בלאט 1 פון 2

א בריוו צו מיין טאכטער לכבוד איר 11טע געבורטסטאג.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 6:37 pm
דורך גראדער
צו אונזער טייערע באליבטע טאכטער, רחל פערל שתחי'

לכבוד דיין 11'טע געבורט'ס טאג, שפירן מיר נויטיג אראפצושרייבן אפאר ווערטער, ארויסצוברענגען אונזערע געפילן לכבוד די געלעגנהייט.

פאר 11 יאר צוריק אין דעם היינטיגן טאג איז געווען דער גליקליכסטער טאג פון אונזער לעבן, אונזער גאנצער לעבן האט באקומען א נייער באדייט, א ליכטיגע נשמה'לע האט באשיינט אונזער וועלטל, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אנגעקוקט דיין פיצינקע פנים'ל און מיר האבן דערשפירט דעם געפיהל, יא, מיר זענען געווארן עלטערן! דער רבש"ע האט אונז באשאנקען מיט א לעכטיג זיס קינד, איז נישט געווען קיין גרעניץ צו אונזער פרייד, און אונזער דאנק צו השי"ת.

זיבן קינדער זענען אונז געבוירן געווארן נאך דיר, אבער דעם דאזיגן געפיהל האבן מיר געשפירט נאר איינמאל, נאר איינמאל איז אונז געבוירן געווארן אונזער "עלטסטע" טאכטער, נאר איין קינד איז אונזער "ערשטע" קינד, און דאס ביזטו, אונזער טייערע רחל פערל.

במשך די יארן ווען נאך און נאך קינדער אינגלעך מיט מיידלעך זענען ב"ה צוגעקומען צו אונזער משפחה, ביזטו געוואקסן גרעסער און עלטער, און מיר האבן געהאט די געלעגנהייט זיך כסדר צו איבערצייגן ווי קלוג, געלונגען, און טאלאנטפול דו ביזט, פארשטייט זיך אז עלטערן האבן שטארק הנאה צו אנטדעקן טאלאנטן אין זייערע קינדער, און צומאל רעדן זיך עלטערן איין אויף זייערע קינדער אז זיי פארמאגן גאר די טאלאנטן וואס די עלטערן וואלטן ווען געוואלט די קינדער זאלן פארמאגן... דעריבער דאנקען מיר השי"ת אז ב"ה אויף דיר דארף מען זיך גארנישט איינרעדן... מ'דארף גארנישט צולייגן, דו ביזט ב"ה באשאנקען מיט אזעלכע גוטע מתנות פון הימל, דיין געלונגענע שרייבן, מאלעווען, זינגען, געדאנקען, געפילן, און נאך אסאך אנדערע מעלות.

זייענדיג דער עלסטער קינד אזוי נאנט צו אונזער הארץ האבן מיר א ספעציעלע ליבשאפט צו דיר, און יעדעס מאל ווען דיין יארגאנג ריקט זיך ארויף מיט נאך א יאר, דערמאנט עס אונז ווי שנעל די יארן לויפן, אט האבן מיר געשיקט אונזער ערשטען קינד אין סקול, נאר נעכטן האט אונזער בכור'טע אנגעהויבן ערשטע קלאס... און אט אט ווערסטו שוין א בת מצוה...

אלץ דער עלסטער קינד און שטוב טראגסטו אבער אויך א שטיקל אחריות אויף דיר, דיינע קלענערע געשוויסטער זעען אין דיר דער 'מאדעל' נאכצואוואקסן, דיינע קלענערע ברודער'לעך און שוועסטער'לעך קוקן יעדע זאך "וואס טוט רחל פערל " ווען די מאמע רופט אריין די קינדער פון גאס, אדער ווען די מאמע הייסט גיין שלאפן, דרייען זיך אלע אויגן אויטאמאטיש אויס צו דיר, און דיינע אינגערע געשוויסטער גייען אין דיינע פיס טריט.

און מיר דאנקען השי"ת דערפאר, טאקע ווייל די קלענערע זוכן זיך צו פירן אין דיינע וועגן, איז אונזער פרייד אזוי שטארק אז דיין שטרעבן איז אלעמאל צו זיין א וואויל ערליך קינד, ס'איז ממש א הנאה צו זעהן די געבענטשטע השפעה וואס דיינע גוטע מעשים האבן אויף דיינע אינגערע געשוויסטער, און מיר זענען זיכער אז ביים צוועלעפטן יאר פון דיין לעבן וועסטו ממשיך זיין אויף דעם גוטן וועג, און זיך אויפפירן פיין, איידל און ערליך, וועסט זיין דער פראכט פון אונזער משפחה, דער שטאלץ פון דיינע עלטערן, און דער קרוין פון דיינע געשוויסטער.

באמת ווערט יעדער מענטש יעדן טאג עלטער, יעדע אטעם וואס א מענטש גיבט איז ער געווארן עלטער פון פריער, סך הכל ווערסטו היינט נאר א טאג עלטער פון נעכטן, דאס איז ווען מען קוקט מיט א קורצן בליק נאר אויף די לעצטע 24 שעה, אבער ווען מען עפענט גרויס די אויגן און מען קוקט אויפ'ן גאנצן יאר, ווען מען מאכט א סך הכל פון די לעצטע 365 טאג קומט ארויס אן אנדערער חשבון, איז היינט דער טאג וואס דו גייסט אריבער די ליניע פון א צען יעריג קינד, צו אן עלעף יעריג גרויס מיידל, די זעלבע זאך אין לעבן מאכן זיך צייטן וואס מיט א קורצע מצומצמדיגע בליק קען זיך דאכטן אויף דעם נישט ריכטיגן וועג אז דאס איז גאר דער אויסגהאלטענער וועג צו גיין, דעריבער דארף מען אלעמאל געדענקען צו גלייבן די וואס זעען דעם גאנצן בילד, די עלטערע וואס האבן פאר אונז אויסגעטרעטן דעם ריכטיגן ערליכן אידישן וועג, און דאס וועט אונז פירן צום אמת'ן גליקליכן לעבן.

דעריבער גיבן מיר אין דעם טאג אונזער ווארימסטע וואונטשן, דו זאלסט שטענדיג זיין גליקליך און צופרידן, אלעמאל אין יעדע צייט זאלסטו זיך שפירן שטארק און זיכער מיט די ליבשאפט פון דיינע עלטערן פונעם גוטן געבענטשטן וועג און וואס דו גייסט, און דו זאלסט טאקע אויסוואקסן ווי ס'איז דיין שטרעבן, א ערליכע צניעות'דיגע אידישע טאכטער, יעדער זאל אויף דיר קענען אנוויזן "אזוי קוקט אויס א קינד וואס פירט זיך מיט מדות טובות, און זוכט צו טון נאר מצוות און מעשים טובים".

ווי עס וואונטשן דיינע עלטערן וואס הערן נישט אויף דיר צו ליב האבן יעדן טאג און יעדע נאכט, ביי יעדן שריט און ביי יעדן טריט, אלעמאל צו יעדע צייט.

טאטי און מאמי.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 7:04 pm
דורך ברוך_שמו
גראדער, דו ביסט אויף די רעלסן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 7:31 pm
דורך גימעל
מזל טוב גראדער צו דיין עלטסטע טאכטער'ס עלפטע געבורטס טאג!
דיינע ווארימע געפילן זענען אריינגעשפינט אין יעדע ווארט פונעם הארציגן בריוו, זאל דיר השי"ת באגליקן מיט אסאך אמת'ע אידיש נחת פון דיין עלטסטע טאכטער און פון אלע אינגערע, מיט די כוחות הגוף והנפש וואס עס פארלאנגט זיך זיי צו ערציען, געזונטערהייט.

(פאר נייגעריגקייט: וועלכע מתנה האסטו בייגעלייגט צו דעם בריוו?)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 7:43 pm
דורך גראדער
גימעל האט געשריבן:
(פאר נייגעריגקייט: וועלכע מתנה האסטו בייגעלייגט צו דעם בריוו?)


א סעט מחזורים כפתור ופרח

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 7:46 pm
דורך הערשי קניהויז
זייער א שיין בריוו.

זאלסט זעהן אסאך נחת פון איר און פון אלע אלע אנדערע.

(איך האב קודם געמיינט אז האסט אפגעשריבן פאר זיך, איך זעה האסט איר עס טאקע געגעבן.)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 8:46 pm
דורך קרעמער
קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט געדאנק. א בריוו פאר חתן/כלה יא, אבער פאר אן עלף יעריג מיידל איז שוין א חידוש.

דער אינהאלט איז רייך און די שפראך איז קלאר און פארשטענדליך!

ווילט זיך נאר פרעגן - בדרך צחות - ווי שפעט נאך די חתונה האסטו געהאט דאס עלטסטע קינד, אז דו דרייסט דיך שוין יעצט מיט אזא ווייסע בארד?...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:00 pm
דורך חושים בן דן
איך זאג דיר דעם אמת, נישט יעדע ארטיקל עפען איך אויף, אויב זעה איך אבער דיין ניק צוגעשמידט דערצו, עפענט עס מיין געוויסן ווי פון זיך זעלבסט.

און דאס -מיין חבר- איז דער סיבה פארוואס, די הארציגקייט און געפיל וואס ליגט אריינגעדרינגען טיף אינעם בריוו, איז ממש דער סימבאל פון אן אינהאלטסרייכן "גראדער" ארטיקל.

א גרויסן יש"כ

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:14 pm
דורך למעלה משבעים
גראדער מורא'דיג מורא'דיג. מען זעט די הארץ וואס ליגט דערין.
----
צו דיר מר. קרעמער, וואס הייסט האסט נישט געהערט פון אזא געדאנק אז עלטערן זאלן שרייבן א בריוו פאר א קינד?! איך בין זיכער האסט שוין געהערט פון אזא מושג, אפשר נישט א בריוו געשריבן אויף דעם אופן נאר גאר גאר אויף אן אנדער אופן....... איך האב שוין געזען אויף ביידע אופנים.......

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:18 pm
דורך שוועמל
א נייע מאדע.
אונזערע עלטערן האבן אונז נישט געשאנקען אזעלכע בריוון. העכסטענס אפאר פראקעס פון הונטן 'נעם דיך רוימען', אדער 'גיי אריין אין בעט'.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:19 pm
דורך למעלה משבעים
שוועמעל איך בין דיר מקנא... נאר אפאר פראקעס פון הונטן???!!!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:20 pm
דורך קרעמער
למעלה משבעים האט געשריבן:גראדער מורא'דיג מורא'דיג. מען זעט די הארץ וואס ליגט דערין.
----
צו דיר מר. קרעמער, וואס הייסט האסט נישט געהערט פון אזא געדאנק אז עלטערן זאלן שרייבן א בריוו פאר א קינד?! איך בין זיכער האסט שוין געהערט פון אזא מושג, אפשר נישט א בריוו געשריבן אויף דעם אופן נאר גאר גאר אויף אן אנדער אופן....... איך האב שוין געזען אויף ביידע אופנים.......

די ערשטע "צופרידנהייט" בריוו האב איך באקומען ביים מאכן א סיום מסכתא ערגעץ אין די צענערלינגען... נישט ביי די עלף יאר.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:23 pm
דורך שוועמל
קרעמער האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט געדאנק. א בריוו פאר חתן/כלה יא, אבער פאר אן עלף יעריג מיידל איז שוין א חידוש.

דער אינהאלט איז רייך און די שפראך איז קלאר און פארשטענדליך!

קרעמער האסט טאקע נישט געהערט?
בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני, זאל איך עס אריינסקענען?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:25 pm
דורך i follow
גראדער נאך פאר כהאב אנגעהויבן צוליינען
כהאבך גדאד געוויסט א סאיז גיט אז גראדער שרייבט איז עס גיט

אבער נאכען ליינען זעהך אז סאיז בעסער ווי גיט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
גראדער, הערליך הערליך!!! די געדאנקן און די שריפט... מורא'דיג מורא'דיג.

איך פארשטיי נאר נישט וואו ס'קומט אריין...

קען זיין אז ווען כ'וועל זיין אין דיין שיך וועלעכעס פארשטיין...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 10:06 pm
דורך לוסטיג
וויכטיג אין קרעמער, זייט וויסן אז דאס מערסטע געפיל וואס קינד קען פילן פון עלטערן איז א געשריבענע בריוו מיט ווארימע אויסדרקען.

ניין איך האלט נאך נישט דארט אבער נישט ווייט פון ווען איך פלעג עס באקומען, איך זאג איך עס בלייבט אין זכרון פאר א לאנגע צייט אין די געפילן ווערן אריינגעקריצט זייער שטארק, טעמו וראו כי טוב..

אין צו דיר גראדער זייער שיין אין זייער א קליגען שריט,
דאס מערסטע האט מיר געפאלן דעס חיזוק אין סעלף קאנפידענט וואס די האסט אריינגעפרעדיגט אין דעם בריוו צו איר, איי ווען עלטערן האבן ווען שכל.. דעס איז די יסוד פון חינוך. זאל דער אייבירשטער דיך געבן פילע הויפענס נחת פון דעי פון אלע דיינע אנדערע קינדער.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 10:44 pm
דורך גאליציאנער
זאגמיר דיין טאכטער ווייסט אז האסט געשיקט די בריוו דא ?
אדער אפשער האט זי דא א ניק, טאמער יא געב ארויס די ניק,
אין א חוץ פין דעם דא לייגסטע נאר די בריוו ? ווי זענען די מחזורים ?

עניוועי כ'האב נישט געליינט די גאנצע, אבער ס'קוקט אויס גוט, כ'וועל נאך מסתם אנקומען צי ליינען די גאנצע,

כ'ישוב מיר נאר צי דיין טאכטער איז טאקע געווארען עלעף, אדער ס'איז דיר סתם בייגעפאלען צי מאכען אזא ארטיקעל, אזוי צי אזוי איז עס א גוטע בייפאל,

עכ"פ טאמער איז עס טאקע דיין טאכטער'ס בירטדעי זאלסטע האבען פין איר אסאך אסאך אידיש נחת, אין טאמער איז עס נישט איר בירטדעי זאלסטע אויכעט האבען אסאך אידיש נחת,

די עיקר איז מיר ווארטען אויף נאך א גוטס,

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 11:26 pm
דורך זיס
קרעמער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:גראדער מורא'דיג מורא'דיג. מען זעט די הארץ וואס ליגט דערין.
----
צו דיר מר. קרעמער, וואס הייסט האסט נישט געהערט פון אזא געדאנק אז עלטערן זאלן שרייבן א בריוו פאר א קינד?! איך בין זיכער האסט שוין געהערט פון אזא מושג, אפשר נישט א בריוו געשריבן אויף דעם אופן נאר גאר גאר אויף אן אנדער אופן....... איך האב שוין געזען אויף ביידע אופנים.......

די ערשטע "צופרידנהייט" בריוו האב איך באקומען ביים מאכן א סיום מסכתא ערגעץ אין די צענערלינגען... נישט ביי די עלף יאר.


איך האב קיינמאל נישט אזוינס באקומען...

(איך ווייס נישט צי איז דאס ווייל איך בין געווען שלעכט, אדער ווייל מיינע עלטערן זענען געווען שלעכט וד"ל)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 6:42 am
דורך ווער בין איך?
איך האב דייקא באקומען אזא הערליכע הארציגע בריוו פון מיינע עלטערן אין איינע פון מיינע בחור'ישע יארן וואס איז נישט געוועהן אזוי איי איי, און אזא הארציגע בריוו האט געטוישט דעם יאר גאנץ אסאך צום גוט'ן!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 8:13 am
דורך מבין נומ 1
שכח גראדער פארן מיטטיילן, מיר לערנען זיך אפ פון דיינע שיינע געפירעכצער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 9:15 am
דורך גאליציאנער
זיס האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:גראדער מורא'דיג מורא'דיג. מען זעט די הארץ וואס ליגט דערין.
----
צו דיר מר. קרעמער, וואס הייסט האסט נישט געהערט פון אזא געדאנק אז עלטערן זאלן שרייבן א בריוו פאר א קינד?! איך בין זיכער האסט שוין געהערט פון אזא מושג, אפשר נישט א בריוו געשריבן אויף דעם אופן נאר גאר גאר אויף אן אנדער אופן....... איך האב שוין געזען אויף ביידע אופנים.......

די ערשטע "צופרידנהייט" בריוו האב איך באקומען ביים מאכן א סיום מסכתא ערגעץ אין די צענערלינגען... נישט ביי די עלף יאר.


איך האב קיינמאל נישט אזוינס באקומען...

(איך ווייס נישט צי איז דאס ווייל איך בין געווען שלעכט, אדער ווייל מיינע עלטערן זענען געווען שלעכט וד"ל)

זיס טייערער, נישט די ביסט שלעכט אין נישט דיינע עלטערען, פשוט נישט פאר אלע עלטערען פאלטעס איין, ס'מיינט נישט אז זיי האבען דיר ווייניגער ליב געהאט,
די מציאות למעשה איז אז די גאנצע ענין פין געהעריג ארויס ווייזען ליבשאפט פאר די קינדער איז געווען פראבלעמאטיש ביי די מלחמה געליטענע,(אין ס'איז א לענגערע שמועס פאר זיך)אין ציביסלעך טוישט זיך וואס א דור ווערט עס בעסער,
אבער נאך אלעם ביסטע דאך אויפגעוואקסען אזוי זיס :wink:

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:32 am
דורך יהיה כן
יעצט זאל איינער וועמענס יונגל יערט זיך צום עלפטען מאל אריינשטעלן דא זיין נוסח, און דער שידוך איז גרייט אויף ...... א שמיטה ארום....

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 11:57 am
דורך סאכדעס
זייער שיין, הארציג און ריכטיג, און אן אויסגעהאלטענע איידיע. האסט קאפירייט אויף דעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 12:22 pm
דורך ווילדער קאפ
"גראד" צום פוינט. א מייסטערווערק פיל מיט געפיהל.

ועכשיו שאלתי בפי: צו מעג איך נוצן די בריוו פאר מיינע גידולי פירות?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 12:36 pm
דורך יגרסהדותא
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב דייקא באקומען אזא הערליכע הארציגע בריוו פון מיינע עלטערן אין איינע פון מיינע בחור'ישע יארן וואס איז נישט געוועהן אזוי איי איי, און אזא הארציגע בריוו האט געטוישט דעם יאר גאנץ אסאך צום גוט'ן!


אפשר לייגסטו יענטץ אריין?.. ס'קען אפשר נאך העלפן פאר אסאך ליינער'ס..

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 1:39 pm
דורך גראדער
סאכדעס האט געשריבן:זייער שיין, הארציג און ריכטיג, און אן אויסגעהאלטענע איידיע. האסט קאפירייט אויף דעם?


צו די אלע שואלים: יא, ס'איז נישט קיין פיקציע, מיין טאכטער יערט זיך באמת אין די טעג, און איך האב איר באמת געשריבן דעם בריוו, (משום גילוי האב איך נאר געביטן דעם נאמען) און אויב זענט איר זיכער אז אייערע טעכטער ליינען נישט איי וועלט קענט איר עס אויך ניצן...