דער גרינדער פון אידשן פאלק. מיט א פרישן גרינד...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 9:57 am

דער גראדער איז דא עפעס אויסטערליש גראד. אזא מצב אראפצולייגן, איך לעב עס ממש מיט.

שנעל דערצייל ווייטער ווייל די פייער איז זייער הייס.....

אפשר
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 10:59 am

אן קיין לאנגע דרשות און משלים
פשוט
א גרויסן יישר כח .

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 12:36 pm

צום ערשט וויל איך דיר באדאנקן פאר די שיינע, אינהאלטסרייכע ארטיקלען על פרשיות השבוע וואס זענען מלא טעם. (מיין יונגל זאגט מיר, עס איז אזוי ווי א מעשה טעיפ....) ;l;p-
Please keep it up!!!

דערנאך צום צבור שיחי', זיך אומקוקנדיג אויף מיר אליין, ווי איך קום אהיים וואך נאך וואך מיט די אלע בלעטער פיל מיט אזויפיל תוכן פאר מיר אליין און צו נאכזאגן א שיין ווארט אדער געדאנק פאר די קינדער שבת ביים טיש, וואס עס פארשטייט זיך ווי שטארק איך בין דאקבאר פאר די וואס לייגן אריין אזויפיל ארבעט צוזאמצושטעלן דאס אלס.
עס קומט מיר דאך אמאל אויפ'ן געדאנק, ווי דראסטיש איז די טויש פון די וועג ווי אונזערע עלטערן זענען געזעצן און געלערנט -צו סתם געבליקט- אין די חסידישע ספרים און דאס גלייכנס צו האבן וואס צו נאכזאגן ביים שבת טיש, אדער אפילו מער, נאכגעזאגט ביים טיש אריינקוקנדיג אינעם ספר.
וואס האלט איר, איז דאס מער ווי א פשוט'ן טויש אין באקוועמליכקייט צו איז דאס בעסער אז די קינדער זאלן זעהן אז די קינדער זאלן זעהן אז די טאטע זאגט נאך פון א ספר ווי איידער פון א בלעטל? (איך מאך חס ושלום נישט אוועק די בלעטער)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 4:06 pm

אברמ'ס מאמע איז געקומען צו לויפן, זי האט אויסגעפלאצט אין א ביטערן געוויין, "לאזט מיר רעדן צו מיין קינד! איך וויל זיך געזעגענען פון אים!"

נמרוד האט געוואלט ווייזן אז ער איז א רחמנות'דיגער אפגאט, האט ער באפוילן, "לאזט איר רעדן מיט אים"

אמתלאה איז צוגעגאנגען צום וועגעלע וואו אברם איז געלעגן געבינדן, און מיט טרערן זיך געבעטן ביי אים, "אברמ'ל מיינער, וויאזוי קען איך צוקוקן ווי דו ווערסט אזוי שרעקליך פארברענט לעבעדיגערהייט, גיב זיך א בוק פאר נמרוד וועסטו ראטעווען דיין לעבן, איך בעט דיר מיין קינד, ראטעווע זיך פון ווערן אריינגעווארפן אין פייער."

אברם האט איר איידעלערהייט געענטפערט, "זיי נישט באזארגט מאמע, דער פייער פון נמרוד איז א זאך וואס וועט אריבערגיין, דער פייער ברענט נאר צייטווייליג, אבער אויב איך וועל עובר זיין אויפן רצון פונעם גרויסן באשעפער פון די וועלט וועל איך אנקומען אין גיהנם, און דער פייער פון גיהנם ברענט אויף אייביג!"

"שוין זאל מען אים אריינווארפן אין פייער!" האט נמרוד אויסגעשריגן, און די וועגעלע האט זיך גענומען פארן צום פייער.

ס'פארט און ס'פארט, אלע ווארטן צו זעהן וואס עס גייט פאסירן, און וואונדער איבער וואונדער, אברם איז שוין כמעט ביים פייער און ער לעבט נאך, אלע וואס האבן אים פרובירט אריינצואווארפן זענען שוין לאנג געווען טויט ווען זיי זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ, אבער אברם לעבט נאך, קען זיין אז ער קען פארנעמען מער היץ, האבן די מענטשן געטראכט, אבער ווען ער וועט אנקומען ממש אין דעם שרעקליך הייסן פייער איז זיכער אז קיין שום מענטש קען עס נישט איבערלעבן.

דער וועגעלע קומט אן ביזן פייער, מ'גיבט א שאקל דעם שטעקן, דער וועגעלע גיבט זיך א ווארף, און אברם פליעט אריין אינעם פייער, אלע קוקן מיט שרעק, און יא! דער פייער כאפט זיך אן! אלע 12 מענטשן וואס האבן געפירט דעם וועגעלע זענען אין א סעקונדע געווארן פארברענט, אבער נישט אין אברם... נאר אין די שטריק מיט וואס ער איז געווען געבינדן, ביז א רגע איז די שטריק געווארן אש, אבער אברם אין זיינע קליידער זענען וואונדערליך געבליבן גאנץ! אברם שטעלט זיך אויף און נעמט זיך שפאצירן וואו ער איז גאר אין א שיינעם שפאציר גארטן...

הרן דער ברודער פון אברם האט זיך אסאך געדרייט מיט אברם, די גאנצע צייט האט ער זיך געשלאגן מיט זיך אליינס, ער האט נישט געקענט באשלוסן צו אברם איז גערעכט און ס'איז דא א באשעפער אין הימל, צו נמרוד איז גאר דער אפגאט, ווען ער האט געזעהן ווי אברם ווערט נישט פארברענט פונעם פייער האט ער באשלאסן, אברם איז גערעכט! דער גאט פון וועם אברם רעדט אלעמאל איז דער גרויסער גאט וואס האט באשאפן און קאנטראלירט הימל און ערד, האט ער געגעבן א שריי אויס, אברם איז גערעכט! דער נמרוד איז סתם א פאלשער אפגאט!

די סאלדאטן פון נמרוד וואס האבן שוין אזוי אויך מורא געהאט אז די פארזאמעלטע וועלן אנהייבן ווידערשפעניגן אין זייער גלויבן, האבן עס געוואלט אפשטעלן, האבן זיי געגעבן א כאפ הרן, און אים אנגעהויב צו שלעפן צום פייער, ווען הרן איז נאר נאנט געקומען צום פייער האט ער געכאפט א שטארקן בריה אין זיינע געדערים, ער האט געגעבן א לויף ביז זיין טאטע תרח וואס איז געשטאנען אין די זייט, ער איז אריינגעפאלן אין זיין טאטעס הענט, און ער איז געשטארבן.

ווען נמרוד האט געזעהן וואס דא קומט פאר, האט ער געגעבן א באפעל מ'זאל ווי שנעלער ארויסנעמען אברם פון פייער, די באדינער האבן זיך געבעטן אז מ'קען נישט צוקומען צום פייער, אבער נמרוד האט פון גארנישט געוואלט הערן, יעדע מינוט וואס די אלע טויזענטער צוקוקער האבן געזעהן דעם גרויסן נס ווי אברם שפאצירט אזוי געמיטליך אינעם פייער איז ער געווארן מער און מער דערשראקן אז ער וועט פארלירן זיין גאנצע געטליכקייט, "ס'גייט מיר גארנישט אן! שוין נעמט ארויס דעם אברם פון פייער!" האט נמרוד געשריגן מיט צארן.

8 באדינער זענען פארברענט געווארן ווען זיי האבן פרובירט צוגיין צום פייער ארויסברענגען אברם, ביז נמרוד האט איינגעזעהן אז מ'קען אים נישט ארויסברענגען.

3 טאג און 3 נעכט איז אברם געבליבן אינעם פייער, ער האט נישט געוואלט ארויסגיין, אברם איז געווען אזוי פרייליך אז ער האט די זכי' צו אומקומען אויף קידוש ה', ער האט שוין קוים געקענט ווארטן צו ווערן פארברענט פארן אויבערשטנס נאמען, ווען ער האט געזעהן אז דער פייער איז קאלט און ער ווערט נישט פארברענט איז ער געווארן אנטוישט, ער האט נישט געוואלט ארויסגיין פון פייער, יעדע מינוט האט ער געהאפט אפשר דאך וועט דער פייער זיך אנכאפן אין אים און ער וועט יא האבן די זכי' פארברענט צו ווערן פארן אויבערשטן... (תפארת שלמה סוכות)

ווען נמרוד האט געזעהן אז ס'נעמט נישט קיין עק, האט ער פארשטאנען אז ער האט נישט קיין ברירה און ער מוז זיך אונטערגעבן, האט ער הויעך אויסגעשריגן אז אברם זאל הערן "דו אברם וואס דו ביזט א קנעכטן פונעם אמת'ן גרויסן באשעפער, קום ארויס פונעם פייער", ווען אברם האט געזעהן אז דער שטאלצער נמרוד האט זיך שוין געבראכן און ער איז מודה אז ער איז א פאלטשער אפגאט, איז ער ענדליך ארויסגעקומען פונעם פייער.

ווי נאר אברם איז ארויסגעקומען זענען די אלע טויזענטער מענטשן וואס האבן צוגעקוקט צו די גאנצע מעשה צוגעלאפן צו אים און אלע האבן זיך אנגעהויבן בוקן צו אים, "וואס בוקט איר זיך צו מיר?" האט אברם געזאגט, "בוקט זיך צום גרויסן באשעפער וואס ער איז דער בעה"ב אויפן פייער און אויף יעדע זאך אין די וועלט, ער האט געמאכט דעם גרויסן נס, און נאר אים דארף מען דינען!"

נמרוד האט געגעבן אסאך מתנות פאר אברם, אויך האט ער אים אוועקגעגעבן זיין זון אליעזר פאר א קנעכט, דער אליעזר איז שפעטער געווארן דער געטרייער באדינער פון אברם וואס האט אים ארויסגעהאלפן פארשפרייטן די הייליגע אמונה אויף די וועלט.

אויך תרח, האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז אברם איז גערעכט, און ער האט זיך גענארט אלע יארן אינעם אפגאט נמרוד, אנשטאט וואס ביז היינט האט תרח געזוכט נמרוד זאל אומברענגען אברם, האט ער גאר אנגעהויבן זיך אנשטרענגען גרינגער צו מאכן פאר אברם מיט וואס ער קען.

צוויי יאר זענען אריבער, אברם האט נאך געוואוינט מיט זיין גאנצע משפחה אין אור כשדים, ער האט חתונה געהאט מיט שרי, א טאכטער פון זיין פארשטארבענעם ברודער הרן, ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה וואו הונדערטער מענטשן האבן געברענגט זייערע קינדער לערנען די אמונה אין הייליגן באשעפער, ס'האט שוין אויסגעקוקט וואו ער הייבט אן צו פירן א נארמאלן רוהיגן לעבן, ביז יענער טאג איז אנגעקומען.

אליעזר דער קנעכט פון אברם איז געקומען צו לויפן מיט איין אטעם, "אברם מיין הער, מיר מוזן אנטלויפן פון דא די רגע!"

"וואס האט שוין ווידער פאסירט?" פרעגט אים אברם.

"איך קום יעצט פון מיין טאטן נמרוד'ס שטוב, הער וואס איך האב דארט מיטגעהאלטן," זאגט אליעזער," ווען איך בין אריינגעקומען אין פאלאץ האב איך געזעהן ווי דער גרויסער זאל איז פול מיט אלע גרויסע חכמים און יועצים פון קעניג, איך האב געפרעגט איינע פון די באדינער וואס ס'קומט דא פאר, האט ער מיר געזאגט אז ס'גייט פארקומען א וויכטיגע אסיפה וועגן דיין הער אברם, האב איך זיך גלייך באהאלטן צווישן די פארהאנגען ווייל איך האב פארשטאנען אז מ'וועט מיר נישט לאזן מיטהאלטן, הער וואס דארטאיז פארגעקומען.

נמרוד איז אריינגעקומען אין זאל מיט זייער אנגעצויגן, זיין האר צושטרויבלט, ער האט נאך אנגעהאט די פידשאמעס, מ'האט געזעהן אז זייט ער האט זיך געעפנט די אויגן אינדערפרי האט ער נאך גארנישט געטון, מיט א נערוועזע שטימע האט ער אנגעהויבן:

מיינע טייערע חכמים, הערט פארוואס איך האב אייך גערופן היינט, איך האב געהאט א שרעקליכן חלום די נאכט, איך האב געזעהן ווי איך שטיי מיטן גאנצן פאלק נאכאמאל אין אור כשדים, א מענטש וואס קוקט אויס ווי אברם קומט צו לויפן מיט אן אויסגעשטרעקטן שווערד און פרובירט מיר צו הרג'נען, פארשטייט זיך אז איך בין אנטלאפן, דער מענטש אין געשטאלט פון אברם איז מיר נאכגעלאפן, ער האט מיר געווארפן אן איי אין קאפ, פונעם איי איז געווארן א גאנצער טייך, און אלע מענטשן וואס זענען געווען מיט מיר זענען דערטראנקען געווארן דערין, חוץ איך נמרוד מיט נאך דריי מענטשן זענען איבערגעבליבן, ווען איך האב געקוקט אויף די דריי מענטשן האב איך געזעהן אז זיי זענען אלע אנגעטון מיט קעניגליכע קליידער אזוי ווי מיר, דערנאך איז פונעם טייך צוריק געווארן אן איי, פונעם איי איז ארויס א הינדל, דער הינדל איז געפלויגן צו מיר און האט מיר אויסגעשטאכן די אויגן. דאס איז דער שרעקליכער חלום וואס איך האב געזעהן, איך בין אויפגעשטאנען אזוי אויפגעשוידערט אז איך האב גלייך געשיקט אייך רופן מיינע חכמים איר זאלט מיר זאגן וואס צו טון יעצט, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם אברם.

די יועצים פון נמרוד האבן אנגעהויבן אריינצוטראכטן וואס מ'קען דא עצה'נען דעם קעניג, פלוצלנג שטעלט זיך אויף אנוקי, איינער פון די גרויסע שרים אין נמרוד'ס מלוכה:

אדוני המלך, דער באשיידונג פון דעם חלום איז זיכער דאס וואס אברם און זיינע קינדער וועלן טון מיטן גרויסן קעניג אינעם צוקונפט, ס'וועט קומען א צייט וואס דער אברם וועט מלחמה האלטן מיטן קעניג, און ער וועט אויס'הרג'נען אלע סאלדאטן פון קעניג, נאר דער קעניג מיט נאך דריי אנדערע קעניגן וועלן אליינס בלייבן לעבן, ס'איז קלאר אז דער פתרון צו דעם חלום איז אז דער אברם איז א גרויסער סכנה פארן קעניג!

אלע שרים האבן איינשטימיג באשלאסן, ווילאנג דער אברם לעבט וועט דער קעניג ליידן פון אים, ס'איז געקומען די צייט מ'זאל איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון אים!

נמרוד האט פארשטייט זיך מסכים געווען, און ער האט גלייך געגעבן דעם באפעל מ'זאל שיקן א גרופע סאלדאטן צו הרג'נען אברם, אליעזר וואס האט אלעס מיטגעהאלטן פון זיין באהעלטעניש האט זיך ארויסגעכאפט פון פאלאץ און איז געקומען שנעל ווארענען אברם אז מ'דארף אנטלויפן, אברם האט זיך נישט געוואלט פארלאזן אויף קיין ניסים, האט ער שנעל גענומען זיין ביסל פארמעגן און ער איז אנטלאפן ווידער קיין ארץ כנען צום זיידן נח און שם.

ווען נמרוד'ס כעס האט זיך אביסל איינגעשטילט איז אברהם שטילערהייט צוריקגעקומען קיין אור כשדים צו זיין טאטע תרח'ס שטוב, תרח האט מורא געהאט אז נמרוד וועט נאכמאל וועלן שלעכטס טון פאר אברם, האט ער צוזאמגענומען זיין גאנצע משפחה, זיין גאנץ פארמעגן, און ער האט באשלאסן צו פארלאזן בבל וואו נמרוד האט געוועלטיגט, און זיך אריבערציען קיין ארץ כנען.

אויפן וועג פון אור כשדים קיין ארץ כנעם זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם שטאט חרן, פאר תרח האט שטארק געפאלן דער פלאץ, האט ער זיך באזעצט דארט מיט די גאנצע משפחה.

אברם האט אין דעם נייעם פלאץ אויך נישט איינגערוהט, ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה, און ער האט כסדר געגעבן דרשות און שיעורים, הונדערטער מענטשן האבן זיך מגייר געווען און אנגעהויבן צו דינען דעם אויבערשטן, אויך שרי אברמ'ס רביצין האט געגעבן דרשות פאר די ווייבער, און הונדערטער פרויען וואס האבן געהערט אירע דרשות זענען האבן זיך מגייר געווען און אנגעהויבן פירן אן ערליכן לעבן.

איין זאך האט אבער שטארק דערדרוקט אברם און שרי, ס'איז שוין געווען צענדליגער יאר נאך זייער חתונה און זיי האבן נאכנישט זוכה געווען צו קיין קינדער, אברם האט גאר שטארק געוואלט האבן א זוהן וואס זאל ממשיך זיין דעם ישיבה, ער האט געוואלט איבערלאזן אויף די וועלט קינדער וואס וועלן ממשיך זיין דעם דרך זיינעם צו מודיע זיין אין די וועלט ווער דער באשעפער איז, ער האט כסדר געבעטן דעם אויבערשטן געהאלפן צו ווערן מיט א קינד, דערווייל אבער זענען זיי געווען קינדערלאז.

תרח מיט זיין משפחה האבן זיך גוט איינגעארדענט אין חרן, נאכן וואוינען דארט אזא לאנגע צייט זענען זיי געווארן גאר היימיש און באקאנט אין די גאנצע שטאט, אלע שטאט'סלייט האבן מכבד געווען אברם, געלט האט אים נישט געפעלט, אזוי אז אברם האט זיך געשפירט גאר באקוועם אין זיין טאטנס הויז אין חרן.
(ע"כ פרשת נח)

איין טאג איז אברם ארויס אין מארק, ער האט שוין געוואוסט אז ביי איין אפטיילונג דארף ער זיך פארשטאפן די אויערן, אבער דאך האט ער געהערט וואס דארט קומט פאר, אין יענעם אפטיילונג האט מען פארקויפט געטשקעס, מיסיאנערן האבן דארט איבערגערעדט מענטשן צו אלע סארט גלויבנ'ס.

"קומט דינען דעם מולך! זייט מקריב איין קינד, און אין דעם זכות וועלן אייערע איבריגע קינדער זיין גרויס און שטארק!" האט איין מעקלער געשריגן.

"דינט אונזער געטשקע" האט א צווייטער אים איבערגעשריגן, "ווען מען גיבט געלט פאר אונזער עבודה זרה, באקומט מען א הבטחה צו זיין א גרויסער עושר"

פון די אנדערע זייט איז געשטאנען אן אלטער נאר און געשריגן מיט א הייזעריגע שטימע, "גיבט זיך נאר איין בוק פאר דעם גרויסן אפגאט, און איר וועט ווערן א מכובד'יגער מענטש, יעדער וועט אייך ארויפקוקן!" (רבינו בחיי)

אברם איז שנעל אריבערגעלאפן יענעם געסל, ער האט שוין קוים געקענט ווארטן ארויסצולויפן פון מארק, אנקומענדיג אין א שטיל געסל האט ער פלוצלונג געפילט א מורא'דיגע הייליגקייט, דער גרויסער באשעפער האט זיך אנטפלעקט צו אים, און אים געזאגט די פאלגענדע ווערטער:

אברם מיין טייערער קנעכט, די אלע עבודה זרה'ס זאגן צו פאר זייערע דינער יעדער אן אנדערע זאך, דו וועסט זוכה זיין צו קינדער, דו וועסט האבן אסאך געלט, און דו וועסט באקומען א גוטן נאמען, דו זאלסט נאר טון מיין באפעל, לאז איבער דיין לאנד, דיין געבורטס פלאץ, און דיין טאטנס שטוב מיט דיין גאנצע משפחה, און לאז זיך ארויס אויפן וועג מיט דיין ווייב שרי צו א פלאץ וואס איך וועל דיר שוין זאגן.

אברם האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער איז גלייך אהיימגעלאפן מיט איין שמחה, "שרי, דו ווייסט נישט ווי גליקליך מיר זענען, דער רבש"ע האט אונז געהייסן טון א מצוה! מיר דארפן אלעס איבערלאזן און זיך ארויסלאזן אויפן וועג"

שרי כאפט זיך גלייך מיט מיט זיין התלהבות, אבער זי פרעגט אים "אלעס דארף מען איבערלאזן? אויך די מענטשן? וואס וועט זיין מיט די אלע גרים וואס מיר האבן דא געמאכט?"

"הער זיך צו וואס דער אויבערשטער האט געזאגט" דערציילט איר אברם, "פון די משפחה זאל מען קיינעם נישט מיטנעמען, אלעמען איבערלאזן דא, אבער די אלע גרים קענען מיר רוהיג מיטנעמען."

מיט זריזות האבן אברם און שרי זיך גענומען פאקן די פעק, קיין סאך זאכן מיטצונעמען האבן זיי נישט געהאט, אברם האט איינגעפאקט דעם ספר יצירה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שרייבן, און מען האט זיך געגרייט צו גיין אין וועג.

לוט, איז געווען א זוהן פון הרן, אברמ'ס ברודער און שווער, ווען תרח האט זיך אריבערגעצויגן פון אור כשדים האט ער מיטגענומען זיין אייניקל לוט, לוט האט ליב געהאט צו הערן די דרשות פון אברם און זייענדיג א יתום האט ער זיך אלעמאל געדרייט ביי זיין פעטער און שוואגער אברמ'ס שטוב, ווען ער האט געזעהן אז אברם פאקט פעק און גרייט זיך ארויסצולאזן אויפן וועג איז ער געקומען צו אברם.

"איך בעט דיר פעטער, לאז מיר נישט איבער דא אליינס, איך וויל מיטגיין מיט דיר." כאטש אברם האט געוואוסט אז ער דארף גיין אליינס האט ער מיט זיין גוט הארץ נישט געקענט אפזאגן לוט, ער האט אים נישט געוואלט פארשעמען, האט ער אים מיטגענומען אין וועג. (אור החיים)


לאמיר האפן אז מ'וועט קענען מארגן ממשיך זיין בעז"ה
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג אוקטובער 15, 2010 7:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 4:17 pm

יישר כחם!





דאס איז דאס איינציגסטע וואס איך קען זאגן. (איי עם ספיטשלעס...)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 4:19 pm

WOW!!!

אויסער די רייכקייט, געלונגענע שריפט, און געוואלדיגע באשרייבונג,באוואונדער איך די זעלטענע ידיעות צוזאמען געווארפן פון אלע מקורות מפוזורות. נורא נוראות!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 4:33 pm

ohrchodosh האט געשריבן:צום ערשט וויל איך דיר באדאנקן פאר די שיינע, אינהאלטסרייכע ארטיקלען על פרשיות השבוע וואס זענען מלא טעם. (מיין יונגל זאגט מיר, עס איז אזוי ווי א מעשה טעיפ....) ;l;p-
Please keep it up!!!

דערנאך צום צבור שיחי', זיך אומקוקנדיג אויף מיר אליין, ווי איך קום אהיים וואך נאך וואך מיט די אלע בלעטער פיל מיט אזויפיל תוכן פאר מיר אליין און צו נאכזאגן א שיין ווארט אדער געדאנק פאר די קינדער שבת ביים טיש, וואס עס פארשטייט זיך ווי שטארק איך בין דאקבאר פאר די וואס לייגן אריין אזויפיל ארבעט צוזאמצושטעלן דאס אלס.
עס קומט מיר דאך אמאל אויפ'ן געדאנק, ווי דראסטיש איז די טויש פון די וועג ווי אונזערע עלטערן זענען געזעצן און געלערנט -צו סתם געבליקט- אין די חסידישע ספרים און דאס גלייכנס צו האבן וואס צו נאכזאגן ביים שבת טיש, אדער אפילו מער, נאכגעזאגט ביים טיש אריינקוקנדיג אינעם ספר.
וואס האלט איר, איז דאס מער ווי א פשוט'ן טויש אין באקוועמליכקייט צו איז דאס בעסער אז די קינדער זאלן זעהן אז די קינדער זאלן זעהן אז די טאטע זאגט נאך פון א ספר ווי איידער פון א בלעטל? (איך מאך חס ושלום נישט אוועק די בלעטער)


יפה שאלת ובזמנו שאלת
אבער לאמיר אייך עפעס מסביר זיין, איך למשל הייס ביי מיינע באקאנטע א שטיקל תלמיד חכם און יודע ספר, פאר מיר צו זאגן א תורה ביים שבת טיש איז כמשחל בניתא מחלבא.
למעשה האב איך נאך היינט צוטאגס נישט קיין יונגל אין די יארן וואס זאל האבן געדולד צו הערן א דבר תורה, נישט קיין חסידות און אוודאי נישט קיין דרוש, ממילא ליתר שאת דארף מען פרובירן צו זוכן עפעס א ווארט וואס זאל זיין בדרך הממוצע דאס קינד (אדער די ווייב) זאל עס וועלן הערן און דערהערן.
מיין שווער פלעגט טאקע נישט קוקן אין א צעטעלע, נאר פארגעלערנט אין א ספר, אה וואס דארט האט זיך אפגעטון, מען האט געלערנט לאנגע שטיקער דברי יואל און אלע קלענערע קינדער זענען צופלאצט געווארן, (און די עלטערע האבן פארביסן די ליפן) אויסגעהערט האט קיין איינער.

דא קומט אונזער גראדער, און שטעלט עפעס אהער אז אלע פון גרויס ביז קליין זענען שטיל

אין בעסטן פאל קוק דיך פאר מיט די צעטלעך פאר שבת, און דערצייל אויסעווייניג (ס'איז שווער, אבער וואס טוט מען נישט פאר מנהג אבותינו בידינו)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 4:39 pm

אור חדש האט גוט געפרעגט און מי יודע האט פיין געענטפערט.

א אינגערמאן איז געקומען צו מיר איין וואך שבת נאכן ליינען און געפרעגט:
איך וויל זאגן פאר מיינע קינדער א תורה ביים טיש, אזוי ווי מיין טאטע האט געטוען, אבער זיי האבן נישט קיין געדולד (זיין עלטסטע איז בערך 5-6 יאר) וואס טוט מען?

כ'האב אים געזאגט זייער פשוט. דערצייל זיי א מעשה, אפי' א געבאקענע מעשה וואס האט מיט אידישקייט. למשל די מעשה פונעם פאסטוך וואס האט געזאגט צוויי נאל ליגענט שרייענדיג "א וואלף א וואלף" און די דריטע מאל האט א וואלף צעביסן אלע שעפעליך. און ווען די קינדער זענען שוין זאט פון מעשות, נעם ארויס א נועם אלימלך און לערן פאר זיך פאר א שטיקעל מיט א התלהבות, און דיינע קינדער וועלן שוין זעהן מיט וואספארא ברען די לערנסט א חסידיש ספר. ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי דיך אי"ה נאכטוען!

אבער פון אזאליכע קוואלעטי סחורה ווי דאס וואס גראדער גיבט אונז להשקות את צאנינו הקדושים איז שוין אסאך מער ווי געראכטן, און ס'קומט אים א געוואלדיגע הכרת הטוב. ובשם מיינע קינדער וואס גייען הערן די מעשה דעם שבת דרוקן מיר זיך אויס מיט

א הארציגן ישר כוח!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 7:08 pm

גראדער!! יאא אר דע מעען !!! סיז מורא'דיג אינטערסאנט, אין געשמאק אראפגעלייגט די סדרה!!!

שכוח מעימקא דליבא!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 7:23 pm

shmate האט געשריבן:גראדער!! יאא אר דע מעען !!! סיז מורא'דיג אינטערסאנט, אין געשמאק אראפגעלייגט די סדרה!!!

שכוח מעימקא דליבא!!!

אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אתרוג » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 7:50 pm

נא !! וואס ביסטו שטיין געבליבן איך קען שוין קוים ווארטן אויף די קומענדיגע

יישר כח וחיילך לאורייתא שכרך הרבה מאוד

הק' אתרוג

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 11:59 pm

מתוק מתוק, א הארציגן יישר כח.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:18 am

אזא ידען!!!!!!!!!!!!

א גרויסען שכויעך!!!!!!!!!!!!!!! ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@
Normal is just a setting on the washing machine

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 3:08 am

נאאכנישט געליינט, אבער פונעם עולם'ס תגובות, און מער אזוי פון דיינע פריערדיגע ארטיקלען זעט אויס אז דו דעזערווסט א גרויסן גרויסן יישר כח פאר דעם חסד של אמת... וואס דו טוסט דא עם המתים (וואס ווילן ליגן נעבן דיר...) ועם החיים.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 4:00 am

ארויס געפרינט לכבוד שבת,
נאך שבת וועל איך מגיב זיין אי"ה

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 7:42 am

היות איך האב אביסל ארומגעטוישט מאכט מען אביסל חזרה...

צוויי טויזענט און אכצען יאר נאך בריאת העולם (ב' י"ח) ווען אברם איז אלט געווען זיבעציג יאר האט ער באקומען דעם באפעל פון רבש"ע צו פארלאזן זיין טאטנס שטוב.

(עס איז דא גאר אסאך שיטות פונקטליך ווען אברם האט באקומען דעם ציווי ה' פון לך לך, ווען ס'איז געווען דער מלחמת ד' מלכים, און ווען אברם איז געגאנגען אויף ארץ ישראל, מיר שרייבן דא לשיטת התוס' אין מס' ברכות וואס דאס איז די גרינגסטע אריינצוטייטשן אין די פסוקים, אפי' אין פסוק שטייט בפירוש אז אברם איז געווען 75 יאר ווען ער האט פארלאזט חרן, מוז מען זאגן אז דאס מיינט ווען ער איז דער לעצטער מאל ארויס פון חרן, אבער בעצם איז ער שוין געגאנגען מיט שרי און לויט אויף ארץ כנען יארן פריער, עי' במדרשים ומפרשים ודו"ק)

אברם האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער איז גלייך אהיימגעלאפן מיט איין שמחה, "שרי, דו ווייסט נישט ווי גליקליך מיר זענען, דער רבש"ע האט אונז געהייסן טון א מצוה! מיר דארפן אלעס איבערלאזן און זיך ארויסלאזן אויפן וועג"

שרי כאפט זיך גלייך מיט מיט זיין התלהבות, אבער זי פרעגט אים "אלעס דארף מען איבערלאזן? אויך די מענטשן? וואס וועט זיין מיט די אלע גרים וואס מיר האבן דא געמאכט?"

"הער זיך צו וואס דער אויבערשטער האט געזאגט" דערציילט איר אברם, "פון די משפחה זאל מען קיינעם נישט מיטנעמען, אלעמען איבערלאזן דא, אבער די אלע גרים קענען מיר רוהיג מיטנעמען."

מיט זריזות האבן אברם און שרי זיך גענומען פאקן די פעק, קיין סאך זאכן מיטצונעמען האבן זיי נישט געהאט, אברם האט איינגעפאקט דעם ספר יצירה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שרייבן, און מען האט זיך געגרייט צו גיין אין וועג.

אברם זאגט פאר שרי, "לאמיר זיך גאר שנעל ארויסלאזן אויפן וועג, כדי קיינער פון מיין משפחה זאל נישט וועלן מיטקומען אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן," (אוה"ח)

"אפשר נעמט מען מיט עפעס געלט אויפן וועג?" האט שרי געפרעגט.

"ניין" האט אברם געענטפערט, "דער אויבערשטער האט געזאגט אז אזוי ווי דער גאנצער געלט וואס מיר האבן דא קומט פון מיין טאטן תרח וואס האט פארדינט זיין געלט פונעם געטשקע געשעפט, זאלן מיר נישט מיטנעמען גארנישט פון די טריפה'נע געלטער."

לוט, איז געווען א זוהן פון הרן, אברמ'ס ברודער און שווער, ווען תרח האט זיך אריבערגעצויגן פון אור כשדים האט ער מיטגענומען זיין אייניקל לוט, לוט האט ליב געהאט צו הערן די דרשות פון אברם און זייענדיג א יתום האט ער זיך אלעמאל געדרייט ביי זיין פעטער און שוואגער אברמ'ס שטוב, ווען ער האט געזעהן אז אברם פאקט פעק און גרייט זיך ארויסצולאזן אויפן וועג איז ער געקומען צו אברם.

"פעטער מיינער, איך פארשטיי דיר נישט, דו לאזט איבער דיין טאטען דער גרויסער עושר, דו וועסט דערלייגן א ריזיגע ירושה וואס דו וועסט קענען באקומען נאך זיין טויט."

אברם וואס האט כסדר פרובירט משפיע צו זיין ערליכקייט פאר לוט ענטפערט אים געלאסן: די גרעסטע און בעסטע ירושה איז צו דינען דעם אויבערשטן, פון מיין טאטנס געלט טאר מען נישט הנאה האבן ווייל ס'איז געלט פון עבודה זרה, חוץ פון דעם האט מיר דער אויבערשטער צוגעזאגט אז אינעם נייעם פלאץ גייט ער מיר שיקן א גרויס פארמעגן, נו, שוין גענוג גערעדט, האלט מיר נישט אויף לוט, איך דארף שוין גיין אין וועג אריין"

"איך בעט דיר פעטער, לאז מיר נישט איבער דא אליינס, איך וויל מיטגיין מיט דיר." כאטש אברם האט געוואוסט אז ער דארף גיין אליינס האט ער מיט זיין גוט הארץ נישט געקענט אפזאגן לוט, ער האט אים נישט געוואלט פארשעמען, האט ער אים מיטגענומען אין וועג. (אור החיים)

מ'קומט אן צום ארויסגאנג פון שטאט, און שרי גיבט א זאג פאר אברם, "איך האב דיר פארגעסן צו פרעגן, וואו האט דער רבש"ע געהייסן מיר זאלן זיך באזעצן?"

אברם ענטפערט מיט א פשטות, "ער האט מיר נאכנישט געזאגט, אבער איך שטעל זיך פאר אז דער ציהל איז דער הייליגער ארץ כנען, לאמיר גיין צו יענעם ריכטונג." (רמב"ן)

אינמיטן וועג האט לוט געכאפט א שמועס מיט זיין שוועסטער שרי, "ער איז יענער סוחר דיין מאן, דער אויבערשטער זאגט אים צו געלט, כבוד, מיט קינדער, כאפט ער שנעל זעק און פעק און לויפט, קוקט אויס ער האט גאנץ ליב די זאכן..."

"חס ושלום!" זאגט אים שרי, "איך קען מיין הייליגן אברם, די אלע זאכן אינטערעסירן נישט, איך זאג דיר קלאר, ער גייט נאר ווייל דער אויבערשטער האט אים געהייסן גיין, נישט צוליב די זייטיגע סיבות" (אלשיך-וילך אברם כאשר צוה ה')

אברם איז אנגעקומען אין לאנד כנען מיט א הארץ פול מיט שמחה, אבער די טאשן זענען אים געווען ליידיג, איבערלאזנדיג זיין טאטנ'ס רייכע שטוב איז ער געבליבן ממש אן קיין פרוטה, זייענדיג אין חרן האבן מענטשן וואס האבן אים מחשיב געווען געברענגט געלט פון צייט צו צייט, יעצט אבער ארומפארענדיג אויפן וועג האט אים קיינער נישט געקענט און ער האט זייער שווער פארדינט א שטיקל ברויט, אויך איז אברם געווען באזארגט אז דער ארומוואנדערן וועט נישט צוהעלפן צו זיין פראבלעם וואס דריקט אים אזוי שטארק, אז ער האט נישט קיין קינדער.

אברם איז ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט, ער איז נישט געבליבן צו לאנג אויף איין פלאץ היות דער אויבערשטער האט אים נאכנישט געזאגט אז ער איז אנגעקומען צום באשטימטן פלאץ וואו ער האט אים געשיקט, ביז איין טאג האט זיך דער אויבערשטער ענדליך אנטפלעקט פאר אברם, ביז יעצט האט אברם זוכה געווען אז דער אויבערשטער האט זיך אנטפלעקט צו אים נאר אין א חלום, אדער האט ער געשפירט מיט רוח הקודש וואס דער אויבערשטער וויל, אבער יעצט אריינקומענדיג אין ארץ כנען האט ער צום ערשטן מאל זוכה געווען אז דער אויבערשטער האט זיך ''באוויזן'' צו אים אינמיטן טאג, און גערעדט צו אים קלארע ווערטער. (רמב"ן)

"אברם מיין קינד" האט אים דער אויבערשטער געזאגט, "דער לאנד אין וואס דו וואוינסט יעצט וועל איך גיבן פאר דיינע קינדער".

אברם איז געווארן מורא'דיג בשמחה, קודם אויף די בשורה אז ער וועט האבן קינדער, און צווייטנס אז זיינע קינדער וועלן זוכה זיין צו באקומען דעם הייליגן לאנד ארץ ישראל, אבער זיין גרעסטע שמחה איז געווען אז ער האט זוכה געווען אז דער גרויסער הייליגער באשעפער בכבודו ובעצמו האט זיך לעבעדיג באוויזן צו אים, לכבוד די גרויסע שמחה האט אברם געבויעט א מזבח און מקריב געווען קרבנות צום באשעפער.

נאכדעם וואס אברם האט שוין געוואוסט אז כנען איז טאקע דער פלאץ וואס דער אויבערשטער וויל ער זאל זיך באזעצן האט ער געזוכט א גוטן פלאץ וואו אויפצושטעלן זיין נייע ישיבה, ביי אן אסיפה מיט מיט דעם ראש ישיבה (דולה ומשקה) אליעזר, און די אנדערע משגיחים האט מען באשלאסן אז די בעסטע פלאץ וועט זיין צווישן די צוויי הויפט שטעט בית אל און עי, היות צווישן די צוויי גרויסע שטעט האט זיך געטון א גרויסע פארקער פון מענטשן וועט דאס זיין די בעסטע פלאץ וואו מענטשן וועלן דורכגיין און מ'וועט זיי קענען לערנען די הייליגע אמונה אין באשעפער.

די קנעכט, די גרים, און די בעלי תשובה האבן זיך גלייך גענומען צו די ארבעט אויפצושטעלן די געצעלטן, אבער דא איז אונטערגעקומען א מורא'דיגער פראבלעם, ס'איז געווארן א הונגער! ס'איז נישט געווען צו באקומען קיין עסן! היות ס'האט נישט גערעגנט די לעצטע צייט איז נישט געוואקסן קיין תבואה, און אז ס'וואקסט נישט איז נישטא קיין עסן, אברם האט נישט געוואוסט וואס צו טון, קוים איז ער אנגעקומען קיין ארץ כנען אויפן באפעל פון השי"ת און שוין דארף ער ווייטער וואנדערן, פאר זיך וואלט שוין אברם זיך אויסגעקומען מיט א טרוקן שטיקל ברויט, אבער אברם וואס האט אזוי ליב געהאט די גרויסע מצוה פון הכנסת אורחים (ווי מיר וועלן דערציילן די קומענדיגע פרשה) האט מורא געהאט אז אין אזא הונגער וועט ער נישט קענען געבן צו עסן פאר די הונגעריגע דורכגייער, (כסף נבחר) האט ער מחליט געווען צו גיין אויף מצרים, דארט האט ער געהערט איז יא דא עסן צו באקומען.

בלית ברירה האט מען ווידער צוזאמגענומען די געצעלטן און מ'האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אויפן וועג, לוט, אברמ'ס שוואגער און פלימעניק וואס האט זיך די גאנצע צייט נאכגעשלעפט מיט אברם איז שוין געווען זייער איבערגעשטרענגט פון די אלע נסיעות און ער האט נישט געקענט זיך איינהאלטן, "פעטער אברם, זיי מיר מסביר וואס דא קומט פאר, וואס וויל דיין באשעפער פון דיר, אויב שיקט ער דיר קיין ארץ כנען ווייל ער וויל דו זאלסט דארט וואוינען, און דו זאגסט דאך אז ער פירט ''אלעס'' אויף די וועלט, אריינגערעכנט ווען ס'זאל גיין רעגן און ווען ס'זאל וואקסן, פארוואס ברענגט ער א הונגער תיכף ווען דו קומסט אן, און דער הונגער ברענגט ער נישט אין די גאנצע וועלט נאר אין ארץ כנען, אזוי אז דו זאלסט גלייך דארפן וואנדערן ווייטער? וואס וויל ער פון דיר?"

אברם האט זיך אביסל צובייזערט אויף לוט, "אויפן אויבערשטן פרעגט מען נישט קיין קשיות, מיר פשוטע מענטשן זענען נישט משיג זיינע הייליגע וועגן וויאזוי ער פירט זיין וועלט, מיר דארפן זיך נאר פירן וויאזוי ער הייסט אונז און נישט פרעגן קיין קשיות."

אברם איז שוין געווען אינגאנצן אויסגעזעקלט, ער האט שוין נישט פארמאגט מער ווי איינציגע פרוטות, דעריבער איז ער אויפן וועגן איינגעשטאנען אין די ביליגסטע האטעלן, און אויך דארט האט ער נישט געהאט צו באצאלן נאר ער האט געמוזט אויפשרייבן דעם חוב, "איך גלויב אז אויפן וועג צוריק וועל איך אי"ה האבן צו באצאלן" האט ער איבעראל געזאגט.

שוין זייענדיג נעבן דעם גרעניץ פון מצרים האבן אברם און שרי שפאצירט אין די זייט פון א טייכל, "הער זיך צו שרי מיין רביצין" האט אברם געזאגט, "מיר קומען יעצט אן צום לאנד מצרים, דארט וואוינען די אייניקלעך פון חם, שווארצע מענטשן, און ווי איך זעה דא זיך אפשפיגלען אין טייכל ביזטו גאר א שיינע אפילו צווישן ווייסע מענטשן, זיכער צווישן די שחורים דארט, און ווי איך הער זענען זיי זייער זינדיגע מענטשן, זיי וועלן דיר וועלן פארכאפן, און אויב זיי וועלן הערן אז איך בין דיין מאן וועלן זיי זיך מאכן א חשבון פארוואס עובר זיין יעדן טאג אויפן איסור פון אן אשת איש, ענדערש איינמאל עובר זיין אויף רציחה מיר צו דער'הרג'נען, זיי וועלן נאך מאכן עפעס א בלבול אויף מיר צו האבן א תירוץ פארן מארד (רמב"ן). און דערנאך וועלן זיי דיר קענען האבן בהיתר, דעריבער האב איך א פלאן."

"זיכער וועל איך טון וואס דו פארלאנגסט מיין הייליגער מאן" האט שרי געענטפערט.

"טאקע דאס וויל איך בעטן פון דיר, רוף מיר נישט מיין מאן, נאר פון שוין יעצט אויפן וועג און ווייטער רוף מיר ברודער, זאלן זיי מיינען אז איך בין דיין ברודער אזוי וועלן זיי מיר לאזן לעבן"

אויך פאר לוט און די אנדערע מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען האט אברם אנגעזאגט אז מ'זאל רופן שרי די שוועסטער פון אברם, לוט האט זיך ווידער נישט געקענט איינהאלטן, "זאג מיר פעטער" האט ער געפרעגט, "פארוואס הייסטו שרי זי זאל זאגן אז דו ביזט איר ברודער, פארוואס קענסטו נישט זאגן אז זי איז דיין שוועסטער?"

"איך וועל דיר מסביר זיין" זאגט אברם, "ערשטנס היות די מצרים פירן זיך צו גיבן מתנות און געלט פאר דעם ברודער פון די שיינע פרוי וואס זיי כאפן צו, דעריבער אויב איך וועל זיין דער וואס זאגט אז איך בין א ברודער וועלן זיי מיינען אז איך וויל נאר נעמען די געלט און די גאנצע מעשה איז נישט אמת, צווייטנס היות איך בין נישט געוואוינט צו זאגן קיין ליגנט האב איך מורא אז איך וועל שטאלפערן און זיי וועלן גלייך באמערקן אז איך באהאלט עפעס" (אוה"ח).

אנקומענדיג שוין ממש פארן גרעניץ האט אברם געזאגט, "אפשר קען מען פארשפארן דעם גאנצן עגמת נפש, קום שרי, לייג זיך אריין אין דעם קאסטן, און לאמיר האפן אז אזוי וועט מען דיר קענען אריבערשווערצן אן דעם וואס מ'זאל דיר באמערקן."

ס'האט אבער גארנישט געהאלפן, די שטרענגע גרעניץ וועכטער האבן נישט געוואלט וויסן פון גארנישט, "שוין עפענען דעם קאסטן!" האבן זיי שטרענג געזאגט, וויפיל אברם האט זיך געבעטן ביי זיי, "איך צאל אייך וויפיל טעקס איר ווילט נאר לאזט דעם קאסטן פארמאכט" האבן זיי נישט געוואלט הערן דערפון, ווי מער אברם האט זיך געבעטן האבן זיי מער חושד געווען אז עפעס פארדעכטיגט קומט דא פאר, איינס צוויי האבן זיי אויפגעבראכן דעם קאסטן, אוי זענען זיי געווען ערשטוינט מיט וואס זיי האבן געטראפן דארט.

גלייך זענען געקומען צו לויפן די העכערע אפיצירן ביים גרעניץ, און זיי האבן גלייך אפגע'פסק'נט מ'דארף שיקן א שליח צום קעניג מעלדן אז ס'איז אנגעקומען א הערליך שיינע פרוי מיט איר ברודער קיין מצרים, מ'האט געהייסן אברם מיט זיין גאנצע גרופע ווארטן אין די זייט ביז דער קעניג וועט ענטפערן וואס צו טון.

ווען דער זינדיגער פרעה האט געהערט אז שרי איז ביים גרעניץ האט ער געגעבן א באפעל מ'זאל איר גלייך ברענגען צו אים אין פאלאץ, מיט גרויס כבוד האט מען אריינגעברענגט אברם און שרי צו פרעה, "וואס האט איר מיט די פרוי?" האט פרעה געפרעגט פון אברם, "זי איז מיין שוועסטער, זי האט א מאן וואס איז אוועקגעפארן אין א ווייטע שטאט, דעריבער באגלייט זי מיר יעצט" האט אברם געענטפערט, "הער זיך צו אברם," האט פרעה געזאגט, "געווענטליך ווען ס'קומט אן א יפת תואר קיין מצרים ברענגט מען איר צום קעניג, און אויב זי געפעלט מיר נעם איך איר אלס א פילגש, אבער אזא שיינקייט וואס דיין שוועסטער שרי האט האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן, איך וויל איר מאכן די מלכה אין מצרים, איך וויל זי זאל ווערן די קעניגן, לכבוד די שמחה פון ווערן דעם קעניג'ס שוואגער האב איך שוין געגעבן א באפעל פאר מען פינאנץ מיניסטער ער זאל דיר אנלאדענען מיט גאלד און זילבער, קנעכט און דינסטן, שאף און רינדער, און אלעס גוטס."

אברם איז טאקע אנגעקומען צום פאלאץ מיט ליידיגע הענט, אבער ארויס פון דארט איז ער פול אנגעלאדענט מיט אלעס גוטס, ער האט זיך באזעצט אין א הערליכן פאלאץ נעבן דעם קעניג, און ער האט געווארט אויף די ישועה פון השי"ת, ער האט געבעטן פון טיפן הארצן דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער טמא'נער פרעה זאל נישט האבן קיין שליטא אויף די הייליגע שרי, און אין הימל האט מען אנגענומען זיינע תפילות, ס'איז געווען די ערשטע נאכט פסח, אברם האט געוואוסט אז דאס איז א נאכט וואס דער אויבערשטער וועט טון ניסים פאר זיינע קינדער, איז ער געווען זיכער אז אויך אים וועט דער רבש"ע נישט פארגעסן יעצט.

לוט איז אויך נישט געבליבן אונטערשטעליג, ער האט דערציילט אז שרי איז אויך זיין שוועסטער, און ער האט אויך באקומען א גרויס פארמעגן פונעם קעניגליכן אוצר.

ביינאכט האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע שמחה אין פאלאץ פון קעניג, נאך די גרויסע סעודה וואס פרעה האט געמאכט לכבוד שרי זענען די קולות פון געזאנג פארטוישט געווארן מיט קולות פון יסורים, ווען פרעה האט אריינגערופן שרי צו זיין פריוואטן צימער האט זי אים געזאגט דעם גאנצן אמת, "אדוני המלך, וויסן זאלסטו אז דער אברם איז מיין מאן, איך בין שוין א פארהייראטע פרוי, און איך וויל צוריקגיין צו מיין מאן," פרעה האט איר נישט געוואלט גלייבן, האט שרי געגעבן א זאג פארן מלאך "שלאג" און א מכה פון קרעץ האט זיך אראפגעלאזט אויפן קעניגליכן פאלאץ, אלע קנעכט, שרים, און אלע מענטשן וואס האבן זיך געפינען אין פאלאץ זענען געווארן קרעציג.

פרעה לויפט ארויס פון שטוב צו כאפן אביסל פרישע לופט, אפשר אזוי וועלן זיינע יסורים גרינגער ווערן, ער לויפט דורך זיין גרויסן אויפנאם זאל, אוי וואס גייט דארט פאר, אלע שיינע הערליכע ווענט זענען בלוטיג, אלע שיינע רייכע פירהענג זענען פארפוילט, זיין הערליכער שטיל איז פארשימלט, ער לויפט ווייטער דורך דעם עס זאל, אוי וואס דארט טוט זיך, אלע כלים, אלע טעלערס, גלעזער, עסצייג, אלעס איז קרעציג, וואס גייט דא פאר, אלע באדינערס זענען אויך קרעציג.

שרי איז געבליבן אליינס אין שטוב, זי האט געוויינט אין זיך געבעטן צום באשעפער, "העלף מיר דער רשע זאל נישט קענען געוועלטיגן אויף מיר, דו ווייסט דאך באשעפער אז איך בין נאר אנגעקומען דא ווייל איך האב געפאלגט מיין מאן וואס האט נאר געוואלט טון דיין באפעל, דעריבער האב איך פארלאזט חרן, געגאנגען קיין כנען און יעצט געקומען קיין מצרים, אלעס נאר צו טון דיין ווילן, יעצט העלף מיר און ראטעווע מיר ארויס פון דעם רשע'ס הענט." דער מלאך גבריאל האט זיך באוויזן צו שרי, און ער האט איר געזאגט, "האב נישט קיין מורא, איך בין דא מיט דיר און איך גיב אכט אז קיין שלעכטס זאל דיר נישט פאסירן, ווילאנג דו וועסט מיר זאגן איך זאל שלאגן, וועל איך פייניגן דעם פרעה."

פרעה האט פאררופן אן עמערדשענסי אסיפה מיט זיינע הויפט גענעראלן, מ'מוז אויסגעפינען וואס דא גייט פאר, אפשר האט איינער גאר פאר'סמ'ט די עסנווארג, דאן פארוואס זענען אויך די ווענט קראנק געווארן? אלע חכמים ברעכן זיך קאפ וואס דא גייט פאר, איינער פון די חכמים האט זיך אנגערופן "אפשר רופט אריין די נייע מלכה, זי קוקט אויס צו זיין גאר א קלוגע, אפשר וועט זי וויסן וואס דא גייט פאר"

פרעה איז איר גלייך געגאנגען רופן, "שרי טייערע, איך בעט דיר, קום מיט מיר און העלף מיינע חכמים אויסגעפינען פון וואו די מחלה האט זיך דא אריינגעכאפט אין פאלאץ"

"דיינע אויגן זענען שוין אויך בלינד?" האט שרי געפרעגט, "דו זעסט נישט אז נאר איך בין נישט קרעציג, דו פארשטייסט נישט אז דאס איז א שטראף פונעם גרויסן באשעפער ווייל דו האסט מיר געוואלט נעמען פאר א ווייב אפילו איך האב דיר געזאגט אז איך האב שוין חתונה געהאט!"

פרעה האט שוין נישט געהאט קיין כח צו די יסורים, ער האט טאקע איינגעזעהן אז אלעס קומט טאקע נאר וועגן שרי, ס'האט זיך דאך אנגעהויבן גלייך ווען שרי האט אים געזאגט אז אברם איז איר מאן און ער האט איר נישט געוואלט גלייבן, ער האט דאך געהערט ווי שרי זאגט "שלאג" קוקט טאקע אויס ווי זי איז גערעכט, תיכף ומיד האט ער געשיקט שלוחים צו רופן אברם, שרי האט זיך בארוהיגט, זי האט געזאגט פאר גבריאל אז ער דארף שוין נישט פייניגן פרעה, און די קרעץ איז אוועקגעגאנגען.

ווען אברם איז אריינגעקומען אין פאלאץ האט ער נישט געטראפן דעם פרייליכן שטאלצן פרעה וואס ער האט נעכטן געזען, נאר א נערוועזן צובראכענעם פרעה, "הער זיך צו אברם, נעם דיין פרוי, און גיי שוין ארויס פון מצרים, דא איז זייער א פארדארבן פלאץ און איך קען נישט נעמען קיין אחריות וואס עס וועט פאסירן מיט דיר, איך וועל דיר צוגעבן נאך גאלד און זילבער, נאך שאף און רינדער דו זאלסט מיר מוחל זיין און דו זאלסט האבן וואס צו עסן אין כנען, איך וועל הייסן מיין מיליטער דיר באגלייטן ביזן גרעניץ אז קיין שלעכטס זאל דיר נישט פאסירן, איך וועל אפילו אליינס מיטגיין מיט די שיירה אייך באגלייטן כדי מ'זאל אייך ארויספירן פון לאנד מיט גרויס כבוד, אבער לאמיר שוין גיין."

פרעה האט אריינגערופן זיין טאכטער הגר, און ער האט איר געזאגט, "הער זיך צו טאכטער מיינע, נאכדעם וואס איך האב צוגעזעהן די הייליגקייט פון אברם און שרי, און ווי דער גרויסער באשעפער זייערער איז אזוי נאנט צו זיי, ער העלפט זיי אזוי שנעל, האב איך באשלאסן אז ס'איז סאך בעסער פאר דיר צו זיין א דינסט ביי שרי אין שטוב ווי צו זיין א פרינצעסן אין מיין פאלאץ, דעריבער שענק איך דיר א מתנה פאר שרי, גיי מיט איר מיט קיין ארץ כנען."

ביים גרעניץ האט פרעה זיך פריינטליך געזעגנט מיט אברם, און אברם האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק צו זיין פריערדיגן געצעלט.

לוט איז געווען זייער פרייליך מיט די גאנצע מעשה, ענדליך איז ער געווארן א גביר... ער האט אבער נישט פארשטאנען די גאנצע מעשה, "זאג מיר פעטער, אזעלכע טיפשים זענען זיי די מצריים? דעם גאנצען פארמעגן האבן זיי דאך אונז געגעבן ווייל שרי גייט ווערן זייער מלכה, האבן זיי געדארפט קומען דערנאך מיט א טענה אז מיר האבן זיי אויסגעפאפט, און צוריקנעמען די אלע מתנות, אנשטאט האבן זיי נאך צוגעגעבן נאך און נאך מתנות? ווי קענען מענטשן זיין אזעלכע נארנים?

"הער זיך איין לוט" האט אים אברם געענטפערט, "ס'האט גארנישט מיט די חכמה אדער טיפשות פון די מצריים, דער בורא כל עולמים האט פשוט געוואלט מיר זאלן האבן די געלט, האט ער געמאכט א נס אז אנשטאט צונעמען די ערשטע מתנות זאלן זיי גאר געבן נאך" (רמב"ן)

לויט איז דאך שוין יעצט געווען אן עושר, האט ער געמיטשעט דעם פעטער אברם אז מ'זאל אויפן וועג איינשטיין אין די שיינע טייערע האטעלן, אבער אברם האט נישט מסכים געווען, "קודם כל, דארפן מיר באצאלן וואס מיר זענען שולדיג געבליבן, צווייטנס טאר מען נישט וויי טון קיין מענטשן, איך קען נישט גורם זיין קיין צער פאר די בעלי בתים אז זיי זאלן טראכטן ווען ער איז געווען ארים און ער האט געדארפט אויפשרייבן איז ער געקומען צו מיר, יעצט ווען ער איז אן עושר און ער באצאלט קעש גייט ער צו א צווייטן... דעריבער גייען מיר נאר איינשטיין ביי די זעלבע אכסניות."

דער וועג צוריק האט גענומען סאך לענגער ווי דער וועג אהין, ווייל מ'האט זיך געדארפט שלעפן צושטייט מיט די אלע שאף און רינדער, ענדליך נאך דריי חדשים איז אברם אנגעקומען צוריק צו זיין געצעלט צווישן בית אל און עי, מ'האלט צוריק אויפגעשטעלט די ישיבה, אברם האט געהאלטן א פייערדיגע פתיחה, און דער עולם האט זיך פריש געזעצט לערנען הלכות אמונה בהשי"ת...

לאזט מיר הערן נאך שבת צו די קינדער האבן הנאה געהאט...
א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 10:28 am

יישר כח גראדער

אוי גיי מיר האבן א עונג שבת
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 10:36 am

פיין
יעצט קען מען גיין עסן פרישטאג
א ריזן ריזן שכויעך ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 10:47 am

אין חדר מאנטיג 4:30 די רבי פארציילט די מעשה פון די פרשה פאר די זיסע קינדערלך מיט מדרשים, און אינמיטן האקט אריין משהלע, יא מיין טאטע האט מיר פארציילט אז לוט האט אזוי געזאגט צו אברם, רופט זיך אן שלמהלע יא יא מיין טאטע אויך און נאכמער... און ישראליקל און ברוךל רופן אויס מיט עקסטאז יא יא מיין טאטע אויך..... יא פון ווי זענען די אלע טאטעס אזוי באוויסנד געוארן?

וואס זאגט מען פאר די קינדער פון ווי בין איך אזוי רייך געווארן מיט ידיעות איבערנאכט, פון א אידישע וועלט ערגעצוואו?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 11:31 am

א גוטן ר' גראדער,
וואס זאל איך דיר זאגן? דו איבערראשסט מיר יעדן מאל באזונדער!
א הארציגן ישר כח פון טיפן הארץ.

נ.ב. איך האב דאס געגעבן פאר א מלמד צו ליינען, און זיין פנים האט אויפגעלאכטן! ער זאגט אז עס איז נאר א שאד אז ער האט דאס נישט געהאט אנפאנג וואך, ווען ער האט דערציילט די סדרה. אבער נישט געזארגט, ער לייגט דאס אוועק פאר די קומענדיגע יארן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 11:57 am

דער חשוב'ער שרייבער האט מיר אריינגעשיקט דעם פייל אלס פי די עף, מען זאל דאס קענען ארויספרינטן פאר די קינדערלעך שיחיו
צוגעלייגטע
מדרש לך.pdf
(167.14 KiB) דאונלאודעד 253 מאל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 12:46 pm

יישר כח!

יישר כח!

---
איינס פאר הרב גראדער פארן מהנה זיין מיך מיט מיינע קינדער.

איינס פאר מיר. (ווי זאגט גראדער, אז מען וועט זאגן שקויעך, וועט ווייטער גיין א רויעך.) נו, מיין איך דאך מיר אליין... נו יישר כח גראדער, זייט מוחל און זייט ממשיך!

---

נאך איין ברכת יישר כח! פארן אהערשטעלן א פידיעף צו קענען לייכט ארויספרינטן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 12:58 pm

גראדער, יו אר עמעיזינג, א גרויסן יישר כח, גיי אן. (אדער מיט.)

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:11 pm

קרעמער האט געשריבן:דער חשוב'ער שרייבער האט מיר אריינגעשיקט דעם פייל אלס פי די עף, מען זאל דאס קענען ארויספרינטן פאר די קינדערלעך שיחיו


א הארציגן ישר כח, אין מלים

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 2:15 pm

קרעמער האט געשריבן:דער חשוב'ער שרייבער האט מיר אריינגעשיקט דעם פייל אלס פי די עף, מען זאל דאס קענען ארויספרינטן פאר די קינדערלעך שיחיו


א דאפעלטן יישר כח די וואך, קודם כל פאר די פרישע סחורה, און צווייטנס פאר'ן שפּאָרן די צייט פון קאפיען און פעיסטן און מסדר זיין אויף ווארד.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט