מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:20 pm

א גוטן טאַג מיינע פרוינט! וואס מאכט איר עפעס גוטס!

האמת אגיד, אז שוין א לענגערע צייט וואס כ'דריי מיך אין די קרעטשמע קארידארן, און כ'האב גרויס הנאה פון די אנגענעמע הנאה'דיגע אטמאספערע וואס טוט דא הערשן. אן אחדות'דיגער אייניגקייט און ברודערליכער פריינטשאפט, טראץ וואס מ'קען זיך נישט איינער דעם צווייטן. די פלעשער וויסקי וואלגערן זיך אונטער די פיס, גענוי ווי מ'האמיר עס געזען ביי מאשקע'ן אין קרעטשמע אין דערציילונגען פון צדיקים, און טיילמאל פלאצט דער גרויזאמער פריץ אויך אויס אין א הילכיגער טייוולאנישער געלעכטער כא כא כא כא כא... האט דער פריץ געטון לאכן פון דעם צעבראכענעם מאשקע.

אלזא, האב איך באשלאסן אז ס'איז קיין עת לחשות ניקס, לאמיר נעמען א גלעזעלע זיך אנגיסן מיט רוסישער וואדקא ביז אויבן, און נעמען אנטייל אין די געשפרעכן.

דאס האב איך באשלאסן היינט אינדערפרי נאכ'ן אויפשטיין. איין דאגה'לע האבן מיר נאר געהאט: פון וואנעט וועל מיר האבן עפעס א גוטן טאַפיק מיט וואס אנצוהייבן מיין קאריערע דאהי אין קרעטשמע. זענען מיר — ווי חסידי'שע אידן — געגאנגען אין מקוה, און באלד איז אונז איינגעפאלן אן אקטועלער ארטיקל טאקע מיני' ומבי', מעניני מקוה וטבילה זעלבסט, וואס מיר האבן דערנאך געטון אנרעכטן ספעציעל פאר אייך טייערע קאלעגעס.

וזה החלי בעזר צורי וגואלי:

היינט צופרי האב איך מיך ווידעראמאל באגעגנט מיט די פרוסטרירנדע ערשיינונג אין בור המקוה, און באשלאסן לבוא בקוצר אמרים און איינמאל פאר אלעמאמל אפירנעמען די מאדנע אוממענטשן, די מקוה-שפרינגערס, וועלכע טוען פארוואנדלען די שמוציגע מקוה-זופ אין א גיהנום התחתון צו אלע ווייקערס, און זיי שטעלן צום שאנד-סלופ ברבים, פארנט פון אלע פויערים אין קרעטשמע.

שטייט מען אויף רואיג זיבענע פארטאגס, (וואס, ווען וואו?) מ'ציעט זיך אויס די מידע רמ"ח איברים און כ'געדענק שוין נישט די צאל גידים, מ'לאזט ארויס מערדערליכע גריזשעס יעדע מינוט צוויי, ס'מויל קאלירט ווי דאס ווייסל פון א איי פון די ציין-פאסטע, מ'גיט שנעל א כאפ דעם בלעקבערי/פאלם וכל חניכא דאית להו, און מ'נעמט דורכקוקן אלע טעקסט-מעסעדזשעס וואס האבן זיך גענומען שטראמען ווי משוגע ווי נאר מ'האט אנגעהאלטן דעם "ענד" קנעפל א משהו מער פון א סעקונדע. ס'טייטש? מ'קען נאך חלילה פארפאסן אזא וויכטיגע נייעס ווי אז הצלה איז יעצט א/ס אין קאנארסי ביי אן אלטן פוילישן איד וואס איז נעבעך אראפגעפאלן פון בענקל און זיך דערמאנט פון דעם ארכי-מערדער היטלער, און האט געשפירט ווי ס'אטעם זיינע שטעלט זיך אפ.

שוין, פארקריך מיר שוין פונעם ענין, וועל מיר צוגיין גלייך דערצו.

