רבותי!! מ'מעג שוין!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 7:52 am
ס'איז דא געוויסע מענטשען וואס זענען אביסל צוריק געבליבן און פארגעסן אדער זענען זיי פשוט אומוויסענד, זיי ווייסן נישט אז יעדע זאך האט זיין צייט.
ס'איז טאקע דא זאכן וואס און געוויסע זמנים טאר מען נישט, אבער איינמאל די זמן איז פאריבער מעג מען שוין!
און צו אט די אידן שטעל איך דא ארויף מיין אנאנס.
רבותי!! מ'מעג שוין!
יעדער ווייסט אז פאר קנאפע צוויי וואכן צוריק איז כלל ישראל געווען איינגעהילט און טרויער, אידן האבן געקלאגט אויפן חורבן ביהמ"ק.
און שו"ע שטייט אז און די ניין טעג טאר מען נישט טוישן וועש און נישט כאפן קיין טוש,
רבותי!! די ניין טעג זענען פארטיג! מ'מעג שוין טוישן וועש!!
איר ליינט דא מיינע ווערטער און איר קלערט אוודאי וואס איז מיט אום נעבעך געשען, וואס וויל ער דא?
איך וויל נישט גארנישט! איך וויל נאר אז מיינע פאר ווערטער דא זאלן אנקומען צו מיין שכן און שוהל, איך וויל און איך האפ אז מיין שכן וועט ליינען די פאר ווערטער און דאן וועט ער פארשטיין פארוואס איך דריי ארויף די עיר קאנדישן יעדעס מאל ער קומט אריין און זעצט זיך אוועק נעבן מיר.
דער איד פון וועם איך רעד איז א וואוילער איד אבער מיין געוויסן זאגט מיר אז ער ליידט אויפן אף, ווען נישט וואלט ער זיך נישט דערטראגן!
מעשה שהי' כך הי':
היינט ביך איך אויפגעשטאנען עטוואס פריער פון יעדן טאג.
די מקווה ב"ה האט געקלאפט, די וואסער איז געווען די טעמפאטער וואס איך האב געהאפט, יאגן האב איך זיך נישט געדארפט ווייל וואו ערווענט האבן צוריק באקומען היינט די נשמה מיט אפאר מינוט פריער.
די קאווע איז אויך געווען געלונגען..פיין הייס..
מ'האמער נאך געהאט צייט אריין צוכאפן אפאר קאפיטליך תהלים, אלעס איז געפארן פיין און שמייכעלדיג, ביז..
ביז מיין שכן -מיר וועלן אום רופן מר. שטינקער- איז אנגעקומען.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער איז אנגעקומען שפעט און זיך געיאגט ביים מאכן די עטיפה און איך האב זוכה געווען צו א שמייס פון די ציצית, דאס פארגיב איך אום מיטן גאנצן הארץ.
אבער באשעפער... פון וואו נעמט מען אזא גרוך??
וויאזוי פיט אויף אזא קליינע מענטש אזויפיל גרוך??
ווי קומט צו א מענטש דארנעשטיג צופרי א אייער צוויבל/פיש זאפט גרוך??
שבת נאכמיטאג החרשתי, אבער דארנעשטיג צופרי ווי שאפט מען דאס??
פארוואס דארף מיין נאכטמאל ארויף קומען אינמיטן ויושע?
מר. שטינקער, ווייסט איר אז פיצן די ציין מאכט פריש דאס מענטש? פראבירט עס, איר וועט מיר דאנקבאר זיין. ווען ארכעלאגן זאלן טרעפן אייערע ציין וואלטן זיי באשטעטיגט אז דאס איז ציין פון צייטן פון בית ראשון.
אלזא מר. שטינקער פארשטייט מיך ווען איך מאך ארויף די עיר קאנדישן, מיר איז אויך קאלט אבער קעלט פארנעם איך בעסער וואו גרוך! דאס איז מיין טבע. נישט אז ס'העלפט אסאך, אבער אויף אזויפיל טוט עס אויף אז כאטש צושפרייט עס די גרוך אז נאך אידן זאלן נהנה זיין, ס'איז בבחינת מיגי דזכי' לנפשי' וכו'.
אבער היינט נאכן דאווענען איז מיר בייגעפאלן אז אפשר איז דער איז נישט שולדיג, אפשר ווייסט ער פשוט נישט אז מ'מעג שוין?
אויף די א"י אידן זאגט מען דאך אז די סיבה פארוואס זיי ארבעטן נישט איז ווייל מ'האט אמאל אויסגערופן א ביטול מלאכה דארט, אבער מ'האט קיינמאל נישט אויסגערופן אז מ'קען צוריק גיין.
נו, אויז אזוי איז דער איז גארנישט שולדיג, ער האט געלערענט און שו"ע אז און די ניין טעג נעמט מען נישט קיין שויער, און אז תשעה באב בארשט מען נישט די צאן און ביי דעם איז געבליבן,
וועגן דעם בין איך דא און איך רוף אויס:
רבותי!! מ'מעג שוין!
יא, די ניין טעג זענען פארטיג. תשעה באב איז אויך פארטיג! מ'מעג שוין טושן און פיצן!
בל תשקצו איז אויך א לאוו!