אוי האבן מיר געהאט א פיינעם זיידן... נאך בעסער...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

אוי האבן מיר געהאט א פיינעם זיידן... נאך בעסער...

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:12 pm

ב"ה
איך האב געמאכט אסאך תיקונים, און ס'איז מיר נישט געלונגען צו מאכן קיין פי די עף האב איך אריינגעשטעלט די גאנצע זאך אויף איינמאל גרינגער צו מאכן פאר די וואס ווילן עס ארויספרינטן, דער לעצטער חלק איז נאכנישט געווען פריערט.

א גוט שבת

מדרש וירא

"מ'קען אפשר אריינקומען צו מר. ענר?"
"ווער איז ביים טיר?"
"אברהם העברי"
"יא, קומטס אריין"
"א גוטן טאג ר' אברם"

"אוי אנטשולדיגט, איך האב אייך נאכנישט געזאגט, איך הייס מער נישט אברם, מהיום והלאה רופט מיר נאר אברהם"

"ביי די 99 יאר בייט מען זיך א נאמען וואס גייט פאר מיט אייך? וואס איז שלעכט געווען מיטן נאמען אברם? אזא שיינער נאמען געווען, אב רם, דער הויפט פון ארם, דער פלאץ - ארם נהריים – פון וואו איר שטאמט.

"אלס דעם אויס איז אברהם גארנישט אונטערשטעליג, אברהם איז אב המ'ון גוים, דער הויפט פון אלע פעלקער"

"און דער ריש"

"מ'האט נאר צוגעלייגט, אראפ נעמט מען נישט" א."אבער דאך, פארוואס האסטו געביטן צו א נייעם נאמען? יעדער קען דיר שוין אלץ אברם, גיי אויף דער עלטער זיך צוגעוואוינען צו א נייעם נאמען"

"אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן, דער רבש"ע, דער גרויסער באשעפער האט זיך באוויזן צו מיר, און ער האט מיר נאכאמאל צוגעזאגט אז פון מיינע קינדער וועט ארויסקומען א גרויס פאלק, איך האב שוין געהאט שלום געמאכט מיטן מצב אז די אלע הבטחות פון ביז יעצט וועלן מקוים ווערן ביי ישמעאל, אדער אז מיר וועלן ארייננעמען (אדאפטן) א קינד פון די גאס וואס ער זאל הייסן אונזער קינד ב.אבער דא האט דער באשעפער צוגעלייגט ווערטער, ער האט מיר קלאר געזאגט אז דער גרויס און הייליג פאלק וואס ער זאגט מיר צו וועט ארויסקומען פון מיין רביצין שרה, ווי איך האב עס געהערט האב איך געפרעגט דעם רבש"ע, "איך האב דאך געזעהן אז מיין מזל איז נישט צו האבן קיין קינדער," האט מיר דער רבש"ע געענטפערט, האסט טאקע גוט געזעהן, אברם מיט שרי האבן נישט קיין קינדער, אבער אברהם און שרה האבן יא קינדער!"

"איך פארשטיי נישט אברהם" פרעגט ענר ווייטער. "פארוואס האסטו בכלל געגלייבט וואס דו האסט געזעהן אז דיין מזל איז נישט צו האבן קינדער, זעהסט דאך אז ישמעאל איז דיר געבוירן געווארן?"
"אוי וואס פארשטייסטו אין מזלות, דער מזל ווייזט נאר אויף די ווייב, נישט אויף אזא שפחה ווי הגר." ג.

"הייסט עס אז די רביצין האט אויך א נייעם נאמען, דארף איך איבערגעבן אין שטוב אז מהיום והלאה רופט מען איר, וויאזוי נאר?"

"שרה!"

"לאמיך צוטרעפן" זאגט ענר, "פונקט ווי דיין נאמען ווייזט אז דו ביזט געווארן דער נשיא פון אלע פעלקער, איז זי פון שרי, מיין הערנטע, געווארן שרה, די הערענטע פון די וועלט, הא? האב איך גוט געזאגט?"

"יא, אזוי ווי דו זאגסט, דאס איז טאקע דער טעם פארוואס דער רבש"ע האט איר געגעבן דעם נאמען,"

"און אז מ'רעדט שוין יא לאמיר דיר פרעגן, נו מילא ביי דיר האט מען אריינגעלייגט א ה' אינמיטן דעם נאמען, אבער ביי שרה האט מען דאך אראפגענומען א י' האט ער זיך אזוי געלאזט דער יודעלע?"

"ניין, ער האט טאקע פארפירט, דער רבש"ע זאגט מיר טאקע אז אין די שפעטערע יארן וועל איך האב אן אייניקל א צדיק הדור, ער וועט הייסן הושע בן נון, און ער וועט זוכה זיין אינעם יוד פון שרי, ער וועט באקומען דעם נאמען יהושע."

"ביזטו מיר סתם אזוי געקומען מעלדן די נייעס? צו דו האסט געוואלט נאך עפעס?" פרעגט ענר.

"איך וועל דיר זאגן וואס" ענטפערט אברהם, דער רבש"ע האט מיר געזאגט נאך א זאך, ער האט מיר געהייסן זיך מל'ן, האב איך אלס גוטער פריינט געוואלט הערן דיין מיינונג וואס דו האלטסט, צו זאל איך מאכן דעם ברית בייטאג, כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די שמחה פון מקיים זיין א מצוה פון אויבערשטן, צו זאל איך עס ענדערש מאכן ביינאכט" ד.

ענר איז געווארן אינגאנצן אויפגעשוידערט, "אברהם! דו ביזט אינגאנצן צושפילט? א אלטער 99 יעריגער מענטש זאל זיך גיין מל'ן, דו וועסט ווערן אזוי אפגעשוואכט און אלע דיינע שונאים וועלן זיך צוזאמנעמען, מלחמה האלטן מיט דיר, און דיר ח"ו אומברענגען!"

"הער זיך צו ענר, דאס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז דעם אויבערשטנס באפעל גיי איך מקיים זיין, איך האב נאר געוואלט הערן דיין מיינונג ווען איך זאל עס מאכן, און אויך האב איך געוואלט זעהן ווי ערליך מיינע חברים זענען, איך האב געוואלט זעהן וויאזוי דו נעמסט אן א באפעל פון השי"ת, ה.

פון דארט איז אברהם געגאנגען צו זיין צווייטן חבר אשכול, ער איז נישט געווען קיין גרעסערער צדיק פון ענר'ן, און ער האט אויך געענטפערט בערך דעם זעלבן תירוץ, אבער ווען אברהם איז אנגעקומען צו ממרא, זיין דריטער גוטער פריינט, איז שוין געווען אן אנדערע מעשה, ער האט שוין גערעדט ווי א מאמין בה':

"אברהם איך פארשטיי אפילו נישט דיין קשיא, אוודאי זאלסטו זיך מל'ן אינמיטן טאג, יעדער זאל זעהן אז ווען דער רבש"ע הייסט טון א זאך מאכט מען נישט קיין שום חשבונות און מ'טוט עס ברבים, און בכלל געהערן דאך אלע דיינע רמ"ח אברים צום רבש"ע, ער האט דאך זיי אלע געראטעוועט פון פייער אין אור כשדים." ו.

אברהם האט זיך זייער געפרייט אז כאטש איינער פון זיינע גוטע פריינט האלט אזוי ווי אים, און מ'האט זיך אנגעהויבן גרייטן צום גרויסן ברית, אברהם אבינו איז אריינגעקומען אין ישיבה וואו עס זענען געזעצן די 318 חשוב'סטע תלמידים, און ער האט זיי אנגעהויבן מסביר זיין וואס דער אויבערשטער האט געהייסן, ער האט נישט געוואלט זיי זאלן טון די מצוה געצווינגענערהייט נאר פון אייגענעם ווילן, תיכף ווען ער האט אנגעהויבן רעדן האבן זיי אים געזאגט, "א שאד די צייט, לאז אפ אלע הסברים, ברענג א מוהל און לאמיר אנהייבן מל'ן."ז.

מ'האט טאקע נישט פארברענגט קיין צייט, א שטאב מיט מוהלים זענען אריינגעברענגט געווארן, צווישן זיי שם בן נח, און אברהם איז געשטאנען איבער זיי זיכער צו מאכן אז יעדער ווערט גע'מל'עט ווי ס'דארף צו זיין.

"אברהם, פארוואס מל'סטו זיך צום לעצט, דו וואלסט ווען געדארפט זיין דער ערשטער צו ווייזן דעם וועג פאר יעדן"

"איך וועל אייך מסביר זיין" ענטפערט אברהם, "איך וויל פשוט זיכער מאכן אז אלע מוהלים טוען די ארבעט בשלימות, לויף איך ארום ביי אלע הונדערטער ברית'ן זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, איך האב מורא אז אויב איך וועל זיך אליינס מל'ען קודם וועל איך נישט האבן קיין כח עס צו טון."ח.

אזוי איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער ברית, און נישט סתם א ברית, דער ערשטער ברית אויף די וועלט, און נישט סתם עפעס א קליין ברית'ל, הונדערטער מענטשן זענען גע'מל'עט געווארן אין איין טאג, צום ערשט אלע 318 חשוב'סטע תלמידים פון די ישיבה, אלע קנעכט, און צום לעצט האבן זיך גע'מל'עט דער 13 יעריגער ישמעאל, און אברהם אבינו.

די ערשטע צוויי טאג נאכ'ן ברית איז אברהם אבינו אנגעגאנגען מיט זיין הייליגע ארבעט ווי געווענטליך, וואס איז געווען זיין עבודת הקודש, חוץ פון ארומגיין האלטן דרשות און גיבן שיעורים אויפצוקלערן מענטש נישט צו דינען די נארישע אפגעטער נאר דעם גרויסן הייליגן באשעפער, איז אברהם געווען גאר גרויס אין די מצוה פון הכנסת אורחים.

ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער צווישן אלע מלאכים אויך באשאפן דעם שטן, דעם בעל דבר, מ'האט פאר יעדעם איינגעטיילט זיין פאסטן, וואס ער האט צו טון אויף די וועלט, יארן שפעטער, ביים צייט פון דור המבול קומט דער שטן צום רבש"ע מיט א מורא'דיגע טענה, "הייליגער באשעפער, יעדן מלאך האסטו געגעבן א שליחות וואס אויסצופירן אויף די וועלט, מיר האסטו געהייסן אראפגיין אויף די וועלט איבעררעדן מענטשן צו זינדיגן, אבער איך דריי זיך ארום אן קיין ארבעט, נעכטן גיי איך צו צו עפעס אן הלאלך, איך בעט אים צו זינדיגן, "זינדיגן" זאגט ער מיט שמחה, ווען דו ווילסט, גיב נאר א געדאנק, נעם איך ארויס מיין ביכל און איך הייב אים אן פארלייגן מיין פארדארבענע סחורה, גנב'נען, רצח'נען, שלאגן, איך האלט אינמיטן רעדן און דער הלאלך לאכט אין גרויסן פון מיר, "די אלע זאכן האב איך שוין געטון צענדליגער מאל! ברענג מיר עפעס פרישע געדאנקען..."

גיי איך ווייטער, איך שטעל אפ איינעם מרד, איך בין אים אויך מציע צו טון עבירות, "יא" זאגט ער, "עבירות איז מיין זאך! ווען דו האסט עפעס א גוטס קום צו מיר," מיין איך שוין אז דא האב איך יא געכאפט א גוטן קליענט, און איך הייב אים אן פארצושטעלן וואס איך פארקויף, ווידער נעם איך זיך רעדן פון מיינע פארדארבענע שטיק, דער מרד נעמט זיך שרייען אויף מיר, "דאס ביזטו דער יצר הרע? קליינע קינדערישע עבירות קומסטו מיר פארשלאגן?! די אלע זאכן האב איך שוין אלץ קינד געטון צענדליגער מאל! מן הסתם ביזטו עפעס א פאלשער פארשטעלטער שטן, טראג זיך אפ מיר"

אזוי גיי איך ארום אן קיין ארבעט, וועמען איך בין מציע צו טון עפעס שלעכטס האט עס שוין לאנג געטון, איך בעט דיר רבש"ע גיב מיר עפעס ארבעט."

דער רבש"ע הערט אויס דעם שטן און ער זאגט אים, "הער זיך איין, אמת טאקע דער דור המבול איז זייער זינדיג און זיי זינדיגן שוין פון זיך אליינס אן דיין ארבעט, אבער יארן ארום וועט קומען אויף דער וועלט א צדיק מיטן נאמען אברהם, ער וועט בכלל נישט טון קיין עבירות, מיט אים וועסטו האבן ארבעט."

דער יצה"ר האט נישט קיין ברירה און ער זעצט זיך אראפ ווארטן, ענדליך הערט ער אז דער אברהם לעבט שוין לאנג אויף דער וועלט און ער גייט ארום אויפשטעלן ישיבות און האלטן דרשות אויסצולערנען דעם עולם אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, שוין, ס'איז געקומען די צייטן זיך צו נעמען איבער זיינע ביינער, דער שטן לאזט זיך ארויס אין וועג, ער פארט קיין חברון, ער קען שוין קוים ווארטן אויף די געלעגנהייט איינעם איבערצורעדן צו טון אן עבירה.

אנקומענדיג אין די געגנט פון אלוני ממרא נעבן חברון איז ער ממש נתפעל געווארן פון די שיינקייט, הערליכע ביימער האבן אנגעפולט דעם פלאץ ט. און ער הערט שוין אין אלע זייטן, אויב דארפסטו א גוטע סעודה גיי אריבער צום הכנסת אורחים בית אברהם, דארט וועט דיר גארנישט פעלן, "יא יא, טאקע דארט גיי איך" טראכט ער צו זיך, און לאמיר נאר זעהן צו דער גרויסער אברהם וועט זיך קענען ארויסדרייען פון מיינע הענט.

באלד ווען דער שטן איז אנגעקומען פאר די געצעלט פון אברהם, זעהט ער פלוצלונג ווי אן אלטער איד לויפט אים אנטקעגן מיט א שמחה עצומה, אה, אזא גאסט, קומטס אריין, דערכאפט אייך דאס הארץ, מאכט א ברכה,

"נע נע, איך דארף נישט גארנישט,"

"ביי מיר איז נישט דא אזא זאך, א מענטש קומט פון וועג דארף ער זיכער א ווארימע סעודה, ווארט דא אפאר מינוט און איך ברענג אייך שוין א געשמאקע פארציע"

דער שטן האט נישט קיין ברירה, ער זעצט זיך ווארטן אויף זיין פארציע, ס'נעמט נישט צו לאנג און אברהם איז דא צוריק, אין די האנט האלט ער א טאץ מיט פרישע בייגלעך, א ווארימע זופ, אפאר סאלאטן צו טינקען, "גיבט זיך נאר א וואש, איך ברענג אייך באלד ווייטער, אבער געדענקט צו דאנקען דעם באשעפער פאר איר עסט, אלעס קומט פון אים!"