צו מאכן א לאנגע וועג פון הויז צו די מקוה קורץ, ענדליך מ'קומט אן, ווי א ווילדער אומערצויגענער באשעפעניש ווארפט מען זיך ארויף אויפ'ן בארג יום ביומו'ס, איגנארירנדיג די צענדליגער פעוטים באכערים וואס יאווען זיך ארום די פאמפלעטן און דיסקאסירן מיט ערנסטקייט ווער עס מאכט א וואכנאכט און ווער א ברית. די פון צעירים, וואס זענען שוין ב"ה מער באזעצן און באוואקסן מיט מאסיווע טשופרינעס, נאכ'ן זיך אפשערן ביים הויפט-שערער אין זיין באנק זעכצן מינוט נאכ'ן זמן, זיי פאלעמירן פעסט אוואו עס איז דאס בעסטע צו דינגען א קאמערשל ספעיס לאט אין די וויליאמסבורגער אומגעגנט.

שוין ווידעראמאל אהינגעקומען ערגעצוואו שלא מן הענין.


מ'גייט אין מקוה. מ'נישטערט דורך דעם ריזיגן הויפן האנטוכער אויפווארפנדיג און אראפווארפנדיג דערביי דעם גאנצן פייל, צוליב א סיבה לא נודע למי. זעט אויס אז די פון אונטן טוען בעסער טרוקענען. גיי ווייס מיט די היינטיגע יֻונגעלייט.

נאכדעם שפאצירט מען דורך דעם גאנצן מקוה-זאל, האפנדיג אז אפשר פארט וועט מען היינט טרעפן א באקאנטן מיט וועם צו קענען פאליטיזירן און אויסטוישן גוטע טעקסט-מעסעדזשעס. אה ברוך ה'! געטראפן אן אלטן ידיד מיט וועם מ'האט געלערנט ביי מנשה, אבער בום.. ער קרייזלט זיך שוין די פיאות. שוין, מ'ווארפט אראפ דעם היט און רעקל, און די שיך, יעצט נעמט מען אפיר דעם דבר יום אין די רעכטע האנט, און אין די לינקע האנט הייבט זיך אן א סעריע פון העפטיגע פיס קראצענישן. צוביסלעך קומט די הויזן אראפ, און דאן דרייט מען איבער דעם דבר אויף די אנדערע זייט, נאכדעם די העמד, וחוזר חלילה.

שוין, נאך צען מינוט וואס דאס גאנצע ארום איז א קאלוזשע אפגעקראצטע הויט און נעגל, גיט מען זיך ספאנטאן א הייב אויף, מ'גיט א שטעך אריין דעם דבר אין א ליידיגן הענגער, און מ'ענדיגט זיך אויסטאן. מ'עספיעט נאך צו כאפן א לעצטן בליק אינעם צעטל וועמענ'ס יארצייט ס'איז היינט איידער מ'געזעגנט זיך פון דעם ליבן צעטעלע פאר עטליכע מינוט.

און יעצט, גייט מען אין מקוה אריין.

(המחמירים נעמען מיט דעם דבר אין בור אריין, ותבוא אליהם ברכת טוב)

מ'גייט אריין טריט ביי שריט, און מ'הייבט אן מאכן הווייות, הא הא הא,,,,,,,,,,,, נאך א טרעפ, און מ'נעמט זיך קראצן דעם רוקן, שוין מ'איז שוין אינעווייניג. מ'טיוכעט זיך איין אין וואסער אביסל, אבער חלילה נישט דעם קאפ, ווייל דאס לאזט מען אויף שפעטער. אנדערש איז נישט אינטערסאנט ס'גאנצע געשעפט דא.

אזוי צוביסלעך הייבט מען אן קומען צו זיך פונעם שלאף, און דער מח נעמט זיך לויפן אויף אלע זייטן, פונעם נעכטיגן טשולנט ביז'ן היינטיגן אייערשפייז. פון יענקלע'ס רבי ביז'ן געפלאנטן מיליאנערסקע דיעל. רואיגערהייט טונקט מען זיך עטוואס איין כמעט ביז'ן קאפ, און דאן הייבט מען זיך שטייטליך צוריק אויף, און דאן נאכאמאל. עס איז רילעקסינג ביז גאר.

און דאן פאסירט עס.

א צעיושעטער צעשלאכעטער פערשוין, שטורעמט אריין אין מקוה ווי א ראקאן-געביסענער, שליידערט אראפ זיינע מלבושים, און אין א סאמע אויגן-בליק איז ער פערטיג. ווי א וואניזיגער קומט ער צולויפן מיט א אומגעהויערן אימפעט צום ריכטונג פון בור, ס'קאפל און ציצית אנגעטאן, און א ריזן האנטוך ארום ס'קערפער.

אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג גיט ער א שפרינג אריין אין מקוה מיט א ווילדן שטורעם, געבנדיג א שפאלט די גאנצע וואסער, א מעכטיגע ספלעש אנשטייט, די וואסער גיט זיך א שטורמישן הייב.

און דאן גיט ער א מעכטיגן שפרינג ביז צום דאך און לאזט זיך ארונטער ווי א פאראשוטער אין א אויגן-בליק, אויפהייבנדיג א דעמף און א שפריצעריי ביז'ן הימל.


די ווייקערס — בתוכם אני הק' — ווערן געכאפט אין שאק, און זייער רואיגע מקוה-עקספיריענס קומט צו א ביטערע ענדע. יעצט ווערט מען אויסגעשטעלט צו א סעריע מאדנע קאפריזן פון דעם אוממענטשליכן מקוה שפרינגער.

איינס און נאך איינס. אפשר צוואנציג און א צי, יורד ועולה ומסתפג, ער הייבט זיך אין די הייך, און פון די משונה'דיגע הויכן לאזט ער זיך ארונטער מיט א משונה'דיגן ווילדקייט, און מיר יושבים ווארטן מיט אנגסט ס'זאל שוין קומען צו אן ענדע.

אבער וואס ענדע ווען ענדע? ער פלאנט בכלל נישט פון ענדיגן. איי וועסטו פרעגן פארוואס האט ער זיך פריער געיאגט? א קושיא אויף א מעשה.

דא פלוצים הערט ער אויף שפרינגען, גיט זיך א טונק איין אין וואסער, ממש ביז די טיפענישן, שפרייט זיך אויס בפישוט ידים ורגלים, און האלט זיך דארט אפשר פאר פינף מינוט, ווען מיין אטעם שטעלט זיך אפ, ער זאל מיר חלילה נישט אפשטארבן דא בפני, אויף דעם האבעך שוין נישט קיין כח.

דאן גיט ער א שטעק ארויס דעם רעכטן האנט העכער'ן וואסער, און נעמט זיך מאכן מאדנע באוועגונגען. קודם א שטייפן פויסט און פאכעט אהין און אהער ווי צו זאגן אז ער גייט מיך אנגרייפן פאר'ן ליידן פון אים, און דאן לעזט זיך דער פויסט אויף, און ווערט פארוואנדלט אין א שארף ווארענענדיגע פינגער, לאמר: ווען איך קום ארויס ממצולות ים וועסטו כאפן! און פלאטשעקעט אזוי מיט'ן וואסער אהין און אהער.

דאס שטייט פון זוהר, ניין?

מיין מקוה איז שוין געווען פארטיג. אויב האב איך געוואלט האלטן דעם קאפ די לעצטע זאך, בין איך שוין יעצט דורכגעווייקט פראם העד טו טאו. על פי הלכה האב איך שוין יוצא געווען שבע טבילות דבני נח. ווארום, די גאנצע וואסער איז שוין געווען העכער מיר פאר צענדליגער מאל דורכאויס זיין שפרינגעריי. די פיאות און בארד גיסן וואסער, אויפגעצארנט ביז'ן הימל. נאך א מקוה אפגע'הרג'ט צוליב א ווילדן מקוה-שפרינגער.

אלזא, אכפול את בקשתי:

מקוה-שפרינגערס הערט אויף!
לעצט פאראכטן דורך זאג נאר אום מוצ"ש נובעמבער 26, 2011 9:04 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:26 pm

זאג נאר, לץ וואס דו ביסט!
איך האב שוין לאנג נישט געלאכט אזוי :lol: :grin:
אבער וואס מאכסטו אזוי אוועק די ש"י טבילות וואס ווערט דערמאנט עפ"י קבלה, וואס טוהט זיך מיט די שש קצוות וואס מ'איז מתקן בשעת'ן טובל'ן זיך, יא יא אידן רייניגן זיך אין מקוה, און ווער פארשטיין יענעמ'ס קבלות און כוונות.
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:31 pm

חלילה לי מעשות כדבר הזה!

לא לץ אני ולא בן לץ!

דאס אוממענטשליכקייט פון די מקוה-שפרינגערס נעמט מיך פשוט ארויס פון די דישעס. ס'איז נישט נארמאל. לעצטנס האב איך אנגעהויבן פרובירן א ניי מיטל: איך שפריץ צוריק אויף די חברה מיט וואסער, אבער אן ערפאלג!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:34 pm

שלום עליכם אייך!

אן אינטערסאנטע פאקט וואס איינער האט שוין דא ערווענט, די נושאים וואס ווערן באשריבן דורך נייע ניקס זענען געווענליך מקוה, קאווע וכדומה.

איך מיין נישט גארנישט, אדרבה שרייב. נאר א פאקט וואס מען קען נישט איגנארירן, און עס פארלאנגט א פסיכלאגישע הסבר.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:39 pm

זאג נאר האט געשריבן:חלילה לי מעשות כדבר הזה!

לא לץ אני ולא בן לץ!

דאס אוממענטשליכקייט פון די מקוה-שפרינגערס נעמט מיך פשוט ארויס פון די דישעס. ס'איז נישט נארמאל. לעצטנס האב איך אנגעהויבן פרובירן א ניי מיטל: איך שפריץ צוריק אויף די חברה מיט וואסער, אבער אן ערפאלג!

\
צוריק שפריצן וועט נישט העלפן - כ'האב שוין פרובירט, די חברה פליען דאך אין די עולמות עליונות - צווישן די ש"י עולמות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:44 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נאט אייך דריי, קיפ אפ!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:45 pm

איך בין נתפעל געווארן פון דיינע אויסדרוקן, האסט א רייכן שריפט, בלייב דא!

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:45 pm

קיין פראבלעם. וועל איך אויסווארטן ביז ער קומט צוריק אראפ פון לעצטן עולם, און דאן אים באגיסן מיט גאלאנען וואסער אז דעם קומענדיגן טאג זאל ער גיין שוועבן אין די עולמות עליונים אין א צווייטן מקוה.
דאס גייט שוין ארויס פון גרעניץ. יעדן טאג שטעלט זיך נאך א באכער צו צו די גרופע, און עס ווערט איינפאך אן אפקומעניש די גאנצע מקוה געגייעכץ. מ'מוז די כעוורע ווייזן אז מ'וועט דאס נישט טאלערירן.

אז ער וויל קען ער זיך בויען א פריוואטע מקוה און דארט שפרינגען קיין ש"י עולמות און צוריק.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:46 pm

פיינע טאפיק, און גאר רייכע שריפט. מיר וועלן זיכער הנאה האבן פון דיין אנוועזענהייט.

איך האב אמאל געזאגט פאר אזא מקוה שפרינגער: ווען דו טובל'סט זיך ווען אין ים וואלטן אלע שיפן געזינקען...
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:55 pm

א א ישר כח אדון קרעמער! אויף אזא הארציגער קאמפלימענט און ווארימער באגריסונג, און גאר פון ראש הקהל אליינס, האב איך מיך נישט געראכטן!

גימעל, אויך דיר קומט א דאנקע שיין פאר די שיינע אויפנאמע, און דער וואס זיצט באשיידענערהייט אין ווינקעל, און דריי מאל נאכאנאנד אויסגעשטרעקט דעם גראבן פינגער למולי, אלס א סאלידאריטעט אויסדרוק, ישר כחכך!

