בלאט 1 פון 1

מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער* "דער געפערליכער"

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 3:54 pm
דורך גולש
מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער*

*די נאמען איז פאר איי די פוירפעסעס אנלי



פון דעם אבא זעקיל רעדסטו?...יא! טאקע פון אים רעדט איך!!!, אמין שייגאץ דאס!...

צו מיין שלעכט מזל האב איך די אנפארטשענעד פלעזשור אז דער אבא זעקעלע האט געדינגען א זיץ אין ס'מעדריש הארט נעבן מיינס- שוין פאר עטליכע יאר צירוק. און ווי עס שיינט האט דער חלקה נושא חן געווען ביי זיינע פליישיגע אויגן און כשב אל קיאו קימט ער צירוק יאר יערליך, צו מיין שרעקליכע אויפברויז און אמעריסטעקעראפאטיע.

פאר די וואס האבן -דאנקט ג-ט - זיך נאכנישט באקענט מיט זעקעלע, לאמיך געבן א קורצע דעסקריפציע: רינדעכיג ווי א גארביזש בעג, שטינקעדיג ווי א גארביזש בעג און אנגעלייגט ווי א גארביזש בעג, דער כרס זיינע מיטן ברכיים זענען ווארלד רעקארד סייזעס - ממש ס'הענגט, פיל וואסער האבן שוין אריבערגעשפרייזט דעם מיסיסיפי זינט א שאוער האט אים געזעהט ס'לעצט.

דאס אלעס וואלט מיר נאכנישט אנגעגאנגען, איך האב גארנישט קעגן רינדיגע אידן, אידן וואס הארעווען שטארק און מסכת אכילה מיט אלע מפורשים, אידן וואס שטעלן דאקטער עטקין אויף די זעלבע שטיפע מיט מענגעלע ימ"ש. אדרבא! זאלן זיי מרבה זיין שטיקער צום כלל ישראל און זאלן זיי העלפן אנפילען מיין פארטייס ברענטשעס. און ווידער אום מיטן שאוער, די רבי (להבדיל) האט זיך דאך אויך אנגעבליך נישט געוואשען.

נאר וואדען, דער צרה הייבט זיך אן ווען א גרויסע פראצענט אבא זעקיל ענדיגט אויף מיין דערנעבענדע זיץ, און איך ווער געצווינגעען זיך צי באגניגען מיט א רבע אמה וטפחיים אראפציזעצן מיין זעקל ביינער נאך א אויסגעמאטערטע פארצויגענע (אבער ווארימע) אבינו מלכינו, אידאס יושר? כאב באצאלט פאר א גאנץ זיץ בכסף מלא און די געסט עס אזוי א לקח'ן אוועק, זה תורה וזה שכרה?

כעל דיר זאגן אפן אין פעש: איך בין נישט מותר קיין כי הוא זה!, די דאווענסט אין א ביהמ"ד גזולה, דאס איז מיין זיץ, מיין שטאט, מיין ארבטייל און מיין פלוין, ענד מיין אנלי.

פארוואס אבא'לע ווערסטו מיר דא קארג? ווען די פארסט מיט א ערעפלאן באשטעלסטו דיך אייביג צוויי זיצען, און לאו דוקא איינס לעבן ס'אנדערע- נאר איינס פארענט פינעם פליגער און איינס פון הונטען און אלע זיצען אינצווישען. פארוואס אין שול איז דיר איין זיץ געניג? הא?

רבותי! כמיין נישט דא קיינעם אבער ווער ס'מיינט אז אים מיינעך, נע! נישט אים מיינעך, אבא זעקיל פרעגט שטענדיג זיינע שכנים אין ביהמ"ד צי זיי האבן גיט אויסגעהערט דעם רבינ'ס תקיעת שופר דרשה. ווייל אים מיינט מען קיינמאל נישט.

איך וויל נישט מקטרג זיין אויף אידן יעצט סאמע עשרת ימי תשובה, אבער געניג איז נאך ווי גענוג, וויפיל אידע שיעור צי ליידן און שווייגן?
איין מאל פאר אלעמאל מיז איך שטעלן דעם שכן מיינע אויפן מקום, און דערציילן פאר אלעמען זיינע אלדאס בייזן און דיינעם לויב, וואס כאב אויסצישטיין יאר יערליך, ער פארוואנדעלט מיר דעם יום טוב און א בייזע קאשמאר

אויב איז נאכנישט די והותר אז ער קעמאנדעוועט אויף מיין זיץ האט ער נאך אריינגעשטעלט א פללאאך מיטן מיך בארויבען פון מיינע העמאנטורישע רעכטן, נעמליך: מיין קעסטל פארענט פון מיר.

