עס איז דא דארט אין אלשיך הקדוש א הפלאדיגן פשט עס וועט זיין לעתיד אזוי ווי עס איז געווען בזמן די אידן זענען אריבער אמורי און מואבי, ביים נחל ארנון, ווי די גוים האבן זיך פארזאמלט אין די לעכער אין די היילן, און דער אויבערשטער האט צוזאם געריקט די בערג און אלע זענען צודריקט געווארן און דערהרגט געווארן, אזוי גייט זיין לעתיד ביים הר הזיתים ווען אלע גוים וועלן אהין זיך פארזאמלען מלחמה האלטן מיטן מלך המשיח און דער אויבערשטער וועט שפאלטן דעם בארג און אלע וועלן דארט אריינטראסקען און דערהרגט ווערן, די קברי ישראל וועלן נתהפך ווערן אויף די גוים און וועלן דארט טרעפן זייער קבר
דער רבי זי"ע האט הרבה פעמים געזאגט בתורותיו הקדושים, אז די ציונים וועלן אויך מאכן א יד אחת קעגן משיח'ן, אולי וועלן זיי האבן דעם זעלבן סוף
און עמער שוין אויך מעתיק זיין פלאות'דיגן ווערטער, דברי קדשו פון הייליגן רבין ר' אלימלך אין נועם אלימלך פרשת קדושים: וזהו ואם האכל יאכל וכו' פירוש ע"פ שכתב בספרים שלעתיד כשיבא משיח צדקנו יקבץ את העם המפוזרים והצדיקים יהיו סמוכים אצלו תמיד ואותם אנשים שהתנהגו בזה העולם בגלות כשורה אך לא היה להם שכל של אמת לעבוד את הבורא ברוך הוא בכל האופן והיו אוהבי ממון רק ששמרו עצמם מן החטא לפי שכלם אז משיח מביא אותם אל הים אוקייאנוס ופותח להם האוצרות הגנוזים שם ומלא שם אבנים טובות וכסף וזהב הרבה מאד ונוטלין משם כל חפצם והולכים לביתם ברב בצע כסף והון רב כשמשיח פורח לגן עדן בקדושתו הגדולה אז הצדיקים שבדור פורחים אחריו לגן עדן בכח קדושתן ופרישותן הגדולה ואותם אנשים שקבלו טובתם ורצונם באוצרות הזהב כשרואים הגדולה הזאת הם רוצים גם כן להעשות כן ולפרוח ביניהם ואינם יכולין מחמת כובד משאם גשמיותם שדבקו עצמם בכסף וזהב וזה הוא ואם האכל יאכל ביום השלישי פירוש שגם ביום השלישי יהיה להם אכילה גשמיות שיקבלו תענוג מאכילתם ומכספם וזהבם פגול הוא לא ירצה ואוכליו כו' ונכרתה הנפש כו' פירוש כי אף שיתן להם משיח כל חפצם ורצונם אבל נפשם תכרת ביום ההוא מעם הקדש בעת פריחתן לגן עדן וישארו הם למטה מה שאין כן הצדיקים אשר חפצם ורצונם היו תמיד לעבוד את הבורא ברוך הוא בשלימות גדול והלכו תמיד בדביקות גדול עמו יתברך והורגלו בכך כל ימי חיותם ונעשו כלי מוכן לכך ויהיה להם קל הדבר מאד בביאת משיחנו במהרה בימינו אמן סלה:
שוווווועעעעמממללל.. די האסט מיר צושפילט די סטרונעס,
איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן, לויט וואו ס'ליגט מיר און זכרון איז עפעס א מימרא פון דאכצעך רבי ר' אלימלך אז די וועשער וועט שטיין און טריקענען די וועש, די קוימן קערער וועט טוהן זיין ארבעט, און אונמוטן וועט מען הערן די קול פון שופר של משיח ע"כ בערך.
יעצט, וואו אזוי שטימט דאס מיט דאס וואס מיר ווייסן און מיר וואס ס'שטייט און חז"ל אז הנה אנכי שלח לכם את אליהו הנביא לפני בא יום הגדול והנורא?
געלעגער האט געשריבן:לויט וואו ס'ליגט מיר און זכרון איז עפעס א מימרא פון דאכצעך רבי ר' אלימלך אז די וועשער וועט שטיין און טריקענען די וועש, די קוימן קערער וועט טוהן זיין ארבעט, און אונמוטן וועט מען הערן די קול פון שופר של משיח ע"כ בערך.
יעצט, וואו אזוי שטימט דאס מיט דאס וואס מיר ווייסן און מיר וואס ס'שטייט און חז"ל אז הנה אנכי שלח לכם את אליהו הנביא לפני בא יום הגדול והנורא?
עס איז דא אזא ניגון פון הרה"ק מבאבוב. עס מיז נישט זיין אז מוועט הערן, דעם שופר של משיח, סקען ארויפגיין אויף אליהו הנביא'ס בשורה. סקען אויך זיין אז עס וועט דויערן א האלבע מינוט פון ווען אליהו זאל אונז מבשר זיין די בשורה ביז ווען מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן דעם עני רוכב על החמור. באמת היינטיגע צייטן קען מען עס פארשטיין, אז אפילו נאכדעם וואס אליהו הנביא זאל אונז קומען מבשר זיין די גוטע בשורה, ביז א שעה צוויי דערויף איז עולם כמנהגו נוהג. (אזוי ווי שוועמל האט שוין ערווענט, דער וועט זאגן סאיז טעראר דער וועט זאגן סאיז סתם התגרות באומות וכו'ביז די רעגירונג וועט אויסרופן אז יעדער זאל צוריקגיין צום שטייגערליכן לעבן). מיר לעבן אין אזא פארטעמטע וועלט אז אפילו נאכדעם וואס אליהו הנביא וועט קומען, ווען אונז משיח אנקומען ווי א סורפרייז.
שוועמל, זייער שיין און הומאריסטיש געשילדערט די סצענעס וואס וועלן זיך אפשפילן ערגעץ ווען אין די טעג וועלכער ווערן גערופן 'ביאת המשיח', אבער איר האט ארויסגעלאזט עטליכע עפיזאדן. ערשטענס, פעלט דעם משיח בן יוספ'ס אנקום, וועלכער וועט לכאורה זיין איידער ביאת אליהו. אויך פעלט דעם שיטת הראב"ד אז מ'וועט גיין נאכאמאל 40 יאר אין מדבר הגדול והנורא בכדי אויסלייטערן די גופים און זיי גרייט מאכן צום אור הגדול והנורא.
אבער מער פון אלעם האט איר אלע לכאורה פארזען דעם פראבלעם אז מ'טאר לכאורה נישט מאכן קיין פלענער וויאזוי עס וועט אויסקוקן נאך ביאת המשיח. וויאזוי דער סדר וועט זיין. בכלל איז דאך באקאנט די מחלוקה אין די גמרא, אין מס' שבת, צי לאחר ביאת המשיח וועט זיך טוישן די סדרי בראשית צי נישט. דער רמב"ם האלט דאך אין בין וכו' אלא שעבוד מלכיות, און אויסער דעם וועט גארנישט באזונדערס פאסירן (לויט די שיטה וועט תחיית המתים זיין אין א באזונדערער זמן). עכ"פ עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מהלכים ושיטות אינעם סדר וויאזוי דאס וועט צעשטאנד, ואין לנו לעשות שום ציורים ע"ז.
דאס ווארט פון "געוועלבער אין געוועלב" ברענגט דער סאטמארער רב זי"ע אין דברי יואל פר' ויחי בשם הרה"ק רבי אלעזר רישער זצוק"ל, בשם הרה"ק מראפשיץ זצוק"ל.
די גמ' זאגט, אין בין דוד בא, אלא בהיסח הדעת.. שוין ס'שוין דא א לידעלע, אבער וויאזוי קאן א איד מסיח דעת זיין פון מאוישיאך.. האיך מסיחין דעת מהמשיח.. איר פרעגט מיך? איך ווייס אויך נישט.. אבער אזוי זאגט די גמ'. און ס'דא וואס לייגן צו אז ס'נישטא אזא מאמר חז''ל, נאר ג' דברים באין בהיסח הדעת.
ס'דא א ווארט פון הייליגן ווארקער זי"ע, אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת, מען וועט פארלירן דעם דעת אויף וואס צו בעטן אויף משיח'ן, ער זאגט אז א שניידער וועט האלטן אינמיטן הארעווען און נייען און ס'נאדל וועט עם אראפ פאלן וועט ער א קרעכץ געבן אוי משיח מעג שוין קומען, דאס הייסט מען וועט בעטן פאר משיח'ן פאר אזעלכע שטותים ווי כסף וזהב
איך האב אמאל געהערט פון א משפיע אין ירושלים אז אונז מיין מיר אז מיר וואוינען אין מאה שערים ממילה ווען משיח וועט קימען וועט מען סתם דארפן כאפן א קורצער שפאציר צו אלט שטאט און זיין דארט פאר יעדעם ???
ברשות מורי ורבותי! מרעדט דא פון א נושא וואס ברענט ביי אסאך אידישע קינדער, עס קומט אראפ א רוח ממרום זיך צו פאראייניגען איבער דעם טעמא אין אלס ארום ווערט צוביסלעך בטל ומבוטל.
נעמט א מינוט אין טראכט!
אונז קענען נישט אוועק קוקען פוענם פאקט אז די רמב"ם האלט אז אלס וועט זיך פירן בדרך הטבע נאכן זמן פון בויען די בית המקדש\אנערקענונג אויף איינעם אלס משיח ושליח ה', עס שטייט אז די נסים פון די ענדגילטיגע אויסלייזונג וועט זיין פילפאכיג מער פון יציאת מצרים אבער עס שטייט נישט אז דערנאך וועלן נישט זיין סקעפטיקער אויף די הימלישע פאסירונגען וואס וועט פארקומען! יא כולם יכירו אז דער אייבישטער איז איינס, אבער ווער זאגט אז דאס וועט זיין צוזאמענהאנג מיט די בויען די בית המקדש\אנערקענונג אויף איינעם אלס משיח ושליח ה', אפשר גאר יא.
נניח אז אונז גלייבן מיר אז 'אליהו - משיח - ביהמ"ק' וועט קומען פון איבער אויסזעהן נאטירליכען אופן, איז עס דען כפירה צו גלייבן אז 'אליהו - משיח - ביהמ"ק' וועלן אנטפלעקט און פראקטיצירט ווערן דורך נאטירליכע אופנים, [אפשר געבויט אויף קורץ-זמנים'דיגע איבערנאטירליכע געשעענישן, אדער אפשר קורץ- זמנים'דיגע נאטירליכע אבער אויסטערלישע צוזאמענע געשעענישן וואס לייגט נישט אויפן שכל אז עס פאסירט אזויפיל אינצידענטן אינאיינעם].
איז אויב האבן מיר רעכט צו גלייבן אז עס וועט צוריקגיין צום נאטירליכען שטייגער איינמאל מיר ווערן אויפגעראכטן, איז מיט רעכט איז דא א א אינערליכע שטופ און אפשר גאר א פליכט צו טוהן למעשה, מאכן די כלים פון בית המקדש, אויסרעכענען פונקטליך אלע דעטאלען כאילו סאיז באמת דא א בית המקדש [למשל ממאכט א פריוו ביי הצלה אויף זיך צו לערנען] דאס זעהט מען בפירוש פונעם שלטי גיבורים פון רבי אברהם הרופא, אז ער לערנט אויס אלעס ביז צום קלענסטן פרט וואס פעלט אויס צו בניית המקדש [כאפט א בליק אויפן ספר איר וועט נבהל ונשתומם ווערן], אוועקשטעלן אן אמתער בית המקדש ערגעצוואו אויפגעבויט כלול בהדרו מיט אלע פיטשיווקעס, ס'זאל זיין גרייט אריבערצופירן אויפן מקום המקדש.[שטעלט אייך פאר אז מען זאל דארפן בויען פלאנירן דאס אלעס איינמאל די אידען זענען פאראייניגט אויף א מנהיג און ער זאגט אז מקען אנהייבן טון די עבודה]
די אלע זאכן וואס זענען כהיום תלוי במחלוקת באופני עשייתם, ווען די בית דין הגדול פון ע"א מיט די מנהיג בראש, וואס זיי זאגן אזוי ווערט עס אנגענומען אין פילען זין, ווייל א זאך וואס מקען נישט מברר זיין, איז א פסק פון בית דין של מטה מחליט, און אזוי ווערט עס, די איבריגע דעות בלייבן בבחינת דרוש וקבל שכר.
עזרא ונחמיה זענען געקומען צוריק אויפבויען די בית המקדש, זיי האבן קודם געטראכט נישט צו בעטן פון דריוש קיין סאלדאטן זיי צו באגלייטן אויף זיי און זייערע טייערע חפצים בהמות און ארבעטס זאכן פארן בית המקדש, ווייל דען וואלט דריוש געפרעגט וואס אייער באשעפער קען אייך נישט היטן? אבער מיר אידען ווייסן אז מדארף טון אלעס מיט אויסגערעכנקייט, און צום סוף טרעפן מיר זיך מיט א יד ממרום וואס אהן דעם וואלטן מיר עס נישט אדורכגעמאכט, און צום סוף איז געווען איינגעטיילט אויף קלענערע גרופעס אזוי אז אם יבוא מחנה האחת והכהו..., עס איז געווען צוויי מאל נאכן חורבת הבית פון הורדוס, וואס מען האט געוואלט נאכאמאל צוריקברענגען די בית לה', איז ווען פונקטליך האט זיך אויפגעהערט די ווילן צוריקצובויען די בית המקדש?
אפשר האבן מיר פאנטאזיעס אויף משיח'ס טאג, אז עס וועט זיין... עס וועט זיין... אא"וו, דאס! וועט זיין גאר א אמתער עונש פאר געוויסע מענטשען, ווייל מער הנאה פון די דאזיגע פאקט פון קענען דינען דעם אויבעשטער און טון זיינע מצוות, איז איבריג און גאר שעדליך, די קליינע צאל 'פאנאטישע' אידן וואס פרייען זיך צו קענען טון מצוות בשלימות און טרעפן אן אמת'ן הנאה דערפון וועלן פשוט אויסגיין פאר שמחה, און די וואס פרייען זיך צו טון א מצווה אבער גייט זיי נישט און לעבן, וועט האבן הנאה אבער אויף א קלענערן פארנעם, אבער פאנטאזיעס אין די וועלט אריין האט נישט קיין שום זין,[יא צו האבן ברויט וואס וואקסט פון בוים איז שוין דא, (נאר ווי אזוי דען וואלט עס די נביא געדארפט אראפשרייבן אין זיין דור און שפראך) אין איינער וואס קען דינען דעם אויבערשטער גריגער וועגן דעם איז מה טוב ומה נעים, אבער פארן המון עם!!?? מדארף יעצט מאכן מער עקסערסייז, מרעדט צו מאשינען אנשטאט מענטשען אא"וו, די סוף פסוק איז אז מהאט נישט הנאה פון די אנדשטאנענע פאנטאזיעס מער פון די אמאל באשיידענע לעבן, יא סאיז א גוטע זאך פאר די וועלט אז עס זאל זיין כדי אפצו האלטן גויים אויף זייערע עולם הזה נישט אונז צו באדערן].
מיר האבן געהאט אונזער רועה נאמן זי"ע וואס האט אונז דירעקט אפגעהאלטן פון עוסק זיין בעניני א"י גאולה אויף א פאקטישע אופן, מיר קענען נישט פארקוקען פון די פאקט אז אין היסטאריע האבן מיר אלעמאל געהאט גדולי ישראל וואס האבן אפגעהאלטו די דור פון געוויסע מצוות ביים דור כדי נישט צו פארשלעפט ווערן מיט פריקת עול. די הייליגע מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט געזאגט פאר די פורקי עול אז ער קען זיי נישט זאגן אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער ער זעהט נאר וואס קומען ארויס פון די וואס גייען אויפן פארגעשריטענעם וועג, און קאנטראסט פון די וואס גייען בדרך הישן אז זייערע קינדער בלייבן מיטן עול התורה. צו באמערקן אז רוב פון די פארגעשריטנקייט וואס די פורקי על האבן דעמאלטס פארגעשלאגן, איז ביי אונז פשוטע זאכן וואס איז בכלל נישט קיין מדובר [דער וואס האט אביסל געקוקט אין די עדיטאריעלס פון די פרייע פוררקי עול פון יענע תקופה וועט פארשטיין פונקטליך וואס דא ווערט גערעדט, למשל גיין מיט א שירעם און קאלאשן נישט שמוציג האלטן די בגדים איז געווען א הויפט טעמע], אשר על כן איז כדי איבערצולערנען די ווערטער פונעם רבי'ן און זעהן אין וועלכע אופנים האט ער איבער געלאזט א מקום צו טוהן למעשה, ווייל די רבי זי"ע אליין האט געברענט מיט געגועים אויף ארץ ישראל און גאולה, וואס ליידער ביי אונז איז דאס כמעט ווי גענצליך אויסגעריסן, נאר און זיין צייט איז די שופר פון די פורקי עול געפארן מיט משיח גאולה, וואס היינט האבן די פורקי עול ערגערע דאגות פון דעם.
די קוממיות'ר יישוב איז דאך א שטיק פונעם רבי'ן און קיינעם פאלט נישט ביי זיך אריבערציען אהין און מקיים זיין מצוות התלויות בארץ בפועל, ווייל סברענט נישט און מ'באקומט נישט קיין כבוד דערפון מ'וועט פשוט רחמנות האבן אויף דעם פארשוין וואס וועט זיך אהינציען און זיך זעצן אויפן טרעקטאר און דרייען קרום די רעדער ביים סוף פעלד מקיים צו זיין מצוות פאה און זיך צו-וויינען דערביי, משא"כ אויף די הצלחה'דיגע ביזנעס מאן וואס פירט געשעפטן אויך אין א"י קוקט מען ארויף אפילו ער זיכט נישט און טראכט נישט וועגן די מצוות וואס ער טוט בלא יודעין איבערהיפן
קען מען דען אוועקקוקען פון די אפענע רמב"ן'ס און רש"יס וואס רעדן פון פאקטיש אויפבליען די יישוב און די פירות פון ארץ ישראל, ס'שווער צו גלייבן אז איינער פון אונז וועט פארכאפט ווערן אין ציונות נאך דעם וואס ס'איז שוין איינגעפעדימט אלס א מציאות ביי אונז קעגן דעם, אדרבא טויזענטער היימישע ערליכע אידן מערן זיך אין ארץ ישראל און זיי חלומ'ן נישט פון די גאנצע נושא, אויב מיר וועלן היינט מאכן אן עליה קיין ארץ ישראל אלץ א קבוצה שלימה פון היימישע חסידישע משפחות און זיך באזעצן אין א שיינעם ווינקל אין ארץ ישראל, אהן נעמן שטיצע פון די ארטיגע רעגירונג, און נישט האבן קיין שייכות מיט זיי וועט דיך דאס זיין די אמתע מצווה אויפן אמתע פארנעם.
אפשר מעג מען זיך אפלערנן א שטיקל פון די עמישע חברה אין פענסילוועניע וואס לעבן א באשיידן לעבן, האבן אפמאכונגען מיט די רעגירונג פון אמעריקע אז זיי צאלן נישט קיין טעקס און פילע אנדערע הלכות וואס זיי האבן אויסגעארבעט לגבי זייערע חינוך און אנדערע אנגעלעגענהייטן, לעבן ווי און אבאזונדער לאנד אפילו זיי וואוינען נעקסט דאר צו אויפגעקלערטע אמעריקאנער, מיר האבן דאך שוין א שיינע היימישע יישוב אין א"י וואס אנערקענען נישט די מדינה איז די חלק איז שוין געלעזן.
אסאך וואס האבן שוין געטראכט אויף דעם געדאנקענגאנג האבען עס פארטריבן פון זייער מח ווייל ווי קומט די קאץ איבערן וואסער? די גאנצע מהלך איז פשוט נישט אין מציאות, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל לויט די היינטיגע סטאנדארטן, גלייבטס מיר סלייגט זיך נישט אויף מיין שכל אויך נישט! אבער גרעסערע אומגלויבליכע פארשריטן האבן שוין פאסירט אינעם כדור הארץ, און לאמיר אייך זאגען ווער האט דען אין מיר אריינגעגעבן די גאנצע מהלך המחשבה, ווער האט מיר געבוירן? ווער האט דען אריינגעלייגט אזויפיל אידן אין ארץ ישראל אין אזא קורצע שטרעקע פון יארן? יא, די אלע זאכן זעען נישט אויס מאדנע ווייל אזוי איז דאך אין מציאות, אבער מאך אויף די אויגן פאר הונדרעט יאר צוריק וואלסטו נישט אפילו געחלומט אז אין אזא אופן וואלט עס צושטאנד געקומען, אז די אייבישטער וויל וועט אזוי זיין, אין מיר ווייסן אלע וואס די אייבישטער וויל זאל פאסירן מיטן אידישען פאלק, לאמיר זיך צוזאמנעמן, זאל מען אראפנעמן פון זיך די סיסטעמאטישע סיסטעמן, א טאטע זאל צוריק ווערן א טאטע, אמאמע זאל האבן צייט אין פעלד מיט די קינדער אין זיך איבערגעבן ווי אמאמע, א מגי"ש\מלמד זאל האבן צייט פאר בחורים און די בחורים פאר זיי, א משגיח כשרות זאל האבן א געשמאק צו רעדן מיטן בעה"ב אביסל הלכות חוץ פון נעמן די טשעק, א חברים הצלה מאן זאל געבן א שמייכל מיט א גוט ווארט, די אלע מצוות וואס מיר טוהן וועלן צוריק באקומען זייער פשוטע באטעמטן טעם.
און צוריק צום פראגע וואס טוה איך אויב משיח קומט יעצט? וועל איך צוריקפרעגן וואס טוה איך יעצט, אז משיח זאל קומען? [ערשט דאן וועט נישט זיין קיין וואס טוה איך דאן, ווייל מהאלט אינמיטן טוהן און די עצם קומען איז פשוט א פועל יוצא פון די צוזאמענארבעט פון שלומי אמוני ישראל מתוך רוח ממרום וואס איז אונז צוגעזאגט געוארן פון די אייבערשטער דורך אונזערע נביאים אז עס גייט ארבעטן, אין איז ערווארטעט העכער אלע ערווארטונגען]
יא אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת די היינטיגע דור האט שוין גענצליך אויפגעגעבן צו טוהן דערוועגן, ווען איך האב גערעדט צו א יוד פון בן תשעים, זאגט ער מיר אז ער האט אין זיין לעבן נישט געהערט אזעלכע דיבורים, אבער ער קען נישט אנווייזן אז איך בין נישט גערעכט הלוואי זאל איך נאר זיין גערעכט.
הגאון הרב פאם זצ"ל האט געזאגט אז פארדעם איז נתייסד געווארן די UN כדי צו ערמעגליכן דעם צוזאג אז אלע פעלקער וועלען ארויסגיין קעגן די אידן, און סאיז דאך דא פעלקער וואס האבן גארנישט מיט די אידן? אבער אין די UN איז דאך דא פון אלעמען און אין די יום המקווה וועלן אלע וואוטען אנטקעגן די אידען, אין אזוי וועלן די אידען ווערן די איינציג אויסגעקליבן פאלק פונעם אייבערשטען וואס אלע פעלקער האבען איר געוואלט אומברענגען, און צום סוף וועלן זיך אלע בייגען צו איר בע"כ.
רבי משה מוטפיורי זצ"ל האט אנגעטראגען פארן צאנזער רב זי"ע אפצוקויפן די הר הבית האט די צאנזער רב געזאגט אז אויב מווארט שוין אזי לאנג זאל עס נישט קומען כגנב במחתרת, נאר סזאל זיין ציטן גאנצן פראכט, נו אויב וועלן אלע פעלקער אין די UN געבן די רעכט פארן עדה החרדית, איבערצו נעמן די שרביט המלוכה, ווייל זיי האבן געוויזן אז זייערע מענטשן זענען אויסדערוועלט אלס די בעסטע אין די היסטוריה, איז דא א גרייטע פלאן,איר ווייסט אז ווען משלאגט פאר פאר די גאווערנמענט א פלאן אויף א יעדע פראיעקט קוקט מען אויף די בידדער וואס האט שוין אוועקגעשטעלט די בעסטע פלאן און מלאזט אים גיין פאראויס דערמיט, אויב עס וועט זיין א אמתער פלאן גרייט אויסצופירן אויף די מינוט די געלעגנהייט וועט עס צולאזן, איז גאר מעגליך אז דאס וועט טאקע צושטאנד קומען. איינע פון די שטארקע לינקע אוניווערסיטעטן האבן געזאגט פארוואס זיי זענען אזוי קעגן מדינת ישראל, איז ווייל די אידשע פאלק דארף זיין א וועג ווייזער לכל העמים ווי אזוי זיך צו פירן אין אין פאקט זעהט מען דארט ליידער די פארקערטע! נו אויב שטעלן מיר אוועק א אמתע פאקטישע מציאות עפ"י העתיד וועט עס צושטאנד קומען אפשר וואלט טאקע אלע סידורים זיין אויסגעשטעלט כאילו די ביהמ"ק שטייש על תילו, און אין געוויסע פלעצער זאל שטיין :"כהיום שעוד אין לנו בית דין הגדול ובית המקדש אומרים כאן זה": און איינגערינגעלט, וואס איז דער פראבלעם פון לעבן מיט וואס מקען נאר כאילו די ביהמ"ק שטייט?, אוי, אזוי פיל ליגט נאך אין פענע זאלן זיך די הערצער צופלאקערן וועט שוין קיין אפהאלט נישט זיין
הגאון רבי אביגדור מילער זצ"ל האט געזאגט [סאיז דא אויפגעכאפט] עטס מיינסט ווען משיח וועט קומען וועט אלעס ווערן אפגעשטעלט? א בוידעם, פלעטבוש און בפ ויליאמסבורג איז צו געשמאק איבערצולאזן עס איז דא כשרס צו עסן מקוואות א.א.וו. נאר מבינים וועלן זיך הייבן, עס וועט זיין שלש מאות טעמים לטהר השרץ און נישט ווילן משתתף זיין אין עבודת ביהמ"ק ממיינט מוועט דארט זיצן אין זיך אינדזשויען, א פייג, חוץ פון טוהן די עבודה בכל הלב וועט נישט זיין וואס צו זוכן דארטן!!!