"איך זעה שוין, ס'וועט מיר שוין גארנישט גיין אזוי גרינג מיט אים, לאמיר צואווארטן ביז נאך די סעודה און נאכדעם וועל איך שוין רעדן מיט אים"

דער יצה"ר עסט זיך געמיטלעך, אברהם ברענגט אים נאך און נאך, פארשפייז, צושפייז, נאך א פארציע און נאך א פארציע, און א קאמפאט ביים סוף, ביז ער איז אינגאנצן זיכער אז זיין גאסט איז פולקאם זאט.

ענדליך ענדיגט דער יצה"ר די סעודה, ער שטעלט זיך אויף, ער וויל צוגיין צו אברהם, ער זעהט ווי ער לויפט ארום און ער סערווירט די אנדערע צענדליגער געסט, ווי נאר אברהם זעהט ווי ער וויל רעדן צו אים קומט ער צו לויפן, "יא מיין חשובער גאסט, איר זענט אוודאי מיד פונעם וועג און איר ווילט זיך זיכער אראפלייגן, קומסט אריין מיט מיר אינעם אנדערן געצעלט."

דער יצה"ר האט נישט קיין ברירה, ער לאזט זיך פון אברהם אריינפירן אינעם זייטיגן שלאפן געצעלט, צענדליגער צימערלעך מיט בעטן זענען גרייט אויפצונעמען די מידע געסט, אברהם ווייזט אים אן וואו צו שלאפן, ער מאכט זיכער אז ס'פעלט אים גארנישט, און ער לאזט אים כאפן א געשמאקן דרימל.

אפאר שעה ליגט נעבעך דער יצה"ר אויפן בעט, און ער ווארט שוין קוים ווען ער וועט נאכאמאל קענען ארויסגיין רעדן צו אברהם'ן, ער מוז דאך אויספירן זיינס, ער איז דאך געקומען דא פאר א צוועק, ער וועט דעם אברהמ'ן מוזן מכשיל זיין מיט עפעס אן עבירה, סוף כל סוף האט זיך דער זייגער געריקט און דער יצה"ר קומט ארויס פון בעט אנטשלאסן צו כאפן א שמועס מיט אברהם אבינו.

ווי נאר ער קומט ארויס פונעם שלאפן געצעלט לויפט אים אברהם אנטקעגן, "אה ר' גאסט איר זענט אויפגעשטאנען, וואשט אייך ארום דעם פנים און קומט אריין אין עס זאל, א געשמאקער מיטאג ווארט אייך אפ דארט, ממש לויט אייער געשמאק."

דער יצה"ר וויל אנהייבן מסביר זיין פאר אברהם אז נישט דאס איז זיין ציהל דא, אבער אברהם איז שוין לאנג נישטא, ער איז שוין געלאפן אין קאך אנגרייטן א געשמאקע פארציע פאר אים... בלית ברירה זעצט ער זיך צום טיש, ווידער דערמאנט אים אברהם אז דעם דאנק דארף מען גיבן פארן רבש"ע וואס יעדע זאך אויף די וועלט איז נאר מיט זיין כח, און דער יצה"ר באקומט סערווירט א פולע סעודה מיט אלע צוגעהערן.

נאך די סעודה איז שוין אברהם געשטאנען גרייט אים אנצואווייזן וואו ער קען כאפן א נאכמיטאג דרימל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט אים אפגעווארט א נארהאפטיגן נאכטמאל...

פארנאכסט איז געווען די בעסטע צייט פון אלע געסט, אברהם איז געזעצן אויבן אן און מיט א ליבליכע שטימע מסביר געווען די גרויסקייט פונעם אויבערשטן, ער האט יעדן פארענטפערט אלע קשיות, און מיט א זיסקייט מסביר געווען די הייליגע אידישע אמונה, יעדן טאג זענען געווארן גרים נאך די שמועס, דער יצה"ר האט עס ממש נישט געקענט צוקוקן און איז זיך שנעל געגאנגען לייגן שלאפן.

אזוי איז דער שטן געזעצן דארט אויף קעסט אפאר טאג, ביז ער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג! "איך בין געקומען דא אויף א שליחות פון רבש"ע און איך דארף עס אויספירן, זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז צו דעם אברהם רעדן!"

ער נעמט זיך זוכן אברהם, פארשטייט זיך אז ער טרעפט אים אין קאך אנגרייטן עפעס עסן פאר א ניי געקומענעם גאסט, "איין מינוט" זאגט אים אברהם, "איך ברענג אייך שוין אייער עסן".

"ניין רבי אברהם, איך דארף נישט קיין עסן פון אייך יעצט, איך וויל מיט אייך נאר רעדן א מינוט."

"עסט קודם א געשמאקע סעודה און נאכדעם וועט מען קענען רעדן"

"ניין! איך האב שוין גענוג געגעסן דא! יעצט איז געקומען די צייט צו רעדן!"

"נו גוט, אויב דאס איז אייער ווילן זאל זיין אזוי, וואס זאגט איר? מיט וואס קען איך אייך העלפן?"

דער יצה"ר נעמט זיך שוויצן, ער ציטערט גוט, גיי טראג אן פאר אזא הייליגן איד צו זינדיגן, אבער ער שטארקט זיך דאך:

"איך האב אייך געוואלט בעטן ר' אברהם, אפשר וואלט איר געוואלט טון עפעס אן עבירה'לע קעגן דעם באשעפער?..."

"וואאאאס?! אן עבירה?! זינדיגן פאר דעם גרויסן גוטן באשעפער וואס ער גיבט מיר אלעס און טוט מיר אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט? וואו קומט צו אייך אזא געדאנק! קען דען א מענטש זיין אזוי ווידערשפעניג קעגן דעם גרויסן גוטן באשעפער?!"

דער יצה"ר האט געהויבן פיס... ער איז גלייך צוריקגעלאפן צום באשעפער מיט א טענה, "רבש"ע, צו וועם האסטו מיר געשיקט, מ'קען דאך נישט רעדן צו אים..." י. צוויי טויזנט יאר נאך בריאת העולם, ט"ו ניסן (דער ערשטער טאג פסח) דריי טאג נאכן גרויסארטיגן ברית.

עפעס איז היינט אברהם שוואכער ווי די לעצטע צוויי טאג, ער איז אבער נישט גרייט אויפצוגעבן אויף זיין הכנסת אורחים, ער שטייט אויף צופרי מיטן פלאן אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פונקט ווי די אנדערע טעג, אבער דער רבש"ע האט אנדערע פלענער.

דער רבש"ע האט נישט געוואלט אז געסט זאלן קומען און מטריח זיין דעם צדיק יענעם טאג, האט ער ארויסגענומען דעם זון פונעם האלטער אז ס'זאל ווערן גוט הייס כדי מענטשן זאלן זיך נישט דרייען אין די גאס, אזוי וועלן נישט קומען קיין געסט צו אברהם, אויך האט דער אויבערשטער געוואלט אז אברהם אבינו זאל געהיילט ווערן דורך די זון.

אזוי ווי דער רבש"ע האט געזעהן ווי אברהם מיטשעט זיך מיט זיינע יסורים האט ער געזאגט, "ס'איז נישט אויסגעהאלטן אז דער צדיק זאל ליידן און די גאנצע וועלט זאל לעבן געשמאק, האט דער אויבערשטער געמאכט א לאך אינעם גיהנם, און די היץ איז ארויס אויף די וועלט. י"א אזוי איז געווארן נאך הייסער.

ס'איז 10:00 אינדערפרי י"ב געווענטליך אזא צייט רעש'ט שוין דער גרויסער עס זאל ביי אברהם אבינו אין שטוב מיט די צענדליגער און צומאל הונדערטער אורחים וואס דערכאפן זיך דאס הארץ מיט א געשמאקן פרישטאג, אבער עפעס זענען היינט נישט געקומען קיין געסט, אפילו כאטש איין איינציגער גאסט פאר א רפואה טרעפט מען נישט, אברהם ווערט מורא'דיג צובראכן, מ'מוז זאפארט עפעס טון דערצו.

אברהם האט געלאזט רופן אליעזר זיין תלמיד, "אליעזר טייערער, דו זעסט דאך וואס דא טוט זיך, קיין איין אורח האט זיך נאכנישט באוויזן היינט, גיי ביטע ארויס אויף די גאס און זעה צו דו קענסט טרעפן עפעס אורחים אויף פרישטאג" נאך א שטיקל צייט איז אליעזר צוריק געקומען, "הייליגער רבי, איך האב גוט געזוכט און קיינעם נישט געטראפן, אלע גאסן זענען ליידיג, קיין שום מענטש דרייעט זיך נישט אינדרויסן אין אזעלכע היצן", אברהם איז אבער נישט געווען צופרידן, "איך וועל דארפן אליינס זוכן" האט ער מחליט געווען. י"ג

"לאמיר זיך אוועק זעצן ביים טיר, אזוי וועל איך זיך קענען אביסל אפקילן י"ד. און אין איינוועגס טרעפן עפעס געסט.

אברהם קומט אן צום טיר, ער זעצט זיך אראפ, און פלוצלונג איז ער געווארן איבערראשט, דער גרויסער באשפער מיט זיין גאנצע פמליא של מעלה זענען געקומען אים מבקר חולה זיין, אברהם האט ממש אויפגעלעבט, אזא זכי', דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים, ער האט זיך געוואלט אויפשטעלן אבער דער אויבערשטער האט אים געהייסן בלייבן זיצן.

אברהם האט זיך אויסגערעדט פאר די שכינה, "וואס גייט דא פאר, ביז איך האב זיך גע'מל'עט איז דער עולם כסדר געקומען צו מיר, פארוואס האט מען אויפגעהערט צו קומען," זאגט אים דער רבש"ע "פאר דו האסט זיך גע'מל'עט זענען געקומען גוים, ערלים, יעצט וואס דו ביזט שוין בתכלית השלימות קום איך, און מיין פמליא, די הייליגע מלאכים," ט"ו און פונקט דאן האט ער זיי באמערקט...

אויפן אויסערליכן אויסקוק האבן זיי אויסגעזעהן ווי א סוחר, א שיפס קאפיטאן, און אן אראבער, ט"ז אבער פון זייער געוואלדיגער הדרת פנים האט אברהם פארשטאנען אז ס'איז נישט אזוי פשוט, "זיי קוקן אויס ווי עפעס מענטשן פון העכערן קלאס, מן הסתם זענען זיי עפעס קעניגליכע שלוחים" האט אברהם געטראכט צו זיך. י"ז.

אברהם בעט זיך מיט דרך ארץ פון די הייליגע שכינה, "איך וויל דאך אזוי שטארק מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים, און דא האב איך מורא אז די דריי חשובע מענטשן וועלן אוועק גיין, ווארט ביטע צו א מינוט ביז איך רוף זיי אריין אין שטוב"

אברהם האט זיך נישט פארגעשטעלט אז באמת זענען זיי גאר מלאכים, מיכאל, גבריאל און רפאל זענען געשיקט געווארן פון הימל נאכדעם וואס דער באשעפער האט געזעהן ווי שטארק אברהם אבינו איז זיך מצער אז קיין געסט קומען נישט צו אים, ווי אויך האבן זיי געהאט וויכטיגע שליחות'ן אויסצופירן אויף די וועלט, מיכאל האט געדארפט אנזאגן פאר שרה די גוטע בשורה אז ביז א יאר וועט יצחק געבוירן ווערן, רפאל איז געקומען אויסהיילן אברהם און ראטעווען סדום פון די מהפיכה וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט.

אברהם האט טאקע נישט געוואוסט אז זיי זענען מלאכים, אבער ווען ער האט געזעהן אז די שכינה ווארט ער זאל זיי אריינרופן האט ער פארשטאנען אז זיי זענען עפעס חשובע מענטשן, און ווען ער האט געזעהן ווי זיי זענען זיך מכבד איינער דעם אנדערן האט ער געזעהן אז זיי זענען ערליכע מענטשן,י"ח. דעריבער האט ער גאר שטארק געוואלט אז זיי זאלן אריינקומען צו אים אין שטוב, אבער ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי לייכט.

די מענטשן האבן געזעהן ווי אברהם פארעכט זיך דעם באנדאזש אויפן וואונד, האבן זיי זיך צוריקגעצויגן, זיי האבן געוואלט ווייזן פאר אברהם אז זיי ווילן אים נישט מטריח זיין, אבער אברהם האט ניטאמאל געשפירט קיין טירחא, פלוצלונג האט ער פארגעסן אז ער איז בכלל שוואך, ער האט זיך אויפגעשטעלט און גענומען לויפן...

ער איז אנגעקומען ביז זיי, ער איז געפאלן אויף דער ערד און זיך געבוקט פאר זיי, "ביטע, מיכאל טייערער י"ט.איך בעט אייך זייער, קומט אריין צו מיר אין שטוב, ס'פאסט נישט אז איר זענט דא אריבער און איר זאלט נישט אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ, איר דארפט נישט מורא האבן אז איך וועל אייך אויפהאלטן, איך וועל אייך ברענגען וואסער צו וואשן די פיס פון די עבודה זרה שטויב, ווען איך ווייס ווען אז איר קומט וואלט איך צוגעגרייט א גרויסע סעודה, כ. אבער יעצט לאזט מיר כאטש אייך מכבד זיין מיט אביסל ברויט זיך צו דערכאפן דאס הארץ, און דערנאך קענט איר גלייך גיין, איר דארפט נישט מורא האבן איך וועל אייך הייסן בלייבן זיך מל'ען... כ"א.

"נו, זאל זיין אזוי ווי איר זאגט, מאכט נישט קיין גרויסע זאכן, אביסל ברויט איז פונקט גענוג" כ"ב

אברהם האט טאקע ''גערעדט'' נאר פון אביסל ברויט, אבער ווען ס'איז געקומען ''למעשה'' איינמאל די מלאכים זענען אריין צו אברהם אין געצעלט האט מען זיך גענומען צוגרייטן א סעודה כיד המלך כ"ג היות ער האט צוגעזאגט פאר די מלאכים אז מ'וועט נישט נישט מאכן קיין לאנגע מעשיות האט ער זיך גאר שטארק געיאגט, ער איז אריינגעלאפן צו שרה אין געצעלט, "שרה טייערע, דער אויבערשטער האט געהאלפן ס'זענען אנגעקומען געסט, יאג זיך צו און קנעט איין דריי סאה פון די בעסטע מעהל, מאך פיינע פרישע מצה, מאך אויך פון די מעהל גוטע שלישקעס צושפייז צו די פלייש, און פיינע זיסע קוכן צו לייגן אויפן טיש נאך די קאמפאט כ"ד.

"זאג נאר אברהם" פרעגט שרה, "אז ס'דיר שוין יא געלונגען אריינצובאקומען אפאר געסט, פארוואס האסטו זיי געלאנט נאר צום עסן, בעט זיי שוין זיי זאלן בלייבן שלאפן אויך ביי אונז"

"ס'דאך נאך 10:00 אינדערפרי, מ'קען נישט אויפהאלטן מענטשן אזוי לאנג, ס'קוקט מיר אויס ווי זיי יאגן זיך" כ"ה.

אברהם באמערק אליעזר אין די זייט, "אה, אליזער, נאך גוט אז איך טרעף דיר, גיי אין ישיבה, און זיי מודיע פאר די תלמידים אז ס'זענען געקומען גאר חשובע מענטשן און מ'גייט זיך וואשן צו א גרויסע סעודה." כ"ו

פון דארט איז אברהם געלאפן אין שטאל, ער האט גענומען דריי קעלבלעך, "נעם ישמעאל, גרייט זיי צו פאר די געסט"

"אבער טאטע, פארוואס דארף מען דריי? איז עס נישט צו סאך?"

"הער זיך צו מיין קינד, פאר אזעלכע חשובע געסט וויל איך גיבן א גאנצן צינג פאר יעדן איינעם"

"אוי טאטע, איין קעלבל לויפט אוועק"

"ישמעאל די גרייט צו די אנדערע צוויי, איך וועל שוין כאפן דעם קעלבל."

"טאטע, ס'איז דאך דא אזויפיל קנעכט דא, און דו ביזט דאך שוואך, פארוואס דארפסטו אליינס זיך מיטשען און צוגרייטן די גאנצע סעודה, פארוואס זאל מען נישט הייסן די קנעכט אנגרייטן." האט זיך ישמעאל געבעטן פוילערהייט.

"איי די ישמעאל דו, פארשטייסט נישט וואס הייסט ליב האבן א מצוה, אז ס'קומט אונטער אזא גאלדענע געלעגנהייט צו מקיים זיין אזא חשובע מצוה זאל איך עס איבערגעבן פאר די קנעכט, פארוואס זאל איך נישט אליינס זוכה זיין אין זיין דער גליקליכער מענטש וואס טוט די מצוה!"

אברהם וואס האט שוין אינדערצווישן לאנג פארגעסן אז ער איז אמאל געווען שוואך האט זיך גענומען נאכלויפן דעם קעלבל, אבער קוקט אויס אז דער קעלבל האט דעם וועג בעסער און ער איז געלאפן ווייטער און ווייטער, ביז ער איז אנגעקומען צו א הייל, ער לויפט אריין אין הייל און אברהם לויפט אים נאך, ער לויפט און לויפט ביז ער קומט אן צ נאך א הייל וואס ציעט זיך אריין פונעם ערשטן הייל, אברהם קומט דארט אריין און א שטוינענדער בילד אנטפלעקט זיך פאר אים, ער זעהט דעם קבר פון אדם הראשון מיט חוה, פיהל ליכט ברענען ארום און ארום, און שמעקעדיגער גערוך נעמט ארום דעם גאנצן הייל, אברהם האט באלד באשלאסן אז דעם הייל דארף מען אפקויפן. כ"ז

מ'האט שנעל געענדיגט צוגרייטן די פלייש, פוטער, און אלע אנדערע מטעמים וואס מ'האט צוגעגרייט און דער גאנצער עולם האט זיך געזעצט צו די סעודה אין גארטן אונטער די ביימער. כ"ח די מלאכים האבן זיך געמאכט עסן כדי נישט משנה צו זיין פונעם פלאץ וואו זיי געפינען זיך, אלעס האבן זיי פארברענט, און אברהם האט הנאה געהאט צו זעהן ווי די טעלערס ווערן ליידיג.

דערנאך האט אברהם ווי געווענליך ביי יעדע סעודה געזאגט תורה, ער האט מסביר געווען פאר די מלאכים די יסודות פון די אידישע אמונה, די גרויסקייט פון הייליגן באשעפער, כ"ט און ענדליך אביסל פאר 12:00 האט מען אריינגעברענגט דעם כוס צו בענטשן.

נאכן בענטשן רופט זיך אן מיכאל, דער גרעסטער פון צווישן די מלאכים, "טייערער ר' אברהם, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון די געשמאקע סעודה, וואו איז דיין רביצין שרה, איך וויל איר שיקן כוס של ברכה, און איר מבשר זיין א גוטע בשורה."

"מיין רביצין שרה פרעגט איר וואו זי איז, זי דרייט זיך קיינמאל נישט צווישן די געסט, זי איז בצניעות אין געצעלט, אז דו ווילסט איר עפעס זאגן קענסטו רעדן, איר געצעלט איז ממש דא ביי די טיר, זי וועט הערן וואס דו זאגסט." ל.

מיכאל דער גרויסער מלאך האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, ער איז צוגעגאנגען צום וואנט און ער האט געמאכט א קריץ ל"א און ער האט געזאגט:

דעם קומענדיגן מאל ווען די זון וועט נאכאמאל שיינען פונקט אויף דעם פלאץ, דאס הייסט פונקט א יאר ארום ט"ו ניסן וועל איך אייך נאכאמאל קומען באזוכן, און דאן וועט איר שוין נישט זיין אזוי איינזאם, די גרויסע צדיקת שרה וועט האלטן אין איר האנט א זון!"

שרה אמנו וואס איז די גאנצע צייט טאקע געווען אין געצעלט און האט בכלל נישט געזעהן די מלאכים האט געמיינט אז ס'רעדט זיך דא פון פשוטע געסט, ל"ב. און זי האט געטראכט צו זיך ווי קומט דאס אז איינער זאל קענען זאגן מיט אזא זיכערקייט א זאך וואס ליגט נאר ביים רבש"ע אין די הענט, ל"ג. האט זי אין זיך אין הארץ אביסל אפגעלאכט דערפון.

אפילו זי האט געוואוסט אז דער רבש"ע האט צוגעזאגט קינדער פאר אברהם, און שרה אמנו האט פלוצלונג אנגעהויבן צו שפירן ווי זי ווערט אינגער, אירע קנייטשן אויפן פנים וואס האבן איר געמאכט אויסקוקן ווי א 90 יעריגע פרוי האבן זיך אויסגעגעליכן, איר הויט איז צוריק געווארן ווייך און גלאט ווי א אינג מיידל, זי האט נישט געוואוסט אז אויך אברהם האט צוריק זיך אנגעהויבן שפירן ביי די כוחות ווי א אינגערמאן. ל"ד.

אויך האט זי נאכנישט געוואוסט דאס וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אז דער צוזאג גייט נישט ארויף אויף ישמעאל'ן נאר אז זי שרה וועט האבן א קינד, ווייל גלייך ווען דער רבש"ע האט עס געזאגט פאר אברהם האט ער אים אויך געהייסן זיך מל'ן, אברהם איז גלייך בזריזות געלאפן אנגרייטן די ברית'ן פאר זיך און פאר אלע הונדערטער שטוב מענטשן, און גלייך דערנאך איז ער שוואך געווארן און ער איז ארומגעלאפן זוכן געסט, אזוי אז ער האט נאך ממש נישט געהאט קיין צייט צו רעדן צו שרה און איר איבערגעבן די בשורה וואס דער אויבערשטער האט אים געזאגט. ל"ה

שרה האט געוואוסט אז דער לאכן איז נאר געווען אין הארץ און אויף איר פנים האט מען גארנישט דערקענט, דעריבער ווען אברהם האט איר געפרעגט פארוואס זי האט געלאכט האט זי זיך פארגעשטעלט אז ער פרעגט איר ווייל זי האט געשוויגן נאך די ברכה און נישט געדאנקט דעם אויבערשטן פאר די הבטחה, ל"ו. אבער ווען זי האט געזעהן אז אברהם זאגט איר אז ער ווייסט קלאר אז זי האט אפגעלאכט אין הארץ האט זי פארשטאנען אז ער ווייסט עס פון אויבערשטן אליינס האט זי פארשטאנען אז די ברכה איז נישט קיין פשוטע.

12:00 האבן די מלאכים פארלאזט דעם הייליגן געצעלט פון אברהם אבינו, אברהם האט זיי באגלייט א מיל, ל"ז. מיכאל האט שוין געהאט אויסגעפירט זיין שליחות איז ער צוריק אין הימל אריין, אבער גבריאל וואס איז געקומען איבערדרייען סדום און רפאל וואס האט יעצט געהאט א פרישע שליחות צו ראטעווען לוט האבן זיך ארויסגעלאזט אויף סדום.

"אוי סדום סדום" האט זיך אברהם צוקרעכטצט, דער גאלדענער הארץ פונעם הייליגן זיידן אברהם אבינו האט נישט געקענט אויסהאלטן די שרעקליכע מעשיות וואס ער האט כסדר געהערט פון די דורכגייער וואס זיי האבן נעבעך מיטגעמאכט אין סדום. (סיפורי סדום מובאים בפרדר"א, וספר הישר,)

פונקט פאריגע וואך איז דורכגעפארן איינער, אוי האט ער געוויינט נעבעך, ווען אברהם האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט אזוי האט ער נעבעך דערציילט א ביטערע מעשה.

ער איז געקומען פון עילם, ער האט פון זיין אפגעשפארט געלט געקויפט טייערע קאלירטע וואל, מיט שיינע שטריק, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג עס פארקויפן, אינמיטן וועג איז דורכגעפארן סדום, אזוי ווי די זון האט שוין אנגעהויבן אונטערצוגיין האט ער זיך געפרייט ווען הידוד, א סדומי, האט אים איינגעלאדנט צו קומען איינשטיין ביי אים, דער וואנדערער האט געזאגט פאר הידוד "איך האב גענוג עסן פאר מיר און פאר מיין קעמל, איך דארף נאר א פלאץ צו שלאפן" "זארגט אייך נישט" האט אים הידוד געזאגט "קומט צו מיר און ס'וועט אייך גארנישט פעלן.

דער וואנדערער איז אריינגעקומען צו הידוד אין שטוב, דעם אייזל האט ער געלאזט אין שטאל, און דעם זאק מיט די וואל און די שטריק האט ער געגעבן פאר הידוד דעם בעל הבית צו באהאלטן, הידוד האט אים צוגעשטעלט א געשמאקע בעט צו שלאפן, אינדערפרי ווען דער וואנדערער האט זיך אויפגעוועקט האט ער זיך געוואלט ארויסלאזן אויפן וועג, הידוד האט אים אבער אפגעהאלט, "איר ווילט ארויסגיין פאר פרישטאג?" בלייבט שוין דא און עסט עפעס, דערנאך האט הידוד זיך פארשמועסט מיט אים, ביז פארנאכטס, אזוי האט ער אים אויפגעהאלטן נאך א נאכט, ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט "זייט ווען ביזטו געווארן אזוי גוטהארציג? זייט ווען ביזטו אזוי גוט צו געסט? בעט אים כאטש עפעס געלט דערפאר" האט ער איר בארואיגט, "זארג זיך נישט, דו וועסט שוין זעהן וואס איך וועל מאכן מיט אים."

ענדליך צופרי ווען דער וואנדערער האט געוואלט פארלאזן סדום האט אים הידוד באגלייט אין שטאל אריין, דער מענטש גרייט צו זיין אייזל, און ער ווארט הידוד זאל אים ברענגען דעם זאק סחורה, אבער הידוד מאכט זיך נישט וואוסענדיג, נו, אז ער פארשטייט נישט אויפן ווינק בעט ער אים אפען, "טייערער מכניס אורח, מיין זאק סחורה קען איך אפשר האבן?"

"א זאק? סחורה? פון וואס רעדט איר?"

דער וואנדערער ווערט שוין אביסל נערוועז, "וואס הייסט וואספארא זאק, איך האב אייך געגעבן צו באהאלטן א זאק מיט א גאר לאנגן שטריק, און מיט הערליכע וואל פון אלע קאלירן, גיבט עס מיר שוין צוריק"

הידוד ווערט נישט פארלוירן, "אה, איר האט געזעהן גאר א גוטן חלום, דער לאנגער שטריק ווייזט אז איר וועט גאר לאנג לעבן... און דער קאלירטער וואל ווייזט אז איר וועט האבן א שיינעם פעלד מיט אלע מיני ביימער... נארמאל נעם איך 4 גולדן צו פותר חלום זיין, אבער לכבוד מיין גאסט וועל איך פון אייך גארנישט נעמען..."

דער וואנדערער האט שוין געכאפט אז ס'איז ביטער, האט ער זיך גענומען שרייען, "וואס חלום ווען חלום, בהקיץ האב איך אייך געגעבן א זאק סחורה צו באהאלטן און גיבטס מיר עס שוין צוריק!"

הידוד האט זיך געהאלטן ביי זיינעם "דו האסט געהאט א חלום, און פריי זיך אז איך האב דיר עס גוט פותר געווען, און נאכדערצו האב איך דיר נישט גערעכנט קיין געלט דערפאר, אויב וועסטו פארפירן וועל איך דיר מוזן רעכענען..."

דער וואנדערער האט זיך נישט געוואלט לאזן, ער האט געמאכט געוואלדעס, ער האט געשריגן און געוויינט, ביז דער געראנגל איז אנגעקומען צו די שופטים אין סדום.

דער וואנדערער האט פארגעלייגט זיין מעשה, און הידוד האט געטענה'ט אז ס'רעדט זיך פון א שיינעם חלום און ער האט אים עס שוין לאנג פותר געווען, די שופטים האב געזאגט אז הידוד האט אין שטאט א נאמען פאר א באגלייבטער פותר חלומות, און אויב ער האט שוין פותר געווען דעם חלום קען מען זיך פארלאזן דערויף,"אבער איך האב דיר געגעבן דעם זאק בייטאג" האט זיך דער וואנדערער נעבעך געבעטן, הידוד האט אבער געטענה'ט אז דער וואנדערער דארף אים גיבן די פיר גילדן פאר באשיידן דעם חלום, ווי אויך דארף ער אים באצאלן פארן עסן אין שלאפן ביי אים אפאר טאג... ס'האט אנגעהויבן צו גיין אזעלכע קולות דארט אז די שופטים האבן ארויסגעווארפן ביידע בעלי דינים זיך שלאגן אינדרויסן, די גאנצע גאס איז זיך צוזאמגעלאפן, און מיט חרפות און בושות האט מען דעם וואנדערער נעבעך פארטריבן פון סדום.

סדום איז געווען גאר א רייכע פלאץ, נאר גאר גרויסע עשירים האבן געוואוינט דארט, האבן זיי נישט געוואלט אז ארימעלייט זאלן קומען דארט שנארן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן, אויף די גאסן זענען געווען אויסגעלייגט בעטן אין פארשידענע גרויסקייטן, אויב א גאסט איז געקומען אין שטעטל ארייין, ווען ס'איז געקומען צום שלאפן גיין האט מען אים מיט געוואלד ארויפגעלייגט אויף איינע פון די בעטן, אויב איז ער געווען א הויכער האט מען אים געלייגט אויף א קליינעם בעט און די פיס וואס האט זיך ארויסגעשטעקט האבן די רשעים אפגעהאקט, אויב איז ער נעבעך געווען א נידריגער האבן אים די סדומים געלייגט אין א לאנגע בעט, דריי מענטשן האבן אנגעכאפט זיינע הענט, און דריי מענטשן זיינע פיס, און יעדער האט געצויגן צו זיין זייט, ביז דער מענטש איז נעבעך אויסגעגאנגען פון יסורים, "אזוי ווערט געטון מיט א מענטש וואס דערוואגט זיך צו קומען אויף סדום" האבן זיי געשריגן בשעת'ן פייניגן די מענטשן, אזוי האבן זיי געוואלט אפהאלטן מענטשן פון קומען קיין סדום.

ווען א גאסט איז געקומען, אויב איז ער ארומגעגאנגען אין שטאט נאך געלט האט יעדער געמאכט א סימן אויף די מטבע פאר מ'האט אים עס געגעבן, אלע געשעפסטלייט האבן געוואוסט אז פאר א מטבע מיט דעם סימן טאר מען נישט פארקויפן קיין עסן, אזוי האט זיך דער מענטש נעבעך ארומגעדרייט אפאר טאג און נישט געקענט קויפן קיין עסן.

ווען דער מענטש איז נעבעך אומגעקומען האבן זיי אים אויסגעליידיגט די טאשן, מ'האט גענומען אלע מטבעות וואס ער האט געהאט און יעדער האט צוריק גענומען די מטבע וואס ער האט אים געגעבן לויטן סימן וואס ער האט געמאכט.

זיי האבן אזוי פיינט געהאט צו גיבן פאר אנדערע אז אפילו די ביימער ארום די שטאט האבן זיי אויסגעהאקט, אז די פייגל זאלן נישט קענען עסן דערפון...

איינמאל האט שרה געשיקט אליעזר זיך אומקוקן וואס איר ברודער לוט מאכט, ווען אליעזר איז געווען ביים אריינגאנג צו סדום האט ער געזעהן א שרעקליכע מעשה, ער האט געזעהן ווי א סדומי האט געכאפט א פרעמדן מענטש און ער האט אים אויסגעטון אלע זיינע קליידער און אנטלאפן דערמיט, אליעזר האט זייער רחמנות געהאט אויף יענעם איז ער נאכגעלאפן דעם סדומי ביז ער האט אים געכאפט און זיי האבן זיך אנגעהויבן ראנגלען, דער סדומי ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט בייקומען אליעזר אזוי גרינג האט געכאפט א שטיין און געגעבן א ווארף אליעזר'ן אין קאפ אריין, ס'האט זיך גענומען גיסן בלוט פון אליעזר'ס שטערן, זאגט דער סדומי פאר אליעזר, "איך האב דיר איינגעשפארט צו גיין צו א דאקטאר ארויסצולאזן בלוט (יענע צייט האט עס געהייסן א געזונטע זאך פון צייט צו צייט ארויסלאזן אביסל בלוט פון זיך) גיב אהער דאס וואס דו באצאלסט געווענטליך פאר דאקטער.

אליעזר האט פארשטייט זיך נישט געהאלטן דערביי, "נישט גענוג וואס דו האסט מיר צובלוטיגט דארף איך דיר נאך באצאלן?" האט אליעזר געטענה'ט, אבער דער סדומי האט זיך נישט געלאזט, ער האט אנגעכאפט אליעזר מיט אלע כוחות און אים געשלעפט צום בי"ד, דער שופט האט אויסגעהערט די טענות און ער האט גע'פסק'נט אז דער סדומי איז גערעכט, "אז ער האט דיר געטון אזא גוטע ארבעט און ארויסגענומען אזויפיל בלוט פון דיר דארפסטו אים שיין באצאלן דערפאר" האט ער געזאגט פאר אליעזר.

אליעזר האט נישט געטראכט קיין מינוט, ער האט געכאפט א שטיין און עס געווארפן דעם שופט גלייך אין קאפ אריין... בלוט האט זיך גענומען גיסן, "דו! וואסט טוסטו מיט מיר!" האט דער שופט געשריגן, "יעצט נעם דאס געלט וואס דו דארפסט מיר גיבן און גיב עס גלייך דעם סדומי..." האט אליעזר געענטפערט.

ווען מ'האט געוואלט אראפלייגן אליעזר שלאפן אויף די בעטן האט ער זיך אן עצה געגעבן, ער האט זיי מסביר געווען, "מיין מאמע איז נישט לאנג צוריק אוועק, און אלס צייכן פון טרויער האב איך זיך פארגענומען זיך נישט אריינצולייגן אין א בעט פאר א יאר צייט..."

אין סדום איז געווען א געזעץ אז אויב איינער רופט א פרעמדן צו א סעודה פון א שמחה נעמט מען פון יענעם צו זיינע קליידער, אליעזר האט געוואלט האבן א פיינע סעודה, איז ער אריין אין א זאל, ער זעצט זיך אראפ ביים טיש עסן, זיין שכן זעהט א פרעמדער מענטש פרעגט ער אים גלייך "ווער האט אייך גערופן דא?" "וואס הייסט ווער?" ענטפערט אים אליעזר "וואס מאכסטו זיך אזוי תאמעוואטע, דו האסט דאך מיר גערופן!" יענער האט זיך פארשטייט זיך גלייך אויפגעהויבן און אפגעצויגן פאר מ'וועט הערן וואס דער פרעמדער האט יעצט געזאגט, האט זיך אליעזר ארויפגעריקט מיט א זיץ, ווען דער נייער שכן זיינער האט אים געפרעגט ווער ס'האט אים גערופן האט ער געענטפערט די זעלבע זאך, ביז דער זאל איז געבליבן ליידיג... און אליעזר האט געהאט די גאנצע סעודה פאר זיך...

איינע פון די געזעצטן פון סדום האט זיך געליינט ווי פאלגענד: "יעדער פערזאן וואס פארמאגט א קיה, דארף איין טאג אין יאר ארויסטראגן אין פעלד אלע קיען פון שטאט צו פאשען, דער וואס פארמאגט בכלל נישט קיין קיה, דארף טראגן אלע קיען פון שטאט צום פאשע צוויי טעג אין יאר"

איז געווען אן ארימער קינד וואס האט געוואוינט אין סדום, און ער האט נישט געקענט שלום מאכן מיטן מצב אז דווקא ווייל ער פארמאגט נישט קיין קיה דארף ער פאשען אלע קיען דאפעלט ווי די וואס פארמאגן יא, וואס האט ער געטון? ווען ס'איז געקומען זיין טאג צו פאשען די קיען האט ער זיי ארויסגעטראגן אינעם פעלד, ער האט זיי אלע אויסגע'שחט'ן, און ער האט ארויסגעלייגט א גרויסן שילד: "ווער ס'האט פארמאגט איין קיה קען קומען נעמען די פעל פון א קיה, ווער ס'האט נישט פארמאגט קיין קיה קען קומען נעמען די פעל פון צוויי קיען..."

איינער פון די דורכגייער אין סדום האט שוין נעבעך געהאלטן נאכן זוכן עסן אפאר טאג און קיינער האט זיך נישט מרחם געווען אויף אים, ער האט שוין געהאלטן ממש פארן אויסגיין פון הונגער, פליטת, די טאכטער פון לוט האט דאך געשטאמט פון די משפחה פון אברהם אבינו, זי האט נישט געקענט צוקוקן אזא רשעות, איז זי ארויסגעגאנגען שעפן וואסער, און אינעם קריגל האט זי אריינגעלייגט אפאר שטיקלעך ברויט, אזוי אנשעפענדיג די וואסער זענען די ברויט שטיקלעך בטעות ארויסגעפאלן און דער ארימאן האט זיך דערכאפט דאס הארץ...

ווען די סדומיים האבן געזעהן וויאזוי דער מענטש בלייבט עפעס וואונדערליך לעבן האט מען אלאמירט די פאליציי, ס'מוז זיין אז איינער ברעכט דעם געזעץ און ער שמוגלט אריין עפעס עסן צו דעם ארימאן, באהאלטענע פאליציי האבן אנגעהויבן פארשן די זאך, זיי זענען באהאלטענערהייט נאכגעגאנגען דעם ארימאן אויף טריט און שריט ווארטענדיג צו כאפן דעם וואס וואגט זיך צו טון אזא אומדערהערטע זאך און גיבן צו עסן פאר א פרעמדן.

ווי ערשטוינט זענען זיי געווען צו כאפן פליטת ביי די מעשה, ס'האט איר גארנישט געהאלפן איר טאטע לוט'ס פראטעקציע, אויך נישט אז זי איז געווען די ווייב פון איינע פון די חשובסטע מענטשן אין סדום, מ'האט געמאכט א ריזיגן משפט וואס די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן, און דער פסק איז געווען זייער א ביטערער.

שרק, דער עלטסטער ריכטער אין סדום האט זיך אראפגעריקט די ברילן אויף די צווייטע האלב נאז און ער האט פארגעליינט דעם פסק, "אזוי ווי מרת פליטת די טאכטער פון לוט האט פארלעצט איינע פון די הארבסטע געזעצן אין סדום און זי האט געגעבן צו עסן פאר א פרעמדן מענטש וועט זי ווערן אומגעברענגט אויפן פאלגענדן אופן, מ'וועט איר ארומשמירן מיט האניג, און זי וועט אראפגעשטעלט ווערן נעבן דעם בינענשטייג, מיר גלייבן אז די קולות וואס זי וועט שרייען ווען די בינען וועלן איר אויפעסן לעבעדיגערהייט וועלן דערמאנען אלע איינוואוינער פון סדום מער נישט צו טון אזא אומדערהערטע שריט ווי שפייזן פרעמדע ארימע מענטשן."

איר געשריי האט זיך אבער געהערט נישט נאר אין סדום, אויך צום כסא הכבוד איז ארויפגעקומען איר ביטער געשריי, און דער רבש"ע האט באשלאסן אליינס אראפצוגיין אויף סדום נאכקוקן וואס דארט גייט פאר, און אויב ס'איז טאקע אזוי ווי מ'שטעלט עס פאר דארף מען אפווישן דעם שטאט פון די מאפע!

דער רבש"ע האט אבער נישט געוואלט נעמען קיין שריט אין סדום אן מודיע זיין פאר זיין געטרייען צדיק אברהם אבינו, דער רבש"ע האט נישט געוואלט אז די שפעטערדיגע דורות זאלן זאגן קוקט וואספארא אכזר דער אברהם איז געווען, אביסל ארויס פון זיין געגנט האט אים שוין גארנישט אינטערעסירט, דער אויבערשטער איז געקומען איבערדרייען סדום און ער האט נישט איינגעריסן מיט תפילות עס אפצוהאלטן, ל"ח אויך האט דער אויבערשטער געוואוסט אז אברהם האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן צו ראטעווען די סדומיים ל"ט. און בעיקר ווייל אברהם האט דאך באקומען א הבטחה אז ארץ ישראל איז זיינס, דארף מען דאך אים מודיע זיין וואס דארט גייט פארקומען. מ.

ווען אברהם האט געהערט וואס ס'גייט פאסירן מיט סדום האט זיין רחמנות'דיג הארץ עס נישט געקענט צולאזן, ער האט זיך גענומען בעטן דעם באשעפער מיט שטארקע תחנונים צו ראטעווען סדום, "רבש"ע" האט זיך אברהם געבעטן, "דו ביזט דאך דער שופט פון די גאנצע וועלט, אויב וועסטו פארמשפט'ן סדום איבערצודרייען די שטאט ווייל רוב זענען רשעים, קענסטו דאך חרוב די גאנצע וועלט, ווייל רוב וועלט זענען רשעים, און דו ווילסט דאך נישט די וועלט זאל חרוב ווערן." מ"א.

"איז וואס ווילסטו יא, קען מען דען לאזן אזא זינדיגע שטאט אן קיין שטראף?" האט אים דער רבש"ע געפרעגט.

"איך בעט דיר רחמנות'דיגער באשעפער" האט זיך אברהם געבעטן, "אויב קען מען טרעפן א מנין צדיקים אין יעדער שטאט זאל זייער זכות מגין זיין אויף די אלע שטעט אז מ'זאל נאר באשטראפן די זינדיגע מענטשן מיט יסורים, אבער נישט חרוב מאכן די גאנצע שטאט." מ"ב.

"גוט אברהם, איך וועל דיר דאס נאכגעבן, אויב וועל איך טרעפן דארט 50 צדיקים וועל איך נישט חרוב מאכן די שטעט" האט אים דער רבש"ע געענטפערט.

אזוי האט זיך אברהם געבעטן אויף שטאט ביי שטאט, אויב מ'וועט נאר טרעפן 40, 30, 20, אדער כאטש 10 צדיקים צו ראטעווען כאטש איין שטאט, און דער רבש"ע האט אים געענטפערט אויף אלעם אז אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז ס'איז דא א מנין צדיקים פאר א שטאט וועט דער שטאט געראטעוועט ווערן.

אברהם האט געהאפט אז כאטש סדום ווי זיין פלימעניק לוט וואוינט וועט ניצול ווערן, אברהם האט געמאכט א חשבון אז לוט,זיין ווייב, זיינע פיר טעכטער, און פיר איידעמער זענען צוזאמען צען, האט ער געהאפט אז זיי האלטן זיך ערליך אזוי אז זיי קענען גערעכנט ווערן פאר צדיקים צו ראטעווען די שטאט. מ"ג.

אין די צייט וואס אברהם איז געשטאנען אין געבעטן דעם אויבערשטן צו ראטעווען סדום זענען די גבריאל און רפאל געשטאנען פאר די שטאט און זענען נאכנישט אריין, זיי האבן געהאפט אז אברהם וועט אויספויעלן א ישועה און זיי וועלן נישט דארפן איבערדרייען די שטאט, אבער ווען ס'איז געקומען 6:00 און אברהם האט אויפגעהערט צו בעטן האבן זיי פארשטאנען אז דער משפט איז פאר'חתמ'עט, און זיי זענען אריין אין שטאט. מ"ד.

לוט איז אין יענע צייט געווען דער הויפט שופט פון אלע פינף זינדיגע שטעט, מ"ה און ער איז געזעצן ביים הויפט אריינגאנג פון שטאט און גע'משפט, ווי שלעכט ער איז געווען האט זיך דאך געהאט עפעס אנגעקלעבט אין אים ווען ער האט זיך געהאדעוועט ביי אברהם אבינו אין שטוב, דעריבער ווען ער האט באמערקט די מלאכים מיט זייער הערליכע אויסזעהן האט ער זיי געוואלט אריינעמען אלס געסט צו זיך אין שטוב, ער האט דאך אבער געוואוסט אין וועלכן שטאט ער געפינט זיך, און אלס שופט האט ער דאך קלאר געקענט די געזעצן וואס מ'טוט מיט איינעם וואס איז עובר אויף די הארבע עבירה פון ארייננעמען א גאסט, האט ער גערופן די מלאכים שטיל אין א זייט און ער האט זיך אנגעהויבן בעטן ביי זיי, "איך בעט אייך קומטס איבערנעכטיגן ביי מיר אין שטוב די נאכט" די מלאכים האבן זיך געלאזט בעטן, זיי האבן נישט מסכים געווען אזוי שנעל, ווייל זיי האבן געוואלט אז לוט זאל האבן עפעס אייגענע זכותים אויך ניצול צו ווערן, מ"ו . לוט האט זיך גע'טענה'ט מיט זיי, ער האט זיך געמאכט ווי ער ווערט אין כעס, ער האט געשריגן אויף זיי, כדי מענטשן וואס שטייען אין די זייט זאלן מיינען אז ער קריגט זיך מיט זיי און ח"ו נישט חושד זיין אז ער וויל זיי גאר מכבד זיין, מ"ז. ענדליך נאך לאנגע הפצרות האבן זיי אים געלאזט וויסן אז זיי זענען גרייט צו גיין צו אים.

לוט איז געווען זייער פארזיכטיג, "הערט זיך איין חברה, דא אין שטאט דארף מען זייער אכטונג גיבן וויאזוי מ'נעמט אריין געסט, דעריבער פאלגט נאך פונקטליך מיינע אנווייזונגען וועט אלעס אריבערגיין בשלום, צום ערשט גייטס נישט גלייך צו מיין שטוב, גייט נאר דורך אונטערגעסלעך, דורך געדרייטע וועגן, ווען ס'איז שוין גוט טונקל, און איר זענט זיכער אז קיינער גייט אייך נישט נאך קענט איר זיך גיבן א כאפ אריין אין מיין שטוב, צווייטנס, וואשט אייך נישט אפ די פיס, אזוי אויב איינער וועט אייך זעהן ביי מיר מארגן אינדערפרי זאל ער נישט פארשטיין אז איר זענט שוין דא פון פארנאכט.

אלעס וואלט ווען אריבער בשלום ווען נישט לוט'ס ווייב, אפילו לוט האט אסאך מאל אהיימגעברענגט געסט ביינאכט באהאלטענערהייט, האט זי אבער היינט נאכט נישט מסכים געווען דערצו, ווען לוט האט איר געבעטן צוצוגרייטן א סעודה פאר די געסט האט זי בשום אופן נישט געהאלטן דערביי, לוט איז בלית ברירה אריין אין קאך, זיך ארויפגעשארט די ארבל, און אליינס צוגעגרייט א סעודה פאר די מלאכים.

מ'האט זיך געוואשן צו די סעודה, לוט האט ארפאגעלייגט פיינע פרישע מצות וואס ער האט געבאקן לכבוד פסח, און דערנאך האט ער אריינגעברענגט די אנדערע מטעמים וואס ער האט צוגעגרייט, דער שיכור לוט האט זיכער געמאכט אז וויין גיסט זיך ווי וואסער מ"ח. "איר באליידיגט מיר ממש" האט זיך לוט געבעטן ביי די מלאכים "פארוואס עס איר גארנישט נאר די מצות?"

"הערט זיך צו לוט טייערער, די מצות האבן מיר געזעהן ווי איר מאכט קענען מיר עסן, אבער די אנדערע מאכלים ווייסן מיר נישט ווי כשר ס'איז, זייט אונז מוחל, אבער מיר קענען עס נישט עסן" נ.

ביי די סעודה האבן די מלאכים אויסגעפרעגט לוט איבער וואס עס קומט פאר אין סדום, זיי האבן געהאפט אפשר דאך וועט מען קענען טרעפן עפעס א לימוד זכות נישט איבערצודרייען דעם שטאט, אבער אינמיטן האט זיך געהערט קולות פון די גאס...

עירית, לוט'ס ווייב איז בכלל נישט געווען ביי די סעודה, זי האט געמאכט א גוטן שפיצל, זי איז ארומגעגאנגען פון שכן צו שכן, "מ'קען אפשר בארגן אביסל זאלץ? פשוט מיר האבן געסט וויל איך צוגרייטן א גוטן געקעכטס..."

ס'האט נישט גענומען צו לאנג און איר שפיצל האט געארבעט, דער גאנצער שטאט פון גרויס ביז קליין מענער ווייבער קינדער בחורים און אלטע מענטשן, אלע זענען זיך צוזאמגעקומען פאר לוט'ס שטוב, "גיב אונז ארויס די געסט!" האבן זיי געשריגן, "קום ביזטו געקומען וואוינען דא, א גאנצער שופט ביזטו אונז געווארן, און צום סוף האלטסטו ניטאמאל איין אונזערע געזעצן! אהער מיט די געסט!"

לוט האט זיך פרובירט צו בעטן ביי זיי, אבער די חברה זענען געווארן ווילדער פון מינוט צו מינוט, ווען די מלאכים האבן געזעהן אז ס'גייט ארויס פון קאנטראל, האבן זיי געגעבן א כאפ אריין לוט אין שטוב אריין, און אין איין מינוט זענען דער גאנצער פארזאמעלטער ציבור בלינד געווארן, דער עולם האט נעבעך נישט געוואוסט וואס האט פאסירט, זיי האבן געזיכט דעם טיר זיך אריינצוכאפן ביי לוט און שטוב ביז זיי זענען מיד געווארן און זיך צוגאנגען.

די מלאכים האבן געזאגט פאר לוט, "הער זיך איין, ביז יעצט האבן מיר נאכנישט געוואוסט זיכער צו דער אויבערשטער וועט אונז טאקע הייסן איבערדרייען סדום, מיר האבן נאך געטראכט קען זיין מ'וועט טרעפן עפעס א זכות, אבער נאך די מעשה זעען מיר קלאר וואספארא שטאט דא איז, נ"א דעריבער נעם שנעל דיינן ווייב און קינדער, איידעמער און לאמיר אנטלויפן פון דא באצייטנס.

לוט האט פרובירט צו איבעררעדן זיינע איידעמער זיי זאלן זיך מיטכאפן מיט אים, אבער זיי האבן געמאכט ליצנות פונעם אלטן שווער וואס גלייבט עפעס פרעמדע מענטשן אז איבערנאכט גייט דער שטאט חרוב ווערן, "ממ"נ, וועט עס זיין ביינאכט וועט די לבנה אפגאט אונז ראטעווען, וועט עס זיין בייטאג וועט דער זון אפגאט אונז היטן, לאז דיך נישט פון די חברה שווער לעבן" די מלאכים האבן זיך גענומען יאגן לוט, מ'מוז שוין גיין, ווייל גלייך ביים עלות, ווען סיי די זון און סיי די לבנה זענען אינדרויסן וועט דער חורבן קומען.

"מ'קען נישט אביסל צואווארטן?" האט זיך לוט געבעטן, איך וויל צוזאמפאקן אביסל געלט, מ'קען דאך נישט איבערנאכט אזוי ווערן א עני ואביון פון אזא עשירות וואס איך האב, נ"ב הער זיך איין לוט, האב אים די מלאכים געזאגט, מיר מוזן זאפארט פארלאזן דעם פלאץ, אויב דארפסטו געלט לויף צו דיין פעטער אברהם, דיין גאנצע עשירות צום ערשטן מאל האסטו דאך אויך נאר באקומען אין זיין זכות, זיכער וועט ער דיר העלפן דאסמאל אויך, אבער פון דא מוזן מיר ''שוין'' גיין.

לוט איז אריינגעפאלן אין א פחד, ער איז ממש געווארן פאראליזירט, ער האט נישט געקענט גיין, האבן די מלאכים אים אנגעכאפט און ארויסגעשלעפט פון דארט און מ'האט זיך גענומען לויפן... נ"ג

''קיינער זאל נישט קוקן אויף צוריק'' האבן די מלאכים געווארנט, ''ווער ס'קוקט צוריק קען ווערן פארכאפט מיט די גאנצע מהפיכה'' רפאל איז געלאפן מיט לוט זיין ווייב און צוויי טעכטער, און גבריאל האט געגעבן א כאפ אן דעם שטיין אויף וואס סדום אין די אנדערע שטעט זענען גלעגן, און עס געגעבן א שאקל, פון הימל האט זיך גענומען גיין א רעגן, צום ערשט פון פשוטע וואסער האפענדיג אז די סדומיים וועלן שנעל תשובה טון אבער ווען זיי האבן זיך נישט גענומען צום הארצן און נישט תשובה געטון האט זיך גענומען רעגענען פייער און שוועבל, גבריאל האט איבערגעדרייט דעם שטיין און אין איין מינוט איז סדום געווארן א שטיקל היסטאריע... פונעם גאנצן הערליכן געבענטשן פלאץ איז נישט געבליבן מער ווי אביסל שטויב.

לוט'ס ווייב האט געהערט די קולות ווי סדום גייט אונטער, זי האט זיך נישט געקענט בארואיגן אז איר גאנצער געלט ווערט דארט פארברענט, נ"ד און זי האט דאך געוואלט זעהן צו אירע אנדערע צוויי טעכטער קומען נישט נאך, נ"ה האט זי געגעבן א בליק אויף צוריק, ס'איז נישט געבליבן פון איר מער ווי א בערגל זאלץ...

מקורות

(א. אבן עזרא) (ב. כלי יקר) (ג. אוה"ח)(ד. ימע"ל)(ה. חזקוני)(ו. מדרש)(ז. אבן עזרא)(ח. רמב"ן)(ט. כלי יקר) (י. כ"ז עפ"י דברי כ"ק רבי יענקעלע בשם התפארת שלמה)(יא. מדרש רבה מח, ח) (יב. דעת זקנים מבה"ת-רבינו בחיי)(יג. פרקי דר"א פכ"ה)(יד. רמב"ן) (טו. מדרש רבה מח, ט) (טז. מדרש רבה מח, ט) (יז. ספורנו), הי' תארם נורא וכו' וחשב אותם לשלוחי איזה מלך.)(יח. מדרש רבה)(יט. לגדול שבהם אמר, מדרש זה מיכאל) (כ. רבינו בחיי) (כא. ימע"ל בשם חן טוב)(כב. אבן עזרא)(כג. אבדר"נ, אברהם אמר מעט ועשה הרבה) (כד. מדרש רבה מח, יב)(כה. כלי יקר)(כו. רמב"ן)(כז. פרקי דר"א פל"ו)(כח. רשב"ם) (כט. ימע"ל בשם זוה"ק) (ל. אוה"ח)(לא. תנחומא) (לב. רמב"ן) (לג. ספורנו) (לד. מדרש רבה) (לה. רמב"ן)(לו. רמב"ן) (לז. בעל הטורים) (לח. רמב"ן) (לט. אוה"ח)(מ. רשב"ם)(מא. ספורנו)(מב. רבינו בחיי)(מג. דעת זקנים מבעה"ת)(מד. מדרש רבה, נ, א)(מה. מ"ר נ, ג) (מו. רמב"ן)(מז. רבינו בחיי) (מח. ספורנו) (נ. אוה"ח).(נא. אוה"ח) (נב. כלי יקר) (נג. אבן עזרא)(נד. כלי יקר) (נה. רמב"ן)
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג נובעמבער 11, 2011 5:16 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:17 pm

אוי האבן מיר א פיינעם חבר...

יישר כח על העבר ובקשה על העתיד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:19 pm

קרעמער האט געשריבן:אוי האבן מיר א פיינעם חבר...

יישר כח על העבר ובקשה על העתיד


אוי האבן מיר א פיינעם דזשורנאל...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:21 pm

אוי האבן מיר א פיינעם שרייבער...

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

gagongan
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

תגובהדורך gagongan » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:46 pm

יישר כח
נו געגאַנגען

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:49 pm

אוי זאגסטו גוט!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 8:26 pm

האלאו דו שיפער, קענסט שרייבן א גראד ווארט?

הער א מעשה, איך האב ארויסגעפרינט די פארגאנגענע צוויי פרשיות פאר מיין טאטע, ברודער, און נאך איינעם, דער עולם איז געווארן הונגעריג, איינער וויל זעהן אלע סדרות, און ווען איך זאגעם אז מ'האלט ביי לך לך זאגטער "ניין! די פאראיאריגע ווילעך זעהן"... חחאחאחאח, ס'גייטעם שוין גוט...

ווידער איינער פרעגט ווי מ'קען זעהן נאך, איינער פרעגט ווער דער שרייבער איז, ער איז מורא'דיג..

ס"ה וואס איך זעה ביי אלע דריי, יעדער איז עפעס משיגע געווארן דערפון, און זיי עקספעקטן נאך.

סאו איך בעט אין מיין נאמען, און אין נאמען פון עטליעסט נאך דריי מענטשן, פליז שרייב ווייטער, דער עולם האט הנאה!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 8:30 pm

און דו ווייסט וואס כ'וועל צולייגן, איך ליינעס יעצט איבער, די געשמאקקייט מיט דו לייגסטעס אראפ אידעך נישט פלעין... דער עולם האלט מיט? אברהם קלאפט אויפן טיר... ווער איז דארט... אההה אברם... ניין אברהם... אזוי סמאאאד צאמצושמעלצן אלע מדרשים, מפרשים... WOW!!! און נאך איין מאל WOW!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 8:35 pm

גראדער גראדער:
מיר האלטן שוין דאס דריטע מאל וואס דו ביזט מהנה אידישע קינדער מיט דיין זיסער שפראך. והחוט המשולש לא במהרה ינתק.
ואם שלש אלה יעשה, קומט זיך דיר טאקע אן עגלא תילתא, פאר'ן מהנה זיין דעם עם תליתאי. מיט די זיסע ערציילונגען פון דעם אוריאן תליתאי, וואס איז געגעבן געווארן ע"י תליתאי.
זאל דער אייבערשטער דיך בענטשן בברכה המשולשת בתורה, און דו זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיין עבודת הקודש עדי נזכה לבנין בית השלישי, במהרה בימינו אמן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 11:14 pm

יישר כח גראדער
פארוואס לערנט די רבי נאר ביז שני צו ביז שלישי, א שאד, אזוי צו לערנען די סדרה איז דאך א גישמאק, רבי, ענדיג ביזן סוף סדרה מ'עהט נישט לערנען קיין גמרא די וואך נאר חומש אבער די רבי זאל פארלערנען [כ'מיין פארציילן....]
שכוח
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 11:46 pm

הערליך איז דאס ווארט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 10:37 am

שיין פארטייטשט, מיר האבן גרויס הנאה, און מיר ווארטן אויפן פארזעצונג.

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 11:02 am

WOW!!
הערליך
מיט א שמייכל ~ Always Happy

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 5:09 pm

די ערשטע צוויי טאג נאכ'ן ברית איז אברהם אבינו אנגעגאנגען מיט זיין הייליגע ארבעט ווי געווענטליך.

ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער צווישן אלע מלאכים אויך באשאפן דעם שטן, דעם בעל דבר, מ'האט פאר יעדעם איינגעטיילט זיין פאסטן, וואס ער האט צו טון אויף די וועלט, יארן שפעטער, ביים צייט פון דור המבול קומט דער שטן צום רבש"ע מיט א מורא'דיגע טענה, "הייליגער באשעפער, יעדן מלאך האסטו געגעבן א שליחות וואס אויסצופירן אויף די וועלט, מיר האסטו געהייסן אראפגיין אויף די וועלט איבעררעדן מענטשן צו זינדיגן, אבער איך דריי זיך ארום אן קיין ארבעט, נעכטן גיי איך צו צו עפעס אן הלאלך, איך בעט אים צו זינדיגן, "זינדיגן" זאגט ער מיט שמחה, ווען דו ווילסט, גיב נאר א געדאנק, נעם איך ארויס מיין ביכל און איך הייב אים אן פארלייגן מיין פארדארבענע סחורה, גנב'נען, רצח'נען, שלאגן, איך האלט אינמיטן רעדן און דער הלאלך לאכט אין גרויסן פון מיר, "די אלע זאכן האב איך שוין געטון צענדליגער מאל! ברענג מיר עפעס פרישע געדאנקען..."

גיי איך ווייטער, איך שטעל אפ איינעם מרד, איך בין אים אויך מציע צו טון עבירות, "יא" זאגט ער, "עבירות איז מיין זאך! ווען דו האסט עפעס א גוטס קום צו מיר," מיין איך שוין אז דא האב איך יא געכאפט א גוטן קליענט, און איך הייב אים אן פארצושטעלן וואס איך פארקויף, ווידער נעם איך זיך רעדן פון מיינע פארדארבענע שטיק, דער מרד נעמט זיך שרייען אויף מיר, "דאס ביזטו דער יצר הרע? קליינע קינדערישע עבירות קומסטו מיר פארשלאגן?! די אלע זאכן האב איך שוין אלץ קינד געטון צענדליגער מאל! מן הסתם ביזטו עפעס א פאלשער פארשטעלטער שטן, טראג זיך אפ מיר"

אזוי גיי איך ארום אן קיין ארבעט, וועמען איך בין מציע צו טון עפעס שלעכטס האט עס שוין לאנג געטון, איך בעט דיר רבש"ע גיב מיר עפעס ארבעט."

דער רבש"ע הערט אויס דעם שטן און ער זאגט אים, "הער זיך איין, אמת טאקע דער דור המבול איז זייער זינדיג און זיי זינדיגן שוין פון זיך אליינס און דיין ארבעט, אבער יארן ארום וועט קומען אויף דער וועלט א צדיק מיטן נאמען אברהם, ער וועט בכלל נישט טון קיין עבירות, מיט אים וועסטו האבן ארבעט."

דער יצה"ר האט נישט קיין ברירה און ער זעצט זיך אראפ ווארטן, ענדליך הערט ער אז דער אברהם לעבט שוין לאנג אויף דער וועלט און ער גייט ארום אויפשטעלן ישיבות און האלטן דרשות אויסצולערנען דעם עולם אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, שוין, ס'איז געקומען די צייטן זיך צו נעמען איבער זיינע ביינער, דער שטן לאזט זיך ארויס אין וועג, ער פארט קיין חברון, ער קען שוין קוים ווארטן אויף די געלעגנהייט איינעם איבערצורעדן צו טון אן עבירה.

אנקומענדיג אין די געגנט פון אלוני ממרא נעבן חברון איז ער ממש נתפעל געווארן פון די שיינקייט, הערליכע ביימער האבן אנגעפולט דעם פלאץ (כלי יקר) און ער הערט שוין אין אלע זייטן, אויב דארפסטו א גוטע סעודה גיי אריבער צום הכנסת אורחים בית אברהם, דארט וועט דיר גארנישט פעלן, "יא יא, טאקע דארט גיי איך" טראכט ער צו זיך, און לאמיר נאר זעהן צו דער גרויסער אברהם וועט זיך קענען ארויסדרייען פון מיינע הענט.

באלד ווען דער שטן איז אנגעקומען פאר די געצעלט פון אברהם, זעהט ער פלוצלונג ווי אן אלטער איד לויפט אים אנטקעגן מיט א שמחה עצומה, אה, אזא גאסט, קומטס אריין, דערכאפט אייך דאס הארץ, מאכסט א ברכה, "נע נע, איך דארף נישט גארנישט,"

"ביי מיר איז נישט דא אזא זאך, א מענטש קומט פון וועג דארף ער זיכער א ווארימע סעודה, ווארטס דא אפאר מינוט און איך ברענג אייך שוין א געשמאקע פארציע"

דער שטן האט נישט קיין ברירה, ער זעצט זיך ווארטן אויף זיין פארציע, ס'נעמט נישט צו לאנג און אברהם איז דא צוריק, אין די האנט האלט ער א טאץ מיט פרישע בייגלעך, א ווארימער זופ, אפאר סאלאטן צו טינקען, "גיבט זיך נאר א וואש, איך ברענג אייך באלד ווייטער, אבער געדענקט צו דאנקען דעם באשעפער פאר איר עסט, אלעס קומט פון אים!"

"איך זעה שוין, ס'וועט מיר שוין גארנישט גיין אזוי גרינג מיט אים, לאמיר צואווארטן ביז נאך די סעודה און נאכדעם וועל איך שוין רעדן מיט אים"
דער יצה"ר עסט זיך געמיטלעך, אברהם ברענגט אים נאך און נאך, פארשפייז, צושפייז, נאך א פארציע און נאך א פארציע, און א קאמפאט ביים סוף, ביז ער איז אינגאנצן זיכער אז זיין גאסט איז פולקאם זאט.

ענדליך ענדיגט דער יצה"ר די סעודה, ער שטעלט זיך אויף, ער וויל צוגיין צו אברהם, ער זעהט ווי ער לויפט ארום און ער סערווירט די אנדערע צענדליגער געסט, ווי נאר אברהם זעהט ווי ער וויל רעדן צו אים קומט ער צו לויפן, "יא מיין חשובער גאסט, איר זענט אוודאי מיד פונעם וועג און איר ווילט זיך זיכער אראפלייגן, קומסט אריין מיט מיר אינעם אנדערן געצעלט."

דער יצה"ר האט נישט קיין ברירה, ער לאזט זיך פון אברהם אריינפירן אינעם זייטיגן שלאפן געצעלט, צענדליגער צימערלעך מיט בעטן זענען גרייט אויפצונעמען די מידע געסט, אברהם ווייזט אים אן וואו צו שלאפן, ער מאכט זיכער אז ס'פעלט אים גארנישט, און ער לאזט אים כאפן א געשמאקן דרימל.

אפאר שעה ליגט נעבעך דער יצה"ר אויפן בעט, און ער ווארט שוין קוים ווען ער וועט נאכאמאל קענען ארויסגיין רעדן צו אברהם'ן, ער מוז דאך אויספירן זיינס, ער איז דאך געקומען דא פאר א צוועק, ער וועט דעם אברהמ'ן מוזן מכשיל זיין מיט עפעס אן עבירה, סוף כל סוף האט זיך דער זייגער געריקט און דער יצה"ר קומט ארויס פון בעט אנטשלאסן צו כאפן א שמועס מיט אברהם אבינו.

ווי נאר ער קומט ארויס פונעם שלאפן געצעלט לויפט אים אברהם אנטקעגן, "אה ר' גאסט איר זענט אויפגעשטאנען, וואשט אייך ארום דעם פנים און קומטס אריין אין עס זאל, א געשמאקער מיטאג ווארט אייך אפ דארט, ממש לויט אייער געשמאק."

דער יצה"ר וויל אנהייבן רעדן צו אברהם אז נישט דאס איז זיין ציהל דא, אבער אברהם איז שוין לאנג נישטא, ער איז שוין געלאפן אין קאך אנגרייטן א געשמאקע פארציע פאר אים... בלית ברירה זעצט ער זיך צום טיש, ווידער איז אים אברהם מסביר אז דער דאנק דארף מען גיבן פארן רבש"ע וואס יעדע זאך אויף די וועלט איז נאר מיט זיין כח, און דער יצה"ר באקומט סערווירט א פולע סעודה מיט אלע צוגעהערן.

נאך די סעודה איז שוין אברהם געשטאנען גרייט אים אנצואווייזן וואו ער קען כאפן א נאכמיטאג דרימל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט אים אפגעווארט א נארהאפטיגן נאכטמאל...

פארנאכסט איז געווען די בעסטע צייט פון אלע געסט, אברהם איז געזעצן אויבן אן און מיט א ליבליכע שטימע מסביר געווען די גרויסקייט פונעם אויבערשטן, ער האט יעדן פארענטפערט אלע קשיות, און מיט א זיסקייט מסביר געווען די הייליגע אידישע אמונה, יעדן טאג זענען געווארן גרים נאך די שמועס, דער יצה"ר האט עס ממש נישט געקענט צוקוקן און איז זיך שנעל געגאנגען לייגן שלאפן.

אזוי איז דער שטן געזעצן דארט אויף קעסט אפאר טאג, ביז ער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג! "איך בין געקומען דא אויף א שליחות פון רבש"ע און איך דארף עס אויספירן, זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז צו דעם אברהם רעדן!"

ער נעמט זיך זוכן אברהם, פארשטייט זיך אז ער טרעפט אים אין קאך אנגרייטן עפעס עסן פאר א ניי געקומענעם גאסט, "איין מינוט" זאגט אים אברהם, "איך ברענג אייך שוין אייער עסן".

"ניין רבי אברהם, איך דארף נישט קיין עסן פון אייך יעצט, איך וויל מיט אייך נאר רעדן א מינוט."

"עסט קודם א געשמאקע סעודה און נאכדעם וועט מען קענען רעדן"

"ניין! איך האב שוין גענוג געגעסן דא! יעצט איז געקומען די צייט צו רעדן!"

"נו גוט, אויב דאס איז אייער ווילן זאל זיין אזוי, וואס זאגט איר? מיט וואס קען איך אייך העלפן?"

דער יצה"ר נעמט זיך שוויצן, ער ציטערט גוט, גיי טראג אן פאר אזא הייליגן איד צו זינדיגן, אבער ער שטארקט זיך דאך:

"איך האב אייך געוואלט בעטן ר' אברהם, אפשר וואלט איר געוואלט טון עפעס אן עבירה'לע קעגן דעם באשעפער?..."

"וואאאאס?! און עבירה?! זינדיגן פאר דעם גרויסן גוטן באשעפער וואס ער גיבט מיר אלעס און טוט מיר אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט? וואו קומט צו אייך אזא געדאנק! קען דען א מענטש זיין אזוי ווידערשפעניג קעגן דעם גרויסן גוטן באשעפער?!"

דער יצה"ר האט געהויבן פיס... ער איז גלייך צוריקגעלאפן צום באשעפער מיט א טענה, "רבש"ע, צו וועם האסטו מיר געשיקט, מ'קען דאך נישט רעדן צו אים..." (כ"ז עפ"י דברי כ"ק רבי יענקעלע בשם התפארת שלמה)

צוויי טויזנט יאר נאך בריאת העולם, ט"ו ניסן
(דער ערשטער טאג פסח) דריי טאג נאכן גרויסארטיגן ברית.

עפעס איז היינט אברהם שוואכער ווי די לעצטע צוויי טאג, ער איז אבער נישט גרייט אויפצוגעבן אויף זיין הכנסת אורחים, ער שטייט אויף צופרי מיטן פלאן אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פונקט ווי די אנדערע טעג, אבער דער רבש"ע האט אנדערע פלענער.

דער רבש"ע האט נישט געוואלט אז געסט זאלן קומען און מטריח זיין דעם צדיק יענעם טאג, האט ער ארויסגענומען דעם זון פונעם האלטער אז ס'זאל ווערן גוט הייס כדי מענטשן זאלן זיך נישט דרייען אין די גאס, אזוי וועלן נישט קומען קיין געסט צו אברהם, אויך האט דער אויבערשטער געוואלט אז אברהם אבינו זאל געהיילט ווערן דורך די זון.

אזוי ווי דער רבש"ע האט געזעהן ווי אברהם מיטשעט זיך מיט זיינע יסורים האט ער געזאגט, "ס'איז נישט אויסגעהאלטן אז דער צדיק זאל ליידן און די גאנצע וועלט זאל לעבן געשמאק, האט דער אויבערשטער געמאכט א לאך אינעם גיהנם, און די היץ איז ארויס אויף די וועלט. (מדרש רבה מח, ח) אזוי איז געווארן נאך הייסער.

ס'איז 10:00 אינדערפרי (דעת זקנים מבה"ת-רבינו בחיי) געווענטליך אזא צייט רעש'ט שוין דער גרויסער עס זאל ביי אברהם אבינו אין שטוב מיט די צענדליגער און צומאל הונדערטער אורחים וואס דערכאפן זיך דאס הארץ מיט א געשמאקן פרישטאג, אבער עפעס זענען היינט נישט געקומען קיין געסט, אפילו כאטש איין איינציגער גאסט פאר א רפואה טרעפט מען נישט, אברהם ווערט מורא'דיג צובראכן, מ'מוז זאפארט עפעס טון דערצו.

אברהם האט געלאזט רופן אליעזר זיין תלמיד, "אליעזר טייערער, דו זעסט דאך וואס דא טוט זיך, קיין איין אורח האט זיך נאכנישט באוויזן היינט, גיי ביטע ארויס אויף די גאס און זעה צו דו קענסט טרעפן עפעס אורחים אויף פרישטאג" נאך א שטיקל צייט איז אליעזר צוריק געקומען, "הייליגער רבי, איך האב גוט געזוכט און קיינעם נישט געטראפן, אלע גאסן זענען ליידיג, קיין שום מענטש דרייעט זיך נישט אינדרויסן אין אזעלכע היצן", אברהם איז אבער נישט געווען צופרידן, "איך וועל דארפן אליינס זוכן" האט ער מחליט געווען. (פרקי דר"א פכ"ה)

"לאמיר זיך אוועק זעצן ביים טיר, אזוי וועל איך זיך קענען אביסל אפקילן (רמב"ן) און אין איינוועגס טרעפן עפעס געסט.

אברהם קומט אן צום טיר, ער זעצט זיך אראפ, און פלוצלונג איז ער געווארן איבערראשט, דער גרויסער באשפער מיט זיין גאנצע פמליא של מעלה זענען געקומען אים מבקר חולה זיין, אברהם האט ממש אויפגעלעבט, אזא זכי', דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים, ער האט זיך געוואלט אויפשטעלן אבער דער אויבערשטער האט אים געהייסן בלייבן זיצן.

אברהם האט זיך אויסגערעדט פאר די שכינה, "וואס גייט דא פאר, ביז איך האב זיך גע'מל'עט איז דער עולם כסדר געקומען צו מיר, פארוואס האט מען אויפגעהערט צו קומען," זאגט אים דער רבש"ע "פאר דו האסט זיך גע'מל'עט זענען געקומען גוים, ערלים, יעצט וואס דו ביזט שוין בתכלית השלימות קום איך, און מיין פמליא, די הייליגע מלאכים," (מדרש רבה מח, ט) און פונקט דאן האט ער זיי באמערקט...

וועם?

המשך יבא אי"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 5:58 pm

ווארטן מיר אויפן פי די עף, עס זאל געגעסן ווערן שבת קודש לתיאבון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 8:19 pm

זייער ציענד, יישר כחכם. האלטס אן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 11:35 pm

ה-ע-ר-ל-י-ך..
פון ווי נעמט מען אזאנע טיפזיניגע בא'טעמ'טע ווערטליך און פראזן?
גראדער, גיב אונז ווייטער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 6:57 pm

אויפן אויסערליכן אויסקוק האבן זיי אויסגעזעהן ווי א סוחר, א שיפס קאפיטאן, און אן אראבער, (מדרש רבה מח, ט) אבער פון זייער געוואלדיגער הדרת פנים האט אברהם פארשטאנען אז ס'איז נישט אזוי פשוט, "זיי קוקן אויס ווי עפעס מענטשן פון העכערן קלאס, מן הסתם זענען זיי עפעס קעניגליכע שלוחים" האט אברהם געטראכט צו זיך. (ספורנו, הי' תארם נורא וכו' וחשב אותם לשלוחי איזה מלך.)

אברהם בעט זיך מיט דרך ארץ פון די הייליגע שכינה, "איך וויל דאך אזוי שטארק מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים, און דא האב איך מורא אז די דריי חשובע מענטשן וועלן אוועק גיין, ווארט ביטע צו א מינוט ביז איך רוף זיי אריין אין שטוב"

אברהם האט זיך נישט פארגעשטעלט אז באמת זענען זיי גאר מלאכים, מיכאל, גבריאל און רפאל זענען געשיקט געווארן פון הימל נאכדעם וואס דער באשעפער האט געזעהן ווי שטארק אברהם אבינו איז זיך מצער אז קיין געסט קומען נישט צו אים, ווי אויך האבן זיי געהאט וויכטיגע שליחות'ן אויסצופירן אויף די וועלט, מיכאל האט געדארפט אנזאגן פאר שרה די גוטע בשורה אז ביז א יאר וועט יצחק געבוירן ווערן, רפאל איז געקומען אויסהיילן אברהם און ראטעווען סדום פון די מהפיכה וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט.

אברהם האט טאקע נישט געוואוסט אז זיי זענען מלאכים, אבער ווען ער האט געזעהן אז די שכינה ווארט ער זאל זיי אריינרופן האט ער פארשטאנען אז זיי זענען עפעס חשובע מענטשן, און ווען ער האט געזעהן ווי זיי זענען זיך מכבד איינער דעם אנדערן האט ער געזעהן אז זיי זענען ערליכע מענטשן, (מדרש רבה) דעריבער האט ער גאר שטארק געוואלט אז זיי זאלן אריינקומען צו אים אין שטוב, אבער ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי לייכט.

די מענטשן האבן געזעהן ווי אברהם פארעכט זיך דעם באנדאזש אויפן וואונד, האבן זיי זיך צוריקגעצויגן, זיי האבן געוואלט ווייזן פאר אברהם אז זיי ווילן אים נישט מטריח זיין, אבער אברהם האט ניטאמאל געשפירט קיין טירחא, פלוצלונג האט ער פארגעסן אז ער איז בכלל שוואך, ער האט זיך אויפגעשטעלט און גענומען לויפן...

ער איז אנגעקומען ביז זיי, ער איז געפאלן אויף דער ערד און זיך געבוקט פאר זיי, "ביטע, מיכאל טייערער (לגדול שבהם אמר, מדרש זה מיכאל) איך בעט אייך זייער, קומט אריין צו מיר אין שטוב, ס'פאסט נישט אז איר זענט דא אריבער און איר זאלט נישט אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ, איר דארפט נישט מורא האבן אז איך וועל אייך אויפהאלטן, איך וועל אייך ברענגען וואסער צו וואשן די פיס פון די עבודה זרה שטויב, ווען איך ווייס ווען אז איר קומט וואלט איך צוגעגרייט א גרויסע סעודה (רבינו בחיי) אבער יעצט לאזט מיר כאטש אייך מכבד זיין מיט אביסל ברויט זיך צו דערכאפן דאס הארץ, און דערנאך קענט איר גלייך גיין, איר דארפט נישט מורא האבן איך וועל אייך הייסן בלייבן זיך מל'ען... (ימע"ל בשם חן טוב)

"נו, זאל זיין אזוי ווי איר זאגט, מאכט נישט קיין גרויסע זאכן, אביסל ברויט איז פונקט גענוג" (אבן עזרא)

אברהם האט טאקע ''גערעדט'' נאר פון אביסל ברויט, אבער ווען ס'איז געקומען ''למעשה'' איינמאל די מלאכים זענען אריין צו אברהם אין געצעלט האט מען זיך גענומען צוגרייטן א סעודה כיד המלך (אבדר"נ, אברהם אמר מעט ועשה הרבה) היות ער האט צוגעזאגט פאר די מלאכים אז מ'וועט נישט נישט מאכן קיין לאנגע מעשיות האט ער זיך גאר שטארק געיאגט, ער איז אריינגעלאפן צו שרה אין געצעלט, "שרה טייערע, דער אויבערשטער האט געהאלפן ס'זענען אנגעקומען געסט, יאג זיך צו און קנעט איין דריי סאה פון די בעסטע מעהל, מאך פיינע פרישע מצה, מאך אויך פון די מעהל גוטע שלישקעס צושפייז צו די פלייש, און פיינע זיסע קוכן צו לייגן אויפן טיש נאך די קאמפאט (מדרש רבה מח, יב)

"זאג נאר אברהם" פרעגט שרה, "אז ס'דיר שוין יא געלונגען אריינצובאקומען אפאר געסט, פארוואס האסטו זיי געלאנט נאר צום עסן, בעט זיי שוין זיי זאלן בלייבן שלאפן אויך ביי אונז"

"ס'דאך נאך 10:00 אינדערפרי, מ'קען נישט אויפהאלטן מענטשן אזוי לאנג, ס'קוקט מיר אויס ווי זיי יאגן זיך" (כלי יקר)

אברהם באמערק אליעזר אין די זייט, "אה, אליזער, נאך גוט אז איך טרעף דיר, גיי אין ישיבה, און זיי מודיע פאר די תלמידים אז ס'זענען געקומען גאר חשובע מענטשן און מ'גייט זיך וואשן צו א גרויסע סעודה." (רמב"ן)

פון דארט איז אברהם געלאפן אין שטאל, ער האט גענומען דריי קעלבלעך, "נעם ישמעאל, גרייט זיי צו פאר די געסט"

"אבער טאטע, פארוואס דארף מען דריי? איז עס נישט צו סאך?"

"הער זיך צו מיין קינד, פאר אזעלכע חשובע געסט וויל איך גיבן א גאנצן צינג פאר יעדן איינעם"

"אוי טאטע, איין קעלבל לויפט אוועק"

"ישמעאל די גרייט צו די אנדערע צוויי, איך וועל שוין כאפן דעם קעלבל."

"טאטע, ס'איז דאך דא אזויפיל קנעכט דא, און דו ביזט דאך שוואך, פארוואס דארפסטו אליינס זיך מיטשען און צוגרייטן די גאנצע סעודה, פארוואס זאל מען נישט הייסן די קנעכט אנגרייטן." האט זיך ישמעאל געבעטן פוילערהייט.

"איי די ישמעאל דו, פארשטייסט נישט וואס הייסט ליב האבן א מצוה, אז ס'קומט אונטער אזא גאלדענע געלעגנהייט צו מקיים זיין אזא חשובע מצוה זאל איך עס איבערגעבן פאר די קנעכט, פארוואס זאל איך נישט אליינס זוכה זיין אין זיין דער גליקליכער מענטש וואס טוט די מצוה!"

אברהם וואס האט שוין אינדערצווישן לאנג פארגעסן אז ער איז אמאל געווען שוואך האט זיך גענומען נאכלויפן דעם קעלבל, אבער קוקט אויס אז דער קעלבל האט דעם וועג בעסער און ער איז געלאפן ווייטער און ווייטער, ביז ער איז אנגעקומען צו א הייל, ער לויפט אריין אין הייל און אברהם לויפט אים נאך, ער לויפט און לויפט ביז ער קומט אן צ נאך א הייל וואס ציעט זיך אריין פונעם ערשטן הייל, אברהם קומט דארט אריין און א שטוינענדער בילד אנטפלעקט זיך פאר אים, ער זעהט דעם קבר פון אדם הראשון מיט חוה, פיהל ליכט ברענען ארום און ארום, און שמעקעדיגער גערוך נעמט ארום דעם גאנצן הייל, אברהם האט באלד באשלאסן אז דעם הייל דארף מען אפקויפן. (פרקי דר"א פל"ו)

מ'האט שנעל געענדיגט צוגרייטן די פלייש, פוטער, און אלע אנדערע מטעמים וואס מ'האט צוגעגרייט און דער גאנצער עולם האט זיך געזעצט צו די סעודה אין גארטן אונטער די ביימער. (רשב"ם) די מלאכים האבן זיך געמאכט עסן כדי נישט משנה צו זיין פונעם פלאץ וואו זיי געפינען זיך, אלעס האבן זיי פארברענט, און אברהם האט הנאה געהאט צו זעהן ווי די טעלערס ווערן ליידיג.
דערנאך האט אברהם ווי געווענליך ביי יעדע סעודה געזאגט תורה, ער האט מסביר געווען פאר די מלאכים די יסודות פון די אידישע אמונה, די גרויסקייט פון הייליגן באשעפער, (ימע"ל בשם זוה"ק) און ענדליך אביסל פאר 12:00 האט מען אריינגעברענגט דעם כוס צו בענטשן.

נאכן בענטשן רופט זיך אן מיכאל, דער גרעסטער פון צווישן די מלאכים, "טייערער ר' אברהם, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון די געשמאקע סעודה, וואו איז דיין רביצין שרה, איך וויל איר שיקן כוס של ברכה, און איר מבשר זיין א גוטע בשורה."

"מיין רביצין שרה פרעגט איר וואו זי איז, זי דרייט זיך קיינמאל נישט צווישן די געסט, זי איז בצניעות אין געצעלט, אז דו ווילסט איר עפעס זאגן קענסטו רעדן, איר געצעלט איז ממש דא ביי די טיר, זי וועט הערן וואס דו זאגסט." (אוה"ח)

מיכאל דער גרויסער מלאך האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, ער איז צוגעגאנגען צום וואנט און ער האט געמאכט א קריץ (תנחומא) און ער האט געזאגט:

דעם קומענדיגן מאל ווען די זון וועט נאכאמאל שיינען פונקט אויף דעם פלאץ, דאס הייסט פונקט א יאר ארום ט"ו ניסן וועל איך אייך נאכאמאל קומען באזוכן, און דאן וועט איר שוין נישט זיין אזוי איינזאם, די גרויסע צדיקת שרה וועט האלטן אין איר האנט א זון!"

שרה אמנו וואס איז די גאנצע צייט טאקע געווען אין געצעלט און האט בכלל נישט געזעהן די מלאכים האט געמיינט אז ס'רעדט זיך דא פון פשוטע געסט, (רמב"ן) און זי האט געטראכט צו זיך ווי קומט דאס אז איינער זאל קענען זאגן מיט אזא זיכערקייט א זאך וואס ליגט נאר ביים רבש"ע אין די הענט, (ספורנו) האט זי אין זיך אין הארץ אביסל אפגעלאכט דערפון.

אפילו זי האט געוואוסט אז דער רבש"ע האט צוגעזאגט קינדער פאר אברהם, און שרה אמנו האט פלוצלונג אנגעהויבן צו שפירן ווי זי ווערט אינגער, אירע קנייטשן אויפן פנים וואס האבן איר געמאכט אויסקוקן ווי א 90 יעריגע פרוי האבן זיך אויסגעגעליכן, איר הויט איז צוריק געווארן ווייך און גלאט ווי א אינג מיידל, זי האט נישט געוואוסט אז אויך אברהם האט צוריק זיך אנגעהויבן שפירן ביי די כוחות ווי א אינגערמאן. (מדרש רבה)

אויך האט זי נאכנישט געוואוסט דאס וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אז דער צוזאג גייט נישט ארויף אויף ישמעאל'ן נאר אז זי שרה וועט האבן א קינד, ווייל גלייך ווען דער רבש"ע האט עס געזאגט פאר אברהם האט ער אים אויך געהייסן זיך מל'ן, אברהם איז גלייך בזריזות געלאפן אנגרייטן די ברית'ן פאר זיך און פאר אלע הונדערטער שטוב מענטשן, און גלייך דערנאך איז ער שוואך געווארן און ער איז ארומגעלאפן זוכן געסט, אזוי אז ער האט נאך ממש נישט געהאט קיין צייט צו רעדן צו שרה און איר איבערגעבן די בשורה וואס דער אויבערשטער האט אים געזאגט. (רמב"ן)

שרה האט געוואוסט אז דער לאכן איז נאר געווען אין הארץ און אויף איר פנים האט מען גארנישט דערקענט, דעריבער ווען אברהם האט איר געפרעגט פארוואס זי האט געלאכט האט זי זיך פארגעשטעלט אז ער פרעגט איר ווייל זי האט געשוויגן נאך די ברכה און נישט געדאנקט דעם אויבערשטן פאר די הבטחה, (רמב"ן) אבער ווען זי האט געזעהן אז אברהם זאגט איר אז ער ווייסט קלאר אז זי האט אפגעלאכט אין הארץ האט זי פארשטאנען אז ער ווייסט עס פון אויבערשטן אליינס האט זי פארשטאנען אז די ברכה איז נישט קיין פשוטע.

12:00 האבן די מלאכים פארלאזט דעם הייליגן געצעלט פון אברהם אבינו, אברהם האט זיי באגלייט א מיל, (בעל הטורים) מיכאל האט שוין געהאט אויסגעפירט זיין שליחות איז ער צוריק אין הימל אריין, אבער גבריאל וואס איז געקומען איבערדרייען סדום און רפאל וואס האט יעצט געהאט א פרישע שליחות צו ראטעווען לוט האבן זיך ארויסגעלאזט אויף סדום.

"אוי סדום סדום" האט זיך אברהם צוקרעכטצט, דער גאלדענער הארץ פונעם הייליגן זיידן אברהם אבינו האט נישט געקענט אויסהאלטן די שרעקליכע מעשיות וואס ער האט כסדר געהערט פון די דורכגייער וואס זיי האבן נעבעך מיטגעמאכט אין סדום.

פונקט פאריגע וואך איז דורכגעפארן איינער, אוי האט ער געוויינט נעבעך, ווען אברהם האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט אזוי האט ער נעבעך דערציילט א ביטערע מעשה.

ער איז געקומען פון עילם, ער האט פון זיין אפגעשפארט געלט געקויפט טייערע קאלירטע וואל, מיט שיינע שטריק, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג עס פארקויפן, אינמיטן וועג איז דורכגעפארן סדום, אזוי ווי די זון האט שוין אנגעהויבן אונטערצוגיין האט ער זיך געפרייט ווען הידוד, א סדומי, האט אים איינגעלאדנט צו קומען איינשטיין ביי אים, דער וואנדערער האט געזאגט פאר הידוד "איך האב גענוג עסן פאר מיר און פאר מיין קעמל, איך דארף נאר א פלאץ צו שלאפן" "זארגט אייך נישט" האט אים הידוד געזאגט "קומט צו מיר און ס'וועט אייך גארנישט פעלן.

דער וואנדערער איז אריינגעקומען צו הידוד אין שטוב, דעם אייזל האט ער געלאזט אין שטאל, און דעם זאק מיט די וואל און די שטריק האט ער געגעבן פאר הידוד דעם בעל הבית צו באהאלטן, הידוד האט אים צוגעשטעלט א געשמאקע בעט צו שלאפן, אינדערפרי ווען דער וואנדערער האט זיך אויפגעוועקט האט ער זיך געוואלט ארויסלאזן אויפן וועג, הידוד האט אים אבער אפגעהאלט, "איר ווילט ארויסגיין פאר פרישטאג?" בלייבט שוין דא און עסט עפעס, דערנאך האט הידוד זיך פארשמועסט מיט אים, ביז פארנאכטס, אזוי האט ער אים אויפגעהאלטן נאך א נאכט, ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט "זייט ווען ביזטו געווארן אזוי גוטהארציג? זייט ווען ביזטו אזוי גוט צו געסט? בעט אים כאטש עפעס געלט דערפאר" האט ער איר בארואיגט, "זארג זיך נישט, דו וועסט שוין זעהן וואס איך וועל מאכן מיט אים."

ענדליך צופרי ווען דער וואנדערער האט געוואלט פארלאזן סדום האט אים הידוד באגלייט אין שטאל אריין, דער מענטש גרייט צו זיין אייזל, און ער ווארט הידוד זאל אים ברענגען דעם זאק סחורה, אבער הידוד מאכט זיך נישט וואוסענדיג, נו, אז ער פארשטייט נישט אויפן ווינק בעט ער אים אפען, "טייערער מכניס אורח, מיין זאק סחורה קען איך אפשר האבן?"

"א זאק? סחורה? פון וואס רעדט איר?"

דער וואנדערער ווערט שוין אביסל נערוועז, "וואס הייסט וואספארא זאק, איך האב אייך געגעבן צו באהאלטן א זאק מיט א גאר לאנגן שטריק, און מיט הערליכע וואל פון אלע קאלירן, גיבט עס מיר שוין צוריק"

הידוד ווערט נישט פארלוירן, "אה, איר האט געזעהן גאר א גוטן חלום, דער לאנגער שטריק ווייזט אז איר וועט גאר לאנג לעבן... און דער קאלירטער וואל ווייזט אז איר וועט האבן א שיינעם פעלד מיט אלע מיני ביימער... נארמאל נעם איך 4 גולדן צו פותר חלום זיין, אבער לכבוד מיין גאסט וועל איך פון אייך גארנישט נעמען..."

דער וואנדערער האט שוין געכאפט אז ס'איז ביטער, האט ער זיך גענומען שרייען, "וואס חלום ווען חלום, בהקיץ האב איך אייך געגעבן א זאק סחורה צו באהאלטן און גיבטס מיר עס שוין צוריק!"

הידוד האט זיך געהאלטן ביי זיינעם "דו האסט געהאט א חלום, און פריי זיך אז איך האב דיר עס גוט פותר געווען, און נאכדערצו האב איך דיר נישט גערעכנט קיין געלט דערפאר, אויב וועסטו פארפירן וועל איך דיר מוזן רעכענען..."

דער וואנדערער האט זיך נישט געוואלט לאזן, ער האט געמאכט געוואלדעס, ער האט געשריגן און געוויינט, ביז דער געראנגל איז אנגעקומען צו די שופטים אין סדום.

דער וואנדערער האט פארגעלייגט זיין מעשה, און הידוד האט געטענה'ט אז ס'רעדט זיך פון א שיינעם חלום און ער האט אים עס שוין לאנג פותר געווען, די שופטים האב געזאגט אז הידוד האט אין שטאט א נאמען פאר א באגלייבטער פותר חלומות, און אויב ער האט שוין פותר געווען דעם חלום קען מען זיך פארלאזן דערויף,"אבער איך האב דיר געגעבן דעם זאק בייטאג" האט זיך דער וואנדערער נעבעך געבעטן, הידוד האט אבער געטענה'ט אז דער וואנדערער דארף אים גיבן די פיר גילדן פאר באשיידן דעם חלום, ווי אויך דארף ער אים באצאלן פארן עסן אין שלאפן ביי אים אפאר טאג... ס'האט אנגעהויבן צו גיין אזעלכע קולות דארט אז די שופטים האבן ארויסגעווארפן ביידע בעלי דינים זיך שלאגן אינדרויסן, די גאנצע גאס איז זיך צוזאמגעלאפן, און מיט חרפות און בושות האט מען דעם וואנדערער נעבעך פארטריבן פון סדום.

סדום איז געווען גאר א רייכע פלאץ, נאר גאר גרויסע עשירים האבן געוואוינט דארט, האבן זיי נישט געוואלט אז ארימעלייט זאלן קומען דארט שנארן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן, אויף די גאסן זענען געווען אויסגעלייגט בעטן אין פארשידענע גרויסקייטן, אויב א גאסט איז געקומען אין שטעטל ארייין, ווען ס'איז געקומען צום שלאפן גיין האט מען אים מיט געוואלד ארויפגעלייגט אויף איינע פון די בעטן, אויב איז ער געווען א הויכער האט מען אים געלייגט אויף א קליינעם בעט און די פיס וואס האט זיך ארויסגעשטעקט האבן די רשעים אפגעהאקט, אויב איז ער נעבעך געווען א נידריגער האבן אים די סדומים געלייגט אין א לאנגע בעט, דריי מענטשן האבן אנגעכאפט זיינע הענט, און דריי מענטשן זיינע פיס, און יעדער האט געצויגן צו זיין זייט, ביז דער מענטש איז נעבעך אויסגעגאנגען פון יסורים, "אזוי ווערט געטון מיט א מענטש וואס דערוואגט זיך צו קומען אויף סדום" האבן זיי געשריגן בשעת'ן פייניגן די מענטשן, אזוי האבן זיי געוואלט אפהאלטן מענטשן פון קומען קיין סדום.

ווען א גאסט איז געקומען, אויב איז ער ארומגעגאנגען אין שטאט נאך געלט האט יעדער געמאכט א סימן אויף די מטבע פאר מ'האט אים עס געגעבן, אלע געשעפסטלייט האבן געוואוסט אז פאר א מטבע מיט דעם סימן טאר מען נישט פארקויפן קיין עסן, אזוי האט זיך דער מענטש נעבעך ארומגעדרייט אפאר טאג און נישט געקענט קויפן קיין עסן.

ווען דער מענטש איז נעבעך אומגעקומען האבן זיי אים אויסגעליידיגט די טאשן, מ'האט גענומען אלע מטבעות וואס ער האט געהאט און יעדער האט צוריק גענומען די מטבע וואס ער האט אים געגעבן לויטן סימן וואס ער האט געמאכט.

זיי האבן אזוי פיינט געהאט צו גיבן פאר אנדערע אז אפילו די ביימער ארום די שטאט האבן זיי אויסגעהאקט, אז די פייגל זאלן נישט קענען עסן דערפון...

איינמאל האט שרה געשיקט אליעזר זיך אומקוקן וואס איר ברודער לוט מאכט, ווען אליעזר איז געווען ביים אריינגאנג צו סדום האט ער געזעהן א שרעקליכע מעשה, ער האט געזעהן ווי א סדומי האט געכאפט א פרעמדן מענטש און ער האט אים אויסגעטון אלע זיינע קליידער און אנטלאפן דערמיט, אליעזר האט זייער רחמנות געהאט אויף יענעם איז ער נאכגעלאפן דעם סדומי ביז ער האט אים געכאפט און זיי האבן זיך אנגעהויבן ראנגלען, דער סדומי ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט בייקומען אליעזר אזוי גרינג האט געכאפט א שטיין און געגעבן א ווארף אליעזר'ן אין קאפ אריין, ס'האט זיך גענומען גיסן בלוט פון אליעזר'ס שטערן, זאגט דער סדומי פאר אליעזר, "איך האב דיר איינגעשפארט צו גיין צו א דאקטאר ארויסצולאזן בלוט (יענע צייט האט עס געהייסן א געזונטע זאך פון צייט צו צייט ארויסלאזן אביסל בלוט פון זיך) גיב אהער דאס וואס דו באצאלסט געווענטליך פאר דאקטער.

אליעזר האט פארשטייט זיך נישט געהאלטן דערביי, "נישט גענוג וואס דו האסט מיר צובלוטיגט דארף איך דיר נאך באצאלן?" האט אליעזר געטענה'ט, אבער דער סדומי האט זיך נישט געלאזט, ער האט אנגעכאפט אליעזר מיט אלע כוחות און אים געשלעפט צום בי"ד, דער שופט האט אויסגעהערט די טענות און ער האט גע'פסק'נט אז דער סדומי איז גערעכט, "אז ער האט דיר געטון אזא גוטע ארבעט און ארויסגענומען אזויפיל בלוט פון דיר דארפסטו אים שיין באצאלן דערפאר" האט ער געזאגט פאר אליעזר.

אליעזר האט נישט געטראכט קיין מינוט, ער האט געכאפט א שטיין און עס געווארפן דעם שופט גלייך אין קאפ אריין... בלוט האט זיך גענומען גיסן, "דו! וואסט טוסטו מיט מיר!" האט דער שופט געשריגן, "יעצט נעם דאס געלט וואס דו דארפסט מיר גיבן און גיב עס גלייך דעם סדומי..." האט אליעזר געענטפערט.

ווען מ'האט געוואלט אראפלייגן אליעזר שלאפן אויף די בעטן האט ער זיך אן עצה געגעבן, ער האט זיי מסביר געווען, "מיין מאמע איז נישט לאנג צוריק אוועק, און אלס צייכן פון טרויער האב איך זיך פארגענומען זיך נישט אריינצוגליין אין א בעט פאר א יאר צייט..."

אין סדום איז געווען א געזעץ אז אויב איינער רופט א פרעמדן צו א סעודה פון א שמחה נעמט מען פון יענעם צו זיינע קליידער, אליעזר האט געוואלט האבן א פיינע סעודה, איז ער אריין אין א זאל, ער זעצט זיך אראפ ביים טיש עסן, זיין שכן זעהט א פרעמדער מענטש פרעגט ער אים גלייך "ווער האט אייך גערופן דא?" "וואס הייסט ווער?" ענטפערט אים אליעזר "וואס מאכסטו זיך אזוי תאמעוואטע, דו האסט דאך מיר גערופן!" יענער האט זיך פארשטייט זיך גלייך אויפגעהויבן און אפגעצויגן פאר מ'וועט הערן וואס דער פרעמדער האט יעצט געזאגט, האט זיך אליעזר ארויפגעריקט מיט א זיץ, ווען דער נייער שכן זיינער האט אים געפרעגט ווער ס'האט אים גערופן האט ער געענטפערט די זעלבע זאך, ביז דער זאל איז געבליבן ליידיג... און אליעזר האט געהאט די גאנצע סעודה פאר זיך...

איינער פון די דורכגייער אין סדום האט שוין נעבעך געהאלטן נאכן זוכן עסן אפאר טאג און קיינער האט זיך נישט מרחם געווען אויף אים, ער האט שוין געהאלטן ממש פארן אויסגיין פון הונגער, פליטת, די טאכטער פון לוט האט דאך געשטאמט פון די משפחה פון אברהם אבינו, זי האט נישט געקענט צוקוקן אזא רשעות, איז זי ארויסגעגאנגען שעפן וואסער, און אינעם קריגל האט זי אריינגעלייגט אפאר שטיקלעך ברויט, אזוי אנשעפענדיג די וואסער זענען די ברויט שטיקלעך בטעות ארויסגעפאלן און דער ארימאן האט זיך דערכאפט דאס הארץ...

ווען די סדומיים האבן געזעהן וויאזוי דער מענטש בלייבט עפעס וואונדערליך לעבן האט מען אלאמירט די פאליציי, ס'מוז זיין אז איינער ברעכט דעם געזעץ און ער שמוגלט אריין עפעס עסן צו דעם ארימאן, באהאלטענע פאליציי האבן אנגעהויבן פארשן די זאך, זיי זענען באהאלטענערהייט נאכגעגאנגען דעם ארימאן אויף טריט און שריט ווארטענדיג צו כאפן דעם וואס וואגט זיך צו טון אזא אומדערהערטע זאך און גיבן צו עסן פאר א פרעמדן.

ווי ערשטוינט זענען זיי געווען צו כאפן פליטת ביי די מעשה, ס'האט איר גארנישט געהאלפן איר טאטע לוט'ס פראטעקציע, אויך נישט אז זי איז געווען די ווייב פון איינע פון די חשובסטע מענטשן אין סדום, מ'האט געמאכט א ריזיגן משפט וואס די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן, און דער פסק איז געווען זייער א ביטערער.

שרק, דער עלטסטער ריכטער אין סדום האט זיך אראפגעריקט די ברילן אויף די צווייטע האלב נאז און ער האט פארגעליינט דעם פסק, "אזוי ווי מרת פליטת די טאכטער פון לוט האט פארלעצט איינע פון די הארבסטע געזעצן אין סדום און זי האט געגעבן צו עסן פאר א פרעמדן מענטש וועט זי ווערן אומגעברענגט אויפן פאלגענדן אופן, מ'וועט איר ארומשמירן מיט האניג, און זי וועט אראפגעשטעלט ווערן נעבן דעם בינענשטייג, מיר גלייבן אז די קולות וואס זי וועט שרייען ווען די בינען וועלן איר אויפעסן לעבעדיגערהייט וועלן דערמאנען אלע איינוואוינער פון סדום מער נישט צו טון אזא אומדערהערטע שריט ווי שפייזן פרעמדע ארימע מענטשן."

איר געשריי האט זיך אבער געהערט נישט נאר אין סדום, אויך צום כסא הכבוד איז ארויפגעקומען איר ביטער געשריי, און דער רבש"ע האט באשלאסן אליינס אראפצוגיין אויף סדום נאכקוקן וואס דארט גייט פאר, און אויב ס'איז טאקע אזוי ווי מ'שטעלט עס פאר דארף מען אפווישן דעם שטאט פון די מאפע!

לאמיר האפן אז מארגן וועט זיין אביסל צייט דאס אויבערשטע מגיה צו זיין און צו שרייבן נאך אביסל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 7:30 pm

וויזוי האט יענער געזאגט, אזוי שיין ווי דער יונגערמאן פארציילטעס האבעכעס נאכנישט געהערט. יישר כחכם.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 9:33 pm

א ריזן יישר כח! כה לחי.

over night kugel
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

תגובהדורך over night kugel » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 10:10 pm

בעיארעפעל!!!ווי זיס אין מעכטיג זענען דיינע שרייבעריי!!ווי שטאלטץ דארפען אונז יודן זיין אז אונז האמיר געהאט אזא זיידע ווי אברהם אבינו!


נאכן קאמפלימענטען מעג איך זאגן אן הערה! עי'באור החיים דאברהם אבינו ידע דהם לא אנשים אלא מלאכים!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 11:49 pm

זייער שיין!
צוגעשיקט די לינק פאר אפאר אידן. זאלן זיי כאטש אויך הנאה האבן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 12:51 am

הערליך איז דאס ווארט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 12:58 am

WOW!!!

אזא ארבייט אריינצולייגן?

ס'איז עפעס הערליך בא'טעמ'ט!
---------------

שוועמל האקט, ער זאגט נישט אנדערש
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 1:36 am

יישר כחך גראדער, ביזט אונז ממש מחי' מיט די הערליכע געשמאקע זאפטיגע שיעורים, ביטע זעה צו אנהאלטן.

די אייבישטער זאל דיר באצאלן מיט אלעם גוטן.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט