אין מלחמה מיט די קריכער'ס...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

אין מלחמה מיט די קריכער'ס...

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 8:24 pm

צוריקגעברענגט א אשכול וואס איז אינגאנצן פארלוירן געגאנגן ביים קראך


דורך מבין נומ 1 אום זונטאג יולי 18, 2010 3:49 pm

בס"ד

עפיזאד 1 -

געווען איז דאס אפאר יאר צוריק ווינטער, אפאר חדשים נאך מיין חתונה, איך בין געזעצן מיט די בני בית רואיג און געמיטליך געשמועסט איבער ענינים העומדים על הפרק, און פלוצים איז עס געשען, אן היסטערישן הילכיגן דראמאטישן קוויטש "וואווואפפאאווווויייייייייי!!!!!!!!" איך דריי זיך ארום זוכן דעם עזר מיינע, און זי איז שוין לאנג נישטא... זי שטייט ביים טיר, צאפלט פאר שרעק, וואסי דאס אזאנס געשען? פרעג איך מיט שרעק, "א פ...פע...פערציג פיסיגער, פוי".... שטאמלט זי ארויס...

דאס איז געווען די ערשטע פאל, איך האב דאן ארויסגעשלעפט דעם וואקיום קלינער מיט'ן לאנגן נאז, און ערפארענערהייט צושפאצירט צו פערציג פוסיגן וואס איז געשטאנען דארט לעבן געז רענטש, מיינט נישט איך האב נישט געציטערט, אוי האב איך געציטערט, אין קעמפ בינעך געווען דער גרעסטער פחדן פון די מאסקיטאס און ספיידערס, מיינע חברים פלעגן אנגרייטן א סאדא באטל מיט ספיידערס דערינען און עס עפענען ווען איך בין אריינגקומען אין באנק אריין, אוי איז געווען ששון פאר א האלבע נאכט... דאכענעס זענען געפלויגן, נעגל וואסערס האבן זיך געגאסן ווי וואסער, הוטן, כאלאטן, און פליגן כאפער... אוי, שוין בעסער נישט צו רעדן דערפון... כ'דענק נאך ווי היינט ווען מ'האט מיר מיאוס געקנס'עט פאר'ן איבערדרייען דעם קעמפ... עניוועי צוריק צום שרעוועדיגן 'פערציג פוסיגער' איך שפאציר אזוי צו נאנט צו אים, מיינע הענט האבן מיר געציטערט, מיט א שרעקליכן גרימאסע אויפ'ן פנים האב איך זיך געגרייט אריינצוציען דעם לאנגן גרויליגן קריכעדיגס, כ'וואלט שוין לאנג אוועקגעלאפן ווען נישט איך האב געחזר'ט אין קאפ "געדענק דו ברויכסט איצט זיין א 'גבר', דו ברויכסט ווייזן שטארקייט... אז נישט וועט דיין ווייב נישט האבן אין וועמען ארויפצוקוקן" איך צינד אן דעם וואקיום און דער האט זיך גענומען אזוי מין אוועקלויפן... און ס'איז כדאי צו וויסן: די פערציג פוסיגע לויפן געפעעערליך שנעל, ממש שנעלער ווי מענטשן, מיטן אנגעצונדענעם וואקיום קלינער אויסגעמישט מיט מיינע הילכיגע קולות האב איך אים פרובירט נאכיאגן, און ענדליך, הארט איידער ער איז פארשווינדן געווארן אונטערן פרידזשידער האב איך באוויזן אים אריינצוציען, איך האב נאך שווער געאטעמט פאר אזא צוויי מינוט, דעם וואקיום האב איך ח"ו נישט אויסגעלאשן אלס חשש אז דער חי' קען ארויסקומען, מיר זענען געזעסן וואכזאם לעבן וואקיום קלינער נאך אזא האלבע שעה, און ערשט דאן האמיר זעך בארואיגט און געקענט גיין שלאפן.

און דאן האט עס אנגעהויבן צו פאסירן מער און מער אפטער... די קולות זענען געגאנגען עד לב השמים יעדעס מאל עקסטער... מ'האט פרובירט מיט אלע מיני סם, אבער די חברה זענען געריבענע חברה זיי פלעגן זיך באווייזן אינעם סינק אינמיטן וואשן, אינמיטן כולל פלעג איך ברויכן אהיימלויפן אנרייסן די חי'לעך, ביזזז ביזז מיר האבן באוויזן צו האבן מנוחה, פאר א חודש אדער צווייי... עד היום אבער קענען זיי זיך אמאל באווייזן און אנמאכן א חורבן עד אין לשער...


עפיזאד 2 -
און דאן קפץ עליו רוגזו של פליגן, ספיידערס און מאסקיטאוס...

סאיז געקומען זוממער...
אויב מיינט איר אז א פליג איז א וואוילע חי' וואס טשעפעט נישט, להוי ידוע, נישטא נאך אזא אומפארגינערישע און שלעכטער בעל מידות ווי דער פליג... פשוט ער פארגינט נישט אז דו האסט מנוחה... ער וויל דיר באראבאווען דיין זיסער עפל, דיין קעז, דיין יאגורט, און ערגער פון אלעם דיין זיסער פארטאגס שלאף...

