בלאט 1 פון 1

השגחה פרטית אויפן ניו דזשערזי 17

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 11:42 am
דורך סאדע_באטל
יום א' בהעלותך תש"ע

זונטאג אינדערפרי, איך וועק מיר אויף גאנץ פרי. מיט א פרייליך לידל גיס איך מיר נעגל וואסער. וואס איז? היינט גייען מיר אהיימברענגן די רעביצין מיט די נייע געבוירן אינגעלע, פון קימפעטארין היים - אשת חיל, צוריק צו איר נעסט, די פלאץ ווי דאס ניי געבוירן קינד גייט אנרופן, מיין הויז.

מוצ"ש האב איך גענעכטיגט ביי א קרוב מיינער אין מאנסי, צוליב דעם וואס שבת קודש האב איך געוויילט אין איינע פון די אידישע געגענטער אין אפסטעיט, און עס האט נישט געהאט קיין זין, אהיימצופארן מוצאי שבת צוריק אין שטאט, און זונטאג אינדערפרי צוריק ארויסצופארן, אלזא, איז די החלטה געבליבן אז מוצאי שבת, גייט מען נעכטיגן אין מאנסי.

פרייטאג, איידערן זיך ארויסלאזן אויפן וועג, צום פלאץ ווי איך האב פארברענגט שבת קודש, האב איך באמערקט אז פון אונטער מיין קאר, רינט אזא ברוינע פליסיגקייט, אבער היות איך האב עס געזעהן נאר ווען איך האב אפגעשטעלט און געפארקט די קאר, האב איך מיר מיישב געווען, אז עס קען ווארטן ביז נאך שבת, און ווען מען גייט צוריקקומען, גייט מען טראגן די קאר צום מעקאניק, ער זאל טשעקן וואס די פראבלעם איז.

איך האב שוין אמאל געהאט אזא פראבלעם, עס איז גאנץ אן אלטע קאר, מיט א היבש ביסל מייל, און דער מעקאניק האט געזאגט אז עס איז גארנישט, עס איז וואסער וואס רינט אפ פון די עיר קאנדישאן, ממילא בין איך נישט געווען באזארגט צופיל, ווייל עס איז געווען א הייסע טאג, און מיין עיר קאנדישאן איז געגאנגען, האב איך געהאט א פארטיגע ביאור, פארוואס עס רינט וואסער.

פרייטאג נאכמיטאג, זענען מיר אנגעקומען צו אונזער ציל, ברוך השם אן קיין פראבלעמען, נישט געהאט צופיל טרעפיק, א פיינע נסיעה געווען. איך האב געפארקט די קאר, און איך האב גארנישט געזעהן ארויסרינען. ברוך השם, נישט דא קיין ערנסטע פראבלעם, עס איז מן הסתם געווען די עיר קאנדישאן.

זונטאג אינדערפרי, האבן מיר אפגעדאווענט, געלערנט אביסעלע, און בערך 11:30 זיך ארויסגעלאזט, אין ריכטונג פון עיר עוז לנו, קרית יואל, אויפצופיקן די משפחה. איך האב געוואלט פארן א שיינע וועג, איז אנשטאט פארן מיט די טראוועי, האב איך גענומען די פאליסעידס ביזן זעקסער, וואס כפי השמועה דארף דאס צו זיין א שיינע וועג. איך האב אנגערופן די ב"ב, מעלדן אז מיר זענען אונטערוועגנס קיין קרית יואל.

אינמיטן די פאליסעידס, באמערק איך אז די ווייזער אויפן דעשבאורד, וואס צייגט ווי הייס די ענדזשין איז, איז אביסל אויף די הויכע זייט, און עס פאנגט אן שמעקן אביסעלע מאדנע. איך האב אויסגעלאשן די עיר קאנדישאן, און די ווייזער האט זיך טאקע תיכף צוריקגערוקט אביסל, מער צו א נארמאלערע שטאפל. איך האב געגעבן א דאלער פאר רבי מאיר בעל הנס, און איך האב אנגעהויבן פארן מער פאמעליך, אריין אין די רעכטע לעין, גארנישט מער ווי די ספיד לימיט.

איך האב מיר בארואיגט, אז עס איז אין ארדענונג, עס וועט אנקומען קיין קרית יואל און צוריק קיין ברוקלין, נאר דא איז געווען א בארג ארויף, דערפאר האט זיך די ענדזשין איבערגעשטרענגט...

אנקומענדיג קיין קרית יואל, איז שוין די ווייזער פון די ענדזשין פון די היץ, געווען צוריק כמעט ביי איר נארמאלע שטאפל, איך האב מיר אפגעשטעלט אין בית המדרש אויף א צוואנציג מינוט, אפצוקילן דעם ענדזשין אינגאנצן, און פאר מענטשליכע געברויכן..., מיר האבן איינגעמאלדן אין שטוב, אז עס איז דא א שטיקעלע דילעי, און איך גיי מיר אביסעלע זוימען ביז איך קום צו איר אויפצופיקן.

נישט זייענדיג הונדערט פראצענט רואיג, בין איך צוגעפארן צו די מעקאניק אין קרית יואל, און איך האב געזאגט מיין פראבלעם, זאגט ער מיר אז פאר א שעה קען ער נישט קוקן אויף די קאר, זעהן וואס די פראבלעם איז. האב איך מיר מיישב געווען, אז מיר וועלן פארן קיין בארא פארק, און דארט וועלן מיר שוין אויסטשעקן וואס די פראבלעם איז.

תיכף ומיד, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו חברון רד., ווי אשת חיל איז סטאנציאנירט, און געלאזט וויסן, אז מען איז שוין דא, און מען קען ארויסקומען. מען האט אנגעלאדנט די קאר, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ברוקלין.

אויפן רעמפ ארויף צום טראוועי, האט זיך די ווייזערל ווידער צולאזט, און אנגעהויבן מארשירן אויף ארויפציהר, עס האט ווידער אנגעהויבן שמעקן, אבער די החלטה איז געבליבן אז, מען פארט ווייטער..., כמובן מאליו, איז מען געפארן פונקט די ספיד לימיט, אין די רעכטע לעין, די עיר קאנדישאן, האט מען אנגעצונדען, און ווען די ווייזערל איז געווארן צו הויך האט מען אויסגעלאשן, און די ווייזער איז אראפ אביסעלע, אזוי האט מען א גאנצן טראוועי זיך געשפילט, אנגעצינדן אויסגעלאשן, אנגעצינדן אויסגעלאשן. (ווען עס איז געווען אויסגעלאשן, האט נישט געטויגט, ווייל מען האט געדארפט עפענען די פענסטער, און ווען מען האט געפענט די פענסטער, איז די אומאנגעמער ריח אריינגעקומען אין די קאר אסאך שטערקער....).

אזוי ווי מען איז ארויף אויפן ניו דזשערסי 17, האט זיך די ווייזער געגעבן א רוק ארויף צו די רויטע חלק, עס האט שוין נישט געהאלפן פארן שטייטער, עס האט שוין נישט געהאלפן קיין עיר קאנדישאן אויסגעלעשעכטס, בין איך תיכף ומיד אריינגעפארן אין די ערשטע געז סטעישן וואס איז געווען. עס איז געווען די סיטגאו אנפאנג 17, (עס איז נישט פון די געז סטעישאנס, ווי די עולם שטעלט זיך אפ, עס איז נישט ביליג, נישט כשר'ע סנעק, וכו' וכו').

איך גיי ארויס פון די קאר, איך עפן די הוד, והנה, א חורבן, עס שיסט א רויך, עפעס א ברוינע פליסיגקייט איז אנגעשפריצט ארום די גאנצע ענדזשין. וואס טוט מען דא יעצט ? אינמיטן וועג, מיט א קימפעטארין אין די קאר, א צוויי וואכעדיג עופה'לע אין די קאר, וואס קען מען יעצט טון דא ?

מיר פרעגן דעם פאקיסטאנער באטיכלטער גוי, צו עס איז דא א מעקאניק אויפן פלאץ, זאגט ער אז עס איז נישט דא, אבער אויב איך וויל, קען ער רופן איינעם פון א האלבע שעה אוועק, און יענער וועט שוין זעהן וואס מען קען טוהן..., אבער ער איז נישט זיכער אז ער וועט וועלן קומען ווייל עס איז זונטאג.

פרעג איך אים, צו ער האט עפעס פאר מיר אפצוקילן די ענדזשין, פארקויפט ער מיר א באטל אנטי פריז, איך האב אים געבעטן אז ער זאל עס אריינגיסן. אבער עס איז נאך געווען זייער הייס די ענדזשין, א רויעך איז געגאנגען, האט ער געווארט אפאר מינוט, עס זאל זיך אפקילן, ער זאל קענען עפענען די פלאץ ווי מען דארף אריינגיסן די אנטי פריז.

בינתים, איז צוגעקומען נאך א פאקיסטאנער ארבייטער דארט, און ער זאגט מיר, "מי מעקעניק, מי לוק עט יור פראוולעם". ער קוקט צו, און ער זאגט מיר אז לויט זיין השערה, איז עס די וואסער פאמפ, און אז די וואסער פאמפ ארבייט נישט, האב איך שוואכע שאנסן אנצוקומען אין שטאט אריין מיט א געזונטע ענדזשין, ווייל אן קיין וואסער, וועט די העד-געסקעט פארברענט ווערן, און דאן איז די ענדזשין קאפוט....

עס איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן. זונטאג צוויי אזייגער, אינמיטן די ניו דזשערסי 17, נישט קיין קאנטרי טאג, ווי עס פארן מאסן אידן אריין, נישט קיין געז סטעישאן ווי דער עולם שטעלט זיך אפ. איך האב אין קאר א קימפעטארין מיט א צוויי וואכעדיג בעיבי. וואס טוט מען דא ? מילא איך מיט די קאר, איך האב ב"ה טריפל עי, זיי וועלן מיר אריינטראגן אין שטאט, אבער וואס טוט מען דא מיט די משפחה ?

וויסנדיג, אז מיט טריפל עי, קען מען ווארטן א שעה צייט זיכער זיי זאלן קומען, האב איך די ערשטע גערופן טריפל עי, און באשטעלט א טאו, זיי האבן מיר ארומגעטרענספערט פון ניו יארק קיין ניו דזשערסי, היות איך בין א ניו יארקער איינוואוינער, אבער די ארט ווי איך געפין מיר איז אין ניו דזשערסי, דארף עס דורכגיין ביידע סיסטעמען.

זייענדיג אויף האלד מיט זיי, בארג איך די רעביצין'ס סעלפאון, און מען רופט אן חברים פון קרית יואל, און איך זאג פארן דיספעטשער מיין דילעמא, איך קום פון קרית יואל, איך האב אויפגעפיקט מיין רעביצין אין אשת חיל, און דא בין איך געשטראנדעד אויפן 17, איך ווארט אויף א טאו טראק, אויב זיי קענען מיר ביטע העלפן באיזה אופן שהוא. זאגט מיר די דיספעטשער, אז זיי האבן נישט קיין מעמבערס וואס פארן יעצט אריין אין שטאט, אבער איך זאל רופן חברים פון בארא פארק, אפשר האבן זיי א מעמבער, וואס איז געווען שבת אין קאנטרי, און ער איז אויפן וועג אהיים.

איך לייג אראפ די טעלעפאן מיט חברים, און ענדליך האט טריפל עי געפערטיגט אריינלייגן די ארדער פאר א טאו טראק, און זיי זאגן מיר אז אין מאקסימום דריי פערטל שעה גייט זיין דא א שלעפער טראק.

אבער וויי געוואלד, וואס טוט מען דא מיט די רעביצין ? מיטצופארן מיט די טראק איז נישט קיין מהלך, אזוי שטייענדיג און טראכטענדיג, מתפלל געווען א תפילה חרישית, דער רבוש"ע זאל מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב, פארט אריין א מיניווען, מיט א גרויסע אויפשריפט דערויף "גמ"ח הצלה" !!!!

איך האב אויפגעלאכטן, און איך גיי צו צום דרייווער, און איך פרעג אים ווי אהין ער פארט, זאגט ער מיר, אז ער מאכט א סטאפ דא אין ניו דזשערסי ביי א דאקטער ווי ער לאזט איינעם אראפ, און דערנאך פארט ער קיין וויליאמסבורג. לייג איך אים אראפ אין קורצע ווערטער מיין מצב, אז איך ווארט דא אויף א טאו טראק, און איך האב א קימפעטארין אין קאר, אויב ער קען ביטע פארן קיין בארא פארק, און איר אהינטראגן.

זאגט ער מיר, ער קאלט זיין בעה"ב, און ער גייט פרעגן רשות, ער קומט צוריק, יא ! ער קען מאכן די טריפ!!! מען האט אריבערגעלייגט די אינפענט סיעט, פון מיין קאר צו זיין מיניווען, און מען האט פלאצירט מיין משפחה אין די קאר.

אויף מיין שאלה וויפיל איך דארף באצאלן, צייגט ער מיר אויף די אויפשריפט פון די ווען, "זעהסט די נאמען"? שיק אריין א טשעק.....

איך האב שפעטער געהערט, אז די סיבה פארוואס ער האט זיך פונקט אפגעשטעלט אין יענע געז סטעישאן איז געווען, ווייל איינע פון די פאסאנדזשירן האבן נישט גוט געשפירט, יענער האט געבראכן, און ער האט זיך אפגעשטעלט אין די ערשטע פלאץ ווי מען קען קויפן וואסער......

השגחה פרטית !!!!

-----
איך האב נישט קיין אנונג ווער די דרייווער איז, אבער איך וויל אבער דא באדאנקען ברבים דער דרייווער, ער האט נישט קיין אנונג ווי שטארק ער האט מיר ארויסגעהאלפן, איך בין געווען ממש אובד עצות, ער איז ממש געווען א מלאך מושיע. תהא משכורתו שלמה מעם ה'.

ובדרך אגב. עס איז למעשה נישט געווען די וואסער פאמפ זעלבסט, עס איז געווען איינע פון די פייפס האבן געהאט א קרעק, איז קיין גרויסע געלט שאדן איז עס אויך נישט געווען ב"ה.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 11:51 am
דורך פונקטליך
סאו גוד באשריבן, ממש א הערליכע שריפט!

און די השגחה פרטית - שוין אפגערעדט,
הודו לשם כי טוב!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 12:13 pm
דורך קרעמער
יודו לה' חסדו - ונפלאותיו לבני אדם

לויטן תרגום איז דער פשט אז מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן, און "פארציילן" די וואונדער פאר מענטשן.

א הערליכע מעשה מיט א נאבעלן אויסלאז. יישר כח פארן דערציילן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 12:17 pm
דורך נחמן נתן
זייער שיין באשריבן. כן ייטיב ה' חסדו עמך ועם כל בית ישראל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 12:21 pm
דורך פאטאקי08
אויב נישט חברים דקרית יואל איז עס גמח הצלה דקרית יואל

א הערליכע מעשה מיט א נאבעלן אויסלאז. יישר כח פארן דערציילן.

ביידעי וועי דאס באלאנגט אין קאר פארום אבער די חברה זאגו אז אנצינדן די סטיעם העלפט
נו גיי צינד אן די סטיעם אינמיטן זומער מיט א קימפעטארן און קאר

אבער למעשה האב איך געזען א אינטערסאנטע זאך אז אויב די פען ארבעט אפילו אויף די בלויע זייט (נישט די עיר קאנדישען אבער קאלטע לופט יא) גייט די ווייזערעל צוריק צי די קאלטע זייט און ווען סאיז אינגנצען אויסגעלאשען דאס הייסט נישט קיין עיר קאנדישען און נישט קיין פען ווערט עס אווער היטעד
--
נחמן נתן האקט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 1:19 pm
דורך געלעגער
א הערליכן באשרייבונג.

איך געדענק נישט אז איך זאל דיר האבן אפגעגבן מזל טוב פאר ס'ניי געבוירנ'ס
אלזא, מזל טוב און אסאך יודיש נחת.
אלץ א גוטע עצה, פרינט ארויס די ארטיקל און לייג עס אוועק מיט די בילדער פונעם ניי געבוירן, און אפאר יאר ארום וועסטו הנאה האבן דערפון.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 1:57 pm
דורך גראדער
ווען דער רבש"ע טוט א באזונדערער חסד, ווערט דאך אראפגערעכנט פון די זכותים, אבער דורכ'ן לויבן דעם אויבערשטן ברבים און דערציילן די חסדי השם, ווי ער איז משגיח בתחתונים בכל עת ובכל רגע, קויפט מען זיך איין נאך סאך מער זכותים עד אין לשער...

זאלסטו טאקע זעהן אסאך אידיש נחת פונעם ניי געבוירן עופה'לע...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 2:11 pm
דורך שוועמל
קודם א הערצליכן מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענס, זאל עס זיין פול מיט ברכה און פרייד.

זייער שייין באשריבן מיט דיין הערליכן פעדער!
טאקע השגחה פרטית, כל הנשמה תהלל י-ה.

פארעפענטליכט: שבת יוני 05, 2010 11:19 pm
דורך טרעגער
יא, מז"ט סאדעל'ע, נעקסיים רוף דעם עולם צום קידוש.

זאלסטו אבאנטש נחת קאלעקטן פון דיין עופה'לע.

דיין געשיכטע איז הערליך באשריבן פון דיין זיסן פעדער.

גמ"ח הצלה קר"י ;l;p- ;l;p-

השגחה פרטית איט איז!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 12:22 am
דורך שאץ מאץ
שיין שיין!!!

טאקע א השגחה פרטית, גיב כאטש איבער פאר דעם ברעכער אין קאר אז יענער האט נישט געבראכן אימזיסט....

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 12:37 am
דורך צייטליך
סאדע באטל. יישר כח פארן מעלדן איבער די שלום זכור/קידוש... עס איז קיינמאל נישט שפעט. אלזא:
מזל טוב! אסאך נחת פון אלע דיינע קינדערלעך געזונטערהייט עמו"ש.

די מעשה איז זייער א גוטע. א ריכטיגער השגחה עליונה מעשה, און עס איז ווערט אן ארטיקל. דיין הערליכער שריפט און רייכער שפראך גיבט אסאך צו דערצו.

און נעקסטיים ווארט נישט אויף אזא פראבלעם צו מאכן אן ארטיקל.

יישר כח סאדע באטל.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 8:52 am
דורך i follow
מזל טוב סאדע באטעל
זאלסטע זען אבאנטש מיט נחת אין די שמחה זאל ברענגען אסאך שפע

און די קליינע סאדע באטעלע זאל אויסוואקסן א גרויסע סאדע באטעל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 9:25 am
דורך מוישע_יאכעס
מזל טוב מזל טוב לכבוד מוה"ר סאדע באטעל ני"ו לרגל שמחת הולדת ביתו למז"ט

נו יושר ווי איז די לחיים??

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 10:21 am
דורך שמערי בערי
מזל טוב און יישר כח פאר אייער זעלטן-רייכער באשרייבונג. אייער שריפט איז מתוק מדוואשע און האט מיר געצויגן צו לעזן יעדעס שורה עקסטערע.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 10:23 am
דורך מאנאגרעמס
לייענטס אלע איבער. ער האט געהאט א אינגעלע!!

השגחה פרטית ממש!
שכח פאר די ערצעהלונג און פאר די הערליכע באשרייבונג.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 2:36 pm
דורך שמאטע
קודם מזל טוב צים מייעם מיטגליד אין די סאדע משפחה,
_______
איך בין איבערגענימען פין די מעשה, זייער שיין אין פראפעסיאנאל אראפדעלייגט,
דאנק גאט פאר זיינע חסדים!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 3:04 pm
דורך אונגארישער
מזל טוב מזל טוב א באנטש נחת ביי די עופעלע אין ביי אלע אנדערע געזינטערהייט

יישר כח פאר די ביישרייבונג, זייער שיין אין זאפטיג געשריבן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 3:29 pm
דורך למעלה משבעים
מזל טוב מזל טוב, אסאאאאאאאך נחת.
זייער גוט באשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 1:08 pm
דורך איך_הער
שיין באשריבן, יישר כחכם. און מזל טוב און אסאך יודיש נחת.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 11:15 pm
דורך גיי_ווייס
הערליך שיין באשריבן
ממש השגחה פרטית
יישר כחכם

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 11:37 pm
דורך cano
מזל טוב אין א סך נחת.

וויפיל א סאדע באטעל איז ווערט איז א שאלה פאר זיך, אבער דער ארטיקעל איז מלא טעם אין ווערט מער פין א סאדע דעקל ביי א מצוה טאנץ.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 3:52 pm
דורך סאדע_באטל
זיך דערמאנט דערפון צום יארטאג

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 4:31 pm
דורך צולייגער
ס'ארא בוירטדעי פרעזענט האט דיין אינגעלע שיחי' געקריגן?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 4:45 pm
דורך ווינקל
וואו איז מיין דאנק פון פאראיארן? גיי ווייס...

כ'האב פאריאר הנאה געהאט און איצט נאכאמאל געליינט און נאכאמאל געקוואלן פון דיין פעדער'ל.

אסאך נחת פון דעם אינגעלע און די אנדערע געזונטערהייט מיט די בב אינאיינעם עמו"ש.

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם.

השגחה פרטית אויפן דילענסי

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 11:38 pm
דורך קרעפלקאפ
אט איז א נייער סיפור, צום ערשטן מאל פארשריבן. עס איז פארגעקומען א צייט צוריק, געהערט פונעם בעל עגלה אליינס.

איך דערצייל עס אצינד, זייענדיג איבערגענומען ליינענדיג סאדא באטל'ס השגחה פרטית אויפן ניו דזשערזי 17, שיין באשריבן, מיט קרעמער-קאמענטאר "יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם - לויטן תרגום איז דער פשט אז מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן, און "פארציילן" די וואונדער פאר מענטשן.

נו, זענט איר גרייט? השגחה פרטית אויפן דילענסי