בלאט 1 פון 1

לפיכך אנחנו חייבים להודות לך...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 8:57 pm
דורך פארשטענדליך
א גיייטן נאאכמיטאאאאג...

אה... ברוך הבא... ס'רעגנט אינדרויסן, הא ?!...

אוי, וואס לייגסטו זאלץ אויף די וואונדן ? זעסט נישט ווי נאס איך בין ?... קום נאר ר' מאשקע! ברענג מיר זיי מוחל א גרויס גלעזל קאלע מיט דריי אייז אין א אונס וואדקע בערך.... אזוי, שכויעך!

נו כעברע, ווער האט יעצט נערוון צו מיר ?... קום'טס, לאמער גיין דארט צום מערבית דרומית ווינקל, נישט צו שטערן ח"ו די פאלטיקאנטן וואס רעדן זיך איין אז דער מ. י. פרעימיער און אבאמא וועלן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג...

נו, וואסי נייעס ? הא ?... אז עטס רעדס נישט וועל איך רעדן!... (נעמטס עס נישט פאר א סטראשע...)

עטס זעט'ס די וועטער היינט אינדרויסן ? ס'דערמאנט מיר א מאנסע. געווען איז עס א פאר יאר צוריק, ווען כ'פלעג זיך נאך דרייען אזוי בין כותלי ביהמ"ד, אין איינמאל אין א רעגענדיגע זונטאג נאכמיטאג, פאר מנחה - שטעלט אייך פאר אין וואס פאר א גיסטע איך בין דאן געווען - שטעלט מיר אפ דער משגיח, און פרעגט מיר היתכן איך גיי מיט אזא אראפ געלאזטע נאז.

איך האב אים ממש נישט מסיג געווען, ס'הייסט ? אויב זונטאג אדער רעגן פאר זיך איז נישט גענוג א גוטע סיבה, ביידע צוזאמען איז נאך א שאלה ?

מיינט איר אז ער האט מיר לאנג געלאזט קוקן אויף אים מיט אזעלכע אומפארשטענדליכע בליקן ? נאאא, אינגאנצן נישט. ווען איך האב נאך געהאלטן אינמיטן אויף הויבן מיינע בליקן צו אים פרעגט ער מיר מיט זיין באזונדער פריינטליכע שמייכל - בעת ער דרייט זיך אויס צום קעגן איבער'ן טישל נעמען ס'נענסטע סידור'ל - רעגענדיג, הא ? קוק אריין דא, לאמעך דער ווייזן עפעס...

דו זעסט דא ? פרעגט ער מיר ווען ער האלט נאך אינמיטן אויף מישן צו פסוקי דזמרה, אונז זאג מיר יעדן טאג ביים דאווענען, א פאר קאפיטלעך תהילים וואס דוד המלך האט גענוצט צו זינגען און צו לויבן צום הייליגן באשעפער, לאמיר אביסל אריין קוקן און זען, אויף וואס לויבט ער ?

אה! דא.... זאגט ער מיר ווי נאר דער סידור האט זיך אויף געמישט צום געפאדערטן מזמור, קוק אריין, דוד המלך איז - לאמיר זאגן - געגאנגען שפאצירן, און ווי ער האט געזען דעם באשפער'ס הערליכע בריאה, און ווי פיל נפלאות הבורא עס ליגט אין יעדן קליינטשיקן גראז'ל, איז ער ממש ארויס פון די גלייזן, אזאש ביז צום פארפאסן א באזונדערן מזמור נאר אויף צו דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער, און קוק ווי ער הויבט אן, "הללו את ה', כי טוב זמרה לאלוקינו". זייער פארשטענדליך, פאר אזא באשעפער לוינט זיך טאקע צו דאנקען!

אבער לאמיר גיין ווייטער, דער נעים זמירות ישרא', דוד מלך חי' וקים האט דאך קוים אנגעהויבן, און הערשט יעצט הויבט ער אן אריין צו גיין אין מער פרטיות'דיגע כללים אויף וואס צו דאנקען דעם גרויסן באשעפער, נדחי ישרא' יכנס, הרופא לשבורי לב - ומחבש לעצבותם, מונה מספר לכוכבים, וכו'. און ווי מער ער זינגט צום באשעפער, און ער רעכנט אויס זיינע געוואלדיגע גרויסקייטן, וואס וויפיל א מענטש זאל נאר שרייבן וועט קיינמאל קיין אנפאנג נישט ווערן, אלס מער פאר'דביקות'ט ווערט ער, און אלס מער ארויס פון די גלייזן גייט ער.

ביז ממש ער פילט אז ער קען זיך שוין נישט געהעריג ארויס געבן - ווער עס טוט אביסל אין מוזיק עט בעסער פארשטיין - אנעם פידל, און ער גיט זיך א צעשריי, "זמרו לאלקינו בכינור", קום נאר באדינער, ברענג מיר ביטע מיין פידל. דער באדינער לויפט גלייך ערפילן דעם מלך ישרא-ל'ס פארלאנג, און ער ברענגט אים דעם פידל.

און וואס זינגט שוין דער נעים זמירות ישרא', דער מלך ישרא', אין אזא פאר'דביקות'טע מאמענט ? פרעגט מיר דער משגיח מיט עפעס א מיסטריעזן פייער'ל אין די אויגן, ווען ער טייטלט מיר אויף די קומענדיגע ווערטער מיט זיין דיקליכע פינגער אנווייזנדיג פאר מיר אז איך זאל אים אויס זאגן דעם 'סוד' וואס עס שטייט ווייטער... און מיט א פארשליימטע שטימע זאג איך "המכסה שמים בעבים", און ער - דער משגיח - גיט א שריי מיט א טאן ווי איינער דערציילט פאר איינעם אז ער האט געווינען דעם לאטערי "ער ברענגט וואלקענעס!!!" און נישט נאר דאס, ענדיגט דער משגיח צו, "המכין לארץ מטר - ער ברענגט רעגן אויף דער וועלט! און מלשון המזמר זעט זיך אויס ווי עס איז נישט סתם אזוי גערעגנט, עס גייט נאך מיט א גאנצע הכנה!..."

מיט דעם האט זיך דער משגיח געזעגנט פון מיר, איבער לאזנדיג מיר נאך מער פארטראכט ווי ער האט מיר געטראפן. אבער צו סאך צייט צו טראכטן האב איך שוין נישט געהאט ווייל דער בע"ת האט געגעבן א רוף אויס "אשרי יושבי ביתך", און ווי איר פארשטייט א וודאי, נאך אזא שמיעס דאווענט זיך אביסל אנדערש...

אה! יאנאש! דו גייסט ארויס אין פארנט ? זיי אזוי גוט, בעט דעם סארווער א 'ריפיל' פאר מיין גלעזל...

***

אז מ'האלט מיר שוין יא נאך אזא שמיעס, לאמיר אביסל צוברייטערן די נקודה, וואס דער זיסער משגיח האט דא ארויס געברענגט.

וויפיל נפלאות הבורא זעט מען אויף דער וועלט ? אין יעדע קליינע גראז'ל ממש, און מ'שטעלט זיך נישט אמאל אפ א בליק טאן דערויף, ווער רעדט נאך פון אריין טראכטן דערין.

עס דערציילט זיך א מעשה אויף איינע פון די פריערדיגע גדולים, אז אמאל אין זיינע עלטערע יארן - ווען עס האט אים שוין ממש אויס געפעלט צום געזונט - האבן אים זיינע חסידים/גבאים גע'עצה'ט אז ער זאל פארן אביסל אויף די בערג זיך אויס רוען, האט ער עס אוועק געמאכט אלס ביטול תורה, האבן אים די גבאים אנגעהויבן צורעדן דערצו אז עס איז דאך נפלאות הבורא, און ער וואלט ווען געמעגט דאס גיין באזוכן. נפלאות הבורא ? האט דער גדול צוריק געפרעגט, ווען איך קוק נאר ארויס פון פענסטער, גיי איך שוין אויס פאר התפעלות פון דעם וועלטס באשעפער, ווען איך הויב נאר אן צו טראכטן ווי אזוי דער מענטש פונקציאנירט, ווער איך שוין ממש צעשפרינגען!

איך האב אמאל געזען א דרשה פון הגה"צ ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל (עס איז דא צובאקומען פון אים א פאר בענדער געדריקטע דרשות, איין גאנצע באנד (!) רעדט ער פון אמוב"ט און הסתכלות בנפלאות הבורא - עס הייסט נפש שמשון), ווי ער ברענגט ארויס ווי אזוי א מענטש דארף באטראכטן דאס וואונדערליכקייט וואס דער באשעפער האט אריין געלייגט אין די בריאה, זאגט ער, ווען מ'זאל דערציילן פאר א מענטש אז עס איז ארויס געקומען א 'קעמקארדער' וואס האט בערך א טערעבייט (! - אפילו מער!) 'אינטוירנעל מעמערי', די לענס איז די קלארסטע וואס איז סיי ווען געזען געווארן, ווי אויך איז די לענס איינגעפאקט אין אזא זעקל וואס לאזט נישט צו קיין שמיץ, אין עס האט נאך א 'סעלף קלינינג' פיעטשער וואס אויב עס גייט יא אמאל אריין אביסל שמיץ זויבערט זיך דאס גלייך אליין אויס! די מאשין קען ארבעטן פאר 16 -18 שעה א מעת לעת, פאר ארום 70, 80, און אפילו 90 יאר - און נאך מער! - נאכאנאנד, אלעס, אן א באטעריע אדער א פלאג, און די גאנצע זאך איז בערך א אינטש אויף אינטש און עס וועגט ווייניגער ווי פיר אונסעס! די גאנצע זאך וואס מ'דארף טאן אז עס זאל פונקציאנירן ווי געהעריג איז 'ריטשארדזשן' פאר 5 -7 שעה א נאכט!...

וויפיל וואלט געקאסט אזא קעמערע ? לפחות, א מיליאן! און למעשה - אויב האט איר נאך נישט געכאפט ביז איצט - יעדע געזונטע יליד אישה, פאר מאגט צוויי אזאנע קעמערעס 'בילט אין' אין זיין קערפער!...

יא, אזוי דארף מען קוקן אויף'ן באשעפער'ס יצירה! מ'דערציילט א וויץ אז אן אנוואוינער פון א דריטע וועלט לאנד איז געקומען זיך באזעצן אין אמעריקע, ס'ערשטע זאך האט ער זיך שטייט'צעך געשאפן אן ערלויבעניש צו פירן אן אויטא אויף די אמעריקאנער שאסייען.

ויהי היום, ער איז צום ערשטן מאל אריין געפארן צום גרויסן שטאט, ניו יארק סיטי, ווי ער איז נאר אנגעקומען צו איינע פון די קליינע פארשטעט פון מאנהעטן, איז ער ממש צע'חוש'ט געווארן פון התפעלות, ס'הייסט ? 'די גאלדענע מדינה' איז נישט בלויז א שפריך ווארט, קוק וואס ער זעט, ער גלייבט זיך ממש נישט די אויגן, גאנצעטע גאסן אראפ, ווי ווייט ער קען נאר זען איז באהאנגען מיט רויטע ליכט! אבער נישט סתם, עס איז נאך אזוי שיין איינגעפרעימט אין אזאנע - שמיציגע - געלע (גאלדענע ?) האלטערס!...

ווי ער שטייט אזוי און שטוינט, האבן זיך די רויטע לעמפ געביטן אויף גרין! און נאך פאר ער האט זיך געהעריג אריענטירט פון די פרישע איבעראשונג, האט זיך שוין די קאליר געטוישט צו געהל (די גרינע ליכט טוישן זיך שנעלער ווי די רויטע, ניין ?...)!

ער קוקט זיך אזוי אום אויף דעם וואונדערליכן ספעקטאקל, ביז ווען די ליכט האבן אים אנטוישט, צוריק בייטן'דיג זיך אויף רויט, אה! דאס האב איך שוין געזען, טראכט ער, און ער פארט ווייטער...

איידער מיר שיסן אויס אין געלעכטער פון דעם גרויסן טיפוש, לאמיר זיך אביסל אויס קלארן די מחשבות און אריין טראכטן מיט וויפיל בעסער מיר זענען פון דעם צערודערטן צוריק געשטאנענעם פארשוין כלפי עפרישיעטן וואס דער באשעפער שטעלט אונז אלס צו.

אלס קליין קינד - ווען מיר פארשטייען נאכנישט צו באוואונדערן דעם באשפער'ס וואונדערליכע וועלט - זעהן מיר אן אינטערעסאנטע פרי, חי' א. ד. ג. און ווען מיר ווערן ערוואקסן איז דאס שוין אין די 'טבע' - איי, ווער מאכט די טבע ? וויפיל ניסים 'חוץ לדרך הטבע' ליגן באהאלטן אין די טבע ? דאס טראכט זיך שוין נישט... אזוי איז דאס (מיינט נישט - חבירים - אז איך בין בעסער ווי איך...), עס ווערט א רגילות, און מען כאפט שוין נישט אז מען דארף דאס עפרישיעטן.

איך האב געהערט פון דעם בעל דרשן הנ"ל ז"ל (אויף א טעיפ) ווי ער צולייגט דעם ענין, פרעגט ער, עטס ווייסט וויפיל נפלאות הבורא עס ליגט אין א קליינע מאראשקע ? אין דעם קליינעם באשפעניש איז דא אויערן, נאז, - און נישט סתם א נאז, מיט די נאז טרעפט ער דעם וועג צוריק פון ווי ער איז געקומען! הארץ, לונגען, וכו'. איז ווי אזוי קען אפילו זיין אז א מענטש זאל נישט נתפעל ווערן פון דעם ?

נאר וואס דען ?

די ערשטע מאל א מענטש זעט א מארישקע, איז ער צוויי יאר בערך, און די מאמע לערנט אים אויס אז דאס איז א מארישקע, און דאן איז דאס א וועלטס סענזאציע ביי אים, ער ווערט נתפעל דערפון אין ער שטייט און קוקט דערויף א לענגערע צייט, ער ווערט עלטער און ער באגעגנט זיך אפטער דערמיט און די אינטערעסאנטקייט דערפון וועפט אויס, און ווי עלטער ער איז אלס ווייניגער אויף מערקזאמקייט לייגט ער דערויף ווייל 'ער האט דאס שוין געזען', און ווען ער באגעגנט זיך שוין יא דערמיט "קוקט ער עס אן מיט די זעלבע שכל ווי ביי די צוויי יאר..." (מלשון הבעל דרשון)

בקיצור, איך בין נישט דא דער מגיד אדער דער בעל מוסר, איך בין נאר פשוט נתפעל געווארן פון די גרויסע נפלאות הבורא ווען איך האב זיך דערמאנט פון יענע מעשה...

אה! מה רבו מעשיך ה' ?!!...

***

כ'מיין כ'האב זיך שוין איבער גערעדט... העמיר גיין באשטעלן נאך א גלעזל צו האבן וואס צו טרינקען בשעת עט'ס רעדט'ס... איין מינוט, ווער גייט מיך דא קענען אהיים דרייוון נאך אזא געטרינקאכט'ס ? נעעע, נישט געדאגעט, כ'על גיין צו די 'היטש אשכול'...

אה! ער ברענגט מיר שוין דעם טרינק, אהאאא... עס קוקט אויס פארשוויצט... דאס איז גוט!... נו, וואס איז נייעס ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 9:03 pm
דורך סאדע_באטל
מיר האבן דא א לעבעדיגע בעל דרשן ביז די הונדערט און צוואנציג יאר
יישר כח,


פארשטענדליך האט געשריבן א גוטע ארטיקל ?
סאו מיר האבן שוין געזעהן אזאנס.....
אזוי רעדט א צוויי יעריג קינד, מיט א צוויי יעריג מוח'ל..............

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 9:51 pm
דורך שטארק זיך
פשיהא!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 1:16 am
דורך שאץ מאץ
קיצור ווילסטו סך הכל אז איך זאל מיך יא פרייען ווען ס'רענגט?

קום נאר צו מיר אין די באנגעלאו ווען ס'רענגט אין די מאראסט איז עד לב השמים.... האלסט אז איך גיי מיך יעצט נאך דיין ארטיקל געהעריג פרייען פונקט ווי צו די זון?, אפשר יא, יו קען נעווער נאו...

זעה נאר אז דיי גרינע ליכט זאל זיך נישט טוישן אויף רויט, און זאלסט ווייטער פארן מיט ארטיקלען....

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 4:08 am
דורך קרעמער
אן אויסערגעווענליך 'פארשטענדליכע' ארטיקל, האסט א געוואלדיג-גוטן שריפט און נוץ עס אפטער. יישר כח!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 8:26 am
דורך איך_הער
דו סורפרייזט מיך מער און מער, וואזאלעכדער זאגן?

א פיינעם שריפט, הערליך אראפ געלייגט. יישר כחכם.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 9:24 am
דורך מאנאגרעמס
א גרויסן שכח.
האסט געמאכט מיין טאג!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 10:44 am
דורך i follow
זעהר ווארעם
דאס נעקסטע מאל וואס איך גיי אין א רעגן מיט א פלעסטיג זעקל אריבערן היט און סטראפט אראפ פונעם זעקל אויפן נאז וועלעך מער נשט ווערן פארכמארעט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 11:43 am
דורך געלעגער
הערליך שיין!
עקסטערע באגריסונג פאר דיין פעדער.
מעכטיג!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 11, 2011 1:48 am
דורך ווינקל
ווי פארשטענדליך איז דאס, אז היות פארשטענדליך האט זיך לעצטענס באוויזן מיט א פיצי שלום עליכם באגריסונג, וועט נאכקומען נאך אזאנע זיסע זאפטיגע סחורה!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 13, 2011 4:05 pm
דורך גלגלשלג
פארשטענדליך חא זייער הנאה פין דיין שפראך
א שכוח אין קיפ אן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 9:27 pm
דורך ד. פריעדמאן
שכח פארשטענדליך, געגליכן דעם ארטיקל, איז דא נאך ארטיקלען פון דעם שרייבער ? ערשטע מאל איך זע דעי ניק, און ס׳קוקט אויס ווי א אלטע ארטיקל.