בלאט 1 פון 2

ווען מ'טרעפט ענדליך חברים, אה מחי'...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:33 am
דורך גראדער
איך בין נאך געווען א בחור, מיט א היבש ביסל יארן צוריק, ס'איז געקומען דער צייט אין יאר ווען די מאנראו באסעס פלעגן זיך אויסשורה'ן אויף ליע עוו. און מיט זעק און פעק האט מען זיך ארויסגעלאזט אין קעמפ אריין, נאר דער נאמען "קעמפ" פאר זיך האט שוין ארויפגעברענגט שפייעכץ אין מיין מויל, א גאנץ יאר האט מיר געווארימט דער גוטער געפיהל, דער געשמאקער מצב רוח, דער קילער לופטל, דער הרחבת הדעת, און איבער אלעם – דער וועלדל!

ווען איך האב געהאט א ליידיגע מינוט – און איך האב פרובירט צו האבן וואס מער – האב איך זיך אריינגע'גנב'עט און וועלדל און שפאצירט לארכה ולרחבה, דארט צווישן די קאקאראטשעס און פליגן האב איך זיך געשפירט היימיש אויסצולופטרן מיינע מחשבות, צו בארוהיגן מיינע נערוון, שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט'ן ווייטערדיגן סדר החיים.

און אזוי איז געווען יענעם יאר אויך, ווי נאר כ'האב געענדיגט אויספאקן מיינע חפצים אינעם "לאקער" אריינגעדרייט די אנגלען פארן נומ. שלאס, ארויפגעלייגט דעם ליילעך אויפן ערב פסח מצה... (יא, מיין ערב פסח מצה איז געווען אזוי דיק ווי דעם מאטראץ...און דער מאטראץ האט געהאט היבש מצות...) בין איך געלאפן זיך טרעפן מיט מיין אלטן גוטן פריינט, דער וועלדל!

איך האב געוואוסט אז ס'איז נישטא קיין סדר היום היינט, ס'איז דער ערשטער טאג, און צוליבן חולשא דאורחא וועט אין די קומענדיגע פאר שעה גארנישט פארקומען, קען איך רוהיג פארברענגען און קיינער וועט מיר נישט זוכן.

פונדערווייטנס האב איך שוין געהערט דעם דשומען פון די בינען-פליגן, ס'האט מיר געקלינגען אין די אויערן ווי א ברוך הבא געזאנג, ווי זיי פרייען זיך אויך צו זייער אלטן גוטן פריינט... און אזוי פארטראכט, פאר'חלומ'ט, מיט א האלבן שמייכל, האב איך אריינשפאצירט צווישן די בוימער.

א טריט נאך א טריט, א שפאן נאך א שפאן, איך פול אן מיינע לונגען מיט די ריינע לופט וואס בלאזט אזוי ברייטהארציג, און איך שפאציר אזוי גוטמוטיג טיפער און טיפער אין וואלד.

א גרויסער שטיין האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט, איך זעץ אראפ דערויף מיינע מידע ביינער, מיין מויל צועעפנט זיך מיט א גיגאנטישן געניץ אין די צייט וואס מיינע הענט ווערן דערהויבן אין די הייעך און זיי ציען זיך אויס למעלה למעלה... מיינע אויגן גיבן זיך א פארקלעב... און אה, מעין עולם הבא, א זיסער דרימל נעמט איין אלע מיינע גלידער.

אין מיין דמיון גיי איך ווייטער אין וואלד, פון איין וועלדל צום צווייטן, איך שפרייז אריבער קאנטרי'ס, שטעטלעך און דערפלעך, טייכלעך ימים ונהרות, לענדער און קאנטינענטן, ביז איך טרעף זיך אין עפעס א שטעטל אין יענעם עק וועלט.

איך קוק זיך ארום און ס'ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן, דא פאלט שוין צו די נאכט, די זון האלט שוין ביי מעריב, און דער מאגן הייבט אן צו פאדערן דאס זייניגע, און איך בין דא פארקראכן ערגעץ ווייסעכווי, איך קלאפ אריין אין ערשטן בודקע, מיט די האפענונג צו פרעגן וואו אין קען באקומען עפעס צו עסן, און דערנאך א דאך איבערן קאפ, מארגן וועל איך זיך שוין זארגן אנצוקומען צוריק למחוז חפצי.

אבער ווי נאר דער טיר האט זיך געעפנט האט מיר אפגעווארט א מעכטיגער איבערראשונג, דער פארשוין – געקליידעט ווי אין פאריגן יאר הונדערט – האט נישט פארשטאנען לא מיני' ולא מקצתי' פון וואס איך רעד, ער האט פרובירט ענטפערן אויף זיין אייגנארטיגן לשון, אבער איך האב נישט געקענט אויפכאפן קיין זאך, צום סוף האט ער ענדליך פארשטאנען מיין רמז ווען איך האב געוויזן מיט די האנט אויפן מויל, און ער האט מיר געגעבן אביסל רויע קארן מיט רייז טועם צו זיין.

די נאכט בין איך איבערגעשלאפן ביי דעם פויער, און אינדערפרי האב איך זיך איבערצייגט ווי גרויס דער בראך איז, איך געפין זיך ערגעץ אין די הרי אררט, א צוריקגעשטאנען פלאץ אפגעזונדערט פון די וועלט, נישטא קיין טעלעפאן, הקיצור ס'נישטא קיין שום וועג זיך צו פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט, איך וועל שוין מוזן דא אויסווארטן אויף עפעס א נס מן השמים.

דעם אנדערן טאג האב איך זיך אומגעקוקט וויאזוי די ארעמע ביידלעך זענען צוזאמגעשטעלט, געפלאכטן פון צווייגן מיט שטרויענע דעכער, און איך האב מיט די הילף פון אפאר דארפישע קינדער צוזאמגעשטעלט א בודקעלע פאר מיר, במשך די צייט האב איך מצליח געווען צו פארמאגן פיר ווענט, א דאך, א בעטל מיט א טישל, און א שטאם פון א בוים פאר א בענקל.

עסן איז נישט געווען קיין פראבלעם, אין די געגנט איז געוואקסן תבואה און גרינצייג בשפע, די קיען האבן געגעבן מילך, די הינער אייער, און ס'איז געווען אויף שבת צו מאכן...

אנפאנג איז עס נישט געווען אזוי געפערליך, איך בין נאך געווען פארנומען זיך מסדר צו זיין, אויסבעסערן מיין הייזקע, צוזאמשטעלן מעבל, איינפלאנצן א שטיקל גארטן, אבער וואס מער צייט ס'איז אדורך, ווי מער מסודר איך בין געווארן, האט מיר אנגעהויבן צו ברענען א מורא'דיגע דורשט, חברותא או מיתותא, צו די פויערן אין דארף האב איך נישט געקענט ארויסרעדן א ווארט, כ'האב נישט פארשטאנען קיין מילה אחת פון וואס זיי רעדן, און קיין אחינו בנ"י האב איך נישט געטראפן דארט, הקיצור דער דורשט פאר חברותא איז געווארן ערגער און ערגער, שטערקער און שטערקער, מער און מער האט זיך כסדר ארויסגעוויזן דער געברויך צו קאמיוניקירן מיט מיינס גלייכן, מיט ברודער וואס פארשטייען זיך, זאגן א גוט ווארט איינער פארן אנדערן, (און צומאל א גוט טשעפע... ווען ס'פעלט זיך אויס) אויסשמועסן וואס ס'ליגט אויפן הארץ, זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און צומאל שטיפן די צייט צוזאמען...

די טעג זענען אריבער איינס נאכן צווייטן, און דער געברויך איז געווארן וויכטיגער און וויכטיגער, ביז יענעם נאכמיטאג...

איך קוק ארויס פונעם פענסטער (א לעכל צווישן די צווייגן בלע"ז) און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גרופע חברים מיינע שפאצירן אריין אין דארף! איך לויף ארויס מיט איין אטעם... משה! דוד! יאנקי! יואלי! איך פאל ארויף אויף יעדעמ'ס אקסל באזונדער, מ'נעמט זיך ארום (צו משה מנהל לאזט יא צו נישט...) און איך לאדן זיי איין צו ביתי נאוה קודש אויף א שיסל רייז...

ס'איבריג צו זאגן וויאזוי מיינע טעג נאכדעם האבן אויסגעזעהן, איך בין געזיצן מיט זיי אגאנצן טאג, איך בין אזוי נאנט געווארן מיט זיי, מ'האט פארברענגט, געשמועסט, זיך געטענה'ט, געפלאכטן ווערטער גאנצע און האלבע, געפרעגט קשיות, געזאגט תגובות, דיסקאטירט אידישע און וועלטליכע נייעס, גערעדט זכרונות פון ימות עולם, על הצדיקים ועל החסידים, און אלעס אויף די אידישע שפראך... ממש א ישועה!

און דאס איז וואס איך שפיר כלפי די "אידישע וועלט"... אין אזא פוסטע וועלט ווי מיר לעבן היינט, מ'וואנדערט אריין אינעם נעט און ס'נישטא מיט וועם ארויסצורעדן א נארמאל ווארט, ביז מ'טרעפט זיך מיט די חברים דא, און מ'דערזעהט זיך מיט טויזנט תגובות...

יעצט זינגדשעט אלע צוזאמען מיט מיר, ואת האלף, מיט א אזלא גרש...

אוי, כ'האב שיעור פארגעסן צו זאגן, און איך האב זיך אויפגעכאפט...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:47 am
דורך גימעל
טויזענט תגובות בכף מאזנים און די טויזענסטע תגובה בכף שניה מכריע את כלם!

איך האב זיך גערישט אויף א גוטס אבער נישט אויף אזאנס...
איין זאך וואס איך קען צולייגן וואס איז צו פארדאנקן אונזער הערליך אויסגעהאלטענע זייטל 'די אידישע וועלט' איז 'אה, א מחי' ווען מ'טרעפט חברים'....
א דאנק זיי בין איך נאנט געווארן מיט א איד וואס רופט זיך גראדער!

אוי, כ'האב שיעור פארגעסן צו זאגן, מזל טוב צו דיין טויזענסטע תגובה!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:50 am
דורך לכאורה
דא האסטו א האג... :oops:

גאר גוט געזאגט גראדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:50 am
דורך my_music
מזל טוב הרב גראדער אויש זאגסטעך אזוי גוט זאלמער הערן זאך אסאך גוטע ווערטער - זאפטיגע ארטיקלען - רינעדיגע שרייבעכצער - קלעבעדיגע בינען אוי איך בין פארפארן דא וואו בינעך?

צוריק צום פוינט עס איז א פלעזשער געווען צו ליינען דיין זאכן, קיפ איט אפ!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:56 am
דורך mk-studio

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:56 am
דורך מבין נומ 1
אה מייי גאשששש!!!!
גראדער, אזוי מין גוט צו שפינען (מיי מוזיק דא האסטו, דו רעדסט פון בינען רעד איך פון שפינען....) א מעשה מיט קעמפ, מיט א וואלד, מיט משה מנהל... ביז דא אין קרעטשמע אריין!!!!
גרעיט!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 11:58 am
דורך שטארק זיך
גררראאאאאאדדעעער!

פארוואס האסטו דיך אויפגעכאפט......?
.........
מעכטיג,מעכטיג,מעכטיג.......

דו ווערסט בעסער און בעסער מיט יעדע תגובה'לע,

מזל טוב, צום געקרוינט ווערען מיט'ן שר האלף טיטל; און איך וואונטש דיר:

'שלום' עליכם ככם אלף פעמים... (סך הכל א מיליאן..). געזונטערהייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:05 pm
דורך שלעפשיץ
נישט געדאגעט גראדער עס וועט קיין חלום מער נישט זיין!!!!

מק-סטודיא גראבע פינגער ארויף. ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:07 pm
דורך מבין נומ 1
MK, פיינע נייעס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:07 pm
דורך מאשקע
כ'בין נישט אזוי זיכער אז ער האט זיך שוין אויפגעכאפט... ער איז אריינגעשלאפן "גראד" אין העלן טאג אריין...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:16 pm
דורך גראדער
לכאורה האט געשריבן:דא האסטו א האג... :oops:

גאר גוט געזאגט גראדער.


מאנכע האבן זיך אפגערעדט לעצטנס אז זיי כאפן שוין אנפאנג וואו איך ציהל, אזש זיי דארפן לייגן דעם גראבן פינגער אויפן סקרין צו פארדעקן די ענדע... כ'האף אז דאס האט זיך יא געליינט ביז'ן סוף...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:19 pm
דורך מבין נומ 1
גראדער האט געשריבן:איך קוק ארויס פונעם פענסטער (א לעכל צווישן די צווייגן בלע"ז) און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גרופע חברים מיינע שפאצירן אריין אין דארף! איך לויף ארויס מיט איין אטעם... משה! דוד! יאנקי! יואלי! איך פאל ארויף אויף יעדעמ'ס אקסל באזונדער...


געהעריג גילו...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:21 pm
דורך מאשקע
נישט ממש... איך למשל האב נישט געכאפט ווער יואל'י איז...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:22 pm
דורך עס עפעס
גראדער! העי יו!!! האסטו אנגעשריבן א גוטס דא!

גראטולאציעס צו דיין עררייכונג! יעדע מינוט וואס דו ביזט דא, זעטיגן מיר זיך!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 12:29 pm
דורך מאנאגרעמס
מורא'דיג!!!

מזל טוב!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 3:19 pm
דורך שמאטע
גראדער! אז סיז גיט איז גיט!! ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 3:22 pm
דורך וואדקע
אויסערגיווענלעך שיין,
שכוח

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 4:05 pm
דורך די גרויסע עפל
גראדער אין. ;l;p- mk

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 4:35 pm
דורך מוישע_יאכעס
גראאדער געעוואאלדיג!!!!
בד"וו גראדער וואו פונקטליך איז דע מעשה פארגעקומען ביי די סטאריס? אדער אפשר גאר אויף פאלאקס ראוד?
ווי אויך ווילעך ווויסען וועלכע יאר מ'איז געפארן און קעמפ מיט מאנראו באסעס און נישט מיט ראלינג ווי בלע"ז...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 5:17 pm
דורך געלעגער
און איין ווארט. א "גראדער" ארטיקל!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 6:39 pm
דורך גיי_ווייס
אז סגוט אז סגוט
הערליך שיין
שכוח
קיפ אופ

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 6:58 pm
דורך גראדער
משה קאפויער האט געשריבן:
דא זעהט מען ווי גראדער איז געווען איינזאם אליין אין די פויערישע כאטקע :h-w

דא זעהט מען ווי די גוטע פריינט משה, דוד, יענקי, און יואלי שטראמען איינס נאכן צווייטן :bu:mp:



כ'האב נישט געוואונט אז אינעם צוריקגעשטאנענעם דארף איז געווען פון די גע'אסר'טע ווידיא כלי...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 7:35 pm
דורך פינטעל
ווען דר. גראדער זאגט גיט איז גיט
נאך טויזענט אזאנע

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 10:04 pm
דורך מומחה יוחס
זאגטס "גראדער" אזעלכע גוטע ווערטער איך האב נישט קיין טויזענט ווערטער ווי ארויס צו ברענגן ווי שיין האסט געשריבן

אבער איין זאך פארוואס נאר זימער דאס איז דאך געוואלדיג א גאנץ יאהר [האסט אראפ געלייגט די מעשה כאילו ס'איז געשעהן זימער]

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 10:39 pm
דורך שוועמל
גראדער האט געשריבן:
משה קאפויער האט געשריבן:דא זעהט מען ווי גראדער איז געווען איינזאם אליין אין די פויערישע כאטקע :h-w
דא זעהט מען ווי די גוטע פריינט משה, דוד, יענקי, און יואלי שטראמען איינס נאכן צווייטן :bu:mp:

כ'האב נישט געוואונט אז אינעם צוריקגעשטאנענעם דארף איז געווען פון די גע'אסר'טע ווידיא כלי...


נע, גוגל אירטה האט געכאפט די בילדער..

און סקייפ האט אפגעכאפט דיין הערליכן ארטיקל