בלאט 1 פון 2

זרח דער היפאקריט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:03 pm
דורך גראדער
זרח דער היפאקריט
איך האב א חבר (יא, ס'נאך דא אזעלכע וואס זענען גוט מיט מיר...) גאנץ א לייטישער אינגערמאן, א קלוגער, א גוטער, און דער עיקר פארשטייט זיך ער האט אסאך געלט, (נו פארוואזשע דען בין איך זיין חבר...).

כמה פעמים ווען איך נויטיג זיך אין א טובה ווענד איך זיך צו אים, איך דארף נאר מאכן איין טעלעפאן קאל, און מיט צוויי ווערטער איז אלעס ארלעדיגט, א הלוואה, און צומאל א נתינה, א שתדלנות, אן עסקנות, און וואזשע נישט, מ'דארף אים נאר בעטן, און פון דארט און ווייטער איז אלעס אין זיינע הענט.

ער האט נאר איין זאך, צו געניסן פון זיינע טובות דארף מען זיך האלטן גוט מיט אים, מ'דארף רעדן צו אים כסדר, זיין מיט אים אויף איין מיינונג פארשטייט זיך, און ווי אלע גבירים וואס האבן ליב מ'זאל זיי צופרידן שטעלן און זיי צושטעלן וואס זיי האבן ליב, ווען דו שטעלסט צו פאר מיין חבר זיינע מטעמים קויפסטו דיך איין עולם "הזה" ממש עין לא ראתה... קענסט אים דערנאך בעטן וואס דו ווילסט, און מיט א בלינק מיט'ן אויג וועט ער דיר אלעס צושטעלן.

לעצטנס האב איך מיטגעהאלטן גאנץ א קאמישן ספעקטאל, זרח (נישט פארטוישן מיט זארכפעפער...) דרייט זיך אויך לעבן דעם חבר מיינעם, אבער ער איגנארירט אים אינגאנצן, ניטאמאל גריסט ער אים, צומאל קען ער אפילו חוזק מאכן פון אים אונטערן רוקן, ער מאכט אלעמאל אוועק דעם גוטסקייט פונעם חבר מיינעם, און ער פרובירט כסדר אויפציווייזן ווי ער קען זיך באגיין אן אים, דער חבר מיינער איז נישט קיין נאר, און ער האלט אלעס מיט, כ'גלייב אז ס'טוט אים וויי זרח'ס באנעמונג צו אים, דאך שלינגט ער עס אראפ, און אפילו ס'איז בידו צו שעדיגן זרח'ן, לדוגמא דער פאבריק ווי זרח ארבעט האט ער א היבשע פראצענט שותפות דערין, דאך טוט ער נישט קיין שום זאך וויי צו טון זרח'ן.

איין טאג האט זיך מיר די האר פון קאפ אויפגעשטעלט, איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה, זרח האט געהערט אז דער חבר מיינער איז געווארן א שותף אין א גאר גרויסן קאמפעני, און דארט איז פונקט פריי א מענידשער פאזיציע, מיט א פעטע געהאלט, אסאך בענעפיטן, ווייניג ארבעט'ס שעות, וכו', הער נישט מער און נישט ווייניגער ווי זרח בעט דעם חבר מיינעם ער זאל ממליץ זיין אז ער זאל באקומען דעם פאזיציע!

כ'האב עס נישט געקענט אראפשלוגען! אלעס האט א שיעור! קיינמאל מאכסטו דיך נישט וואוסענדיג פונעם גביר וואס בעצם איז ער דיין ארבעטס געבער, שטעלסט דיך נישט צו צו אים, טוסט יעדע זאך דעם היפך פון וואס ער ערווארטעט פון דיר, במישרין צו בעקיפין ביזטו אים גורם אסאך צער, און דא גאר קומסטו אים בעטן ער זאל זיך מטריח זיין דיר צו העלפן?! א היפאקריט!

אבער איין מינוט, מ'שטיימיר איצט ערב חודש תמוז, לאמיר גיבן א טראכט, גיימיר נישט אזוי אויסקוקן ראש השנה ווען מ'גיימיר צווח'נען ככלבין הב הב...

לאמיר זיך נעמען חנפ'נען בעוד מועד... אפשר וועלן מיר באקומען א גוטע פאזיציע ווען מיר וועלן בעטן...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:22 pm
דורך קהת
נו וואס ווילסטו? עצות וויאזוי זיך צו חנפ'נען? אדער עצות וויאזוי עהם אוועק צו שטיפען? אדער וואס?

זייער א שיינע שריפט!!! זעה עס אויס צו ניצען מער אפט!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:28 pm
דורך שמערי בערי
ייש"כ פאר'ן חשוב'ן בעל דרשן! האסט עס געצילט אין פינטל!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:28 pm
דורך פרייליכערהייט
גראדער דערמאנסט מיך דיינע רעיונות'לעך....!

הערליך און אידיש. יא, עס איז שוין נאך מברכים תמו"ז, און עס גייט שוין א זמני תשובה ביי גראדערל אין קאפ.

זמני תשובה ממשמשין ובאים, לאמיר מאכן זיכער מען זאל נישט דארפן חנפ'ענען!!!

דיין צוגאנג איז געוואלדיג.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:40 pm
דורך גראדער
ס'איז אונז א גרויס כבוד אז כבוד ידידינו האי ספרא רבה וכו' הרב פרייליכערהייט האט מקדיש געווען זיין 500'סטע תגובה זיך צו באדאנקען אויף אונזער ווערק...

יה"ר זאלסט בקרוב גארנישט צולייגן, (אדער צולייגן א גארנישט -0) נאכן 500, להנאת הציבור תושבי הקרעטשמע...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:00 pm
דורך קרעמער
ערגעץ ווי אינמיטן דעם ארטיקל האב איך געקלערט אז מיר זענען גאר דער זרח'ל, איך האב געמוזט צווינגן מיינע אויגן נישט צו לויפן צום לעצטן שורה, און ווען דאס איז שווער געווארן האב איך געלייגט די האנט אויפן סקרין צו בלאקירן דעם אויג פון פיזיש שפיאנירן דעם אויסלאז.

גראד געטראכט און גוט געזאגט!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:10 pm
דורך שוועמל
ס'ציפט.
גראדער מיט זיין גראדקייט לפשט עקמומיות שבלב.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:19 pm
דורך פינטעל
וואויל גראדערל וואויל, א שטארקע פונקט און חומר למחשבה
תמוז איז דאך ר"ת זמני תשובה ממשמשין ובאין (משה קאפויער: אריין אין ר"ת פלעכטן אשכול)
נאר איין בקשה האב איך,אפשר קענסטו מיר אנהוקען מיט דעם גביר, איך וויל אויך געניסן פון א זשאב און הלואות בכל עת

און צו קרעמער'ן, לעצטענס טרעפסטו צו אלעס פון אנהייב, אנגעהויבען ביי די שווארצע זשעלי ביען און יעצט דא, א ריכטיגע מבין דבר מתוך דבר

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:30 pm
דורך מאשקע
נישטא נאך אזא גראדע זאך ווי א גראד ווארט פון גראדער - האבן צדיקים געזאגט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:35 pm
דורך קרעמער
פינטעל האט געשריבן:וואויל גראדערל וואויל, א שטארקע פונקט און חומר למחשבה
תמוז איז דאך ר"ת זמני תשובה ממשמשין ובאין (משה קאפויער: אריין אין ר"ת פלעכטן אשכול)
נאר איין בקשה האב איך,אפשר קענסטו מיר אנהוקען מיט דעם גביר, איך וויל אויך געניסן פון א זשאב און הלואות בכל עת

און צו קרעמער'ן, לעצטענס טרעפסטו צו אלעס פון אנהייב, אנגעהויבען ביי די שווארצע זשעלי ביען און יעצט דא, א ריכטיגע מבין דבר מתוך דבר

טענקס פאר די קאמפלימענט. ווען דו וועסט מיטהאלטן קרעטשמע געשרייבעכצער במשך 5 יאר וועסטו אויך קענען פאראויסזאגען די ענדע פון אן ארטיקל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:58 am
דורך עס עפעס
גראדער!!! הערליכע רייד!

תמוז!! ס'ציפט!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 6:17 am
דורך מאנאגרעמס
האסט מיר גוט מסדר געווען. אויפגעשאקלט די קושקעס.

א גרויסן שכח!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 6:26 am
דורך יודל מענדלזאהן
ייש"כ הרב גראדער. ;l;p-

קורץ און שארף!
א משל מיט א "טוויסט"!
געשאסן און געטראפן אין ציל!

זאלסט זוכה זיין דיינע ווערטער זאלן אלעמאל משפיע זיין לטובה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 7:08 am
דורך אונגארישער
זייער גיט אין נאטירליך אמתדיג געשריבן

יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 8:45 am
דורך גימעל
א דאנק אדון גראדער פאר אייער הערליכן ארטיקעל טאקע קורץ אבער שארף!

און א יישר כח פארן אונז דערוועקן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 9:44 am
דורך מבין נומ 1
אזוי פרי הייבסטו אן? ס'נאך דא א גאנצע זוממער צו גיין!

טאקע דאס האביך הנאה! גראדער האט אונז דערמאנט בעוד מועד... קיין היפאקריטן נישט זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 1:41 pm
דורך שאץ מאץ
גראדער איך לייקן עס קאטעגאריש... איך האב קיינמאל נישט געבעטן דיין חבר פאר דעם מענעדשינג דשאב, איך לאך נאך אלץ פון אים אונטערן רוקן און אין פנים אריין....

דשאק אהער דשאק אהין, זאגסט א טיפן געדאנק, סך הכל צו באקומען דעם פאזיציע מוז מען זיך חנפענען צום ריכטיגן מענטשן, נו לענין צו וועמען דארפן מיר זיך חנפ'נען ערב תמוז?, איך מיין אז צו די תוה"ק, די תורה איז די גרעסטע מליץ פאר אונז די הייליגע טעג, כמבואר בארוכות בס' ערבי נחל, אז מ'לעבט נישט גוט מיט אים אגאנץ יאר ווי קען מען בעטן די תוה"ק זאל מליץ זיין פאר אונז די הייליגע טעג,

חברה נאך א בלאט,
אפי' אן א צייט,

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 1:59 pm
דורך ווילדער קאפ
גראד צום פוינט!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 2:02 pm
דורך שמעלקא טויב
קודם גראדער א שיינעם דאנק! האסט מיר דערמאנט אז ס'קומט שוין אלול.

שאץ: אויב כ'דענק גוט איז דער בני יששכר שוין מאריך מיטן משל הידוע איבערן בת מלכה, והעיקר איז אז מ'נעמט צוריק די בת מלכה, ביי אונז די תורה הקדושה, און מ'איז איר מפייס איידער עס קומט דער יום הדין הגדול והנורא.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 2:46 pm
דורך שטארק זיך
גראדער, דו ביסט 'אנפרעדיקטעבל' איך קען נישט אזוי מיט דיר...

געדענקס נאך דעם רעבען אין חדר וואס רופט דיך ארויף צו זיין טיש, ניין, ער זאגט נישט 'האלט דיין האנט', ער שרייט נישט און בייזערט זיך נישט, אפילו קיין פארבן טוישט ער נישט,

פארקערט ער רעדט רואיג, און אפשר צו רואיג, ווען פליצלונג... טררראאך, די שפירסט א ברענעדיגן פראסק אז די ווייסט נישט אויף וועלעכע וועלט דו ביסט..,

אט דאס האסטו צו מיר געטוהן, איך ליין מיר אזוי געמיטליך, מסתמא וויל גראדער זיך אראפ רעדן פון הארץ, אפשר וויל ער גאר אן עצה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זרח'נען, (דו ווייסטאך אז עצות בין איך שטענדיג גרייט צו געבן), ווען פליצלונג אן א ווארענונג אזא ווייטאגליכער שמייסצ...

נו נ!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 5:03 pm
דורך געלעגער
אוי ווי דאס ציפט!
גראד אריין און פינטל

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 11:23 am
דורך דארפסמאן
גראדער קארץ און שארף, גראד צום פוינט, ישר כח

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 2:31 pm
דורך i follow
גראדער דער משל איז מוראדיג
דער נמשל ציפט גיט

שטארק זיך דיין משל איז גיט צוגעשטעלט וואס גראדער האט געטון מיט אונז

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 3:06 pm
דורך גראדער
איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס רעדן זיך אפ אז איך האב זיי ממש געציפט, בפרט ידידינו הרב שטארק זיך וואס קלעימט גאר אז איך האב אים אומגעראכטן געפראסקעט... איך האב באמת קיינעם נישט געמיינט פערזענליך, כ'האב פשוט געזיכט אויסצובלאזן הגיון לבי לפניכם, ואתכם הסליחה...

דרך אגב האב איך געזעהן א שיין ווארט אויפן צווחין ככלבין הב הב, לכאורה אם אין קמח אין תורה, מ'ברויך דאך האבן ברויט צום לעבן, פארוואזשע זאל מען נישט טארן בעטן אביסל פרנסה? זאגט ער (כ'מיין ס'קומט פון הרה"ק רבי שלמה לייב מלענטשא זצוק"ל) איינמאל הב גייט נאך מיט, אבער דער צווייטער הב איז דאך שוין פשוט לוקסוס...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 4:34 pm
דורך שטארק זיך
גראדער, אן אייזן און הייליג ווארט מהרה"ק מלענטשא, א הדרכה אין לעבן, מיר לייגען עס גוט אוועק.

יישר כוח.