בלאט 5 פון 5

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 19, 2011 11:53 am
דורך צים פינטעל
טענקס א מיל

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 12:22 pm
דורך ווינקל
א מעשה פאר שבת?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 6:43 am
דורך msp
סוף מעשה במחשבה תחילה....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 11:57 am
דורך מכטי1
יקותיאל, פרישסט מיך אויף מיט די אלע אלטע מעשעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:38 am
דורך יקותיאל
דער קדוש פון מעץ
[/center]
מעץ איז אן אלטע שטאט אין דער פראווינץ פון לאטרינגען אין פראנקרייך. אידן האבן זיך באזעצט אין דער שטאט מיט איבער א טויזנט יאר צוריק. אלע דאקומענטן זאגן עדות, אז אידן האבן געלעבט אין מעץ אין 9טן יארהונדערט.

גרויסע רבנים-גאונים האבן פארנומען דעם כסא-הרבנות אין דער דאזיגער שטאט. צווישן די בארימסטע פון זיי זענען געווען: רבי יונה תאומים פראנקעל, רבי יעקב יהושע פאלק דער מחבר פון "פני יהושע", רבי יהונתן אייבשיץ, און רבי ארי' לייב דער "שאגת אריה".

די געשיכטע פון די אידן אין מעץ איז אין פיל הינזיכטן ענלעך צו דער געשיכטע פון אנדערע אידישע קהילות אין אייראפע אין מיטל-אלטער. עס האבן נישט אויסגעפעלט גזירות און רדיפות, און אמאל אויך א גירוש, ווען די אידן זענען אינגאנצן ארויסגעטריבן געווארן. אין דער צייט פון די קרייצטרעגער אין יאר 1096 זענען 22 אידן אומגעקומען אין מעץ על קידוש השם. אין יאר 1322 זענעון א צאל אידן פארברענט געווארן לעבעדיקערהייט דורך א בילבול, אז זיי האבן פאר'סמ'ט די ברונימער און געבראכט א מגיפה אויף די קריסטן. א שרעקלעכער בלוט-בילבול איז פארגעקומען אין מעץ אין יאר ה'ת"ל (1670 למס'), און מיר ברענגען דא די געשיכטע פון דער דאזיקער טרויעריקער פאסירונג.

א.

אין א דארף, באלבען, נישט ווייט פון דער שטאט מעץ, האט געוואוינט א פרומער איד, רפאל הלוי. אלע וועלכע האבן אים געקענט, סיי אידן און סיי, להבדיל, גויים, האבן אים געאכטעט, ער איז געווען באקאנט אלס א שטילער, פריינטלעכער מענטש, וואס האט אלעמען באהאנדלט מיט ערליכקייט און כבוד.

רפאל הלוי פלעגט אפט רייטן אויף זיין פערד אין שטאט אריין איינצוקויפן זיך פארשידענע נויטווענדיקייטן פאר זיין הויזגעזונט און פאר דעם גוט וואס ער האט פארוואלטעט.

איינמאל, בשעת ער האט געריטן אויף זיין פערד, האט ער אויפן וועג באגעגענט אן אומבאקאנטן רייטער, ער האט אים פריינטלעך באגריסט און האט ווייטער געריטן.

עס האט זיך געמאכט, אז מיט א טאג פריער איז פלוצלונג פארשוואונדן געווארן א יונג קריסטלעך מיידל. די טאכטער פון א פויער אין א דערבייאיקן דארף. ווען דאס מיידל איז יענע נאכט נישט געקומען אהיים שלאפן, זעאנען אירע עלטערן געווארן אומרואיק. איר פאטער איז גאנץ פרי ארויסגעפארן קיין מעץ, צו זוכן זיין טאכטער און מעלדן וועגן איר פארשווינדן. אויפן וועג האט ער באגעגנט דעם זעלבן רייטער, וואס רפאל הלוי האט פריער באגעגנט. ער האט דעם אומבאקאנטן רייטער געפרעגט די זעלבע פראגע וואס ער האט געפרעגט יעדן איינעם וואס ער האט באגעגנט אויפן וועג, צי ער האט נישט אמאל געזען א יונג מיידל, זיין פארשוואונדענע טאכטער?

דער רייטער האט מסתם געוואלט א שפיל טאן זיך מיט דעם באזארגטן פויער, אדער ער האט געוואלט פשוט מאכן א בילבול אויף די אידן, האט ער געענטפערט דעם פויער, אז ער האט פריער טאקע באגעגנט א אידן אויף א גרויען, געפלעקטן פערד, וואס האט געפירט א קליין מיידל מיט זיך. אהא! האט ער צוגעגעבן, "איצט פארשטיי איך שוין, פארוואס ער האט אויסזגעזען פארדעכטיק... ווער ווייס וואס ער האט געהאט אין זינען צו טאן מיט דיין טאכטערל..." אפגעזאגט דעם פזמון, האט דער רייטער געגעבן א יאג זיין פערד און האט אוועקגעריטן מיט א גאלאפ.

דער פויער איז פארציטערט געווארן פון דעם וואס ער האט געהערט, אין קאפ זענען אים איינגעפאלן פארשידענע שרעקלעכע געדאנקען, דערמאנענדיק זיך, אז אלע יאר פאר פסח פלעגט ער הערן פון זיין גלח, אז אידן נוצן קריסטלעך בלוט אין מצות און אין וויין, און אז דעריבער דארפן די קריסטן היטן זייערע קינדער... גראדע איז איצט די צייט געווען נישט זייער לאנג צו פסח...

א צושראקענער און פארצווייפלטער איז דער פויער געקומען צולויפן אין דער פאליציי פון מעץ און האט די באאמטע דערציילט וועגן זיין פארשוואונדענער טאכטער, ווי אויך דאס וואס ער האט געהערט פון דעם אומבאקאנטן רייטער אויפן וועג.

ב.

דער שעף פון דער פאליציי האט גענומען די אויספארשונג אין זיינע אייגענע הענט. ער האט פאנאנדערגעפרעגט דעם פויער און אנדערע פויערים וועגן דעם אידן מיט דעם גרויען געפלעקטן פערד. און די אויספאראשונג האט געפירט צום פארדאכט, אז דער איד רפאל הלוי פון באלבען זאל זיין דער וואס האט פארשלעפט דאס פארשוואונדענע קריסטלעך מיידל.

איצט האט דער פאליציי-שעף געדארפט בלויז ארעסטירן דעם אידן און צוווינגען אים צו מודה-זיין זיך אין דעם פארברעכן. אבער דאס איז נישט געווען אזא לייכטע זאך. די שטאט מעץ האט באלאנגט צום קעניג לואי דעם 14טן פון פראנקרייך, אבער דער דארף באלבען האט באלאנגט צום פירשטנטום פון לאטרינגען. כדי צו באוועגן דעם פירשט פון לאטרינגען ארויסצוליפערן דעם אידן רפאל הלוי צו די הערשער אין מעץ, וואלט מען זיך פריער געדארפט ווענדן צום קעניג לואי פון פראנקרייך, און דאס איז געווען פארבונדן מיט א קאמפליצירטער און לאנגדויערנדער דיפלאמטישער פראצעדורע, און דערוויילע וואלט זיך דער פארדעכטיקער אפשר ארויסגעדרייט.

דעריבער האבן זיך די הויפט שטאט-באאמטע פון מעץ, צוזאמען מיט די פירער פון דער קירך, באראטן ווי אזוי דורכצופירן דעם בילבול אן דעם קעניג'ס אינטערווענץ, און זיי זענען איינגעפאלן אויף א פלאן, היות ווי דער איד רפאל הלוי ווערט באשולדיקט, אז ער האט געבראכט דאס מיידל אין מעץ, במילא פאלט דער חשד אויך אויף די פירער פון דער אידישער קהילה אין מעץ, אז זיי זענען פארמישט אין דעם מארד צוליב רעליגיעזע צוועקן. דעריבער איז די פליכט פון די אידישע פירער פון מעץ איבערצוריידן דעם אידן רפאל הלוי ער זאל זיך פרייוויליק איבערגעגבן אין די הענט פון דער מעצער פאליציי, כדי צו שטעלן זיך פאר דעם געריכט. אויב ער קען באווייזן זיין אומשולד, וועט דאס זיין גוט פאר אלעמען, אויב אבער די אידישע פירער וועלן זיך אנטזאגן מיטצוהעלפען און ברענגען דעם באשולדיקטן פארן געריכט, וועט דאס זיין דער בעסטער באווייז, אז זיי זענען אויך פארמישט אין דעם מארד.

פארשטייט זיך אז די אידישע פירער זענען געווען איבערצייגט אין דער אומשולד פון רפאל הלוי. זיי האבן גוט געוואוסט, אז דער גאנצער ענין איז א ווילדער בילבול. און אז זיין אומשולד וועט זיכער ארויפשווימען אויף דער אויבערפלאך. זיי האבן דעריבער צוגערעדט רפאל'ן איבערצוגעבן זיך צום געריכט אין מעץ, וואו ער וועט זיך קענען ריינוואשן פון דער באשולדיקונג און אזוי ארום אויך ראטעווען די גאנצע קהילה פון א צרה.

רפאל הלוי האט נישט געהאט קיין צוטרוי צו דער קריסטלעכער "גערעכטיקייט", ער האט געוואוסט, אז אויב ער גיט זיך איבער צו דער מאכט אין מעץ, שטעלט ער זיין לעבן אין א גרויסער סכנה. אבער פון דער אנדער זייט האט ער געהאלטן פאר זיין פליכט איינצושטעלן זיין לעבן כדי צו ראטעווען זיינע אידישע ברידער אין מעץ. ער האט דעריבער באשלאסן, אז ער וועט זיך איבערגעבן צו דער מאכט, און זאל דער אויבערשטער פירן ווי בא אים קומט אויס.

רפאל הלוי איז געקומען אין מעץ און האט זיך איבערגעגעבן צו דער מאכט, מ'האט אים תיכף געשמידט אין קייטן און אריינגעווארפן אין תפיסה.

טעג און וואכן לאנג האט רפאל הלוי געשמאכט אין דער תפיסה. פון צייט צו צייט האט מען אים גענומען אויף א פארהער, און מ'האט פון אים געפאדערט ער זאל זיך מודה זיין אז ער האט דערמארדעט דאס קריסטלעך מיידל, כדי צו באנוצן איר בלוט פאר מצה און וויין אויף פסח. רפאל הלוי האט פארשטייט זיך אפגעווארפן אלע באשולדיקונגען, און האט זיך אנטזאגט צו מודה זיין זיך אין אזא ארויסגעטראכטן בילבול. מ'האט אים געפייניגט מיט אלערליי יסורים, אבער ער האט זיך בשום אופן נישט מודה געווען.

במשך פון דער גאנצער צייט וואס רפאל הלוי האט געשמאכט אין תפיסה האבן די פירער פון דער קהילה פון מעץ זיך באמיט אויף אלע וועגן צו באפרייען זייער אומשולדיקן ברודער, אבער אלע זייערע באמיאונגען זענען געווען אומזוסט.

ג.

אין דער צייט ווען די "אויספארשונג" איבער רפאל הלוי'ן איז אנגעגאנגען אין מעץ, האט זיך דער אמת'ע מערדער פון דעם פויער'ס טאכטער פריי ארומגעדרייט אין א דערבייאיקן דארף. ער איז געווען א שיכור, און ער האט זיך אפט געקריגט מיט אנדערע גויים. זיין נאמען איז געווען דזשאן און מ'האט איהם גערופן "דער רויטער" זשאן, צוליב זיין רויטער בארד. דער יונגער פויער האט אויך אלעמען אנגעווארפן אן שרעק, ווייל ער איז כמעט שטענדיק געווען שיכור, און ער האט געקענט צעשלאגן און ממית'ן יעדן איינעם וואס האט זיך געפונען נעבן אים. איינמאל, שיכור'ערהייט האט ער זיך בארימט פאר א דארפישן לערער אז ער האט דערמארדעט דאס מיידל, כדי צו נקמה נעמען פון איר פאטער.

דער לערער האט וועגן דעם דערציילט דעם עלצטן פון דארף, און יענער האט איבערגעגעבן דאס צו די מאגיסטראטן אין מעץ. אבער די ריכטער האבן דאך נישט געזוכט דעם אמת, נאר זיי האבן נישט געוואלט דורכלאזן אזאר געלעגנהייט צו "באווייזן", אז אידן באנוצן זיך מיט קריסטלעך בלוט פאר רעליגיעזע צוועקן, און פאראיינס פטור צו ווערן פון דער אידישער קהילה אין מעץ. די אויספארשער האבן ווייטער פארגעזעצט זייערע פארהערן און פייניקונגען. עס האבן זיך ארויס געשפראצט "עדות" וועלכע האבן עדות געזאגט, אז זיי האבן מיט זייערע אייגענע אויגן געזען ווי דער רפאל הלוי שלעפט מיט געוואלד א קריטלעך מיידל אין דער געטא פון מעץ. רפאל הלוי'ס לאגע איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

אין א געוויסן טאג האט מען ארויסגעשלפעט דעם קערפער פון דעם "רויטן זשאן" פון טייך, עס איז געווען קלאר, אז ער איז דערמארדעט געווארן. צעשטאכן אויף טויט. די פאליציי איז באלד דערגאנגען, ארז דער מערדער איז נישט קיין אנדערע ווי דער פאטער פונם פארשוואונדענעם מיידל. ער האט זיף אויך תיכף מודה געווען, אז דאס האט ער דערשטאכן דעם "רויטן דזשאן" דערפאר וואס ער האט דערמארדעט זיין טאכטער.

איצט האט שוין קיין צווייפל נישט געקענט זיין, אז רפאל הלוי איז אינגאנצן אומשולדיק, אבער, ווי געזאגט, די ריכטער און די גלחים האבן דאך נישט געזוכט דעם אמת'ן שולדיקן, נאר האבן געוואלט "באווייזן" רפאל הלוי'ס שולד. די ארטיקע קריסטליכע סוחרים האבן אויך געזוכט אפצולעקן א ביינדל דערפון, ווייל זיי וועלן פטור ווערן פון די אידישע סוחרים, זייערע קאנקורענטן. עס האבן זיך שוין באוויזן מענטשן אין די גאסן, וועלכע האבן געהעצט די קריסטן צו מאכן א פאגראם אויף די אידישע "מערדערס" און "בלוטזויגערס", די אידן אין מעץ האבן זיך געפונען אין ערנסטער געפאר.

ד.

ענדלעך איז געקומען דער טאג וואס איז באשטימט געווארן פאר דעם משפט פון דעם באשולדיקטן אידן, רפאל הלוי. קיינער האט נישט געצווייפלט, וואס דער אורטייל וועט זיין, כאטש דער באשולדיקטער האט זיך מיט איין ווארט נישט מודה געווען אין דעם פארברעכן. אבער די "באווייזן" זענען געווון גאנץ גוטע פאר די ריכטערס. דורכגעדרונגען מיט אידן-האס. און מיט רציחה און רויב, האבן די ריכטער געפונען דעם באשולדיקטן שולדיק אין דער מארד, און זיי האבן אים פארמשפט בארברענט צו ווערן לעבעדיקערהייט, און זיין גאנצן פארמעגן זאל אריבערגיין צו דער קירך.

צוזאמען דערמיט, האבן זיי אויך ארויסגעטראגן אן אורטייל איבער די אידן אין מעץ, די "שותפים" אין דעם פארברעכן. דער אורטייל איז געווען, אז זיי מוזן אלע ארויסגעטריבן ווערן פון דער שטאט און פארלירן זייער פארמעגן.

די אידן פון מעץ זענען געווען דערשיטערט פון דעם פאלשן און מערדלעכן אורטייל קעגן רפאל הלוי'ן און קעגן זיי, וואס איז אויך געווען א פאלשער אורטייל קעגן דעם גאנצן אידישן פאלק. דער נידערטרעכטיקער און אומפארשעמטער בלוט-בילבול אין מעץ איז טאקע נישט געווען דער ערשטער און נישט דער לעצטער, אבער די אידן פון מעץ האבן דערביי ווייניק וואס געקענט טאן. די דעלעגאציע וואס זיי האבן געשיקט צום קעניג לואי דעם פערצנטן האט נישט געקענט פועל'ן בא דעם "ליבארלן" קעניג מבטל צו מאכן אזא שרעקליכע אומגערעכטיקייט קעגן די אידן. ער האט בלויז אפגעשטעלט דעם גירוש פון די אידן פון מעץ און פארביטן דעם אורטייל אויף א גרויסער סומע געלט-שטראף און פארגרעסערטע שטייערן. דער אורטייל קעגן רפאל הלוי איז געבליבן נישט געענדערט.

איינגעוויקלט אין טלית און תפילין איז רפאל הלוי געגאנגען צום שייטערהויפן. די ווילדע, העסלעכע אויסרופן פון דעם קריסטללכן המון, וואס האט זיך פארזאמלט צוצוקוקן זיך, ווי דער איד ווערט פארברענט, האבן אויף רפאל הלוי'ן נישט געמאכט קיין איינדרוק. ער איז געגאנגען מיט שטאלץ, מיט א געהויבענעם קאפ, און אין הארצן האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן וואס ער האט אים געגעבן כוח אויסצוהאלטן אלע יסורים און נישט מודה זיין זיך אין דעם גרויזאמן בילבול, און אויך נישט אריינציען אין דעם אנדערע אומשולדיקע אידן.

און בשעת די פלאמען פייער האבן זיך פאנאנדערגעברענט אונטער אים, האט ער גענומען זאגן אויפן קול די תפילה "עלינו לשבח" א לויב געזאנג צום אויבערשטן, וואס אויך אנדערע קדושים האבן געזונגען גייענדיג אויף קידוש-השם. הי"ד.

דער הייליגער רוזינער שטעלט משקה פאר איינער וואס איז שוין אויף דעם עולם העליון


אמאהל ווען דער הייליגער רוזינער זצ"ל איז נאך געווען א יונגערמאן, און איז נאך נישט געווען אזוי באוואוסט אויף דער וועלט, האט אין א שטעטיל נעבן רוזין געוואוינט א גביר וואס ער האט זייער שטארק געשטיצט דעם הייליגן רוזינער, כמעט דריי פערטיל פון זיינע הוצאות הפרנסה האט ער געגעבן פון זיין אייגענע קעשענע. און באוואוסט איז דאך אז דער הייליגער רוזינער האט זיך געפירט זייער ברייט, און געפירט א ברייטער רבי'שע הויף ווי ביי א קעניג, דאס האט דעם גביר אפגעקאסט גרויסע געלטער אלע וואך. אבער פון אויסהאלטן אזא גרויסע צדיק קומט אריין די ברכה, איז קיין וואונדער נישט אז דער מענטש איז געווארן רייכער פון טאג צו טאג ממש חוץ לדרך הטבע. דער באשעפער האט אריינגעשיקט א ברכה אין זיין פארמעגן און דאס האט זיך געמערט כסדר. מיט וואס נאר ער האט געהאנדלט האט ער איינגעזעהן די ברכה.

מיט יארן שפעטער ווען דער הייליגער רוזינער האט שוין געווואוינט אין סאדוגער האט ער האט זיך געקויפט שיינע גיטער און גאנצע דערפער ביז ער האט האט שוין געהאט כמעט ווי אן אייגענע לאנד.

אין די אלע דערפער וואו ער האט איינגעקויפט פון פריצים האבן געווואוינט אידן, וואס האבן געהאט שענקען און קרעטשמעס צוזאמען מיט גאסט-הייזער און געוועלבן וואס פון דעם האבן זיי געצויגן זייערע פרנסה דורכן יאר. אבער ווי דער גביר האט אפגעקויפט די אלע דערפער, - איז אריין א משוגעת אין זיין קאפ - האט ער גלייך ארויס געלאזט א באפעל אז אלע אידן זאלן זיך ארויס ציען און ליקווידירן זייערע געשעפטן וואס זיי האבן ביז יעצט געפירט.

נארמאל זענען עטליכע פון די חשובס'טע גבירים און בעלי בתים געקומען צום נייעם בעל הבית פון די דערפער אונזערע גביר און איהם געפרעגט וואס פאר א שלעכטץ די אידן האבן איהם געטאן וואס ער וויל זיי אלע פארשיקן פון דארט? און פאר וואס קומט זיי אזא ביטערן עונש? אבער ווי די חכמים זאגן "עשיר יענה עזות" אז א גביר ענטפערט כסדר מיט עזות און חוצפה, האט ער געענטפערט גאר פשוט אז ער טוט ווי ער פארשטייט און קיינער וועט איהם נישט ענדערן זיין מיינונג. עס האט גארנישט געהאלפן דאס בעטן זיך ביי איהם, ער זאל רחמנות האבן אויף די אידן וואס וועלן נישט האבן קיין דאך איבער'ן קאפ און קיין ברויט אריינצונעמען אין מויל אריין. עס זענען געקומען פרויען מיט קינדער צוזאמען מיט זקנים און געוויינט פאר איהם, אבער זיין עקשנות האט מען נישט געקענט ברעכן.

דער נייער אידישער פריץ איז זיך ליידער באגאנגען מיט זיינע אידישע ברידער, ערגער ווי די פריערדיגע נישט אידישע פריצים. די אידן האבן געמאכט אן אסיפה און געקלערט אן עצה ווי אזוי ניצול צו ווערן פון דער שלעכטער גזירה. האט זיך איין אלטער איד אנגערופן און געזאגט ווי עס זעהט אויס מיין איך אז דער אידישער פריץ גלייבט אין צדיקים און איז א חסיד פון א געוויסע רבי. דעריבער דארפן מיר געוואויר ווערן צו וועלכער צדיק ער פארט. די עצה איז אלעמען געפאלן און זיי האבן אויסגעקליבן צוויי מענטשן וועלכע זאלן אריינגיין אין שטאט און געוואויר ווערן צו וועלכן רבי'ן דער פריץ גייט. נאך א קליינע נאכפארשונגען זענען זיי געוואוויר געווארן אז דער גביר איז א רוזינער חסיד און ער איז ביים הייליגן רוזינער א גרויסער חשוב. זיי האבן זיך צוריק געקערט פון שטאט אריין אין דארף און דערציילט צו וועלכן רבי'ן דער פריץ גייט.

זיי האבן נאכאמאל געמאכט אן אסיפה וואס ווייטער צו טאן. ווייל דער הייליגער רוזינער האט שוין יעצט מער נישט געוואוינט אין רוזין נאר אין סאדוגער. און די הוצאות אנצוקומען ביז דארט איז געווען זייער גרויס, נאך דערצו מיט די אלע שוועריקייטן ביז מ'קומט אן אהין. מ'האט געמוזט האבן א פאס פון איין גובערניע צו די צווייטע, פון רוסלאנד קיין סאדוגער. און נישט יעדער איינער האט געקענט באקומען א פאס. און אפילו יא, האט דאס געקענט נעמען חדשים ביז מ'האט באקומען א פאס. נאך מער האבן זיי אפילו נישט געוואוסט אפילו זיי וועלן שוין יא אנקומען צום רוזינער אויב דער צדיק וועט קענען עפעס פויעל'ן ביי דעם איד. ווייל זיי האבן דאך געהערט אז דער גביר איז גאר א גרויסער חשוב ביים רוזינער און ווי עס שטייט "על כל פשעים תכסה אהבה" ווער ווייסט צו דער צדיק וועט וועלן זיך אריינמישן אין דער זאך. האט זיך אן עלטערער איד וואס איז געווען א גרויסער מאמין אין צדיקים זיך אנגערופן און געזאגט, הערט אויס ברידער, איך האב נישט קיין שום ספק אז דער הייליגער רוזינער וועט זייכער זיך אננעמען פאר אונזערס וועגען, און אפילו נישט וועט דער רבי זיכער אונז א עצה געבן וואס צו טאן ווייטער מיט דעם גביר.

די ווערטער פון דעם אלטען איז שטארק אנגענומען געווארן ביי דער אסיפה, מ'האט תיכף ומיד צוזאם געשטעלט די ריכטיגע סומע פון געלט וואס מ'דארף האבן אויף הוצאות הדרך, און מ'האט גלייך איינגעגעבן ביי דער גובערניע פאר די ריכטיגע פעסער וואס מ'דארף האבן, פאר זעקס מענטשן. מיט גרויס וואונדער איז ביז א חודש געווען גרייט די זעקס פעסער פאר די זעקס שלוחים וואס האבן זיך געגרייט אין וועג אריין צו גיין קיין סאדוגער צו הייליגן צדיק. אין דעם אליין האבן זיי שוין געזעהן א חלק פון די ישועה, דעריבער האבן זיי זיך ארויס געלאזט אין וועג מיט א גרויס שמחה אז זיכער וועלן זיי קענען אויס פועל'ן א ישועה ביים צדיק.

ווי זיי זענען אנגעקומען קיין סאדוגער, זענען זיי גלייך אריין צום רבי'ן און אויסגעגאסן זייערע ביטערע הערצער און איהם דערציילט דאס זיי זענען שלוחים פון עטליכע הונדערט פאמיליעס אידן, וועלכע וואוינען אויף דעם שטח וואס דער גביר האט אפגעקויפט שוין אסאך יארן, און זייערע זיידעס האבן שוין דארט געוואוינט און זיך מפרנס געווען, און יעצט קומט דער גביר און וויל זיי אלע ארויסטרייבן פון דארט אן קיין שום משפט, און זיי האבן איהם קיינמאל נישט קיין שלעכטץ געטאן. און וואו וועלן זיי יעצט ווייטער גיין. אויב א אידישער פריץ טרייבט זיי ארויס וועט דאך א גוי'שע פריץ זיי זיכער נישט אריינעמען! אזוי האבן זיי שטארק זיך צווויינט.

דער רבי האט זיי געטרייסט און ער האט זיי פארזיכערט דאס מען וועט זיי קיין שלעכטס נישט טאן, און זיי וועלן קענען בלייבן אויף זייערע ערטער.

דער רבי האט תיכף ומיד באלד אוועק געשיקט א בריוו צו דעם גביר, היתכן דאס אין דער צייט ווען אידן זענען אזוי געפלאגט און גערודפ'ט און געפייניגט, און השי"ת האט איהם געהאלפן דאס ער האט געקויפט א שטיק לאנד אויף וועלכן ער זאל קענען באזעצען נאך אידן וואס זאלן קענען האבן פרנסה, טוט ער פארקערט פון דעם, און וויל ארויסטרייבן אלע אידן פון דארט. - דער רבי שרייבט ווייטער - ער זאל זיך בארעכענען וואס פאר א שאדן דאס קען ברענגען, און ער טוט מיט דעם פאר זיך אליין א שאדן, און ער זאל וואס שנעלער מבטל זיין זיין גזירה.

ווי דער גביר האט באקומען דעם בריוו פון דעם צדיק, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט, און בכלל נישט צוריק געענטפערט אויף דעם בריוו. ווי עס גייט אריבער א צייט וואס מ'האט שוין געווארט פאר א ענטפער פון דעם גביר, און ס'איז נישט אנגעקומען האט דער הייליגער רוזינער נאכאמאל געשריבן א בריוו מיט א שטרענגערע שפראך אז ער זאל וויסן אז מיט דעם טוט ער שטעלען זיך און זיין בני בית אין א גרויס סכנה, און נאך דערצו אז אנדערע פריצים וועלן זיך אנלערנען פון איהם און זיי וועלן אויך ארויסטרייבן די אידן פון זייערע דערפער, וואס דאס קען ברענגען אז טויזנטע אידישע משפחות וועלן נישט האבן קיין פרנסות און ברויט צום עסן. דער רבי פירט אויס אין דעם בריוו אויב ער וועט נישט פאלגען וועט ער צום סוף גרויס חרטה האבן דערפון, אבער ווער ווייסט צו דעמאלט וועט דער רבי איהם שוין קענען נאך העלפען ס'וועט שוין זיין צו שפעט...

דער רייכער פריץ האט באקומען דעם צווייטן בריוו און זיך ווייטער נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם און נישט צוריק געענטפערט דעם בריוו.

דער הייליגער צדיק, ווי ער האט געזעהן אז דער גביר מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ביידע בריוון, און דער צדיק האט דאך געוואלט די טובה פון ביידע, סיי פון די אידן און סיי פון דעם גביר, האט ער צום דריטן מאהל געשיקט א בריוו. אבער נישט דורך די פאסט, נאר ער האט געשיקט דעם בריוו מיט א ספעציעלן שליח. און האט געשריבן צום גביר בזה הלשון: אזוי ווי דו פלעגסט קומען צו מיר אסאך מאהל, דארפסט דו וויסן דאס איך ווייס אז דו האסט מיינע ערשטע צוויי בריוו דערהאלטן, און אויב עס דאכט זיך דיר אז איך ווייס נישט, זאג איך דיר דאס איך ווייס, און איך שיק דיר יעצט דעריבער מיט דעם שליח א בריוו, ווייל איך זאל זיכער זיין דאס דער בריוו וועט אריינקומען אין דיין האנט. אבער זאלסט וויסן אז דער שליח איז א שליח בית דין און איך בין דיר מזמין זאלסט קומען תיכף אהער צו א דין תורה האלטען מיט די אלע אידן וועלכע וואוינען אין דיינע דערפער. און אויב דו וועסט נישט תיכף קומען לדין זאלסט דו וויסן מיט וועמען דו האסט צו טאן, דו וועסט נישט קומען מיט גוטען וועסטו אליין בעטן מען זאל דעך אהער פירן, אבער דעמאלט וועט שוין זיין פארפאלן און צו שפעט.

דער שליח איז געקומען צום גביר און ער האט איהם דערלאנגט אין די הענט דעם בריוו, און איבער געגעבן בעל פה און געווארנט אז ער זאל ח"ו נישט ארויף ברענגען אויף זיך דעם צארן פון דעם הייליגן צדיק. אבער ליידער האט מעשה שטן מצליח געווען, און וואס מער דער שליח האט איהם געווארנט, האט דער בעל דבר איהם איינגערעדט אז דאס איז נאר אינטער געשטעלט פון די בעלי בתים די דארפס לייט וועלכע זיצן דארט און וויינען בים רבי'ן, אבער אז ער וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם וועלן זיי בטל ווערן. און דער רבי וועט זיי פטר'ן מיט גארנישט. מיט אזעלכע ווערטער האט דער בעל דבר איהם שטארק איינגערעדט, ביז ער האט צוריק געענטפערט דעם שליח און געזאגט מיט א חוצפה און מיט גרויס שטאלץ, פאר דיר געזונטערהייט צוריק און זאג דעם רבי'ן אזוי ווי איך מיש מיך נישט אין זיינע געשעפטן, בעט איך איהם דאס ער זאל זיך אין מיינע געשעפטן אויך נישט זיך מישען, און עס זאל איהם נישט אנגיין די גאנצע זאך ווייל אין מיינע דערפער קען איך טאן וואס איך וויל און ווי אזוי איך פארשטיי.

דער שליח איז מיט גרויס עגמת נפש צוריק געפארן קיין סאדוגער, עס האט איהם שטארק באנק געטאן די גאנצע מעשה, ווייל ער אליין - דער שליח - איז אויך אמאל געווען א גוטע חבר פון דעם גביר, ווען דער גביר פלעגט נאך קומען צום רבי'ן מיט יארן צוריק, ער האט געוואוסט אז דער גביר פלעגט אמאהל טוען פיהל טובות פאר אידן. און יעצט האט מעשה שטן מצליח געווען און דער שטן האט איהם אריינגעכאפט אין זיין נעץ. דער שליחו האט געגלייבט אז פון זיין האנדלונג מיט דעם רבי'ן אזוי, קען קיין גוטס נישט ברענגען. אבער וואס קען דער שליח טאן, ער האט דאך איהם געווארנט בכל מיני לשונות אז מיט דעם רבי'ן פאנגט מען זיך נישט אן, און ווי צו פארשטאפטע אויערן האט ער גערעדט צו איהם, דעריבער אויב עפעס וועט געשעהן צו איהם איז ער זיך אליין שולדיג פאר דעם.

דער שליח איז צוריק געקומען צום הייליגען רוזינער צדיק און ער האט איהם דערציילט ווי ער האט גערעדט מיט דעם גביר מיט גוטענס און מיט בייזענס און עס האט גארנישט געהאלפן, און דער גביר האט נאר געענטפערט אז דער רבי זאל זיך נישט מישען אין זיינע געשעפטן, אזוי ווי ער מישט זיך ניטש אין דעם רבי'נס געשעפטן. דער צדיק האט אויף דעם גארנישט געענטפערט נאר געזאגט "נו נו!!".

פלוצלונג איז דער גביר קראנק געווארן און מען האט גערופן א דאקטאר, דער דאקטאר האט געזאגט אז מען מוז נעמען דעם קראנקען גביר קיין וויען, אויב נישט איז ער זייער מסוכן. קיין געלט איז נישט געווען קיין פראגע, מ'האט גלייך באשטעלט צו באקומען די ריכטיגע ערלויבעניש און פאסן צו קענען פארן ביז קיין וויען. מ'האט געשאטען געלט פון אלע זייטען, און געגעבן שוחד צו וועמען עס קען נאר זיין צו באקומען וואס שנעלער די ערלויבענישן און פאסען. אבער ווי די באאמטע זענען געוואויר געווארן וועגן וואס עס טוט זיך דא און וועון וועגען, האבן זיי פארשטאנען אז דא קען מען ארויסצאפען פון דעם גביר געלט וויפיל מ'וויל, דעריבער האבן זיי פארלענגערט און זיך געזוימט מיט געבן די ערלויבענישן, אזוי אז די געלט פון דעם גביר זאל כסדר שטראמען צו זיי וואס מער און מער, און די באאמטע האבן זיך גארנישט געאיילט. וואס מער זיי האבן פארלענגערט און זיך געזוימט האבן זיי פארדינט כסדר מער געלט. אזוי איז אריבער א גאנצע חודש און דער ערלויבעניש איז נאך נישט אנגעקומען. מ'האט איינגעזעהן אז עפעס איז דא נישט גלאטיג מיט די גאנצע מעשה. דער גביר איז פון טאג צו טאג ערגער און קראנקער געווארן, אבער מיט דעם אלעמען האט ער זיך נאך אלץ נישט געוואלט אינטער געבן צום רבי'ן און ווערן אונטערטעניג אינטער איהם, ממש ווי עס איז געווען ביי פרעה, ויכבד לב הגביר, אפילו ער האט שוין געהאלטן ממש בים שטארבן. ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט אז דאס קומט איהם ווייל ער האט ווידערגעשפעניגט דעם רבינ'ס ווערטער. אדרבה אין זיין קאראנקן בעט האט ער געהייסן מ'זאל איהם דערלאנגען דעם דעקרעט וועלכן ער האט געשיקט צו די דארפס-לייט זיי זאלן זיך ארויס ציען פון זיינע דערפער גלייך ווען דער טערמין וועט קומען. ער האט געזעהן אז דער טערמין איז אין נאך דריי טעג, האט ער געזאגט פאר זיינע בני בית, אויב ער וועט נישט זיין געזונט אין נאך דריי טאג, און ער אליין וועט נישט קענען פארן ארויסטרייבן די אידן פון דארט, זאלן זיי פארן צו די דערפער און ארויסטרייבן די אידן פון דארט. אבער ער שפירט דאס דעם קומענדיגן טאג וועט ער זיך יא קענען אויפהייבן פון בעט און גיין צו די דערפער....

אבער דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט, אין דעם זעלבן טאג איז געווארן א גרויס ענדערונג צום שלעכטס אין דעם גביר'ס קראנקהייט, דער קרענק האט זיך אזוי שטארק פארשטארק ביז דער גביר איז געווארן באוואוסטלאז, און מער נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט איהם. ווער עס איז געקומען נאנט צו איהם האט ער גענומען יענעם שלאגן און שעלטען און שרייען.

ווי די בני בית האבן דאס געזעהן אז זיין מצב ווערט ערגער, זענען זיי שנעל געלאפן צום מאגיסטראט מיט א געבעט צוזאמען מיט א גרויס סומע געלט אז מ'זאל זיי געבן די ערלויבעניש צו פארן קיין וויען. צום סוף האבן זיי באקומען די ערלויבעניש און מ'האט דעם קראנקען גענומען איינגעפאקט אין ווארימע דאכענעס און מ'איז ארויס אויפן וועג קיין וויען, מיטפארענדיג איז אויך געווען דער דאקטאר וואס האט כסדר געהאלטן א אויג אויף דעם קראנקן גביר.

אינמיטן וועג האט דער דאקטאר זיך אנגערופן אז די קראנקהייט האט זיך נאך פארערגערט און ער ווייסט נישט אויב ער וועט נאך אנקומען קיין וויען לעבעדיגערהייט. דערווייל איז דער קראנקער צוריק געקומען צו זיין וויסן און ער רופט זיך אן צו זיינע באגלייטער און זאגט, איך ווייס דאס מיינע טעג זענען געציילטע און ער וויל נישט ליגן אין דער פרעמד, וויל ער שוין צוריק פארן אהיים. אבער ווי באלד די גאנצע קראנקהייט איז דאך געקומען דורך דעם וואס ער האט נישט געפאלגט דעם רוזינער צדיק וויל ער חאטש ווי לאנג ער לעבט זיך איבער בעטן מיט דעם רבי'ן און ער וויל מ'זאל שוין אויסדרייען דעם וואגן און זיך נעמען פארן קיין סאדוגער.

זיינע קינדער האבן איהם געברענגט קיין סאדוגער, אבער דער קראנקער האט פון דעם וואגען נישט געקענט אראפ גיין. ער האט געבעטן זיינע קינדער זיי זאלן אריינגיין צום רבי'ן און זאגן דאס ער איז אינדרויסן ביים טויער און קען נישט גיין, און ער בעט דער רבי זאל איהם מוחל זיין. דער הייליגער צדיק איז ארויס געקומען און האט עטליכע מינוט געקוקט אויף דעם קראנקען און געזאגט נו! נו! און איז צוריק אריין אין זיין פריוואטע צימער. גלייך נאך דעם איז דער גביר אהיים געפארן און אין דעם זעלבן טאג וואס ער איז אהיים געקומען איז ער געשטארבן רח"ל.

ביים הייליגן רוזינער פלעגט זיין א מנהג אז מ'פלעגט שטעלן וויין פאר די חסידים אפילו זיי זענען נישט געווען דארט. אזוי אויך איז געווען מיט דעם גביר ווי לאנג ער האט געלעבט פלעגט דער רבי אליין פיהל מאהל באפוילן די גבאים צו שטעלן וויין פאר דעם גביר אויף זיין חשבון. דאס איז אלעס געווען ווי לאנג דער גביר האט נאך געלעבט. עס איז אריבער עטליכע יאר וואס דער גביר איז שוין געווען אויף דעם עולם האמת האט פלוצלונג דער הייליגער רוזיניער איינמאל שבת ביים טיש געהייסן מ'זאל שטעלן וויין פאר דעם גביר'ס וועגן. די גבאים וועלכע האבן געוואוסט אז דער גביר לעבט שוין נישט האבן געמיינט אז דער רבי ווייסט נישט פון דעם. האבן זיי זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם. אבער ווי דער רבי האט נאכאמאל געזאגט מ'זאל שטעלן וויין פאר דעם גביר האבן די גבאים שוין נישט געהאט קיין ברירה וואס צו טאן און האבן געזאגט פאר דעם רבי'ן אז דער גביר געפונט זיך שוין נישט צווישן די לעבעדיגע.

ווי זיי האבן דאס געזאגט פאר דעם רוזינער האט דער צדיק זיך אנגערופן און געזאגט, איר מיינט אז איך ווייס נישט! איך ווייס אויך דערפון, נאר איך וועל אייך דערציילן וועט איר שוין פארשטיין פאר וואס איך האב געהייסן מ'זאל שטעלן וויין פאר איהם.

איר זאלט וויסן אז אין הימל איז דא דריי בתי דינים, איין בית דין פון מלאכים, די צווייטע פון נשמות פון די היילייגע צדיקים וועלכע זענען שוין בעולם האמת, און דאס דריטע בית דין פון צדיקים וועכלע זענען נאך דא אויף דעם עולם. און דער סדר איז ווען א מענטש שטארבט און קומט אן צו געבן א דין וחשבון אויף זיינע מעשים אויף דער וועלט, טוט מען איהם קודם שטעלן בעפאר דעם בית-דין פון די מלאכים. און זיי זענען שטארקע מחמירים ווייל זיי פארשטייען נישט ווי קען א מענטש וואס איז א טיפה סרוחה מורד זיין אין דעם באשעפער וואס טוט פאר דעם מענטש אזוי פיהל גוטס. אבער אז דער מענטש האט א זכות און איז ביים לעבן געווען דבוק צו א צדיק קען ער פארלאנגען מ'זאל איהם פירן לדין פאר דעם צווייטן בית דין פון די נשמות הצדיקים. אבער באזיי איז אויך זייער שווער זוכה זיין בדין, ווייל, זיי זענען שוין לאנג אויף דעם עולם האמת און האבן שוין פארגעסן די אלע טרדות וואס א מענטש מאכט דורך אין זיין לעבן, און דער וועלט איז נישט ווי עס איז געווען אמאהל. אבער פון דעסטוועגן איז דער משפט פיהל גרינגער ווי ביי די מלאכים.

אבער אויב א מענטש האט נאך א גרעסערע זכי' דאס זיין רבי לעבט נאך און ער איז פון דער בית דין של מעלה פון די צדיקים וואס לעבן נאך אין דער וועלט, און ער בעט דאס מ'זאל איהם פירן צו זיין רבי'ן למשפט, האט ער א ודאי זייער א גרינגע משפט, ווייל דער רבי מעג איהם א טובה טאן. דא האט זיך דער צדיק אויפגעשטעלט און געזאגט "געלויבט איז דער השי"ת וואס ער האט מיך אויסגעקליבן פאר איינעם פון דעם דריטן בית דין און אז דער מענטש האט געהאט א זכי' דאס מען זאל איהם שטעלן פאר אונז לדין בין איך גרייט איהם א טובה צו טאן, דעריבער הייס איך שטעלן פאר זיינעט וועגן וויין".

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 1:46 pm
דורך למעלה משבעים
א ריזן דאנק אייך!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 1:56 pm
דורך יואל ווייס
למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך!!!

ג"א מצטרף,
הק' יואל ווייס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 1:59 pm
דורך באמבאסטיש
יישר כחכם יקותיאל!