ולנו בושת הפנים - כאטש איין דריי מיטן פנים

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

ולנו בושת הפנים - כאטש איין דריי מיטן פנים

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 6:06 pm

ולנו בושת הפנים - כאטש איין דריי מיטן פנים

דער געריכט זאל איז פיל געפאקט מיט מענטשן מקצה אל הקצה א ריזיגע פאבליקום איז געקומען מיטהאלטן די אויסגאנג פונעם לאנג פארצויגענע קעיס וואס האט שוין עטליכע מאל געפירט צו די רעש'יגע קעפלעך פון די מידיע, עס רעדט זיך פון א קלאגע קעגן איינעם מר. קלאדין וואס די פראקורן קלאגן אים איבער א שרעקליכן מארד וואס אויסגעפירט געווארן ווען א יונגע מענטש איז אומגעברענגט געווארן אויף א א שרעקליכע אופן, די לעצטע האלב יאר זענען געברענגט געווארן פארן געריכט גאר אסאך קראנטע אינפארמאציע און היפש קלארע באווייזן אז קלאדין האט טאקע געהאט א האנט אין דעם מארד.

מר. קלאדין האט גוט פארשטאנען זיין מצב און דערפאר זייענדיג א פארמעגליכע מענטש האט ער געדינגען איינע פון די אויסגערופנסטע און טייערסטע אדוואקאטן אין לאנד מיטן נאמען מר. פייערבאול, פייערבאול האט פראבירט דאס מערסטע וואס איז מעגליך צו פארטיידיגן זיין קליענט, יעדע עדות וואס איז ערשינען אויפן סטענד איז געווארן אויסגעפרעגט מיט צומישטע פראגן דורך פייערבאול כדי צו שאפן ספיקות אין די שטארקייט פון זיין עדותשאפט, אזוי איז די לאנגע פראצעס פארצויגן געווארן צו לאנגע חדשים,

עס האלט שוין דא אז אלע באווייזן זענען שוין געברענגט געווארן צום ריכטער'ס טיש יעצט איז נאר ערווארטעט אז דער אדוואקאט פייערבאול זאל געבן זיין לעצטע רעדע צו פארטיידיגן זיין קליענט מר. קלאדין, אבער צום גרויס ווינדער פון אלע פארזאמלטע שטעלט זיך אויף פייערבאול און אנשטאט ער זאל געבן זיין ברייטע רעדע אויפצוקלערן די ריכטער אז קלאדין אין ריין פון יעדן אומשולד אדער כאטש פראבירן ממתיק צו זיין אז ער זאל נישט באשטראפט ווערן מיט אזא הארבן עונש האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אז ער האט נארוואס באקומען א ידיעה אז ס'קומט צו פארן איינער א עדות מיט קראנטע באווייזן וואס וועט קלאר צייגן דעם אומשולד פון קלאדין, נאר לויטן חשבון וואלט ער שוין געדארפט זיין דא אין געריכט זאל ווייזט אויס אז ער האט זיך פארשפעטיגט וועלן מיר מיטן רשות פונעם ריכטער ווארטן א וויילע ביז מיין עדות וועט ערשיינען,

א שטילע שפאנונג הערשט אינעם געריכט זאל, און ווען מ'הערט נאר עפעס קראץ ביי די טיר דרייען זיך אלע קעפ האסטיג אויס צום טיר זעהן צו דער עדות קומט, אזוי לויפן אדורך א שעה צוויי שעה דריי שעה, און דער שטימונג ווערט מער און מער אנגעצויגן און יעדע וויילע ווען מ'הערט נאר עפעס ריקט זיך אין די אונטערשטע טייל פונעם געריכט זאל דרייען זיך אלע קעפ אהין צו זעהן אויב דער לאנג ערווארטעטע עדות איז נישט פארצופאל אנגעקומען, ענדליך נאך 4 שעה ווארטן ווען אלעמענס געדולד האט שוין געפלאצט האט דער ריכטער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און אריין געגעבן א פארציע פאר פייערבאול, איך פארשטיי נישט די גאנצע שפיל דא, דו ביסט דאס דער אויסגערופענע לויער וואס שם'ט אין די גאנצע שטאט און אזוי מאכסטו משגוע דעם גאנצן סיסטעם?!!!

פייערבאול האט זיך נישט פארלוירן ווייזט אויס אז אויף דעם מאמענט האט ער געווארט, און ער הייבט אן מיט א דראמאטישע טאון, געערטע ריכטער איך האב פראבירט צו פארטיידיגן מיין קליענט במשך די גאנצע צייט פונעם פראצעס, איך האב פראבירט מיט אלע כוחות אפיר צו זיכן זיין אומשולד אבער צו זיין שלעכט מזל זענען אבער די באווייזן צו שטארק קעגן אים, דעריבער האב איך פראבירט צו גיין פון א אנדערע וועג איך האב געזאגט אז איך האב קלארע באווייז אז קלאדין איז נישט שולדיג און ס'דארף באלד אנקומען די באוויין, צו האט איר נישט געזעהן הויכגעשעצטע ריכטער ווי יעדע פאר מינוט האבן זיך אלע קעפ געדרייט צום טיר קוקנדיג פון ווי וועט קומען דער גוטע באווייז?, אויב וואלטן אלע מענטשן דא געהאלטן אז קלאדין איז 100 פראצענט שולדיג וואלט זיך קיינער נישט געדרייט צו די טיר מיט א נייגער ווארום אלע ווייסן דאך קליפ און קלאר אז קיין אנדערע מעשה איז נישטא און קלאדין איז דער רוצח ותו לא ס'איז נישט שייך צו זאגן פארקערט, דאס אז מענטשן זענען געזעסן דריי שעה און געווארט און געקוקט מיט אנגסט צו שאפן עפעס א אומשולד אויף קלאדין איז די גרעסטע ראי' אז דער גאנצער עולם דא איז מסופק אין זיין שולד און דער ציבור איז נישט 100 פראצענט זיכער אין זיין שיקזאל....

א הילכיגע קלאטשעריי האט אפגעקלינגען אין געריכט זאל פון גרויס התפעלות ווי אזא געניטע לויער ווי פייערבאול האט באוויזן צו נעמען דעם גאנצן געריכט זאל און באהערשן איבער זייער מח מטיל צו זיין א ספק אין די שטארקע קלאגע קעגן קלאדין, דער ריכטער זעלבסט איז אויך געוועהן אין א שאק אבער גלייך האט ער געזאגט אז ביז 15 מינוט קומט ער ארויס מיט זיין ענגילטיגן פסק,

דער קלאפ מיטן האמער האט אלעמען שטיל געמאכט און יעדנס אויער איז אנגעשפיצט נישט צו פארפאסן א ווארט פונעם ריכטער וואס וועט אורטיילן דעם לאנג ערווארטע פסק, צו יעדנס ווינדער האט דער ריכטער מיט קורצע שארפע ווערטער ערקלערט אז ער באשולדיגט מר. קלאדין אין ערשטע קלאסיגע מארד און זיין שטראף וועט זיין לעבנלענגליכע טורמע אונטער גאר שווערע אומשטענדן...,
די שאק איז נאך געוועהן אין די לופטן אבער דער ריכטער האט ווייטער ממשיך געוועהן, כאטש מר. פייערבאול דער אדוואקאט האט געמאכט א גוטן ארבעט מיטן אריין ברענגען א ספק אין אלעמען מיט זיין העכסט געלונגענעם שפיל וויל איך אבער עפעס מגלה זיין, במשך די גאנצע צייט פון זיין שפיל די פאר שעה וואס מ'האט כלומרשט געווארט אויף זיין נישט געברענגטע עדות ווען אלעמענס אויגן זענען כסדר געוועהן געוואנדן צום טיר, האב איך גוט באטראכט אלע פארזאמלטע און איך האב באמערקט אז אין הכי נמי יעדער האט זיך געדרייט צו די טיר האפנדיג אז עפעס א אומשולד וועט אונטער קומען, אבער מר. קלאדין אליין איז געזעסן פארשטייפט די גאנצע צייט און במשך די גאנצע 3 – 4 האט ער זיך קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו די טיר, וואס דאס ווייזט קלאר אן אז ער אליין ווייסט אז זיין שולד איז אמת ווייל אויב וואלט ער געהאלטן אז ער איז אומשולדיג וואלט ער אויך מיטגעשלעפט מיטן נייגער צו זעהן אפשר דאך וועט אפיר קומען זיין אומשולד פון ערגעץ, אויב אזוי איז ביי מיר קלאר זיין שולד,
פאליציי! טראגטס אים תפיסה אריין!!!!!

דער נמשל פארשטייען אלע, ראש השנה ווען כל באי עולם יעברון כבני מרון, ס'קומט פאר א גרויסע געריכט אין הימל מ'איז דן יעדעס איד אויף זיינע מעשים, אלעס ווערט אפגעמאסטן און אפגעוואויגן אינעם כף מאזנים, זיצן די קטיגורים מיט די סניגורים מלאכים ושרפים ופמליא של מעלה אבער דער קיטרוג איז נעבאך זייער גרויס, מ'ברענגט נעבאך ארויף פעק און זעק פון אידישע חטאים וואס איז געטון געווארן דעם פארלאפענע יאר, רופט זיך אן א סניגור אז ער האט א גוטע לימוד זכות וואס וועט זיכער איבערדרייען אלע מקטריגים לטובה, נו אלע מלאכים שרפים ווארטן שוין אויף דעם גוטן מליץ יושר, יעדע וויילע קוקן אלע מיט גרויסע אויגן אה ווען ברענגט מען שוין די גוטע מליצה ישרה אויף כלל ישראל,

דא אליין האט דער סניגור א פתחון פה קעגן אלע מטריגים, איר זעהט דאך קלאר אז אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צו דעם מליץ טוב, אזי דאך א קלארע ראי' אז איר גלייבט אז ס'איז ערגעץ דא און ס'איז זיכער פארהאן מליצות טובות פאר אידישע קינדער, אויב אזוי ווי קען מען אזוי זיכער פארשרייבן חלילה א שלעכטע גזירה אויף אידן,

זייער פיין, אבער דאס איז נאר ווען דער בעל דין אליין דרייט זיך אויך דעם קאפ במשך די גאנצע געריכט, עכ"פ כאטש איינמאל דרייט ער דעם קאפ לתשובה, דעמאטץ קען מען אנצייגן אז דער בעל דין אליין האלט אויך אז ער איז אומשולדיג, אבער אויב די גאנצע צייט איז ער פארשטייפט ער דרייט נישט אויס דעם פנים לד'.... אוי געוואלד לך ד' הצדקה ולנו בושם הפנים מה נאמר ומה נדבר,

אזוי ווי עס ווערט דערציילט אז דער הייליגע קדושת לוי האט געזאגט סליחות האט זיך אריין געפאקט דעם קאפ אין שטענדער ביי ולנו בושת הפנים און געבליבן אזוי פאר צוויי שעה און נישט ארויס גענומען דעם קאפ מחמת בושה צו כביכול, אוי מה נענה אנן אבתרי' לאמיר כאטש האבן די איין מינוט'קעלע בושה צום באשעפער ולנו בושת הפנים נאר פאר איין רגע, וועט שוין עטוואס בעסער זיין....

gagongan
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

תגובהדורך gagongan » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 6:54 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 6:55 pm

געוואלדאוונע.

נישט נאר א שאץ, נישט נאר א מאץ, נאר א מגיד מישרים אויך!

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:15 pm

its like i was hit with a fireball

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:25 pm

נישט נארמאל.
האסט מיך געפראקעט מיט אזא קראפט!

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:33 pm

אוי, זאגסט דאך אזוי גוט!!

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:34 pm

הערליש שיין

נאר דער מדרש איז נאכנישט אינגאנצון פארענטפערט ווייל בושת טייטשט דאך נישט 'דריי'
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:35 pm

מתוק
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:37 pm

הערליך, יישר כח האסט מיך מחיה געווען

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 6:04 pm

חכם, דער לויער האט דאך אים געזאגט אז ער גייט מאכן דעם שפיל
נאר אין משיבין על הדרוש
***

וויצן אין א זייט געלייגט

שאץ, דו ביסט מעיזדשאר
נאדיר איינס ;l;p-
נאך איינס?
אקעי נאך איינס ;l;p-
איך געב דיר אפילו א דריטע פארדינסט עס ערליך ;l;p-
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 6:23 pm

רב שאץ. נאך אזא ארטיקל לאזט זיך גלייבן אז אונעם שוהל ווי איר זענט דער ש"ץ ווערט איר זיכער מכובד מיטן דרשה פאר תקיעת שופר אויך.

אויסערגעווענליך גוט אראפגעלייגט און שטארק צום פוינט.

כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 10:55 am

אוי געוואלדיג איז נישט דאס ווארט!!!
איך האלט אז מיר חברי הקרעטשמע האבן א זכי' אז שאץ איז אונז מהנה מיט אזוינע תוכנ'פולע מאמרים!
שכרך הרבה מאוד!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 12:23 pm

שכוח שאץ פארן געבן א ריכטיגן קיצל
הערליך שיין צולייגט

זאל השי"ת העלפן מיר זאלן כאטש האבן אביסל בושה פאר אים.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 3:57 pm

יעצט באמערקט מורא'דיג דעס איז א ריכטיגע שאץ תגובה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 4:14 pm

שכח שאץ

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

תגובהדורך יקותיאל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 5:12 pm

יישר כח שאץ שכרך הרבה מאוד

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 8:07 pm

שכח שאץ, קענסט שוין ווערן א מגיד דא אין קרעטשמע

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:44 am

ארויף לכבוד ימים הנוראים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:11 pm

און נאכאמאל א ברכת יישר כח פאר אונזער הויכגעשעצטער מגיד, פארן אראפלייגן דעם משל ונמשל פונם הייליגן בארדיטשעווער דער סניגורן של ישראל זיע"א מיט לעבעדיגע פארבן!

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:18 pm

פשיהא... הערליך שיינער משל מיט ערנסטן נמשל.
א ייש"כ ר' שצ'ל פארן קיצל.

און ש'כח יימער פארן אהער דערלאנגן.
---
ווינקל, אויב האב איך גוט פארשטאנען איז דער משל ונמשל זיין אייגענס, ער האט נאר דערמאנט דעם הייליגן בארדיטשוב'ער צום סוף.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:31 pm

געוואלדיגער רעיון!!

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:29 am

געוואלדיג
ווערי נייס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:52 pm

יעצט דורכגעליינט, ס'איז שאץ עז יוזשעל, אויסערגעווענליך גוט!!

אוועטאר
קהלס נאר
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:43 am

ארויף לכבוד ימים הנוראים
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:43 pm

זכר באנדל האט געשריבן:אוי, זאגסט דאך אזוי גוט!!
Things aren't always #00000 and #FFFFF


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט