ווען א הארץ קלאפ באזיגט א קלאפ פון א ריכטער'ס האמערל!!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

ווען א הארץ קלאפ באזיגט א קלאפ פון א ריכטער'ס האמערל!!

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך יוני 02, 2010 12:45 pm

אנגסט און שרעק, זארג און קלעם, דאס איז אלעס וואס איך האב געליינט אויף זיין שטערן קנייטשן. זיין פנים איז פארפלאמט, טייכן שווייס זענען שוין פארמירט געווארן פון די נאכאנאנדע טראפנס וואס פאלן אן אויפהער. ער איז טיף פארנויגט צו דעם אדוואקאט מיט'ן אפיציעלן טאשקע וואס ער האלט אין זיין האנט, זיי נישטערן צוזאם אין די בארג פאפירן און דאקומענטן, זיי דוסקוסירן אלע מעגליכע אויסוועגן, זיי זוכן א וועג ארויס פון די בלאנדשע.

ער איז פארפלאנטערט און א פלאנטער וואס א פארפלאנטערטע אומבאלומפערטע ביוקראטיע האט אים אריינגעשלעפט, זיי ווילן אים פארצוקן, און ער קעמפט מיט א שטייפקייט, זיי קעמפן פאר ביוקראטיע ער שלאגט צוריק מיט שכל און דעת...

אלס טאטע פון דאס קליין שעפעלע, אלס זיין פארזארגער און היטער, שפירט ער גוט זיין פליכט, ער ווייסט אז ער איז יעצט בא'אויפטראגט מיט אט די שווערע אויפגאבע, און ער מוז איצט זיין-זיין קינד'ס פארטרעטער, און אדוואקאט!

און ניין, ער איז אין קיין געזעץ שולע נישט געגאנגן קיינמאל, צו וויסן וויאזוי מיט'ן געזעץ זיך צו ספראווען, און די לעגאלע שפראך מיט די אופארשטענדליכע טערמינען האט ער אויך קיינמאל געלערנט-איז ער אבער נאטורליך דער טאטע פון דאס קינד און דאס שענקט אים די נאטורליכע כרחם אב על בנים געזעץ, און דאס שפראך פון הארץ.

אבער וואס פארשטייען זיי צו א אידיש הארץ וואס איז פארבינדן מיט עבותות אהבה צו א געליבט קינד, וואס באגרייפן זיי די מיינונג פון א "אידישע מאמע" וואס איר לעבן איז "נאר איר קינד", ווייסן זיי אפילו דאס אפצושאצן?! ניין, פון ווי זאלן זיי וויסן. זענען זיי הארטנעקיג, אדער זיי ווילן פשוט נישט דערהערן? זענען זיי באזארגט פארן קינד, אדער פאר זייער פאסטענס? זארגן זיי אויף דעם צארטן שעפעלע, אדער פארן הארטן געזעץ וואס ווייסט נישט וויאזוי א געפיל זעהט אויס?!!!

זיצט ער דארט פארבויגן דעם קאפ, און קעמפט ווי א לייב, זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זיין טייערסטע! ער בליצט מיט געדאנקן, און סטראטעגיעס וויאזוי ארויסצוראטעווען זיין געליבטער פון זייערע פארצוקנדע נעגל. מיר האלטן עס מיט פון גאר נאנט, און מיר ווערן איבעגענומען מיט הרגישים, פרעגט נישט ווי געפילן קומען אין אט אזא שרעקעדיגע בנין, מען זיצט צוזאם מיט היימישע פנימ'ער ווערט די קאלעמוטנע פארשווינדן!!!

האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן דעם "מוטב יבא החץ בי" האט איר שוין אמאל צוגעזעהן ווי א פאטערליכע ליבע איז אויסגעגאסן אין פארעם פון א געשריי אויף פרעמדע אנגרייפער. און ניין! ער איז נישט דערשראקן, ער ווייסט אז ער וועט זיי באזיגן, און זיי וועלן פאלן פאר אים און זיין גערעכטיגקייט.

און, אט אזוי האט טאקע פאסירט, ווייל א קלאפ פון א טאטענס הארץ איז מעכטיגער פון דאס קלאפ פון א ריכטער'ס האמערל, דאס קוועטש אין א מאמע'ס זעהל איז טיפער ווי א אויבערפלאכיגע געזעץ!

הודו לשם כי טוב-כי לעולם חסדו. יודו לשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם.

זאל דער רבוש"ע שוין אויך פאר אונזער אומקער צו זיין הויז, אזוי קעמפן מיט די בייזע וואס דערלאזן דאס נישט. און אהיים אהיים מיר גייען שוין אהיים.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 02, 2010 12:49 pm

שיין שיין הארציג.

אוי, דאס הארץ קלאפט מיר..








ביז הונדערט אין צוואנציג יאר בע"ה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 02, 2010 1:10 pm

הערליך.

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מיטוואך יוני 02, 2010 1:12 pm

דאס איז א משל? א מעשה? ביטע מסביר זיין
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יוני 02, 2010 1:16 pm

איבערגענומען פון שטורעמישע - און יעצט מיט פריידיגע - געפילן קען איך נאר צושאקלען מיטן קאפ. מ'קען זיך נישט מצייר זיין און פארטשעלן וואספארא ווייטאג, צער און קאפ ווייטאג דאס איז פאר די עלטערען.

א טייערער איידעלער אינגערמאן נישט דורך קיין סאך יארן זינט ארויסקומען פון ישיבה און דא ברויך ער זיך פארמעסטן מיט די גרויזאם'סטע פעדעראלע אגענטור אינערהאלב די שטאט ניו יארק.

פרייליכערהייט. דיין שפראך איז זייער רייך און איינגענעם צו ליינען. יישר כח פארן ארויסברענגען וואס נאך אנדערע וואלטן געוואלט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מיטוואך יוני 02, 2010 1:29 pm

זייענדיג באקאנט מיט די פרשה זענען מיר דיינע ווערטער געווען באלזאם אויל אויף די נשמה, דו האסט ארויסגעברענג - ווי צייטליך האט שוין ערווענט - דאס וואס מיר אלע וואס האבן מתפלל געווען, זיך באטייליגט און געטוהן השתדלות, האבן געהאט אויפן צונג צו זאגן, דו בוסט געווען דער ריכטיגער שליח ציבור!

א הערליכן דאנק!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

סטאאשעק
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 12, 2009 2:55 pm

תגובהדורך סטאאשעק » מיטוואך יוני 02, 2010 1:33 pm

מען רעדט דא פון א ספעסיפיק מעשה? סארי. איך כאפ נישט וואס דאס איז, א געשעהניש אדער הארץ אויסקלאפעניש?

פרייליכערמאן; דיין שריפט איז זייער גוט, עס שיינט מיר נאר אז עס פעלט אפאר פאראגראפן. הא?

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך יוני 02, 2010 1:46 pm

פרייליכערהייט
אויסערגעווענליך געניאל.
רייך, טיף, צום זאך, און אויסגעהאלטן.

ס'איז א פארגעניגן צו ליינען, און א דערקוויקעניש פארן זעהל ווען זי לעכצט נאך א טראפן חיזוק.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יוני 02, 2010 2:02 pm

פרייליכערהייט
אויסערגעווענליך געניאל.
רייך, טיף, אינטעליגענט, און אויסגעהאלטן.

כ'גלייך זייער דיין פרעספעקטיוו פון וועלעכ'ס דו קוקסט אן א געשעהעניש, און בעיקר וויאזוי דו שילדערסט עס אראפ!

זאל דיר השי"ת געבן די מיה און כח זאלסט נוצן דיין טאלאנט נאר אויף צו שילדערן מאמענטן ווען דער הארץ קלאפט פאר פרייד!

---
שכח ארעסטאנט פארן מיר שיקן דעם לינק דא לאנג דיסטנס - וויילענדיג אויף וועקאציע.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יוני 02, 2010 2:10 pm

דאס מיינט דער פסוק (כ'מיין ביי גא-ט פון אברהם) "ובדיבוק חברים" קע"ה דער גאנצער עולם מיט אזא אחוה שלום ורעות וואס דא קומט פאר אנגעהויבן ביי קרעמער ביי בקשו רחמים מיט איעדעם איינעמס תהלים זאגן.
תפילת רבים עשתה רושם אויף א מורא'דיגע פארנעם, ב"ה מ'האלט שוין דא.

דער עולם ווערט געבעטן ווייטער צי ממשיך זיין מיט די גוטע ענינים ווייל די רשעים ווילן נישט ווייזן זייערע דורכפאל און שרייען: טעיתי. זיי זענען שוין גוט ציזעצט.
עס איז שוין טאקע ב"ה שטארק בעסער, אבער א תפילה קען נאך אלס ציניצקומען.

פרייליכערהייט נאדיר איינס ;l;p- ווייסטו וואס? נעם וויפיל די דארפסט.
איין קורצע הערה: די חיות זענען נישט קיין פעדעראלע נאר שטאטישע.

דער אייבישטער זאל העלפן אז קיינער זאל קיינמאל נישט פארשטיין פון וואס די רעדסט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 02, 2010 2:44 pm

אוי פרייליך, דיין מעכטיגע שריפט!!! אויב אידאס גוט אראפגעלייגט!

וואו ארעסטאנט, צייטליך, און אנדערע בינעך אויך נישט געשלאפן די לעצטע וואך רואיג וויסענדיג אז מ'דארף גרויס רחמי שמים, און ב"ה היינט האט מען געזעהן ניסים ממש, די זעלבע רשע'נטע וואס האצעך נעכטן אזוי גע'עקשן'ט, האט פלוצלינג געטוישט איר שטעלונג.

זאל דער אייבערשטער העלפן אויף ווייטער, און די קעיס זאל ווערן פארמאכט אינגאנצן בקרוב, אמן.

פליגל, ס'דא סטעיט, און ס'דא פעדעראל, די קאורט איז געווען מיט די פעדעראלע אגענטור.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יוני 02, 2010 3:08 pm

לויט די ניסים פון היינט קוקט אויס ווי די שופט האט קודם געליינט דיין בריוו, דיי בריוו איז אסאך שטערקער ווי ווי די אדוואקאט ווערטער,

זאל דער אייבישטער העלפן אז מען זאל נאר קענען זיך פרייען ציזאמען אויף שמחות אן קיין שום צער בב"א
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 02, 2010 5:22 pm

פרייליכערהייט;

ביסט ציקער זיס! גייסט צווישן די טראפנס, און פארזעהסט נישט קיין טראפ.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך יוני 02, 2010 10:01 pm

חחחח, סאיז מיר געלונגען:

שוין א לענגערע צייט וואס איך טראכט אזוי צו מיר, ווער דרייט אן די אלע באהאלטענע סיפורים, און געשיכטעס דא אין קרעטשמע, איז עס אמת?! אדער סתם פראוואקאציע....

אמאל אין פארעם פון א רבי, אמאל פון א זי"ת אפיך, אמאל גאר פון דעיוויד דער קאונסילמאן, און אלע שפרונגן צו, און ענפערן מיט זאפט, און איך האב קיין השגה נישט.....

און למה נגרע פון די פאן, איז מיר בייגעפאלן א גלעצענדע בייפאל, נעמליך ווער זאגט אז די כעוורע רעדן פון געשיכטעס פון די ווירקליכקייט אדער איז עס גאר פירות פון א פאנטאזיע מיטן איינעם ציל "פאן" דרייען א קאפ....

לאמיר עס געבן א שאט, און עס איז געלונגען....
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מיטוואך יוני 02, 2010 10:44 pm

מעשוגענער ווא די ביסט.....
אז ס'דאך יא גלאנגען. האסט דיך נישט געקענט אביסל איינהאלטן?
_________________________x


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט