ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ניין, איך רעד נישט יעצט פון די סערווערס אויף איי-וועלט... הגם דארט איז אויך נישטא קיין פלאץ, זינט גרויזי האט זיך גענומען סאבאטאזשירן דעם סייט, אבער דאך דארף מען נאכנישט מאכן קיין נייע...

נאר וואס יא?

האסטו צוויי ברירות: 1) אדער גייסטו און לייענסט דעם באשרייבונג צוריקצואוועגס (אבער דעמאלטס וועסטו סטאק ווערן ווען דו קומסט אן אהער...), 2) אדער לייענסטו אין א רייע, ווי א נארמאלער ערוואקסענער מענטש, און וועסט געוואויר ווערן בקרוב פון וואס איך רעד.

אקעי, ווייסטו וואס? איך רעד פון א....

נעה נעה נעה, נישט אזוי שנעל! טראנכקילא!

אקעי, די מעשה גיייט צוריק בערך 65 יאר. ס'האט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסע משפחת ווייס וואס האט זיך געראטעוועט פון אוישוויץ, איז געקומען וואוינען קיין וויליאמסבורג. זיי האבן זיך באזעצט אין א קליינע דירה, זייענדיג א יונג פארפאלק אן קיין קינדער.

ווען זיי זענען מיט די יארן געהאלפן געווארן מיט קינדער, האט דאס הויז אנגעהויבן צו ווערן ענג. קודם האט מען אנגעהויבן צו לייגן זאכן דא און דארט, מ'האט זיך צוזאמגעשטופט, מ'האסט זיך ווי-נישט-ווי מסדר געווען, און אלעס איז געגאנגען כשורה. נאך אלעם האבן זיי זיך געפריידט אז זיי האבן איבערגעלעבט דעם קריג און זיי קענען אינאיינעם אויפשטעלן א פרישן דור, להכעיס פון דעם רשע צורר היהודים ימ"ש.

מיט די צייט האט דער ראש המשפחה - מיר וועלן אים רופן שמואל - אנגעהויבן צו זוכן א פאסיגע פרנסה. אינדערהיים איז ער געווען א טישלער, האט ער אנגעהויבן צו זוכן אזא סארט ארבעט, וואס מ'רופט אין אמעריקע "הענדימען" בלע"ז.

ער האט זיך איינגעקויפט די נויטיגע כלים, א האמער, אפאר נעגל, א צווענגל, שררויפן, א שרויפן-ציער, און נאך אזעלכע וויכטיגע כלים.

ער האט זיך אבער דערזען מיט א פראבלעם. געלט פאר א "טול-באקס" האט ער נישט געהאט, און ער האט נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו האלטן זיינע כלים. ער איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן הויז, זוכנדיג א פאסיגע פלאץ. גראדע האט ער געטראפן דעם עלפטן ברעקל פון פאראיאר בדיקת חמץ... אבער א פלאץ צו האלטן זיינע כלים האט ער נישט געהאט.

זיין געטרייע אשת חיל האט אויך געהאלפן מיט'ן זוכן, ווען פלוצלינג געט זי א געשריי: שמואל, דא, איך האב א גוטע פלאץ!

שמואל קומט צו לויפן. ער זעהט ווי ס'אשת חיל זיינע שטייט ביי א לעדל אין קיך, און ווייזט אן אויפ'ן ליידיגן שטח דערינען. אינעם לעדל האבן זיי געהאלטן די עסצייג, אבער וויבאלד ס'איז נישט געווען צופיל דערפון, איז נאך געבליבן אביסל פלאץ דארט.

שמואל האט זיך געפריידט צום געוואלדיגן מציאה, און ער האט גלייך אהינגעלייגט אלע זיינע כלים.

דריי חדשים שפעטער. שמואל האט געקויפט אביסל שרייב-געצייג צו קענען האלטן חשבונות אויף די הוצאות הבית. מ'קען מיינען, מ'רעדט ס"ה פון א פעדער און א פעקל פאפירן.

איז וואו לייגט מען עס?

אה, מ'האט דאך שוין א לעדל וואו ס'איז נאך דא אביסל פלאץ, האט מען אהין אריינגעשטעלט די פרישע גאסט, ויהא מונח עד שיבוא ראש חודש.

א שטיק צייט שפעטער. ביי שמואל האט זיך צעבראכן א שענקל. די מלאכה פון פארריכטן קען ער טאקע, אבער קיין קלעב (גלו בלע"ז) האט ער נישט געהאט. איז וואס טוט מען ווען מ'האט נישט? טוט מען וואס די זיידעס האבן געטון: מ'גייט ארויס קויפן.

קומט ער אהיים מיט א פלעשל משוגענע קלעב (נישט קיין קרוב מיט משוגענע קועלע), און מיט זיינע צוויי געלונגענע הענט האט ער שנעל פארראכטן דעם שענקל.

אבער וואו לייגט מען דעם פלעשל קלעב?

וואס הייסט וואו? אינעם זעלבן לעדל. דערווייל איז נאך דא פלאץ, און דער לעדל איז א סבלן.

א יאר דערויף האט זייער בעריש'ל אנגעהויבן צו גיין אין חדר. אנפאנג יאר האט ער געטראגן אן "אלף בינה", און ער האט געלערנט פלייסיג און שטארק געשטיגן. נאך א שטיק צייט ווען מ'האט שוין געענדיגט דורכלערנען דעם ספר, האט בעריש'ל דאס אהיימגעברענגט, אינגאנצן צעריסן און צעקנייטשט. אידיש נחת.

איז וואו לייגט מען דאס?

וואס א שאלה? אין לעדל!

מיט די צייט האבן אין דעם לעדל זיך געטראפן דאס פלאץ: א סטעיפלער, א יו"ט ערליך קאסעטע, אן אויסגעבויגענע הענגער, אן איבריגע "פיוז", אביסל פרעצל געבאקן נאך פסח, און נאך 386 אייטעמס.

ביי די שכנים האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט דעם געדאנק פון האבן א כל-בו לעדל פאר יעדע זאך וואס האט נישט קיין באשטימטע פלאץ, און אלע האבן אנגעהויבן דאס נאכצומאכן. פארשטייט זיך אז דער קרעדיט איז געגאנגען צו משפחת ווייס, חכמת נשים בנתה ווייסע, וועלכע איז אויפגעקומען מיט דעם געניאלן המצאה.

פעסט-פארווערד 50 יאר. היינט האט יעדע אידישע משפחה אזא לעדל, ויקרא שמו בישראל "דזשאנק לעדל". ווער ס'האט נישט, זאל זיך ביטע גיין מגייר זיין און נאכדעם קומען קאמענטירן.

למעשה האט זיך מיין דזשאנק לעדל יעצט אנגעפילט. און וויאזוי זאגט נאר מאשקע אויפ'ן קעפל: "ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע"...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'האב א איבריגע שמייכל, ווילסטעס לייגן אין דיין ניי זשאנק לעדל?

יישר כחכם. מיר האבן הנאה געהאט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאשקע, איך קענדיר נישט געבן א עצה אויף א זאך וואס איך פארשטיי נישט, דו מוזט פונקטליך ארויסשרייבן וואס דארט ליגט, און ווען מ'האטעס אריינגעלייגט, און פארוואס ס'האט נישט געהאט קיין פלאץ ערגעץ אנדערש... און ווען דו שרייבסטעס, מוזעס אויך גיין מיט א משל נמשל, כדי צו צוברעכן די הויזן...

איי מאשקע, דו האסט נאך איידעס? איך האב נאך מילצן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

חחח
מאשקע הער מאנייצע.
דו פאק נאר אויס דעם לעדל פון אלע פאפירלעך דארט, אנגשריבן מיט וואוילע ארטיקלן, פאק אויס און מיר וועלן הנאה האבן. זה נהנה וזה בענענע..

זאג
נאר פון וואו דען שפראצן לעצטנס די אלע זיסע מאשקע ארטיקלען, אויב נישט פון יענע אנגעפאקטע דזשאנק לעדל, וואס די מאשקע'ס האבן זיך גענומען איבער זיינע ביינער?..
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

שכח מאשקע, זאל איך אויך שרייבען מיין לעדל זשאוק?, נעה סאיז קארני,
עניוועיס מאשקע, ווי שטענדיג, א באשרייבינג צום שמייכלען און צום לאכן, כה יתן וכה יוסיף
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך גלייב נישט מאשקע, דו האלטס נאך ביי די ערשטע לעדל?
ביי מיר האלט עס שוין ביי די דריטע קע"ה,
מאך נישט קיין עסק, מאך א צווייטע, וועסט מיר דאנקבאר זיין.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

נאך גוט איך האב עס נישט געליינט צוריק וועגס.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

טשיגענער אפשר קומסטע מיר אויפהייבען??
כהאב אזוי געלאכט אבער ניטש געהאט קיין פלאץ און מיין קליינע דירה ווי אראפצופאלעלן, נו וואס מיינסטע וואו פאלט מען? נעוואדע (נישט די סטעיט) און דזשאנק לעדל, אאווטטש
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מען דארף צוריק ארויסנעמען דעם חחחחית קיבוארד פונעם דזשאנק לעדל...
חחחחחחח
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

איך לאחין אין לאך.. דער מיט זיינע וואנזיגע איידיעס.. אפשר איז עס טאקע געוווארן אנגעפילט לעצטענס וועגן דעם נייעם מיני וואס האסט זיך לעצטענס איינגעשאפט..

לאך נישט ס'איז דא מענטשן וואס פירן זיך עס צו לייגן אין זשאנק לעדל די ערשטע חודש צו מער..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביז מיט עטליכע יאר צוריק האט מיין שטוב נאך אויך פארמאגט אזא סארט טרויעריג-בארימטע 'יאנק-לעדל' (אפפאל-שיפלאד אויף יעקיש), אבער ויהי היום, איין שיינעם טאג האב איך באשלאסן - מיט די הילף פון די בעל-הבית'סטע - צו מאכן ארדענונג איינמאל פאר אלעמאל, און פון דאן ביז אהער איז קיין זכר צו דעם לעדל ניטא!

וואס האט מען געטוהן?

פונקט וואס די רשעים ימ"ש! א סעלעקציע!

יעדע באשטאנדטייל וואס איז גענוצט געווארן אין לויף פון די פארגאנגענע יאר-זיבן איז אריין אין א געווענליכן שענקל, און יעדע צעטל וואס איז סתם ארומגעליגן פאר א בלויען-פרימארגן ווען עס וועט מעגליך צונוצקומען, איז גלייך געשיקט געווארן צו די שווארצע יאר אין מיסט-קאסטן אריין.

מיינט אבער נישט אז דער לעדל איז היינט ליידיג ווי די פוסטע נאכט... אבערוואז. עס איז א מלחמה כבידה, און פון צייט צו צייט געלונגט דעם שונא זיך צוריק ארגאניזירן, אבער איטליכע מאל די פאדלאגע פונעם שיפלאד זעט זיך מער נישט ארויס, ווערט דערקלערט א "מיני ערב פסח סעזאן" און מען מאכט ווידער א סעלעקציע, וחוזר חלילה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער עולם איז געלאדענט ארויפצולייגן בילדער פון די דזשאנק-לעדלעך... במקום שאין חשש גילוי כלל, כמובן...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ביי אונז איז נאך אפשר יא דא פלאץ, אבער מ'קען עס נישט עפעפנען צוליב צוויי סיבות. איינס פשוט פראקטיש גירעדט - ס'גייט נישט. צווייטענס, די באמב-סקוואד לאזט נישט צוליב די געפאר אז פון די כל-ערליי זשאנק מאטריאלן קען אויפרייסן א "היימיש" געמאכטע באמבע...

גראדע מיין היספאנישע שכן פארמאגט אויך אזא לעדל. ווארשיינליך שטאמען זיי פון די אנוסים.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פארדינט אום זונטאג יוני 27, 2010 7:07 pm

יושששש, הצלה!!! הצלה!!! יוש הייב מיך אויף פון דער ערד....
אלעס האסטו מיר אויסגעגאסן, די גאנצע דזשאנק (נישט פון לעדל) ראלצעך אויפן פלאר.....
די מעשה איז, ביי מיר אינדערהיים איז דא עטליכע אזאנע פלעצער, ויקרא שמו בישראל דזשאנק פלאץ.
אלענפאלס (גוט געספעלט?) דעי וואך מוצ"ש איך קום אהיים פון סעמעדרעש און מיין ווייב קומט מיר אנטקעגן מ ז ל ט ו ב!!!!! וואס איז פרעג איך. גארנישט איינע פון א.ג. פלעצער האט זי פיינעלי אפגעליידיגט, שטייצעך ס'האט נישט צי לאנג אנגעהאלטן ס'אישוין צוריק פיל....
אהה שוין, די הצלה איז שוין אוועקגעגאנגען ב"ה. שכח

פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
פארדינט
שר חמישים ומאתים
הודעות: 260

--------------------------------------------------------------------------------

דורך מבין נומ 1 אום זונטאג יוני 27, 2010 7:51 pm

פון וואו???? גאט אין הימל, פון וווווואו???

פון וואו נעמט מאשקע די זיסע אריגינעלע איידיעס?

תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
מבין נומ 1
שר חמש מאות
הודעות: 972


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דארפסמאן אום זונטאג יוני 27, 2010 9:23 pm

איך זיך נישט געווענטליך א נייע. נאר איך נעם מיך מאכען סדר , און ביז א שעה 2 האב איך שוין 2-3 אונגעפילטע גארביטש בעגס מיט גארביטש

הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
הודעות: 4883


--------------------------------------------------------------------------------

דורך פאטאקי08 אום זונטאג יוני 27, 2010 9:29 pm

_
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

http://www.watercomputers.comפאטאקי08
שר האלפיים
הודעות: 2665


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שאץ מאץ אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:19 am

אפשר א דשאנק לעדל, אבער נישט קיין דשאנק ארטיקל....

איך ווארט שוין לאנג,
ווי אריין צו ווארפן יעדן דשאנק,
אבער צו מאכן אזא געדאנק,
און אויסצוטרעפן אזא גאנג,
פאל איך ממש אראפ פון באנק,
און איך מוז דיר זאגן א דאנק,
און זינגען מיט געזאנג,
ווייל מיינע מילצן זענען שוין באלד קראנק,
זאלסט נאר מיטן די אלע ארטיקלען אנהאלטן לאנג,
מ'זאל נישט מוזן מאשקע ציען ווי מיט א צוואנג,
נאדיר א גרינע פאר א געשאנק,
(קענסט עס אליינס אויפזיכן)

http://shatzmatz.blogspot.com/שאץ מאץ
שר האלף
הודעות: 1647


--------------------------------------------------------------------------------

דורך צייטליך אום מאנטאג יוני 28, 2010 10:45 am

אויפן בקשה פונעם פותח האשכול וועליך זיך גיין מגייר זיין איידער איך קאמענטיר אויפן ארטיקל.

פאר דעם ארטיקל אליין. פשוט צו קענען שפירן פון וואס ער רעדט וועליך שוין גיין מאכן איינס אינדערהיים, עטליסט ביז מיין ווייב קומט אהיים פון קאנטרי וועט עס קענען אנהאלטן..

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צייטליך
מ. ראש הקהל
הודעות: 7418


--------------------------------------------------------------------------------

דורך אונגארישער אום מאנטאג יוני 28, 2010 12:33 pm

מאשקע איז בעק פול פארס
ער האט געליינט זיין ארטיקל ציריקציוועגס
אין געווארן יונגער מיט אפאר יאר

מיר וועלן דאס מאל מאכן זיכער די ווערסט גיט סטאק דא אין פיניש

סיי די וועי דיין עצה האב איך שוין מקיים געווען ,
מיר האבן געמאכט א עקסטערע JONK לעדל פאר אלע מעמבערס אין די אונגארישע געזינדל,

אפילו די שטעקעלעך פין די אייסעס פאפס קימען אן דארט

THANKS KEEP UP THE GOOD WORK
אונגארישער
שר חמש מאות
הודעות: 710
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח פאר דער קוטשער פארן שיקן בלאט 2

דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג יוני 28, 2010 2:09 pm

מאשקע, די ארטיקעל איז א שטיק דזשאנק! ס'טעגעזעהן אזאנס? האקט מיר אריין אין כל הקאטשעניא לנו? הער, כ'גיי מיין דזשאנק לעידל נישט פארשעמעווען פאר כל הויזן דעלמא נישט! האסט געהערט? אויב נישט, זיידעך מגייר, צייטליש האט די נומבער פונען בעסדין!

כ'האב געקויפט נאך די חתונה קאנטינערס, און וועליכע דזשאנק ס'וויל אויסמיידן צו ווערן "אינסינערעיטעט" טרעפט זיך דארט דאס פלאץ. ס'א בפירושע פסוק, ונתת שם מקום לנוס שם רוצח.

הויכער מאקשע: קענסט גיין נעמן צוויי גרינע פון מיין דזשאנק באקס, ס'ליגט אונטער די געלע רינדיגע סמיילי.

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]שמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 379


--------------------------------------------------------------------------------

דורך אלטעבחורל אום מאנטאג יוני 28, 2010 2:48 pm

אקעי, שמאנצקעס אין א זייט געלייגט. איך שפור פיל בעסער ווי א זיצן אין א דזשאנק לעדל אין נישט נוצן מיין פארשמאנצע קי-בארד, דא קומט מאשקע אין שלעפט ארויס די וויזויהייסטעס.

מען קען זאגן בפה שמאנץ: אין בין שמאנצקע למאשקע אלא ארטיקל בלבד, ונכון הוא!
אמאי אין לו שמאנצקעס עוד? וודאי יש לו! אלא חדש. נו, ווען גייט מען בויען די נייע?

מאשקע איך גיי טאאאנס פאר דיינע סחורה, קיפ שמאנצינג.

ווען 'רגַלי' זאל ווען טאקע מיינען 'מיי-פוט' - וואלט די וועלט ווען געשטאַנען אויף 'הינער' פוס. אזוי?! "מיי פוט..."
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
הודעות: 1069


--------------------------------------------------------------------------------

דורך צייטליך אום מאנטאג יוני 28, 2010 3:10 pm

אלטער. איך גיי נאך 2 מאל איבערליינען דיין תגובה. אויב פארשטיי איך נאך אלץ נישט אלעס וועל איך דיר דאן איבערפרעגן...

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צייטליך
מ. ראש הקהל
הודעות: 7411


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום דינסטאג יוני 29, 2010 5:06 am

מושקה מושקה!
וויבאלד איך האב נאך גארנישט אריינגערעדט ביז היצט וועסטו נאך ח"ו זאגן מדמאשקע שוואַמ'ילע דניחא ליי, וויל איך דיר זאגן אז איך בין מוחה בחמיצות נוראה, האסט געהערט?! זאלסט דיך נישט פייגן, 'שטאנען?

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7254


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמערי בערי אום דינסטאג יוני 29, 2010 10:36 pm

יאפטשיק מאשקע! קאנגרעס-טשולעישאנס. מאשקע, סטילל רימעמבערינג דע אלד גוד טיימס ווען מאשקע'ס פעדער האט געגאסן עמערס... איי וואו נעמט מען היינט אזאנעם... כ'מוז דא ענדיגן ווייל בקרוב ווער איך עמאושענעל...

יוי בין איך אלט! איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אלט ווי יעצט!
שמערי בערי
ראש הקהל
הודעות: 7686
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ח חח
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p-
אוועטאר
קאפיבארא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:44 pm

Re: ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיבארא »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
;l;p-
מאשקע איז האט פונקט היינט באזוכט אויף אייוועלט נאך 25 טעג נישט אריינלאגן.
בילד
אוועטאר
קאפיבארא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:44 pm

Re: ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיבארא »

@מאשקע ;a-1;
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”