מיין נסיעה קיין אומאן (פון פאסט קעסטל)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:17 pm

El Rushbo האט געשריבן:ווי איז יהיה כן?

איינער דארף אים ביפן צו שפארן דעם אשכול...

איר זוכט מיך?
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:27 pm

יהיה כן האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:ווי איז יהיה כן?

איינער דארף אים ביפן צו שפארן דעם אשכול...

איר זוכט מיך?

WOW האסט באנייעט דיין ניק לכבוד אומאן הבע"ל ?

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:31 pm

יהיה כן האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:ווי איז יהיה כן?

איינער דארף אים ביפן צו שפארן דעם אשכול...

איר זוכט מיך?

יאפ.

געוואלט זאלסט שטיין אויף די וואך ביים היי יעריגן 'כרוז' סעזאן.

גאנץ רואיג דערווייל

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:34 pm

El Rushbo האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:ווי איז יהיה כן?

איינער דארף אים ביפן צו שפארן דעם אשכול...

איר זוכט מיך?

יאפ.

געוואלט זאלסט שטיין אויף די וואך ביים היי יעריגן 'כרוז' סעזאן.

גאנץ רואיג דערווייל

זייט מען האט דא געהייערט 'להודיע' פאר דעם, איז פשוט א שאד כ'זאל ארבעטן אומזיסט
שיק עם א דעפעשע
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:58 pm

זאגט מיר איינער אז ע"פ דרך הטבע וואלטן שוין אלע רבנים געדארפט ארויסקומען קעגן פארן אויף אומן!!

עפעס האבן זיי אבער מורא ארויסצוקומען קעגן דעם "פארלעסליכן" (קרעדיט: חסדי אבות) ספר חיי מוהר"ן!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 6:03 pm

אקעי פליז סטאפ מיט די קטנותדיגע גערעדעכטץ

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 6:22 pm

איך פיל זיך דא ווי און די הלברנץ אשכול
יחי המלך

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:12 pm

זאגט מיר איינער אז זיין ווייב האט אים גערופן אז זי האט שוין געבוקט ראש השנה אין די ארלינגטאן האטעל פאר איר אין די קינדער, זאגט ער איר ok איך קען שוין קענסלען מיין טיקיט.......
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:18 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז זיין ווייב האט אים גערופן אז זי האט שוין געבוקט ראש השנה אין די ארלינגטאן האטעל פאר איר אין די קינדער, זאגט ער איר ok איך קען שוין קענסלען מיין טיקיט.......

;l;p- :lol:
אלול ר''ת א'שתי ל'ארלינגטאן ו'אני ל'בדי
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

להודיע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:56 pm

יהיה כן האט געשריבן:[
זייט מען האט דא געהייערט 'להודיע' פאר דעם, איז פשוט א שאד כ'זאל ארבעטן אומזיסט
שיק עם א דעפעשע

:P מיי פלעשור...

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:57 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז זיין ווייב האט אים גערופן אז זי האט שוין געבוקט ראש השנה אין די ארלינגטאן האטעל פאר איר אין די קינדער, זאגט ער איר ok איך קען שוין קענסלען מיין טיקיט.......

;l;p- :lol:
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

השמש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:39 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:ווילסט הוליענען נא פראבלעם זאג נישט אז עס האט צוטון מיט ר' נחמן
ווען ס'זאל נישט זיין קיין מוזיק אין אומאן וואלט נישט געווען קיין מנין אין אומאן
פארוואס גייסטו נישט קיין אומאן אין סוכות די יארצייט פון הייליגען רבי נחמן ??

הרב השמש, איך האב פאר דיר א קשיא, מילא ערב ראש השנה און א טאג נאך ראש השנה ביז דער עולם צוגייט זיך אהיים, נניח אז עס איז דא מנין ווייל עס איז דא מוזיק, אבער ראש השנה גופא איז דאך נישט דא קיין מוזיק, טא פארוואס איז דא אזויפיל מנינים בעצם ראש השנה אז מען שפילט נישט דעמאלט קיין מוזיק, אתמהה?!

ווען עס וואלט ווען גערעגנט נונ סטאפ אין די קאנטרי וואלט קיינער נישט געגאנגען...
נניח אז עס מען גייט אין קאנטרי זיך אויסצולופטערן אבער וויאזוי קען זיין עס אפילו ווען עס רעגנט יא זענען דא די זעלבע צאל מענטשען ווי ווען עס רעגנט נישט??

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:42 pm

ענאף איז ענאף
ביטע אויפהערן..
ישר כח!

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:02 am

ס'איז עפעס צו שטיל דער אשכול...

זעט אויס אז די אומאן סעזאן האט געקאסט אקטיוויטעט דא אינעם וועלטל גענוג פאר צוויי יאר, אויב נישט מער.

אזוי ווי דער אשכול הייבט זיך ווי איינער באשרייבט זיין נסיעה קיין אומאן, גם אני אענה חלקי.

צופיל דעטאלן קען איך נישט שרייבן מחמת גילוי, אבער איך וועל דערציילן א קליינעם עפיזאד וואס האט מיך זייער באנומען.

פאר עטליכע יאר צוריק ראש השנה איז דאס פארגעקומען, א אינגערמאן פון ארץ ישראל וואס איז ל"ע געווען קראנק מיט די ביטערע מחלה ה"י, איז שוין געווען אינגאנצן אינפעסטעט רח"ל; ער האט אבער געהאט א מורא'דיגע רצון צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, און זוכה זיין צו די הבטחה אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לעילו נשמתו, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים (תיקון הכללי), אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו, וועט ער זיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית; וואס בעצם האט דאס נישט דוקא מיט קומען אויף ראש השנה, אבער ער האט געוואוסט אז זיינע טעג זענען געציילטע, און ער וויל דאס נאך אריינכאפן.

למעשה האט ער זיך ווארעם געזעגנט פון זיין משפחה און גוטע פריינט, און זיך ארויסגעלאזט בשארית כוחותיו צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן קיין אומאן אוקריינע, צו וויילן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.

...

...

דעם צווייטן טאג ראש השנה האט ער ליגענדיג אין "מרפאת אומאן" צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה לבוראה, און איך האב זיך באטייליגט ביי דעם לוי'.

ער האט געהאט די זכי'.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:31 am

וויל וועלן האט געשריבן:ס'איז עפעס צו שטיל דער אשכול...

זעט אויס אז די אומאן סעזאן האט געקאסט אקטיוויטעט דא אינעם וועלטל גענוג פאר צוויי יאר, אויב נישט מער.

אזוי ווי דער אשכול הייבט זיך ווי איינער באשרייבט זיין נסיעה קיין אומאן, גם אני אענה חלקי.

צופיל דעטאלן קען איך נישט שרייבן מחמת גילוי, אבער איך וועל דערציילן א קליינעם עפיזאד וואס האט מיך זייער באנומען.

פאר עטליכע יאר צוריק ראש השנה איז דאס פארגעקומען, א אינגערמאן פון ארץ ישראל וואס איז ל"ע געווען קראנק מיט די ביטערע מחלה ה"י, איז שוין געווען אינגאנצן אינפעסטעט רח"ל; ער האט אבער געהאט א מורא'דיגע רצון צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, און זוכה זיין צו די הבטחה אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לעילו נשמתו, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים (תיקון הכללי), אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו, וועט ער זיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית; וואס בעצם האט דאס נישט דוקא מיט קומען אויף ראש השנה, אבער ער האט געוואוסט אז זיינע טעג זענען געציילטע, און ער וויל דאס נאך אריינכאפן.

למעשה האט ער זיך ווארעם געזעגנט פון זיין משפחה און גוטע פריינט, און זיך ארויסגעלאזט בשארית כוחותיו צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן קיין אומאן אוקריינע, צו וויילן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.

...

...

דעם צווייטן טאג ראש השנה האט ער ליגענדיג אין "מרפאת אומאן" צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה לבוראה, און איך האב זיך באטייליגט ביי דעם לוי'.

ער האט געהאט די זכי'.

ישר כח

די מעשה האט מיר מורא'דיג באנומען!!

און דווקא נישט ווייל עס ענדיגט זיך אזויווי יעדע מעשה "און ער איז גלייך אויסגעהיילט געווארן.. וכו' וכו'"

אזא זכיה.. ב"ה
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:06 pm

וויל וועלן האט געשריבן:אזוי ווי דער אשכול הייבט זיך ווי איינער באשרייבט זיין נסיעה קיין אומאן, גם אני אענה חלקי.

צופיל דעטאלן קען איך נישט שרייבן מחמת גילוי, אבער איך וועל דערציילן א קליינעם עפיזאד וואס האט מיך זייער באנומען.

פאר עטליכע יאר צוריק ראש השנה איז דאס פארגעקומען, א אינגערמאן פון ארץ ישראל וואס איז ל"ע געווען קראנק מיט די ביטערע מחלה ה"י, איז שוין געווען אינגאנצן אינפעסטעט רח"ל; ער האט אבער געהאט א מורא'דיגע רצון צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, און זוכה זיין צו די הבטחה אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לעילו נשמתו, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים (תיקון הכללי), אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו, וועט ער זיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית; וואס בעצם האט דאס נישט דוקא מיט קומען אויף ראש השנה, אבער ער האט געוואוסט אז זיינע טעג זענען געציילטע, און ער וויל דאס נאך אריינכאפן.

למעשה האט ער זיך ווארעם געזעגנט פון זיין משפחה און גוטע פריינט, און זיך ארויסגעלאזט בשארית כוחותיו צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן קיין אומאן אוקריינע, צו וויילן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנהף דעם צווייטן טאג ראש השנה האט ער ליגענדיג אין "מרפאת אומאן" צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה לבוראה, און איך האב זיך באטייליגט ביי דעם לוי'.

ער האט געהאט די זכי'.

אז מען דערציילט אזעלכע מעשות דארף מען מדגיש זיין אז זיכער איז דאס נאר ווען מען טוט אמת'ע תשובה, מען טאר נישט פארגעסן אז ווי גרויס די הייליגע רבי איז און ווי גרויס די הבטחה פונעם רבין איז נאר אבער ווער עס לייקענט אין שכר ועונש איז א אפיקרוס, פארען קיין אומאן ראטוועט נישט ארויס פון גהינום מען קען זיין דארט פופציג מאל און עס וועט גארנישט העלפן,

נאר אויב א איד האט אמת תשובה געטיען האט די רבי צוגעזאגט אז ער וועט אים א טובה טיען ניצול צו ווערן פון די עונשים, אבער ח"ו צו מאכען א געשפעט דערפון ווי די היינטיגע אינגעלייטליך אז מען וועט פארען קיין אומאן און מען האט שוין כאילו עפעס א גאראנטי אז מען וועט גרינגער אפקימען.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:19 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:

נאך א מזל אז איר באווארענט עס, איך האב שוין געוואלט ארויסרייסען איין אני מאמין פונעם סידור, נחמתני נחמתני
נאר מאכט זיכער אז יעדעס מאל וואס איר הערט איינער רעדט פון גרויסקייט פון א צדיק, זאלט איר אים זאגען אז דאס איז נישט אנשטאט דעם באשעפער ח''ו מדארף נאך אלץ דינען דעם אייבירשטען, ממוז זיך באווארענען
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:25 pm

איר זענט געווארען געטראפן פון מיינע ווערטער?! איר שרייבט אביסל אויפגעברויזט, איך פארשטיי נישט פארוואס, אבער דאס ברענגט נאך שטערקער ארויס ווי ווייט מען מוז דאס כסדר חזר'ן.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:31 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:איר זענט געווארען געטראפן פון מיינע ווערטער?! איר שרייבט אביסל אויפגעברויזט, איך פארשטיי נישט פארוואס, אבער דאס ברענגט נאך שטערקער ארויס ווי ווייט מען מוז דאס כסדר חזר'ן.

ח''ו, איך בין נישט אויפגעברויזט איך האב נאר צוגעלייגט א שפיגעלע צו אייערע ווערטער
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:32 pm

לכבוד פנחס בן חיים.

דו האסט אנגערירט א שטארקע נקודה, אבער זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות הכתובות בתורה, אזא תנאי האט זיך דער רבי נישט אויסגענומען ווען ער האט צוגעזאגט די הבטחה, און פארשטייט זיך אז דאס האסטו נישט בכח צוצולייגן.

דער רבי'ס הבטחה איז, אז ווער עס קומט צו זיין ציון און געבט א פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו און זאגט דעם תיקון הכללי, אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו וועט ער אים א טובה טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית.

מער האט ער נישט געזאגט.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:37 pm

וויל וועלן האט געשריבן:לכבוד פנחס בן חיים.

דו האסט אנגערירט א שטארקע נקודה, אבער זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות הכתובות בתורה, אזא תנאי האט זיך דער רבי נישט אויסגענומען ווען ער האט צוגעזאגט די הבטחה, און פארשטייט זיך אז דאס האסטו נישט בכח צוצולייגן.

דער רבי'ס הבטחה איז, אז ווער עס קומט צו זיין ציון און געבט א פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו און זאגט דעם תיקון הכללי, אפילו אם עצמו וגברו עוונותיו ופשעיו וועט ער אים א טובה טון, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית.

מער האט ער נישט געזאגט.

איר זענט נישט גערעכט, אדער האט איר שלעכט אריינגעלערענט אינעם רבינ'ס ווערטער, אדער האט מען אייך שלעכט פארגעלערענט,
די רבי קען נישט העלפן קיינעם וואס טוט נישט קיין תשובה, און ער גייט נישט קיינעם העלפן, ניטאמאל גייט ער פראבירען, און ווער עס זאגט אנדערש איז עס א פיסטע דימיון און עס איז לכאורה קעגן איינע פון די אני מאמין'ס אז עס איז דא שכר ועונש, און איך גלייב נישט אז די רבי זאל האבן געזאגט אנדערש ווי די דרייצן אני מאמין'ס.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:47 pm

אדער דארפט איר איינעמען א שתיקה

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:50 pm

וויל וועלן האט געשריבן:אדער דארפט איר איינעמען א שתיקה.

וואס עפעס, עס איז דען א סוד וואס מען טאר נישט אויסזאגען?! איך רעדט דען קעגן ברסלב?!
איך האב בסך הכל בעסער מסביר געווען אימרת הרבי, און אויסגעקלארט אויף א טעות וואס האב פאסירט נאך אזויפיל מען הערן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז די רבי גייט שלעפן ביי די פיאות, און מען כאפט זיך נישט אז דערצו איז דא א תנאי.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:53 pm

יישר כח, איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו באדאנקען! ווי אזוי קען איך דיר מכיר טובה זיין?

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:56 pm

אז דו וועסט אויפקלערן נאך אידן אז זיי זאלן נישט האבן די ווייטאגליכע טעות, און זיי ברענגן לתשובה אמיתית.

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט