איך געטראכט אז פון אים האט מען מורא געהאט, מ'האט געהערט ווי ער האט באזיגט די פיר שטארקע קעניגן וואס האבן מלחמה געהאלטן מיט סדום, אבער פון מיר, אזא שוואכטשיגער, איך בין געווען זיכער אז אויב איך וועל זאגן אז רבקה איז מיין ווייב וועט מען מיר אומברענגען כדי מ'זאל קענען חתונה האבן מיט איר''. (חזקונו)

"וואס האסטו געטון!'' האט אבימלך געשריגן, ס'האט געפעלט א האר איך אליין, דער קעניג פון פלישתים, זאל איר נעמען פאר א ווייב! וואס דעמאלס וואלט געווען גרויסע צרות, נאך א מזל אז איך בין באצייטנס געוואויר געווארן, יעצט רוף שוין אהער דיין פרוי רבקה, איך מוז זיך מיט עפעס באווארענען, איך געדענק נאך ווי דער גאנצער לאנד פלישתים האט געליטן ווען דיין מאמע שרה איז געווען פארכאפט דא אין פאלאץ, איך מוז זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל!"

''באדינער''

''צום באפעל''

''ברענג שנעל קעניגליכע קליידער פאר יצחק און פאר רבקה''

''צום באפעל''

''וואס צום באפעלסטו שוין אין קאפ אריין, איך האב דאך נאכנישט געענדיגט רעדן...''

''צום באפעל''

''זיי שוין שטיל דארט...''

''צום באפעל''

''נאך איין ווארט און דו ביזט מיט א קאפ נידריגער''

...

''אה, ער איז ענדליך שטיל געווארן, יעצט הער וואס איך זאג דיר, ברענג אויך צוויי קעניגליכע פערד, זעץ זיי ארויף און פיר זיי ארום אינעם גאנצן שטאט, נעם א הויכהילכער און רוף אויס גאר הויך יעדער זאל הערן און וויסן, די צוויי מענטשן זענען א מאן און ווייב, און ווער ס'וועט זיך וואגן זיי אנצורירן, אפילו נאר ווארפן א קליין שטיינדל (ב''ר סד, ז.) וועט באשטראפט ווערן מיט טויט!'' (ספר הישר)

''צום?..."

''יא, קענסט רעדן"

''צום באפעל...''
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

וילך הלוך וגדל
איין טאג קומט יצחק אהיים און דערציילט פאר רבקה "איך האב אפגעקויפט א ריזיגן פעלד דא אינדרויסן פון שטאט''.

"פארוואס דארפסטו עס?" פארשטייט נישט רבקה.

''פשוט, וואס קען מען שוין טון מיט א פעלד, איינצוזייען תבואה'' ענטפערט יצחק.

''איך פארשטיי נישט'' פרעגט רבקה, ''קודם כל, סיי דו און סיי דיין טאטע אברהם, איר האט אלעמאל זיך באשעפטיגט נאר מיט פאשען שאף, נישט מיט איינזייען תבואה, ווען איך האב דיר אמאל געפרעגט דעם פשט דערפון, האסטו מיר מסביר געווען אז היות איר האט נישט קיין באשטימטע פלאץ וואו איר וואוינט בקביעות, איר וואנדערט שטענדיג ארום לויט די פלעצער וואו דער אויבערשטער שיקט אייך, דעריבער ליגט דער פארמעגן אין שאף און רינדער וואס מ'קען מיטנעמען וואו מ'גייט און נישט אין פעלדער וואס מ'קען נישט מיטנעמען צו א צווייטן פלאץ?" '(ילמ''ל)

''הער וואס מיין פלאן איז, איך האב אראפגענומען מעשר פון מיין גאנץ פארמעגן, איך האב געקויפט דערמיט זאמען, און איך גיי עס איינזייען, אנשטאט גיבן די ביסל מעשר געלט פאר די ארימעלייט, וואס וועלן זיי שוין קענען קויפן דערמיט אין אזא הונגער, ס'דאך אזא יקרות, קוים וואס ס'איז דא צו באקומען א שטיקל ברויט נאר פאר גאר טייער געלט, וועל איך איינזייען תבואה, פון די ווייץ וואס וועט וואקסן וועט מען קענען באקן פרישע ברויט און גיבן פאר די ארימעלייט''. (פרקי דר''א ל''ג, מן המעשר מממונו זרע לצורך עניים)

"נו, וואס זאגסטו צו מיין פלאן?"

"זייער א גוטער פלאן, אבער צו וואס דארפסטו אזא גרויסן פעלד?"

''איך וועל דיר זאגן, די ערד דא אין גרדיקי איז גאר א הארטער, קוים וואס ס'וואקסט עפעס, בפרט אין אזא טרוקעניש ווי יעצט, דעריבער האף איך אז פון אזא גרויסן פעלד וועט כאטש עפעס ארויסקומען''.

