מיין נסיעה קיין מירון, ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

מיין נסיעה קיין מירון, ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

מירון!


שטום לשון
נישטא קיין ווערטער!
איה השוקל ואיה הסופר אראפצומאלן מיט פשוט'ע ווערטער וואס עס טוט זיך אפ אין מירון, אין דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר? – ווי קען מען דאס אפילו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען, די געהויבענע ריקודין, די געגועים של אהבה וואס יעדער איד שפירט זייענדיג אויף דעם ארט?!
הדרא דלא אפשר למפרט בשפתתא.
אסאך מאל ווען איינער וויל זיך אויסדרוקן אויף עפעס א געשעעניש אז עס איז געווען א שטארק דערהויבענער מצב, לאזט ער פאלן ווערטער ווי "מען קען עס נישט מסביר זיין", "מען קען זיך נישט פארשטעלן", און נאך אזעלכע ענליכע אויסדרוקן. על פי רוב זענען דאס בלויזע אויסדרוקן ארויסצוברענגען די געוואלדיגע געפילן וואס די אנוועזנדע אויף יענעם מעמד האבן געשפירט.
איידער איך בין געפארן קיין מירון צום ערשטן מאל, האב איך אויך געהערט אזעלכע ווערטער פון חברים און אידן וואס האבן שוין געהאט די זכיה פון זיך משתתף זיין בהילולא דרבי שמעון. מיין הרגשה איז דאן געווען אז דארט איז מסתמא א גאר געהויבענע מעמד אבער בנוגע זיך פארשטעלן... מסתמא איז מעגליך זיך פארצושטעלן ווי אזוי טויזנטע אידן טאנצן און זינגען פארן באשעפער און לכבוד התנא האלוקי.
קומענדיג דארט האב איך אבער איינגעזען אז דאס וואס טוט זיך דארט אפ, קען מען באמת נישט מסביר זיין און מען קען זיך דאס באמת נישט פארשטעלן, אויסער אויב איינער האט אליין בייגעוואוינט די גרויסע שמחה אין מירון.
עס איז פאראן אמאל געהויבענע מאמענטן, פאראן וואס מען קען אנטאפן די התעוררות מיט די הענט, אמאל דערגרייכט עס צום קלימאקס, אדער גייט עס איבער אלע גרעניצן. אבער דאס וואס טוט זיך אפ אין מירון בעצם יום ל"ג בעומר, איז א בחינה פון "דיו אילו ימי וכל מי כנישיתא, דריי ארעא ספרי וכל קני חרישיתא", קען מען דאס נישט מסביר זיין אדער ערקלערן.
אזוינס וואס מען זעט נישט און מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער.

דמעות רבות של אהבה
שטייען הונדערעטע טויזנטע מענטשן און טאנצן כאיש אחד בלב אחד, זיך בעטנדיג ביים באשעפער "חוס ורחם נא עלינו בהילולא דבר יוחאי - חמול עלינו ועל עוללינו בזכות אדונינו דבר יוחאי...", אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ ביים באשעפער, טאנצנדיג די אלע תפילות, יעדער איינער מיט זיינע בקשות און תחינות וואס ער ברויך נעבעך האבן. דאס התעוררות דארט איז אין לשער ואין לתאר.
עס איז כדאי אראפצוברענגען וואס דער סאטמארער רב זי"ע האט געשריבן צוריקקומענדיג פון מירון אום ל"ג בעומר: "דמעות רבות של אהבה נשפכו שם..." און מען דארף געדענקען אז דער סאטמארער רב זי"ע האט זיך נישט געווארפן מיט קיין ווערטער, זיין שטייגער איז נישט געווען צו פארלוירן ווערן פון יעדע זאך, אבער אין מירון איז ער ארויס פון אלע גבולות, געטאנצן אליין אינמיטן רינג און מעודד געווען די שמחה אויפן פלאץ.
דער אמת איז אז מען קען נישט פארשטיין וואס עס ברענגט צום עולם אזוי שטארק די התעוררות און כיסופין צום באשעפער; צי איז דאס דער מצב וואס דער מוזיק און דער עולם מאכט? – זענען דאך פאראן פילע אזעלכע מצבים, ביי שמחות בית השואבות און-דאס-גלייכן, און טראצדעם וואס די שמחה איז דארט גרויס, קומט עס נישט צו, צו די שמחה אין מירון.
עס מוז זיין אז דער כח פון רבי שמעון בר יוחאי הערשט אויפן עולם, דער ציבור שפירט אז רבי שמעון איז נאנט צו זיי און אצינד איז די צייט זיך אויסצוגעבן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.

מיין נסיעה
איך בין ארויסגעפארן מיטוואך נאכמיטאג קיין פילידעלפיא, וואו דארט האב איך געברויכט כאפן דעם פליגער קיין ארץ-ישראל. אויפן פליגער קיין פילידעלפיע האב איך שוין געטראפן נאך אידן וועלכע האבן באקומען הזמנות פון רבי שמעון בר יוחאי (אזוי ווערט געברענגט פון הרה"ק רבי שלמ'קע מזוועהיל זי"ע, אז ל"ג בעומר איז די הילולא פון רבי שמעון, דאס איז זיין חתונה, און דעמאלס שיקט ער הזמנות פאר מענטשן אז זיי זאלן זיך משתתף זיין אויף די חתונה, און די וועלכע קומען אן ל"ג בעומר קיין מירון, די זענען די וואס רבי שמעון האט זיי געשיקט הזמנות, און אויב רבי שמעון רופט זיי, מאכט ער שוין זיכער אז זיי זאלן באקומען א בילקע און אלע גוטע זאכן וואס פעלן זיך אויס).
אין עירפארט אין פילידעלפיע האב איך שוין אנגעטראפן אן עולם אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון אנדערע מקומות ווי מאנטריאל און אנדערע פליגער'ס. אין עירפארט האבן מיר געדאוונט מעריב מיט א גרויסן מנין אידן, דער פליגער איז פול געווען פון היימישע אידן, אזוי אז עס האט געהערשט א היימישע אטמאספערע.
אויפן וועג ארויף אויפן פליגער, האב איך געזען א איד וואס שפילט זיך ארום מיט זיין קליינעם צוויי יעריגן זוהן, גיב איך אים א פרעג אויב ער גייט אים אפשערן אין מירון?! – ענטפערט ער מיר אז יא, דאס איז זיין שימעלע וואס ער האט אויסגע'פועל'ט ל"ג בעומר מיט דריי יאר צוריק, נאך פיר יאר וואס ער האט נישט זוכה געווען לזרע של קיימא און ער איז דאן געפארן קיין מירון צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, און אין יענעם יאר האט ער זוכה געווען צו מאכן א ברית, אצינד איז ער מקיים זיין נדר און נעמט ארויף זיין זוהן אים אפשערן אין מירון...
נעבן מיר אויפן פליגער איז געזעצן א יונגערמאן, שוין אכט יאר נאך די חתונה און נאך נישט זוכה געווען לזרע של קיימא, אצינד האט ער מחליט געווען ארויפצוגיין לציון פון רבי שמעון, זאל אים דער אויבערשטער העלפן בזרע של קיימא.

די הכנות אין מירון
מיר זענען אנגעקומען קיין לוד לופטפעלד דאנערשטאג שפעט נאכמיטאג. איך בין גראד געפארן קיין צפת צו מיין אכסניא וואו איך וועל זיין אויף שבת, מיר זענען דארט אנגעקומען שוין ביינאכט. איך האב אראפגעלייגט די פעקלעך און גראד גענומען א טעקסי קיין מירון זאגן אביסל תהילים ביים ציון.
די הכנות גייען דארט אן אין פולן שוואונג: די כלי מכשירים פאר די מוזיק און די זינגערס ווערן מסודר, ווען יעדע עטליכע מינוט שרייט מען אריין אין מייקרעפאן זיכער צו מאכן אז עס ארבעט גוט; צדקת הרשב"י ענדיגט אויפשטעלן זייער שאטער וואו צענדליגע טויזנטע אידן וועלן געניסן במשך דעם ל"ג בעומר, אינצווישן קומט כסדר אן טראקס מיט עסן; אויף די זייטן פון די געסער ווערן אויפגעשטעלט פילע פלאטפארמעס פאר די אלע צדקה ארגאניזאציעס וואס רעכענען צו מאכן גרויס געלט ל"ג בעומר; די הויפן וועלכע ציען זיך אריבער אויף שבת און ל"ג בעומר קיין מירון, שלעפן פארענטשעס און גרייטן צו אש"ל פאר די חסידים וואס קומען אן אויף שבת צוזאמען מיט זייערע אדמורי"ם; חב"ד און די נ נח פון ברסלב ארבעטן אויף די לעצטע דעטאלן פון זייערע פריוואזארישע צענטערן אויף ל"ג בעומר; פון איבעראל הערט מען קלאפן מיט האמער'ס אדער געשרייען פון מייקס, צוצוענדיגן די לעצטע הכנות; די פאליציי שטייט שוין אונטן ביים בארג און מאכט סדר, זיי ארבעטן אויס די לעצטע דעטאלן פון זייער ארבעט אום ל"ג בעומר; ארום דעם ציון ווערן אויפגעשטעלט געצעלטן, דאס איז דער מנהג פון די ספרדים וואס שלאפן און עסן אין די טעג ארום ל"ג בעומר ארום דעם ציון, אויפשטעלנדיג געצעלטן פאר זייערע משפחות. אזוי איז יעדער פארנומען מיט זיינע הכנות לכבוד ל"ג בעומר.
עס איז א מחזה הוד צו זען א גאנצע דארף, עטליכע גאסן, פון אלע זייטן הערט מען קלאפן און שלעפן, אלעס מאכט א הכנה צו רבי שמעון בר יוחאי.
דערווייל קומען אן טויזנטע אידן וואס וועלן נישט האבן די זכיה זיך צו געפינען אין מירון אויף ל"ג בעומר, די דאזיגע קומען יעצט אן און זאגן אויס תהילים. אנדערע וועלן זיך יא געפינען דא ל"ג בעומר אבער הויבן שוין יעצט אן מיט די הכנות און זאגן תהילים, צווישן זיי האב איך געפינען הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א זאגן תהילים. אין מערה איז פאראן א קול פון תהילים זאגן, יעדער איז זיך שופך שיח ביים תנא האלוקי וואס זיין הילולא געפאלט אויס אין די דאזיגע טעג.

רבי שמעון לכל
עס דערקענט זיך דאס וואס דער בית אהרן שרייבט "מה הקב"ה לכל אף רבי שמעון לכל", אידן פון אלע סארט שיכטן און קרייזן קומען אהין צו גיין, יעדע איינער מיט זיינע ענינים... קיין משוגעים פעלן אויך נישט, פון איין ווינקל הערט מען בלאזן שופר און פון א צווייטע הערט מען א פאלאשן שרייען מיט קולי קולות אז ער איז שוין צוואנציג יאר נישט געווען אין מירון און יעצט האט אים ר' שמעון געלאדנט... בקיצור, מירון לעבט.
פון ערגעצוואו זעט מען א איד מיט א ווייסן בארד, אנגעטאן מיט א ברייטן הוט וואס פון אונטן שטעקט זיך ארויס א נ נח קאפל, אנגעטאן מיט א גרויסן רעזשוואלקע און פון זיין האלז הענגט אראפ פילע צענדליגע קייטלעך מיט פארשידענע סימבאלן ווי זילבערנע הענט, מנורות, שליסלען, און נאך אזלעכע קבלה'דיגע זאכן, ער שטייט אינמיטן גאס און בענטשט יעדן עובר ושב מיט אלע סארט ברכות, מאכנדיג אומבאנומענע קולות אויפן חשבון פון רבי שמעון.
בקיצור, יעדער שפירט זיך א מחותן מיט רבי שמעון.

במוצאי יום מנוחה
אין מירון האב איך פארברענגט ביז דריי דרייסיג ביינאכט, פון דארט בין איך צוריקגעפארן קיין צפת וואו איך האב זיך אויפגעהאלטן איבער שבת. שבת אין צפת איז "מעין עולם הבא יום שבת מנוחה".
מוצאי שבת, גראד נאכן זמן, האב איך גענומען א טעקסי און אפגעפארן אויף מירון. דארט בין איך קודם צוגעגאנגען צו די בנין פון בני עקיבא, וואו עטליכע אדמורי"ם האבן דארט געפראוועט די טישן, איך בין צוגעגאנגען צו זוועהיל וואו מען האט געהאלטן אינמיטן שלש-סעודות און דערנאך צו קארלין, וועלכער האט דארט געצינדן אויפן פלאץ א קליינע הדלקה.
פון דארט בין איך צוגעגאנגען צום מערה. דאס יאר זענען די הדלקות געווען שפעט, בערך עלעוו אזייגער ביינאכט, צוליב חשש חילול שבת. אבער גלייך נאכן זמן האט מען שוין געטאנצן לעבעדיג אין חצר.

דער נייער סדר
אינצווישן האב איך פראבירט אריינצוגיין אין מערה זאגן תהילים. דאס יאר האט מען פראבירט איינצופירן א נייעם סדר אין מערה: מען האט אריינגעלאזט נאר א הונדערט מענטשן אויף איינמאל, ביים ציון אליין זענען געשטאנען א זעקס זיבן פאליציי מיט מייקרעפאוינס און געשריגן מיט באנומענע קולות; צום ציון האט מען צוגעלאזט יעדן איינעם אויף א פינף סקונדן און גראד דערנאך יענעם אוועקגעשלעפט פון ארט... עס איז געווען אזא מהומה אז מען קען זיך נישט פארשטעלן... אנשטאט אז אין מערה זאל זיין א קול פון תהילים און אידן זאלן זיך קענען שופך שוח זיין, האט מען זיך געריסן מיט די פאליציי און זיי האבן געשריגן אויף די מייקרעפאנען און געשלעפט מענטשן... נאך פינף מינוט האט מען ארויסגעטריבן יעדן פון מערה און אריינגעלאזט די קומענדיגע קבוצה מענטשן...
דער נייער סדר האט נישט אנגעהאלטן לאנג, ביז עטליכע שעה האט מען איינגעזען אז עס איז שוין בעסער ווי יעדן יאר און מען האט צוריקגעמאכט אזוי ווי יעדער יאר.
ווען איך האב ענדליך זוכה געווען צוצוקומען צו רבי שמעון, האט זיך א פלייץ פון טרערן דורכגעבראכן מיינע אויגן, איך האב אנגעהויבן רעדן מיט רבי שמעון אויף מיין שפראך און ממשיך געווען פון דער ווייט נאך וואס מען האט מיר פארטריבן פון דארט, שפעטער בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון רבי יצחק, דער תלמיד האר"י וואס ליגט אין חצר און אויסגעזאגט תהילים.

די הדלקה
עלעוו אזייגער איז אנגעקומען דער ביאנער רבי שליט"א און זיך גרייט געמאכט אנצוצינדן די הדלקה, מען האט געזונגען "לכבוד התנא האלוקי" און א פרישער שטראם איז אריין אין עולם ווען די הדלקה איז אנגעצינדן געווארן, מען האט אנגעהויבן זינגען די ניגוני היום, בר-יוחאי, ואמרתם, אמר רבי עקיבא, אשרינו מה טוב חלקינו, בשעת ווען אינמיטן חצר טאנצט דער מירונ'ער רב אנגעקליידעט אינגאנצן ווייס, אפילו ווייסע שיך טראגט ער, און טאנצט מיט צוויי פאקלען לכבוד רבי שמעון.
די ריקודין זענען זייער פייערדיג און דערהויבן, עס טאנצן מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן, אנגעהויבן פון חסידי'שע יונגעלייט און געענדיגט מיט מאדערענע מזרחי יוגנטליכע, אלעס טאנצט האנט ביי האנט מיט א געהויבנקייט, אינמיטן טאנצן די חאלאקע יונגלעך מיט זייערע עלטערן.

די קארלינער הדלקה
שפעטער אין נאכט קומט פאר די קארלינער הדלקה.
יענע הדלקה איז ערגעץ נאך צדקת הרשב"י. וואס דארט טוט זיך אפ איז שווער ממחיש צו זיין, עס טאנצן טויזנטע מענטשן, זקני החסידים מיט די קאפטענעס צוזאמען מיט יונגעלייט און סתם עמך אידן, מען טאנצט די קארלינער בר-יוחאי מיט נאך ניגונים, מען קען זינגען איין ניגון א האלבע שעה, און מען חזר'ט עס איבער מיט א דביקות, עס איז א מחזה נורא הוד וואס מען קען נישט פארשטעלן.
די הדלקה געדויערט א גוטע פיר אדער פינף שעה, דער עולם הייבט זיך און עס הערשט א כיסופין צום באשעפער, ביז זיי ענדיגן הויבט שוין אן צו טאגן.
אפיציעל האבן די וועטער נביאים געזאגט אז עס וועט רעגענען במשך דעם ל"ג בעומר, למעשה האט גארנישט גערעגנט, אבער אויף עטליכע מינוט האט זיך יא אראפגעלאזט א שיטערער רעגן, דאס איז געווען בשעת מען האט געטאנצן "מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש-ברוך-הוא מטהר את ישראל". דער התעוררות האט דערגרייכט צו א קלימאקס, מענטשן האבן געזען דערין א סימן אז דער באשעפער האט הנאה פון אונזערע מעשים און פון די שמחה ביי רבי שמעון.
ווי נאר מען האט אנגעהויבן דעם קומענדיגן ניגון, "ואמרתם כה לחי" האט אויפגעהערט צו רעגענען.

איך בין אינצווישן געגאנגען עסן מלוה-מלכה אין צדקת הרשב"י, די זמירות האב איך געזאגט ביי רבי שמעונ'ען. ווען איך האב שוין געענדיגט האט שוין געטאגט.

ל"ג בעומר בייטאג
דעמאלס שטעלט זיך דער מוזיק אפ אויף בערך א שעה, איך בין געגאנגען אין מקוה און פריש אויסגעזאגט תהילים. איך האב געזוכט א געהעריגע מנין און נישט געוואלט דאווענען שנעל, בין איך אנגעקומען צו דער מנין פון דער זוועהילער רבי, ער לייגט אראפ א שטייטע עובדי'שע דאווענען, דערנאך איז פארגעקומען די חאלאקעס פון די קינדער מען האט אביסל געזינגען.
פון דארט בין איך נאכאמאל צוגעגאנגען צום ציון. דעמאלס איז די בעסטע צייט אריינצוגיין, עס איז נישט אזוי געשטופט און עס איז זייער א רואיגע מצב. דארט האב איך געזאגט אביסל תהילים און דערנאך צוגעגאנגען צו רבי אלעזר און אויך דארט געזאגט. נאך א רקידה אינדרויסן בין איך צוגעגאנגען עסן פרישטאג אין צדקת הרשב"י, אויפן וועג האב איך באגעגנט דעם סאסוב'ער רבי'ס הדלקה.
ביז וואס וואו ווען, איז שוין געווארן צוויי אזייגער, תולדות אברהם יצחק האט אנגעצינדן א הדלקה, דאס מאל אן זייער רבי. דערנאך האט אנגעצינדן אויף דעם ארט, ר' יעקב מאיר שעכטער, דארט איז געווען זייער לעבעדיג און דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן.
אין די נאכמיטאג שטונדן שפילט מען אין חצר פארשידענע וואלעכלעך און סתם ניגונים, אין די זייט צינדט דער ראחומסטריבקער רבי אן א הדלקה, דארט איז נישטא קיין מוזיק און דער רבי זינגט פאר יעדע שטיקל פון בר-יוחאי און ואמרתם, בשעת דער עולם זינגט דער פזמון, דער רבי טאנצט ווי א יונגל און זינגט די חרוזים מיט גרויס דביקות.

מערת הלל ותלמידיו
פון דארט בין איך צוגעגאנגען צו מערת הלל ותלמידיו, דאס געפינט זיך אביסל נאך צדקת הרשב"י. דרך אגב; די גאנצע וועג איז פול מיט ניי געפינענע מערות וואו אידן שטייען און זאגן תהילים. אין די מערה פון הלל געפינען זיך אויך זיינע תלמידים, פונקטליך וועלכע תלמיד ליגט וואו ווייסט מען נישט, אבער עס איז פאראן סימנים פון קברים אזוי אז בערך ווייסט מען.
דער מערה איז טונקל, און אויסער די ליכט וואס ברענען דארט זעט מען גארנישט. מענטשן שטייען אינערווייניג און זענען מתפלל, איך האב דארט אויסגעזאגט קי"ט ביי די הייליגע תנאים.

פתח לנו שער
אז עס קומט די לעצטע עטליכע שעה פאר די שקיעה, דעמאלס ווערט דער מצב אין מירון שטערקער ווי א גאנצן טאג. מען שפירט אז עס איז פארבליבן בלויז עטליכע שעה ביז צום נעילת החג, מען פראבירט אריינצוכאפן וויפיל מען קען נאך אויס'פועל'ן פאר אידן כל טוב וטב. אין מערה, און אזוי אויך ארום דער מערה, גיסן זיך טייכן טרערן, אידן שטייען און זאגן תהילים און בעטן ביים באשעפער אין זכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, אין חצר טאנצט מען ווידער בר יוחאי און די פארשידענע ניגונים, מען טאנצט מיט א דביקות "יקום פרקן מן שמיא" און "זרעא חיה וקיימא", עס שפירט זיך אז מען האלט שוין ביי די לעצטע רגעים פונעם טאג.
אין יענע צייט ווערט דער געדרענג אין מירון זייער שטארק, עס קומען ארויף אסאך מענטשן דעמאלס און דער געדרענג ביים ציון איז עד אין לשער, אפילו אין חצר ביי די ריקודין הערשט א גרויסן געדרענג, אבער דער התעוררות קעגן דעם איז אויך זייער שטארק און ווארעם.

די לעצטע מאמענטן
בערך אכט אזייגער, נאך די שקיעה, קומט פאר דער תולדות אהרנ'ער הדלקה. יענע הדלקה נעמט אריין אין זיך גאנץ מירון, א ריזיגער עולם נעמט זיך דארט צוזאמען און דערמיט ווערט דער סיום אויף מירון.
עס הויבט זיך אן מיט דער ד' בבות ניגון, אינצווישן גיסט דער תולדות אהרנ'ער רבי אויל אויף די הדלקה און ליינט די קוויטלעך פון אנשי שלומו. דערנאך הויבט זיך אן דער לעבעדיגער שטיקל "לכבוד התנא האלוקי – רבן שמעון בר יוחאי", און דער רבי צינדט אן די הדלקה.
די טענץ וואס קומען דערנאך קען מען נישט אפמאלן אויף פאפיר. אויפן מייקרעפאן זינגט חיליק פראנק, דער באקאנטער ירושלימ'ער מנגן. דער ציבור שפירט אז דאס איז די לעצטע טענץ פון דאס יאר ל"ג בעומר און מען טאנצט מיט א געוואלדיגע התעוררות. די אלע שטארקע שטיקלעך פון די פזמונים לל"ג בעומר ווערן איבערגעזינגען מיט א געוואלדיגע ווארעמקייט.
אינצווישן, בשעת אין תולדות אהרן טאנצט מען נאך, האט מען שוין אויפגעהערט טאנצן אין חצר פון מערה. דארט הויבט מען אן צו דאווענען מעריב, צום עמוד גייט צו דער מירונ'ער רב, ער שטייט אויפן פלאטפארמע וואו די מוזיק געפינט זיך און דאוונט אין מייק א יום-טוב'דיגע מעריב און דערנאך א התעוררות'דיגע ספירה.
ביינאכט ענדיגט זיך די תולדות אהרנ'ער הדלקה, דער עולם צוגייט זיך, די צדקה גייערס צונעמען זייערע בודקע'לעך.
מירון קוקט יעצט אויס ווי נאך אן ערד ציטערניש... אלעס איז אנגעלייגט און אנגעווארפן, די ערד איז נאס פון די חי רוטלעך משקה, צוזאמענגעמישט מיט שמוץ און צופליקטע באקסעס, בקיצור א חרבן פון א שטאט.
במשך די נאכט קומען נאך אן מענטשן וואס זענען נישט געווען בייטאג און זאגן תהילים אין מערה.
פארטאגס איז דארט ממש ליידיג און אזוי ענדיגט זיך די געהויבענע טעג.

יותר ממה שכתבתי
איך האב סך-הכל אראפגעברענגט טריקענע פאקטן פון די געהויבענע טעג, אבער יותר ממה שכתבתי כתוב כאן, די געפילן פון התעוררות און כיסופין קען מען נישט באשרייבן און דאס קען מען נישט משיג זיין, ביז מען געפינט זיך אליין אויפן ארט.
זכות התנא יגן עלינו ועל כל המשתתפים בהילולא רבתי.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום דאנערשטאג מאי 13, 2010 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' זיס פאר די הערליכע שילדערונג וואס געט אראפ פארן ליינער אן אפס קצהו'דיגן בליק פון די הו-הא אין מירון.

איך גלייב שווער אז איך וועל נאך אנקומען אהין בעפאר ביאת הגואל, אבער א מעין דמעין דערפון האבן מיר געהאט אין דיין באשרייבונג.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

צפת!


שבת אין צפת
מעין עולם הבא יום שבת מנוחה!
שבת אין צפת איז א ריכטיגער מנוחת הנפש און א אמת'ער טעם גן עדן. דער רואיגקייט וואס לאזט זיך אראפ אויף די גליל בערג ברענגט אריין אינעם הארץ א צופרידנקייט און הימלדיגע ליכטיגקייט.
ווי שוין ערווענט, בין איך אנגעקומען אויף צפת דאנערשטאג ביינאכט, אבער איך בין גראד אפגעפארן אויף מירון וואו איך האב זיך אויפגעהאלטן כמעט די גאנצע נאכט. דערנאך בין איך צוריק אהיימגעקומען שלאפן.
ערב שבת אינדערפרי, וויל איך נישט זאגן ווען איך בין אויפגעשטאנען מפני טעם הכמוס אתי... נאך שחרית אין לעלוב'ער בית-המדרש, האב איך זיך ארויסגעלאזט אויפן פעלד. באמת קען מען גיין דארט א גוטע עטליכע שעה כדאי דורכצומאכן דעם גאנצן בארג. איך האב אנגעהויבן מיטן אריז"ל, אויסגעזאגט דארט תהילים און דערנאך ארומגעגאנגען צו די איבעריגע ציונים, דער בת-עין, באר מים חיים, ר' לייב בעל היסורים, בית-יוסף און נאך.
עס איז מערקוועדיג צו זען די מערות וואו מען האט אמאל באגראבן די נפטרים, טייל מאל איז דאס מערות בתוך מערות, אריין איינס אינעם צווייטן. מיר האבן דארט מתפלל געווען און האפנטליך גע'פועל'ט אלעס גוט.

רחם בחסדך
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי אזוי די ארץ-ישראל'דיגע אידן גלויבן אין יעדע זאך. גייענדיג אויף דעם בארג אין צפת, הער איך אז עס איז פאראן א קבר פון א צדיק מיטן נאמען "פיש" וואס ער האט צוגעזאגט אז יעדער וואס וועט קומען אויף זיין קבר און זאגן די תפילה פון רחם בחסדך, און מתפלל זיין אויף גלות השכינה, איז ער אים מבטיח מיט א גאולה פרטית.
אנקומענדיג האב איך געזען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זאגן דארט רחם, טייל זינגען אפילו... קודם האב איך געקלערט אז מסתמא איז דאס א צדיק פון א הונדערט יאר צוריק, דערווייל זעה איך אויפן מצבה אז ער איז נפטר געווארן אין יאר תשס"ג לפ"ק און האט געוואוינט אין תל-אביב... דער נאמען פון דעם צדיק האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, און בכלל קלונגט עס מאדנע אז אזא אדם מפורסם האט געוואוינט ביז לעצטנס אין תל-אביב... דער ציבור גלויבט עס אבער און קומט אהין אין די מאסן.
איך מיין אז דא אין אמעריקא, אויב איינער וואלט געלאזט אזא צוואה, וואלטן די קינדער עס פשוט גונז געווען...

דאס לעבן אין צפת
ערב שבת נאכמיטאג האב איך זיך אביסל ארומגעדרייט אין אלט שטאט אין צפת, צו זען ווי אזוי די אידן דארט לעבן.
אלט שטאט צפת איז זייער שיין און פארצייטיש, עס קוקט אויס אביסל ווי אלט שטאט ירושלים, מיטן אויסנאם אז די איינוואוינער זענען נישט קיין אראבער נאר היימישע אידן. עס איז גאר געשמאק זיך ארומצודרייען אויף די שמאלע קליינע געסעלעך און די צפת'ער טרעפ, מען דערקענט די אלטע בתי מדרשים און די אלע הייליגע פלעצער וואס עקזיסטירן אין דעם הייליגן ארט.
עס איז געשמאק צו זען ווי די אידן דארט רעדן אין קבלה, אזוי ווי מיר רעדן אין ביזנעס... פון זייער מויל פליסט זיך קבלה'דיגע מושגים, און זיי זענען מסביר פארשידענע מנהגים און מצוות לויט די קבלה טערמינען וואס מיר זענען ווייניג באקאנט דערמיט.
אבער עס איז נישט נאר די מושגים וואס די אידן זענען עוסק דארט, זיי לעבן פשוט מיט דעם אין חיי יום יומית: גייענדיג אין גאס באגעגן איך א געשעפט מיטן נאמען "כומוס בעתיקא"... (פאר די וואס ווייסן נישט; "כומוס" איז דער שארפער מאכל וואס די ארץ-ישראל'דיגע גלייכן שטארק צו עסן)... איך ווייס נאכנישט וואס עתיקא מיינט, אבער יענער פארקויפט "כומוס בעתיקא".
אן אנדערע געשעפט טרעף איך מיטן נאמען "גבינות קדוש צפת"... איין זאך איז זיכער אז די קעץ פון צפת האלטן עס זיכער פאר "קדוש", ווייל ארום דער געשעפט באלעקן זיך קעץ פון אלע סארט קאלירן און מאסן, זיי האבן שטארק הנאה פון די "גבינות קדוש צפת"...
ערגעצוואו געפין איך א מודעה אז איינער פון די קינדער פונעם בעל הסולם, וועט זיך אויפהאלטן אויף שבת אין צפת און וועט פירן טיש "בבית הכנסת של הצדיק הלבן"... דער ווייסער צדיק... גיי פארשטיי...
אזעלכע מיסטישע שפראכן הערט מען כסדר צווישן די דאזיגע צפת'ער אידן. דאס איז א חלק פון זייער לעבן און זייער גייסט.

מקוה אר"י
נאכן זיך ארומדרייען אין שטאט, האב איך ממשיך געווען אין מקוה אר"י. דארט האב איך געזען טאטע'ס ברענגען זייערע קליינע קינדער פון דריי יאר, זיך צו טובל'ען אין די אייז קאלטע מקוה. ווען די קינדער ווילן נישט שרייט דער טאטע "זה תיקון גדול"... קלערנדיג אז דאס וועט זיכער משכנע זיין די קינדער.
צום סוף האט ער איבערגעגעבן דעם קינד פאר א חבר וואס האט זיך געפינען אין בור, יענער האט געגעבן א כאפ דעם קינד, און איינס צוויי אים געגעבן א טינק איין אין וואסער און צוריקגעגעבן פארן טאטע'ן, ווען דאס קינד ציטערט פאר קעלט.
ווען דאס פאסירט אין אמעריקא רופט מען שנעל די טשיילד אביוז... דעם טאטע'ן וואלט מען מסתמא ארעסטירט... אבער אין צפת איז אלעס מעגליך...

שבת קודש
פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאוונט מיט א חבורה פון חסידי'שע אידן וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אויף שבת אין צפת. די דאווענען איז געווען מיט א געוואלדיגע התעוררות, און פאר כגוונא האט מען געזינגען בר יוחאי.
די סעודות האב איך געגעסן ביי א קרוב משפחה, צוזאמען מיט נאך עטליכע משפחה מיטגלידער, מיר האבן געהאט דארט מנין, און מיר האבן געפראוועט דארט א שטיקל באטע ביז שפעט אין די נאכט אריין.
אינדרויסן אויף די גאס איז געווען "לילה כיום יאיר", א גרויסע קבוצה בחורים זענען דורכגעגאנגען זינגענדיג שבת'דיגע ניגונים, איך האב נישט מיטגעהאלטן פונקטליך וואס טוט זיך אינדרויסן, ווייל איך האב געהאט מיין באטע.
אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס, איך בין געגאנגען דאווענען אין ברסלב'ער בית-המדרש פון הרב קעניג, דארט פארמאגן זיי א יופי פון א מקוה, באקוועם און צוגעשטעלט. איך בין געוואויער געווארן אז אנדערש ווי איך האב געמיינט ביז דעמאלס, איז עס א נארמאלער מקום, עס דאווענען דארט חשוב'ע יונגעלייט, אלעס אויף א נארמאלן אופן אן קיין משוגע'תן. נאכן דאווענען איז פאראן דארט א שיעור דף-היומי, וואו עס באטייליגן זיך דארט בערך א דרייסיג פערציג יונגעלייט, מענטשן פרעגן אריין און ענטפערן, עס טוט זיך א קאך אין לערנען, א געשמאק.
שפעטער בין איך צוגעגאנגען צום צאנזער בית-המדרש, צוליב דעם וואס מיין קרוב – ביי וועמען איך האב געגעסן – דאוונט אין יענעם בית-המדרש. דער בית-המדרש איז נאך געגרינדעט געווארן דורך דעם שינאווער רב זי"ע, וועלכער האט געזאגט דערויף גרויסע זאכן. דארט איז פארגעקומען א גרויסן קידוש מיט כל טוב וטב.
פון דארט בין איך צוגעגאנגען צו מיין קרוב וואו מיר האבן געגעסן די שבת'דיגע סעודה, און דערנאך זיך אראפגעלייגט אויפן שינת צהרים.

שבת נאכמיטאג בין איך דורכגעגאנגען אין אלט-שטאט, אן אלטן בנין, פונדרויסן איז געשטאנען א שולד אז דא איז א "האטעל". איך האב זיך געוואונדערט וואספארא האטעל עס איז פאראן אין אזא אלטן בנין, בין איך אריין אינדערווייניג, פאר מיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט אן אלטן צפת'ער צימער מיט אלטע שטיינער אזוי ווי אלע אנדערע בנינים, דאס האט געדארפט דינען אלס "ווארט-זאל", אינמיטן שטוב איז געלעגן אויסגעלייגט א שיינעם סאפע אויף די שטיינערנע ערד. איך האב אזוי באטראכט דעם צימער, ווען מיטאמאל קומט א קאץ ארויסצושפרינגען פון אונטער דעם סאפע, איך האב גראד אפגעצויגן פון דארט.
אויף מנחה ושלש-סעודות בין איך געגאנגען צו א שנעלע מנין, צוליב דעם וואס איך האב געוואלט פארן קיין מירון תיכף נאכן זמן מוצאי שבת קודש.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זיס
ביזט דאך זיס
האסט מיך מהנה געווען
קיפ אפ
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

שכוח זיס, כ'האב ממש געפילט ווי איך בין אין מירון, און דערנאך אין צפת...

ס'איז זייער גוט באשריבען, כ'האף די גייסט נאך באשרייבן די איבקיגער טייל פון די נסיעה...

א דאנק פון פאראויס...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ממחרת החג
מוצאי ל"ג בעומר בין איך איבערגעשלאפן אין מירון, מיטן חשבון צו פארברענגען דעם קומענדיגן טאג אויף די גליל בערג פון צפת און טבריה.
זעקס אזייגער אינדערפרי באקום איך א טעלפאן קאל פון מיין שוואגער וואס וואוינט אין בית-שמש, אז ער מאכט היינט א ברית וואס איז נישט בזמנו, און דער ברית וועט פארקומען אום 10:30 פארמיטאג לכתחילה בין איך מסופק געווען אויב איך דארף פארן, אבער נאך לחץ פון די משפחה האב איך זיך תיכף ארויסגעלאזט אין וועג, אנצוקומען אויף בית-שמש אין צייט.
למעשה האב איך געהאט א שיינעם כיבוד, צוליב דעם וואס איך בין געווען דער איינציגסטער שוואגער פון יענע זייט, איך האב באקומען ברכות ביים ברית, אזוי אז עס האט זיך שוין אויסגעצאלט.

בית שמש
נאכן ברית בין איך אביסל ארומגעגאנגען אין בית-שמש צו קרובים און באקאנטע. בית שמש איז היינט אן עיר ואם בישראל, עס איז שוין מער נישט קיין דארף. עס פארמאגט אלעס וואס א שטאט דארף האבן, עס איז פאראן אפילו א גרויסער הויף וואס איז קוואטירט אין בית-שמש, דאס איז דער לעלובער הויף. באמת איז פאראן נאך אדמורי"ם מיט חסידים דארט, אבער אויף אן אמת'ן גרויסן פארנעם איז דערווייל לעלוב די איינציגסטע.
גראדע טוט זיך יעצט א שטיקל פאליטיק אין בית-שמש מיט חבד'סקע חסידים, אבער דאס איז שוין נישט אין פלאץ דא.

ירושלים


ירושלים של מעלה
וואס פארשטייט אן אמעריקאנער צו ירושלים?
אזא העכערע פלאץ, אזא געהויבענע פלאץ.
ווען איך רעד פון ירושלים, מיין איך נישט די גאולה געגנט, אדער אנדערע אזעלכע פלעצער. איך רעד בעיקר פון מאה שערים, פון די אונגארישע הייזער, פון שכונת בית ישראל און די אנדערע אור-אלטע אידישע ישובים. דארט צווישן די שמאלע געסעלעך וואו דער דאך פון איין מרפסת רירט אן דער דאך פון דער מרפסת פון קעגן איבער, דארט וואו די עכטע ירושלימ'ער אידיש איז נאך א נחלת הכלל און יעדער רעדט אזוי, כולל פרויען מיט קליינע קינדער, דארט וואו מען גייט אראפ די טרעפאלאך צו דער אנדערע גאס וואו מען זעט נאך סימנים פון אלטע ברינעמ'ס.
דער חן פון די דאזיגע אלטע ישובים קען מען נישט אפקויפן. די ירושלימ'ער קינדערלאך מיט די ווייסע קאפעלאך און די ציצית וואס הענגען אינדערויסן מיט די לאנגע פיאות, שפילן זיך אויף די געסאלאך, וואו קען מען דאס אפילו אפמאלן?
דארט אין יענע פלעצער וואוינען די אידן אין דריי-צימערדיגע דירות, וואס פונדרויסן קען מען אמאל דורכקוקן די גאנצע דירה. דאס איז זיכער אז שטייענדיג אינדרויסן קען מען הערן פונקטליך וואס טוט זיך אינערווייניג.

תפילת ערבית
אנגעקומען בין איך קיין ירושלים מאנטאג ביינאכט. איך בין קודם צוגעגאנגען צו ברסלב'ער בית-המדרש צו דאווענען מעריב, דארט ליגט דער בענקל פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע. עס גייט א פייערדיגע מעריב בקול רם ואדיר, נאך מעריב קומט א ספירה פון פופצן מינוט אויפן זייגער (איך האב עס געטיימט), דאס גייט מיט קולי קולות. נאך ספירה קומט א ריקוד אויף די ווערטער "ועל ידי זה ישפע שפע רב" (נישט דער באקאנטער ניגון).
זייענדיג דארט האב איך באמערקט א צעטיל אז עס עקזיסטירט א כולל חצות, דאס הייסט אז דער כולל הויבט זיך אן ביי חצות הלילה, מען לערנט א שעה און דערנאך פארט מען ארויס אויף א פעלד וואו מען מאכט התבודדות, יעדער איינער אונטער א בוים, און דערנאך טאנצט מען... בקיצור א גאנצער סדר ביזן עלות השחר. איך האב באשלאסן אז איך וויל אמאל מיטהאלטן דעם מעמד. יעדן טאג האט זיך געמאכט אן אנדערע סיבה פארוואס איך האב עס נישט מיטגעהאלטן, איין טאג האב איך נישט געפינען דעם בית-המדרש, א צווייטער טאג בין איך שוין יא אנגעקומען און האבנדיג נאך פופצן מינוט ביז מען פארט ארויס האב איך אראפגעלייגט מיין קאפ זיך אויסצוריען, און זיך אויפגעוועקט פינף מינוט נאך וואס מען איז שוין געפארן...
פון ברסלב בין איך צוגעגאנגען קיין תולדות-אהרן, זיי האבן זיך געבויט א הערליכן שיינעם בית-המדרש וואס איז ערשט יעצט פארטיג געווארן. פונקט איז דארט פארגעקומען א כינוס מחזק צו זיין דאס לערנען אין די תורות פון אדמו"ר הזקן, ווען איך בין אריינגעקומען האט אויפגעטרעטן דער גאלאנטער רב פון אמעריקא, וואס געפינט זיך יעצט אין ארץ-ישראל.
פון דארט בין איך געגאנגען אויף רחוב סלנט, וואו עס געפינט זיך דער סלונימער בית-המדרש און ישיבה. דארט איז שוין אן אנדערע וועלט. עס דרייען זיך ארום בחורים, באפוצט און באשמירט, קוקנדיג אויף זיי וועט זיך דיר דוכטן אז זיי געהערן צו די אפפאל פון כלל ישראל, אבער א מינוט דערנאך, ווען יענער שטעלט זיך דאווענען מעריב, איינקנייטשנדיג זיין פנים און זיך פאר'מוח'נדיג ווי ר' יואל קאהן נאך א התוועדות, מאכט ער אויף דיר אן אנדערן רושם...
אזוי גייט עס דארט, מען שמירט זיך און מען פוצט זיך אבער דאס איז לגמרי נישט קיין סתירה מיט עבדות ה' און ערליכקייט.
דער בית-המדרש דארט איז געבויט זיג-זאג, מען זאגט אז די כוונה דערפון איז געווען אז יעדער איינער זאל קענען האבן א וואונקל ווען מען זאגט נשמת, זיך צו קענען מתבונן זיין פאר זיך.

דאס לעבן אין ירושלים
פון דארט בין איך געגאנגען, זיך אומקוקנדיג אויף דאס לעבן אין ירושלים. ירושלים איז א וועלט וואס איז גענצליך אנדערש ווי ניו-יארק, מען לעבט דארט אנדערש און מען טראכט אנדערש.
גייענדיג אזוי צווישן די אלטע שטיינערדיגע הייזער, צווישן די טרעפ אויף מאה שערים, זעענדיג די ירושלימ'ער אידן וואס קומען און גייען פון דאווענען מעריב, קלער איך אזוי צו מיר, 'פארוואס זאל איך צוריקפארן אויף ניו-יארק? – וואס פעלן דען די אידן דא אין ירושלים? – זיי מאכן דאך דא א לעבן.
רחבות? – זיי זענען ריכטיגע מסתפקים במועט, נישט נאר אז זיי באגיניגן זיך מיט אביסל, זיי דארפן עס פשוט נישט האבן, ווי איראניש עס הערט זיך, אבער איינער וואס האט שוין דארט באזוכט פארשטייט וואס איך רעד.
וואס אין אמת גערעדט, די חינוך פון די קינדער האט דארט אסאך א שענערן עתיד ווי ביי אונז אין אמעריקא. די ערנסטקייט פון די ארטיגע בחורים זענען פיל שטערקער ווי דא אין ניו-יארק, הגם עס איז אויך פאראן פון זיי פיל אפגעפאלענע און שבב'ניקעס.
גייט אריין אין א שטיבל דאווענען מעריב, גיבט א קוק ווי אזוי א בחור שטעלט זיך אוועק דאווענען, איך רעד פון אן עוורידזש בחור – נישט צו גוט און נישט צו שלעכט; עס איז כרחוק מזרח ממערב פון אן אמעריקאנער בחור. און למען השם, אפילו די ליידיג-גייערס, וואס פעלן דארט אויך נישט, האבן כאטש א אידישן טעם אין זיך... זייער ליידיג-גייערישקייט באשטייט פון זיך שלאגן מיט די פאליציי, פון לויפן אויף הפגנות און זוכן עקשן... זייער אינטערטעמענט איז פיל אידישליכער ווי דאס וואס אונזערע אפגעפאלענע פארמאגן ליידער.
אבער לאמיר נישט רעדן פון די אפגעפאלענע, לאמיר גיין צו די בינונים. זיי האקן אריין מער שעות בלימוד התורה, זיי פארמאגן אין זיך מער אהבת התפילה, זיי זעען מער "סעמפלס" פון ערליכע אידן פאר זייערע אויגן, זיי לעבן מער מיט אין קדושה.
איך קום אריין אין א בית-המדרש אינמיטן טאג, איך זעה א איד מיט א גרויע בארד זיצן און הארעווען ביי א גמרא. מיין חבר וואס איז מיטגעקומען מיט מיר זאגט מיר אז דער איד פארמאגט א משפחה מיט אכט קינדער, און ער זיצט און לערנט כאילו גארנישט פאסירט... אזעלכע איז פאראן אסאך אין ארץ-ישראל, אידן וואס ווארפן אוועק דאס גאנצע עולם הבא און הארעווען אין לערנען. אין יעדן דריטן בית-המדרש וועט איר אזוינס געפינען.
צוועלף אזייגער אינמיטן נאכט בין איך אדורך געגאנגען א ליטווישע ישיבה, עס איז געווען א פולער היכל און די בחורים האבן פארנומען אלע זיץ-ערטער און געהארעוועט אין לערנען. איך גלויב אז נישט יעדע נאכט זיצן זיי דארט, מסתמא איז עפעס געווען א מבצע און עס איז געווען אן איינמאליגע זאך. אבער איך וויל וויסן איין זאך; אין וויפיל ישיבות אין ניו-יארק קענט איר אזוינס געפינען, אפילו אן איינמאליגע זאך?
דינסטאג אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה, דער מקוה איז געווען פיל מיט אידן, צווישן זיי זקנים, יונגלעך און פיל מענטשן.
דורכגייענדיג ברסלב, הער איך ארויס ווי קינדער דאווענען מיט קולות, אזוי ווי עלטערע מענטשן. איך בין אריין און געזען אן ערך פון צוויי הונדערט קינדער, בשעת א מלמד שטייט און איז כסדר מעודד די קינדער מיט די הענט. צו מיין וואונדער האב איך באמערקט אז ער טיילט נישט קיין קארטלעך, נישט קיין נאש, גארנישט, די קינדער דאווענען מיט א געשמאק. נאכן דאווענען האב איך געפרעגט דער מלמד אויב עס איז פאראן עפעס פראגראמען פאר די קינדער אויף גוט דאווענען, זאגט ער מיר אז ניין, נאר די מלמדים פלאנצן איין אין די קינדער אן אהבת התפילה, אז די קינדער ווילן אליין דאווענען.
הלוואי, זאל איך דאס זען אין א חדר דא אין אמעריקא.
איך שטיי אין איין געגנט און איך האלט מיט די תפילות שחרית אין עטליכע בתי-מדרשים. אין ברסלב דאוונט מען מיט קולות, קעגן איבער איז תולדות אהרן – דארט דאוונט מען אויך א לאנגע דאווענען מיט קולות וברקים, דער אמן יהא שמי רבה איז בוקע רקיעים. אביסל אראפציר איז סלונים, דארט דאוונט מען שטיל אבער אויך מיט אן אריכות און מיט אן עבדות, נעבן דעם איז תולדות אברהם יצחק, דאוונט מען אויך הויך.
דאס איז אלעס פון איין געגנט, צו קארלין בין איך נאכנישט צוגעקומען און אויך נישט צו אנדערע חסידו'תן.
איך וואלט געוואלט וויסן וויפיל מנינים שחרית עס איז פאראן אין וויליאמסבורג, וואו מען קען דאווענען א לאנגע דאווענען און זען עלטערע ערליכע אידן שאקלען זיך ווי בחורים.

בעלז הגדול בירושלים
נאכן דאווענען האב איך באקומען אן עמערזשנסי פאון-קאל אז איך מוז טון געוויסע ארבעט אין ארץ-ישראל, זאכן וואס האבן א שייכות צו מיין ארבעט אין ניו-יארק. איך האב דעריבער געמוזט מאכן א ברעיק צו מיין וועקעישן אין ארץ-ישראל און זיך ארויפשארן די ארבל און ארבעטן.
מען האט מיר געשאפט א פלאץ אין אפיס פון בעלז הגדול בירושלים, וואו דארט האב איך געארבעט במשך דעם גאנצן דינסטאג.
דער בעלזער בית-המדרש איז א ריזן ארט, איך האב נאך אזא גרויסן בנין נישט געזען פאר א בית-המדרש, עס איז ממש אן עירפארט. עלעוועיטערס לויפן ארויף און אראפ צו אלע שטאק פון בנין, עלעקטערישע סיינס ווייזן די זמנים פון טאג, א מייק סיסטעם איז אינסטאלירט אין בנין, מען רופט אויס ווען דער רב קומט אריין דאווענען. איך בין נאר איינמאל ארויס אין בית-הכסא און איך האב נישט געקענט טרעפן די וועג צוריק.

כותל המערבי
מיטוואך אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס, פינף אזייגער בין איך געווען ביים כותל, דאס איז די בעסטע צייט צו גיין, עס איז דעמאלס ליידיג און געשמאק.
איידער איך גיי ווייטער מיט מיין נסיעה, וויל איך מקדים זיין אז מבית אבותי ורבותי האט מען נישט מקפיד געווען איבער גיין צום כותל, און דעריבער בין איך געגאנגען, און איך בעט אז קיינער זאל מיר נישט קריטיקירן דערויף. ווי אויך זאל זיך קיינער נישט אפלערנען יא צו גיין, נאר נהריה ונהריה ופשטיה.
איך האב אויסגעזאגט תהילים ביים ארט וואס די גמרא זאגט דערויף אז "לעולם לא זזה השכינה משם", און דערנאך געדאוונט וותיקין מיט א מנין פון גערער בחורים וואס האבן געדאוונט ותיקין ביים כותל.
פון דארט בין איך געגאנגען אין די מנהרות הכותל, דאס איז טונעלן וואס לויפט אונטערן אלט-שטאט ירושלים, מיט פיל ארכילאגישע גרובינגען, און לויפט דורך די טיילן פון כותל וואס די אראבער האבן במשך די יארן פארדעקט. דארט קען מען זען געסער ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט בשעת די אידן האבן זיך דארט געפינען און געגאנגען עולה-רגל זיין. אויך זעט מען דארט שטיקלעך פון הורדוס פאלאץ, מקוואות פון די צייטן פון די חשמונאים, און נאך אנדערע זאכן.
אינמיטן קומט מען אן צו א פונקט ביים כותל המערבי, וואס איז גאר נאנט צום מקום פון קדשי הקדשים, אויף יענעם ארט לאזן זיי צומאל אריין מענטשן אפילו אן געלט, למשל חתנים און דאס גלייכן, צו קענען מתפלל זיין. דארט האבן מיר געזאגט פסוקי דרחמי זיך געפינענדיג אויף אזא הייליגן ארט.
די גאנצע טור האט גענומען אן ערך פון איין-און-א-האלב שעה.
פון דארט זענען מיר געגאנגען ווייטער צו א גארטן נעבן כותל וואס רופט זיך "גן הארכילוגיה", דאס איז אויך אויפדעקונגען און ארכילאגישע גראבינגען וואס מען האט געפינען נעבן כותל, זאכן וואס גייען צוריק צוויי טויזנט יאר צוריק. געסער פון יענע טעג, מטביעות וואס מען האט דארט געפינען פון יענע עפאכע, און גאנצע בנינים ווי אזוי עס האט דעמאלס אויסגעקוקט, זייער אינטערעסאנטע זאכן.
דאס האט אויך גענומען בערך א שעה, הגם עס וואלט געקענט נעמען לענגער, נאר איך האב זיך געמוזט איילן צו מיין קומענדיגע סטאנציע.
דרך-אגב; פונקט קעגן איבער דעם כותל, פלעגט זיך געפינען א פאליס סטעישן. דארט האט מען לעצטנס געפינען אויך גאנצע איבערבלייבענישן פון אמאליגע טעג, יעצט האלט מען אינמיטן אויפגראבן דעם ארט און זוכן פאר אנטיק און אנדערע זאכן. מען קען נישט דארט צוקומען, אבער איך האב א בליק געגעבן פון די זייט און איך האב אביסל געזען.
אויך איז פאראן קעגן איבער דעם כותל א ישיבה, דוכט זיך אז עס געהערט פארן קאלובער רבי, דארט אויפן דאך איז פאראן זעקס גאז לעמפ, קעגן די זעקס מיליאן אידן וואס מיר האבן ליידער פארלוירן אינעם צווייטן וועלט קריג. אריינקומענדיג, אינעם אונטערשטן צימער, קען מען זען געוויסע אינטערעסאנטע זאכן, למשל עס איז פאראן עטליכע טאשקעס וואס די דייטשן האבן געמאכט פון יריעות פון א ספר תורה, און מען דערקענט נאך די ווערטער וואס שטייט דארט געשריבן.
נעבן דעם כותל איז פאראן א שטיקל מוזעיעם מיטן נאמען "שרשרת הדורות", איך בין דארט אריין אבער תיכף חרטה געהאט און נישט מציע געווען קיינעם דארט אריינצוגיין. הגם עס איז זייער אינטערעסאנט איז עס אבער זייער ציוניסטיש געשטומט, ער רעדט פון קיבוץ גליות און נאך אזעלכע שטותים, ס'איז נישט פאר אונזער עולם. דאס איז ניין צימערן וואס יעדע צימער רעדט פון נאך א דור ביי כלל ישראל, אנגעהויבן פון די אבות און געגאנגען ווייטער. איך וויל נישט מאריך זיין דערין, עס איז אבער כדאי צו וויסן אז מען זאל נישט פארבלענדעט ווערן פון דרויסן און נישט אריינגיין אהין.

לילה כיום יאיר
איך האב געענדיגט די גאנצע מעשה בערך צוויי-אזייגער מיטאג, איך בין אהיימגעגאנגען און זיך אראפגעלייגט אויף א שעה. דערנאך בין איך געגאנגען דאווענןע מנחה, געלערנט עפעס געדאוונט מעריב. נאך מעריב בין איך צוגעגאנגען באזוכן עטליכע קרובים.
שפעטער ביינאכט האב איך איינגעקויפט אויף גאולה פארשידענע זאכן, און דער טאג האט זיך געענדיגט.
זיך דרייענדיג ביינאכט אין די ירושלימ'ער געסער, האב איך מיר אנגעהויבן צו וואונדערן ווי אזוי די ירושלימ'ער לעבן.
איך האב געזען קינדער פון אכט-ניין יאר, שפילן זיך מיט א טאבע אין די שפעטע שעות פון די נאכט, בערך צען אזייגער ביינאכט. זיי זענען געהעריג אויף און דרייען זיך אויף די גאסן כאילו עס עקזיסטירט נישט א מארגנדיגע טאג. איך פארשטיי נישט ווי אזוי זיי מאכן דאס, ווען זיי שלאפן און ווי אזוי זיי ווערן אויסגעריעט.
אנדערע האבן פראבירט דאס צו פארענטפערן, אז די דאזיגע קינדער לעבן אויף די גאס. די דירה'לעך זענען דריי צימערן גרויס פאר א משפחה מיט צען קינדער, קיין פלאץ אינדערהיים איז נישטא, בשעת ווען אינדרויסן איז ווארעם, ממילא זענען די קינדער אין שטוב נאר אויף צו עסן און שלאפן, אלע איבעריגע זאכן טוען זיי אינדרויסן, שפילן, פארברענגען, זיי וואוינען מער אינדרויסן ווי אינדערהיים.

עס רעגנט
למען האמת איז עס טאקע אזוי; כמעט אלע זאכן וואס אמעריקאנער אידן סטארידזשען אינדערהיים, האלטן זיי אינדרויסן. יעדע זאך וואס מען נוצט אמאל א יובל, בלייבט אינדרויסן: פלעשלעך סעלצער, קעסטלעך פלאסטיק געשיר און נאך. אפילו וועש הענגט מען אינדרויסן, קיין פלאץ פאר א דרייער איז דאך נישטא, טריקנט מען די וועש אינדרויסן.
מען זאגט א ווערטל אז אין ירושלים רעגנט טאקע נישט, אבער אין די אונגארישע הייזער רעגנט זומער און ווינטער... ווען מען גייט דארט דארף מען טראגן א שירעם, פון די וועש האלט אין איין רעגענען.
איבער די וועש פאלאנגט זיך א מסכתא פאר זיך, גאנץ אונגארישע הייזער איז באהאנגען מיט וועש פון אלע מינים, איינס העכער די אנדערע. פילע דיני תורות זענען שוין פארגעקומען דערויף אז די שכינה האט געהאנגען אירע קאלירטע נאסע וועש העכער מיינע ווייסע טריקענע, און דאס איז געווארן פארשמירט און נאס...

קברי אבות
דאנערשטאג אינדערפרי נאכן דאווענען, זענען מיר צוגעפארן צום קבר שמעון הצדיק. דארט געפינט זיך א פיינע קאלטע מקוה, מיר האבן דערנאך אויסגעזאגט ספר רביעי.
נעבן שמעון הצדיק געפינט זיך די מערה פון חנניה מישאל ועזריה, אויך געפינט זיך דארט די מערת הסנהדרין. די מערה איז געווען פארשפארט, ווען איך האב געבעטן דעם אחראי ער זאל עס מיר עפענען האט ער נישט געוואלט. איך האב אים געגעבן א פינפעווער און ער האט עס מיר געעפנט, זאגנדיג אז ער דארף נישט דעם פינעווער, ער טוט מיר נאר א טובה. צום סוף האט ער יא גענומען דעם פינעווער.
די מערת הסנהדרין, איז לויט די מסורה דער ארט וואו עס ליגן באגראבן דער סנהדרין קטנה. אין יענעם מערה האבן זיי אויך געוואוינט און דארט אויך גע'משפט ד אידן.
די מערה איז זייער אינטערעסאנט, מען גייט אראפ פילע טרעפ און עס איז מערות בתוך מערות, איינס אריין אין די אנדערע, אין יעדע מערה ליגט פיר פון די סנהדרין. איך האב דארט געזאגט א ספר, ארומגייענדיג פון איין מערה צום צווייטן.

שמואל הנביא
פון דארט זענען מיר צוגעפארן צום קבר שמואל הנביא, וואס געפינט זיך אין געגנט פון רמות. דארט איז געבויט א גרויסער הויכער בנין, דער פלאץ איז פארהייליגט אויך ביי די אראבער און עס איז פאראן דארט א גרויסע הויכער אראבישער קלויסטער אויפן ארט.
עס איז דאן געווען אין די געגנט פון די יארצייט פון שמואל הנביא, און עס איז דערפאר געווען א גרויסער עולם דארט. ארום דעם געגנט איז אויך פאראן ארכילאגישע גראבונגען וואו מען זעט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן פון פארשידענע צייטן.
איך האב אויסגעזאגט ספר חמישי ביים קבר פון שמואל הנביא. דארט איז אויך געווען א חאלאקע פון א ספרדי'שע יונגל, די ספרדים דארט האבן געשפילט בכלי תוף ומחול, עס איז געווען דארט א גאנצע חינגה.
אינדרויסן פונעם קבר געפינט זיך א גראסערי וואס ווערט אנגעפירט דורך אן אראבער, אבער ער פארקויפט זאכן מיט די הכשר פון די עדה החרדית. וויבאלד איך האב נאך גארנישט געגעסן יענעם טאג, בין איך אהינגעגאנגען עפעס קויפן. אינצווישן זאגט ער מיר אז איך זאל צוריקקומען שפעטער ווייל ער דארף פרעפלען... האב איך אים געזאגט אז ער קען פרעפלען ווען איך בין דא... ער האט דאן ארויסגענומען א מייקרעפאן און אריינגעזינגען אין דעם עטליכע ווערטער, וואס מען האט עס ארויסגעהערט פונעם טורעם העכערן קבר פון שמואל הנביא ביז גאסן ווייט...
(ווער עס גייט אמאל אין ארץ-ישראל, הערט צומאל ארויסקומען פון די אראבישע תיפלות קולות, אין די צייטן פון זייערע פרעפלערייען, דאס איז א סימן אז זיי דארפן זיך צוזאמענקומען... יעצט האב איך עס בייגעוואוינט ווי אזוי זיי טוען עס...)

ר' גדליה משה מזעוויהיל
לעצטנס האב איך געזען אין אמעריקא אדווערטייזט א סגולה ארויפצוגיין צום ציון פון הרה"ק ר' גדליה משה מזוועהיל זי"ע, אויף א שני וחמישי ושני, און עס איז א סגולה בדוק ומנוסה געהאלפן צו ווערן מיט אלעמען גוטן.
זעענדיג דאס האב איך געקלערט אז דאס איז בלויז נאך עפעס א מיטל פון איינעם ווי אזוי צו מאכן געלט, זייענדיג אין ירושלים האב איך געקלערט צוצוגיין צו דעם ציון און א קוק געבן וואס דארט טוט זיך.
וואס זאל איך אייך זאגן?! - איך בין ערשטוינט געווארן אנקומענדיג אהין, ווי עס טוט זיך אפ אן עולם, פרויען וויינען, מענער רייסן איין, אן ערך פון דרייסיג, פערציג אידן האבן זיך דארט געפינען אויפן פעלד און מתפלל געווען.
דער קבר געפינט זיך אויף א בית-החיים אונטערן כנסת המינים. דאס איז געווען דער בית-החיים נאך וואס וואס מען האט שוין מער נישט געלייגט אויפן הר-הזיתים און נאך איידער וואס מען האט געלייגט אויפן הר-המנוחות, עס איז א קלענערע בית-החיים.
איך האב פראבירט זיך נאכצופרעגן אויפן מקור פון דער סגולה, איך האב נישט געפינען קיין באזונדערע זאכן. אפשר איז דאס נאך א סימן פון די גלויביגקייט פון די ארץ-ישראל'דיגע אידן.
דא אין אמעריקא געפינט זיך א האט-ליין וואו איר קענט דערמאנען אייער נאמען, און פאר א מינימאלע אפצאל וועט מען אייך מזכיר זיין אויפן ציון פון ר' גדליה משה, עס הייסט "מרכז הישועות", און מען האט שוין ארומגערעדט איבער דעם ערגעץ דא אויפן קרעטשמע.

הר הזיתים
ביי שמואל הנביא האב איך דערנאך געדאוונט מנחה, און פון דארט זיך ארויסגעלאזט אויפן הר-הזתים.
אויפן הר הזתים ליגט זכריה הנביא, אור-החיים הקדוש, דמשק אליעזר, ר' שלמ'קע זוועהילער, ר' הערשעלע קרעטשנופער, און נאך פיל גדולי ישראל. מען דארף אבער וויסן וואו צו גיין און אליין איז א סכנה אהינצוגיין. איך האב פארברענגט א היבשע פאר שעה אויפן בארג, ביז עס איז געווארן נאכט.

ליל שישי
ליל שישי אין ירושלים איז א זאך וואס מען דארף מיטהאלטן, ירושלים לעבט.
איך בין גראדע געווען מיד און זיך געוואלט זען אין בעט. אבער קודם בין איך צוגעפארן צום קבר פון דוד המלך, דארט איז געווען א קומ-זיץ פון בחורים, וועלכע האבן דארט געפראוועט און געזינגען. איך האב זיך געטאן מיינ'ס, געזאגט תהילים, געדאוונט מעריב און געגאנגען.
פון דארט בין איך צוגעפארן צום קבר רחל. דארט איז דא א כולל ביינאכט, אידן וואס לערנען א גאנצע נאכט ביים מאמע רחל. איך האב דארט געזאגט א צוויי ספרים תהילים, דערנאך געלערנט א אידיש ווארט און אהיימגעגאנגען.
ווען איך בין אהיימגעקומען האט מיין קאפ שוין געשאסן, איך האב געליינט קריאת-שמע און געגאנגען שלאפן.

יום שישי
פרייטאג אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען זעקסע צייט, איך האב געוואלט גיין דאווענען ביים כותל און אנטרעפנדיג א ברסלבער האב איך אים געפרעגט פון וואו מען קען כאפן א טעקסי אין די שעה, זאגט ער מיר אז ער גייט יעצט צופיס און איך קען מיטקומען מיט אים. איך האב איך געפרעגט אויב עס איז נישט שכיח הזיקא, זאגט ער מיר אז מענטשן גייען צופיס יעדן פארטאגס און אין די צייט איז עס נישט קיין סכנה.
ער איז גערעכט געווען, די גאנצע וועג איז פול געווען פון אידן, בחורים און סתם אידן וואס זענען געגאנגען און געקומען, עס האבן זיך כמעט נישט באוויזן קיין אראבער אויפן וועג. אינמיטן וועג פרעגט מיר דער ברסלבער אויב איך בין פון אמעריקא, און ווען איך האב עס אים באשטעטיגט האט ער געוואלט א נדבה פון מיר, איך האב אים געבעטן זיין סעל נומער און אים געזאגט אז איך וועל זיך אפשר מקשר זיין מיט אים במשכ'ן טאג... מסתמא ווארט ער נאך...
נאכן דאווענען בין איך אהיימגעגאנגען עסן פת שחרית, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בני-ברק.

בני ברק


בית החיים
אין בני ברק האב איך ארויסגענומען א צימער אין ויז'ניצער הכנסת אורחים. איך בין געגאנגען אין מקוה און דערנאך געגאנגען אויפן בית-החיים, דארט ליגט דער טשערנאבילער רבי, אדמור"י בית ויז'ניץ, חזון-איש, דער סטייפלער גאון, הרב שך און נאך אנדערע גדולים. איך האב דארט מתפלל געווען ביי די קברים.
ערב שבת נאכמיטאג בין איך דורגעגאנגען דער הויז פון הגאון רבי חיים קנייבסקי, נעבן זיין הויז געפינט זיך א שוהל וואס שטייט דערויף אין גרויסע אותיות "וה' בהיכל קדשו הס מפניו כל הארץ". אין דעם שוהל געפינט זיך דאס בענקל פון סטייפלער, דאס האט מען געמאכט פאר א שאפע וואס דארט געפינט זיך אלע ספרים פונעם סטייפלער.
ביי ר' חיים טוט זיך א געגייאכטס, מענטשן קומען זיך בענטשן און זיך שואל עצה זיין, ממש א געהעריגע רבי... איך ווייס שוין נישט וואס דער גר"א וואלט געזאגט זעענדיג דאס...

שבת קודש יום חמדתו
שבת האב איך מיטגעהאלטן אין א הויף אין בני-ברק וואס איך האב א שייכות מיט זיי, נישט קיין גרויסע חסידות, אבער זיי זענען באקאנט אלס אויסגערופענע עובדי ה'. איך וויל נישט שרייבן קיין פרטים איבער דעם שבת, צוליב דעם וואס עס קען זיין אז עס וועט אנקומען צו מענטשן וואס געהערן דארט. אויף אזויפיל וועל איך שרייבן אז עס איז געווען גאר א געהויבענער שבת, ממש מעין עולם הבא, און מען וואלט געקענט אנפולן א גאנצער ארטיקל בלויז איבער דעם שבת אליין.
דער אדמו"ר פון יענעם הויף האט מיר שטארק מקרב געווען און געגעבן שיריים פון יעדע זאך, איך האב געהאט א גוטע פלאץ ביים טיש. דער גבאי האט נאר געוואלט וויסן וואס איך טו פאר פרנסה און וויפיל איך מאך א חודש, און צי איך באקום אויך עפעס פון די רעגירונג אדער נישט...
שבת בייטאג האב איך געגעסן ביים רבי'ן און ער האט מיר געגעבן דאס בענטשן.

דער לעצטער טאג
זונטאג בין איך רוב טאג געשלאפן און זונטאג ביינאכט בין איך ארויסגעפארן פון לוד לופטפעלד אהיימצוקומען קיין אמעריקא.
געמיינט האב איך אז איך בין דער איינציגסטער חכם וואס בלייבט אזוי לאנג אין ארץ-ישראל, האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט, דער פלוגער איז פול געווען פון אידן וואס האבן געוויילט אויף ל"ג בעומר אין מירון. קוקט אויס אז אנדערע בלייבן נאך אויף שבועות אויך...
דער עיקר איז אז מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום דאנערשטאג מאי 13, 2010 1:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

יהיה כן האט געשריבן:זיס
ביזט דאך זיס
האסט מיך מהנה געווען
קיפ אפ
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אה, יעצט נעמט איר מיך קיין צפת. ניש'קשה..

אבער וואס א שטייגער האבן די קעץ זיך פארליבט אין אייך? גייען זיי פאר זיס?
----
יעצט ליין איך די ירושלימ'ער טאגבוך.

לויטן חשבון שרייבסטו דאס פונעם בית הכסא אין בעלזא. אמת?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיס האט געשריבן:מיין נסיעה
איך בין ארויסגעפארן מיטוואך נאכמיטאג קיין פילידעלפיא, וואו דארט האב איך געברויכט כאפן דעם פליגער קיין ארץ-ישראל. אויפן פליגער קיין פילידעלפיע האב איך שוין געטראפן נאך אידן וועלכע האבן באקומען הזמנות פון רבי שמעון בר יוחאי

ארויסגעפארן פון פילעדעלפיע, וואו קומסטו אן אהין דו וואוינסט אפשר אין סקרענטאן? שיק א גריס פאר מיללער.

פאר איך פארגעס, שלום עליכם זאלס האבן געפויעלט אלעס גוטס.
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום דאנערשטאג מאי 13, 2010 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

wow א מייסטערהאפטע ארבעט האסטו דא אראפגעללייגט, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון די באריכט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כהאלט יעצט אינמיטן מירון, לויט ווי איך פארשטיי בוזטו נישט געשלאפן די גאנצע נאכט.

דיין ארטיקל, דינט מיר וואו אן איינלאדענונג פון רבי שמעון, רבי שמעון האט דיר אויפגענומען צו שרייבן זיינע הזמנות?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לידיעת הציבור:

איך האב צוגעלייגט צוויי שטיקלעך.

1) אין מירון ביי דער קארלינער הדלקה, האב איך צוגעשריבן אן אינטערעסאנטן פאקט.

2) אין די נסיעה אין ירושלים האב איך צוגעלייגט א שטיקל מיטן קעפל "ר' גדליה משה מזוועהיל".
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ואס אין אמת גערעדט, די חינוך פון די קינדער האט דארט אסאך א שענערן עתיד ווי ביי אונז אין אמעריקא. די ערנסטקייט פון די ארטיגע בחורים זענען פיל שטערקער ווי דא אין ניו-יארק, הגם עס איז אויך פאראן פון זיי פיל אפגעפאלענע און שבב'ניקעס.


כ'פארגין דיר מיט הארצן גערן אז ביזט געווען ביים כותל, זאלסט האבן געפויעלט אלע גוטס

אבער שרייב ביטע נישט פאר קיין עתידות פאר אונזערע קינדער דא

די וועלכע האסט געזעהן האקן שטיקער אין די ישיבות זענען לענ"ד אסאך פון זיי גאר חוץ לארץ דיגע בחורים מיט א חו"ל'דיגן חינוך.....
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

ווילסט אזוי, זאל זיין אזוי!, איך טענה זיך נישט מיט דיר, איך זאג נאר מיין מיינונג, מעגסט האלטן פארקערט, כ'בין לגמרי נישט ברוגז!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איז די אשכול הדורכפעלער אין די געגנט?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יהיה כן האט געשריבן:כ'פארגין דיר מיט הארצן גערן אז ביזט געווען ביים כותל, זאלסט האבן געפויעלט אלע גוטס

מר. יהי', כווייס נישט צו דו האסט באמערקט דעם דיסקלעמער וואס זיס האט געשריבן אז מנהג אבותיו ורבותיו איז געווען יא צו גיין צום כותל און בעט אז ווער עס גייט נישט זאל זיך נישט אפלערנען.
איך האב עס געליינט, האב איך אים גלייך פארשטאנען אן די מינדעסטע פאדרוס. עס איז דא בכלל נישט דאס פלאץ צו אדרעסירן די אישו.

(גראדע בין איך אויכנישט איינשטימיג מיט זיס'נס שיטה אז אין ארץ ישראל קען מען בעסער מחנך זיין די קינדער)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב דען עפעס אדרעסירט די אישו פון כותל גיין?, וואסווילסטו??

עס זעהט מיר נישט אויס פון זיס'ןס ווערטער אז ער איז אין די עדיוקעישאן ליין, סאו האב איך נישט ליב ווען איינער וואס איז נישט אין די ליין זאגט עתידות ווייל ער איז עפעס באגייסטערט פון א נייע וועלט וואס ער האט נאך נישט געזעהן
לא תשנא את אחיך בלבבך מיינט אז מען טאר זיך אליין אויך נישט פיינט האבן.... והבן
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זיס! דאס ארטיקעל איז מתוק מתוק, אלץ איינער וואס האט שוין באזיכט אין ארץ הקודש קען איך זיך אויסמשל'ן דיינע הרגשים,

איין זאך קען איך דיר זאגן, אז די האסט מיר דערמאנט פין מיין נסיעה וואס איך האב אפגעהאלטן שוין א היבש צייט ציריק, אין ס'האטצעך מער פארבענקט! צי זעהן נאכאמאל דאס הייליג לאנד "ארץ ישראל" (נישט איזרעיל)

איי... ווען וועט שוין משיח דא זיין וועלמיר אלע אינאיינעם קענען זוכה זיין צי זעהן פין די נאנט די הייליגע שטאט "ירושלים"..... איי.... דאס הארץ בענקט אין ציט צי דאס הייליג פלאטץ, (אין די גאשמיות'דיגע חלק וואס די האסט אזוי שיין צילייגט איז דאך אויך עפעס וואס איז נישט מסיג צי זיין, איבערהויפט דאס ירושלים'ע רואיגקייט, אין בחנ'טקייט, דאס טרעפט מען נישט ערגעץ אנדערשט.)

שכוח "זיס" כ'האב באמת הנאה געהאט פינעם באשרייבינג, ס'איז מערקבאר אז די שרייבסט עס נאך אינטערן רושם, נו, זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט האבן געפויעלט אלעס גיטס, פאר דיר אין פאר גאנץ כלל ישראל (האסט זיכער אינזינען געהאט חברי הקרעטשמע ניין ?!...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יישר כח, אלץ איינער וואס פארברענגט אסאך אין ירושלים עיה"ק האב איך געליינט מיט דורשט יעדעס ווארט וואס ברענגט מיך צוריק אריין אין די דארטיגע אטמאספערע, האסט א גוטן שפראך, און מיר דאנקען דיר פארן אונז מיטטיילן דיינע איבערלעבענישן בעיר ה' שמה.

זאלסטע האבן געפויעלט אלעס גוטס.

(דרך אגב האמיר הנאה געהאט צו זעהן אז דו ביזט א מבין, דאווענען דאווענט מען אין מא"ש און אין ביה"כ גייט מען קיין ...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פארגעסן אריינצולייגן דאס וואס איך האב געהאט אין מירון, ווען מען האט מיר שיער ארעסטירט.

זעענדיג דעם מצב אז מען לאזט נאר צו אויף עטליכע סקונדן צום ציון, האב איך געקלערט אז עס איז נישט קיין יושר, איך בין געקומען צו פארן פון אמעריקא צו רבי שמעון, זאל איך נישט קענען זיין נעבן ציון אביסל לענגער? – אומר ועושה, איך בין צוגעגאנגען מיט א הונדערטער צו א פאליציי און אים געבעטן ער זאל מיר לאזן דארט זיין כאטש א צען מינוט, וויבאלד איך קום פון אמעריקא און איך וויל פועל'ן א ישועה ביים צדיק.
אזוי שטייענדיג מיטן הונדערטער אין די האנט, כאפט דער פאליציי אן מיין האנט און הויבט אן מאכן א טומל, שרייענדיג צו די אנדערע פאליציי אז איך האב אים געוואלט געבן געלט... מען האט מיר תיכף געוואלט ארעסטירן... איך האב זיך געבעטן אז איך קום פון אמעריקא און איך האב נישט געוויסט אז מען טאר דאס נישט טון... צום סוף האט ער מיר ארויסגעשליידערט פון מערה מיט א טוץ קללות.
אידן אויפן ארט האבן מיר געזאגט, אז ווען דאס וואלט פארגעקומען באהאלטענערהייט וואלט ער ווארשיינליך גענומען דאס געלט.
קיין ברירה האב איך נישט געהאט, און נאכאמאל דורכגעמאכט דאס וועג צוצוקומען צום מערה פון רבי שמעון, דאס מאל האב איך שוין נישט פראבירט אונטערצוקויפן קיינעם.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך גלויב אז מער וועלן די פאליציי שוין נישט פראבירן...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיס האט געשריבן:
צפת!


רחם בחסדך
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי אזוי די ארץ-ישראל'דיגע אידן גלויבן אין יעדע זאך. גייענדיג אויף דעם בארג אין צפת, הער איך אז עס איז פאראן א קבר פון א צדיק מיטן נאמען "פיש" וואס ער האט צוגעזאגט אז יעדער וואס וועט קומען אויף זיין קבר און זאגן די תפילה פון רחם בחסדך, און מתפלל זיין אויף גלות השכינה, איז ער אים מבטיח מיט א גאולה פרטית.
אנקומענדיג האב איך געזען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זאגן דארט רחם, טייל זינגען אפילו... קודם האב איך געקלערט אז מסתמא איז דאס א צדיק פון א הונדערט יאר צוריק, דערווייל זעה איך אויפן מצבה אז ער איז נפטר געווארן אין יאר תשס"ג לפ"ק און האט געוואוינט אין תל-אביב... דער נאמען פון דעם צדיק האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, און בכלל קלונגט עס מאדנע אז אזא אדם מפורסם האט געוואוינט ביז לעצטנס אין תל-אביב... דער ציבור גלויבט עס אבער און קומט אהין אין די מאסן.
איך מיין אז דא אין אמעריקא, אויב איינער וואלט געלאזט אזא צוואה, וואלטן די קינדער עס פשוט גונז געווען...


אט א בילד פון דער מקום און אזוי אויך איז דאס ווי אויף אלע מקומות הקדושים א פלאץ פאר נ נח'ניקעס (לייען: האומלעס) מושב צו זיין א ישיבה על קברו און כאפן א דרעמל.
אטעטשמענטס
P1010424.jpg
P1010425.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

זיס זייער זייער שיין אראפגעלייגט אין ישיבת מיר ביסטו אויך געווען?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיס! העליך!
ליינענדיג דיין באשרייבונג פון ירושלים האט מיך אהנגעכאפט א שטארקע בענקשאפט.
ווען אינז זעמער נאר געווען און א"י פלעגען מיר שעות ארוכות שפאצירען און די געסער פון ירושלים.
שפעציעל די געגענטער פון מאה שערים, אונגערישע הייזער, בית ישראל, זכרון משה שטיבעלעך און גאולה...

דאס איז שווער משיג זיין נאר מיט ליינען.
דאס מיז מען בייוואוינען בגופו.
the SCY is the limit
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יא, דאס איז טאקע די בילד...

פארגעסן צו זאגן; מען דארף זאגן דריי מאל רחם בחסדיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”