בלאט 1 פון 1
האלאו, אפשר הערט איר אויף?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 10:27 am
דורך שמעלקא טויב
וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?!
אין א שיינעם זונטאג שטייט דער רבי ר' שמעלקא און די קיך, די אידענע האט ער געלאזט גיין כאפן מציאות ביים וועכנטליכע סעיל; די קינדער שפילן ביים שכן; און דער רבי ר' שמעלקא איז עוסק אין די עבודת הקדוש פון דחיות הכלים בפושרין, ס'גיסט זיך ווארעם-קאלט וואסער אויף די געשיר, און רבי ר' שמעלקא, יעצט פלעין שמעלקא, האלט א פינקע ספאנדזש און וואשט און ווישט איין טעלער נאכן צווייטן, עד שיפוח הטעלער ונסו השומן.
אזוי אינמיטן גרעסער מאכן דעם הויפן טעלערס אויף די גרייט-צו-ווערן-אפגעווישטע זייט וואס וועט ווארטן אויף מיין קליינע זיסע'לע תחי' מיט אירע איידעלע הענטעליך, צוקליגנט זיך דער טעלעפאון!
טטרררררר!
טטררררר!
נישט וועלנדיג פארפאסן קיין רגע, וויסענדיג אז אויב כ'וועל נישט זאגן פאר די אידענע א הילכיגער ניין וועט זי נישט ווארטן און קויפן, ווייל ס'איז נאר וואן ניינטי ניין, ווארף איך אראפ דעם טעלער; ווי א PRO וויש איך מיר אריין אין די ציצות, און הלאלאו!
שטיל!
נאך א מינוט הערט זיך א אינגערמאן געבוירן זעהט אויס ערגעץ אין די סאדערן סטעיטס מיט א "היימישער" ענגליש:
Great news from Suries Kids!
Suries kids will be in aters pinki from 10 am to 8pm with a full line of dusters for kids, prices are reduced as low as 30 percent.
איר פארשטייט? די שטייט פאר אייך א איד (קרעדיט ר'זריעל) וואס איז שוין גענוג אנגעווייטאגט מיט די געשיר, דארף ער נאך מפסיק זיין פאר דעם זייער וויכטיגער טעלעפאון קאל?! אוודאי איז בעסער אז זיי קאלן יעצט, נישט ווען זי קומט אהיים ווייל דאן גייט זיי שוין צוריק (בשיטה מעק איך אויס אזאליכע קאלס פון קאלער איידי), אבער איר ווייסט וואס ס'מיינט אפשווענקן די האנט; אויסלעשן די סינק (כ'וויל דאך נישט אז מיין חבר (אויב קאלט ער) זאל וויסן אז כ'וואש דישעס אינדערהיים...); און לויפן אויפהייבן דעם טעלעפאון פאר שרי'ס קידס?
ס'משוגע!
יאך בין אויף די "דו נאט קאל ליסט" און זיי זאלן מיר אויפהערן קאלן, ווייל אויב נישט וואש איך מער נישט קיין... נא נא, אויף דאס ביזטו בכלל נישט בעלעבואס, וועסט טוען ווי מ'האט דיר באשערט פון אויבן, כ'מיין ווי זי וועט דער הייסן, ורב כמה שנאמר רבבה... אבער כ'מיין כ'וועלמיר ווייטער רעגן!
פליז פליז פליז, הערט מיר אויף צו קאלן, שקויעך.
איינער האט געזעהן שמעלקא?
אמר ר' בנימין הכל בחזקת סימן וכו'
סגאדייל סתקאדייש שמיי ראבאו...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 10:31 am
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 11:06 am
דורך פינטעל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 11:11 am
דורך דארפסמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 11:23 am
דורך קרעמער
שמעלקא נאדיר;

פארן העלפן אין שטוב

פארן ארטיקל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 3:50 pm
דורך שמאטע
שמעלקע זאגסט גיט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 8:16 am
דורך שמעלקא טויב
נייס, מ'האט עס פלאצירט אין קרעטשמע, כ'א'נישט געוויסט אז ס'איז א נארמאל ארטיקעל, די מעשה איז טאקע אמת ויציב (ב"ה נישט אז זי ספענדט אזויפיל....).
שטקויעך!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 8:34 am
דורך בן בוזי
קרעמער האט געשריבן:שמעלקא נאדיר;

פארן העלפן אין שטוב

פארן ארטיקל

און שכויעח פארן אזוי שיין שרייבן, היינט ווי שטענדיג.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:27 am
דורך צייטליך
שמעלקא. איינס און א גוט'ס! איך האב נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.. (כהער זאגן! די טוסט עס פשוט נישט)
א ריכטיגער קרעטשמע ארטיקל. קיפ אן!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:34 am
דורך ווילדער קאפ
שמעלקא יונה גוט געזאגט. קיפ איט אפ
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:40 am
דורך קהת
די האסט פארגעסם צו שרייבען פון די באבע הענט וואס מען באקומט נאכען וואשען די דישעס וואס ס'מאכט סאך שווערער צו אויפהייבען די טעלעפון. און ווער רעדט נאך די גאנצע העמד ווערט נאס.....
אופ איינער קאלט יעצט טררררררררררררר. טררררררררר. לאמיר זעהן ווער עס ריפט....
עולם ס'נישט קיין ווערטעל בשעת ווען איך שרייב די שירות האב איך באקומען אזא קאלל פון א חתן וואס האלט אפאר טעג פארן חתונה און אויב איר ווילט געבן דאן דריקט נומער איינס אויב איר גלייבט מיר נישט קיקט אויף אייער קאלער איידי בערך 1:50 נאכמיטאג גייט איר זעהן א קאל פון מאנטיסעלו אדער פרעגט אייער ווייב אויב זי האט עס באקומען.
לעצטענס איז געווארען געפערליך מען באקומט אזויפיל קאלס....
צו דיר ר' שמעלקא נאדיר

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:46 am
דורך ווילדער קאפ
יא! אויך באקומען דעם קאל יעצט.
לאמיר זעהן. ווער האט למעשה געדריקט 1 ???
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 2:51 pm
דורך אלף בית
האסט זייער גוט געשריבן, איך פארשטיי אז ווען מ'וואשט דישעס קען מען נישט אויפהייבן קיין טעלעפאון.
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, פארוואס ווען מיין ב"ב וואשט דישעס קען זי יא רעדן אויפן טעלעפאון?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 2:53 pm
דורך שטערנדל
אלף בית, שיק אריין דיין הארבע קשיא צו מעלות
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 3:34 pm
דורך ווער בין איך?
ווייל זי רעדט אויף דעם פון פריער שוין....
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 4:12 pm
דורך וואדקע
חא חא חא האבען זיך די רויבער כ'מיין ליינער צולאכט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 5:53 pm
דורך הערשעלע
שמעלקא, אז סקומט זיך, קומט זיך, נעם
איך פארשטיי נישט, דערוילעם געבט גרינע אבער קיינער געבט נישט עפעס א זאכליכע עצה וואס מען קען דא טוהן??!!...
ס'נישט נארמאל!!! די חברה הערן נישט אויף, איעדען טאג אפאר שטיק! סווערט נאר ערגער, און איעדעס מאל איז עס פונקט אין די נישט ריכטיגע מינוט ווען איך בין פארנומען מיט עפעס אנדערש, און איך מוז לויפן צום טעלעפאן כאפן די לעצטע קלונג פאר ס'גייט אריבער צום ענסערינג מעשין, נאר צו געוואויר ווערן אז איך קען נאכאמאל זיין די גליקליכע געווינער אדער איך גיי ח"ו פארפאסן די ריזיגע סעיל...
קען איינער דחוף געבן עפעס א עצה ווי אזוי אפצופטר'ן די פגעים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין מיין טעלעפאון??? איך ווער שוין צודרייט פון דעם!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 9:40 pm
דורך פארשטענדליך
שמעלקע, איך גלייך צו געבן גרינע און גוט ווערטלעך פאר אנדערע סתם אזוי (נאכדערצו ווען עס קאסט נישט קיין געלט!...) אבער דאס מאל איז עס נישט סתם פאר ליידיג גיין! כ'האב באמת הנאה געהאט! נא דיר

און יעצט וויל איך דיר זאגן אז אויב מיינסטו אז אינמיטן וואשן די דישעס איז שוין איבער געטריבן, האסטו א טעות! און איך וועל דיר יעצט פארציילן א - אמת'ע - מעשה, וואס טאקע ביי מיר האט דאס פאסירט.
די געשיכטע איז זיך פארלאפן אין א מוצשב"ק, ווען מיין געטרייע טעלעפאון האט זיך נישט גוט געפיהלט (אויף קיין שום איד געווינטשען), און איך האב אנגערופן זיין דאקטאר (ספרינט קאסטעמער סערוויס), איבער א האלבע שעה בין איך געזיצן מיט זיי אויפן טעלעפאון און זיי האבן נישט געוויסט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי האבן מיר געהייסן קוועטשן קנעפלעך טוישן סעטינגס, אבער מיין טעלעפאון האט זיך נישט געבראכן אונטער זייער/מיין דרוק און כמעט זיך געפריידט מיט דאס צער וואס ער האט מיר דאן געשאפן ענדליך ווען זיי זענען שוין מיד געווארן האבן זיי מיר געזאגט אז איך זאל עס אריין ברענגען אויף מאנטאג צו א ספרינט סטאר...
בלית ברירה האב איך באשלאסן אז איך וועל זיך נישט פארלאזן אויף זייער (אומ)עקספערטיז און איך האב זיך אליינס גענומען קוועטשן קנעפלעך און טוישן סעטינגס, מיינט נישט, עס האט מיר געדויערט איבער א שעה, אבער איך האב אויס געטראפן וואס דער פראבלעם איז געווען! און מיינע בליץ פאסט און טעקסט מעסעדזשעס האבן אנגעהויבן אריין צו קומען... בין איך הערשט ביזי געווארן... באריכות, טו מעק ע שארט סטארי לאנג, ווען איך בין זיך שוין ענדליך געגאנגען שלאפן האט שוין מיין זייגער געהאט געוויזן אן איינצעלנע צופער אויף די שעה זייט פונעם זייגער פאר א פאר שעה נאכנאנד.
יענעם שבת האב איך געהאט פארוויילט אין מאנראו און איך בין געבליבן איבערשלאפן דעם מוצ"ש אויך אין מאנראו, דעם קומענדיגן אינדערפרי האב איך געדארפט כאפן דעם באס קיין וויליאמסבורג, און ווי 'פארשטענדליך' בין איך אביסל פארשלאפן... איך האב זיך גענומען יאגן צום באס, צווי מינוט פאר דער באס דארף פארןבין איך ארויס געלאפן פון מיין אכסניא, מיט איין אטעם לויף איך צום באס, און דאן האט עס פאסירט... מיין טעלעפאון צעזינגט זיך, און אן אומבאקאנטן טעלעפאון נומער שרייבט זיך אויף אויפ'ן סקרין... מיט א האלבן אטעם זאג איך אריין דעם 'העלאו' אינעם טעלעפאון, און עס הערט זיך א אויסגערוהטע רואיגע שטימע פון א פרוי וואס האלט אינמיטן טרינקען א קאפי, "העלאו מר. פארשטענדליך, גוד מארנינג ווי וואד לייק טו עסק יא ע פיא קוועסטשענס טו בי עבל טו בעדער סערוו יא"... איך האב זיך שיעור אויסגעשטרעקט, אבער עס פאסט דאך נישט סתם אזוי אראפ צו האקן, עס קען דאך נאך זיין א חילול השם ח"ו, ענטפער איך אויף אירע פראגן מיט א אפגעהאקטע אטעם לויפנדיג מיט ביידע פיס צום באס, אבער אזוי לויפנדיג ווען מיינע קוירצע אטעם'ס הערן זיך אפטער אינעם טרייבל ווי מיינע ענטפערס האט זיך די פרוי אויף די אנדערע זייט טרייבל זייער שנעל אנגערופן מיט די זעלבע מאס רואיגקייט מיט וואס זי איז לכתחילה צוגעגאנגען צום שמיעס, רעדנדיג אזוי שטייט אז איך וואלט זיך געשוואוירן ביי איר פארשטאלפערטע צינג אז זי מאכט א דאללער אויף יעדע מינוט וואס רודף'ט מיר אזוי אויפן טעלעפאון "אמממ איי העוו פראבלעמס אנדערסטענדינג וואט יא סעי, לעטס טריי ע דיפרענט וועי,יאזינג יאר טעלעפאון קי פעד טו ענסער אוער קוועסטשענס"... הערשט דאן האב איך געכאפט אז נישטאמאל האבן זייי מיר געגעבן דעם כבוד צו רעדן מיט איינע פון זייערע פארדומטע סעקרעטארינס! און אז איך רעד צו א - לכאורה צובראכענע - קאמפיאטער... און מיט א גרים צארן האב איך געדריקט דעם ענד באטן אויף מיין טעלעפאון בשעת איך האב מיט געהאלטן לעבעדיג ווי דער באס פארט אוועק לאזנדיג מיר לויפן הינטער אים מיט ארום הונדערט פיס...
יא יא ווען דער נאר איז נישט מיינער וואלט איך אויך געלאכט...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:26 pm
דורך שמעלקא טויב
כ'ברענג איך פריש ארויף די אנגעווייטאגטע טעמע ווייל ס'איז לעצטנס געווארן געפערליך.
פאריגע וואך, ווען כ'האב געהאלטן אינמיטן באדען מיינע קליינע חברה, יא כ'שעם זיך נישט, ווען די אידענע בעט צו באדען באד איך, אפי' כ'בין דער חכם ואינו לפי כבודו, דער רעבע רעב שמעלקא אליין, אין אינמיטן, טרררר טרררר, ס'קלינגט שוין ווידער.
אזוי ווי די בעלהביתטע האט זיך אראפגעלייגט, און כ'האב מורא אז ס'וועט איר אויפוועקן, לויף איך מיט א אימפעט אויפהייבן מיט נאסע הענט לאזענדיג די פיצי גיסן וואסער איבער אונזער באדע צימער, און בום, דער זעלבער חברה-מאן, רוף אים בעסער נודש, יעצט האטער א סעיל אויף פעמפער'ס צו כ'ווייס אויף וואס, ס'גייט מיך ניטאמאל אן.
הער מיך אויף צו קאלן און משוגע מאכן, טרעפט זיי מוחל א צווייטן!
כ'מיין עס ערענסט!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:04 pm
דורך רשכבהג
קענסט אנגעבן פאר 311 און דער ריפער וועט דארפן צאלן קנס און דער קאמפעני וועט אפגעהאקט ווערן. אבער געדענק ס'איז מסירה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm
דורך שאלת_חכם
נא אויב עס איז מסירה קענערדעך נישט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 5:00 am
דורך משנה מקום
שאלת_חכם האט געשריבן:נא אויב עס איז מסירה קענערדעך נישט?
סאיז א חוצפה אין אן עזות אז זיי רעספעקטען נישט די do not call list אין אז זיי וייסען מגייט זיי נישט מאסערען
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:55 pm
דורך לאז געמאכט
א גוטע עצה בדרך צחות, לויז צו ווערן פון די חברה