בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:55 pm
דורך דארפסמאן
אז מען רעדט שוין פון חסד אקטיווען, וועל איך אויך צילייגען וואס איך האב ליידער מיט געמאכט ווען איך האב געהאט א קרוב און שפיטאל פאריאר זומער פרייטאג'ס האט קיינער נישט געקען גיין דער איז און קאנטרי און דער מיט א אנדערע תריץ האב איך גענימען די קאראש און גענימען פרייטאג ביז צוויי דריי שעה פארן זמן מיין פלאן איז געווען צו ניצען פאבליק טרנספארטעשאן, אזוי ווי עס איז א ווייטע שפיטאל מיינט דאס 3 באסעס מיט 2 טרעינס א גיטע 2 שעה וועג ביז איך האב געפרעגט חסד אויב איך קען האבען א קאר אזוי שפעט האבען זיי מיך ציריק גערופען שפעט נאכמיטאג א איינער גייט קומען, אזוי האט זיך עס איבער געחזערט וועכענטליך און אפאר מאל איז מען אונגעקומען ביים ערשטן פייף, (רוב מאל איז געווען די זעלבע יונגערמאן ווייל ער האט זיך פארגעשטעלט אז איך בין עס(ער קען מיך אפילו נישט) און ער איז געקומען מיט די בעקיטשע)
יא יא! פרייטאג'ס איז א באזונדערע טאג אין חסד!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 11:40 am
דורך מבקש
ווער עס האט ליידער געדארפט צוקומען צו "חסד", וועט שטוינען צו רעדן פון זייערע פרייטיגס! אזוי ווי דארפמאן זאגט מען קומט אן צום ערשטן פייף, ווען דער חשובער דרייווער גייט שוין אין שול צום דאווענען נאך זיין טריפ.
זייענדיג אזא אפטער פארער האב איך שוין באמערקט ווער עס זענען די פרייטיג דרייווערס און די מוצאי שבת דרייווערס, און עס ברענגט מיר אויף געפילן, ווען איך מוז זאגן אשריכם ישראל! איינער זאגט אז זיין הכנה צו שבת איז מיט חסד פאר אידן, און יא! זיין שטוב שעצט דאס, א צווייטער זאגט ער וויל אנהייבן די וואך מיט חסד, און א דריטער פארט דוקא פארטאגס ווייל זיין טאג זאל זיך אנהויבן מיט חסד......
פארפאלן חסד דרייווערס - וואס באקומען ניטאמאל זייער כבוד, זיי האבן נישט קיין מסיבות פארן פאבליק - זיי רופן ארויס שעצונג ביי די אלע וועלכע האבן דאס געמוזט אדורכגיין, אפשר נישט ביי אנדערע, און השי"ת זאל העלפן אז די "אנדערע", און אויך די וועלכע עס זענען דאס שוין אדורך זאל מער דאס נישט דורכמאכן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 3:30 pm
דורך gagongan
מבקש האט געשריבן: און א דריטער פארט דוקא פארטאגס ווייל זיין טאג זאל זיך אנהויבן מיט חסד......
א חסד דרייווער האט מיך געזאגט אז אויב מאכט ער נישט קיין חסד טריפ אינדערפרי גייט אים עפעס נישט די גאנצע טאג געהעריג.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 1:53 pm
דורך ברוך
אינטערעסאנט אז איך האב נישט נאכנישט קיין סטאר ביי דעם נושא. לאמיתו בינעך אפאר יאר צוריק געווען און פארבינדונג מיט נאטורליך (ווער געדענקט?) עס צו צולייגען אויף קליין געלט אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און די די גוף הענין, פאר איך בין געווארן א מעמבער און די ארגענעזאציע פון חסד, האט מיר ר' אברהם יצחק געזאגט, בזה"ל איך וויל נישט זעהן אז דו נעמסט טריפס ווען דו דארפסט זיין אינדערהיים, אונז האמעקר גענוג עלטערע מעמבערס פארדעם, טשעריטי בעגינס עט האום. און דאס איז נישט געווען די יאר ווען ער האט הונדעטער מעמבערס עס איז שוין געווען באלד 7 יאר צוריק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 29, 2010 3:43 pm
דורך גלגלשלג
ממש ערשטוינט מאנטאג וארא ע"א
בין איך געפארן מיט א חסד קאר צו א משפחה מידגליד וואס ליגט נעבעך אין שפיטאל אין חסד האט נישטגעהאט גענוג קארס מען האט זיך אריין געשטיפט אין א קאר 6 מענטשען אין איינער איז נישט געווען באקוועם איך בין ממש נתפעל געווארן ווי דער מעמבער איז נישט געווארן נערוועז נאר זיך געהאלטן רואיג אין געטרייט צו מאכן באקוועם
אשריכם חסד מעמבערס אשריכם
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 12:55 am
דורך always happy
איך. האלט אז קרעמער איז גערעכט זייט ווען האט טאן א חסד פאר א צווייטען איד ציטאן מיט וואספארא יוגענט מהאט געהאט אפשר יעדע הצלה מעמבער אדער א מעמבער פין עני חסד ארגאנאזאציע האט געהאט שווערע יונגע יארן ?אין אפשר די אלע וואס לויפן נישט אויף קיין קאלס אינמיטן די נאכט צי די וואס נעמען נישט קיין חסד טריפס די האבן אלע געהאט געשמאקע יונגע יארן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 7:27 pm
דורך שוועמל
ביי די לעצטע מסיבה פון חסד מוצ"ש (אדר) האט זיך איינער עפענטליך באדאנקט פאר זיין אשת חיל וואס "לאזט אים גיין צו אלע טריפס".
על הכלל כולו יצא, וממנו ילמדו וכן יעשו!
אשרי חלקם בזה ובבא.