איך ליג אזוי געמיטליך שבת צעפרי, דער קליינער האט זיך נארוואס בארואיגט פון זיין געוויין, ער איז שוין שטיל, איך צי זיך צוריק אויס די פארדזשאוועטע שווער אויסגעהארעוועטע ביינער אין בעט, און אט... עס געלונגט מיר צו כאפן דעם שלאף, אבער נישט פאר צו לאנג.... זזזזזזזז... איך גיב א מאך מיט די הענט, און קורטשע זיך איין טיפער אינעם דאכענע, אבער דער פליג ווארט אויף די מינוט וואס דער דאכענע וועט אראפקומען פון מיינע אויערן, און אין די רגע... - ממש רגע כמימריה - וואס דער שפיץ פון מיין אויער האט זיך ארויסגעזען פונעם דאכענע, און אט "זזזזזזזזזזזז" איך גיב א ווילדן טאנץ אויף...כ'האף און כ'בעט אז נאר נישט דאס... דער ערגסטע קאשמאר זאל עס נאר נישט זיין.... נישט קיין פפפלליג... פונקט שבת צעפרי ווען כ'האב נישט קיין עכטן עול אויפצושטיין פרי זאל ער מיר דערקוטשען דעם שלאף?! איך דריי זיך איבער אויף דער צווייטער זייט, טוליע זיך טיףףף איין אינעם דאכענע אבער דער האט מיר שוין נישט צורוה געלאזט... איך וואלט שוין ארויסגענומען דעם פליגן כאפער און ער דערהרג'ט צו טויט, אבער שבת טאר מען דאס נישט, האב איך געמוזט אויפגעבן אויפ'ן זיסן שלאף... פארגעט איט, לאמיר האפן אויף נעקסטע וואך בעסער...

עס איז אפגערעדט וואס מוצאי שבת איז פארגעקומען א האלעקאוסט אויף די פליגן ביי מיר אינדערהיים... דריייייסיג טויטע פליגן האב איך - געסטאפאו אפיציר אויף די פליגן - אפגעציילט...
חחח צופרי זונטאג האביך שוין געהאט נאך... כ'ווייס נישט פון וואו זיי קומען, אבער ווען א פליג זאל ווען קאסטן געלט וואלט עס זיכער געקאסט ווייניגער ווי א צענט... ווי קען מען בעטן מער פאר א זאך וואס איז דא טרררריליאנען דערפון???


עפיזאד 3-

איך זיץ געמיטליך אינעם ד' על ד' אין בית המדרש, איך ליין דורך דעם כל העולם כולו, אינעם בעקיטשע טאש ליגט איינגעדרייט אפאר 'לוח יום ביומו'ס' איך האב אנגעגרייט א לאנגן פיינעם סקעדזשועל פאר'ן היינטיגן הכנות... איך נעם א גוטן געניץ, און איך מיש אריבער א בלעטל, אינדרויסן הער איך איינער זעצט אויפ'ן וואנט ער בעט ברחמים אז איינער זאל זיך צויאגן, אבער נישט מיר מיינט מען איצט, דאס איז פון די איינציגסטע מינוט'ן אין טאג וואס איך האב צייט צו טראכטן נארמאל ווי א מענטש (ביים רויט לייט האביך שוין היינט אויך נישט קיין צייט צו טראכטן... איך בין ביזי צו האלטן קאפ ווען ס'ווערט געל, איך זאל זיין דער ערשטער וואס הייבט אן פארן...) איך באטראכט די ניחום אבלים'ס, און די רבי'שע טישן, איך ליין די געשרייבעכצער אויפ'ן וואנט... ממש על מי מנוחות...

אבער דאן איז ער אנגעקומען, כ'ווייס נישט פון וואנעט דער פליג האט געוואוסט פונקט אין וועלכן צעל איך האב מיר אריינגעזעצט, שווער צו גלייבן אז די פליגן שמועסן זיך אפ יעדער זאל נעמען איין צעל... אפשר יא... קיצער, דער האט אנגעהויבן זיין ארבעט, און ווי זאגט נאר מר. פליגמאן? "אומרואיגקייט גאראנטירט"... ווי גלייך דער מענטש וואס קלאפט אינדרויסן זאל אים ווען האבן באשטעלט מיר ארויסצוטרייבן אים פריי צו מאכן דאס פלאץ, עס העלפט נישט קיין שטויסערייען, קלאפערייען מיט מיינע צעטלעך, מיין צעל ווארפט זיך פאר פינעף מינוט, און דאן... ער האט געזיגט... איך הייב זיך אונטער בחרפות ובושה איך יאג ארויס...

זאג נאר, דו אידל וואס האט געמוזט קלאפן, דו מיינסט אז דיר גייט ער יא צורוה לאזן? א נעכטיגן טאג! איי וויש יו גוד לאק מיט דיינע כאנעס...


