בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 3:16 pm
דורך verveist
או געװאלד דײן 11 יעריגע טאכטער דרײט זיך שוין דא אויף דעם אינטערנעץ ה״י...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 3:25 pm
דורך verveist
שוועמל האט געשריבן:א נייע מאדע.
אונזערע עלטערן האבן אונז נישט געשאנקען אזעלכע בריוון. העכסטענס אפאר פראקעס פון הונטן 'נעם דיך רוימען', אדער 'גיי אריין אין בעט'.
למעלה משבעים האט געשריבן:שוועמעל איך בין דיר מקנא... נאר אפאר פראקעס פון הונטן???!!!
אולי ואלי דברי.... מ׳סתם זענט עטץ אפגעריקט עטליכע יאר צום געזינט זיין, אין הײנט קען זיך שוין (לײדער?) טרעפען אפילו אזעליכע װאס שרײבען בריף װאי גראדער...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 3:34 pm
דורך verveist
יהיה כן האט געשריבן:יעצט זאל איינער וועמענס יונגל יערט זיך צום עלפטען מאל אריינשטעלן דא זיין נוסח, און דער שידוך איז גרייט אויף ...... א שמיטה ארום....
זעט אויס װי די רײבסט דיך שוין די הענט אויף שדכנות ..
נ.ב.
איך גלײב אז די נעמסט paypal
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 3:50 pm
דורך יהיה כן
verveist האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:יעצט זאל איינער וועמענס יונגל יערט זיך צום עלפטען מאל אריינשטעלן דא זיין נוסח, און דער שידוך איז גרייט אויף ...... א שמיטה ארום....
זעט אויס װי די רײבסט דיך שוין די הענט אויף שדכנות ..
נ.ב.
איך גלײב אז די נעמסט paypal
האלסט אז יעמאלט וועט נאך צירקולירן די פאפירינע וואלוטע??
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 4:22 pm
דורך שטארק זיך
גראדער א מייסטערווערק.
נוצר תאנה יאכל פריו, אז מ'לייגט אריין נעמט מען בעז"ה ארויס.
זאלסט שטענדיג האבן נחת פון איר און פון די אנדערע זעקס...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 5:07 pm
דורך קהת
זייער א שיינע בריעף!!!!
איך האב מורדיג הנאה צו זעהן וויפיל כוחות די לייגסט אריין און די חינוך פון דיינע קינדער.
ממנו יראו וכן יעשו!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:01 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט געדאנק. א בריוו פאר חתן/כלה יא, אבער פאר אן עלף יעריג מיידל איז שוין א חידוש.
דער אינהאלט איז רייך און די שפראך איז קלאר און פארשטענדליך!
קרעמער האסט טאקע נישט געהערט?
בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני, זאל איך עס אריינסקענען?
נישט געוואוסט אז איינער געדענקט דאס...
פון דעם האב איך גערעדט א תגובה העכער דיר, עס איז געקומען ביי די 16 בערך.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:03 pm
דורך קרעמער
שטארק זיך האט געשריבן:גראדער א מייסטערווערק.
נוצר תאנה יאכל פריו, אז מ'לייגט אריין נעמט מען בעז"ה ארויס.
זאלסט שטענדיג האבן נחת פון איר און פון די אנדערע זעקס...
אנדערע זיבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:43 pm
דורך שטארק זיך
קרעמער האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:גראדער א מייסטערווערק.
נוצר תאנה יאכל פריו, אז מ'לייגט אריין נעמט מען בעז"ה ארויס.
זאלסט שטענדיג האבן נחת פון איר און פון די אנדערע זעקס...
אנדערע זיבן.
כצ"ל, וטעיתי.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 1:30 pm
דורך יוסלמאן
גראדער, זעה די ווערטער אין זוה"ק די וואך:
זכי ואתנסיב זכי ואוליד בנין ואליף לון אורחוי דמלכא קדישא הא כדין הוא אדם שלים וכו'.
איבערגעטייטשט: ווען א מענטש איז זוכה און ער לערנט תורה, ער איז זוכה ער האט קינדער און ער לערנט מיט זיי הדרך אשר ילכון והמעשה אשר יעשון, איז ער א אדם השלם, א מענטש!
פון אייערע ווערטער זעהט מען אז איר לייגט אריין כוחות אינעם חינוך פון די קינדער, זאלט איר טאקע זעהן אסאך אידיש נחת.
כעתירת ידידו,
הק' יוסף שלמה
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 2:00 pm
דורך אלף בית
גאליציאנער האט געשריבן:זיס האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:גראדער מורא'דיג מורא'דיג. מען זעט די הארץ וואס ליגט דערין.
----
צו דיר מר. קרעמער, וואס הייסט האסט נישט געהערט פון אזא געדאנק אז עלטערן זאלן שרייבן א בריוו פאר א קינד?! איך בין זיכער האסט שוין געהערט פון אזא מושג, אפשר נישט א בריוו געשריבן אויף דעם אופן נאר גאר גאר אויף אן אנדער אופן....... איך האב שוין געזען אויף ביידע אופנים.......
די ערשטע "צופרידנהייט" בריוו האב איך באקומען ביים מאכן א סיום מסכתא ערגעץ אין די צענערלינגען... נישט ביי די עלף יאר.
איך האב קיינמאל נישט אזוינס באקומען...
(איך ווייס נישט צי איז דאס ווייל איך בין געווען שלעכט, אדער ווייל מיינע עלטערן זענען געווען שלעכט וד"ל)
זיס טייערער, נישט די ביסט שלעכט אין נישט דיינע עלטערען, פשוט נישט פאר אלע עלטערען פאלטעס איין, ס'מיינט נישט אז זיי האבען דיר ווייניגער ליב געהאט,
די מציאות למעשה איז אז די גאנצע ענין פין געהעריג ארויס ווייזען ליבשאפט פאר די קינדער איז געווען פראבלעמאטיש ביי די מלחמה געליטענע,(אין ס'איז א לענגערע שמועס פאר זיך)אין ציביסלעך טוישט זיך וואס א דור ווערט עס בעסער,
אבער נאך אלעם ביסטע דאך אויפגעוואקסען אזוי זיס

מיינסט צו זאגן די חילוק פון לאגער געליטענע און די געליטענע פונעם לאגער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 2:24 pm
דורך אינטעליגענט
גראדער
דיין פענע איז פיין אויסגעשפיצט, און דאך אזוי גליטשיג.. ס'גיסט בוימל און דופטיגע ריחות..
אין אלע הינזיכטן דערקענט מען דיין שריפט אלץ דער פון א מייסטער..
געוואלדיג!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 1:54 am
דורך verveist
יהיה כן האט געשריבן:verveist האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:יעצט זאל איינער וועמענס יונגל יערט זיך צום עלפטען מאל אריינשטעלן דא זיין נוסח, און דער שידוך איז גרייט אויף ...... א שמיטה ארום....
זעט אויס װי די רײבסט דיך שוין די הענט אויף שדכנות ..
נ.ב.
איך גלײב אז די נעמסט paypal
האלסט אז יעמאלט וועט נאך צירקולירן די פאפירינע וואלוטע??
פאפירנע װאלוטע אויב עס װעט זיין װייס איך נישט, אבער לכאורה אויב יא, װעט עס ענדערש זיין כינעזישער װיא אמערקאנער (דאס קימט ביי די נעקסטע בעיל אויט)
אין בעסטען פאל װעט עס זיין אמערקאנער דאלארען, מעיד אין טשיינע!
נ.ב.
איינגאבע קענסט די שוין נעמען
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 30, 2010 1:11 pm
דורך צים פינטעל
זייער שיין און הארציג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 7:42 pm
דורך איך_הער
און אז כ'האבעס הערשט יעצט געליינט, קומטצעך דען שוין נישט א יישר כח? כ'האדעך פאקטיש הנאה געהאט.
גראדער, א שיינע איידיע. א הארציגן יישר כח פארן עס מיטטיילן מיט אונז.
זאלסטו מיט דיין בני בית, זען אסאך אידיש נחת פון איר און פון אלע דיינע קינדער געזונטערהייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 9:01 am
דורך ווינקל
פארוואס האב איך עס דאן נישט באמערקט? פשוט א השגחה פרטית, כ'זאל עס הערשט באמערקן צו מיין בכור'טעס געבורטסטאג.
שכוח גראדער!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:07 am
דורך אויפריכטיג
אויך איך האב עס הערשט יעצט געליינט, און ממש השגחה פרטית אז עס איז אין די טעג פון מיין בכור'טע'ס געבורטסטאג. נישט די עלפטע, נאר פיל יונגער.
גראדער, דיין שעפערישע כח אין אלגעמיין ווערט גאר שטארק רעפלעקטירט אויף דיין צוגאנג אין חינוך הבנים והבנות, ווי עס דערקענט זיך אין אומצאליגע תגובות און אשכולות דיינע.
שמך נאה לך: גראדער מיט א שכל הישר.
אצינד א בקשה, איך בין זיכער אז דער בריוו איז נישט די ערשטע זאך וואס די האסט געטון אין דעם הינזיכט פאר די עלטסטע טאכטער, איך שטעל זיך פאר אז אין די יארן ביז יעצט האסטו אויך געהאט פארשידענע געדאנקן וויאזוי אויסצודרוקן דיין ליבשאפט פאר דיין טאכטער און אריינבלאזן מוט און חיזוק. דעריבער איז מיין בקשה אפשר טיילסטו מיט אונז מיט פון דיינע געדאנקן, אז אנדערע זאלן אויך קענען דאס נאכמאכן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:57 am
דורך גראדער
גאר אינטערעסאנט אז פונקט געציילטע טעג פאר איר צוועלעפטע געבורטסטאג ווען מ'גרייט צו א מגילה לכבוד'ן ווערן בת מצוה האט די השגחה ארויפגעברענגט דעם אשכול.
לגבי די בקשה פון אויפריכטיג:
ארויסווייזן די אהבה צו קינדער איז נישט קיין זאך וואס מ'קען גיבן אינסטראקשנס, ווייל אויב דו טוסט עס ווייל דו האסט עס געזעהן אויף אייוועלט איז עס שוין נישט ארגינאל, קינדער זענען נישט קיין נארנים, זיי שפירן גאר גוט צו א זאך ווערט געמאכט יוצא צו זיין, דאס הייסט זיי צו מאכן גוט שפירן, אדער מ'ממיינט עס באמת, לדוגמא, איך האב צוויי טעכטער וואס קענען גאר שיין מאלעווען, איינע בעט זיך כסדר אפ אירע קאמפלימענטן אויף אלע אירע כשרונות, די אנדערע איז אביסל מער א פארמאכטע דארף מען אינזין האבן איר צו קאמפלימענטירן ווען זי טוט עפעס גוט, פארשטייט זיך ווען ס'זיצן צוויי קינדער ביים טיש און מ'רימט אויס איינעם ענדיגט מען צו די שבחים אויפן צווייטן אויך, זי זאל זיך נישט שפירן אראפגעקלאפט, איז שוין געווארן אזא מצב, ווען זי הערט ווי מ'רימט די שוועסטער ענדיגט זי שוין אליינס צו אויף זיך... ווי צו זאגן ס'קומט אויטאמאטיש נישט ווייל מ'מיינט עס ערענסט, ווען איך זאג ווי שיין די שוועסטער'ס בילד איז, זאגט זי שוין אליינס, און רחל פערל'ס בילדער, אה, ווי אין די וועלט זעהט מען אזאנס... דארף מען כסדר אויפקומען מיט וועגן זי זאל שפירן אז מ'רימט איר באמת נישט נאר ווייל מ'האט געגעבן א קאמפלימענט פאר די אנדערע דארף מען איר געצווינגענערהייט גיבן א קאמפלימענט.
איך האב אמאל מיטגעהאלטן מיט א איד ביי וועם איך האב אסאך געגעסן שבתים, ער האט געהאט צוויי בחורים אין ישיבה גדולה, דער אינגערער האט געהאט א גוטן קאפ, ער האט זיך פארהערט די הוראה, דער עלטערער האט אויך געלערנט די הוראה, אבער ער האט געהאט סאך א שוואכערן קאפ, ס'איז אים נישט געגאנגען, האט ער כסדר גערימט דעם אינגערן, יעצט וועלן מיר מכבד זיין מיט ברכת המזון הבחור הגאון וכו' וואס האט זיך פארהערט די הוראה, און בתוך כדי דיבור געגעבן א ווארף אריין, און זיין ברודער גייט זיך בקרוב אויך פארהערן... פרעג איך אייך, וויאזוי האט זיך דער ברודער געשפירט, האט ער דעם עס אנגענומען ווי א קאמפלימענט? ער האט פארשטאנען אז יעדעס גוט ווארט וואס ער באקומט איז נאר בזכות זיין אינגערן ברודער.
הקיצור, ליבשאפט פאר קינדער איז נישט קיין זאך וואס מ'קען ארויסנעמען פון טקסט בוק, מ'דארף צולייגן קאפ יעדעס קינד לויט זיינע-אירע הרגשים און מושגים דער קינד זאל זיך שפירן צופרידן אין שטוב, נישט זוכן קיין גליקן אינדרויסן, דער קינד זאל זיך שפירן זיכער מיט זיך, דער קינד זאל שפירן אז די עלטערן זענען דא פאר אים אין יעדן צייט און מצב, ס'נישט שייך צו מסביר זיין פרטים, מ'קען נישט גיבן קיין פונקטליכע דירעקשנס, דער עיקר איז צולייגן אסאך קאפ און געפיל.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 12:05 pm
דורך prowed jew
זיי זענען גראדער'ס טעכטער אוודאי האבן זיי טאלאטן
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע...
ווען איז די געבורטס טאג?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 12:06 pm
דורך פארדינט
גראדער!!! איך האב מיך געפילט אינדערהיים ווען איך האב דאס געליינט, גאר גוט, געוואלדיג.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 3:34 pm
דורך גלגלשלג
גראדער די ביסט געוואלדיג
ווארף דא ביטע אריין נאך אזעלעכע רייכע אין פארשטענדליכע ארטיקלן
ביסט אונז מחי
שכוח
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:09 pm
דורך זיס
סתם פאר אינטערעסאנטקייט
ווי אזוי האט דיין טאכטער רעאגירט צו דעם בריוו?