כאוויירים, איך ווארט צו הערן פון אייך!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:06 pm

אין מיין געגנט האט זיך אריין געצויגן א פרומער מיט א געזונדל פון 7 זוהן, דעם ערשטן שבת אין געגנט קומט דער פרומער אין מקוה מיט די ד' בנים - צווישן 7 און 11 יאהר אלט, פרעגט איהם איינער 'מאי האי'? זאגט ער וואס הייסט ס'א ענין, ולא זו נאר דארט וואו איך האט געוואוינט ביז איצט האבן אפילו עטליכע שכנים נאך געטוהן און אויך געברענגט זייערע קינדער שבת אינדערפרי.
ס'האט נישט גענומען קיין 5 מינוט און מ'האט דעם מקוה איד געלאזט רופן און ער האט דעם נייעם שכן פארטריבן אפילו פון די וואכענדיגע מקוה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:09 pm

דאס איז א ריעל קיוט ארטיקל!
כ'האב אזוי געלאכט (אלול?), איך האף אז די בלייבסט דא אונז צו מהנה זיין

שכוח זאג נאר 
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:17 pm

שלום עליכם אייך, ר' זאג נאר!

דיין שפראך איז געוואלדיג, איך האף אז ביסט דא אויף צו פארבלייבן, יור ווערי וועלקאם!

פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 8:13 pm

תגובהדורך פראפעסאר שטארקמאן » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:28 pm

יוא האסטו מיר געמאכט לאכען,
אין למעשה האט עס אמת אין זיך אויך, כ'ווייס נישט פארוואס אבער ס'טאקע דא אזאלכע חברה זיי געבען א יאג אריין מיט אזא אימפעט כ'טראכט וואסי פשט דערפין, עפעס אזא אינערליכע דראנג,
צי ס'קומט פין פרומקייט צי סתם פין נערוועזקייט ווייסעך נישט,

קודם איז אזוי בחורים האבען נישט מיט קבלה גארנישט, פאר ס'נישט מלא כריסו בש"ס ופוסקים האבען זיי נישט מיט ש"י טבילות גארנישט, אין די עלטערע דארפען אויך וויסען ווי זיי שטייען אין נישט שאקירען נארוואס אויפגעשטאנענע מענטשען מיט ווילדע אקציעס,

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:44 pm

שכוח הער נאר. ווערי נייס דזשאב! באט לאמיר דיר פרעגן וווילסטו אפשר די כעברה זאלן קומען זיך ווייקן ציזאמן מיט דיר אין מיגוה??
יאך מיין זאלן געבן א שפרינג אפ אין מיר זיך לאז מנוחה!!!!!ן
לעצט פאראכטן דורך jkup50 אום דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:46 pm

זאג נאר האט געשריבן:א א ישר כח אדון קרעמער! אויף אזא הארציגער קאמפלימענט און ווארימער באגריסונג, און גאר פון ראש הקהל אליינס, האב איך מיך נישט געראכטן!


באמערקונג: קרעמער איז נישט ראש הקהל, ער איז מייסד הקרעטשמע ווי איר קענט זען אונטער זיין אוועטער.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:58 pm

'זאג נאר' ביזט אפשר א שוועסטער מיט 'הער נאר'...

אריין אין אשת חיל פארום....

שיינער ארטיקל, האלט אן ... ביסט א געוואלדיגער שרייבער.

א'מערעדט שוין...

ס'באדערט דיך מיין שפרינגען? כ'בין גרייט אויף א דיעל,

דו רוים אוועק די קאלוזשע הויט-נעגל, העל איך מוותר זיין אויפ'ן שפרינגן!

ביסטו גרייט?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:08 pm

א דאנק אייך שטארק זיך.

אנטשולדיגט, אבער איך בין נאך אביסל ניי דא אין קרעטשמע, און איך קען נאך נישט די תהלוכי הקהלה.

ווער איז דאס הער נאר און וואס איז אשת חיל פארום?

מיט אייער הילף און הדרכה וועל מיר — ווי עס שיינט — זיך קענען באקוועם מאכן דאהי, און מקיים זיין דעם קורצן פסק פון הער קרעמער — דער געוועזענער ראש הקהל (יעצט שוין גוט?..) וואס האט געזאגט: בלייב דא! כי הוא אמר ויהי, מ'האמיר גרויס כבוד צו געוועזענע ראשי קהלה.

און וועגן דעם דיעל, דארף איך דאס איבערטראכטן. דו ברויכסט פארשטיין אז איינמאל די הויט/נעגל האבן זיך אפגעשיידט פון מיר, איז מיר שוין נישט בא'טעמ'ט זיך מתעסק צו זיין דערמיט.

וואס מ'קען יא טאן, איך וועל צאלן די שפעזן פון אן אמיגא אדער שווארצמיגא זאל טון די שמוציגע ארבעט, און דו שרייבסט מיר אונטער אז דו הערסט אויף שפרינגען, אבער שוין מארגן אינדערפרי!

זאגי

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:24 pm

זאג נאר האט געשריבן:וואס מ'קען יא טאן, איך וועל צאלן די שפעזן פון אן אמיגא אדער שווארצמיגא זאל טון די שמוציגע ארבעט, און דו שרייבסט מיר אונטער אז דו הערסט אויף שפרינגען, אבער שוין מארגן אינדערפרי!


אוי איך בעט דיר ער וועט אלעס אריין טראסקנען אין מקוה
יאנקעל די פופציגער

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:27 pm

ס'מיר ווערד ווי איידער שטארקי זאל זיך נעמען שפרינגען אין דער הייך. עס דערקוטשעט מיך מער ווי די הויט נעגל, וואס איז סייווי פארהאן בשפע פון די אויבנדערמאנטע מחמירים, וועלכע שלעפן זיך מיט'ן בלעטל אין בור אריין, און טוען דערין וואס מיר האבן געטון ביים זיך אויסטון.

פארשטייסט?

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:28 pm

זאג נאר, זייער זיין באשריבען!

P.S איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערענסט אבער איך האב מער פיינט די מקוה קראצער ווי די מקוה שפרינגערס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

תגובהדורך זאג נאר » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:31 pm

וואדקע, אויב ביזטו נישט קיין איינס פון די צוויי, דאן האב איך מורא אז דו גייסט נישט אין מקוה...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:33 pm

זאג נאר האט געשריבן:ס'מיר ווערד ווי איידער שטארקי זאל זיך נעמען שפרינגען אין דער הייך. עס דערקוטשעט מיך מער ווי די הויט נעגל, וואס איז סייווי פארהאן בשפע פון די אויבנדערמאנטע מחמירים, וועלכע שלעפן זיך מיט'ן בלעטל אין בור אריין, און טוען דערין וואס מיר האבן געטון ביים זיך אויסטון.

פארשטייסט?

די מקוה איז גענוג קריספי אן דיינע סחורה איך גיי נישט אין אויפן דיעל
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:36 pm

האט נאך איינער באמערקט א אינטערעסאנטע סתירה?

דער "זאג נאר" שרייבט א טאפיק (מקוה) וואו א נייע שרייבער, מיט א שפראך פון א זקן ורגיל.

זאג נאר, איך בין באמת נתפעל פון דיין שפראך, און פון דיינע אויסדריקן א.ד.ג., האלט אן, אין די יעצטיגע פארשלאפענע "קרעטשמע-עקאנעמי" קען אזאונע שרייבערס וואו דו שטארק צונוץ קומען.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:54 pm

זאג נאר האט געשריבן:וואדקע, אויב ביזטו נישט קיין איינס פון די צוויי, דאן האב איך מורא אז דו גייסט נישט אין מקוה...

אויב איז עס אמת דאן איז עס צוליעב די קראצערס נישט די שפרינגערס...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט