א טרער אויפן פרישען בראך
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 02, 2010 3:20 pm
בס"ד
אוי מיין טייערער יוגענט חבר שלמה דוד, מיין הארץ בלוטיגט פון ווייטאג אז מ'מוז מיר זיך געזעגענען אוי מיין טייערער חבר מיר זענען אויסגעוואקסען אינאיינעם אזויפיל יארן צוזאמען פארברענגט און די קינדערישע יארן און חדר, צוזאמען געשפילט אינדערהיים און אויפן גאס, צוזאמען געווארט אויפן באס יעדן טאג און געכאפט די זעלבע סיט אייביג, אונז האב מיר שטענדיג געשערט די ריסעס, צוזאמען געווען די הויפט ביי קעטש יעדן טאג ביי לאנטש וואו אויך ביי פליס גנבים, און צוזאמען געשלאפן און קעמפ, צוזאמען געשטאנען אויף די ברענטשעס ביי יעדו טיש, צוזאמען געוואנדערט פון איין ישיבע צום צווייטען, וואו איך בין געגאנגען ביסטו אויך מיטגעקומען און די זעלבע פארקערט, צוזאמען זיך בייהאלטן און וואלד צו פאפן די ערשטע ציגרעטעל, און צוזאמען זיך ארויסגעכאפט פון ישיבה צו גיןן דאווענען און דערנעבענדיגען ביהמ"ד ווען אונז זעמיר אויפגעשטאנען שפעט,
און אוודאי אויך געלערנט צוזאמען , פלייסיג גע'חזר'ט אייביג צווייטע חברים מיט דיר אדער חוזר חזרה, צוזאמען זיך פארהערט סוף זמן,
אוי צוזאמען א חתן געווארן און די זעלבע שטאט, און אוואדאי צוזאמען געלערנט און כולל, וואו אויך צוזאמען פארשלאפן און כולל בוקר, זיך אויסגערעדט איינער פארן צווייטען די שנה ראשונה שלום בית פראבלעמן, וואו וועלכע וואך צו עסן ווועלכע סעודה וואו וכדו., צוזאמען געטשידט די פערמיט און געפעילט די ערשטע 4 ראוד טעסטס, צוזאמען געדינגען א קאר ווען מ'האט געדארפט פארן אויף שבת צו אונזערע עלטערן, און צוזאמען געפארן חוה"מ האלטן, צוזאמען געסטאדיט וואו אזוי צו עקטען ביים ערשטען דזשאב אינטערוויו, צוזאמען געגאנגען ארבעטן און צוזאמען געקוויט די ערשטע דשאב, צוזאמען געפארן וועקעישאן, און צוזאמען געמאכט אונזער ערשטע אנגעזעצטע אינוועסטמענט,
אבער פון דא און ווייטער האבן זיך אונזערע טריטן צוטיילט, איך בין געגאנגען ארבעטן ביי מוישעס פייינענסינג און די ביי יענקל ווארצלבאכער, אבער מיר האבן נאך שטארק אנגעהאלטן אונזער קשר מיר האבן אייביג ווייטער אינאיינעם אינדארסירט די זעלבע קאנדידאטן און קאווע שטיבעל, מיר האבן אפי' געהאט א שיעור אינאיינעם, מיר האבן אנגעהויבען יעדע עטליכע ואאכן אנדערע מסכתות און מקצועות, מיר האבן געפרעגט אונזערע שאלות דעם זעלבן דיין, מיר האבן געדאווענט ביים זעלבן מנין יעדן טאג, געטרונקען די זעלבע ברוינפן ביים תיקון טיש, מיר זענען אפי' געזיצען צוזאמען ביים ליינען שבת,
הכלל א אמת'ר נאנטער פריינט, און דא ליידער אזא בראך אזוי פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן, מיין הארץ איז צעשטורעמט מיינע געפילען רייסען, איך שלאף נישט קיין נעכט, און איך עס נישט בייטאג גארנישט אויער דאס געזונט , אוי מיין טייערער חבר איז נעבעך אוועקגעריסען געווארן פון מיר, און ליידער דער גרעסטער בראך דא איז אז ער האצעכעס אליין גענומען מיט די אייגענע הענט,
איר וועט אוודאי מיינען אז מיין חבר איז נעבעך געשטארבען, ניין זאג איך דיר (קרעדיט: ר' לוי יצחק מבארדיטשעב זי"ע), זיכער נישט פון א דאקטוירעשן שטאנפונקט, וועסטו דיך אוודאי פרעגן "הגם מוישעיאכעס בין המצרים" כ'מיין וואס האסטו מיט דאקטוירים צו טאן? צו ביזטו גאר א סייקאלעדזשיסט?
נאר וואדען כ'וועל ענק מסביר זיין אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט עס אהן, ווייל פון מיין שפיץ פון זעהן האטער ליידער יא פארלאזט אונזער וועלטל, ער האט נעבעך פארלאזט די ווירקליכע וועלט אריין און עולם הדמיון הנקרא ווירטואלע וועלט, און פאר ווער ס'כאפט נאך אלץ נישט ער האצעך איינגעהאנדעלט א בלעקבערי,
נישט דאס איז אזוי ווייט די ווייטאג, נאר פשוט מ'קען מיט דעם מענטש נישט רעדן, אויב זייין בעל הבית זאל אים יעצט זאגען אז ער פייערט אים וועטער איבער פרעגן 5 מאל וואאאס? און נאך אלץ באמת נישט וויסען וואס ער האט אים געזאגט, ער איז אזוי אריין געטון דערין אז זיין ווייב וויל עפעס פון אים מוז זי אים שיקען א טעקסט, אפילו זיי זיצען צוזאמען ביים זעלבן טיש, ווייל אפשר אזוי וועצו קענען רעדן צו אים, כ'רעד שוין נישט פון זיינע קינדער וואאס האבן נעבעך פארלארען א טאטען אזוי יונגערהייט, דאס הארץ גייט אויס צוזעהן ווי אפילו שבת קען מען שוין היינט נישט רעדן צונעם,
אוי דער בראך איז זייער גרויס, מיין חבר איך זעה דיר טאקע כמעט יעדו טאג, אבער די זעהסט מיך נישט, וואלסטעך ווען באטראכט און שפיגעל וואסטו ווען געטראכט אז די ביסט און א קאומאו (נישט דער גאווענער {ווער ווייסט און עולם הדמיון אשר טאקע יא}), א בעסערע משל וואלט געווען "אוטיסטיק" רח"ל, די געסטוך אזא טרייסל יעדע פאר מינוט און דערנאך לאכסטו, און די ביזט פארטון און דיין אייגענע וועלט נישט וואוסענדיג וואס גייט פאר ארום דיר קיין כי הוא זה, און אויב פראבירט מען דיר אויפצווועקן גייסטו ארויס פון די כלים, און די שפאצירסט ארום אריין קראכענדיג און קעגענקומענדיגע אביעקטן אומבאמערקטערהייט,
און צום שליס א ווארט צו דיר מיין טייערע חבר, איך געזעגען מיך נישט פון דיר , איך בין מתפלל פאר דיר אז דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסטוך אויפוועקן פון דיין קרענק ווילאנג סי נאך נישט שפעט, און איידער די ליידסט ח"ו די שלעכטע קאנסעקווענצן, און ס'זאל שוין מקוים ווערן ביי דיר ותחזנה עיננו, די זאלסט שוין זעהן וואס גייט פאר ארום דיר,
פון דיין חבר וואס זעהט דיר אבער די זעהסט אים נישט, און ניין איך בין נישט קיין רואה ואינו נראה
שעיאכעס יאכעסאוויטש