"אפשר טאקע איז א שאד פאר די מעשר געלט און די ארבעט וואס דו גייסט אריינלייגן, אז פאר קיינעם וואקסט נישט קיין תבואה דא פארוואס זאל פאר דיר יא וואקסן?''

''וואס הייסט פארוואס? איך האב דאך א הבטחה פון אויבערשטן אז איך וועל מצליח זיין דא! לאמיר עס כאטש אויסנוצן צום גוטן פאר די ארימעלייט!"

די ברכה פון אויבערשטן איז טאקע מקוים געווארן, און נאך מיט היבש ביסל מער ווי יצחק האט זיך געראכטן, אין די זעלבע צייט וואס אין די אנדערע פעלדער איז כמעט גארנישט געוואקסן (ספורנו כו, יד.) איז יצחק'ס פעלד געווארן פול באדעקט מיט תבואה.

צו מחזק זיין די גרים אין די אמונה האט יצחק ארויסגעברענגט אין פעלד אלע תלמידים פון די צוריק אויפגעשטעלטע ישיבה.

''וויפיל שאצט איר אז א פעלד אזוי גרויס קען ארויסגיבן א יאר?" האט זיי יצחק געפרעגט אויפן וועג אהין.

''בערך א כור תבואה'' האבן זיי איינשטימיג געענטפערט.

''וואאו''

''אומגלויבליך!''

''וואו זענען מיר דא?!" האבן זיי זיך נישט געקענט גלייבן, ''אין אזא הונגער יאר ווען אלע פעלדער זענען אפגעטריקנט און קוים וואס עפעס א זאנגל באווייזט זיך דארט, איז דא א פעלד פול געשטאפט מיט תבואה ווי אין די גוטע צייטן?!''

''ביטע ציילט אפ די תבואה'' האט יצחק געבעטן.

די תלמידים האבן זיך גענומען ציילן מיט א פלייסיגקייט.

''רבי, הונדערט כור!''

''וויפיל האט איר נאר געשאצט פריער?"

''עפעס שטימט נישט, איין כור...''

''יא, ס'שטימט שוין איינמאל, בעסער געזאגט הונדערט מאל... דער רבש''ע האט אריינגעגעבן די ברכה, ס'איז געוואקסן הונדערט מאל אזופיל''. (בחזקונו שגדל כפול מאה פעמים מהמעשה, דהיינו פי אלף ממה שאמודהו...)

"וויסן זאלט איר'' האט יצחק געזאגט פאר זיינע תלמידים, ''נישט נאר ביי די תבואה האט מיר דער רבש''ע געמאכט דעם נס, נאר ביי יעדע זאך וואס איך האב גע'מעשר'ט, פון וואס איך האב אראפגעגעבן א צענטל פארן אויבערשטן האט ער מיר געבענטשט אז איך האב באקומען הונדערט מאל אזויפיל. (פרקי דר''א לג. וכל דבר שעשר הביא לו הקב''ה מאה שערים של ממון וברכו. –תחשבו לפי דברי החזקונו שהי' פי אלף...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

עד כי גדל מאוד
דער גאנצער לאנד האט גע'רעש'ט מיט דעם נס, יצחק האט זיך אויפגעבויעט א ריזיגע דירה וואו ער זאל קענען פלאצירן די אלע שאף און רינדער, קנעכט און דינסט, פון ס'זאל קענען געפירט ווערן די גאנצע ריזיגע ווערטשאפט פון דעם ריזיגן פארמעגן וואס דער רבש''ע האט אים געשאנקען.

''אה, דו, דו ביזט א באדינער ביים קעניג, נישט אזוי? '' האט איין פלישתי געזאגט פאר צווייטן.

"יא, וואס ווילסטו? עפעס פראטעקציע? פארגעס דערפון! דו מיינסט איך בין פון די וואס לערנען ביי דעם יצחק, זיי זענען פארנומען אגאנצן טאג מיט אזא זאך וואס הייסט 'חסד' איך ווייס נישט און איך וויל נישט וויסן וואס דאס איז!"

''דאס וויל איך דיר טאקע זאגן, איך האב גענומען מיסט, די אפפאל פון יצחק בהמות, איך האב מיט דעם באמיסטיגט מיינע פעלדער, ס'איז אזוי געוואקסן, פרעג בעסער נישט וויפיל מער ס'איז ארויסגעקומען, וויפיל האלטסטו איך האב פארדינט דערפון?"

''צי נישט אן, זאג, וויפיל?"

"וויפיל פארדינסטו א יאר פאר דיין ארבעט ביים קעניג?"

"איך באקום א פעטן פרייז! צוועלף טויזנט רובל!"

''און איך האב פון די מיסט אפפאל פון יצחק'ס בהמות פארדינט הונדערט טויזנט...'' (ילמ''ל)

פאר אזא גרויסע ווערטשאפט וואס יצחק האט געפירט האט זיך געפאדערט אסאך וואסער, אנצוטרינקען אלע שאף און רינדער, צו טרינקען פאר אלע קנעכט, האט יצחק געלאזט צוריק אויפגראבן אלע ברונעמ'ס וואס זיין טאטע אברהם האט געגראבן ווען ער האט דא געוואוינט, די פלישתים האבן עס טאקע געהאט פארשטאפט נאכדעם וואס אברהם איז אוועק ווען זיי האבן פארשטאנען אז אברהם וועט שוין מער נישט צוריק קומען וואוינען דא, האבן זיי פארשטאפט די קוועלער, (רמב''ן כו, יז.) יעצט האט עס יצחק צוריק געעפנט און עס גערופן מיט די זעלבע נעמען וואס אברהם האט עס גערופן, כדי יעדער זאל וויסן אז די קוועלער זענען טאקע זיינע א ירושה פון זיין טאטן אברהם. (רשב''ם)

נישט יעדער האט געקוקט מיט א גוט אויג אויף די הצלחה פון יצחק, די פלישתים פון ארום האבן עס נישט געקענט פארטראגן, א מענטש איז געקומען א יאר צוריק (ספר הישר) מיט ליידיגע הענט, און יעצט איז ער דער גרעסטער גביר פון לאנד. די קנאה איז געווארן שטערקער און שטערקער.

דער קעניג האט טאקע געווארנט אז מ'טאר נישט צורירן צו יצחק, מ'טאר אים נישט שעדיגן, אבער פון פארשטאפן ברונעמ'ס האט קיינער נישט גערעדט... (ספורנו כו, טו.) האט זיך אנגעהויבן א מערכה, יעדע נאכט ווען קיינער האט נישט געזעהן זענען אריינגעגאסן געווארן בערג מיט זאמד אין די קוועלער ביז ס'איז מער נישט געקומען קיין וואסער דארט.

די פאסטוכער פון יצחק זענען געקומען אים דערציילן די ביטערע נייעס, ''הער יצחק, אן קיין וואסער קען מען נישט האלטן קיין שאף ביים לעבן, עפעס אן עצה דארף מען טרעפן''

''וואס איז דער פראבלעם'' האט יצחק געטראכט, ''איך וועל אריבערגיין צום קעניג, איך וועל רעדן צו אבימלך און ער וועט זיכער אפשטעלן די זאך''.

ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז אבימלך האט גאר הנאה פון די גאנצע מעשה.

ווען אבימלך האט געהערט וואס יצחק דערציילט אים האט ער אים געענטפערט מיט א בלעכענעם פנים:

''איך קען פארשטיין די וואס טוען עס, זיי זענען נעבעך אנגעווייטאגט, אויף וועמענס חשבון האסטו די גאנצע עשירות דא?! אלעס וואס דו האסט איז באמת אונזער! (ב''ר סד, ז.) און דיין חוצפה האט נישט קיין גרעניץ, האסט זיך דערוואגט צו בויען א פאלאץ גרעסער ווי מיינס, וואו איז געהערט געוווארן אז א פשוטער בירגער זאל האבן א פאלאץ גרעסער ווי דעם קעניגס?! חוץ פון דעם וואס מ'קען נישט צולאזן אז אין לאנד זאל זיך געפינען א מענטש וואס איז רייכער פונעם קעניג, דעריבער הער צו די עצה פון א גוטן פריינד, טראג דיך וואס שנעלער אפ פון דא...''

"הער קעניג'' האט איינער פון די באדינער זיך אנגערופן דערשראקן, ''איז נישט דא א בונד געשלאסן מיט זיין טאטן אז מיר וועלן זיך נישט קריגן מיט אים אדער מיט זיינע קינדער, איך האב מורא אז וועלן שלעכט אפשניידן דורכן זיך פארטשעפען מיט אברהם'ס א קינד''.

''וואס קען איך טון'' האט אבימלך געזאגט ''איך האב נישט קיין ברירה, איך האב מורא אויב יצחק וועט בלייבן דא אין לאנד און ווערן שטערקער און גרעסער וועט ער נאך איין טאג מאכן אן אויפשטאנד און מיר אראפווארפן פון די מלוכה, איך מוז אים פארשיקן''.

נאך די קלארע ווערטער האט יצחק פארשטאנען אויפן ווינק... און נאך א יאר זיצן אין גרר האט מען ווידער געפאקט פעק און זיך ארויסגעצויגן אינדרויסן פון שטאט, קיין נחל גרר.

אנקומענדיג קיין נחל גרר איז די ערשטע דאגה ווידער געווען וואסער, פונעם טייך האט יצחק נישט געוואלט נעמען, אויך נישט פון די ארומיגע גריבער, כדי די דארטיגע מענטשן זאלן נישט קומען מיט קיין טענות אז מ'נעמט זיי צו זייער וואסער, האט יצחק געהייסן די פאסטוכער אנצוהייבן די שווערע ארבעטן פון גראבן א קוואל, ''נאר קוואל וואסער, נישט קיין וואסער וואס ציט זיך פון טייך'' האט זיי יצחק אנגעזאגט. (עי' רמב''ן כו, יז.)

ענדליך איז די שמחה געווען גאר גרויס, נאך לאנגע און שווערע ארבעט פון אראפגראבן גאר טיף אונטער די ערד איז געפינען געווארן א קוואל וואס האט ארויסגעגבן פרישע ריינע קוואל וואסער.

די שמחה האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג, די פאסטוכער פון גרר וואס פלעגן קומען פאשען די שאף נעבן טייך האבן גע'טענה'ט אז דער קוואל איז גאר זייער, איי מ'האט עס דאך ממש יעצט פריש געגראבן, ''די קומט יא פונעם טייך'' האבן זיי געשריגן, ''דורך דעם וואס איר שעפט וואסער פון אייער קוואל ווערט די וואסער אינעם טייך ווייניגער...'' ס'האט נישט געהאלפן דאס וואס יצחק'ס פאסטוכער האבן זיי פרובירט אויפצואווייזן אז די וואסער איז פרישע קוואל וואסער און נישט קיין רעגן וואסער וואס קומט פון טייך.

''יצחק! וואס טוט מען דא?" זענען די פאסטוכער געקומען צו לויפן צו זייער הער.

''מיר זענען נישט קיין מענטשן וואס קריגן זיך!'' האט יצחק גע'פסקנ'ט, ''נעמט צוריק ארויס די שאוולען און הייבט אן גראבן פריש! א נייעם קוואל''.

די פאסטוכער פון גרר האבן אבער גארנישט פארדינט פונעם נייעם קוואל וואס זיי האבן נארוואס צוגענומען פון יצחק, די מינוט וואס דער קוואל איז אריין אין זייער רשות האט עס אפגעטריקנט, א טראפ וואסער איז מער נישט געווען דארט, ביז זיי האבן עס בלית ברירה אפגעלאזט און יצחק האט עס צוריק גענומען, נאר דאן האט די וואסער אנגעהויבן פריש צו שפרידלען. (תרגום יונתן)

ווען מ'האט ענדליך געטראפן וואסער ביים צווייטן קוואל האט זיך אפגעשפילט די זעלבע מעשה, די פאסטוכער האבן זיך נישט דערלערנט פון זייער ערשטן דורכפאל, ביז יצחק האט זיך אינגאנצן דערווייטערט פון גרר, דארט ווי די פאסטוכער פלעגן שוין נישט פאשען די שאף, (רשב''ם, שנתרחק ממרעיתם) דארט האט מען געגראבן דעם 'רחובות' קוואל און ס'איז ענדליך געווארן שטיל און רואיג.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ואבימלך הלך אליו
א שטיקל צייט איז אריבער און יצחק האט באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין באר שבע.

(חזקונו, הוא באר שבע שעמד שם אביו, והוא קרוב לחברון, ולכאורה לרש''י באר שבע הוא בפלישתים שישב שם אברהם ימים רבים, וכן משמע במפרשי התורה שבאר שבע בפלישתים הי' ועי' להלן בפרשה באב''ע וברשב''ם שאולי שני באר שבע היו)

יצחק האט געלעבט אין א שטארקן פחד, ער האט געזעהן ווי יעדער איז אים מקנא, אזוי ווייט אז אבימלך וואס איז קודם געווען א פריינט האט אים אויך פארשיקט, האט ער געציטערט אפשר וועלן זיך אלע צוזאמנעמען און אים איבערפאלן, מיט דעם פחד האט זיך יצחק געלייגט שלאפן די ערשטע נאכט (ילמ''ל) אין באר שבע.

אינמיטן די נאכט האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו יצחק און אים געזאגט:

"דו דארפסט נישט מורא האבן יצחק! איך בין מיט דיר, איך וועל דיר בענטשן מיט געלט, און איך וועל פארמערן דיינע קינדער, אלעס אין זכות פון מיין קנעכט אברהם''.

יצחק האט זיך גאר שטארק געפריידט מיט די בשורה, אזוי ווי ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי האט ער געבויעט א מזבח צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלע זיינע חסדים.

די קנעכט פון יצחק האבן זיך ארויסגעלאזט טון די ארבעט וואס זיי האבן געדארפט טון אין יעדן נייעם פלאץ וואס מ'איז אנגעקומען, טרעפן וואסער, מיט די שאוולען אויף די פלייצע האבן זיי זיך ארויסגעלאזט גראבן א פרישן ברונעם.

ווען יצחק איז אוועקגעגאנגען פון גרר האט אבימלך געמיינט אז ער קען יעצט פריי אפאטעמען, דער סכנה פון אן אויפשטאנד איז שוין אראפ, ענדליך פטור געווארן פון דעם יצחק.

אן אויסגעמוטשעטער לייגט ער זיך שלאפן ביינאכט, ער פאלט אריין אין בעט, ''אוי ווי איך האב שוין געדארפט די ביסל מנוחה'' טראכט ער, ער מאכט זיך קוים צו די אויגן, אבער פלוצלונג שפרינגט ער אויף, וואס זענען די קולות דא?!

"האלא, דו גיי רעכטס''

''מ'קען גיין? ס'ליידיג?"

"יא, קיינער זעט נישט, כאפ דעם גאלדענעם לייכטער"

"אקעי, דו האלט אן אויג קיינער זאל נישט אונטערקומען''

"באדינער!!!'' נעמט זיך אבימלך ביטער שרייען, ''גנבים האבן זיך אריינגעכאפט אין פאלאץ! כאפט זיי שוין, די מינוט!'' (ב''ר סד, ט.)

נאך אפאר מינוט קומען די באדינער צוריק, ''אדוני המלך, מיר האבן דורכגעזוכט דעם גאנצן פאלאץ און מיר האבן נישט געפינען קיין זכר פון קיין גנבים''.

''איך האב דאך אבער קלאר געהערט ווי זיי רעדן''

''אפשר א חלום?'' האט זיך געהערט עפעס א שטילער מורמל פון ערגעץ.

"וואס חלום ווען חלום!'' האט אבימלך געשטורעמט, ''איך האב קלאר געהערט מיט מיינע פליישיגע אויערן ווי די גנבים דרייען זיך דא!''

''אדוני המלך'' רופט זיך אן דער קעניגליכער דאקטער וואס איז שנעל גערופן געווארן, ''ס'קוקט אויס אז דער קעניג איז געווען גאר אפגעמיטשעט און ווי נאר דער קעניגליכער קאפ האט זיך באגעגנט מיט קעניגליכן קישן האט שוין דער שר החלומות אפגעווארט דעם קעינג מיט א העפליכע אויפנאמע...''

אויז האט זיך געצויגן די דיסקוסיעס ביז אינדערפרי, יענע נאכט איז שוין אבימלך נישט געשלאפן.

ס'האט זיך אבער נישט געענדיגט ביי יענע נאכט, דעם קומענדיגן נאכט האט מען שוין זיכער געמאכט גוט צו פארשליסן אלע טויערן, מ'האט פארשטערקערט די וואך ארום דעם גאנצן פאלאץ, אבער ווי נאר דער קעניג איז אריין אין שלאף צימער האט זיך ווידער געהערט דער שרעקליכער געשריי:

''באדינער!!! ס'דא גנבים!!!''

אלע האבן גלייך פארשטאנען, ס'וועט נישט העלפן וויפיל וואך מ'וועט צולייגן, נאר א גוטער דאקטער קען אפשר העלפן...

אינדערפרי, נאכן זיך דרייען אין בעט א גאנצע נאכט מיט פחדים פון די גנבים, אבימלך וויל זיך אויפזעצן, ''אוי, אלע ביינער טוען מיר וויי, קוקט אויס אז נאכן נישט שלאפן אזויפיל נעכט קומט עס אזוי'' טראט אבימלך צו זיך. ''איך וועל רופן דעם באדינער ער זאל מיר העלפן אראפגיין פון בעט.

''באדינער!''

''צום בא.....''

''וואס ביזטו שטיל געווארן? וואס ביזטו אזוי בלאס געווארן? וואס גייט פאר?"

''דער קעניג שפירט נישט גארנישט?"

"אוודאי שפיר איך, נאכן נישט שלאפן אזויפיל נעכט טוען מיר אלע ביינער וויי, פארדעם האב איך דיר דאך גערופן''

''אדוני המלך, דער ווייטאג האט גארנישט מיט קיין שלאפן, דער קעניג איז קרעציג פון קאפ ביז פיס...''
''קרעץ? וואו קומט צו מיר קרעץ?!"

"אדוני המלך'' לויפט אריין איינער פון די וויכטיגע מיניסטארן, ''איך זעה טאקע ווי שלעכט דער קעניג קוקט אויס, אבער אין קאבינעט קומט יעצט פאר א וויכטיגע אסיפה וואס דער קעניג טאר נישט פארפאסן! דער גאנצער לאנד איז אויפן שוועל פון קאטאסטראפע, דער קעניג מוז שוין קומען''.

''א ברירה האב איך, באדינער, העלף מיר זיך אריינשלעפן אין קאבינעט''.

מיט שרעקליכע יסורים האט זיך אבימלך אריינגעשלעפט, ער זעצט זיך אוועק אויפן קעניגליכן שטול, פארבייסט זיך די ליפן פון גרויס ווייטאג, און הייבט אן:

"איך האף אז די סיבה פארוואס איר האט מיר יעצטא אהערגערופן איז טאקע גאר וויכטיג, אז נישט קענט איר שוין טראכטן פון א גוטן נוסח פאר אייער מצבה...''

''אדוני המלך, ס'איז נישט קיין וויץ, מיר האבן געזעהן א מורא'דיגע זאך, פון ווען דער יצחק בן אברהם האט פארלאזט אונזער לאנד זענען מיר אויף געהאקטע צרות, צוביסלעך האבן אלע ברונעמ'ס אפגעטריקנט, און אלע ביימער האבן אויפגעהערט ארויסצוגעבן פירות! (תרגום יונתן) מיר שטייען פאר א גענצליכן צוזאמענבראך, אלע מענטשן וועלן אויסשטארבן דא אין א קורצע צייט''.

אבימלך איז געווארן גאר שטארק פארטראכט, פלוצלונג האט זיך אלעס אנגעהויבן צוזאמצושטעלן אין קאפ.

''ווען האט איר געזאגט אז אלעס האט זיך אנגעפאנגען?" האט ער געפרעגט די שרים.

ווען יצחק האט פארלאזט גרר און זיך אריבערגעצויגן קיין באר שבע.

''דאס איז דאך פונקט ווען די גנבים האבן זיך אנגעהויבן צו דרייען אין פאלאץ, אנטשולדיגט, אין מיין קאפ... איך האב מורא אז ס'איז געקניפט און געבינדן, איך מיין אז מיר זענען באגאנגען א גרויסן טעות מיטן זיך פארטשעפען מיט יצחק''.

"תכלית, וואס טוט מען?" האט זיך דער אלטער קריגסמיניסטער פיכל אנגערופן.

''איך טראכט'' זאגט אבימלך ''מ'דארף זיך שוין ארויסלאזן א חשובע דעלעגאציע צו יצחק און אים איבערבעטן''.

''אין אזא מצב וואס דער קעניג געפינט זיך קען מען זיך נישט אינטערנעמען קיין רייזע ביז באר שבע''. האט דער קעניגליכער דאקטער פראטעסטירט.

"איך האב מורא פון נאך א זאך'' האט דער קריגסמיניסטער פיכל געזאגט, ''דער קעניג ווייסט דאך אז יצחק'ס טאטע אברהם איז געווען א גיבור עצום, ער האט מלחמה געהאלטן מיט גרויסע קעניגן און זיי באזיגט, איך האב מורא אז נאכדעם וואס מיר האבן אזוי פארטריבן דעם יצחק, וועט ער פלוצלונג צוריק קומען און מלחמה האלטן מיט אונז''. (רמב"ן כו, כט.)

''ס'נישטא קיין ברירה, איך האב געטון אן עולה דארף איך עס פאררעכטן, אויב קען איך נישט גיין זאל מען מיר שלעפן אזוי קרעציג ביז יצחק'ן, (ילמ''ל, לכן אומר הכתוב שאבימלך הלך אליו 'מגרר' הלא כולם יודעים מאיפה הלך, אלא שבא לרמז שהי' נגרר ונסחב מחמת הצרעת.) איך מוז אים איבערבעטן! און איך בעט, ווער פון מיינע פריינט ס'קען זאל מיטקומען מיר'' (תרגום יונתן אתקיף ברחמוי למיזל עמה, דהיינו שביקש מאוהביו לבא עמו)
***

יצחק זיצט ביי זיך אין געצעלט, ער ווארט צו הערן פון זיינע פאסטוכער צו זיי האבן שוין ענדליך געטראפן וואסער, פונדערווייטנס זעט ער א קבוצה מענטשן דערנענטערן זיך צו זיין געצעלט, ''אה, אפשר קומען זיי שוין צוריק'' טראכט ער, אבער ווי פארוואונדערט איז ער געווען ווען די גרופע איז געווארן נענטער און ער האט אנגעהויבן צו דערקענען די מענטשן.

''צו זעה איך גוט?" האט זיך יצחק געוואונדערט, ''אבימלך דער קעניג מיט זיין סוויטע, פיכל, און אחוזת, (ב''ר סד, אחוזת שם איש) וואס זוכן זיי דא?

"פארוואס זענט איר געקומען צו מיר, איר האט דאך מיר פיינט און איר האט מיר פארטריבן פון אייער לאנד?" האט זיי יצחק געפרעגט.

איינער פון די באגלייטער האט גענומען דעם ווארט:

''מיר האבן יעצט איינגעזעהן אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט באגלייט דיין טאטן אברהם באגלייט ער דיר אויך, דעריבער ווילן מיר זיכער מאכן אז דער בונד וואס איז געווען צווישן דעם קעניג און דיין טאטן גייט ווייטער אן, ס'איז נישט בטל געווארן דורך דעם וואס מיר האבן דיר פארשיקט, ווייל סוכ''ס האבן מיר געטון מיט דיר נאר גוטס''.

"גוטס זאגט איר? איר האט דאך מיר ארויסגעווארפן פון דארט?"

דער אלטער פיכל האט זיך אויפגעשטעלט, ''הער זיך איין יצחק, איך וועל אייך דערציילן א מעשה:

"דער לייב, דער קעניג פון די חיות, האט זיך אמאל ארומגעדרייט אין וואלד הונגעריג, ווען ער האט ענדליך געטראפן א אומשודליגע שעפעלע האט ער געפראוועט א געשמאקע סעודה, אזוי בנשימה אחת, מיט איין שלונג האט ער אים פארציקט, זיך באלקעט די פינגער, אבער עסנדיג אזוי שנעל איז אים געבליבן שטעקן א ביין אין גארגל, דארף איך דיר אוודאי נישט זאגן אז ס'איז נישט קיין געשמאקער עסק, נו וואס טוט מען?

ס'איז ארויס א מעלדונג אין וואלד, דער קעניג וויל מודיע זיין, אז ווער ס'וועט מצליח זיין ארויסצונעמען דעם ביין פון זיין גארגל וועט באקומען עשירות מיט רייכקייט.

איז געקומען א פייגל וואס הייסט אגרון, ער האט אריינגעשטעקט זיין קאפ אינעם לייבס האלדז און מיט זיין שפיץ מויל ארויסגעשלעפט דעם ביין, ווען דער ביין איז שוין געווען אינדרויסן האט דער פייגל זיך אוועקגעשטעלט מיט דרך ארץ, אדוני המלך, איך בין געקומען אפנעמען דעם באלוינונג פאר מיין ארבעט.

''דו נאר איינער'' האט זיך דער לייב אויפגערעגט, "די בעסטע זאך וואס איך האב דיר געטון איז געווען אז ווען דיין קאפ איז געווען אין מיין מויל האב איך עס נישט אראפגעביסן... זיי צופרידן אז דו ביזט ארויס פונעם לייב'ס מויל בשלום".

"איר הערט ר' יצחק" האט פיכל אויסגעפירט, דאס אז איר זענט ארויס בשלום פון אזא לאנד ווי פלישתים איז שוין די בעסטע זאך וואס מיר האבן געקענט טון מיט אייך...''

רקבה האט צוגעשטעלט א סעודה לכבוד די חשובע געסט, די גאנצע דעלעגאציע האט מסכים געווען און זיי האבן אויפגענומען יצחק צו זיין דער קעניג איבער זיי, (בעל הטורים כו, כט.)

אין א ספעיעל געצעלט האט יצחק צוגעשטעלט פאר אלע מענטשן צו שלאפן, אינדערפרי האט יצחק גענומען א זאטל פון אן אייזל, ער האט עס צושניטן אויף העלפט, ''נעמט דעם שטיקל זאטל, דאס זאל זיין א עדות אויף אונזער יעצטיגע בונד'' האט יצחק זיי געזאגט, דערנאך האט יצחק אויפגעהויבן זיינע הענט צום הימל און געבעטן ''רבש''ע, שיק א גאנצע רפואה פאר אבימלך דעם קעניג פון פלישתים, העלף דעם גאנצן לאנד פלישתים די ביימער זאל ווייטער וואקסן און די קוועלער זאלן גיבן וואסער''.

מיט כבוד האט זיי יצחק באגלייט צו זייער וועג.

אויפן וועג צוריק האט יצחק ענדליך געהערט די בשורה, ''מ'האט געטראפן וואסער!'' האבן די פאסטוכער געשריגן מיט פרייד.

''פונקט אין די צייט וואס מיר האבן געשוואוירן פאר אבימלך האט איר געטראפן דעם ברונעם, דאס הייסט 'באר שבע' א ברונעם פון א שבועה'' האט יצחק געזאגט.

עד היום הייסט נאך דער פלאץ באר שבע.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

פאר די פידיעף מאכער, ביטע נישט פארגעסן צוצולייגן דא דעם סוף פון פאראיאר, פון ויהי כי זקן יצחק און ווייטער

א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

את אשר יגורנו בא!!! דאס לאנג ערווארטעטע איז אנגעקומען, ואת אשר החלו לעשות, און דאס געהאפטע איז געמאכט געווארן, כי ישר דבר ה', ווייל דער גראדער איז א עהרליכער מאן, הוא אמר ויהי, ער שרייבט דא אויף אייוועלט און מיין שבת טיש ווערט צו געשטעלט!!!

יישר כח, כה לחי!!! גוט שבת!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

גראדער, הפלא ופלא! זאלסט זיין געבענטשט בכל הברכות שבירך יצחק את יעקב
אטעטשמענטס
דער מדרש דערציילט.pdf
(220.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 510 מאל
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

גראדער, שכוח,
ס'איז א בחי' פון ויתן ויחזור ויתן...
זאל טאקע זיין ויתן ויחזור ויתן,
אין אלע דיינע טריטן,
נאר צום גוטן,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ישר כח רבינו גראדער!
די קינדערלעך שיחיו פרעגן א גאנצע וואך: וואו איז ישר...? וואו איז ישר...?
זיי ליינען דאס דורך מיט דורשט 'ישר' והפוך...
---
כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים, איר זענט מענג גאר אסאך שבת טישן, זאלט איר טאקע זוכה זיין צו נחלה בלי מצרים.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
פלומעןזאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2011 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלומעןזאפט »

מוטשע נישט
ביטע צולייגן די פרישע סחורה צום PDF
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

כ'האב אלעס געלייגט, ניין?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ש'כוח הרב גראדער (ספר היש"ר) פארן אונז נישט פארגעסן, אבער פארוואס אנציען די נערוון ביז ערש"ק, פונדעסטוועגן ס'איז אזוי גוט, אז ס'האט געלוינט צו ווארטן, (און אפשר נאר בזכות'ן ווארטן איז דאס געווארן אזוי הערליך)
און ייש"כ פאר מוטשע נישט, פארן מאכן די PDF, דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט אונז ווייטער קענען מיטשען מיט דיינע PDF לעולמי עד
א גוט שבת
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מוטשע נישט האט געשריבן:כ'האב אלעס געלייגט, ניין?

ניין
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

פרשת תולדות

21 זייטן, [איך מאך עס דירעקט שיין און גרויס, פאר די קינדערלעך דערנאך איבערצוליינען].

גוט שבת
אטעטשמענטס
תולדות.pdf
(174.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 460 מאל
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יש"כ גראדער!!!!!!

וואלסט געמעגט צולייגן נאך צוויי ווערטער צום קעפל, אזוי ווי דו טוהסט יעדע וואך. למשל די וואך: די ברודער קריג.. מען גייט שוין אין קארט... וכדו'..
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

יגר'ל ;l;p-
מ'הייב מיר אן א דרעפט יגר'ל
קאמפיין, כ'מיין דו דרייסט זיך אזוי ארויס פון דיין פירוש סהדותא...?
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

leiby האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:כ'האב אלעס געלייגט, ניין?

ניין


כ'האב עס איבערגעקוקט כ'מיין עטץ האט געמאכט א פאלס אלארעם.
--
יגר ליייג צו די שטיקל פון סוף פרשה פון פאראיאר צו דיין PDF
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח הרב גראדער פאר די הערליכע הוספות (הערות יבואו אי"ה לאחר השבת, אם יהיו)

יישר כח מוטשע-נישט, חזקה על חבר טוב שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מוטשע נישט האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:כ'האב אלעס געלייגט, ניין?

ניין


כ'האב עס איבערגעקוקט כ'מיין עטץ האט געמאכט א פאלס אלארעם.
--
יגר ליייג צו די שטיקל פון סוף פרשה פון פאראיאר צו דיין PDF

גערעכט, טעותי.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

'צום?..."

''יא, קענסט רעדן"

''צום באפעל!"

א מייסטערווערק!

יישר כח רבי גראדער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויסער משותל"ך" מיט נאך געציילטע קליינע גרייזעלעך, איז עס א מייסטערהאפטיגע ארבעט, איך האב אזאנס געקוואלן דערפון! א שיינעם דאנק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווינקל האט געשריבן:'צום?..."

''יא, קענסט רעדן"

''צום באפעל!"

א מייסטערווערק!

יישר כח רבי גראדער

יא, אביסל אויפגעלעבט מיינע קינדערלעך ווען זיי האבן אנגעהויבן דרימלען

א ריזן שכויעך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחר בן »

מוטשע נישט האט געשריבן:גראדער, הפלא ופלא! זאלסט זיין געבענטשט בכל הברכות שבירך יצחק את יעקב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פ' תולדות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ארויף
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”