מיין נסיעה קיין אונגארן אונטערן שאטן פונעם וואלקעינא
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 8:58 pm
בס"ד
נסיעה לאונגארן אייר תש"ע לפ"ק
דאנארשטאג ר"ח אייר איינס אזייגער האמיר זיך ארויס געלאזט פון דערהיים אויפן ציל אנצוקומען קיין אונגארן, די פלאן האט געלויטעט צו פארן מיט די לופטהאנזא געזעלשאפט ביז פראנקפורט און פון דארט כאפן א פליגער קיין פעסט, די צווישן - צייט פון איין פליגער צום צווייטן האט געזאלט זיין אנדערהאלבן שטונדן,
נאך אין עירפארט האט זיך שוין דערקענט א היפשע חסידישע געזעמל מענטשן א גרויסע גרופע וואס האט זיך געגרייט צו פארן קיין קערעסטיר אויף שב"ק צו וויילן אויף די יארצייט פונעם פועל ישועות ר' ישעי'לע זי"ע, אין שפיץ פון די גרופע האט זיך ארויס געזעהן כ"ק אדמו"ר מקאסאן - פארשעי שליט"א מיט זיינע מקורבים ואנ"ש, ווארטנדיג אויפן פליגער האמיר שוין גלייך באמערקט אז דער וואוקס פון מענטשן וואקסן פון מינוט צו מינוט, וואס ווארשיינדליך וועט נישט זיין קיין שום איבריגע זיץ אויפן פליגער, די סבה פון די גרויסע געדרענג איז צוליב דעם מעכטיגן וואלקעינא אויפרייס אין אייסלענד היינט צופרי, וואס צוליב דעם זענען אפגערופן געווארן פילע פלי רייזעס קיין אייראפא ווייל פליגער'ס ווילן נישט איינשטעלן זיך צו באגעגענען מיט די שעדליכע מאטריאל אין די לופטן.
עטליכע מנינים מנחה האבן זיך געשטעלט דאווענען ווי עס האבן געדאוונט חיובים ואס זענען בשנת אבלם, נאך דעם דריטן מנין האט זיך באוויזן דער באקאנטער יענקל מילער (בדחן) אז ער פארט אויך קיין קערעסטיר, ער האט ארגענעזירט א פרישע מנין ביי א ווינקל, ווי ער האט אויסגעשריגן שטעלט זיך א מנין מנחה אין יארמע ביהמ"ד...., און געזאגט אז ער גייט געבן א - שריי, "אשרי"....
מיר האבן געהאפט אז מיר זאלן אנקומען צייטלעך צו קענען כאפן אונזער קאנעקשאן פלייט (אבער ס'איז געבליבן ביים תקוה...), שוין ביים אויפשטייגן האבן מיר געזעהן ווי ס'הייבט אן צו שפעטיגן, און ביז ווי ווען וואס איז שוין געוועהן א שעה שפעט, ווען דער פליגער האט זיך גערירט פון פלאץ האט דער פילאט געמאלדן אז ער האט נאך פארנט פון זיך נאך 12 פליגער'ס וואס שטייען אין די רייע ארויף צו פליען, וואס וועט נעמען נאך א קיימא לן פון 20 מינוט, צוואנציג מינוט נאך פינף האט זיך אונזער פליגער געהויבן,
נאכן סערווירן נאכטמאל האט זיך אנגעהויבן דעם סדר המעריב... איינע פון די עסקנים האבן געפועל'ט ביי די געזעלשאפט צו קענען מאכן מנינים פארנט לעבן די טרעפן וואס פירן ארויף צום פירסט קלאס וואס דארט איז דא א שטיקל שטח וואס שטערט נישט קיינעם, איין מנין נאכן צווייטן האט געדאוונט מעריב געציילט ספירה ועי"ז יושפע שפע רב בכל העולמות, דערנאך האט זיך יעדער צושפרייט אויף זיין זיץ און געווארן פארנומען מיט די אייגענע אקטיוויטעט, ווער מיט א ספר, ווער מיט א חומש, גמרא, מעשה ביכל, אדער מיט א קישן.....
ביים פליען איז געמאלדן געווארן אז דער פליגער וועט זיך האלטן אויף א לינע וואס ווייטער פונעם אויבערשטע טייל וועלט דער פליגער וועט פארן איבערן אטלאנטיק גלייך קיין פראנקרייך - שפאניע און פון דארט פליען דעם וועג קיין פראנקפורט, כדי צו זיין וואס ווייטער פונעם וואלקעניא וואס האט אויפגעריסן עטליכע קילאמעטער הויך אין די הימלען, למעשה האט דער פילאט געזאגט אז ער פארקורצערט דעם וועג ווייל אויב וועט ער שפעטיגן וועט מען אים מער נישט אריין לאזן קיין פראנקפורט ווייל די גאנצע עירפארט אין פראנקפורט גייט ווערן אפגעשפארט,
דעי בשורה אליין באשר הוא שם האט שוין יעדן געמאכט קאפ וויי ווער ווייסט ווי מ'פאלט דא אריין?...., דאס לאנדן אליין אין פראנקפורט איז אויך צוגעאיילט געווארן צוליב דעם געיעג פון דעם עירפארט, גלייך ביים לאנדן איז געמאלדן געווארן אז אסאך קאנאקשאן פלייטס זענען אפגערופן געווארן, זיי ווייסן נישט מער פרטים (כאילו זיי ווייסן נישט...) מ'זאל זיך נאכפרעגן ביי די באהערדע, ביים ארויס קומען האמיר שוין געזעהן דעם חורבן פאר די אויגן אויף די סקרינס זענען געשטאנען ביי יעדע פליגער א גרויסן פראגע צייכן, וואס האט קלאר אנגעדייט אז קיין איין פליגער וועט נישט ארויס פארן היינט פון פראנקפורט,
וואס טוט מען דא? ס'איז פרייטאג צופרי מ'דארף זיין ערגעץ אויף שבת, דאס ערשטע האט מען ארויס געשיקט צווי טיכטיגע חברה זאלן גיין זעהן צו מ'קען דינגען א באס און זיך נעמען פארן, גאר שנעל איז מען געוואר געווארן אז קיין באס, קיין האטעל, קיין פעקלעך, איז נישטא בנמצא אין פראנקפורט צוליב דעם קענסעלעישאן פון אזויפיל פלייטס זענען טויזנטער מענטשן געשטראנדערט אין די שטאט, צום אלעם ערשטן גיימיר דאווענען שחרית דא על אתר ממש ביים ארויסקום פון פליגער, דער עולם נעמט זיך צום שחרית, צוויי מינים פאר צוויי חיובים, מ'האקט אמן יהא שמי' רבה'ס פון ביידע זייטן, אני הקטן האב גענומען מיין תפילין זעקל און פארוואנדלט אין א צדקה פושקע, לצדקת ר' מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר עינינו, דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן, מ'ענדיגט דאווענען, מ'באשליסט אז קודם דארף מען זעהן די פעקלעך אינדרויסן, ביני לבינו זענען פארשווינדן געווארן אלע אפציעלע מענטשן פון זייערע באשטומטע פלעצער אזוי אז אפי' מ'ווויל רעדן צו איינעם איז נישטא צו וועמען צו רעדן.
מ'גייט צום פאספארט קאנטראל, אויפן וועג זאגן אונז אייניגע איינגעשטעלטע פונעם עירפארט אז ס'איז נישטא היינט קיין מעגליכקייט צו באקומען קיין פעקלעך, דאס וועט ווערן אפגעשיקט מארגן נאכט קיין בודאפעסט...., אונז גיי מיר אדורך די פאספארט, מ'נעמט זיך צו די פעקלעך, נאך פילע שתדלנות האט מען געפועל'ט אז זיי זאלן ארויס געבן די פעקלעך, יעדער זאל אריין געבן זיינע נומערן פון זיין פעקל, גלייך האט זיך געמאכט א עסקן וואס האט גענומען א פאפיר און געשריבן נומבער'ס, די בשורה איז געקומען אז ביז 2 שעה וועט זיין די פעקלעך.... אין די זעלבע צייט איז א מיטפארער געוועהן אקטיוו מיט מאפעס אויסצופלאנירן ווי אהין מ'קען זיין שבת, די אפציעס זענען געוועהן אפשר פארן קיין אנטווערפן וואס איז 4 שעה אוועק, אדער קיין ציריך אויך בערך אזויפיל שעה אוועק, אדער פארן קיין ווין וואס נעמט א גוטע 8 שעה, וואס אויב מ'וועט נישט דעגרייכן ביז אהין ווען מען זיך אפשטעלן 2 שעה פריער אין די שטאט לינז,
די צדדים זענען געווארפן געווארן אהער און אהין, דער רבי שליט"א (מקאסאן) האט געזאגט אז ער איז נוטה מ'זאל גיין ענדערשט קיין ווין, ווייל אנטווערפן איז הויעך נענטער צו ענגלאנד וואס דארט איז די פראבלעמען מיט די לופט שטערקער און ס'וועט זיין שווערער אוועק צו פארן פון דארט, און ציריך איז אינדרויסן פון וועג, ממילא דארף מען זעהן זיך צו האלטן אויפן וועג קיין ווין וואס איז נענטער צו בודאפעסט,
אט איז געקומען די בשורה אז די פעקלעך קומען ביז געציילטע מינוטן (ס'האט למעשה נישט גענומען קיין 2 שעה) יעצט מוז מען מאכן א שנעלע החלטה ווי פארט מען, ס'איז יעצט בערך 9 אזייגער צופרי און 10 אזייגער איז דא א באן וואס פארט קיין ווין, די פעקלעך זענען דא, דער עולם שלעפט זיך יעדער מיט זיין פעקל, מ'צייכנט זיך אן זעהן צו אלע פעקלעך זענען טאקע דא, 3 אידן זענען געבליבן אנע פעקלעך, ס'איז שוין האלב צעהן, אפשר לאזט מען דא די דריי אידן און מיר לויפן צום באן, דער רבי שליט"א זאגט ניין, מ'זאל נישט איבערלאזן די פאר אידן אויף הפקר, ווידער די אידן אליין האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם זיי וועלן זיך אליין א עצה געבן, למעשה האבן זיי באקומען דעם אנטווארט אז די פעקלעך וועלן נישט זיין דא, נאר מארגן נאכט קומען זיי אן קיין בודאפעסט, נו אידעך נישטא קיין ברירה, זענען זיי מיטגעקומען מיט אונז אזויווי ס'שטייט און גייט,
עס מוז צוגעצייכנט ווערן אז דאס ארויס געבן די פעקלעך פאר אונזער גרופע איז א נס בפני עצמו, ווייל פאר קיין איין קאנעקטינג פלייט איז נישט ארויס געגעבן געווארן די פעקלעך נאר פאר אונז, ווען אנדערע גוים האבן געפרעגט פארוואס מ'גיבט פאר זיי יא און פאר אונז נישט, האבן זיין געזאגט מיר ווייסן נישט.... יש מנהיג לבירה,
דער עולם יאגט זיך צום באן, מ'לויפט ארויף און אראפ שטיגן, מ'זעהט שוין א שורה מיט מענטשן וואס ווארטן צו קויפן טיקעטס אזוי לאנג ווי א סטריט בלאק, אונז לויף מיר דורך די גאנצע שורה פון די זייט, א חסיד גייט גלייך צו צום פענסטער פרעגט אויב מיר קענען ארויף אויפן באן קיין וויען אנע טיקעט, יא נישט קייין פראבלעם גייטס צו פלאטפארם 5, עטץ הערטס? פלאטפארם פינף!, ווידער לויפט מען אראפ סטעפס צוויי שטאקן אין דער ערד, און ענדליך מ'דערזעהט זיך ביים שטאציאן ווען דער זייגער שלאגט פינעף מינוט צו 10, נאך אפאר מינוט איז טאקע אנגעקומען אונזער באן, דער גאנצער עולם האט זיך ארויף געשטופט, רוב עולם איז געבליבן שטיין ביי די דורכגענג, עטליכע אידן האבן זיך אויסגעצויגן אויף דער ערד בפישוט ידים ורגלים כאפן א דרימל, (דאך בעסער ווי אונזערע זיידעס אין די באנען קיין אושוויץ...)
איך אליין האב געטראפן א שטיקל פלאץ אבער נאך א שטונדע איז אויפגעשטיגן עפעס א אלטע דייטש און מיר געוויזן אז דער זיץ איז רעזעווירט פאר אים, ימח שמו שייגעץ דער..., דא בין איך מיר שיינערהייט אויפגעשטאנען און געגאנגען שטייט צווישן די וואגאנען, נאך א האלבע שעה האב איך מיר צוגעשארט צום טיר פונעם וואגאן ווי עס איז דא איין טרעפ אראפ, דארט האב איך מיר אנידער געזעצט אויף דער ערד מיט די פיס אראפ במקום א בענקל פאר די נעקסטע אנדערהאלבן שעה, שפעטער איז שוין געווארן מער פלאץ אינעם באן צו זיצן יעצט האב איך שוין א נארמאלע פלאץ האב איך ארויס גענומען מיין לעפ טאפ און געשריבן וואס מיר האבן איבערגעלעבט ביז יעצט,
די פלאן איז אז אונזער באן זאל אנקומען קיין ווין 5:30 נאכמיטאג, דער זמן שב"ק איז 7:30, מ'האט גערופן קיין ווין אז ס'קומט אן עולם אויף שבת זיי זאלן זיך צוגרייטן, מ'האפט אז דער שבת וועט אדורך גיין בשלום כאטש דער עולם איז אזוי פארמאטערט ווען מ'איז שוין אונטערוועגנס 24 שעה, אבער דער פלאן איז אז מוצאי שבת לאזט מען זיך ארויס אויפן וועגן פון ווין קיין קערעסטיר, כאטש זאל מען אנקומען צום קערעסטירער מלוה מלכה, ד' ישמור צאתנו ובואינו לחיים ולשלום.
ביז דערוויל זאלן מיר האבן א לעכטיגן שבת.
*******
א גוטע וואך א גוטע וואך!!!
אוי פון ווי זאל איך אנפאנגען שרייבן, דיו אילו ימי, קען איך נישט באשרייבן מיין איבערלעבעניש פון די לעצטע 36 שעה, אבער לאמיר פראבירן מיט א שטיקל סדר אחת אל אחת,
דער באן פארט, ס'איז פרייטאג נאכמיטאג עטליכע שעה פארן זמן, און דער באן פארט שנעל פארכאפט איין שטאט נאכן צווייטן שטעט בלויז די נעמען פון די שטעט טראגן אונטער זיך א רייכע היסטאריע פון הונדערטער יארן, אט פארן מיר שוין דורך דעם גרעניץ פון עסטרייך, א פרישע באמטע באווייזט זיך צו בעטן בילעטן אויפן באן פון אונז, מיר צייגן אים אונזער עראפלאן טיקעט וואס איז גולטיג צו פארן אויפן באן ביז פעסט צוליב די שווערע אומשטענדן, אין דער צווישן הערן מיר שוין די נייעס אז אין די שטאט וויען גרייט מען זיך שוין אין גרויסן לכבוד אונזער אנקום, דער מינוטן ווערן שוין נענטער צו שבת, אט האלט מען שוין ביים פאר - שטאט פארנט פון די הויפט שטאט וויען, מען הערט שוין דעם פייף און דעם אויסרוף אז מיר זענען אין וויען,
יעדער קלויבט זיך צוזאמען די פעקלעך, מ'ציט זיך אויס די ביינער און מ'גייט אראפ, איך נעם מיין האנט באגאש און גיי צו צום פלאץ ווי די פעקלעך דארפן צו ליגן און....... מיין רענצל איז נישטא..... אוי באשעפער!!!! ווי איז ער?, איך לויף ארום אינעם גאנצן טרעין ווי א וואנזיניגער און איננו דער בחור איז נישטא, איך געדענק קלאר אז איך האב עס געהאט ביים סטעישאן, איך געדענק אפי' אז איך האב עס ארויף געברענגט אויפן באן, אבער איצט איז מיר דער רענצל נעלם געווארן, גיי ווייס אפשר א גוי האט געלייגט די ידים און געמאכט פליטה... (מ'אידעך אין די לענדער סמוך צו רומעניע... דעם פלאץ פון די רומענישע גנבים...) דער סך הכל איז אז ס'איז 2 שעה פארן זמן און איך בין בעירום ובחוסר כל, איך האב נישט דעם רענצל וכל מה שבתוכו, נו וואשע זאל איך מאכן?, העמיר זיך מוזן אן עצה געבן, איך גיי ארויס מיטן גאנצן עולם פון סטעישאן, מ'שטעלט זיך צוזאמען אין עטליכע טעקסי'ס און מ'פארט צום האטעל,
איך האט געהאט אין טאש אפאר יורא'ס כ'האב באצאלט דעם דרייווער און מ'שפאנט אריין אינעם האטעל וואס איז ספעציעל צוגעגרייט געווארן פאר אונז, יעדער באקומט א שטוב מיט אפאר חברה מ'פלאצירט זיך אין די שטובער, איך לויף אריבער אין די שכינות'דיגע מקוה פון קהל חסידים וויען, אויפן וועגן טרייבט מיר די געדאנקען פיל מיט פראגן וואס קען איך טון? איך האב דאך נישט קיין שטיקל וועש מיט מיר, שבת'דיגע בגדים אפגערעדט, אזוי גייענדיג אין מקוה דערמאן איך מיר אז איך קען א יונגערמאן (איך האב געטאנצן אויף זיין חתונה) ער וואוינט היינט אין ווין, אפשר גיי איך אריין סטאפן צו אים בעטן אן עצה, עפעס וועט שוין מוזן זיין, איך גיי אין מקוה איך פרעג מיך נאך ווי מיין ידיד י"מ וואוינט, מ'ווייזט מיר אן א זייטיגן געסל ווי זיין הויז געפינט זיך, איך לויף אהין איך קלינג אריין איינמאל און צוויי מאל, ביז ער פרעגט "ווער איז דארט", איך זאג אים מיין נאמען, ער קלינגט צוריק איך קלאפ אויף זיין טיר, ער מאכט אויף מיט א פארשלאפענע פנים ער פרעגט מיר מיט ווינדער וואס זיכסטו דא?, איך פארצייל אים אין קורצן די גאנצע מעשה אז מיין פליגער איז געקענסלט איך בין אהער געקומען מיטן באן אין מיין פעקל איז פארלוירן, איך דארף פון דיר א טובה, בארג מיר אויף שבת א בעקיטשע, א שטריימל, א לאנגע ווייסע זאקן, ותו לא, ער זאגט מיר הארצן גערן, און ער געט מיר די סחורה און ויסעו.
(מיין חבר האט מיר מגלה געוועהן דעם סוד אז מיין קלינגען האט אים אויפגעווקעט, ווען נישט מיר וואלט ער געקענט רואיג פארשלאפן דעם זמן ערב שב"ק)
איך ווייס נישט ווען אין מיין לעבן איך בין געוועהן אזוי בשמחה מיט בגדי שבת ווי איצט, געווענדליך פרייטאג נאכמיטאג מ'כאפט די שבת'דיגע בגדים פלי פלוי און ס'איז שבת, אבער יעצט איז די מעשה גאר אנדערשט.... איך בין היפש מחשיב מיינע געבארגטע שבת'דיגע בגדים, ס'איז שוין באלד די זמן, מ'ערלעדיגט נאך שנעל די שבת'דיג צרכים, און שבת היום לד'....
שבת קודש:
פרייטאג צונאכטס האמיר זיך געלאזט אין ביהמ"ד אריין, אה שוין לאנג נישט געשפירט אזא מחותן מיטן שבת, ווען אין מחשבה טראכט זיך ווער ווייסט ווי איך וואלט ווען געקענט זיין דעם שבת אין וועלכן פארווארפענעם שטאט, און דא האט קב"ה געהאלפן איך זיץ צווישן אנדערע חסידישע אידן מיט בגדי שבת נאך א ווארעמע מקוה, אין ביהמ"ד האט אונז אפגעווארט א ווארעמע טועמי' קוגל מיט טרינקען, גלייך דערנאך האט זיך דער הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו ארויס געשריגן פון אונזער הארץ בפה אחד בלב אחד, יורדי הים באניות....
צו קבלת שבת איז דער רבי שליט"א צוגעגאנען מיט א פייער און ברען אויפן ברענעדיגן קאסאניער נוסח, לפני ד' כי בא, לשפוט, הארץ..... אוי ועמים במשרים...... ווען יעדעס ווארט ווערט געזאגט מיט א באזונדערע השתפכות הנפש, בואו ונצא.... הבו לד' פסוק בפסוק, קול ד' בכח, קול ד' חוצב להבות אש, (אבער א להבות אש.....) לכה דודי איז געזינגען געווארן מיט א אלטן חסידישן ניגון, לא תבושו אויפן מונקאטשער הקפה ניגון, באו בשלום מיטן פנים צו מעריב ווי יעדער האט זיך צוקלאטש די הענט וועלנדיג פארגעסן פון די וואכעדיגע דאגות און פון די טילטול הדרך,
טוב להודות לד', כגונא, מיט מעריב איז צוגעגאנען מיטן זעלבן ברען, גלייך נאך מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א רקידה אויפן סקולעני ניגון וביום השבת ארום געקרייזט דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, נאכן וואונטשן גוט שבת מיטן נשמה יתירה'דיגן געפיל האט מען זיך ארויסגעלאזט צום זאל מיטן נאמען "אלף אלף", ווי עס האבן באגלייט עטליכע אנשי וויען צום זאל, אויפן וועג האבן מיר אדורך געשפרייזט דעם בריק איבערן קאנאל "דונא" וואס ציט זיך פונעם גרויסן טייך דונא, דער זאל אליין איז געוועהן פיל מיט שטאטישע מענטשן וואס האבן אויך געגעסן דארט די שבת'דיגע סעודה, פאר אונז איז געוועהן צוגעגרייט א באזונדערע זאל מיט שיין געדעקטע טישן,
מה נאמר ומה נדבר, ס'איז כמעט נישט מעגליך אראפ צו געבן יעדן דעטאל פון די שבת מיט די סעודת שבת, (דאס ביסל וויפיל איך געדענק וועל איך ציטירן) שלום עליכם מלאכי השרת..... אלעס אויפן קאסאניער נוסח מיט א ברען, אשת חיל, אזמר בשבחין, אבער דער קלימאקס איז זיכער געוועהן דער קידוש, ווען דער רבי שליט"א האט ארויף געלייגט דעם טלית אויפן שטריימל ווען יעדעס ווארט ווערט געזאגט מיט א באזונדערע כח און חן, אוי מקדש הההההששששבבבבתת........., דערנאך האבן מיר אלע געמאכט קידוש אויף דעם ברייטן אויסוואל פון אלע מיני וויינען מארבע פינות העולם,
על נטילת ידים, המוציא, דער פיש איז געוועהן אזעלכע שמאלע סלייסעס אז פאר מ'האט אנגעהויבן עסן האמיר שוין גענדיגט..., אבער גיימיר זיך נישט אפרעדן ווייל וואס מיר האבן יא איז הכל רווח...., אויפן טיש איז געוועהן א ברייטע אויסוואל פון כל מיני סאלאטן מיט עסערייען, פארשידענע שבת'דיגע ניגונים זענען געזינגען געווארן דורך די פארשעי'ע יונגעלייט, זופ און פלייש איז געוועהן מכל מיני טעמים, (פארוואס דער זופ טעלער האט צוויי הענטלעך ווייס איך נישט, ווייזט אויס אז דער מנהג המקום איז צו טרינקען זיפ מיט די צוויי הענטלעך אזוי ווי קאווע...), נאך די זופ איז געזינגען געווארן כל מקדש (דעם זעלבן ניגון וואס מ'זינגט בחצר טאהש) בטעם העליון מיט די האנט אויף די אויערן ובנשימה אחת אריין געפארן צום אהבה רבה ניגון (המקובל מהרה"ק הבני יששכר), די זמירות שבת איז געזינגען געווארן ממש מיט מסי"נ, ווען די אויגן קלעבן זיך און די ביינער שלעפן מער אראפ ווי ארויף, אבער יעדע פאר מינוט שטופט מען אוועק אלע מניעות און מ'זינגט ווייטער,
אויף א לעבעדיגן ניגון האט מען זיך ארויס געלאזט אויף א רקידה, קוים ואס די פיס האלטן זיך אז מ'קען נאך טאנצן איז ניסים גליום, אינמיטן טאנצן האט דער רבי שליט"א אפגעשטעלט און געזאגט אייניגע ווערטער "וירד העיט על הפגרים" פונעם אמרי נועם, א טייטש אז שבת איז משפיע טוב וחסד, בפרט די יארצייט פון ר' ישעי'לע זי"ע, העיט ר"ת טוב עין הוא יבורך, וואס איז אויך בגימ' ישעי' בן משה... נו אז ס'קומט אזא טוב וחסד דארף מען זיכער זיין פרייליך און טאנצן לכבוד שבת, די סעודת שבת האט זיך פארצויגן אין די שפעטע נאכט שעות,
(הגם איך בין נישט לכתחילה געקומען מיט די קאסאני חבורה אבער ווי נישט ווי זייענדיג מיט אזא אטמאספערע בין איך אטאמאטיש געווארן מיטגעשלעפט)
ביים ארויס קומען פון זאל האט מען קלאר געזעהן דעם המבדיל בין קודש לחול ובין ישראל לעמים ווען מיר האבן באגעגנט די צולאזטע ערלים אנגעשיכור'ט נאך דעם וואס זיי האבן אפגעהוליעט א נאכט אין די זעלבע צייט וואס להבדיל מיר האבן געזינגען און געפראוועט א סעודת שבת, די נאכט ליל שב"ק איז אויסגעניצט געווארן צו מנוחה שלימה, נאך דעם וואס איז שוין דורך באלד 36 שעה וואס מיר האבן נישט געזעהן שינה בעינינו, איז דער שינה בשבת תענוג אויסגעניצט געווארן מיט א באזונדערע משמעות.
זמן קר"ש איז.... גיי ווייס, אבער אני הקטן בין אויפגעשטאנען 8:30 געלאפן כאפן א מקוה, א קאווע, א אידיש ספר פארן דאווענען, פסוקי דזמרא האט פארגעדאוונט איינע פון די גזע פון די קאסאני אייניקלעך, שחרית האט צוגעטערטן דער קאסוב'ע רבי שליט"א פון ירושלים אויפן וויזניצער נוסח. שוכן עווווווודדדד מאָואָואָואָואָואָואָורום וקדוש שמו, קל אדון האמיר אונז געזינגען אויפן א קאסאניע ניגון (מ'זינגט דאס אין ספינקא אויף ברכו נפשי) דער שחרית איז געוועהן אלעס אויפן וויזניצער נוסח,
ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געוועהן לוי און מוציא געוועהן דעם גאנצן עולם מיט ברכת הגומל, צו מוסף האט דער רבי יורד געוועהן לפני התיבה מיט א פרישקייט און א נייעם כח, ווי דער כתר יתנו לך איז אויסגעשריגן געווארן עם עמך ישראל קבוצי מטה.... בטעם העליון, כבודו מלא עולם, הוא אלקינו..., אנעים זמירות, (כאטש געווענדליך זאגט ער נישט קיין אנעים זמירות אבער שלא ישנה ממנהג המקום האט ער יא געזאגט)
נאך מוסף איז צוגעגרייט געווארן א קידושא רבה פאר אלע מתפללים דורך די חשוב'ע מכניסי אורחים, די קידוש איז געוועהן פיין צוגעשטעלט, (אקעי פון די טשאלענט וויל איך נישט רעדן מפני טעם ה....., די הארטע בונדלעך מיט ווייכע קושקע) א פאטעיטא קוגל איז געוועהן פון דערהיים געברענגט, נאך קידוש האט מען געזינגען שבענו מטובך וכו'.
פון דארטן האט מען זיך ארויס געלאזט צום זאל פראווענען דעם סעודת שבת, יעצט אין די ליכטיגקייט האמיר מער געקענט זעהן די ווינע גאסן, דער גאס דארט הייסט יודען - גאססע, עס איז בשכינות פון א ריזיגע טעמפל וואס איז אמאל געוועהן נעאלאגיש אבער היינט איז ער מאדערן ארטאדאקס, איך האב מיר נישט געטרויט אריין צו גיין אהין מכח דעם חרם פונעם הייליגן חת"ס ותלמידיו, דער סעודת שבת איז שוין געוועהן מיט מער רואיגקייט ווי נעכטן שוין נאכן קומען צו זיך פון די פארגאנגענע נאכט, הערינג איז געוועהן אין אפאר טעלער'ס צוגעגרייט וואס האט געזאלט דינען במקום די פיש, (אבער דעם סוד זעמיר געוואר געווארן שפעטער....) מיר האבן אריין געשיקט א טויגליכן חברה'מאן זאל גיין ברענגען פיש האט ער געברענגט פיש וואס איז געוועהן אין קאך, די (אזוי גערופענע) פיש איז געוועהן אזאנע באלס וואס האט ענדערשט אויסגעזעהן ווי מצה קניידלעך פון אחרון של פסח..., אייער צוויבל מיט לעבער, טשאלנט מיט קוגל פון כל המינים, ועל טעם וריח אין להתוכח.
בשעת די סעודה זענען פארציילט געווארן פארשידענע עובדות פונעם בעל הילולא ר' ישעי'לע, ווי אויך די היסטאריע פון די שטאט ווין, איינער האט פארציילט די מעשה פון ר"ר שמעלקי ווען ער איז געקומען קיין ווין צוזאמען מיטן ר"ר משה לייב סאסובער פועלן איבער א גזירה, (די מעשה איז באקאנט אז זיי זענען דורך דעם וואסער מיט די שירה) אז דער האטעל שטוב ווי זיי האבן זיך אויפגעהאלטן יענעם פסח איז באוויסט און מ'ווייסט ווי דאס איז,
איך האב געזאגט פארן רבי'ן שליט"א אז דער היינטיגע שבת דערמאנט מיך פון די מעשה פון דעם סלאנימער חסיד, ס'איז געוועהן א געהויבענע חסיד אין סלאנים וואס האט געוואוינט אין אר"י און געדינט אלס שד"ר וואס פלעגט ארויס קומען צומאל נאך געלט פאר די בני תורה אין אר"י, היות ער איז געוועהן א חסיד ותמים האט ער מורא געהאט אז ער וועט קומען קיין סלאנים וועט מען אים געבן כבוד האט ער מתפלל געוועהן אז אויב וועט אים דעם כבוד בארירן זאל ער גלייך באקומען בויך וויי, למעשה איז ער אנגעקומען קיין סלאנים ווי זיין רבי האט אים מכבד געוועהן מיט גרויס כבוד, פרייטיג צונאכטס בייים טיש האט אים זיין רבי ארויף גערופן זיצן אויבן אן לעבן אים, אבער אינמיטן טיש האט ער אנגעהויבן שפירן געפערליכע בויך קרעמפן, האט ער געפענט די קנעפלעך פון זיין הויזן ס'זאל אים לייכטער ווערן, מ'האט דאן געהאלטן ביים זינגען ישמחו במלכותך, (ווי באקאנט איז דער ישמחו במלכותך אין סלאנים געוועהן דער קלימאקס) אבער זיינע יסורים האבן זיך געשטארקט פון מינוט צו מינוט ער האט געשפירט ער האלט עס נישט אויס, איז ער ארויף אויפן טיש און זיך אנגעכאפט די הויזן און געשריגן "ישמחו במלכותך אן די קינדער אן די רינדער נאר מיטן באשעפער אליין", ע"כ המעשה, אני כשלעצמי האב אזוי געשפירט דעם שבת, ישמחו במלכותך איך פריי זיך מיטן שבת, אן די פעקלעך, אן די משפחה, אין א פרעמדע שטאט, נאר מיטן באשעפער אליין....
בשעת די סעודה האט מען געזינגען הויעך אויפן קול אינמיטן איז אראפ געקומען דער ראבינער פון די שכינות'דיע שול זאגנדיג אז זיין פרוי האט אים געזאגט אז זי מיינט משיח איז געקומען ווייל זי הערט נעכטן און היינט אזא געזינגעכטס אזש ס'גייט ארויף ס'קול ביז אויבן....
מיר האבן געטאנצן עטליכע מינוט, געבענטשט און זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע.
מיר האבן באקומען אינפארמאציע אז דא אין ווין איז דא א קלויסטער וואס בשעתו ווען מ'האט דאס געבויעט פאר בערך 600 יאר צוריק האט דאס געהאלטן אין איין זינקען אין דער ערד טיפער און טיפער, אלע טרעפן זענען שוין געוועהן אונטער דער ערד ס'האט שוין געהאלטן דאס זינקען ביי די טיר, די גוים האבן אנגערייצט דעם קייזער אז די אידן האבן זיכער פאר'כישופט דעם קלויסטער, האט מען באפוילן פאר גרויסן גדול דער בעל אור זורע אז ער מוז עפעס טון דערצו, דער אור זרוע האט געהייסן ברענגען א גאלדענעם רינדעכיגן טעלער און אויסגעקלאפט דעם שם הוי' און געהייסן אויפהענגען העכער די טיר, און והוא לפלא דאס זינקען איז געבליבן שטיין אויפן ארט, און עד היום הזה איז נאך דא דעם קלויסטער וואס מ'זעהט דעם שם הוי' און איבער איר א שתי וערב...., מיר האבן געהאט אינפארמאציע אז דאס דארף צו זיין קעגן איבער דעם פארלעמענט האבן מיר זיך די גאנצע חבריא ארויסגעלאזט זיכן דעם שם הוי',
מ'קען זיך פארשטעלן וויאזוי דאס האט אויסגעזעהן 40 אידן מיט שווארצע בעקיטשעס און ברייטע שטריימלעך שפאצירן אין די ווינע גאסן צווישן טויזנטער גוים, אלע גוים האבן זיך אפגעשטעלט און געכאפט בילדער פון אונז מיר זענען כמעט געוועהן אין די נאציאנאלע מידיע....,
מיר זענען אדוך עטליכע גאסן, אינצוישן האט איינער אנגעוויזן אויף א גרויסן שטיינערנע סטאטאיוע פון א כהן גדול מיט א ציץ און א לאנגע בארד אין פארט פונעם כ"ג א אויסשטעל פון מאן אין א פרוי וואס געבן זיך די האנט, א סימבאל פון שלום אז דער כ"ג האט געמאכט שלום בין איש לאשתו...
ענדליך נאכן זיך נאכפרעגן ביי די לאקאלע גוים האבן מיר געפינען דעם שם הוי' הענגען העכער די טיר פונעם קלויסטער.... ממש אומגלויבליך, ווי אויך לעבן דעם איז דא סימנים פון א אייגעזינקענע שטאט ווי ס'איז מקובל אז דער אור זורע ליגט ערגעץ דא צווישן די איינגעפאלענע חורבות,
שבת נאכמיטאג האבן מיר ווידער מקיים געוועהן דעם שינה בשבת תענוג וויסנדיג אז דעם קומענדיגע נאכט וועלן מיר וויילן אויפן באס..., שבת נאכמיטאג איז פארגעלערנט געווארן פרק, (אני הקטן בין געגאנגען צום אוהל משה שול צום שיעור פון הרב אשר מרגליות), ש"ש איז געפראוועט געווארן מיט גרויס ברען אין דביקות, דער קלימאקס איז זיכער געוועהן די תורה בעת רעוה דרעווין, ווען דער רבי שליט"א האט פארטייטשט די פסוקים פון די וואכדיגע סדרה והובא אל הכהן, אז ס'איז א ענין צו גיין צום כהן די צדיקים בכל דור ודור, ס'מאכט זיך אבער אמאל אז מ'קען נישט אנקומען צום צדיק מ'ווערט פארשלעפט אין א אנדערע שטאט דאן איז ויצא הכהן מחוץ למחנה, דער כהן דער צדיק גייט אוועק פון זיין פלאץ און ברענגט די השפעה ווייט אוועק און וראה הכהן והנה נרפא הנגע יעדנס נגע און ווייטאג ווערט אויסגעהיילט, דא האט דער רבי אויסגעניצט די פאר מינוט זיך צו באדאנקען פאר די גרויסע מכניסי אוחרים פון די שטאט ווין וואס האבן אהער געשטעלט אזא שבת, אז דער זכות פון ר' ישעי'לע וועט זיכער מגין זיין אויף זיי פאר ברכה והצלחה וכט"ס.
מוצאי שבת:
מ'האט אויסגערופן אז מלוה מלכה וועט זיין פערטל פאר עלעף און דערנאך וועט מען פארן מיטן באס קיין קרעסטיר, מלוה מלכה אין קרעסטיר איז דאך געוועהן מיט באזונדערע כוחות, האט מען טאקע דערקענט אז דער מלוה מלכה איז געוועהן אויף א ברייטן פארנעם, א פרישן קוגל, מיט פרישע סיפורים פון ר' ישעי'לע שאי אפשר לפורטם כי רבים הם, איך האב מיר מיט געברענגט מיינע וואכעדיגע בגדים כדי צו קענען צוריק געבן די געבארגטע שבת'דיגע בגדים, ווי אויך זיך פארבינדן מיט מיין ברודער איבער די מארגנדיגע פלענער איז איך קום קיין קרעסטיר און פון דארטן וועלן מיר פארן ווייטער,
דער שבת איז פאראיבער און אחרי ככלות הכל קען איך נישט זאגן אז ס'איז געוועהן א דורכפאל, נאר אדרבה ס'איז געוועהן א לכתחילה שבלכתכילה, ווען נאך האב איך געהאט אזא געלגענהייט מיט אזא מין איבערלעבעניש, כ'מיין אז אפי' אין אונגארן אליין ווי מיין אריגענלן פלאן איז געוועהן לכתחילה צו זיין שבת וואלט נישט געוועהן אזוי שיין און גוט ווי דא אין ווין.
ס'איז שוין מוצאי שבת חצות, דער רבי זאגט אז נאך חצות מעג מען זיך אנטון וואכעדיג, איך זיץ אויפן באס און איך שרייב דעטאלן פון די נסיעה, דער נסיעה אליין נעמט בערך 5 -6 שעה, מ'קען אסאך פארציילן פון דעם באס, קודם נאך די גרעניץ פון עסטרייך – אונגארן האט אונז די פאליציי אפגעשטעלט און געפאדערט אז די פאפירן טויגן נישט, איינע פון די אנוועזנדע האט געוויזן א בילד פון ר' ישעי'לע און מ'האט אונז פריי געלאזט..., אונטערוועגנס האט מען זיך אפגעשטעלט פאר א האלבע שעה (דארט האט געקאסט אריין צו גיין אין ביה"כ א האלבע יורא....) אויפן וועג האב איך גענומען די מייק אין די האנט און געמאכט א שטיקל חזרה אויפן שבת און צוגענדיגט מיט אפאר ווארעמע ווערטער אז מיר גרייטן זיך צו אויפן וועגן צו ר' ישעי'לע פועל'ן אלעס גוט'ס.
זונטאג צופרי:
דער נץ נחמה שיינט אויף און מיר רוקן זיך שוין נענטער צו קערעסטיר, מיר זעהן שוין די שילדן וואס צייכענען אן די באקאנטע אונגארישע שטעט, דעברעצין, נירעדהאז, שאראשפאטעק, ליסקא, אוהעל, מיר שטייען שוין ממש ביים שטעטל קערסטיר, מיר זעהן דעם באן וואס האט געברענגט די אידן קיין קערעסטיר, (מיט די באן אליין איז געוועהן א גאנצע מעשה בשעתו פון ר' ישעי'לע ואכמ"ל), ווי אויך האט מען געזעהן דעם טייך אויף וואס ר' ישעי'לע האט געזאגט אז נאכדעם וואס מ'וועט ארויס ציען פון דארט דריי גוי'שע פגרים וועלן אידן קענען גיין זיך טובל'ן דארט און ס'וועט קיינעם נישט שאטן,
מיר זעהן שוין דעם הויז פון ר' ישעי'לע ס'איז זיבן אזייגער צופרי דער באס שטעלט זיך אפ און מיר גייען אריין זיך באגעגענען מיטן ציבור וואס איז יא געוועהן דא אויף שבת, ווי יעדער האט א באזונדערע איבערלעבעניש איבערצוגעבן איינער פארן צווייטן, א קערעסטירע קבלת פנים האט אונז אפגעווארט (דהיינו ווארעמע קאווע עסן און טרינקען) דא האב איך שוין געטראפן מיין ברודער ווי מיר האבן אנגעהויבן אונזער געפלאנטע נסיעה צו עטליכע שטעטלעך פון אונגארן רומעניע אפיר צו זיכן מציבות און קברים פון זיידעס און באבעס, איך האב מיך הארציג געזעגנט פון מיינע שבת'דיגע פריינד, און זיך ארויס געלאזט אויף וועג,
וד' ישמור צאתנו ובואנו לחיים ולשלום,
תם ולא נשלם,
מיטוואך פרשת אח"ק:
היינט בין איך צוריק געקומען בשעה טובה ומוצלחת, אויך נישט אויפן נארמאלן וועג, אבער מיין פלאן איז געוועהן לכתחילה צו זיין צוריק היינט מיטוואך, היות די לופטהאנזא איז נישט געפארן היינט האבן זיין מיר ארויף געשטעלט אויף קעי על עם אין בודאפעסט קיין אמסטערדעם, און פון דארט מיט דעלטע קיין ניוארק - ניו דשורזי, דאס איז אויך נישט געגאנען אזוי לייכט, ווייך ביין טישל פון לופטהאנזא איז געוועהן א שורה ממצרים ועד הנה, אונז האמיר זיך צוגעשטארט גלייך ווי א חסיד צו פירסט קלאס וואס איז געוועהן ליידיג און דארטן געמאכט די נויטיגע טרענספער, היום יצאתי והיום באתי,
לאמיר האפן מיר האפן געפועל'ט אלעס גוטס,