אנגעהויבען האטזעכעס, ווען ער האט מיט עטליכע יאר צירוק פארלאנגט אריינצישטעלען זיינע דריי מחזורים ביימיר. איך נאאיווערהייט האב וויאנער מסכים געווען, אבער די קאנציקווענסען פון יענע הסכמה מיט אירע נאכווייען שפירען זיך ביזן היינטיגע טאג.

דער אומדערטרעגליכע שכן מיינער לאזט נישט קיין מנוחה, ער בורדערט ארום מיט די מחזורים א גאנצן דאווענען, ביי פסוקי דזימרה ווילער זיין גרויסע מחזור דברי יואל, ביי די יוצרות פארלאנגט ער זיין אפגעוועטשטע מחזור המפורש און ביים לייינען- זיין ווייבס לעדערנע קרבן מנחה, וחוזר חלילה. ער קאטעוועט ארום מיט די מחזורים ווי א סעלס-מען מיט זיינע סעמפעלס, ווי סוואלט קיין מארגן נישט געווען.

און אויב דאס וואלט איך נאך געקענט אראפ שלינגען, האט זיך מיין ליבלינג שכן לעצטענס געעפענט א פארטיגע בעיוטי סאלאן ביי מיר אין שטענדער, ער האט זיך איינגערישט מיט א גרעסערע קוואנטום פון אשר יצר פאפיר (וואס אגב מאכט די לאנגע וועג פון שטענדער צי זיין נאז און פון דארט צי זיין רעכטע טאש און פון דארט אינטער מיין זיץ אויף די ערד) עטליכע באטלעך מיט וואסער (וואס ער שפריצט נאך יעדע וכול מאמינים אויף זיין הענט און גלייכצייטיג אויף אלע ארימיגע) און אויך א גאנצע באראזש פון טאביק און בשמים קאלעקציע צי זיין דיספאזיציע. הישמע כזאת?

וויפיל קען איין מענטש אליין ליידן?מתי יבא??(בניגון הידועה של יאמי לעווי)

און אז כרעד שוין צידיר אבא זעקיל, די מיינסט איך האב נישט באמערקט ווי די ציילסט מיט דיין פינגער אויף דיין טלית די זיבן למנצח'ס, אזוי כיטרע אז קיינער קען נישט חלום'ן אז די ציילסט יעצט, אבער פארפאלען כאב געזעהן דאס גאנצע שפיל דיינע, שוין דריי יאר צירוק ביי ה' הוא אלוקים פון יום הקדוש האב איך עס אויפגעפאסט און זינט דאן פאלג איך דיך נאך פון דער נאנט און גאאטשע! געפאקט ביי די מעשה, (, כאפט א בליק אויף אייער שכן און אויף אייך ביים ציילן, סלוינט זיך, כ'רעדט פון עקספיריענס. מען וואלט געדארפט מאכן א אנקעטע וויאזוי דר'עולם ציילט, [וויאיז זיס ווען מברויך אים נויטיג])

נאך איין טענה צי דיר- אז כהאב שוין די שופר אין מויל, פאר מיין זיץ און קעסטל בינעך דיך גיט פאר א שכן, פאר מיין הוק אויפציהענגען דיין שטריימל בינעך דיר אויך גוט, אבער ווען סקימט צי התרת נדרים דארט ווער איך פסול, דארט דארפסטו גיין זיכן מענטשן מיט לענגערע בערד פון מיר, היפאקראטיע בתפארתו #16

איך ענדיג מיינע שירות מיט א געבעט אז הימים האלו נתהפכו לשששון ולשמחה במנוחה ושלוה, אמן כיה"ר



נ.ב. יעצט איז דער ציבור געלאדענט צי שרייבן אז זיי האבן גאר געשיקט דען אבא זעקיל צי זיצן נעבן מיר, אדער אז זיי גאר זענען דער אבא זעקיל

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 4:42 pm
דורך געלעגער
מתוק מדבש..
אויף יעדע ווארט דיינע קען מען צולייגן א בארג!
יו... דו זאגסט דאך אזוי גוט. שוין גארנישט קיין נייער דא דיינע אויסדריקן זענען תוך תוכיות מלא וגדוש.
לאכטי ופלאצטי בענעזאם.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 4:45 pm
דורך ווער בין איך?
אוי, נעבעך, וואס איז אויסגעוואקסן פון דעם אבא זעקיל'ן.. זאל ער מיר זיין געזונט און שטארק!
דאכצעמער ער איז שוין היינט אביסל אוועל, נישט אזוי רינדיכיג... נו, אפאר טאג נאך ראש השנה וועלן מיר נישט רעדן קיין לשון הרע וואס ער האט מיר אלס אנגעמאכט איז ישיבה, אייביג צוגענומען מיין פארשען און געלאפן אין קיך בעטן פאר א פערטע....

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 4:56 pm
דורך צייטליך
דאס איז א קרעטשמערישער ארטיקל פון יעדען הינזיכט!

רב גולש. מ'האמער שטארק הנאה געהאט דערפון. איך וויל זיך חלילה נישט פרייען מיט דיינע פראבלעמען, אבער אפשר זאגט איר אונז וואס נאך איר מאכט מיט סתם אזוי. ערשטענס אלץ דאגה בלב איש זאל מען מאכן אן ארטיקל והשנית והוא העיקר מיר וועלן גאנץ זיכער שטארק הנאה האבן דערפון.

געקריגן אין אימעיל...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 5:05 pm
דורך שטארק זיך
אשמח ועגי"ל, להשיב חבירי הדגול, כזקן ורגיל, ה"ה הרב הגולש פה גוגל.

הלא כל הולך על גחון, על שבתך מכון, מקרוב רחוק טוב שכן, אגיד האמת אכן.

דא עקא, שהזיץ שייך לי בחזקה, בתורת השקה, והדו"ד: סתם עיצו"ת להסקה.

בדבר ריח הניחוח, אין לשכוח, הרי למשוסה שאסיך, לא נותנים לי כניסה במרחצותיהם, שהבור רק אין מים, בהכנסי המה עולים מאליהם.

תנא ושייר, אשאיר חלק את יתר הנייר...

נאם הגבר, גנב הקבר (קייווערויבער), שבר על שבר, אבא זעקל, פרעס טרעקל, הני בריוני, יושב בשבת תחכמוני, בין תנור וכיריים, עולם ה'איים (איי-וועלט בלע"ז).
...........
גולש'ל, שוין לאנג נישט געלאכט אזוי... זי מיינט אז כ'בין משוגע...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 5:16 pm
דורך זושאלע
נו מיט אזא געשמאקן 'גולאש', אוודאי רייצט אבא'לען די אפעטיט צום אכילה, סאיז נאך איצטמיכא פתוחה...

נאטאך א ווארשיינליכן בילד פון אונזער 'גולש' (goulash)...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 6:14 pm
דורך קרעמער
נהנתי ופלצתי (ג"פ קהל וחזן)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 9:53 pm
דורך שוועמל
חזן: קראתי ונהניתי מאמרו של גולשי, פלוץ נפלצתי בקרחתי ובגבחתי.

א'ל מלך יושב..

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 10:35 pm
דורך אויפריכטיג
אוי איז דאס גוט.....
די זאפטיגע תגובות אין רעאקציע צו דעם ארטיקל זענען די בעסטע קאמפלימענטן פארן ארטיקל זעלבסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 5:24 pm
דורך אונגארישער
ר גולש יו אר סא סוויט , איי מיען ווערי ווערי סוויט

ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 12:01 pm
דורך גולש
אונגארישער האט געשריבן:
ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס

כל נדרי איז אדורעך גאר דערהויבען, ווי עס שיינט ליינט ניט אבא זעקיל דעם אייוולט זשורנאל ווייל קיין גרויסע שנוים האט זיך ניט אנגעזעהן, עטליכע מחזורים האבן ווייטער אויסגעטוישט הענט, און ציגאב צי די גאנציעריגע געשטאנק איז אויך ציגעקימען א שווערע-מאלעריע- מויל גערוך, און די טאביק... אה מיי גאד כאב נישט געוויסט אז טאביק קען אויך שמעקן פון טוט פעיסט.
קיין איינציגסטע פונט האט ער נישט פארלוירען, און ווי צי זיצן האב איך שווערליך געהאט, ספעציעל ווען זעקיל האט זיך ציגעלייגט אויף הויעכע באסעווע און סופרינע טענער צווישן יעדן הקליר שטיקל, און דאס ערגסטע ווען ער האט באשלאסן אראפצישיילן פון זיך זיינע אלטע פאנטאפל.
היינט וועלעך מערטסעשעם גיין צום געשעפט צי קויפן פאר זעקלען דעם ביך "שכנים פאר דאממיס" סאיז צום האפן אס דאס וועט עושה רושם זיין

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 1:33 pm
דורך קרעמער
גולש האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס

כל נדרי איז אדורעך גאר דערהויבען, ווי עס שיינט ליינט ניט אבא זעקיל דעם אייוולט זשורנאל ווייל קיין גרויסע שנוים האט זיך ניט אנגעזעהן, עטליכע מחזורים האבן ווייטער אויסגעטוישט הענט, און ציגאב צי די גאנציעריגע געשטאנק איז אויך ציגעקימען א שווערע-מאלעריע- מויל גערוך, און די טאביק... אה מיי גאד כאב נישט געוויסט אז טאביק קען אויך שמעקן פון טוט פעיסט.
קיין איינציגסטע פונט האט ער נישט פארלוירען, און ווי צי זיצן האב איך שווערליך געהאט, ספעציעל ווען זעקיל האט זיך ציגעלייגט אויף הויעכע באסעווע און סופרינע טענער צווישן יעדן הקליר שטיקל, און דאס ערגסטע ווען ער האט באשלאסן אראפצישיילן פון זיך זיינע אלטע פאנטאפל.
היינט וועלעך מערטסעשעם גיין צום געשעפט צי קויפן פאר זעקלען דעם ביך "שכנים פאר דאממיס" סאיז צום האפן אס דאס וועט עושה רושם זיין

שפעט נישט פונעם תענית גערוך, עס שטייט אין זוה"ק אז דער גערוך גייט ארויף לריח ניחוח אשה לה' ווי דער גערוך פון די קרבנות!!!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 4:31 pm
דורך זושאלע
פרעגענדיג א מקור צום 'באוואוסטן(?)' זוהר,
פארשטיי איך פשוט אז אונזער געשמאקער גולש'ל האט זיכער נישט געמיינט צו שפעטן ח"ו, נאר ארויסצוברענגן אז ס' פעלט נישט אויס יענעם 'מהנה' צו זיין מיטן ריח ניחוח, און וויסענדיג אז מען האט דעם גערוך אין באזיץ, מעג מען אויפפאסן פון בל תשקצו, זיכער יום הקדוש.
אפשר טאקע ווייסט אבעלע פון דעם זוה"ק..., ווער ווייסט וואספארא זוה"ק'ס אבעלע ווייסט אלס??...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 10:29 pm
דורך קרעמער
דא האסטו דעם זוה"ק (גענומען פון ראשית חכמה):

(6) ספר ראשית חכמה - שער התשובה - פרק רביעי
ובסוד התענית ביארו בזוהר (פרשת שמות דף ובסוד כ ע"ב) אמר שם בפסוק (שיר השירים ב) דודי לי ואני לו הרועה בשושנים, שהקדוש ברוך הוא מנהיג את עולמו בחסד ובדין, רמז השושנים שיש בהם אודם ולובן, וזה לשונו, מה השושן הזה אדום ולבן כך ריח הקרבן מאדום ולבן, שהוא בא וראה מריח הקטרת שהסמנים מהם לבנים מהם אדומים כגון הלבונה שהוא לבן מר דרור אדום והריח עולה מאדום ולבן, ועל כן מנהיג עולמו כשושנים שהוא אדום ולבן, דכתיב (יחזקאל מג, כד) להקריב לי חלב ודם. כנגד זה אדם מקריב חלבו ודמו ומתכפר לו זה אדום וזה לבן מה השושן שהוא אדום ולבן אין צומקין אותו לחזור כלו לבן אלא באש, כך הקרבן אין צומקין אותו לחזור כלו לבן אלא באש. עכשיו מי שיושב בתעניתו ומקריב חלבו ודמו אינו נצמק להיות כלו לבן אלא באש דאמר רבי יהודה מתוך תעניתו של אדם מחלישין אבריו וגובר עליו האש, ובאותה שעה צריך להקריב חלבו ודמו באותו האש והוא הנקרא מזבח כפרה. והיינו דאמר רבי אלעזר כד הוה יתיב הוה מצלי ואמר גלוי וידוע לפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שהקרבתי לפניך חלבי ודמי והרתחתי אותם בחמימות חולשת גופי יהי רצון מלפניך שיהיה הריח העולה מפי בשעה זו כריח העולה מהקרבן באש המזבח ותרצני. נמצא שאדם שהוא מקריב בתעניתו החלב והדם והאש והריח שעולה הוא מזבח כפרה ולפיכך תקנו התפלה במקום הקרבן ובלבד שיתכוין למה דאמרן, אמר רבי יצחק מכאן ולהלאה כתיב (במדבר לא, כג) כל דבר אשר יבא באש תעבירו באש וטהר, עד כאן לשונו. כו'. והמסתכל בדברי המאמר יראה בעין הדעת היות התענית ממש קרבן סוד אשה ריח ניחוח לה' שפירשו בזוהר שיר השירים:
----------
זוכנדיג דעם זוה"ק, האב איך געפונען אין שלה"ק אז די ריח פון פאסטן איז גאר ריח הקטורת:

(1) ספר השל"ה הקדוש - מסכת תענית - אור תורה סוד התענית והעבודה (א)
כתיב (בראשית ב, טז), מכל עץ הגן אכול תאכל ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל ממנו. ויש להקשות, למאי נפקא מינה אמר לו הקדוש ברוך הוא מכל עץ הגן אכול תאכל, וכי לא סגי דלאו הכי, לא היה לו רק להזהיר שלא יאכל מעץ הדעת. הענין, אילו לא חטא אדם אז היה מצות עשה שיאכל מכל, אם היה נשאר בכבודו והוא בסוד צלם ודמות שלמעלה כביכול, וכל מה שהיה אוכל היה כמו קרבן, והיה זה האוכל ריח ניחוח בקרבו, וקדוש יאמר לו, והיה מקויים בו בקרבך קדוש. אבל לאחר שחטא ונפגם וירד ממעלתו ונתרחק, אזי הוא צריך להקריב את עצמו, דהיינו בתעניות שמקריב חלבו ודמו. וכן אמרו המקובלים שאדם הראשון התענה כל ימיו, ורמז לדבר חיה תתק"ל כמנין תענית. ואף על פי שבדברי רז"ל (עירובין יח, ב) הוזכר שעשה תשובה ק"ל שנה, זהו התשובה החמורה שעשה שהזכירו זה היה ק"ל שנה, ולאחר ק"ל שנה פסק מהתשובה חמורה, אבל בתענית היה כל ימיו. ועל זה בא הרמז ת כון ת פלתי ק טורת ל פניך ראשי תיבות תתק"ל. ואמר קטורת כי ריח התענית הוא במקום ריח הקטורת.

דא זאגט דער שלה"ק אז עס איז עולה לריח ניחוח:

(2) ספר השל"ה הקדוש - מסכת תענית - אור תורה סוד התענית והעבודה (ה)
וסוד עיקר התעניות על כל זה הוא מזבח מוכן לכפר על חטאיו, כי במיעוט אכילה ושתיה מתמעט מחלבו ומקריב אותו המיעוט בתפלתו לפני אלהיו, והיה לפנות ערב בגבור עליו חולשת האברים אש שלהבת יסודתו תוקד בו לא תכבה לאכול ולהמעיט חלבו ודמו, והסוד ועניינים ידועים באדם ואוכלים חלבו ודמו וממעטין אותו, וכשם שעשן האש עולה מתוך הקרבן כך ריח האדם יוצא לחוץ ועולה הוא ריח ניחוח לה', כל זה ביום התענית.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 19, 2010 10:41 pm
דורך געלעגער
יש"כ קרעמער. קיינמאל געוואוסט דערפון,
א רייכע ידיעה איינגעהאנדלט היינט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 1:35 pm
דורך פינטעל
שבועות איז גארנישט בעסער געווען, איינער האט א עיצה,
אמת'דיג!