עפיזאד 4 -

עס איז געווען וואקאציע... אהה די רואיגקייט אינעם קאנטרי דארט איז עד אין לשער, זאג, פארוואס האט מען געמאכט די שיינע ווייסע בענקלעך פארנט פון יעדע באנגעלוי? צו זיצן? צו ליגן? א נעכטיגן טאג! איך האב אויך אזוי געמיינט... יוי די מאסקיטאוס האבן געמאכט א לעבן אויף מיין זיסע בלוט... נאך יעצצצט רייבן זיי זיך די בייכער פאר פרייד נאכן זיך אנטרונקען מיט מיין בלוט, און איך קראץ זיך נאך די הענט און פוס און שטערן פון זייערע ציפעס...

איך האב דירעקט מיטגענומען א שטערן און א שפאקטיוו, א צייטשריפט און א בלאט, זיך געגרייט צו לייייינען שבת נאכמיטאג, (צווישן מיין בלאט גמרא און שו"ע או"ח פארשטייט זיך) אבער ווי נאר איך האב געעפנט דעם שטערן האב איך געזען אז ס'איז א לאסט קעיס... דעי חברה זענען גרייט, איך האב פרובירט א וויש טאן אהער און אהין, אבער גאר שנעל האביך אויפגעגעבן... כ'ווייס נישט וויאזוי אין פינף מינוט האביך געקענט האבן אזויפיל ציפעס... אבער דאס איז די פאקט...

איך הייב אויף מיינע אויגן צום שכן אנטקעגן איבער, געוואלד, וויאזוי זיצט ער אגאנצן טאג אינדרויסן? ער איז עפעס פליגן מאסקיטא פרוף? וואס איז דאס מיט אים? און דאן איז געפאלן מיינע אויגן אויפ'ן בלויען עלעקטרישן פליגן, מאסקיטא, און דיינינג נידל כאפער.... אהא! דארט שטעקט דעם סוד, דער האט זיך איינגעהאנדלט אזא כאפער, און ער זיצט רואיג דערנעבן, און ליינט געמיטליך זיינע מעשה ביכלעך און האט הנאה צו הערן ווי יעדע פאר מינוט ווערט א צווייטער באשעפעניש אפגעקניידלט דארט אין זיין בלויען כאפער... פששש איך בין געווען פארגאפט, הלואי קען מען קויפן אזא פארטעבל כאפער וואס ציט אריין די באשעפענישן ווי אימער מ'גייט, ביים שלאפן, אין ביה"כ און ביים ליינען דעם שטערן... הלוואי!


פיינעל סיזאן... -
און דאן... דאן האט עס אויפגעבליצט אין מיין קאפ, און ס'האט געדונערט ווי מיט טויזנט האמערס....
(גיט אבבאכט, מיר גיימיר זיך איצט פארגראדער'ן...)

דער יצר איז געגליכן 'פונקט' צו די אלע קריכערדיגע, אויף די האר ווי זיי! ער האט צענדליגע וועגן צו דערקוטשען, גייענדיג אין גאס, און זיצנדיג ביים קאמפיוטער, די פערציג פוסיגע, מיט די מאסקיטאס, יא, אלע מיני געווער פארמאגט ער, אייפאד'ס, מאוויס, און אינטערנעט, ער האט הונדערטער וועגן מיט צו טאנצן און קאפ און נישט לאזן במנוחה, ווען מ'רעד זיך איין אז איינס האט מען באזיגט שפרונגט ער אין די אויגן מיט א צווייטע, דער איז א געלערנטער קריכער, אבער אזאנס און אזעלעכס...

וואס איז די עצה? א גאנץ לעבן שטיין מיטן פליגן כאפער? אוי, קען מען דען? הלוואי האבן מיר אזא בלויען אריינציער וואס כאפט אריין דעם יצר בעפאר ער קומט אן צו מיר!

און דאן האב איך מיר געכאפט... יאפס, חז"ל האבן אונז געגעבן דעם עצה! פונקטליך וויאזוי אפצוקניידלען דעם יצר, ער זאל צוננונז נישט קענען צוקומען, די גמרא זאגט: "אם פגע בך מנוול זה, משכהו לבית המדרש, אם אבן הוא יפוצץ אם ברזל הוא נמוח"... גארנישט... ברויכסט גארנישט טאן, האסט א בלויען עלעקטרישן מנוול כאפער, ער צעגייט, ער ווערט אויס ווי נאר דו טרעטס אריין אין שול, גייסט צו דיין שיעור צעפרי און ביינאכט, האלטס אן א קשר מיט די תורה הקדושה און דאן האסטו א פראטעקשן, ער וועט צעפיצלט ווערן!


(נ.ב. דאס איז מיין ערשטער ארטיקל וואס איך האב עווער געשריבן, זאל עס זיין לזכות מיין טויזנט'סטע תגובה וואס איך גיי אט אט אריבערשפרייזן...)

===

דורך משנה מקום אום זונטאג יולי 18, 2010 3:56 pm


מבין נומ 1 האט געשריבן:בס"ד



(נ.ב. דאס איז מיין ערשטער ארטיקל וואס איך האב עווער געשריבן)


זעהט נישט אזוי אויס
מיר זעמער דאך גארנישט אזוי נאנט, אז דו קענסט מיך שוין זאגן א שטעכוואכט.

===

דורך עס עפעס אום זונטאג יולי 18, 2010 3:59 pm

אה מיי גאד!!!!

דער מבין האט ארויסגעשארצט פון אונטער זיין ניק אן נארפישל איינס און אזעלכעס!!!!!

דיינע זאפטיגע אויסדרוקן און קלינגענדע זאצן זענען דאך עפעס צוקער זיס!!!

כ'וויל נאר וויסן: וואו שאפט מען זיך אזא "בלויע מנוול כאפער"?...

===

דורך וואדקע אום זונטאג יולי 18, 2010 4:03 pm

מיין רבי אזא זייט פלעגט זאגען "יעצט קומט זיך דיר שלעק" אז דו קענסט יא פארוואס האסטו נישט געשריבען אזוינע זאפטיגע ארטיקלען מער אפט?
אלזא נעם אראפ די גלעזער און שטיי אויף די טייל,

===

דורך פרעזידענט אום זונטאג יולי 18, 2010 4:12 pm

אכטונג קריכער'ס, מוריטשעקעס, ספיידערס אין מוסקיטאס: יישר כח אייך אלע!
ווען נישט ענק ווער ווייסט ווילאנג נאך מיר וואלטן געדארפט ווארטן פאר א זאפטיגער ארטיקעל פון דעם מבין.
אין יעצט אז דער ארטיקעל איז שוין דא, טארגטס ענק אלע אפ פון דא, דשאב וועל דאן, יעצט ווערטס פארשווינדען פון דא, גייטס ווי די שווארצע פעפער וואקסט אין לאזטס צוריה די מענטשהייט.

===

דורך גימעל אום זונטאג יולי 18, 2010 4:17 pm

אויף דעם איז געזאגט געווארן יצר הרע דומה לזבוב (ברכות ?)
סופער!
אבער זייער שנעל אנגעקומען צום פיינעל סעשיאן, גיב כאטש ארויס די בעהיינד די סינס....

===

דורך געלעגער אום זונטאג יולי 18, 2010 4:25 pm

העסט ברוגז זיין אויף מיר אז איך וועל דיר זאגן אז איך גלייב דיר נישט?
איך קען נישט גלייבן אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל... ס'איז אומגלייבבאר פארטיג!!

===

דורך למעלה משבעים אום זונטאג יולי 18, 2010 4:28 pm

ריזיג ריזיג
--
גימעל; ברכות סא עמוד א': אמר רב יצר הרע דומה לזבוב ויושב בין שני מפתחי הלב שנאמר זבובי מות יבאיש יביע שמן רוקח.

===

דורך גראדער אום זונטאג יולי 18, 2010 4:38 pm

מבין נומ 1 האט געשריבן:בס"ד


(גיט אבבאכט, מיר גיימיר זיך איצט פארגראדער'ן...)



פרעג איך דיר, שרייבסט א נארטיקל איבער פליגן, ספיידער'ס, 40 פיסיגע, מאסקיט'ן, וואו קום איך אריין דארט?! איך האב מורא אז צווישן די שורות האסטו געוואלט מרמז זיין פאר די חברה אז זיי זאלן זיך נעמען איבער מיינע ביינער... ווייל לעצטנס שפיר איך זיך ממש וואו אין קבר, איך האב אלעמאל געוואוסט אז דער חיבוט הקבר וועט זיין ווען מ'וועט זעהן אז די ווערים קריכן אויף דיר פון אלע זייטן און מ'וועט גארנישט קענען טון דערצו, לעצטנס ביים שלאף (א 60'סטל פון טויט) קריכן זיי אויף מיר פון אלע זייטן, ס'קוקט אויס ווי די פליענדיגע זענען געזעצן איבער א מאפע פון מיין קערפער און מ'האט איינגעטיילט, די פליגן אויף די נאז, מאסקיטן אויף די אויערן, באגס אויף די פיס, און קאקארוטשן אויף די ד כענע... (די 40 פיסיגע דרייען זיך דערווייל נאר אין קאך...) און יעצט ווער איך גאר געוואר אז דו האסט זיי מיר אלע אהערגעשיקט!...

השמר והזהר! אויב נעמסטו זיי נישט אוועק פון גראדער טאון וועל איך אריבער קומען לביתך נאוה און אויפרייסן דעם וועקיום קלינער זעקל!... מחנות וועלן זיך ארויסרייסן, זיי וועלן זיך פארמירן אין א מייען, און זיך נעמען איבער דיינע ביינער...

און יעצט צום נמשל (נוסח מבין...)

דיין שריפט איז עפעס אויסערגעווענליך! מ'דארף נישט זיין קיין 'מבין' עס צו זעהן, ס'ליינט זיך געשמאק, דער תוכן איז געוואלדיג, ס'דערקענט זיך אז דו ליינסט מיינע ארטיקלען...

===

דורך מאנאגרעמס אום זונטאג יולי 18, 2010 4:53 pm

פונקט זאג איך פאר איינעם היינט אז "איך וויל נישט זיין קיין קריכער". קום איך דא ארויף דערזעה איך "אין מלחמה מ ט די קריכער'ס...".
איך זאג דיר צו אז ס'האט מיר געכאפט דאס קאדוכעס!...

===

דורך מאשקע אום זונטאג יולי 18, 2010 5:26 pm

וואס איז געשען מיט די מאסקיטאס ? זיי האבן זיך געזעצט אויף דיין שטערן, כדי דיך צו שטערן פון ליינען דעם שטערן?...

כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט דיך אפ. יעדער ליידט פון די קריכעדיגע און פליעדיגע. מיינסט ביזט א מיוחס?

אה, ס'דא א נמשל אויך? דאס איז שוין אן אנדערע מעשה... לאמיר כאפן א ציפ..... כ'מיין א בליק... א שטערן? ניין, א בליק!

===

דורך שטארק זיך אום זונטאג יולי 18, 2010 5:51 pm

מממממיייייבין....

כ'ווייס נישט צו דו גייסט דיך פארקרומעווען אדער פארגראדערן....
ארטיקלעך גייסטו שרייבן, האלוי... איר הערט מעך?

מ'גיימער נישט ווארט נאך ניין הונדערט נייניניינציג תגובות... פרוביר מיך נישט אויס, ווייל איך שיק די ראטן צו דיר... הוי העט קומען צו פליסן ארטיקלן, אזש דער זשורנאל וועט איבער רינען....

מבין, האלט אן, שטארק זיך...
....
לכל מאן דבעי למידע:
דער בלויער מנוול כאפער, איז מבין'ס ארטסקרול גמרא...

===

דורך משה קאפויער אום זונטאג יולי 18, 2010 6:09 pm

ביסט א "מבין"? טויגסט דאך אייזן גוט! נאדיר א "בלויע"

(נישט אומזיסט רופט זיי די תורה אן "שקצים" ורמשים... די קריכעדיגע חברה קענען דאך אזוי גוט "קריכן" אויף די נערוון, אז עס איז א שרעק).

===

דורך פרעזידענט אום זונטאג יולי 18, 2010 6:11 pm

די גרינע זענען שוין אויסגעניצט?

===

דורך מאשקע אום זונטאג יולי 18, 2010 6:38 pm

צווייטער עפיזאד.

נאכ'ן איבערליינען דעם ארטיקל נאכאמאל (נאר וואס דען? האסט געמיינט אז איין מאל און יוצא געווען?), בין איך נאכאמאל ארויס(געקראכן) פון די גלייזן. און מיינטס נישט אז מיינע גלייזן זענען אזעלכע לויזע אז זיי לאזן זייער אינהאלט ארויסקריכן פון זיך. אבסאלוט נישט!

עכ"פ, כ'זעה אז מבין איז ארויסגעקראכן פון זיין נארע, אראפגעווארפן דעם מאסקע פון זיך, און געוויזן וואס ער קען!

מבין מבין ווי גרויס ביזטו, ארטיקל ארטיקל ווי גוט ביזטו, וואלט דער מבין גרעסער געווען, וואלטן מיינע מילצן קלענער געווען...

אוטש, ציפ מיך נישט! צעדרייטער מאסקיטא דו! צאפ דיר דיין אייגענע בלוט! קענסט נישט? איך קען אויך נישט... נו מילא, וואס ווילסטו פון מיר? דו בלוט-זויגער! גיי דיר קיין קא.איל!

שוין, בארואיגט. יעצט גיי איך בארבאריש אומברענגען א מוריטשקע. קאקאראוטשעס טו פאלאו...

===

דורך מוישע_יאכעס אום זונטאג יולי 18, 2010 6:56 pm

מבין מבין קוק וואס די מיט דיין געסטאפאואישע נעגל האסט אנגעמאכט! אנשטאט מאשקע זאל זיך שוין פיינעלי זעצן לערנען לויפט ער ארום ווי א צעיושעטער און גאנצן שטאט מיט א מנוו.. כ'מיין פליגען כאפער און הרג'עט רעכטס און לינקס, ס'איז שוין אפילו ארויף געלייגט געווארן א באלוינונג פאר זיין קאפ, ווי מער מאסקיטאוס אויף זיין קאפ אלץ מער מאסקיטאואישע וואלוטע וועט פארטיילט ווערן, יא יא מארגען טוט מאשקע אויס דעם שיינעם האריגען קוטשמע און ס'גייט פארבינדען ווערן מיט א שמאטע...

===

דורך קרעמער אום זונטאג יולי 18, 2010 7:39 pm

די 40 פיסלעך'יגע זענען באמת 100 פיסלעך'יג, און דערפאר רופט מען זיי centipede, מיינענדיג "הונדערט פיס". (איך האב בשעתו געהערט אז דאס היינט SILVERFISH, אבער א גוגעל'ניש האט געצייגט אז די זילבערנע-פיש האבן אן אנדערע צורה).

אין די תורה רופט מען דאס "מרבה רגלים", "נדל".

איך האב געהאט דאס קדחת ווען איך האב דאס געפונען דאס ערשטע מאל אין מיין דירה טיף אין די שנה ראשונה. היינט טרעף איך זיי נאר נאכן אהיימקומען פון קאנטרי (טויטערהייט אין סינק...).

---------
דאס איז נאר די ערשטע רעאקציע צום אנהייב ארטיקל. אבער ליינענדיג ביזן סוף קומט זיך דיר א דאנק פארן הערליכן ארטיקל.

===

דורך מאשקע אום זונטאג יולי 18, 2010 7:41 pm

אריין אין די "פוי" אשכול...

===

דורך געלעגער אום מאנטאג יולי 19, 2010 12:37 am

מאשקע האסט גורם געווען אן אויסצי אויף מיינע לעפצן.

===

דורך וויכטיג מאכער אום מאנטאג יולי 19, 2010 12:49 am

עני מבין עוועילעבל, ווי העוו א באנטש אוו קריכערס ארונד העיר...

וויטש מבין?? אקעי, מבין נומבער וואן, פראסיד טו דע קריכערס...

מבין, איך גלייב נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט דא, א_וואו אנדערע האבן שוין דערמאנט, קוקט אויס ווי דו ווילסט אונז דא איינרעדן אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל, מעעען!!! סיניש מעגליך אזאונס צו מאכן אין די ערשטע...

---------

איך האב געוואלט געוואלט בעטן די חברה וואס וואטשן די פריזערס, זאלן אבאכט געבן אז מאשקע זאל נישט קענען צוריק אריינגיין אין פריזער, ער איז לעצטענס שיגע צולאזט, און ווען מאשקע איז צולאזט, נאה לו, ונאה ל"ביצה עולם".

===

דורך פינקט פארקערט אום מאנטאג יולי 19, 2010 2:37 pm

מבין נומ 1 האט געשריבן: (ביים רויט לייט האביך שוין היינט אויך נישט קיין צייט צו טראכטן... איך בין ביזי צו האלטן קאפ ווען ס'ווערט געל, איך זאל זיין דער ערשטער וואס הייבט אן פארן...)

אווי וואינסטו?? נא גילו..

עניוועי, די ביסט גאר גוט, קיפ אפ די גאד ווארק.

===

דורך מבין נומ 1 אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:15 pm

אקעי איז אזוי:

משנה מקום - טעינקס, כ'מיין אבער אז ס'אמת.
עסעפעס - אוואו מ'שאפט עס? אין שול, הגם איך ווייס טאקע נישט פון קיין בלויע שול...
וואדקע טיילט שלעק, איך הייב פוס... שלאג אן מיינע קריכעדיגע שונאים נישט מיר.
פרעזידענט - הלוואי וועלן זיי דיר יא אויסהערן, פארט ביסטע א פרעזידענט...
גימעל - די ביהיינד דעי סינס פוטעדש איז אנרעיטעד... כ'ווייס נישט צו די ווילסט עס זען...
געלעגער - פראוו מי ראנג... עניוועי טעינקס.
למעלה משבעים - קוקט אויס זיכרון איז א גנב... שכח פאר די מראה מקום.
גראדער - יא? אזוי גייט עס? וועמענ'ס ארטיקלען האסטו געליינט אז דו ביסט געווארן א שרייבער? ס'מיר גוט...
מאנאגראמ'ס - אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס הוטל... אבער האב נישט מורא, נישט דיר מייניך.
מאשקע צום ערשטן מאל - דו ווייסט טאקע נישט קיין חילוק צווישן א ציפ און א בליק און א שטערן? טויג שוין נישט... קום, כ'על אנהייבן מיט'ן ציפ.
שטארק זיך - מיין ארטסקרול? חחח גאנץ גוט... איך נוץ עס שוין נישט גראדע.
קאפויער - וועלכע סמיילי האסטו נאכנישט גענוצט?... טעינקס עניוועי.
מאשקע צום צווייטן מאל - ביסט גוט...
מוישע יאכעס - כ'קען קוים ווארטן צו זען מאשקע'ן מיט א שמאטע... ביפ מיר ווען ער האט עס...
קרעמער - שגץ דו... כ'האב עס געגאגלט, יא... דאס איז עס! יוי האסטו מיר פארעקלט... (וועלכע שפראך איז דאס?)
מאשקע צום דריטן מאל - חחחח ביסט בעסער...
וויכי - מאכסט מיר לאכן ווי אלץ ברענגסטו אריין דיין הצלה'דיגע שומרים'דיגע שפראך אין באנוץ...
פונקט פארקערט - אוואו איך וואוין? ביי ענק איז נישטא קיין געל לייטס?

ענדי וועי, טעינקס פאר די טאנס אוו חיזוק, איט וואס רילי עי פלעדזשור!

===

דורך שמיי_דריי אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:17 pm

ווער בין איך צו זיין א מבין אויף א קריכעדיגע ארטיקל? עס קריכט נישט אראפ פון מיר. זייער שיין באשריבן דו שקרן! אימפאסיבעל אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל. אויף די 1000 תגובה אז עס זאל זיין א ארטיקל בין איך נאך נישט מוותר.

===

דורך איך_הער אום דינסטאג יולי 20, 2010 5:02 pm

ביי די פאר ערשטע עפיזאדן, האבעך ערענסט געטראכט צו איך מעג ווייטער ליינען, אמער, כאדעך הנאה, און ווי טאר מען דאס טון אין תשעה באב, אבער ביים ענדיגן, האבעך שוין געטראכט גאר אנדערש, ווען דען דארף מען אפמאכן אז נאר מיט לערנען וועט מען פטור ווערן פון דעם טויזענט אויגן'דיגן מלאך און אזוי איינמאל פאר אלעמאל מקרב זיין די גאולה, אויב נישט אין תשעה באב.

יישר כחכם.

===

דורך גיי_ווייס אום מיטוואך יולי 21, 2010 3:01 am

חברה האלטס אן אויג אויף מבין'ס תגובת ער קומט שוין באלט אן ביים 1000סטע תגובה
מ'קען אים נישט אזוי אדרוך לאזן.

זייער הנאה געהאט מיבן שכוח

===

דורך שוועמל אום מיטוואך יולי 21, 2010 4:06 am

ריזיג ריזיג מבין...
כ'אב געמוזט ווארטן אויף נאך ת"ב צו ליינען אן ארטיקל פון דעם קאליבער.

דו קריכסט אויפן ריכטיגן שטאפל!

===

דורך חיים של פרנסה אום מיטוואך יולי 21, 2010 5:01 am

ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, וברא נפשות רבות בעולמו, ושלח שלוחו, בארמון מבינו, יתוש שקודמו, ולצפות בציפייתו, על פניו ידו ורגלו, עד זוב דמו, עד שלקחו אותו מכלו, ולקח קולמוסו, לכתב בזשורנאלו, ארטיקל הראשונה לשיטתו, כפי ראות עינו, הגם שכל חבירנו עונים לעומתו, "שקרן שקרינו" האיך יתכן שיעיז פניו, ולומר שאחר מספר כה גדול של תגובותיו, זה ארטיקל הראשונה תחת הבנת מביניו, הלא ניכר בין כותריו, שלשון הקרעטשמע לשונו, מאז ועד עתה ועד בכללו, ע"כ אנו מניחים זה הפשרה בענינו, שזה הארטיקל הראשונה תחת השיחים שלו, מאז ששינה שמו, הלא ראינו בעינינו, האיך דבריו עריבים לחיכתינו, והוא בתוך ענינינו, להבין דבר דיבור על סדר דיבורינו, האיך לסדר סדרינו, חייב אדם ללמוד בלשון רבינו, מייסד קרעטשמתינו, לעולם ישנה בדרך קצרינו, לדבר ולא דבר זה חכמתינו, ועד שבקרעטשמע לא נשבע מטוב ענינינו, ייסדנו "היימישע דזשורנאל" שיכפר בעדינו, שנוכל לסדר גם סדר בדברינו, שנושא זה לא יכנס בדברי חברינו, כדי שבעת חיפושינו, בלוח מפתחותינו, ימצא דברינו, אשכול אשכולינו, במקום כבודינו, להפיג קשיינו, ולחזק רוחינו,

בלייבט נאר איבער צו וואנטשן פאר מבין שליט"א, שיזכה עוד רבות שנתו, דיו אילו ימי קני חורשתו, שיהנה בני עמו, המחכים לקראתו, עוד ינוב בשיבה בתוך קרעטשמתו, לכתוב ארטיקלן כפי ראות עינו, ואנחנו נגיב כפי מדרגתו, סזאל זיך לעבן און טון עם כל קריכתו, זאלן זיי זשומען און גריזלען אין די אויערן בעת שנתו, אבי זיי האבן מצליח געווען דיך ארויסנעמען מנרתיקו, און אונז דעליווערן אזא זאפטיגס און וואס מיר זענען מכיר טובתו.

געשריבן אין די מוד, וואס דו האסט מיר אריינגעלייגט נאך דיין ארטיקל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 11:43 am

ישר כח פוקטליך פארן צוריק ברענגן דעם אזוי געלונגענעם ארטיקעל, וועלכע האט בשעתו אויפגעשאקעלט א וועלט.... (תרתי משמע..)

אויב געדענק איך גוט (גראדע יא..) קומט עס אין דזורנאל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג יוני 13, 2011 2:10 am

מבין, דיין פליגען קלאפער ארבייט נאך ווייל ס'צרות ביי מיר כ'קען נישט איינשלאפען די חברה רודערען ארום דא
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

אפעראציע 'הרג'ע די קאקאראוטש' - א סמעשינג סוקסעס

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 8:59 am

פונקטליכע דעטאלן זענען דערווייל נאכנישט ארויסצוגעבן, אבער כדי אייך נישט צו מאכן נייגעריג, וועל איך בלויז פארעפנטליכן א קורצע ריוויא איבערן כראנאלאגישן סדר פון די אפעראציע.
9:42 - מרת. צולייגער זיצט אין בעדרום און זעהט א קאקאראוטש ארומשפאצירן אין בעדרום ווי א בכור אין טאטנס וויינגארטן, וואס טוט א אשה כשירה?, לויפט אריין אין קאך און זעצט זיך אראפ מיט די פיס ארויף.
9:45 - קלינגט צולייגיס טעלעפאן, און די מיסיס רעדט מיט א געמאכטע רואיגקייט און פארציילט דאס ארגסטע, א קאקאראוטש דרייט זיך דא ווי א בכור אין טאטנס וויינגארטן, און זי פארארדנט צולייגי יעצט אהיימצוקומען, און מסדר זיין דעם ענין, צולייגי לאזט זיך ארויס אויף די יארכע.
9:55 - צולייגי שטאט אפ א וויזיט אין לאקאלן גראסערי, און קויפט איין דאס (בילד נומ.1)
9:59 - צולייגי מארשירט אריין אין הויז מיט א באטל רעיד, און הייבט אן זיכן דעם בכור, (ווי כאילו מיין שלאף צימער איז א וויינגארטן) אבער ער איז נישט צום טרעפן, די בעלת הבית זאגט מען גייט נישט שלאפן ביז מען האט אים.
10:10 - די פרעסע רופט אריין פרעגן וואסי נייעס, און מ'הייבמער אן צו זאגן, און אינמיטן זעה מיר דארט ערגעץ ווי די מאלדינג איז אפאר אינטשעס אפגעטיילט פונעם פאדלאגע, אזוי צווישן די מאלדינג און די פארקעי, ליגט זיך געמיטליך דער שונא נומ. 2 (נומ. איין איז דער מייז כמובן) און מגעב מיר א זאג פאר די פרעסע זאלן לייגן די סיטואציע אויף האלד, ווייל ברעיקינג ניוס עיר קאמינג.
10:11 די פראצעדור הייבט זיך אן, מען נעמט זיך שפריצן און דער ראוטש אנטלויפט, בקיצור נאך א לאנגע פארצויגענע מינוט, איז דער ראוטש געליגן איבערגעדרייט און זיך געווארפן פאר יסורים, מען ווארט צו, און ווען ער ליגט כאבן דומם, נעמט מען אים און מען ווארפט אים אריין אין מיסטקאסטן מורמעלנדיג דערביי די טראדיציאנאלע קאקאראוטשדיגע פרעפלערייען, (פון וואו איך ווייס וואס די קאקאראוטשדיגע פרעפלערייען זענען?, פון דארט ווי אן אמעריקאנער סאלדאט קען די מוסלומענישע פרעפלערייען) און שטייצעך מען מוז אראפטראגן שוין די גארבידזש, אמער ער וועט דאך צוריק לעבעדיג ווערן דארטן ביי די שיריים פון די פלייש און רייז ניין?!.
10:15 מען קומט ארויס צו די פרעסע און מען מעלדט די גוטע נייעס אז דער אפעראציע איז פאריבער מיט א סוקסעס.
צוגעלייגטע
1010048316.jpg
1010048316.jpg (26.71 KiB) געזעהן 1806 מאל
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:26 am

וואו זיצט די משפחה?

גיי אהין מיט דעם פלעשל

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 28, 2011 11:27 am

הייסע פלעשל אראפגענומען פון די קרעטשמע פאליצעס, טא פון וואו זאל איך נעמען דעם פלעשל?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יוני 28, 2011 1:20 pm

גוט צולייגט!

קרעמער ;l;p-

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יוני 29, 2011 12:45 pm

צוקער זיס. יישר כוח.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 01, 2011 1:13 pm

די וועלט זאגט אז מ'הרג'עט איינס, קומען צען צו די לווי', סאו מ'מיניש צוקומען צו קרעמער'ס געזיצעכט'ס.

צולייגי, זייער שיין, לאכטי. איין קלייניגקייט, איזעס געווען עי עם אדער פי עם?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 03, 2011 12:22 pm

באישון לילה, און איך האב נאך נאכדעם געברויכט גיין דאווענען מעריב, און נאכאמאל שטיין אין די ליין אין גראסערי איינצוקויפן ממתקים, כנהוג אצל כל המכחישים בשיטות הדייעט למיניהם זיך אנצופאשען מיט מעדנים וממתקים פארן זיך לייגן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג יולי 04, 2011 4:45 pm

צולייגער האט געשריבן:באישון לילה, און איך האב נאך נאכדעם געברויכט גיין דאווענען מעריב, און נאכאמאל שטיין אין די ליין אין גראסערי איינצוקויפן ממתקים, כנהוג אצל כל המכחישים בשיטות הדייעט למיניהם זיך אנצופאשען מיט מעדנים וממתקים פארן זיך לייגן.

איך האב נישט געוויסט אז צילייגי'ס צווייטע ניק איז שקר הדייעט
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 11:17 pm

קוים וואס מ׳האט איבערגעבויט די קרעטשמע און שוין...




חברה ס׳דא קריכערס, ספיידערס... איר גלייבט נישט? נאט אייך א פיקטשער ליכטיג-שווארץ אויף ווייס

image.jpg

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:50 pm

חחחח! צוקער זיס!
איזי


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט