כ'האב נייעס פאר דיר: דער באשעפער קען אליין!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

כ'האב נייעס פאר דיר: דער באשעפער קען אליין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין א לענגערע צייט וואס א געוויסע ארגאניזאציע האט זיך דערקלערט אלס די אויסשליסליכע בעלי בתים אויף ישועות ורפואות ביי כלל ישראל.

באמת האב איך געפלאנט צו ווארטן מיט מיינע ווערטער ביז ווען יענע ארגאניזאציע ענדיגט זייער קאמפיין אין אמעריקע, אבער למעשה האלטן זיי נישט ביים ענדיגן. כ'ווארט שוין דערויף זייט חנוכה, און יעדן חודש קומט אן פרישע ליטעראטור אויף די פאסט מיט זייערע אותות ומופתים.

איך וועל נישט שרייבן קיין נעמען, ווייל מיין ציל איז נישט די ארגאניזאציע בפרטיות, נאר ליבערשט צום גאנצן אידישן מארקעט פון ישועות וסגולות.

דעם ארגאניזאציע וועל איך רופן מיט'ן פיקטיוון נאמען "צדקת צדקה".

איך וועל ציטירן א שטיקל פונעם בראשור וואס איך האב ערהאלטן א צייט צוריק אויף די פאסט:

געבן צדקה פאר צדקת צדקה איז א וועג פון קשר און חיבור פון א איד צו השי"ת, ווען א איד איז אין אן עת צרה, דערמאנט ער זיך פון השי"ת וכו', צדקת צדקה איז זוכה צו זיין אן אינטעגראלע טייל פון דעם קשר צווישן אידישע קינדערלעך און אבינו שבשבמים. צדקת צדקה קומט ארויף אין אלע דערהויבענע און הייליגע זמנים ווען עס ווערט באשאפן א חיבור צווישן א איד און השי"ת.
די פאלגענדע סיפורים אין דעם דאזיגן בלעטל זענען פארשידענע אנדערע סארטן געשעענישן וואס די זעלבע זאך איז זיי אלע מחבר, "השגחה פרטית" ווען א איד הייבט אויף די אויגן צו השי"ת און די הענט - מיט א מתנה - צו צדקת צדקה - שטייט השי"ת לימינו אים צו ראטעווען און העלפן מיט אלעס וואס עס פעלט נאר אויס.


אקעי. איך הער.

אינטערעסאנט, ווייל איך האב אייביג געמיינט אז הקב"ה האט אן אייגענעם אומבאגרעניצטן קראפט צו העלפן מענטשן פון אלע זייערע פראבלעמען. למעשה ווער איך געוואויר אז דא ליגט באהאלטן "טערמס ענד קאנדישאנס"; ער העלפט נאר מיט א תנאי קודם למעשה אז מ'האט קודם געגעבן צדקה פאר צדקת צדקה.

דער סדר גייט אזוי: ווען דער באשעפער באקומט א "ריקוועסט" פאר א ישועה, לייגט ער קודם דעם איד אויף "האלד" - כביכול. ער הייבט אויף די אנדערע ליין און פארבינדט זיך מיט די שטוב-מענטשן פון הרב קנייבסקי שליט"א (נאר א משל). ווען הרב קנייבסקי (די זעלבע משל) הערט ווער ס'איז אויף די ליין, הייבט ער גלייך אויף. דער באשעפער הייסט אים אז ער זאל נאכקוקן אין די ביכער אויב פלוני בן פלונית האט שוין היי-יאר געגעבן א שיינעם סכום פאר צדקת צדקה . אויב יא, איז מה טוב ומה נעים, דעם איד'ס וואונטש ווערט תיכף ערפילט, אבער אויב ח"ו נישט, איז וויי און ווינד צו דעם איד, אוי ואבוי, אז ער האט נישט אליינס געהאט קיין שכל אויסצושטרעקן א האנט צו צדקת צדקה און אזוי ארום פועל'ן א ישועה.

אבער זיי דיך מחזק, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט. דו קענסט נאך יעצט געבן צדקה פאר צדקת צדקה, און ביי די קומענדיגע מיטינג וועט הרב קנייבסקי שליט"א ארויפלייגן דיין נאמען אויף די ליסטע פון תומכים, און דאן וועט השי"ת כביכול באקומען דעם "אקעי" פונעם בית דין של מטה אז דער איד איז אן "אויסגעצאלטער מעמבער" און ער איז ערלויבט צו בענעפיטירן פונעם יד המלאה והפתוחה והקדושה והרחבה פונעם אויבערשטן.

אבער איין מעשה האט מיך נאך דאס מערסטע אויפגעברויזט.

די מעשה אין קורצן: א משפחה האט זיך געגרייט צו פארן צו די עלטערן אויף יום טוב פסח. ס'איז שוין געווען נאכמיטאג נאכ'ן פארברענען די חמץ, און זיי האבן זיך גענומען זוכן א קאר סערוויס וואס זאל זיי אפפירן צו די עלטערן, א לאנגע וועג. זיי האבן אבער בשו"א נישט געטראפן, יעדער איז געווען פארנומען אדער געשלאסן. צוריקגיין אהיים אויף פסח איז נישט געווען קיין רעדע; די דירה איז נישט געווען איינגערישט אויף יו"ט. די קינדער האבן געזאגט מ'זאל געבן צדקה פאר "צדקת צדקה", אבער דער טאטע האט געזאגט אנטשלאסן:
"איך האלט נישט ביים געבן פאר צדקת צדקה, א נייע משוגעת, מען איז ארויס פון מצרים אן די זכות פון צדקת צדקה, א פרישע מאדע, איך גיי נישט יעצט צוזאגן קיין געלט, מיר זענען געהאלפן געווארן פאר צדקת צדקה און מיר וועלן געהאלפן ווערן אן צדקת צדקה


ס'געווארן שפעט, די באבע האט שוין גערופן דערשראקענערהייט וואו מ'איז, ס'דאך שוין אזוי שפעט, און דער איד ענטפערט אז ער זוכט נאך א קאר סערוויס און מ'וועט אנקומען בעז"ה. נאך פינף מינוט קומט ער צו לויפן צו זיין משפחה, און מעלדט זיי די בשורה טובה אז ער האט געטראפן א קאר מיט א גרויסן טראנק, ויסעו.

אויפ'ן וועג זאגט דער טאטע:
מען קען אויך אן פארדרייען א קאפ מיט נסים ונפלאות פון צדקת צדקה ענק זעען, "לא תרמתי - ונושעתי!" איך האב נישט געגעבן געלט, און דאך געזען דעם גרויסן נס.


א יונגל פרובירט זיך צו טענה'ן:
אבער טאטי, צדקת צדקה איז דאך צדקה.


און דער טאטע האלט זיך ביי זיינס:
אווודאי איז "צדקת צדקה" צדקה, אבער די גאנצע קאמפיין, אז יעדע מאל ווען עפעס טוט וויי, ווען עפעס גייט שלימזל'דיג, ווען מען טרעפט נישט די גלעזער, און ווען מען האט ציין ווייטאג, קען מען נאר לעזן מיט געבן געלט פאר צדקת צדקה, איז נאריש און איבערגעטריבן, נייע מעשיות. קוק, מיר האבן נישט געהאט קיין קאר, ממש א בהלה, ערב יום טוב פסח, אן קיין קאר, און פלוצלינג זענען אונז אזוי שיין געהאלפן געווארן, שטעל דיר פאר ווען איך געב ווען געלט פאר צדקת צדקה, וואלט דאס געווען א קלאסישע מעשה פון צדקת צדקה'ס מעשיות. זעסטו, מען קען געהאלפן ווערן אן צדקת צדקה!


למעשה איז מען אנגעקומען צו די זיידע-באבע, און מ'האט פארציילט אז ממש פינף מינוט נאכדעם וואס די באבע האט גערופן פרעגן וואו זיי זענען, האבן זיי געטראפן א קאר.

אה, רוף אן צדקת צדקה - רופט זיך דער זיידע אן מיט התפעלות - דערצייל זיי דעם נס. איך האב געהערט אז ענק האבן נישט קיין קאר, האב איך גערופן צדקת צדקה און געגעבן א שיינע סכום לזכותכם, עס האט געארבעט געוואלדיג, ענק האבן אויפ'ן מינוט געטראפן די קאר!
דער זיידע האט נישט געוואוסט פארוואס די ווערטער וואס ער האט יעצט געזאגט האבן געמאכט א מהפיכה. דער טאטע איז געווארן רויט און בלאס, און די קינדער האבן אנגעהויבן קוקן פארוואונדערט איינער אויפ'ן צווייטן...


עד כאן המעשה.

קאמענטארן זענען איבריג? בכלל נישט.

איך האב נאר איין קשיא: וויאזוי פלעגט טאקע דער אויבערשטער מאכן מופתים ווען צדקת צדקה איז נאכנישט געווען געבוירן? האט ער טאקע געהאט פראבלעמען מיט ישועות דעמאלטס? האבן די יוצאי מצרים אוועקגעגעבן האלב פון זייער רכוש פאר צדקת צדקה כדי אונטערצוקויפן השי"ת - דורך די פארמיטלונג פון א 'גדול' - אז ער זאל זיי שפאלטן דעם ים? ווען די זון צבאות השמים זענען אפגעשטעלט געווארן דורך משה רבינו און יהושע בן נון האבן זיי קודם געדארפט ווייזן א טשעק אויסגעשטעלט צו צדקת צדקה? איז עפעס א ליטווישער גדול געווען דער פארמיטלער צווישן פנחס און דעם אויבערשטן אפצושטעלן די מגיפה? די בלומען און מאנדלעך וואס זענען געוואקסן אויף אהרן הכהן'ס שטעקן איז אפשר געווען נאר אין זכות פון שטיצן צדקת צדקה? די מן וואס איז געפאלן 40 יאר אין מדבר, איז געווען אויסגעצאלט פון פאראויס דורך א נדבה פאר צדקת צדקה? די מופת פון די אשה השונמית אויך געווען תלוי אין א נדבה?

אה, איך ווייס שוין. יצחק אבינו איז געבוירן געווארן אויף דער עלטער פון אברהם ושרה, נאכדעם וואס זיי האבן צוגעזאגט א הונדערטער פאר צדקת צדקה! ס'איז ביי מיר ברור כשמש!

***

כ'מיין נישט דא דוקא דעם ארגאניזאציע, און אוודאי נישט דעם אדער יענעם גדול. כ'וויל פשוט וויסן צי מענטשן גלייבן טאקע אז דער אויבערשטער איז לעצטנס שוואכער געווארן און ער קען שוין נישט אליינס דעליווערן ישועות און דער דארף צוקומען צו די הסכמה און מיטהילף פון צדקה ארגאניזאציעס דא אויף דער ערד.

איך האב שוין געהאט גענוג ישועות, און דאס איז געווען אן דעם וואס איך זאל האבן געגעבן א נדבה פאר צדקת צדקה. כ'האב אויך געטשעקט מיט מיין טאטע, מיין שווער, מיין זיידע-באבע, און קיינער האט נישט געגעבן קיין געלט פאר מיין זכות. כ'מיין אז אסאך אידן - אפילו בדורינו - האבן שוין געזען אפענע ישועות אין זכות פון א קאפיטל תהלים אדער א ווארימע שיר המעלות ממעמקים אדער קאפיטל כ'.

מוז מען צוקומען צו די מסקנא:

דער אויבערשטער קען אליין! ער דארף נישט קיין שתדלנים!
לעצט פארראכטן דורך מאשקע אום דינסטאג יוני 22, 2010 10:43 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויפיל געלט האט דיין ניק געגעבן פאר .... .... (אן אינטערסאנטע צופאל: די צאל פינטעלעך באטרעפט וויפיל קופ"ת העי"ר) אז דער ארטיקל זאל ווערן א היט?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך האב געוואוסט אז די פירסט שוין לאנג א קאמף קעגן די ארגאניזאציע ''פינטל'', וואס זי באטרעפט פוקטליך די צאל פינטעלעך פון די צייכענסט צו, גראדע פינטעל שרייבט שוין לאנג די פארזעצונג 'דער אנטלויפספלאן' ער האט נאך פון קיינעם נישט געבעטן קיין הונדערטער, און אפי' אויב ער בעט יא איז וואס? ס'קאסט אסאך געלט צו באפרייען פון תפיסה די שעכטער'ס.

יעצט טראכט איך אז די רעדסט פון די ''כולל בוקר'', דאס איז שוין ממש א אומרעכט, 'געלעגער' פירט אן א מעכטיגע כולל בוקר, ווי ער שטייט בראש אלס ראש הכולל, ווי אויך פירט ער די פינאנסן, נו, קען דען איין ניק אליינס זיך באפארענען מיט אזויפיל מעמבערס, איך ווייס נישט וויאזוי ביי ענק אין קרית אבריכים איז עס אויפגעפיקט, אבער ביינונז און תמוז-וויל שטעלט זיך דער עולם היבש צו צום ראש הכולל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חאחאחאחא, ממש יעצט געהערט א מעשה.

א יוד איז געקומען צו הרב קנייבסקי (נאר א נמשל) אז זיין ווייב איז ממש פאריקט געווארן, יעדע זאך וואס ס'פאסירט נאר, איז 18 שקלים פאר .... ...., די וועש איז נאכנישט טריקן, 18 שקלים פאר .... ...., די בעטערי ארבייט נישט, 18 שקלים פאר .... ...., ער זאגט אז ער ברענגט אהיים זיין געהאלט, גייט קודם העלפט אראפ פאר .... .... וואס מ'איז שולדיג פון פאריגע וואך, און נאך א חלק וואס מ'איז שולדיג פון היינט...

זאגט עם רב קנייבסקי, איך האב פאר אייך א סגולה בדוק ומנוסה, גיבט 18 שקלים פאר .... .... און איר זענט א געהאלפענער...

מאשקע, קיפ אפ דע גוד ווארק!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

מאשקע גאר א שטארק נקודה, זיס באשריבן

קרעטשניפער רבי ז"ל פלעגט זאגן ביים עסן קוגל אז "מיר עסן דאס בשם כלל ישראל, און בשם אלע אידן פארבלאנזשעטע נשמות וואס האבן נעבעך נישט קיין שבת'דיגע מאכלים"

על מה דברים אמורים
באלד גייסטו נאך געוואויר ווערן אז איינער זיצט ערגעץ וואו אין בני ברק אין גיבט עניוועי צדקה פאר.... .... און האט אינזין אלע אידן וואס ווילן נישט געבן...
אוי וועסטו שעלטן!...לאל

וויכי דיין מעשה איז פאר די ביכער...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב געטוישט אלע ".... ..." פאר א פיקטיווע נאמען "צדקת צדקה", כדי צו פארגרינגערן דאס ליינען.

סארי קרעמער, בעילאוט, וויכי און מבין.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נישט גענוג! טויש אלע קאניעווסקי'ס אויף טווערסקי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נו, גילוי...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

:lol:
שקויעך פארן אהערשטעלן מיין היינטיגן טאג-לאך מיט אלע הידורים!

וויכטיג; ;l;p-

מבין; ;l;p-

און א עקסטערן דאנק פאר "צדקת צדקה" פארן אהערשטעלן אזא ארטיקל...
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

מאשקע; כ'האב היינט צופרי געגעבן ח"י דאללער פאר צדקת צדקה אז כ'זאל האבן א גוטע ארטיקל וואס צו ליינען היינט און היימישע קרעטשמע, און נישט נאר פינטלען.. און וואונדער איבער וואונדער דער אייבישטער האט מיך טאקע דייקא יא געהאלפן בהשתדלות רבי און רעבעצין קנייבסקי..

גרעיט זשאב מאשקע!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

מאשקע, כהאב נייעס פאר דיר: מיר דא אין איי וועלט קענען נישט אן דיר...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

bailout האט געשריבן:איך האב געוואוסט אז די פירסט שוין לאנג א קאמף קעגן די ארגאניזאציע ''פינטל'', וואס זי באטרעפט פוקטליך די צאל פינטעלעך פון די צייכענסט צו, גראדע פינטעל שרייבט שוין לאנג די פארזעצונג 'דער אנטלויפספלאן' ער האט נאך פון קיינעם נישט געבעטן קיין הונדערטער, און אפי' אויב ער בעט יא איז וואס? ס'קאסט אסאך געלט צו באפרייען פון תפיסה די שעכטער'ס.

אכן נודע הדבר, ווער ספרובירט מיר אינטערציברענגען, אויף אלע פראנטען

וויאזסנ"ז (וויאזוי סזאל נאר זיין) איז די קרעטשמע עפעס אויפגעשטאנען לעצטענס תחי', מאשקע שיסט ארטיקלען איינס בעסער פונעם צווייטן, עס ווארט אונז דא א פרייליכע זוממער
קנאק אריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק אריין »

מ'דארף ארויסברענגען צדקת צדקה נעמט נישט אליין קיין ריזיעקע אויף אזויפיל ישועות זיי האבען שותפים די גדולים

שלשה שותפין באדם הקב"ה צדקת צדקה גדולים?????
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מאשקע, די משל איז דאך ממש דומה לנמשל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע. קאמענטארן זענען איבעריג? געוויס יא!

נאכדעם וואס די האסט דאס אזוי גוט געשריבן און צו דער זייט געלייגט אסאך פון די 'הומאר' ספייסעס האב איך נישט וואס צוציגעבן.

מאשקע. האלט אן. די לעבסט אויף די קרעטשמע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

מען קען זאגן אז געבן צדקה העלפט זיכער פאר א ישועה, פונקט ווי זאגן תהילים אדער קאפיטעל כ', (קרעדיט: מאשקע) אבער די מעשה אז מען קען נישט געהאלפן ווערן אן דעם איז טאקע היבש איבערגעטריבען.

שכח פארן ארטיקל, גוט ארויסגעברענגט.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

געבן געלט פאר מוסדות פאר עניים אין ארץ ישראל וועלכע גדולי ישראל שטיצען זיי איז אן אויסגעפרואווטע סגולה אויף כל מיני ישועות, איך האף דא ארויפצולייגן א ליסטע פון די אלע ארגאניזאציעס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך וויל אמאל פארשטיין דער צד שני פון די מטבע....
עס איז דאך ווארשיינליך דא מענטשן (?קוהען) וואס קויפן אפ די מופתים (?לאקשען), והא ראי' די קאמפאני\ס גיבען אויס מיליאנען אויף די מיני קאמפיין'ס. ויש אתי הרבה סברות בזה, אבער איך וויל נישט שרייבן אן הערן וואס די מענטשן וואס פאלן יא פאר דעם זאגן
אשר על כן בקשתי, אויב איז איינער פון די מענטשן דא א מעמבער, חוץ אז מיר וועלן זאגן אז דאס גלייבן נאר מענטשן וואס ליינען נישט אינטערנעט, (ויש להאריך בהלישטתו טובא), אבער אויב נישט ביטע זיך אנרופען לשלימות הענין, אויב שעמט איר זיך, שיקט עס אין אישי און איר בלייבט אנאנים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שלמי האט געשריבן:פונקט ווי זאגן תהילים אדער קאפיטעל כ', (קרעדיט: מאשקע)


ביטע ליין איבער מיינע ווערטער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גרויזי איך ווארט אויף דיין ליסטע.
כ'האף אז סוועט קומען מיט דיין צוויי-טויזענט'סטע תגובה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גרויזאמער האט געשריבן:געבן געלט פאר מוסדות פאר עניים אין ארץ ישראל וועלכע גדולי ישראל שטיצען זיי איז אן אויסגעפרואווטע סגולה אויף כל מיני ישועות, איך האף דא ארויפצולייגן א ליסטע פון די אלע ארגאניזאציעס.


לייג מיר אויך ארויף די ליסטע פון אלע אידן וואס זענען געהאלפן געווארן "אן" די ארגאניזאציעס.
An article a day keeps the babies away
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיך לייג ארויף אויף די ליסטע פון די ארגאניזאציעס (לאמיך פראבירן אפשר קען איך אויך טיילן ברכות)....
מכון הישועות 'יהיה כן' (ע"ש הכתוב כי הוא אמר 'ויהי'.....)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

סאו מאשקע ווי איך פארשטיי האסטו נישט קיין רמבעה"נ פושקע אינדערהיים.... הא ?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב געוואוסט אז איינער וועט אויסטייטשן מיינע ווערטער אומריכטיג... כ'האב נאר נישט גע'חלומ'ט ווער דאס וועט זיין... שלום עליכם איזאק!

און ווייז מיר אן אויף איין צדיק וואס האט געזאגט אז "אן א רמבעה"נ פושקע קען מען נישט געהאלפן ווערן".
An article a day keeps the babies away
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איינער האט דאס געזאגט ? אבער לויט דיינע ווערטער ביסטו גערעגט אויף יעדע זאך וואס קוקט אויס ווי א פארמיטלער פאר א ישועה. סאו האו קאם דו וואגסט אריינצולייגן געלט אין א פושקע ?.... דער באשעפער קען דאך אליינס !!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”